זונטאג שופטים בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
צופרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' יואל פישל פריעד הי"ו ווי דער רבי שליט"א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות און מוהלת.
דערנאך האט רבינו שליט"א תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר משה אליעזר ראזענפעלד הי"ו.
דערנאך האט זיך רבינו שליט"א ארויסגעלאזט אויפן יערליכע באזוך אין די קעמפס שע"י מוסדותינו הק' וומסב"ג - בארא פארק.
ארום 10:20 איז רבינו שליט"א אנגעקומען צום אינגל קעמפ "מחנה רב טוב" אין מאנטיסעלא.
רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית אינאיינעם מיט תלמידי כתות ו' ז' ח'. פארן דאווענען איז פארגעקומען דער מעמד הנחת תפילין פאר נכד רבינו שליט"א חתן הבר מצוה הב' יקותיאל יהודה בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א
דערנאך האט רבינו שליט"א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים ב"ר אסף וואלבערג הי"ו. בן הרב אשר חיים ווייזער הי"ו. ב"ר יושע דוד וואלדמאן הי"ו. ב"ר שמואל שלמה טעללער הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 1:50 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אינעם חדר האוכל און זיך אומגעקיקט מיט א קורת רוח אויף די תשב"ר ביים בענטשן ברהמ"ז.
דערנאך איז רבינו שליט"א אריבערגעגאנגען אין די בתי מדרשים פון די תשב"ר ווי דער רבי האט זיך אומגעקיקט מיט א געוואלדיגן קורת רוח אויף די לימודים, און אריבער צווישן די טישן און פארהערט די לימודים.
צום ערשט איז דער רבי אריבער ביי די עלטערע כתות פון סניף הר"ר יואל שטערן שליט"א, סניף הר"ר יואל מאיר פריעדמאן שליט"א, סניף הר"ר זרח שפירא שליט"א, סניף הר"ר משה אלי' גרין שליט"א. און דערנאך ביי די חדרים פון כתות א' ב' ג'.
עקסטערע האט רבינו שליט"א פארהערט מיט קורת רוח א לענגערע צייט זיין איר-אייניקל, הילד הח' בן הרה"ג ר' יואל הכהן גלאנץ שליט"א חתן הגה"צ אבד''ק ור''מ דקהלתינו וומסב"ג שליט"א.
נאכן באזוך אין די בתי מדרשים זענען זיך אלע תשב"ר צוזאמגעקומען אינעם חדר האוכל צום מעמד קבלת פנים פאר רבינו שליט"א די קינדער האבן פארגעזונגען ווארימע חרוזים לכבוד המאורע דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן פאר די תשב"ר און דערנאך משמיע געווען דברות קודש בדברי מוסר והתחזקות לקראת ימי אלול און פארענדיגט בברכת קדשו. דערנאך האט מען פארטיילט שיריים פאר אלע קינדער.
ארום 4:00 איז רבינו שליט"א אנגעקומען צום באזוך אינעם בחורים קעמפ "מחנה רב טוב" אין סוואן לעיק.
ביים אנגעקומען איז דער רבי תיכף צוגעפארן צום בתי מדרשים ווי די בחורים לערנען, דער רבי האט זיך אומגעקוקט מיט א שטארקן קורת רוח, דער רבי איז ארום צווישן די טישן און פארהערט די בחורים די לימודים, צום ערשט אין ביהמ"ד פון תלמידי כתה ט' דמוסדותינו הק' בארא פארק בהנהלת הרה"ג ר' עקיבא יוסף כהנא שליט"א און דערנאך אין ביהמ"ד פון תלמידי כתה ט' דמוסדותינו הק' וומסב"ג בהנהלת הרה"ג ר' יודא בער טעללער שליט"א.
דערנאך ארום 4:35 איז פארגעקומען די מסיבת לחיים מיט די בחורים אין ביהמ"ד. מען האט געזינגען חרוזים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן פאר די תשב'ר און דערנאך משמיע געווען דברות קודש בדברי מוסר והתחזקות לקראת ימי אלול און פארענדיגט בברכת קדשו. דערנאך האט מען פארטיילט שיריים פאר די בחורים.
ארום 5:30 איז רבינו שליט"א אנגעקומען אין מחנה בית רחל צום ערשט האט דער רבי משמיע געווען גאר שטארקע דברי מוסר והדרכה בפרט בעניני צניעות פאר אלע תלמידות.
דערנאך ארום 6:00 האט דער רבי אריבערשפאצירט צום קאנטרי און באגלייטונג פון די ראשי הקריה, ווי עס איז פארגעקומען די מעמד "קביעות מזוזה - וחנוכת הבית" פארן נייעם ביהמ"ד בית אברהם יוסף ושרה, שע"י מחנה בית רחל. ביים אנקומען אין ביהמ"ד האט רבינו שליט"א פארטיילט ספר הק' לב אהרן פאר די לומדי הכולל אין מחנה בית רחל, דערנאך האט דער רבי געפראוועט די מסיבת לחיים און משמיע געווען דברות קודש. און דערנאך האט הרבני החסיד ר' מאיר הירש הי"ו מנהל המוסדות קובע מזוזה געווען.
פון דארט איז דער רבי אריבער בבית האכסניא אין שטוב פון הרה"ח ר' חיים הערש אבערלענדער הי"ו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
זונטאגל' מנחם אב תשפ"א8/8/2021
באריכט
קול רנה וישועה באהלי צדיקים
היינט קומט פאהר די מעמד "הנחת תפילין" פאר נכד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, הבחור הבר מצוה יקותיאל יהודה בן הגה"צ ר' חיים הערש טייטלבוים שליט"א אב"ד סיגוט, אין מחנה רב טוב - נתן צבי אין מאנטיסעלא.
רבינו שליט"א וועט אנקומען אויף די יערליכע באזוך אין קעמפ און דאווענען תפילת שחרית 'ר"ח אלול' און צוגיין צו הלל. פארן דאווענען וועט רבינו שליט''א תפילין לייגן פארן חתן הבר מצוה און נאכן דאווענען אפרעכטן די מסיבת לחיים און משמיע זיין דב"ק.
אויפדערנאכט קומט פאר די "שמחת הבר מצוה" אין קרית ברך משה - וואודבורן אינעם נייעם בנין 'חדר האוכל' בראשות די זיידע כ''ק מרן רבינו שליט"א.
שישו ושמחו בשמחת רבינו
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫
פרייטאגכ"א מנחם אב תשפ"א7/30/2021
באריכט
דאנערשטאג עקב בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
נאכן דאווענען האט רבינו שליט"א פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ה' פסוק ג'. דערנאך זענען די תלמידי הישיבה אריבער געגאנגען שלום נעמען פון רבינו שליט''א.
נאכדעם איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים: ר' ירחמיאל זאב פריעד הי''ו - ר' אלעזר ניסן פרידריך הי''ו, באולם כינור דוד. ר' דוד אונגאר הי''ו - ר' יעקב פנחס פריעדמאן הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס.
בקודש פנימה האט מען אריבערגעברענגט פאר רבינו שליט"א א ספר תהלים געשריבן אויף "קלף" לזכות חולי ישראל, דער רבי האט אריין געשריבן אן אות און אנגעוואונטשן ברכות קדשו.
אינעם נייעם תנאים זאל בביתו נאוה קודש איז פארגעקומען די גאר רייכע מסיבה שמחת אנ"ש לטובת קופת רבינו קופת אבני חסד וועלעכע העלפט ארויס אנ"ש בעת שמחתם, נאך מנחה איז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אריבער אינעם זאל ווי דער רבי האט באשיינט די מסיבה.
אזוי אויך במשך די מסיבה האבן פולצאליגע אנ"ש וועלעכע האבן זיך משתתף געווען מיט גרעסערע סכומים געהאט די זכיה אריינצוגיין בקודש פנימה איבערגעבן פרעזענליך די נדבה פאר רבינו שליט"א און מקבל זיין ברכות קדשו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
פרייטאגי"ד מנחם אב תשפ"א7/23/2021
באריכט
פרשת ואתחנן בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א במקום הנופש בעטלעהעם, ניו העמפשיר
זעהט די עקסטערע באריכט פון זונטאג יום צום תשעה באב ביי די פריערדיגע באריכטן.
=מאנטאג=
ארום 8:40 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו שחרית בבית מדרשינו מחזיקי הדת קהל יראים בעטלעהעם.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי, דעם רבינ'ס עליה איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' ראובן גלאנץ הי"ו, נאכן עולה זיין האט זיך דער רבי באדאנקט.
נאכן דאווענען זענען די פולע געסט פון שבת אריבער זיך געזעגענען.
זעהט עקסטער די באריכט פון דינסטאג - באזיך פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אינעם בית השחיטה המהודרת דקהלתינו הק' פאר די גסות אין אין פאסטוויל אייאווע.
דינסטאג אויפן וועג אהיים נאך מעריב האט דער רבי ארומגערעדט איבערן באזיך אינעם בית השחיטה המהודרת, און איבער אביו רביה"ק זי"ע זייענדיג אין לאגער ביים ביטערן מלחמה.
=מיטוואך=
ארום 8:40 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו שחרית בבית מדרשינו מחזיקי הדת קהל יראים בעטלעהעם.
נאכמיטאג איז אנגעקומען בביתו נאוה קודש פון רבינו שליט"א א קבוצה בחורים המצטיינים תלמידי ישיבה קטנה "סניף רב טוב" פון מוסדותינו הק' בקרית יואל אינאיינעם מיטן מנהל הרה"ג ר' וואלף לאנדא שליט"א, ווי רבינו שליט"א האט פארהערט די בחורים פאר א לענגערע צייט פון קרוב צו א שעה גאנץ "יורה דעה ח"א", דערנאך האט דער רבי ארויסגעברענגט זיין געוואלדיגן קורת רוח און געוואונטשן ברכות קדשו פאר די בחורים.
ביינאכט נאך מעריב זענען אדורך שלום נעמען א קבוצה בחורים תלמידי ישיבת בעלזא לעיקוואד אינאיינעם מיט די מרביצי תורה וועלעכע וויילן אין דעי טעג אין ניו העמפשיר.
=דאנערשטאג=
ארום 8:40 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו שחרית בבית מדרשינו מחזיקי הדת קהל יראים בעטלעהעם.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי, דעם רבינ'ס עליה איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' ראובן גלאנץ הי"ו, נאכן עולה זיין האט זיך דער רבי באדאנקט.
אויפן וועג אהיים האט מען ארומגערעדט צווישן אנדערע איבער זינגען ביי לכה דודו, און איבער מנהגים לגבי לכה דודו בבית סיגוט בעלזא וויזניץ סקווירא.
אין די פארמיטאג שעות ארום 11:15 איז רבינו שליט"א אנגעקומען אויף א באזיך אינעם "הארטסייד באנגעלוי קאלאני" אין בעטלעהעם ניו העמפשיר, וואס איז לעצטענס אפגעקויפט געווארן דורך אידישע אייגענטומער, צום ערשט איז רבינו שליט"א אריין אינעם הויז פונעם בעה"ב הרה"ח ר' מנחם אשר בערקאוויטש ווי דער רבי האט זיך אומגעקיקט א לענגערע צייט, דערנאך איז רבינו שליט"א ארומגעגאנגן ארום דעם גאנצן געגענט און באגלייטונג פון די בעלי בתים און זיך אומגעקיקט אין עטליכע דירות, מהאט ארומגערעדט איבער די הרחבת הגבולים און די פלענער פאר ווייטער. אויך איז רבינו שליט"א אריין אין שטוב פון הגה"צ דומ"ץ מעליץ שליט"א וועלעכע וויילט דארט אויף אפרוה, ווי ער האט געגעבן א קוויטל פארן רבין און דער רבי האט אים געוואונטשן ברכות קדשו.
דערנאך איז רבינו שליט"א אריבערגעגאנגען צום ארטיגן מקוה, דער רבי האט זיך אומגעקיקט אויף די כשרות און הידורים פונעם מקוה.
דערנאך איז רבינו שליט"א אריבער צום ארטיגן ביהמ"ד ווי דער רבי האט זיך אומגעקיקט און דערנאך געפראוועט א מסיבת לחיים, ווי רבינו שליט"א האט געוואונטשן ברכות קדשו פארן בעה"ב הרה"ח ר' מנחם אשר בערקאוויטש, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער צדיקים ביים פארן אויף מנוחת הנפש, בפרט אין די דריי וואכן אוועקצוגיין פון אינדערהיים, דערנאך האט רבינו שליט"א משמיע געווען קורצע ברכות הקודש.
וקוי ה' יחליפו כח יעלו אבר כנשרים דערנאך ארום 12:00 איז רבינו שליט''א געגאנגען שפאצירן כרגיל בנאות דשא, ווי ס'איז פארפירט געווארן הערליכע שמועסן בדברי תורה וחסידות, מנהגי קודש וסיפורי צדיקים, ובדברים העומדים על הפרק, א שפאציר וואס איז "כמים קרים על נפש עייפה" וואס וועט בלייבן איינגעקריצט אין זכרון ביי די באטייליגטע. ציווישן אנדערע האט מען ארומגערעדט א לענגערע צייט איבערן באזיך פון רבינו שליט"א פארגאנגענעם דינסטאג אינעם בית השחיטה המהודרת דקהלתינו הק' פאר די גסות אין פאסטוויל אייאווע, ווי מען האט אויסגעשמועסט די גאנצע אופני ומהלכי השחיטה וניקור אמאל און היינט, און איבער די חומרות וואס איז איינגעפירט געווארן אינעם מהודר'דיגע בית השחיטה, ובפרט האט מען ארומגערעדט איבער "שחיטה מנוחת" די חומרות דערפין און אזוי אויך די מעלות פון עס ביים שחטן. אויך האט מען ארומגערעדט עובדות וסיפורים פון הרה"ק די מגלה עמוקות זי"ע וואס די יארצייט איז געווען דאנערשטאג, און איבער שטעטלעך און די מאפע אין אייראפע בעפארן קריג. צום סוף פונעם שפאציר איז אנגעקומען הגה"צ ר' קלמן האלבערשטאם אב"ד צאנז ק"י -ומנהל בישיבתינו מתיבתא הקדושה סניף קדושת יואל ווי מען האט ארומגערעדט איבער מנהגים בבית צאנז - סיגוט.
נאכן שפאציר איז רבינו שליט"א אנגעקומען אויף א באזיך אינעם "פי עם אר באנגעלוי קאלאני" אין בעטלעהעם ניו העמפשיר, ווי דער רבי האט זיך אומגעקיקט אויף די ניי צוגעבויטע חלק פונעם געגנט, רבינו שליט"א איז ארומגעגאנגן ארום דעם נייעם חלק געגענט און באגלייטונג פון די בעלי בתים און זיך אומגעקיקט אין עטליכע דירות, אויפן וועג האט מען ארומגערעדט איבער די ווייטערדיגע פלענער צו פארברייטערן דעם געגענט, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אין איינע פון די הייזער, דער רבי האט געוואונטשן ברכות קדשו פארן בעה"ב ר' יצחק רודריך און פארן מענעדשער הב' ליפא מאשקאוויטש, און געגעבן שריים פאר די אייגענטומער. צווישן אנדערע האט מען ארומגערעדט איבער די פלענער צו איבערמאכן און פארשענערן די "שערמאן האטעל" ווי די תלמידי הישיבות האלטן זיך אויף איבער שבת.
נאכמיטאג איז אנגעקומען בביתו נאוה קודש פון רבינו שליט"א א קבוצה בחורים תלמידי ישיבת בעלזא לעיקוואד אינאיינעם מיט די מרביצי תורה וועלעכע וויילן אין דעי טעג אין ניו העמפשיר, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט אויף די לימודים און איבערגעגעבן א לענגערע שמועס בדברי חיזוק בפרט בלימוד התורה און דערנאך געוואונטשן ברכות קדשו.
=פרייטאג עש"ק=
ארום 8:40 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו שחרית בבית מדרשינו מחזיקי הדת קהל יראים בעטלעהעם, פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים ב"ר יעקב יצחק אבערלענדער, וב"ר דוד ווערטהיימער.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, רבינו שליט"א האט געוואונטשן ברכות קדשו פאר די בר מצוה בחורים, און פארציילט סיפורים פון הרה"ק רבי הערשעלע ליסקער זי"ע וואס די יארציילט געפאלט היינט פרייטאג.
דערנאך זענען אריבער געגאנגען צענדליגער געסט שלום נעמען, זקנים ונערים, וועלכע זענען זיך געקומען מסתופף זיין במחיצת הקודש און מיטהאלטן דעם געהויבענעם שבת אין ניו העמפשיר.
אויפן וועג אהיים האבן עסקני בעלזא איבער געגעבן א גרוס פארן רבין איבער די הילף וואס זיי האבן גענאסן פאר זייער חבורה "אהבת התורה" דורך די עסקני התאחדות אבריכים דקהלתינו הק' להגדיל תורה ויאדיר.
נאכמיטאג נאך די מקוה זענען אריין בקודש פנימה ביי רבינו שליט"א בחדרו הפרטי תלמידי ישיבתינו "מתיבתא הקדושה" -סניף קדושת יואל וואס האבן זיך אינטערגענימען קבלות טובות קעגן פגעי טעכנילאגיע ביים מעמד קדוש "ואטהר" -און באגלייטונג פונעם מנהל הגה"צ ר' קלמן האלבערשטאם אב"ד צאנז ק"י, דער רבי האט איבערגעקיקט די קבלות און פארטיילט א ספר "יושר דברי אמת" פאר די בחורים.
דערנאך האבן עטליכע תלמידי הישיבה איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א תירוצים אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט, דער רבי האט איבערגעקוקט די תירוצים און געשעפט א געוואלדיגן קורת רוח
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מאנטאגכ"ה תמוז תשפ"א7/5/2021
באריכט
🌴 שב"ק פרשת פנחס, מברכים חודש מנחם אב, יארצייט פונעם אמה של מלכות הרבנית הצדיקת ע"ה, שבת לפני הילולא קדישא של רבינו משה איש אלוקים מרן הגה"ק בעל ישמח משה זיעוכי"א, בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א במקום הנופש בעטלעהם ניו העמפשיר. =חלק א'= 🌴
דעי וואך האבן געהאט די זכיה מיטצולעבן די לעכטיגע שבת תלמידי ישיבתינו "מתיבתא הקדושה" -סניף דברי יואל.
פרייטאג נאכמיטאג נאך די מקוה האט די רבי געצינדן 5 ליכט 'נרות נשמה' לרגל די יארצייט פונעם אמה של מלכות הרבנית הצדיקת ע"ה מחברתה הטהורה פון רביה"ק זי"ע, דערנאך האט די רבי באקיקט די "עירוב" וואס איז אויפגעשטעלט געווארן -אזוי ווי פאריאר- אדאנק די שווערע ארבעט פון העסקן הגדול הרה"ח ר' אברהם מאסרי הי"ו.
ארום 9:00 איז די רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד און צוגעגאנגען צו מנחה, און דערנאך געדאוונט קבלת שבת לרגל די יארצייט פונעם אמה של מלכות ע"ה, נאכן דאווענען איז מען אריבער זאגן גוט שבת און די געסט האבן שלום גענימען.
א קורצע צייט נאכן דאווענען איז די רבי אריינגעקומען צום עשה"ט אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא און די פילצאליגע געסט, אשת חיל: די אייניקיל הב' אנטשיל אשכנזי בן הגה"צ ר' העניך, הגבהות הכוס לקידוש: הגה"צ אבד"ק ראשית חכמה שליט"א, די רבי האט געטיילט שריים פון די פיש, כל מקדש: הרה"ג ר' לוי יצחק בארזעסקי מנהל סניף ויואל משה, מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' אברהם יושע ווצב"ג משגיח בסניף דברי יואל, די רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ושם איש ישראל המוכה ..נשיא בית אב לשמעוני' און געטייטשט בדרך דרוש אינעם ענין פון מודעה רבא לאורייתא, קה אכסוף: הרה"ג ר' יוסף דוד לעווי משגיח בסניף דברי יואל, בענטשן: הגה"צ אבד"ק ראשית חכמה שליט"א, עובדות וסיפורים דעי וואך האט די רבי פארציילט פון זקינו רבינו משה איש אלוקים מרן הישמח משה זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דאנערשטאג כ"ח תמוז, קה רבון עלם: הרה"ג ר' אברהם יצחק כאירה משגיח בסניף דברי יואל, נאך די פירות איז פארגעקומען די שלום זכור ביי ב"ר יעקב חזקי' פרענקל, אז ביום השביעי: הרה"ג ר' אברהם יעקב יאקאב ר"מ ומשפיע בסניף דברי יואל, מען האט געענדיגט 1:50.
שב"ק צופרי איז די רבי אריינגעקומען 9:40, און צוגעגאנגען צו די תפילות -ברכות, פסוקי דזמרה, און שחרית, לרגל די יארצייט פונעם אמה של מלכות ע"ה, פארן ליינען האט אויפגעטרעטן די געטרייע משמש הרה"ח ר' פישל פארקאש און געמאכט די אפיעל פארן ביהמ"ד. הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יצחק ערעהנפעלד, פסוקי שמע ישראל: הגה"צ אבד"ק ראשית חכמה שליט"א, בעל קורא: הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש -משב"ק. עליות:, כהן: הרה"ג ר' לוי יצחק בארזעסקי, לוי: הרה"ג ר' יוסף דוד לעווי, שלישי: הגה"צ אבד"ק ראשית חכמה שליט"א, רביעי: הבחור ב"ר מאיר משה שטעסל, חמישי: ר' אהרן בן הרב אלימלך שווארץ, שישי: רבינו שליט"א, -די רבינ'ס עליה איז געקויפט געווארן דורך הרבני הנגיד ר' מאיר ווערטהיימער, די רבי האט זיך באדאנקט און געהייסן מאכן פאר אים א מי שברך, שביעי: הבחור ב"ר זלמן לייב ניישטאדט, הוספות: ר' אלעיזר ניסן פויגל די רבי האט געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל בתו הנולד למז"ט, ר' מאיר ווערטהיימער, ר' שמשון שרגא פויגל, ר' יצחק ערעהנפעלד, ר' יצחק טייטלבוים, ר' וואלף פארקאש, הרה"ג ר' אברהם יעקב יאקאב, ר' אברהם יצחק כאירה, ר' מרדכי שבתי סימאן, ר' ישראל יוסף גראד, ר' אברהם יושע גפן, ר' מיכאל ברילל, אחרון: הרה"ג ר' אברהם יושע ווצב"ג, מפטיר: ר' לוי אפפעל, הגבה: ר' חיים יעקב לעפקאוויטש, גלילה: החתן ב"ר משה כ"ץ, כהוראות הקודש האט מען געזאגט ביידע הפטורת פון מטות און מסעי, די רבי האט ר"ח געבענטשט מיט גרויס התעוררות, מען האט נישט געזאגט 'אב הרחמים', מוסף האט די רבי געדאוונט פארן עמוד לרגל די יארצייט פונעם אמה של מלכות ע"ה, און לרגל די יארצייט קומענדיגע וואך פון זקינו מרן הישמח משה זי"ע, פתיחה לאנעים זמירות: ר' נחמן העלער.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די גרויסע קידוש לרגל די יארצייט פונעם אמה של מלכות הרבנית הצדיקת ע"ה מחברתה הטהורה פון רביה"ק זי"ע בעל ברך משה, אינאיינעם מיט די קידוש לרגל הולדת נכדת רבינו שליט"א בת להרה"צ ר' חיים הערש ט"ב אב"ד ראצפערט בן מורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ וומסב"ג שליט"א, די רבי האט קידוש געמאכט מען האט געזינגען נגונים לכבוד די שמחה, די רבי האט געוואונטשן לחיים פארן גאנצן ציבור און פארן בעל שמחה ר' אליעזיר ניסן פויגל, מען האט געענדיגט 1:45.
קול רנה וישועה באהלי צדיקים: די שמחת הקידושא רבא איז פארגעקומען אין ביהמ"ד ראצפערט אין בארא פארק, ויקרא שמה בישראל 'שרה מרים' נאך די באבע די רעבעצין פון הרה"ק ר' שלום אליעזר מראצפערט זי"ע.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
דינסטאגה' תמוז תשפ"א6/15/2021
באריכט
קול רנה וישועה באהלי צדיקים
היינט נאכמיטאג איז פארגעקומען די שמחת השבע ברכות פון נכד רביה"ק זי"ע החתן בן הגה"צ ר' אברהם מאיר האלבערשטאם דומ"ץ קהלתינו 18 ב"פ בן הגה"צ אב"ד טשאקאווא שליט"א חתן כ"ק הגה"צ רב דקהלתינו 15 שליט"א, מיט הכלה בת הגה"צ ר' יעקב שרגא פייוויל זינגער רב דביהמ"ד תפארת שמואל בן הגה"צ אבד"ק וראש ישיבת אלכסנדר חתן הגה"צ ר' יקותיאל טייטלבוים, אור אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מסטריזוב שליט"א,
צוגעשטעלט געווארן דורכן גרויסן פעטער כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א (נאכדעם וואס ביי די חתונה איז די רבי געווען אין אתרא קדישא מירון) בהיכל ישיבה קטנה "היכל התורה" וומ"ס, פאר נכדי רביה"ק זי"ע, און פאר די תלמידי הישיבה ווי די אבי החתן דינט אלס מגי"ש.
שישו ושמחו בשמחת רביה"ק זי"ע
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
פרייטאגכ"ד סיון תשפ"א6/4/2021
באריכט
קול רנה וישועה באהלי צדיקים
דעם שב"ק קומט פאר די שמחת עלי לתורה פון נכד רביה"ק זי"ע החתן בן הגה"צ ר' אברהם מאיר האלבערשטאם דומ"ץ קהלתינו 18 ב"פ בן הגה"צ אב"ד טשאקאווא שליט"א חתן כ"ק הגה"צ רב דקהלתינו 15 שליט"א, מיט הכלה בת הגה"צ ר' יעקב שרגא פייוויל זינגער רב דביהמ"ד תפארת שמואל בן הגה"צ אבד"ק וראש ישיבת אלכסנדר חתן הגה"צ ר' יקותיאל טייטלבוים, אור אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מסטריזוב שליט"א, קומט פאר בבית מדרשינו אויף 18'טע עוועניו אין בארא פארק.
שישו ושמחו בשמחת רביהק זי"ע
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
זונטאגי"ב סיון תשפ"א5/23/2021
באריכט
🌴 שב"ק פרשת נשא בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א 🌴
פרייטאג נאכמיטאג 8:40 איז די רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרה"ח ר' יחיאל רובין, נאכן דאווענען איז מען אריבער זאגן גוט שבת, און סאיז פארגעקומען די אפיעל פאר ישיבה לספרדים עטה"ק, א קורצע צייט נאכן דאווענען איז די רבי אריינגעקומען צום עשה"ט אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, אשת חיל: די אייניקיל הב' מאיר אליעזר בן הגה"צ ר' ברוך, הגבהות הכוס לקידוש: החתן הרב שמעון ט"ב נכד כ"ק הגה"צ רב דקהלתינו 15 שליט"א, כל מקדש: הרה"ח ר' ישראל לאנדא -וומ"ס, מנוחה ושמחה: ר' יעקב פישער -ב"ב, די רבי האט געזאגט תורה אויף די פרשה פון ברכות כהנים און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון עד ועד בכלל, קה אכסוף: הגה"צ ר' קלמן האלבערשטאם אב"ד צאנז ק"י ומנהל בישיבתינו "מתיבתא הקדושה" -סניף קדושת יואל, בענטשן: הגה"צ ר' מענדל פאנעט בן כ"ק אדמו"ר מדעעש בני ברק שליט"א, עובדות וסיפורים דעי וואך האט די רבי פארציילט פון זקינו מרן הרה"ק ר' שלום אליעזר מראצפערט זי"ע הי"ד וואס די יארצייט געפאלט דאנערשטאג ט"ז סיון, קה רבון עלם: הרה"ח ר' יעקב פוקס -ירושלים, ביי די פירות זענען די חתנים דורך, אז ביום השביעי: הרבני הנגיד ר' ישראל שיפף ראהק דקהלתינו מאנסי, מען האט געענדיגט 1:35.
שב"ק צופרי איז די רבי אריינגעקומען 9:40, פסוקי דזמרה: הרה"ג ר' אנטשיל ווייס, צו שחרית איז די רבי צוגעגאנגען, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' ישכר בער הירש, פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' דוד שמואל גאלדבערגער, עליות, כהן: הרה"ח ר' משה אוריאל גברא -וומ"ס, לוי: הרה"ח ר' שלמה קלאגסברוין, שלישי: החתן ב"ר יודא שניצער, רביעי: הרה"ג ר' שלמה זאבעל דיין ביהמ"ד בית דוב דקהלתינו הק', חמישי: החתן ב"ר יואל מערץ, שישי: רבינו שליט"א, נאכן עולה זיין האט די רבי געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת אצל: ר' יעקב מענדלאוויטש, הרה"ג ר' אייזיק גליק, ר' אייזיק הערש בר"י שפילמאן, ר' מרדכי יאקאבוויטש, ר' יואל דוד לוסטיגמאן, שביעי: החתן ב"ר חיים וועצבערגער, החתן ב"ר שלמה קליין, החתן ב"ר פסח חיים קרעמער, הרה"ג ר' יצחק מוצען -וומ"ס, אחרון: החתן ב"ר אנטשיל ווייס, מפטיר: הרה"ח ר' שלום יצחק יאקאבאוויטש -וומ"ס, הגבה: הרה"ח ר' שלמה קליין, גלילה: הרה"ח ר' יודא שניצער, מוסף: הרה"ח ר' שלמה קלאגסברוין, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' פסח חיים קרעמער, מען האט געענדיגט 12:40.
קול רנה וישועה באהלי צדיקים אין שטוב ביים קידוש האט מען געזינגען לכבוד די שמחת הקידושא רבה פון נכדת רבינו שליט"א בת הנולד להרב ליפא רובין חתן הגה"צ ר' ברוך, און מאיז אריבער וואונטשן מזל טוב, די שמחת הקידוש איז פארגעקומען אין ביהמ"ד ראפשיץ אין בארא פארק, ויקרא שמה בישראל פעסיל לאה נאך הרבנית הצדיקת מחברתה הטהורה פון רביהק זי"ע בעל ברך משה, שישו ושמחו בשמחת רבינו
צו מנחה ושל"ש איז די רבי אריינגעקומען 8:45, מנחה: הרר אלחנן טויב, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יחזקאל וויינבערגער -וומ"ס, כהן: הרה"ג ר' אייזיק גליק, לוי: הרה"ח ר' שמואל דוד וויינבערגער, שלישי: הגה"צ ר' שמעי' גרינבוים, הגבה: רבינו שליט"א, גלילה: הרה"ח ר' יואל בר"מ מיטלמאן, ביי של"ש האט די רבי מכבד געווען מיט אודה: הרה"ח ר' נח גפן, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין, ביי די תורה האט זיך די רבי געשטעלט אויפן פסוק 'יברכך ה' וישמריך' און געטייטשט בדרך מוסר אז סאיז דא 2 אופנים ווי אזוי השי"ת ריפט אידישע קינדער, איינס 'קורה לה והוא באה' 2'טע 'הכישה במכל', כדי זוכה צו זיין בקריאה של חיבה איז נאר דורך עוסק זיין בתורה, און ארומגערעדט איבער די טראגעדיעס וואס כלל ישראל האט ליידער יעצט מיטגעמאכט בכמה מקומות מיט דעם הכישה במכל און מעורר געווען אויף לימוד התורה, ידיד נפש: הרה"ח ר' יצחק מארקאוויטש, קל מסתתר: הרה"ח ר' הערשל בר"א לעווי, די רבי האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות, מעריב מוצ"ש: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין, נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גיטע וואך מען האט געענדיגט 11:10.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
דאנערשטאגט' סיון תשפ"א5/20/2021
באריכט
קול רנה וישועה באהלי צדיקים
היינט קומט פאר די שמחת התנאים פון נכד רביה"ק זי"ע החתן הרב שמעון ט"ב ממציוני תלמידי ישיבתינו "מתיבתא הקדושה" בן הגה"צ ר' ליפא אב"ד סאסוב ב"פ בן כ"ק אדמו"ר מסאסוב שליט"א וחתן כ"ק הגה"צ רב דקהלתינו 15 שליט"א, מיט הכלה בת הגה"צ ר' יואל מענדל אשכנזי שליט"א אב"ד קאריץ ב"פ בן הגה"צ אבד"ק אלעסק שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מספינקא י"ם שליט"א, קומט פאר באולם בית אסתר אין בארא פארק.
מארגן נאך שחרית בהיכל ישיבתינו "מתיבתא הקדושה" -סניף דברי יואל וועט פארקומען די גרויסע מסיבת לחיים בראשות די גרויסע פעטער כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
שישו ושמחו בשמחת רביה"ק זי"ע
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
דינסטאגכ"ט אייר תשפ"א5/11/2021
באריכט
קול רנה וישועה באהלי צדיקים
היינט קומט פאר די שמחת הברית מילה פון נכד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בן הנולד לנכדו הרב מאיר אליעזר מייזליש בן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א -חדב"ן חתן הגה"צ ראש ישיבת דושינסקיא שליט"א, קומט פאר אין ביהמ"ד הגדול דושינסקיא בירושלים עיה"ק ארום 2:00, און ארום 3:30 די "סעודת ברית מילה" לכל הקהל הקודש בבית מדרשינו הגדול ירושלים בראשות די גרויסע זיידע כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א און די זיידע הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א וואס איז צוגאסט אין ארה"ק לכבוד די שמחה.
שישו ושמחו בשמחת רבינו
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
דאנערשטאגי"ט ניסן תשפ"א4/1/2021
באריכט
ימים הראשונים של יו"ט פסח בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בקרב קהילתינו הק' קרית יואל.
ביים זמן הדלקה"נ איז די רבי אריינגעקומען צו מעריב בביהמ"ד הגדול און ביי הלל צוגעגאנגען, נאכן דאווען איז די ארויף אויפן ארון קודש און געווינטשן גוט יו"ט, און דערנאך געגאנגען אין מקוה און אהיים, און שטוב האט די רבי געזאגט פקודא בתר דא, און אריינגעקומען צום הייליגן סדר ווי עס האט געהאט די זכיה מיטצוהאלטן די עבודת הקודש די הונדערטער חתנים תלמידי ישיבתינו הק' 'כתשולי זיתים סביב אמירת הגדה ודברי תורה מצות הלילה ואמירת הלל בהשטפחות הנפש' במשך די סדר האט די רבי געזאגט 13 מאל תורה, די ערשטע סדר האט די רבי געגעסן די אפיקומן פאר חצות, מען האט געענדיגט ארום 3:30, אין צימער האט די רבי געזאגט שיר השירים. די ערשטע טאג איז די רבי אריינגעקומען צו שחרית 11:00 און צו הלל צוגעגאנגען, פאר מוסף איז די רבי ארויס און אריינגעקומען מיטן קיטל און צוגעגאנגען צו "טל" בהשתפכות הנפש. "קול רנה וישועה באהלי צדיקים" נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה פון נכד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בן הנולד לנכדו הרב חיים יעקב רוקח חתן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, ויקרא שמו בישראל מאיר נאכן זיידן קאזלאווא רבי זצ"ל, ביים מיטאג טיש איז פארגעקומען די סעודת ברית און מען האט געזינגען לכבוד די שמחה, מיט בענטשן איז מכובד געווארן הגה"צ ר' שמעון זאב און האט געזינגן די הרחמן, -ביים מיטאג טיש האבן אויך מיטגעגעסן די חתנים מחוץ לעיר-
"כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשניה די הייליגע סדר די צווייטע נאכט" די רבי האט געזאגט 13 מאל תורה, ארום 3:30 איז די רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול און געציילט ספירה בקול חוצב לאהבות אש, און דערנאך ממשיך געווען די זמירות ודברי תורה אין ביהמ"ד הגדול. די צווייטע טאג איז די רבי אריין צו שחרית 11:05, מוסף האט געדאווענט פארן עמוד הגה"צ דומ"ץ ק"י שליט"א -ביים מיטאג טיש האבן אויך מיטגעגעסן די חתנים מחוץ לעיר- מיט בענטשן איז מכובד געווארן הגה"צ ר' יואל שליט"א רב דביהמ"ד בית ברוך.
ותתן לנו ה' אלוקינו חגים וזמנים לששון את יום חג המצות הזה