כ"ק הגה"צ רב דקהלתינו הק' 15 שליט"א וועלעכע איז ארויסגעפארן פוקד זיין די ציון הק' פון זקינו רבינו משה איש אלוקים בעל ישמח משה זיעוכי"א בביה"ח דקהלתינו הק' אין 'אוהעל' דעם כ"ח תמוז ביומדהל"ק, האט היינט פוקד געווען די ציונים הקדושים פון די הייליגע זיידעס בביה"ח דקהלתינו הק' אין 'סיגוט'.
אויף די בילדער די רב שליט"א ביי תפילות מעריב אינעם נייעם פראכטפולן ביהמ"ד "עצי התמרים" וועלעכע איז נארוואס פארענדיגט געווארן לשם ולתפארת, און ביים סעודה וואס איז געווארן צוגעשטעלט דורך העסקנים החשובים הרבני הנגיד ר' אשר ישעי האראוויץ און הרבני הנגיד ר' שלמה הערש עקשטיין פונעם "וועד לחדש אורה" בעיר האבות סיגוט.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מאנטאגכ"ה תמוז תשפ"א7/5/2021
באריכט
=חלק ב' המשך באריכט שב"ק פרשת פנחס=
ארום 3:00 איז די רבי אריינגעקומען צו די זמירות ביים מיטאג טיש, מען האט אריינגעברענגט קיגל און לחיים, מיט די זמירות האט די רבי מכבד געווען -ברוך ה' יום יום: הרה"ח ר' יצחק ערעהנפעלד, ברוך קל עליון: הרה"ח ר' יצחק טייטלבוים, די תורה איז געווען אויפן פסוק 'פנחס בן אלעזר בן אהרן הכהן' און געטייטשט בדרך דרוש פארוואס סהאט אויסגעפעלט צו מייחס זיין נאך אהרן, בענטשן: הרה"ח ר' ישראל הכהן לאנדא, מען האט געענדיגט 4:00.
צו מנחה ושל"ש איז די רבי אריינגעקומען 8:55 און צוגעגאנגען צו מנחה לרגל די יארצייט, נאך קדיש האט די רבי געמאכט 'עטיפת הטלית', הוצאה והכנסה: ר' אהרן שווארץ, כהן: ר' אהרן מענדל ווייס, לוי: הבחור ב"ר לוי אפעל, שלישי: ר' חיים יעקב לעבאוויטש, הגבה: רבינו שליט"א, גלילה: הב' ב"ר מאיר מענדל ווייס, ביי של"ש האט מען אריינגעברענגט 'מיליכיגע מאכלים' פיטער און קאווע, ווי די מנהג ביי מרן הרה"ק הדברי חיים זי"ע און איינע פון די דריי וואכן וכנהוג ביי רבותינו הק' זי"ע, די רבי האט מכבד געווען מיט אודה: הרה"ח ר' מאיר ווערטהיימער, שיר המעלות: הרה"ח ר' זושא ניישטאדט, ביי די תורה האט זיך די רבי געשטעלט אויפן פסוק 'פנחס בן אלעזר בן אהרן הכהן' און אויפן זוהר הקדוש 'שמע בני מוסר אביך ואל תטוש תורת אמיך' און געטייטשט בדרך מוסר אז דורך די תורה וואס מען לערנט במעי אמו מיטן מלאך קען מען צוקימען צו אמת'ע השגות בתורה הקדושה, און דורך דעם קען מען בייקימען די שווערע נסיונות פונעם יצר הרע, ידיד נפש: הרה"ג ר' וואלף אהרן טעלער, קל מסתתר: הרה"ח ר' מרדכי שבתי סימאן, די רבי האט געבענטשט אויפן כוס, מעריב מוצ"ש האט די רבי געדאווענט פארן עמוד לרגל די יארצייט דעי וואך פון זקינו מרן הישמח משה זי"ע, נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך, מען האט געענדיגט 11:30.
ארום 12:40 איז די רבי אריינגעקומען צום מלוה מלכה לרגל די יארצייט דאנערשטאג פון זקינו מרן הגה"ק בעל ישמח משה זיעוכי"א, די רבינ'ס אייניקיל הב' ישראל דשונסקיא בן הגה"צ ר' דוד דוב האט געמאכט א סיום אויף מס' עירובין, די רבי האט טועם געווען און געווינטשן לחיים, מען האט געזינגען די זמירות למוצאי שבת, און די רבי האט משמיע געווען סיפורי קודש פון זקינו הבעל הילולא, ביים זיך אויפשטעלן האט די רבי געזאגט "..זכותו יגן עלינו, א גוטע וואך, פארטס געזונטערהייט.." מען האט געענדיגט 1:30.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
🌴 שב"ק פרשת פנחס, מברכים חודש מנחם אב, יארצייט פונעם אמה של מלכות הרבנית הצדיקת ע"ה, שבת לפני הילולא קדישא של רבינו משה איש אלוקים מרן הגה"ק בעל ישמח משה זיעוכי"א, בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א במקום הנופש בעטלעהם ניו העמפשיר. =חלק א'= 🌴
דעי וואך האבן געהאט די זכיה מיטצולעבן די לעכטיגע שבת תלמידי ישיבתינו "מתיבתא הקדושה" -סניף דברי יואל.
פרייטאג נאכמיטאג נאך די מקוה האט די רבי געצינדן 5 ליכט 'נרות נשמה' לרגל די יארצייט פונעם אמה של מלכות הרבנית הצדיקת ע"ה מחברתה הטהורה פון רביה"ק זי"ע, דערנאך האט די רבי באקיקט די "עירוב" וואס איז אויפגעשטעלט געווארן -אזוי ווי פאריאר- אדאנק די שווערע ארבעט פון העסקן הגדול הרה"ח ר' אברהם מאסרי הי"ו.
ארום 9:00 איז די רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד און צוגעגאנגען צו מנחה, און דערנאך געדאוונט קבלת שבת לרגל די יארצייט פונעם אמה של מלכות ע"ה, נאכן דאווענען איז מען אריבער זאגן גוט שבת און די געסט האבן שלום גענימען.
א קורצע צייט נאכן דאווענען איז די רבי אריינגעקומען צום עשה"ט אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא און די פילצאליגע געסט, אשת חיל: די אייניקיל הב' אנטשיל אשכנזי בן הגה"צ ר' העניך, הגבהות הכוס לקידוש: הגה"צ אבד"ק ראשית חכמה שליט"א, די רבי האט געטיילט שריים פון די פיש, כל מקדש: הרה"ג ר' לוי יצחק בארזעסקי מנהל סניף ויואל משה, מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' אברהם יושע ווצב"ג משגיח בסניף דברי יואל, די רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ושם איש ישראל המוכה ..נשיא בית אב לשמעוני' און געטייטשט בדרך דרוש אינעם ענין פון מודעה רבא לאורייתא, קה אכסוף: הרה"ג ר' יוסף דוד לעווי משגיח בסניף דברי יואל, בענטשן: הגה"צ אבד"ק ראשית חכמה שליט"א, עובדות וסיפורים דעי וואך האט די רבי פארציילט פון זקינו רבינו משה איש אלוקים מרן הישמח משה זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דאנערשטאג כ"ח תמוז, קה רבון עלם: הרה"ג ר' אברהם יצחק כאירה משגיח בסניף דברי יואל, נאך די פירות איז פארגעקומען די שלום זכור ביי ב"ר יעקב חזקי' פרענקל, אז ביום השביעי: הרה"ג ר' אברהם יעקב יאקאב ר"מ ומשפיע בסניף דברי יואל, מען האט געענדיגט 1:50.
שב"ק צופרי איז די רבי אריינגעקומען 9:40, און צוגעגאנגען צו די תפילות -ברכות, פסוקי דזמרה, און שחרית, לרגל די יארצייט פונעם אמה של מלכות ע"ה, פארן ליינען האט אויפגעטרעטן די געטרייע משמש הרה"ח ר' פישל פארקאש און געמאכט די אפיעל פארן ביהמ"ד. הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יצחק ערעהנפעלד, פסוקי שמע ישראל: הגה"צ אבד"ק ראשית חכמה שליט"א, בעל קורא: הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש -משב"ק. עליות:, כהן: הרה"ג ר' לוי יצחק בארזעסקי, לוי: הרה"ג ר' יוסף דוד לעווי, שלישי: הגה"צ אבד"ק ראשית חכמה שליט"א, רביעי: הבחור ב"ר מאיר משה שטעסל, חמישי: ר' אהרן בן הרב אלימלך שווארץ, שישי: רבינו שליט"א, -די רבינ'ס עליה איז געקויפט געווארן דורך הרבני הנגיד ר' מאיר ווערטהיימער, די רבי האט זיך באדאנקט און געהייסן מאכן פאר אים א מי שברך, שביעי: הבחור ב"ר זלמן לייב ניישטאדט, הוספות: ר' אלעיזר ניסן פויגל די רבי האט געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל בתו הנולד למז"ט, ר' מאיר ווערטהיימער, ר' שמשון שרגא פויגל, ר' יצחק ערעהנפעלד, ר' יצחק טייטלבוים, ר' וואלף פארקאש, הרה"ג ר' אברהם יעקב יאקאב, ר' אברהם יצחק כאירה, ר' מרדכי שבתי סימאן, ר' ישראל יוסף גראד, ר' אברהם יושע גפן, ר' מיכאל ברילל, אחרון: הרה"ג ר' אברהם יושע ווצב"ג, מפטיר: ר' לוי אפפעל, הגבה: ר' חיים יעקב לעפקאוויטש, גלילה: החתן ב"ר משה כ"ץ, כהוראות הקודש האט מען געזאגט ביידע הפטורת פון מטות און מסעי, די רבי האט ר"ח געבענטשט מיט גרויס התעוררות, מען האט נישט געזאגט 'אב הרחמים', מוסף האט די רבי געדאוונט פארן עמוד לרגל די יארצייט פונעם אמה של מלכות ע"ה, און לרגל די יארצייט קומענדיגע וואך פון זקינו מרן הישמח משה זי"ע, פתיחה לאנעים זמירות: ר' נחמן העלער.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די גרויסע קידוש לרגל די יארצייט פונעם אמה של מלכות הרבנית הצדיקת ע"ה מחברתה הטהורה פון רביה"ק זי"ע בעל ברך משה, אינאיינעם מיט די קידוש לרגל הולדת נכדת רבינו שליט"א בת להרה"צ ר' חיים הערש ט"ב אב"ד ראצפערט בן מורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ וומסב"ג שליט"א, די רבי האט קידוש געמאכט מען האט געזינגען נגונים לכבוד די שמחה, די רבי האט געוואונטשן לחיים פארן גאנצן ציבור און פארן בעל שמחה ר' אליעזיר ניסן פויגל, מען האט געענדיגט 1:45.
קול רנה וישועה באהלי צדיקים: די שמחת הקידושא רבא איז פארגעקומען אין ביהמ"ד ראצפערט אין בארא פארק, ויקרא שמה בישראל 'שרה מרים' נאך די באבע די רעבעצין פון הרה"ק ר' שלום אליעזר מראצפערט זי"ע.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
זונטאגכ"ד תמוז תשפ"א7/4/2021
באריכט
מה נאוו על ההרים
"ממלכת התורה" דסאטמאר וויליאמסבורג בויעט אויף א בנין אדיר ומפואר אינעם נייעם אפגעקויפטע גיגאנטישע שטח אין מאנטיסעלא פארן נייעם קעמפ "מחנה חכמת התורה" להנאת ולרחבת פון די איבער 100 תלמידי הישיבה ולשמחת לב אנ"ש.
מחנה חכמת התורה איז איינס פון די 5 פון די סאטמארע "ישיבה קטנות" אימפעריע אין וויליאמסבורג ווי עס הארעווען על התורה ועל עבודה אריבער "550 בחורי חמד" אינטער די הדרכה פון חשובע מרביצי תורה והנהלת ממלכת התורה, ועל צבאם ווערט אלעס באגלייט מיט א עינא פקיחא דורך מורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ וומסב"ג שליט"א,
צו די יעצטיגן זומער זמן איז אפגעקויפט געווארן די ריזן שטח פארן ישיבה -ווי סאיז דא ביי די אנדערע ישיבות אינערהאלב די ממלכת התורה- און איז געבויעט געווארן א רחבות'דיגע היכל הביהמ"ד, מקוה מפוארה, שבת קאך, כתות ללימוד התורה, און נאך. ווי די בחורים זענען עוסק בתורה ובעבודה און שטייגן בתוי"ש במשך די זומער חדשים אפגעזונדערט פון די טריפהנע גאסן.
קויפט א "שבת דירה" -ליום שכלו שבת "אויף די בערג"..
און די זעלבע צייט איז געלאזט געווארן אין גאנג די מאסיווע "על ההרים" קאפמיין צו קענען דעקן די אפקויף און די בוי-קאסטן וועלעכע האט אפגעקאסט אריבער צוויי א האלב מיליאן דאלער ווי אנ"ש וועלן זיך אנשליסן און זיך איינהאנדלען זכותים אינעם נייעם בנין, פארבינד איין שוין מיט די עסקני 'ממלכת התורה' הרה"ח ר' משה יודא גאלדבערגער און הרה"ח ר' יעקב טעלער.
בורא עולם בקנין השלם זה הבנין
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
יום שכלו תורה
בקרב קהלתינו הק' מאנטריאל נעמען זיך אנ"ש זקנים עם נערים צוזאם אויף א "יום התמדת התורה" היינט א' מטו"מ "יום הבחינה אינערהאלב די חבורת דקהלתינו הק' יסודי התורה - תורתך שעשועי" ווי מען וועט עוסק זיין בתורה אגאנצן טאג און דערנאך וועט פארקומען די בחינה אינערהאלב די חבורות, איש בעל יעדר! היום בביהמ"ד "אהל משה" בקריתינו "קרית ברך משה"!.
טעמו וראו כי טוב
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
פרייטאגכ"ב תמוז תשפ"א7/2/2021
באריכט
דעם שב"ק געפאלט די שבת פאר די הילולא קדישא פון רבינו משה איש אלוקים ראש הששולתא קדישא מרן הגה"ק בעל ישמח משה זיעוכי"א נכדו ממשיך דרכו בקודש כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וועט אפרעכטן די שבת לפני ההילולא במקום הנופש בעטלעהם ניו העמפשיר ווי די רבי וויילט אויף מנוחת הנפש, די רבי וועט צוגיין צו די תפילות כנהוג און ביים עהש"ט ליל שב"ק דערציילן מעשיות פון זקינו הבעל הילולא און ארומרעדן במשנתו הבהיר, מוצש"ק וועט פארקומען די גרויסע מלוה מלכה לקראת ההילולא אין ביהמ"ד מחזיקי הדת דקהלתינו הק' אין שטאט בראשות רבינו שליט"א.
קה זכות אבות יגן עלינו
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דעם שב"ק כ"ג תמוז געפאלט די 11'טע יארצייט פונעם אמה של מלכות הרבנית הצדיקת פעסיל לאה בת הרה"ק רבי אהרן ע"ה מחברתו הטהורה פון רבינו הקוה"ט בעל ברך משה זי"ע, אנ"ש וועלן לערנען משניות לע"נ, ספעציעל וועלן די נשים צדקניות צינדן שבת ליכט לזכר נשמתה הבהירה.
בנה כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וועט אפרעכטן די שבת יארצייט אין ניו העמפשיר ווי די רבי וויילט אויף מנוחת הנפש, די רבי וועט צוגיין צו די תפילות כנהוג, שב"ק צופרי וועט פארקומען די גרויסע קידושא רבא לרגל די יארצייט און לרגל די שמחת הקידוש פון א אייניקיל ביים רבין בת הנולד לנכדו הרה"צ ר' חיים הערש ט"ב אב"ד ראצפערט ב"פ.
תהא נשמתה צרורה בצרור החיים, ויהא זכרה ברוך
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
כשהמלך בשדה
דעי וואך איז די ערשטע פון די 4 שבתים וואס כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וויילט אויף מנוחת הנפש אין בעטלעהם ניו העמפשיר, די תפילות ועריכת השלחנות בביהמ"ד מחזיקי הדת דקהלתינו הק' אין שטאט.
זמנים לשב"ק אין ניו העמפשיר זמן הדלקה"נ 8:15 זמן מוצאי שב"ק 9:46.
דעי וואך וויילן במחיצת הקודש תלמידי ישיבתינו מתיבתא הקדושה "סניף דברי יואל".
ליל שב"ק וועט די רבי אריינקומען צום עריכת השלחן הטהור ארום 15 מינוט נאכן גוט שבת זאגן אינאיינעם מיט די ציבור אנ"ש אין די תלמידי הישיבה וועלעכע וויילן במחיצת הקודש, שב"ק צופרי וועט די רבי אריינגעקומען ביים סעודה צו די זמירות ודברי תורה, מוצש"ק וועט זיין א הוק אפ פון של"ש פון ארום 10 מינוט נאכן זמן אויף קול סאטמאר.
בזמן שהצדיק בעיר
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
🌴 פרשת פנחס בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א במקום הנופש בעטלעהם ניו העמפשיר -חלק ב'- 🌴
=מיטוואך=
ארום 8:45 איז די רבי אריינגעקומען צו שחרית בביהמ"ד קהל יראים.
און די פארמיטאג שעות איז די רבי געגאנגען שפאצירן בנאות דשע ווי סאיז פארפירט געווערן הערליכע שמועסן בדברי תורה וחסידות, מנהגי קודש וספורי צדיקים, ובדברים העומדים על הפרק, מען האט ארומגערעדט איבער עירובי חצרות, איבער די נייע ראש ממשלת הכופרים -ומדינה הציונות, הרחבת גבולי הקדושה ביי די חרדישע אידענטום ובפרט בעיר הצדק קרית יואל, אויך האט מען ארומגערעדט איבער די טראגעדיע אין פלארידע און איבער די הלכה'דיגע ענינים אין אזא פאל ווען מען האלט יארצייט וכדומה, די רבי האט אויסגעשמועסט די מג"א אז "אדם בחזקת חי" דערציילנדיג א מעשה פון הרה"ח ר' אברהם יצחק הויער ז"ל וועלעכע איז אוועק אין ניו העמפשיר און מהאט אים ערשט געטראפן דריי טעג שפעטער און מהאלט יארצייט די דריטע טאג ווייל 'אדם בחזקת חי' און אויסגעשמועסט וואס איז אנדערש ביי א "מפולת שנפלו", דערנאך האט מען ארומגערעדט איבער די גזירת החינוך אין ניו יארק איבערן דרך המלחמה און די אנטוויקלונגען, אזוי אויך האט מען גערעדט איבער די וואלן אין ניו יארק און איבער וואס זיי קענען אויפטוען לטובת החינוך. *
=דאנערשטאג=
ארום 8:45 איז די רבי אריינגעקומען צו שחרית בביהמ"ד קהל יראים, נאכן דאווענען אויפן וועג אהיים האט מען ארום גערעדט זכרונות פון ניו העמפשיר, און פון די גדולי הדור וואס פלעגן דארט קומען אויף מנוחת הנפש.
און די פארמיטאג שעות איז די רבי געגאנגען שפאצירן בנאות דשע סאיז פארפירט געווערן הערליכע שמועסן בדברי תורה וחסידות, מנהגי קודש וספורי צדיקים, ובדברים העומדים על הפרק, "די רבי האט דערמאנט די עצרת אין ארץ ישראל קעגן די פגיעה אין כ"ק גאב"ד ירושלים שליט"א און ארומגערעדט איבער די עלבון התורה דורך אנשים שפלים די לעצטערע יארן קעגן כ"ק שר התורה ופוסק הדור מרן ראב"ד ירושלים שליט"א, און געזאגט אז "סאיז שוין צייט אז זיי זאלן אפגעבן די ריכטיגע כבוד התורה", אויך האט מען ארומגערעדט איבער די נסיעות פון רבותינו הק' זי"ע אויף מנוחת הנפש, און איבער די שפאצירן און איבער רבי יונתן אייבשיץ זי"ע בנוגע חסידות, און איבער א ברכה ווען מזעהט בערג, און איבער די גאנצע מהלך פון די שקיעות החמה, און איבער די זמנים, דערנאך האט מען גערעדט איבער האלטן "זמן רבינו תם" בפרט מוצאי שבת און אפילו ביי א תענית, ווי די מנהג המקום איז צו האלטן "ובפרט אין קרית יואל" ווי סאיז איין קהילה, די הארבקייט פון עובר זיין דערויף און איבער די פראבלעמען וואס דאס ברענגט צו. *
=פרייטאג עש"ק=
ארום 8:30 איז די רבי אריינגעקומען צו שחרית בביהמ"ד קהל יראים, נאכן דאווענען זענען אריבער שלום נעמען די צענדליגע געסט, זקנים ונערים, וועלכע זענען זיך געקומען מסתופף זיין במחיצת הקודש און מיטהאלטן א לעכטיגע שבת אין ניו העמפשיר.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
🌴 פרשת פנחס בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א במקום הנופש בעטלעהם ניו העמפשיר -חלק א'- 🌴
=זונטאג שבעה עשר בתמוז=
די רבי האט געדאוונט שחרית בבית מדרשינו הגדול בקרית יואל. "כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך", ארום 1:25 האט די רבי פארלאזט ביתו נאוה קודש בקרית יואל אויפן וועג צו בעטלעהם ניו העמפשיר ווי די רבי האלט זיך אויף מנוחת הנפש. אויפן וועג האט די רבי -ווי געמאלדן- אנגעריפן הרבני הנגיד ר' פישל ריספלער זיך באדאנקן פאר די סדר הלימוד משנת מאיר זעליג בלילי שישי במשך די ימי הקיץ, -זעהט עקסטערע באריכט ביי די פריערדיגע באריכטן-. "בזמן שהצדיק בעיר הוא הודה הוא זיוה והוא הדרה" ארום 7:05 איז די רבי אנגעקומען במקום הנופש. ארום 9:15 איז די רבי אריינגעקומען צו מנחה מעריב בביהמ"ד קהל יראים בעטלעהם. *
=מאנטאג=
ארום 8:30 איז די רבי אריינגעקומען צו שחרית בביהמ"ד קהל יראים, ביים דאווענען האט די רבי נישט געזאגט קיין תחנון, און געזאגט תפלה לדוד, און נישט געזאגט די יהו"ר נאך תהילים כנהוג ביי דודו רביה"ק זי"ע ווען די רבי פלעגט זיין אויף מנוחת הנפש, נאכן דאווענען איז מען אריבער שלום נעמען.
וקוי ה' יחליפו כח יעלו אבר כנשרים, און די פארמיטאג שעות איז די רבי געגאנגען שפאצירן בנאות דשע ווי סווערט פארפירט הערליכע שמועסן בדברי תורה וחסידות, מנהגי קודש וספורי צדיקים, ובדברים העומדים על הפרק, א שפאציר וואס איז "כמים קרים על נפש עייפה" וואס ווערט נישט פארגעסן פון די באטייליגטע *
=דינסטאג=
ארום 8:45 איז די רבי אריינגעקומען צו שחרית בביהמ"ד קהל יראים, פארן דאווענען האט די רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחור ב"ר ישראל העניך קרויס -קרית יואל, נאכן דאווענען איז פארגעקומען די מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד ווי עס איז פארפירט געווארן א לענגערע הערליכע שמועס מיט די רבינ'ס חברותא הגה"צ אבד"ק ראשית חכמה שליט"א און הרה"ג ר' וואלף אהרן טעלער מנהל מבצר הכוללים בק"י, מען האט ארומגערעדט שיינע ענינים בדברי תורה און איבער הנהגות פון מאכן א ברכת שהחיינו ביי די בר מצוה, די רבי האט דערציילט א סיפור פון זקינו הרה"ק בעל ייטב לב זי"ע און געזאגט אז סאיז נישט א אייגענע הנאה, און אז "סאיז יעדן טאג מיט א עקסטערע פרישקייט", אויך האט מען ארומגערעדט איבער די ענינים פון ברכות הנהנין, מצות עשה שהזמן גרמא, הכנה למצוה, אין נאך, אויך האט די רבי דעציילט איבער די שאלה וואס האט זיך געמאכט פאריאר שביעי של פסח נאכדעם וואס הרבנית הצדיקת תליט"א איז אהיים פון שפיטאל און אינדערפרי איז זי שוין ב"ה ארויפגעקומען, אבער האט נאכנישט געהאט געהערט קידוש פון ליל יו"ט און נישט געמאכט א שהחיינו, און די רבי האט געהייסן א אייניקיל מאכן די קידוש פון ביינאכט "מיט א שהחיינו" מוצא צו זיין די רעבעצין זאגענדיג אז ער דארף מאכן א שהחיינו "פאר די שמחה פון זעהן די באבע אהיימקומען נאכן זיין א לענגערע צייט זיין אין שפיטאל". אויפן וועג ארויס האט זיך די רבי אומגעקיקט אויף די בוי ארבעט ביים פארגרעסערן די ביהמ"ד צוליב די ריבוי העם בליעה"ר וועלעכע קומען מיטהאלטן די לעכטיגע שבתים בצל הקודש אין ניו העמפשיר, אויפן וועג אהיים האט זיך די רבי נאכגעפרעגט ביי די אייגענטומער פון די "שערמאנס האטעל" איבערן האטעל ווי אסאך אנ"ש האלטן זיך אויף וויילענדיג בצל הקודש אין ניו העמפשיר, אויך האט מען ארומגערעדט איבערן מנהג פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע נישט צו זאגן תחנון ווען מען איז נישט אינדערהיים. *