פרייטאגי"ד מנחם אב תשפ"א7/23/2021
ווייטערדיגע בוי ארבעט נעבן אוהל הק' אינעם בית החיים דקהלתינו הק' בקרית יואל, צו פארענדיגן די חדר נטילת ידים וביה"כ -אויף כ"ו אב יומדהל"ק מרביה"ק זי"ע- פאר די באקוועמליכקייט פון די טויזענטער אידן וואס קומען פוקד זיין די ציוני מרנן רבותינו הקדושים זי"ע במשך די יאר.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ארבעט ביים איבערמאכן די עיר קאנדישן סיסטעם אינעם "היכל התורה - היכל ראזענבערג" בבית מדרשינו הגדול בקרית יואל, להנאות לב פון די טויזענטער לומדי התורה.
▫️סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מיטוואךי"ב מנחם אב תשפ"א7/21/2021
מאסיווע הרחבת גבולי הקדושה אינערהאלב מוסדות קרית יואל מיט אירע אריבער 10,000 קינדער בליעה"ר
אפדעיטס פון די נייע גיגאנטישע בניני המוסדות.
דער ריזן מבצר אדיר והמפואר לתלמיד תורה "בנין קליין"
בנין החדש והמפואר "בנין גאלדשטיין"
בנין ישיבה קטנה החדש והמפואר
בנין האדיר והמפואר לבית רחל "בנין לאה אסתר"
=ופרצת ימה וקדמה=
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
פרייטאגז' מנחם אב תשפ"א7/16/2021
העפטיגע צוגרייטונגען אהער שטעלנדיג פלענער מיט גרויסע ארכיטעקטן צו פארברייטערן דעם ביהמ"ד הגדול בקהלתינו הק' אין לאנדאן הבירה פאר די הייליגע טעג און ימים טובים.
▫️סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
דאנערשטאגו' מנחם אב תשפ"א7/15/2021
די ווייטערדיגע ארבעט ביים מולטי מיליאן דאלאר'דיגע פראיעקט לפאר ולרומם בית ה' בית גדול וקדוש בית מדרשינו הגדול בקרית יואל צו הערליך איבערצובויען און פארשענערן די צענטראלע מקוה.
בנדבת הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש קליין.
=הערליך פארענדיגט געווארן די לינקע זייט פונעם מקוה און וועט אריינגיין אין באניץ בס"ד מארגן דאנערשטאג בשעטו"מ=
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בקרב קהלתינו הק' לאנדאן האט מען אין דעי טעג איבערגעמאכט די לעקטערס אינעם ברייט בארימטע היכל התורה היכל ישעי זאב בבית מדרשינו הגדול, להנאות לב פון די הונדערטער לומדי התורה במשך די טאג,
די ארבעט איז דורך געפירט געווארן אין די שפעטע נאכט שעות נישט צו מבטל תורה זיין פון די לומדים, די פראיעקט איז נתנדב געווארן דורכן ראה"ק הרבני הנגיד ר' אשר זעליג לעוו הי"ו.
▫️סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מאנטאגג' מנחם אב תשפ"א7/12/2021
די ווייטערדיגע ארבעט ביים מולטי מיליאן דאלאר'דיגע פראיעקט לפאר ולרומם בית ה' בית גדול וקדוש בית מדרשינו הגדול בקרית יואל צו הערליך איבערצובויען און פארשענערן די צענטראלע מקוה.
בנדבת הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש קליין.
=הערליך פארענדיגט געווארן די ערשטע פאזע פון די נייע שאוער"ס און איז אריין אין באניץ דעם פארגאנגענעם פרייטאג בשעטו"מ=
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
החזקת מורשת אבותינו מוסדות יטב לב בארה"ק
דינער לטובת "מוסדותינו הק' יטב לב בארה"ק" בקרב קהלתינו הק' לאנדאן פארגאנגענעם ליל שישי מטו"מ, די מעמד איז פארגעקומען אינעם עזרת נשים העכערן ביהמ"ד הגדול מיט די באטיילונגונג פון א ריזן ציבור אנ"ש תושבי לאנדאן בהשתתפות הגה"צ אב"ד ור"מ קהלתינו לאנדאן שליט"א, וועלעכע האבן זיך גאר ווארעם אנגעריפן לטובות די הייליגע מוסדות ביד נדבה וברוח נדיבה.
אלקא דמאיר עינינו
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
פרייטאגכ"ט תמוז תשפ"א7/9/2021
והאראינו בבנינו ושמחינו בתיקונו
מיט גרויס פרייד נעמען תושבי קרית יואל אויף אז אין די יעצטיגע טעג האט זיך בשטו"מ אנגעהויבן די בוי ארבעט אויפצובויען די מבצר אדיר לתורה ולתפלה די צענטראלע "ביהמ"ד דקהלתינו הק' בשכונת ויואל משה" וואס וועט זיין א לייכט טורם פארן גאנצן אומגעגענט.
אז החלו לבנותו, בורא עולם בקנין השלם זה הבנין
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
דאנערשטאגכ"ח תמוז תשפ"א7/8/2021
אלקא דמאיר עינינו
בקרב קהלתינו הק' לאנדאן קימט היינט פאר די רייכע דינער לטובת מוסדות "יטב לב" בארה"ק קימט פאר בעזרת נשים אין בית מדרשינו הגדול בלאנדאן.
צאו בהמוניכם להחזקת מורשת אבותינו מוסדות יטב לב בארה"ק
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מיטוואךכ"ז תמוז תשפ"א7/7/2021
מזל טוב סאטמאר!!!
מזל טוב וויליאמסבורג!!!
די ווייטערדיגע ארבעט ביים מולטי מיליאן דאלאר'דיגע פראיעקט לפאר ולרומם בית ה' בית גדול וקדוש בית מדרשינו הגדול בקרית יואל
ארבעט ביים נייעם אריינגאנג צים ווייבער שול ביים דרום פליגל.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️