היינט קומט פאר די גאר רייכע חגיגת "סיום מס' יבמות והתחלת מס' כתובות" בחבורת יסודי התורה בקרב קהלתינו הק' "וויליאמסבורג - בארא פארק" בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אויף א פראכטפולע מלכות'דיגע פארנעם באולם הגדול "קענט עוועניו סקווער".
קא עבידנא יומא טבא לרבנן
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
שישו ושמחו בשמחת התורה
היינט קומט פאר די שמחת 'הכנסת ספר תורה' וואס ווערט אריינגעגעבן צו בית מדרשינו הגדול בבארא פארק, דורך הרבני הנגיד ר' פנחס משה לאנדא, בהשתתפות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וואס וועט אפרעכטן די רקידי קודש און פארזאגן לדוד מזמור כנהוג.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
היינט נאכמיטאג וועט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א באשיינען די חומש סעודה בקרב מוסדותינו הק' בבארא פארק, בבית מדרשינו הגדול בב"פ.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מיטוואךכ"ב סיון תשפ"א6/2/2021
בילדער · 2
די גיגאנטישע זאלן "קענט עוועניו סקווער" ווי עס וועט פארקומען די חגיגת סיום מס' יבמות בחבורת יסודי התורה בקרב קהלתינו הק' "וויליאמסבורג - בארא פארק" בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א קומענדיגען זונטאג קרח אויף א פראכטפולע מלכות'דיגע פארנעם.
קא עבידנא יומא טבא לרבנן
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
אשרי עין ראתה בשמחת קהלינו
חגיגת סיום מס' יבמות "וויליאמסבורג - בארא פארק" אויף א פראכטפולע מלכות'דיגע פארנעם באולם הגדול "קענט עוועניו סקווער".
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
תורה תורה חגרו חג
חגיגת סיום מס' יבמות בחבורת יסודי התורה בקרב קהלתינו הק' "וויליאמסבורג - בארא פארק" בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א קומענדיגען זונטאג קרח אויף א פראכטפולע מלכות'דיגע פארנעם באולם הגדול "קענט עוועניו סקווער".
קא עבידנא יומא טבא לרבנן
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
פרייטאגי"ז סיון תשפ"א5/28/2021
מודעה
ויו"ט היו עושין
סיום מס' יבמות בחבורת יסודי התורה בקרב קהלתינו הק' "וויליאמסבורג - בארא פארק" בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א קומענדיגען זונטאג קרח אין די זאלן פון "עטרת אברהם" אין וויליאמסבורג.
קא עבידנא יומא טבא לרבנן
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מאנטאגי"ד אייר תשפ"א4/26/2021
באריכט
באריכט שבת מרומם בקרב קהלתינו הק' בארא פארק #4
נאכמיטאג 6:30 איז די רבי אריינגעקומען בביהמ"ד הגדול צו פרק, די רבי האט געטייטשט מיט 10 אופנים די משנה 'דע מאין באת' 'ולאן אתה הולך' בדרבי דרוש אגדה ומוסר, און צום סוף מעורר געווען איבער שיקן קינדער אין פרעמדע ישיבות -און צום סוף גייט מען ארויף אין א"י, און איבער אוועקפארן אין די פרעמד אויף יו"ט, מען האט געענדיגט 8:00, 8:20 איז די רבי אריינגעקומען צו מנחה ושל"ש, מנחה: ר' דוד יושע הירש, הוצאה והכנסה: הר"ר הירצקא קליין, בעל קורא: הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש -משב"ק, כהן: הרה"ג ר' עקיבא יוסף כהנא, לוי: ר' אהרן וואלף געטער, שלישי: הרה"ח ר' יצחק שרגא גראס, די רבי איז געגאנגען הגבה, גלילה: הרה"ח ר' שלמה פר"מ, ביים אנגיסן די כוס האט די רבי געהייסן ברענגן א בעכער און אנגיסן פאר גיסו כ"ק הגה"צ גאב"ד דקהלתינו ב"פ שליט"א, אודה: הרה"ח ר' מרדכי שבתי מארקאוויטש, שיר המעלות: הרה"ח ר' יצחק זאב וויינשטאק, ביי די תורה האט זיך די רבי געשטעלט אויפן פסוק קדושים תהיו - קדש עצמך במותר לך, ווי די רבי האט ממשיך געווען מיט לענגערע דברי מוסר בעניני קדושה, ידיד נפש: הרה"ח ר' חיים שפיצער, קל מסתתר: הרה"ח ר' וואלף ניתנצווייג, די רבי האט געבענטשט אויפן כוס, מעריב: הרה"ח ר' יצחק מרדכי מארקאוויטש, נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גיטע וואך און דערנאך האט מען ארויסבאגלייט די רבי בשירה ובזמרה, מען האט געענדיגט 10:45.
מוצ"ש איז די רבי אנגעקומען -ווי געמאלדן- אין ביהמ"ד סארוואש אין בארא פארק ווי די רבי האט אריינגעשריבן א אות אינעם ס"ת וואס ווערט געשריבן דורך האדמו"ר מסארוואש שליט"א, און דערנאך געפארוועט א מסיבת לחיים ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמיס, און דערנאך מנחם אבל געווען הרה"ח ר' שלמה יעקב שפיצער פון מאנטריאל, און זיך צוריק געקערט למעון קדשו בקרית יואל.
שבת קודש בצל כנפיך יחסיון
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
באריכט שבת מרומם בקרב קהלתינו הק' בארא פארק #3
זכור אהבת קדומים
ארום 1:00 איז די רבי אריינגעקומען צום "סעודת עתיקא קדישא" אינעם היכל הכולל אינאיינעם מיט די אריבער 300 זקני פני העדה "חברי אהבת קדומים" תושבי בארא פארק, עס האט זיך אנגעזען כ"ק הגה"צ רב דקהלתינו 15 שליט"א, מורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, הגה"צ דומ"ץ דקהלתינו ב"פ שליט"א, און נאך חשובע רבנים, אינמיטן די סעודה איז ערשינען כ"ק הגה"צ גאב"ד דקהלתינו ב"פ שליט"א, אנהייב סעודה האט אויפגעטרעטן הר"ר הירצקא קליין שליט"א מנהל התאחדות אבריכים, דערנאך האט אויפגעטרעטן הגה"צ ר' צבי אלימלך ט"ב רב דבית מדרשינו תפלה למשה ב"פ ומגי"ש חבורת אהבת קדומים, ווי ער האט ארומגערעדט זכרונות פון רביה"ק זי"ע, ביים סעודה האט די רבי מכבד געווען די חזנים 'האחים ווייס' הר"ר שלמה ר' הערשל ר' ישראל יעקב -מחשובי חברי אהבת קדומים, צו אראפזינגען א פארצייטישע ניגון וואס איז געזינגען געווארן ביי רביה"ק זי"ע ארויפגעלייגט אויפן זמר ברוך קל עליון, דערנאך האט אויפגעטרעטן הגה"צ אב"ד דזבוי שליט"א ומגי"ש בחבורת אהבת קדומים, נאכן זינגען חי ה' האט מען געהאט די זכיה צו הערן ווי די רבי האט געענטפערט אויף די פארגעלייגטע שאלות חכם דורך הגה"צ ר' בנציון כץ דזבוי רב, בעניני השקפה והדרכה וואס האט זיך פארצויגן בנועם שיח פאר איבער א שעה צייט, צווישן די שאלות האט די רבי שטארק ארומגערעדט איבער די ווארימקייט וואס די זיידעס דארפן איבערגעבן און אריינגעבן פאר די אייניקילך, און זאגן מוסר פאר די קינדער און אייניקליך, אזוי אויך איבער די נעמען פון די אייניקליך -לאזן די עלטערן אליינס א נאמען געבן, (חוץ ווען מען בעט הילף), און שטארק ארומגערעדט איבער די פראבלעם פון שיקן און פרעמדע ישיבות וואס איז היינט געווארן ווי א ביזנעס און מען זיכט צו זיין א ברענ"ד נעי"ם.. און ווי נאר די בחור ווערט 18/19 ווייזט מען אים די טיר ארויס! און דעמאלטס האט מען נישט קיין ברירה נאר צו פארן קיין א"י וואס די סכנה דערפון איז 'מורידיג גרויס' ווי די רבי האט זיך אויסגעדריקט אז "וויפל די פעטער האט לוחם געווען אויף דעם בימים ההם וואלט ער אסאך מער לוחם געווען אויף דעם בזמן הזה" און דערנאך ארויסגעברענגט די שינו לטובה פון די לעצטערע יארן בלימוד התורה וואס איז היינט אסאך בעסער ווי אמאל, און איבער אויפשטיין פארטאגס וואס מען דארף זען זיך צו לייגן פרי און אויפשטיין פרי, און דערמאנט אז 6:00 פארטאגס איז שוין דער ריזן היכל התורה אין ק"י איבערגעפילט מיט לומדי תורה!! און דערביי געהערט א גריס מאחד מחשובי זקני אנ"ש אז 5:30 פארטאגס איז פיל יעדע זיץ אינעם היכל התורה 'בית חי' בבית מדרשינו הגדול ב"פ, און נאך פולע תשובות בדרך ההשקפה. ברוך ה' יום יום: הרה"ח הישיש ר' גדלי יערמיאש, ברוך קל עליון: הרה"ח ר' אהרן וועלץ מנהל המוסדות, די רבי האט מכבד געווען הרה"ח ר' חיים שטערן צו זינגען יום זה מכובד, דערנאך האט די רבי משמיע געווען לענגערע דב"ק דברי תורה חיזוק והדרכה און ארויסגעברענגט אז יעדער וואס זיצט דא דארף אפגעבן א שבח והודאה פאר השי"ת בפרט נאך די שווערע יאר וואס מאיז אדורך, קומען דוקא אין ביהמ"ד לערנען און נישט דורכן טעלעפאון, זיך האלטן פריש און ח"ו נישט אויפגעבן, זיין אקטיוו און עסקנות -ווי גיין נאך געלט, משפיע זיין אויף די קינדער און אייניקליך 'א זיידע האט א גרעסערע כח אויף די אייניקליך מער ווי די טאטע אליין' און געווינטשן ברכות לרוב. מיט בענטשן האט די רבי מכבד געווען אחיו כ"ק הגה"צ רב דקהלתינו 15 שליט"א מען האט געענדיגט ארום 4:00.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
באריכט שבת מרומם בקרב קהלתינו הק' בארא פארק #2
שב"ק צופרי האט זיך די רבי באניצט מיט די פריוואטע מקוה פון כ"ק אדמו"ר מצאנץ קלויזענבוירג שליט"א, ארום 9:45 איז די רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד, פסוקי דזמרה: הר"ר יואל ט"ב בן רב דקהלתינו 15 שליט"א, צו שחרית איז די רבי צוגעגאנגען, הוצאה והכנסה: ר' יואל ברי"א פישער, פסוקי שמע ישראל: הגה"צ ר' אברהם מאיר האלבערשטאם רב דקהלתינו 18, בעל קורא: ר' סנדר יעקב גרינוואלד, עס האבן עולה געווען כהן: בעל שמחה ר' שמואל בנימין כ"ץ -די רבי האט געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז"ט, לוי: הרה"ח ר' גדלי יערמיאש מזקני אנ"ש, שלישי: כ"ק הגה"צ גאב"ד דקהלתינו ב"פ שליט"א, רביעי: כ"ק הגה"צ רב דקהלתינו 15 שליט"א, חמישי: החתן ב"ר יוסף שפיצער המיול"ח להרבני הנגיד ר' עקיבא צבי קליין, שישי: די רבי, נאכן עולה זיין האט די רבי געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת אצל הרה"ג ר' מרדכי לייב פר"מ ואצל ר' ברוך מארקאוויטש, שביעי: ר' יואל פר"מ -עסקן בקהלתינו ב"פ, דערנאך האט עולה געווען מורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, אחרון: ר' חיים שלמה פישער, מפטיר: ר' יואל ברא"י לעווי, הגבה: הרה"ח ר' שמואל הכהן פר"מ -משב"ק, גלילה: הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש -משב"ק, מוסף: מורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, פתיחה פאר אנעים זמירות: ר' אהרן וואלף רעטעק, מען האט געענדיגט 12:35, נאכן דאווענען האט די רבי קידוש געמאכט פריוואט אין שטיבל.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
זונטאגי"ג אייר תשפ"א4/25/2021
בילדער · 5
יעצט מוצ"ש איז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אנגעקומען אין ביהמ"ד סארוואש אין בארא פארק ווי די רבי האט אריינגעשריבן א אות אינעם ס"ת וואס ווערט געשריבן דורך האדמו"ר מסארוואש שליט"א, און דערנאך געפארוועט א מסיבת לחיים ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמיס.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
שבת קודשי"ב אייר תשפ"א4/24/2021
ווידיאו
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביי 'ספירת העומר' יעצט מוצש"ק נאכן געהויבענעם שבת מרומם בקרב קהלתינו הק בארא פארק, באריכט פונעם שבת וועט נאכפאלגן.