בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

באריכטן

← ווייזט אלעס

פרייטאגז' מנחם אב תשפ"א7/16/2021

באריכט
רב לך שב"ת בעמק הבכה

דעי וואך שב"ק פ' דברים - שבת חזון איז די דריטע פון די 4 שבתים וואס כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וויילט אויף מנוחת הנפש אין בעטלעהם ניו העמפשיר, די תפילות ועריכת השלחנות בבית מדרשינו "מחזיקי הדת" דקהל יראים אין שטאט.

זמנים לשב"ק אין ניו העמפשיר
זמן הדלקה"נ 8:12
זמן מוצאי שב"ק 9:39.08.

דעי וואך וויילן במחיצת הקודש תלמידי ישיבתינו מתיבתא הקדושה "סניף ברך משה".

ליל שב"ק וועט די רבי אריינקומען צום עריכת השלחן הטהור ארום 15 מינוט נאכן גוט שבת זאגן אינאיינעם מיט די ציבור אנ"ש אין די תלמידי הישיבה וועלעכע וויילן במחיצת הקודש, שב"ק צופרי וועט די רבי אריינגעקומען ביים סעודה צו די זמירות ודברי תורה, מוצש"ק וועט נישט זיין קיין הוק-אפ פון של"ש.

בכו תבכה בלילה
תפילת מעריב וקריאת מגילת איכה, מוצ"ש בערך בשעה 10:00.

יהו"ר שהימים האלו יתהפכו לששון ולשמחה

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
פרשת דברים בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א במקום הנופש בעטלעהעם, ניו העמפשיר


=זונטאג=

במשך די וואך האט געוויילט במחיצת הקודש הגה"צ דומ"ץ מעליץ שליט"א.

ארום 8:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו שחרית בבית מדרשינו מחזיקי הדת קהל יראים בעטלעהעם. נאכן דאווענען זענען די פולע געסט פון שבת אריבער זיך געזעגענען.

אזוי אויך האט רבינו שליט''א איבערגעקוקט די רשימה פון די פרישע חתנים במשך די לעצטע צייט אין ישיבה גדולה שיעור ד'.

אויפן וועג אהיים פון ביהמ''ד האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער איבער די מנהג פון רביה"ק זי"ע נישט צו זאגן תחנון ווען מען איז נישט אינדערהיים, און איבער די נסיעה פון הרה"ק משינאווא זי"ע קיין ארה"ק בשנת תרכ"ט.

=מאנטאג=

ארום 8:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו שחרית בבית מדרשינו מחזיקי הדת קהל יראים בעטלעהעם. פארן דאווענען האט רבינו שליט''א געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר אברהם שמואל פריעדלענדער -קרית יואל.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור. רבינו שליט''א האט געוואונטשן ברכת קדשו, און עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער עולה זיין מפטיר פאר די בר מצוה און איבער נאך מנהגים ביי די בר מצוה. אזוי אויך האט רבינו שליט''א פארציילט עובדות וסיפורים פון רבותינו הק'.

וקוי ה' יחליפו כח יעלו אבר כנשרים. אין די פארמיטאג שעות איז רבינו שליט''א געגאנגען שפאצירן כרגיל בנאות דשא, ווי ס'איז פארפירט געווארן הערליכע שמועסן בדברי תורה וחסידות, מנהגי קודש וסיפורי צדיקים, ובדברים העומדים על הפרק, א שפאציר וואס איז "כמים קרים על נפש עייפה" וואס וועט בלייבן איינגעקריצט אין זכרון ביי די באטייליגטע. ציווישן די ענינים וואס רבינו שליט''א האט ארומגערעדט איז געווען די נושא איבער די שקיעה ביי געגענטער וואס געפינען זיך אויף בערג -ווי ניו העמפשיר, פאלם ספרינגס, קרית יואל, ירושלים, און וואס א חילוק דא מאכט אויס לגבי די זמנים. אזוי אויך האט מען ארומגערעדט איבער די גזירת ביי כלל ישראל במשך די דורות, גזירת ת"ח ות"ט, איבער די קרייץ צוגן און אירע איבערפאלן אויף די אידישע ישובים, איבער די גזירות המלבושים אין רוסלאנד, און די מלחמה וואס די גדולי ישראל האבן געפירט דערקעגן.
נאכן שפאציר זענען עטליכע געסט פון שבת אריבער זיך געזעגענען.

אויפן וועג אהיים נאך תפילת מעריב בבית המדרש, האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די השגחה און די כשרות פון די מקוה אין בעטלעהעם, ניו העמפשיר.


=דינסטאג=

ארום 8:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו שחרית בבית מדרשינו מחזיקי הדת קהל יראים בעטלעהעם.

ביינאכט פאר מעריב האט דער רבי געצינדן 5 ליכט לרגל די יומדהל"ק פונעם אר"י הקדוש זי"ע.

אויפן וועג אהיים האט רבינו שליט''א פארציילט איבער די קורות ימי חייו פונעם אר"י הקדוש זי"ע.


=מיטוואך=

ארום 8:35 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו שחרית בבית מדרשינו מחזיקי הדת קהל יראים בעטלעהעם. פאר'ן דאווענען האט רבינו שליט''א געצינדן 5 ליכט לרגל די יומדהל"ק פונעם אר"י הקדוש זי"ע.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים ווי רבינו שליט''א האט דערציילט לענגערע עובדות וסיפורים פונעם בעל הילולא זי"ע, ובפרט איבער די קברים וואס דער אר"י הקדוש האט אנטפלעקט.

און די פארמיטאג שעות ארום 11:30 איז דער רבי געגאנגען שפאצירן בנאות דשא ווי ס'איז פארפירט געווארן הערליכע שמועסן בדברי תורה וחסידות, מנהגי קודש וסיפורי צדיקים, ובדברים העומדים על הפרק. צווישן אנדערע האט מען ארומגערעדט א לענגערע צייט איבער "נגונים" אין דער אלטער היים, איבער נגונים וואס איז אויסגעלייזט געווארן פון די גוים דורך די צדיקים, און איבער נוסחאות התפלה ביי צדיקים לבית ראפשיץ, בלאזוב, צאנז, דינוב. אזוי אויך האט רבינו שליט''א פארציילט איבער די תנועות וואס רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע פלעגט זיך אונטערזינגען ביי פארשידענע געלעגנהייטן, ובפרט איבער די ניגון "אדיר הוא יבנה ביתו בקרוב" פסח ביים סדר, וואס איז געווען פון די געהויבענסטע מינוטין ביים סדר.


=דאנערשטאג=

ארום 8:40 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו שחרית בבית מדרשינו מחזיקי הדת קהל יראים בעטלעהעם.

און די פארמיטאג שעות ארום 11:15 איז דער רבי געגאנגען שפאצירן בנאות דשא ווי ס'איז פארפירט געווערן הערליכע שמועסן בדברי תורה וחסידות, מנהגי קודש וסיפורי צדיקים, ובדברים העומדים על הפרק. צווישן אנדערע ענינים האט מען ארומגערעדט איבער פארשידענע מנהגים איבער זינגען ביים דאווענען, עובדות וסיפורים פון צדיקים הקודמים בעניני חופה וקידושין.

נאך מעריב האבן שלום גענומען עטליכע געסט וואס זענען געקומען מיטלעבן דעם געהויבענעם שבת במחיצת הקודש אין ניו העמפשיר.

אויפן וועג אהיים האט מען ארומגערעדט צווישן אנדערע הלכות ערב תשעה באב שחל בשבת.
=פרייטאג עש"ק=

ארום 8:40 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו שחרית בביהמ"ד קהל יראים,

נאכן דאווענען האבן עטליכע תלמידי הישיבה איבערגעגעבן פאר רבינו שליט''א תירוצים אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט. דער רבי האט איבערגעקוקט די תירוצים און געשעפט א געוואלדיגן קורת רוח

דערנאך זענען אריבער געגאנגען צענדליגער געסט שלום נעמען, זקנים ונערים, וועלכע זענען זיך געקומען מסתופף זיין במחיצת הקודש און מיטהאלטן דעם געהויבענעם שבת אין ניו העמפשיר.

אויפן וועג אהיים האט זיך פארצויגן א שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה אין די נייע געגענטער אין וויליאמסבורג, אזוי אויך האט מען ארומגערעדט בנוגע תפלה בציבור און איבער לערנען ערב תשעה באב.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

זונטאגב' מנחם אב תשפ"א7/11/2021

באריכט
=חלק ב' המשך באריכט שב"ק פרשת מטו"מ=

צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 8:55, מנחה: הרה"ח ר' אלחנן טויב, הוצאה והכנסה: הגה"צ ר' מאיר צוויבל. בעל קורא: נכד רבינו הרב יוקל, כהן: הרה"ח ר' ישראל לאנדא -ב"פ, לוי הב' ב"ר יוסף משה אונגאר, שלישי: הרה"ח ר' אהרן הערש וועבער -וומ"ס, הגבה: רבינו שליט"א. גלילה: הב' רפאל ב"ר משה יוסף ווערטהיימער.

ביי של"ש האט רבינו שליט''א מכבד געווען מיט אודה: נכדו הרב יוקל, שיר המעלות: הרה"ח ר' שמואל עקשטיין, ביי די תורה האט זיך די רבי געשטעלט אויפן מסורה פון דריי מאל "נחנו" און געטייטשט בדרך מוסר אז יעדער ווייסט באזוך נגעו לבבו, אבער ס'איז דא א מליצה ישרה אז אידישע קינדער גלייבן אינעם איין איינציגע באשעפער והוא אחד ואין שני, במילא אפילו סאיז דא א פגם האט עס א דין פון א אישה ששברה בבית בעלה, און ממשיך געווען בדברי מוסר איבער זהירות במצוות עשה פון קרי"ש בזמנה, יעצט אין דעי טעג וואס מען איז מתאבל על חורבן ירושלים וואס איז געקומען שבטלו קרי"ש שחרית וערבית, דארף מען זיך מתבונן זיין 'כל דור שלא נבנו בימיו כאילו נחרב' מען איז מזלזל אין די מצוות עשה, אפילו מען ליינט קרי"ש בזמנה, אבער מצוות צריכות כוונה מדארף מכוון זיין, מיט דעם זכות זאל מען זוכה זיין "והימים האלו יתהפכו לששון ולשמחה".

ידיד נפש: הרה"ח ר' יצחק יוסף גראד -וומ"ס, קל מסתתר: הרה"ח ר' יוסף הערש גרינפעלד, דער רבי שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס, מעריב מוצ"ש: הרה"צ ר' חיים בנימין כהנא מספינקא ק"י, נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט 11:30.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
שב"ק פרשת מטו"מ ר"ח מנחם אב בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א במקום הנופש בעטלעהם ניו העמפשיר.

די וואך האבן געהאט די זכיה מיטצוהאלטן דעם שבת קודש בצל הקודש, א קבוצה מתלמידי ישיבתינו "מתיבתא הקדושה" - סניף "ויואל משה" און סניף "עצי חיים" שיעור ג'.

פרייטאג צונאכטס ארום 9:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרה"ח ר' יוסף משה אונגאר - מאנסי, נאכן דאווענען איז מען אריבערגעגאנגן גוט שבת זאגן און די געסט האבן שלום גענומען.

א קורצע צייט נאכן דאווענען בערך 10:55 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה"ט אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא און די פילצאליגע געסט. אשת חיל: הרב יוקל בן הגה"צ ר' ברוך חדב"נ. הגבהות הכוס לקידוש: הגה"צ ר' מאיר צוויבל שליט"א ר"מ ומשפיע בישיבתינו הק'.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען כל מקדש: הגה"צ ר' מאיר צוויבל, מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' בעריש גראס -מאנטריאל. רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויף די מסורה "נחנו נעבור חלוצים, נחנו פשענו ומרינו, כלנו בני איש אחד נחנו", און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון מין במינו. קה אכסוף: הרה"ג ר' אנטשיל קארפען ר"מ בסניף ויואל משה. בענטשן: האדמו"ר מזדיטשוב חרדים שליט"א. עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א פארציילט פונעם "אר"י הקדוש" וואס די הילולא קדישא געפאלט מיטוואך ה' אב. קה רבון עלם: הרה"ג ר' מרדכי אהרן זאבעל ר"מ בסניף ויואל משה, די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות. אז ביום השביעי: הרה"ח ר' יעקב יושע פאלאטשעק -מאנטריאל, מען האט געענדיגט ארום 2:00.

שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 9:40. פסוקי דזמרה: הרה"ג ר' אנטשיל קארפען, צו שחרית והלל איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען.
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם ווידער, און הרה"ח ר' מאיר לייב ווערטהיימער, פסוקי שמע ישראל: הגה"צ ר' מאיר צוויבל, בעל קורא: הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש -משב"ק.
עליות: כהן: הרה"ג ר' לוי יצחק בארזעסקי -מנהל סניף ויואל משה, לוי: החתן ב"ר יוסף משה אונגאר, שלישי: הרה"ח ר' אברהם ווידער, רביעי: האדמו"ר מזידיטשויב חרדים, חמישי: הגה"צ ר' מאיר צוויבל, שישי: רבינו שליט"א, - די עלי' פון רבינו שליט''א איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' יוסף משה אונגאר. דער רבי האט זיך באדאנקט און געהייסן מאכן א מי שברך פאר אים. שביעי: הרה"ח ר' יעקב יצחק שטיינמעץ, הוספות: הרה"ח ר' אליעזר ווייס, הרה"ח ר' טובי גאלדשטיין -וומ"ס, הרה"ח ר' גרשון מענדל ניימאן, הרה"ח ר' יוסף הערש גרינפעלד -מאנטריאל, ר' שמעון הירש, ר' יצחק שמואל שווארץ, הרה"ג ר' שלמה סקולע -משגיח בסניף עצי חיים, הרב ר' יוקל טייטלבוים, ר' וואלף בר"מ לאנדא, ר' משה בערנאטה, ר' עמרם יצחק וויינשטאק, ר' אברהם יודא ארענשטיין, הר"ר יוסף מאסרי -משגיח בסניף ויואל משה, הב' ב"ר יוסף מנחם פרידריך, ר' אשר לעמל שווארץ, אחרון הרה"ח ר' יוסף משה אונגאר, הגבה די ערשטע ספר: ר' פנחס אלימלך גליק, גלילה: הב' ב"ר יצחק פארגעס, מפטיר וקריאת ר"ח: ר' יעקב אליעזר ווצב"ג, הגבה די צווייטע ספר: הרה"ג ר' בעריש גראס, גלילה: ר' אברהם וואלף בעק -בארא פארק.

כמנהג רבותינו הק' האט מען געזאגט די הפטורה פון ר"ח "השמים כסאו", מוסף האט רבינו שליט''א געדאווענט פארן עמוד לכבוד ראש חודש. פתיחה לאנעים זמירות: ר' חיים פאלאטשעק. מען האט געענדיגט 1:45.

ארום 3:40 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו די זמירות ביים מיטאג טיש, מען האט אריינגעברענגט קיגל און לחיים און א עקסטערע קיגל לכבוד ר"ח. מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען: ברוך ה' יום יום: הרה"ח ר' אליעזר ווייס, ברוך קל עליון: הרה"ח ר' גרשון מענדל ניימאן, ברכו נפשי: הרה"ח ר' שלמה הערש בר"מ עקשטיין. די תורה איז געווען אויפן מסורה פון דריי מאל "נחנו" און געטייטשט בדרך דרוש אז אפילו מען קען נאר טוהן א חלק פון א מצוה האט עס אויך א חשיבות ביים רבש''ע. בענטשן: הרה"ג ר' לוי יצחק בארזעסקי, מען האט געענדיגט 4:30.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
לפני מי אתם מטהרין

מעמד יציקת הבורות פאר די נייע פראכטפולע מקוה המהודרת פארגעקומען אין מחנה חכמת התורה מאנטיסעלאו.

ווי שוין געמאלדן האט די הנהלת ממלכת התורה שע"י מוסדותינו הק' אין וויליאמסבורג אפגעקויפט היי יאר דעם קעמפ פאר די תלמידי ישיבה חכמת התורה, און די געטרייע הנהלה איז תומ"י אריינגעשפרינגן אין א גראנדיעזן פראיעקט צו בויען א צוויי שטאקיגן בנין מפואר וואס אנהאלט (אויבן) א הערליכע היכל ביהמ"ד מיט די צוגעהערן דערצו, און (הינטן) א מקוה מפוארה, וואס די בורות דערפון זענען יעצט געגאסן געווארן מיט אלע הידורים און די ארבייט ווערט אי"ה ווייטער פארגעזעצט מיט א אימפעט צו זיין גרייט צום באנוץ בעז"ה אויף תיכף נאך ת"ב.

דער מעמד איז פארגעקומען ביום ג' פ' מטו"מ, בראשות הגה"צ אבדק"ק ור"מ קהלתינו וומסב"ג שליט"א, און די ארבייט איז אהנגעגאנגן אינטער די השגחה תמידית פון הגאון ר' הערש לייב בערנשטיין שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד 'בית מנחם צבי' שע"י קהלתינו הק' און יו"ר רבני וועד הכשרות קר"י. אזוי אויך האבן זיך באטייליגט די רמ"י הישיבה אינטער די פירערשאפט פונעם חשובן מנהל הרה"ג ר' משה אשר צאהלער שליט"א.

תיכף נאך די יציקת הבורות איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל ביהמ"ד החדש, ווי די בחורים האבן געזונגן פאסענדע ניגונים לכבוד המאורע, און דער רב שליט"א האט אויפגעטרעטן מיט דברי תורה וחיזוק פאר די תלמידי הישיבה.

מקוה ישראל ה'

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

פרייטאגכ"ט תמוז תשפ"א7/9/2021

באריכט
כשהמלך בשדה

דעי וואך איז די צווייטע פון די 4 שבתים וואס כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וויילט אויף מנוחת הנפש אין בעטלעהם ניו העמפשיר, די תפילות ועריכת השלחנות בבית מדרשינו "מחזיקי הדת" דקהל יראים אין שטאט.

זמנים לשב"ק אין ניו העמפשיר
זמן הדלקה"נ 8:16
זמן מוצאי שב"ק 9:44.

דעי וואך וויילן במחיצת הקודש תלמידי ישיבתינו מתיבתא הקדושה "סניף ויואל משה" און "סניף עצי חיים" - שיעור ג'.

ליל שב"ק וועט די רבי אריינקומען צום עריכת השלחן הטהור ארום 15 מינוט נאכן גוט שבת זאגן אינאיינעם מיט די ציבור אנ"ש אין די תלמידי הישיבה וועלעכע וויילן במחיצת הקודש, שב"ק צופרי וועט די רבי אריינגעקומען ביים סעודה צו די זמירות ודברי תורה, מוצש"ק וועט זיין א הוק אפ פון של"ש פון ארום 10 מינוט נאכן זמן אויף קול סאטמאר.

בזמן שהצדיק בעיר

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
🌴 פרשת מטו"מ בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א במקום הנופש בעטלעהעם, ניו העמפשיר -חלק ב'- 🌴

=מיטוואך=

אין ניו העמפשיר זענען אנגעקומען די מציוני תלמידי ישיבה קטנה "באר התורה" דמוסדותינו הק' וומסב"ג וועלעכע האבן זיך פארהערט אויף מערערע לימודים ווי זיי האבן געהאט די זכיה צו וויילן במחיצת הקודש "א טאג אין ניו העמפשיר", ארום 8:00 איז דער רבי אנגעקומען בבית מדרשינו מחזיקי הדת דקהל יראים בעטלעהעם ווי די בחורים האבן געלערנט אין ביהמ"ד דער רבי האט זיך ארומגערדרייט צווישן די טישן און געשעפט א קורת רוח פון די חשובע בחורים, און געשמועסט מיט זיי בעניני מס' פסחים וואס זיי זענען יעצט עוסק,
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים ווי דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש פאר די בחורי הישיבה, און דערנאך פארטיילט שיריים און מטבעות קודש פאר די תלמידים.

און די שפעטער פארמיטאג שעות איז דער רבי געגאנגען שפאצירן בנאות דשא ווי סאיז פארפירט געווערן הערליכע שמועסן בדברי תורה וחסידות, מנהגי קודש וסיפורי צדיקים, ובדברים העומדים על הפרק, מען האט ארומגערעדט צווישן אנדערע, עובדות וסיפורים פון מרן הרה"ק הישמח משה זי"ע, במשנתו פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע בפרט איבער אייגענע שריט דורך בחורים 'מלובש בקנאות', אויך האט מען ארומגערעדט איבערן "בית השחיטה המהודרת בקרית יואל", און די הרחבת גבולי הקדושה פון אידישע געגנטער איבער ניו יארק.

קה זכות אבות יגן עלינו, מיטוואך נאכט ליל הילולא קדישא של רבינו משה איש אלוקים מרן הישמח משה זי"ע

אין ניו העמפשיר זענען אנגעקומען די תלמידי ישיבה גדולה שיעור ד' ווי יאר יערליך ביומדהל"ק, ביים אנקומען אין ביהמ"ד צו מנחה האט זיך די רבי באגריסט מיט די ראשי הישיבה און די תלמידים, ווי אלע זענען אדורך שלום נעמען.

פאר מעריב האט דער רבי געצינדן 5 ליכט און צוגעגאנגן צום עמוד לכבוד הילולת זקינו הק' זיע"א.

נאך מעריב איז פארגעקומען די "סעודת הילולא" אינאיינעם מיט א סיום מס' עירובין וואס איז געלערנט געווארן דורך די תלמידי הישיבה, דער רבי האט זיך געוואשן צו די סעודה, נאך די זופ האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון זקינו בעל ההילולא, נאך די דבר"ק האט דער ראש ישיבה הגה"צ ר' ארי דוב קארנבלי שליט"א געמאכט דעם "סיום" און דערנאך האט אים דער רבי מכבד געווען מיט 'מכתם לדוד', דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש במשנתו פונעם בעל הילולא און מסיים געווען מיט גאר ווארימע ברכות פאר די בחורים און צו גוטע שידוכים במהרה, דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס. מען האט געענדיגט ארום 11:45, אויפן וועג אהיים האט דער רבי ווייטער דערציילט עובדות וסיפורים פונעם בעל ההילולא.
*

=דאנערשטאג - ביומא דהילולא קדישא=

ארום 8:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו שחרית בבית מדרשינו מחזיקי הדת קהל יראים בעטלעהעם עס האבן מיטגעדאוונט תלמידי ישבה גדולה שיעור ד', פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן 5 ליכט לרגל די הילולא קדישא.

ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי, דעם רבינ'ס עליה איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' דוד מזרחי, נאכן עולה זיין האט זיך דער רבי באדאנקט.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די מסיבת לחיים ווי דער רבי האט געוואונטשן קורצע ברכות הקודש.

אויך האבן עטליכע תלמידי הישיבה איבערגעגעבן פארן רבי'ן תירוצים אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט, דער רבי האט איבערגעקוקט די תירוצים און געשעפט א געוואלדיגן קורת רוח

אויך האבן שלום גענומען עטליכע געסט וואס זענען געקומען מיטלעבן דעם געהויבענעם שבת במחיצת הקודש אין ניו העמפשיר.
*

=פרייטאג עש"ק=

ארום 8:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו שחרית בביהמ"ד קהל יראים,
צווישן אנדערע האבן זיך אנגעזעהן האדמו"ר מזידיטשוב חרדים שליט"א, און הגה"צ אב"ד מעליץ שליט"א,

נאכן דאווענען זענען אריבער שלום נעמען צענדליגער געסט, זקנים ונערים, וועלכע זענען זיך געקומען מסתופף זיין במחיצת הקודש און מיטהאלטן דעם געהויבענעם שבת אין ניו העמפשיר.

אויפן וועג אהיים האט זיך פארצויגן א שמועס איבער דעם שיינעם סדר הלימוד משנת מאיר זעליג ליל ששי אין ביהמ"ד זכרון יחיאל מיכל אין קרית ויואל משה מאנטיסעלאו דורך תלמידי ישיבתינו "מתיבתא הקדושה", און איבער דעם עירוב אין בעטלעהעם ניו העמפשיר, ווי דער רבי האט באטראכט דעם עירוב.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
🌴 פרשת מטו"מ בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א במקום הנופש בעטלעהעם, ניו העמפשיר -חלק א'- 🌴

=זונטאג=

ארום 8:50 איז די רבי אריינגעקומען צו שחרית בבית מדרשינו מחזיקי הדת קהל יראים בעטלעהעם,
פאר'ן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר א בר מצוה בחור ב"ר ישראל יעקב בראך.

נאכן דאווענען האט דער רבי קובע מזוזה געווען אויף די ניי צוגעבויטע חדר התפלה בבית מדרשינו מחזיקי הדת, וועלעכע איז צוגעבויעט געווארן צום ביהמ"ד להרחיב גבולי הקדושה דורכ'ן געטרייען משמש הרה"ח ר' פישל פארקאש הי"ו, לתועלת פון די פולע אנ"ש בליעה"ר וועלכע קומען וויילן במחיצת הקודש אויף די געהויבענע שבתים. דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים ווי דער רבי האט געוואונטשן פאר'ן בר מצוה בחור און ס'האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער עניני חסידות ובפרט איבער טבילה במקוה.

ביינאכט נאך מעריב זענען די פולע געסט פון שבת אריבער זיך געזעגענען.
אויפן וועג אהיים האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע ווען ער איז געווען אויף מנוחת הנפש אין בעלל הארבאר, און איבער די לעצטיגע טראגעדיע אין פלארידע.
*

=מאנטאג=

ארום 8:50 איז דער רבי אריינגעקומען צו שחרית בבית מדרשינו מחזיקי הדת קהל יראים בעטלעהעם.

ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי, דעם רבינ'ס עליה איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' אלחנן שלמה זלמן גראס הי"ו, נאכן עולה זיין האט זיך דער רבי באדאנקט.

וקוי ה' יחליפו כח יעלו אבר כנשרים, און די פארמיטאג שעות איז די רבי געגאנגען שפאצירן כרגיל בנאות דשא, ווי ס'איז פארפירט געווארן הערליכע שמועסן בדברי תורה וחסידות, מנהגי קודש וסיפורי צדיקים, ובדברים העומדים על הפרק, א שפאציר וואס איז "כמים קרים על נפש עייפה" וואס ווערט נישט פארגעסן פון די באטייליגטע

ארום 11:30 פארמיטאג איז דער רבי געגאנגן שפאצירן מען האט ארומגערעדט צווישן אנדערע איבער די הארבע ענינים פון "חרם דרבינו גרשם" - "חרם דרבינו תם" און "צוואת רבי יהודה החסיד".

נאך מעריב אויפן וועג אהיים האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה בקרית מלך רב "קרית יואל".
*

=דינסטאג=

ארום 8:30 איז די רבי אריינגעקומען צו שחרית בבית מדרשינו מחזיקי הדת קהל יראים בעטלעהעם,
פאר'ן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר א בר מצוה בחור ב"ר חיים אלעזר הורוויץ -קר"י.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים דער רבי האט געוואונטשן פאר'ן בר מצוה בחור און ס'האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, צווישן אנדערע האט דער רבי דערציילט פערזענדליכע זכרונות פון די נסיעה למקומות הקדושים בשנת תשנ''ח און איבער דעם שבת אין וויניצא.

אויפן וועג אהיים האט מען ארומגערעדט איבער די פארמערטע צאל לומדים וואס האבן גענומען די בחינה דעם מאנטאג ביים ערשטן פארהער אויף מס' כתובות אינערהאלב חבורת "יסודי התורה" דקהלתינו הק' איבער די גארער וועלט, ווי די רבי האט ארויסגעברענגט זיין געוואלדיגן קורת רוח.

און די פארמיטאג שעות ארום 11:30 איז דער רבי געגאנגען שפאצירן בנאות דשא ווי ס'איז פארפירט געווערן הערליכע שמועסן בדברי תורה וחסידות, מנהגי קודש וסיפורי צדיקים, ובדברים העומדים על הפרק, דער רבי האט דערציילט עטליכע עובדות וסיפורים פון זקינו מרנא ורבנא הגה"ק בעל ישמח משה זי"ע צווישן אנדערע האט דער רבי פארציילט אז ווען דער ישמח משה איז געפארן אויף סיגוט האט מען אים געמאכט דארט א גרויסע קבלת פנים, און דער ישמח משה האט נישט געוואלט ארויסגיין ביז מען האט אים געזאגט אז מען מאכט עס נישט פאר אים נאר פאר "כבוד התורה" האט ער זיך בארואיגט, האט דער ישמח משה געזאגט אז פון ווי ווייסט מען אויב מען מיינט זיך אדער כבוד התורה, "מען קוקט ווען מען איז מכבד א צווייטן צדיק שפירט מען די זעלבע ווי ווען מ'איז זיך מכבד איז א סימן אז מען מיינט כבוד התורה ווייל יענער לערנט דאך די זעלבע תורה ווי דיר "אבער אויב ווען מען איז מכבד א צווייטן צדיק טוט דיר עס וויי איז א סימן אז מען מיינט זיך.."
"דערביי האט דער רבי דערמאנט די עצרת וואס איז פארגעקומען פארגאנגענע וואך אין ירושלים אויף די פגיעה בכבוד התורה פון כ"ק גאב"ד ירושלים שליט"א און געזאגט פון ווי ווייסט מען אויב זיי מיינען טאקע כבוד התורה?.. מען קוקט אויב ווען מען פארשעמט א צווייטן גדול טוט זיי עס אויך וויי אדער נישט.. ווייל לכאורה איז עס דאך די זעלבע כבוד התורה" וד"ל.

אויך האט מען ארומגערעדט איבער די קנאות און אהבת ישראל ביי רביה"ק זי"ע, און איבער די נושאים פון עבודת יד ביי ציצית, און אליין כשר מאכן פלייש והמסתעף.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
ויושר יעליצו בעדינו חיות אש

ביראה עילאה האבן הונדערטע אידן פון איבער די גארער וועלט פוקד געווען די ציון קוה"ק פון רבינו משה איש אלוקים מרנא ורבנא בעל ישמח משה זי"ע ראש השושלתא קדישא, היינט כ"ח תמוז ביומדהל"ק, ווי די אידן האבן זיך אויסגעגאסן דאס הארץ און מתפלל געווען ב'תפלה למשה איש אלוקים' להפקד בדבר ישועה ורחמים.

ווי יאר יערליך זענען די הונדערטע אידן ענטפאנגן געווארן כראוי וכיאות דורך די "וועד ציון הק' באוהעל שע"י חברא קדישא דקהלתינו הק'' ווי עס איז אהערגעשטעלט געווארן דער פרעכטיגער בנין הכנסת אורחים פולקאם גרייט צו קענען אקאמאדירן דעם מאסיווע שטראם פונעם ציבור מיט אלע צוגעהערן.

מיטוואך נאכט ליל הילולא קדישא איז אפגעראכטן געווארן דעם צענטראלן סעודת הילולא אינעם בנין הכנסת אורחים
בראשות הגה"צ אבדק''ק קהלתינו ב''פ - 15 שליט"א וועלעכע האט משמיע געווען עובדות וסיפורים פון זקינו בעל הילולא זי"ע.

אויך האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' יואל גלאנץ שליט"א נכד כ״ק מרן רבינו הגה״ק שליט"א. צווישן אנדערע האבן זיך אנגעזעהן פילע ראשי הקהילה ונכבדי אנ"ש.

במשך דעם גאנצן טאג האט געווירבעלט אינעם בנין המפואר "בנין הכנסת אורחים" הונדערטער אידן מיט מנינים איבערן גאנצן מעת לעת ווי די ביהמ"ד המפואר און די מקוה מפוארה ומהודרת איז געווען הערליך צוגעגרייט מיט די מאקסימאלסטע ברייטקייט און באקוועמליכקייט. אזוי אויך איז געווארן צוגעשטעלט אלע צרכי הכנסת אורחים בהרחבה גדולה, מידי דמזון, נארהאפטיגע מאלצייטן, מיט ברייטע סעודות, להחיות נפש כל חי לע"נ די גרויסע בעל הילולא פאר די טויזענטער משתתפים וואס האבן איבערגעפילט די ציון הקדוש און די דערנעבענדיגע בנין הכנסת אורחים שע"י חברה קדישא דקהלתינו הק'. דאס אלעס קומט נאך די אומגעהויערע יגיעה וואס איז אינוועסטירט געווארן דורך די וועד ציון הק' באוהעל שע"י חברא קדישא דקהלתינו הק' אנגעפירט דורך און שפיץ פון די געטרייע אידן;
הרה"ח ר' יוסף ווייס הי"ו
הרה"ג בנש"ק ר' איתמר מייזליש שליט"א
הרה"ח ר' אברהם יושע גלאנץ ה"ו
וואס האבן זיך אוועקגעגעבן למען הכלל והפרט אז אלעס זאל קלאפן על צד היותר טוב,

די ברייטע סעודות במשך דעם טאג זענען נתנדב געווארן דורך הגה"צ ר' העניך מרדכי מייזליש אב"ד טאלטשאווא ק"י וועלעכע שטייט לימין החברא קדישא במשכן גאנצן יאר.

זכותו הגדול והקדוש יגן עלינו, וימלא משאלותינו במדה טובה ישועה ורחמים

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

דאנערשטאגכ"ח תמוז תשפ"א7/8/2021

באריכט
וילכו שניהם יחדיו

אין א געמיינזאמע שריט לתועלת הציבור וועלכע זענען נהנה פון אלע אונזערע באריכטן, בילדער און רעפארטן, סאטמאר'ע נייעס מהנעשה והנשמע בחצר הקודש, טוען מיר מיט גרויס פרייד מעלדן אונזער טריט פאראויס צו פארבעסערן און פארברייטערן אונזער פלאטפארמע, מיט'ן זיך אהנשליסן אין א צוזאמארבייט מיט די וואויל באקאנטע גרופע חצר הקודש וועלכע האט אין די פארגאנגענהייט אויך געדעקט די נייעס און פאסירונגען אינערהאלב קהלתינו הק' ומוסדותי' פאר טויזענטער לייענערס כ"י.

מיט אונזער יעצטיגע שריט פון דאס פאראייניגן צו איין פלאטפארמע ווי איר וועט באקומען סאטמאר'ע נייעס אלעס ארום בחצר הקודש, וועט דאס אונז ברענגן א ברייטערע מערכת מיט מער און שנעלערע צוטריט צו אקטועלע נייעס און געשעענישן, צו קענען באריכטן פארן ברייטן ציבור פון אלפי אנשי שלומינו גיך און קראנט.

חפץ ה' בידינו יצליח לפאר ולרומם קרן קהלתינו הק' תחת דגלו והדרכתו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א עד ביאת הגואל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מיטוואךכ"ז תמוז תשפ"א7/7/2021

באריכט
תאו והתכנשו להילולא דרבי

היינט נאכט אור ליום כ"ח תמוז געפאלט די 180'סטע הילולא קדישא פון רבינו משה איש אלוקים מרנא ורבנא הגה"ק בעל ישמח משה זיעוכי"א 'ראש הששולתא קדישא', הונדערטער אידן וועלן פוקד זיין די ציון הקדוש בביה"ח דקהלתינו הק' אין שטאט אוהעל - אונגארען להפקד בדבר ישועה ורחמים.
די צענטראלע יארצייט סעודה אין שטאט קימט פאר אינעם בנין הכנסת אורחים שע"י חברא קדישא דקהלתינו הק' בראשות נכדי בעל הילולא און שפיץ פון נכדו כ"ק הרה"צ רב דקהלתינו 15 שליט"א, אזוי אויך וועט צוגעשטעלט ווערן כיד המלך פרישטאג, מיטאג, נאכטמאל, במשכן גאנצן יומא דהילולא.
אלעס נתנדב דורך הגה"צ ר' העניך מרדכי מייזליש שליט"א אבד"ק טאלטשאווא ק"י.

קה זכות אבות יגן עלינו
נכדו ממשיך דרכו בקודש כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וועט אפרעכטן די הילולא קדישא במקום הנופש בעטלעהם ניו העמפשיר ווי די רבי האלט זיך אויף אין דעי טעג אויף מנוחת הנפש, די רבי וועט צינדן לעכט און דאווענען די תפילות פארן עמוד,
היינט מיטוואך נאכט וועט די רבי אפרעכטן די עריכת השלחן הטהור לרגל די יארצייט בבית מדרשינו מחזיקי הדת - דקהל יראים בעטלעהם ניו העמפשיר אינאיינעם מיט תלמידי ישיבתינו "ישיבה גדולה שיעור ד' " -וועט פארקימען אינאיינעם מיט א סיום 'מס' עירובין' וואס איז געלערנט געווארן דורך די תלמידי הישיבה, די רבי וועט אריינקימען צו תפילת מעריב בזמן רבינו תם און דערנאך אפרעכטן די יארצייט סעודה ווי די רבי וועט משמיע זיין דברות קודש במשנתו פונעם בעל הילולא און דערציילן עובדות וסיפורי קודש, מען וועט קענען מיטהאלטן א הוק-אפ אויף "קול סאטמאר".
מארגן ביומדהל"ק נאך שחרית וועט די רבי אפרעכטן די "מסיבת לחיים" בהיכל הביהמ"ד.

נכדו מורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ וומסב"ג שליט"א וועט אפרעכטן די יארצייט סעודה אין "מחנה צעירים" אין ליבערטי אינאיינעם מיט תלמידיו תלמידי הישיבה.

אזוי אויך וועלן פארקימען מערערע "יארצייט סעודות" בבתי מדרשינו איבער די גארער וועלט.

ויושר יעליצו בעדינו חיות אש - וימלא משאלותינו במדה טובה ישועה ורחמים

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג