ולירושלים תתן קולה!! דעם היינטיגן טאג זענען זיך די בני ירושלים עיה"ק צוזאמגעקומען מוחה זיין אויף די עלבונה של תורה ווען די ציוניסטישע פאליציי האבן בארבאריש פוגע געווען אין די קאר פון כ"ק גאב"ד ירושלים שליט"א און כ"ק הגה"צ ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א ביים אנקימען פארגאנגענע וואך מוחה זיין אויף א פלאץ ווי עס איז געווען באריכטעט חילולי קברים ר"ל. טויזענטער אידן פון אלע שיכטן און קרייזן ובראשם מרנן חברי הביד"צ שליט"א זענען זיך צוזאמגעקומען על פני ככר השבת מוחה זיין אויף די עלבון התורה און זיך אננעמען פאר כבוד תורתינו הק'!!.
צווישן אנדערע האט אויפגעטרעטן מיט דברים חוצבים להבות אש הגאון האדיר רבי יודא פישער שליט"א חבר הבדי"צ, בשם כל חברי "ביד"צ עדה החרדית" ווי ער האט מוחה געווען אויפן עלבון התורה פארגאנגע וואך אויף כ"ק גאב"ד ירושלים שליט"א, און אין די זעלבע צייט מוחה געווען אויף די געוואלדיגע עלבונה של תורה וואס גייט פאר די לעצטערע יארן קעגן כ"ק מרן פוסק הדור ראב"ד ירושלים שליט"א דורך אזעלעכע אנשים גרועים מקצה המחנה בלי שום בושה וכלימה!! און געזאגט "אז לדעתו האט דאס גורם געווען די עלבון התורה וואס איז פארגעקומען פארגאנגענע וואך דורך די ציוניסטישע רשעים"!!
די בני העדה החרדית זענען זיך צוגאנגען מיט א שטארקע החלטה צו שטיין על המשמר נישט צוצולאזן קיין שום עלבון התורה נישט מבית און נישט מבחוץ און שטיין לימין הבי"ד הגדול ובראשם כ"ק מרנן הגאב"ד והראב"ד שליט"א.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
קא עבידנא יומא טבא לרבנן
בקרב קהלתינו הק' מאנטשעסטער קומט היינט פאר די גרויסארטיגע מעמד חגיגת "סיום מס' יבמות בחבורת יסודי התורה" אינאיינעם מיטן יערליכע דינער לטובת "מוסדותינו הק' יטב לב בארה"ק" קומט פאר ברוב פאר והדר באולם "אוהל תורה", צווישן אנדערע וועלן אויפטרעטן מיטן דבר המעמד הגה"צ אבד"ק ור"מ קהלתינו הק' מאנטשעסטער שליט"א און אלס נועם הכבוד וועט דינען הגה"צ אב"ד ור"מ קהלתינו הק' לאנדאן שליט"א.
צאו בהמוניכם להחזקת מורשת אבותינו מוסדות יטב לב בארה"ק, ובאו לשמוח בשמחת התורה
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מאנטאגי"ח תמוז תשפ"א6/28/2021
באריכט
מודעה חשובה פון וועד לחדש אורה - בעיר האבות סיגוט
לתועלת פון די טויזענטער אידן וואס פארן פוקד זיין די ציון הק' פון רבינו משה איש אלוקים בעל ישמח משה זיעוכי"א בביה''ח דקהלתינו הק' "אין אוהעל" ביומדהל"ק קומענדיגן כ"ח תמוז, און וועלן דערנאך פארן פוקד זיין די ציונים פון רבותינו הקדושים ממשיכי דרכו זי"ע בביה"ח דקהלתינו הק' "בעיר האבות סיגוט" טיט מען מעלדן אז די נייע פרעכטיגע "ביהמ"ד עצי התמרים" אינעם שול הויף, איז פולקאם גרייט צום באניץ איז איז הערליך צוגערישט מיט אלע צוגעהערן.
קה זכות אבות יגן עלינו
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
וקוי ה' יחליפו כח יעלו אבר כנשרים
אין די וואכן ביז קומענדיגן זונטאג עקב הבעל"ט ווען כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וויילט אויף מנוחת הנפש במקום הנופש בעטלעהם ניו העמפשיר, קען מען ריפן פאר הזכרות די הויז בחור אויף 917-378-3387 און איבערלאזן א מעסעדזש עקס. 0, און מען וועט אייך בעז"ה צוריקריפן אין די שעות פון 8:00 ביז 10:30 ביינאכט אדער בערך 10:00 אינדערפרי, פועלט'ס אלעס גוטס!.
די רבי וועט דאווענען אלע תפילות אין ביהמ"ד "קהל יראים בעטלעהם ניו העמפשיר" שחרית בשעה 8:30, מנחה בשעה 9:15, מעריב בזמן רבינו תם.
במשך די פיר שבתים וועלן וויילן במחיצת הקודש תלמידי ישיבתינו "מתיבתא הקדושה" תו"י דסאטמאר -יעדע וואך א צווייטע סניף, די רבי וועט מעריך זיין שלחנו הטהור ליל שב"ק אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, און אריינקומען צו די זמירות שב"ק צופרי.
מטעם די עסקנים וואס געבן זיך אפ מיט די סעודות שב"ק בצל הקודש אין ניו העמפשיר, ווערן געבעטן אלע אנ"ש וועלעכע פלאנען צו וויילען שבתים אין ניו העמפשיר זאלן זיך מעלדן פאר די סעודות שב"ק און זיך איינשרייבן ביז מאנטאג פאר שבת -אויף דעם שב"ק ביז היינט נאכט-, מקען זיך איינשרייבן ביי הרב אייזיק כהנא פון ק"י אויף 845-494-6908.
אלע תפילות ועריכת השלחנות במשך שב"ק ווי אינדערוואכן בביהמ"ד קהל יראים בעטלעהם.
בזמן שהצדיק בעיר הוא הודה הוא זיוה והוא הדרה
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
תאי"ר כאור יום חשכת לילה
היינט נאכמיטאג אויפן וועג קיין ניו העמפשיר האט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אנגעריפן הרבני הנגיד ר' פישל ריספלער זיך באדאנקן פאר די סדר הלימוד משנת מאיר זעליג בלילי שישי במשך די ימי הקיץ דורך תלמידי ישיבתינו "מתיבתא הקדושה" תו"י דסאטמאר, ווי די בחורים זענען עוסק בתורה חמש שעות רצופות בביהמ"ד זכרון יחיאל מיכל בקרית ויואל משה, וואס ר' פישל איז מנדב לע"נ אביו הרבני הנגיד ר' מאיר זעליג ז"ל ראה"ק דקהלתינו הק'.
די רבי האט אויסגעדריקט זיין קורת רוח און הנאה פון די הערליכע גריסן וואס ער הערט צוריק פוונעם סדר הלימוד, און געזאגט "עליונים ששו ותחתונים עלזו בקבלת תורה" אז אויבן אין הימל איז עס א שמחה און א טובה פאר די נשמה, און דא איז עס א שמחה פאר אלע לומדי תורה, און געווינטשען גאר ווארימע ברכות הקודש בברכת התורה.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴
זונטאגי"ז תמוז תשפ"א6/27/2021
באריכט
🌴 שב"ק פרשת בלק בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א 🌴
פרייטאג נאכמיטאג 9:10 איז די רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרה"ח ר' בנימין זאב פוקס,
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די אפיעל פאר "כולל תורה ויראה" דקהלתינו הק' וויליאמסבורג.
נאכן דאווענען איז מען אריבער זאגן גוט שבת, א קורצע צייט נאכן דאווענען איז די רבי אריינגעקומען צום עשה"ט אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, אשת חיל: די אייניקיל הב' מאיר אליעזר, כל מקדש: נכדו הרב ליפא רובין חתן הגה"צ ר' ברוך, מנוחה ושמחה: הגה"צ ר' הירצקא צוויבל שליט"א ראה"כ בוויליאמסבורג, די רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'כי מראש צורים אראנו' און געטייטשט בדרך דרוש אינעם ענין צו מדרשנט 'את', קה אכסוף: נכדו הרב יושע לאבין חתן הגה"צ ר' ברוך, בענטשן: הגה"צ אב"ד ניאמץ וויליאמסבורג שליט"א, עובדות וסיפורים דעי וואך האט די רבי פארציילט פון זקינו הרה"ק די טאלטשאווא רב זי"ע די שווער פון מרנא ורבנא הגה"ק בעל ייטב לב זי"ע וואס די יארצייט געפאלט מאנטאג י"ח תמוז, קה רבון עלם: הגה"צ ר' אהרן קאהן אב"ד תולדות אהרן מאנסי בן כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, ביי די פירות זענען די חתנים אדורך, עס איז פארגעקומען די שלום זכור ביי ב"ר יושע וויינשטאק, וב"ר יושע קארנבלי, אז ביום השביעי: הרה"ג ר' בערל גלאנץ מבארדיוב ק"י, מען האט געענדיגט 1:55.
שב"ק צופרי איז די רבי אריינגעקומען 9:30, פסוקי דזמרה: הרה"ג ר' מענדל מאיר מיטלעמאן מדייני קהלתינו בוומ"ס, צו שחרית איז די רבי צוגעגאנגען, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מענדל בודק -בארא פארק, פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' מענדל ווערטהיימער -וויליאמסבורג, כהן: הרה"ח ר' אשר שמואל כ"ץ -די רבי האט געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל בתו הנולד למז"ט, לוי: הרה"ג ר' ישראל יעקב היימליך אב"ד בעקשייד, שלישי: החתן ב"ר פנחס אלעזר פריעדמאן, רביעי: החתן ב"ר נחמי ניימאן, חמישי: החתן ב"ר אהרן שמואל פוקס, שישי: רבינו שליט"א, נאכן עולה זיין האט די רבי געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת אצל ר' הערש אלימלך ברש"א דים, ר' יעקב שאפער -מאנסי, ר' שמשון מיטעלמאן, ר' יודא בר"ש בראך, שביעי: החתן ב"ר שמואל לייב פריעד, אחרון: הרה"ח ר' גדלי יערמיאש -ב"פ, מפטיר: הרה"ח ר' חיים ראטשטיין -ב"פ, הגבה: הרב בעריש וועלץ רב דקהל דברי ישראל פלעטבוש, גלילה: הרה"ח ר' יואל ברח"ב פילאפף, מוסף האט די רבי געדאווענט פארן עמוד לרגל די יארצייט פונעם אמה של מלכות הרבנית הצדיקת ע"ה קומענדיגע שבת כ"ג תמוז פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' יודא הערש שאפער -וומ"ס. נאכן דאווענען איז פארגעקומען די בריתן ביי בן הנולד לר' הלל מאיר פריעדמאן, ובן הנולד לר' משה אהרן פילאפף, מען האט געענדיגט 12:55.
ביים סעודה עתיקא קדישה האבן געהאט די זכיה מיטצועסן אויף א פריוואטע פארנעם בביתו נאוה קודש תלמידי ישיבתינו "ישיבה גדולה שיעור ד'" אינאיינעם מיט די רמ"י הישיבה, ארום 1:05 איז די רבי אריינגעקומען צו קידוש, א קורצע צייט נאך קידוש איז די רבי אריינגעקומען און זיך געוואשן צום סעודה, במשכן סעודה האט האט מען געהאט די זכיה אז די ראש הישיבה הגה"צ ר' ארי דוב קארנבלי שליט"א האט געפרעגט די שאלות פון די תלמידים בדברי תורה וחסידות און אין די נושאים בהלכה והשקפה און די רבי האט געענטפערט בטוב טעם ודעת, מיט די זמירות האט די רבי מכבד געווען ברוך ה' יום יום: הבה"ח בנש"ק אלימלך ווייס בן הגה"צ ר' חיים אליעזר אב"ד חומעלינק מאנסי, ברוך קל עליון: הבה"ח יוסף אשר ב"ר שמואל יודא פעלבערבוים -וומ"ס, מיט בענטשן: הרה"ג ר' יצחק יעקב ראזענפעלד מראשי הישיבה, מען האט געענדיגט ארום 3:45.
צו מנחה ושל"ש איז די רבי אריינגעקומען 9:05, מנחה: הרה"ח ר' יעקב יוסף פילאפף, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שלום יוסף שאפער, כהן: הרה"ח ר' נפתלי יצחק כהנא, לוי: הרה"ח ר' שמואל דוד וויינבערגער, שלישי: הרה"ח ר' יוסף נח לאנדא, הגבה: רבינו שליט"א, גלילה: הרה"ח ר' זלמן לייב פריעדמאן -מאנטריאל, ביי של"ש האט די רבי מכבד געווען מיט אודה: הרה"ח ר' חיים ראטשטיין, שיר המעלות: הרה"ח ר' יצחק וויינגארטען -וומ"ס, ביי די תורה האט זיך די רבי געשטעלט אויפן פסוק 'כי מראש צורים אראנו' און געטייטשט בדרך מוסר אז דורך די כח פון עוסק זיין בתורה קען מען ארויסקימען פון די נ' שערי טומאה, און מען קען תשובה טוען אפילו אויף די ג' עבירות חמורות, ידיד נפש: הרה"ח ר' זלמן לייב פריעדמאן, קל מסתתר: הרה"ח ר' יודא הערש שאפער, די רבי האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות, מעריב מוצ"ש האט די רבי געדאווענט פארן עמוד, נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך, ביים ארויסגיין האט מען ארויסבאגלייט דעם רבין מיט "כי מלאכיו" לרגל די נסיעה קיין ניו העמפשיר אויף מנוחת הנפש, מען האט געענדיגט 11:20.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
פרייטאגט"ו תמוז תשפ"א6/25/2021
באריכט
🌴 ה' - ו' בלק בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א 🌴
=דאנערשטאג בלק= די רבי האט געדאוונט שחרית ארום 7:30 בביתו נאוה קודש.
נאכמיטאג איז אנגעקומען אויף א ביקור קודש ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בביתו נאוה קודש כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א וועלעכע איז געווען אויף א באזיך אינעם קעמפ פון ישיבה דבאבוב בגלילות קרית יואל, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע ידידות'דיגע שמועס בדברי תורה וחסידות, די רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און ארויסבאגלייט ביזן קאר.
פארנאכטס האט די רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' אהרן שמואל פוקס ר' שבתי יעקב ווערטהיימער באולם כינור דוד, און ביים חופה פון די מחותנים ר' פנחס אליעזר פריעדמאן -מאנטריאל ר' שלום יוסף שאפער באולם בית רחל פאראדייס.
שפעטער האט די רבי געליינט תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע -ביים תנאים פון די מחותנים ר' מנחם ישעי לעווי ר' יואל ישראל מאיר שפילמאן, -און ביים תנאים פון די מחותנים ר' משה שמואל ניימאן ר' יואל פריעדמאן בן הר"ר שמואל -משב"ק. *
=פרייטאג בלק= פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' צבי טובי גדלי עפשטיין ווי די רבי איז געווען סנדק.
די רבי האט געדאוונט שחרית בישיבתינו "מתיבתא הקדושה" סניף דברי יואל פארן דאווענען האט די רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים ב"ר יחזקאל שרגא מערץ, וב"ר יצחק צבי בערקאוויטש. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים. *
בן חמש למקרא
ארום 12:30 פארמיטאג איז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אנגעקומען אין מאנסי אין די זאלן פון עטרת טשארנא ווי די רבי האט מפאר געווען בראש ביים "חומש סעודה" פון די קרוב צו הונדערט תלמידי כתה א' במוסדותינו הק' מאנסי. דער רבי איז ענטפאנגען געווארן דורך די ילדי תשב"ר מיט שיינע חרוזים לכבוד המאורע, דערנאך האט די רבי געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פאר די קינדער עלטערן און זיידעס, און משמיע געווען דברות קודש.
נאכן חומש סעודה האט די רבי פארטיילט מטבעות קודש פאר די עלטערע תלמידי מוסדותינו במאנסי וואס האבן אריינגעברענגט גרעסערע סכומים לטובת המוסדות במשך די ימי הפורים העעל"ט.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
דאנערשטאגי"ד תמוז תשפ"א6/24/2021
באריכט
🌴 מיטוואך בלק בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א 🌴
די רבי האט געדאוונט שחרית בישיבתינו "מתיבתא הקדושה" סניף עצי חיים -שיעור ג'. נאכן דאווענען האט די רבי פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ה' פסוק ג'.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' יואל גאלדבערגער ווי די רבי איז געווען סנדק ומוהל, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים,
דערנאך איז די רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזיך אינעם בית השחיטה המהודרת.
פארנאכטס האט די רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' שמחה בונם ברוין -מאנסי ר' ברוך ווידער באולם בית רחל פאראדייס. און ביים חופה פון די מחותנים ר' נחמי ניימאן ר' יואל ברח"ב פילאפף באולם כינור דוד.
שפעטער האט די רבי געליינט תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע -ביים תנאים פון די מחותנים הרה"ג ר' וואלף אהרן טעללער ר' משה הערש האלפערט, -און ביים תנאים פון די מחותנים ר' ישראל בער שטערן ר' משה חיים בערקאוויטש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מיטוואךי"ג תמוז תשפ"א6/23/2021
באריכט
משנת רבי מאיר זעליג
במשך די קומענדיגע וואכן בימי הקיץ וועט פארקומען ליל שישי א "סדר לימוד רבתי" אינערהאלב ישיבתינו "מתיבתא הקדושה" תו"י דסאטמאר, ווי יעדע וואך וועט א צווייטע סניף ארויספארן ליל שישי צום ביהמ"ד זכרון יחיאל מיכל "בקרית ויואל משה" -מאנטיסעלא, ווי מען וועט במשכן נאכט לערנען א סדר פון "חמש שעות רצופות" און דערנאך דאווענען "ותיקין" אלס הכנה לשב"ק.
די סדר הלימוד רבתי במשך די וואכן איז נתנדב געווארן דורך הרבני הנגיד ר' פישל ריספלער לע"נ אביו הרבני הנגיד המפורסים ר' מאיר זעליג ז"ל ראה"ק דקהלתינו הק'.
אנו עמלים ומקבלים שכר
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מזל טוב וויליאמסבורג!! מטעם "אנ"ש דברוקלין" טיט מען זיך הערצליך באדאנקן פאר די טויזענטער אנ"ש תושבי וומסב"ג וואס האבן אפגעגעבן זייערע שטימען און זענען ארויסגעקימען מיט א מעכטיגע בלאקוואוט פון העכער "פיר טויזענט שטימען" פאר די אנ"ש אינדערסירטע קאנדידאטן עריק עדעמס פאר מאיער, לינקלן רעסטלער פאר סיטי קאנסול, ענטאני ריענאסע פאר בארא פרעזידענט, וואס אלע קאנדידאטן שטייען די העכסטע אין זייער פארמעסט!! און זענען אויפן וועג צו געווינען בעז"ה!!!.
יש"כ תושבי וויליאמסבורג!! דערמיט האט איר ארויסגעוויזן א פאראייניגטע כח פון "קידוש ה' און הכרת הטוב" און בעז"ה פארזעכערן די עתיד פאר תושבי ברוקלין בכלל, און פאר קהלתינו ומוסדותינו הק' בפרט!!! און איר זענט א חלק אינעם עתיד אז זיי זאלן קענען אויפטוען פארן כלל און פארן פרט "ובעיקר צו קעמפן אקעגן די גזירת החינוך".
יש"כ העסקנים!! בשם אנ"ש תלמידי וחסידי סאטמאר טיט מען זיך הערצליך באדאנקן פאר די העלדישע עסקני קהלתינו הק' וומסב"ג ובפרט פאר העסקן החשוב הרב נפתלי משה אינדיג פארן זיך דרייסט ארויסשטעלן פארן ריכטיגן קאנדידאט, -נישט קיין חילוק וויפל פראצענט מיר זענען פון זיינע וויילער- וועט מען אדאנק דעם בס"ד האבן ביי זיי א אוזן קשבת!!