בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes

Satmara Niyes

What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Reports

← Show all

Friday25 Iyar 57815/7/2021

Report
חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו

היינט כ"ה אייר ווערט אפגעצייכנט די יום הצלה והשחרור פון כ"ק מרן רבינו הקדוש והטהור בעל בעל ברך משה זי"ע וועלעכע איז אין דעם היינטיגן טאג ניצול געווארן פון די דייטשע רוצחים, ווי אנ"ש דאנקן און לויבן דעם באשעפער "בימים ההם" אז ער אונז איבערגעלאזט לשארית לפלטה רביה"ק זי"ע וועלעכע האט ממשיך געווען דעם דרך הסלולה פונעם גרויסן פעטער בלי שום שינוי כל שהוא, ואי לאו האי יומא ווי אזוי וואלט סאטמאר אויסגעזען נאכן רבינס הסתלקות תשל"ט!! "און אפגעבן א שבח והודאה בזמן הזה" אז מיר קענען זיך האלטן בדרכו הקדוש ואשרינו מה טוב חלקינו אז מיר זענען תלמידים פון מ"מ וממשיך דרכו בקודש בנו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וועלעכע איז ממשיך דעם חינוך הטהור בדרך הסלולה לנו פון רבותינו הקדושים זי"ע און גייט און די דרכים בדרך התורה והמסורה און רירט זיך נישט אוועק קיין זיז כל שהוא פונעם הייליגן דרך!

ברוב ענותנותו האט די רבי נישט געלאזט מאכן דעם טאג פאר א יום ההודאה זאגענדיג אז ער איז יוצא מיט כ"א כסלו דעם פעטערס יום הצלה!!!

מודה אני לפניך ה' אלוקי על כל החסד אשר עשית עמדי

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
🌴 דאנערשטאג בה"ב בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א 🌴

פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' ישראל דוב רייך, ולר' משה אהרן זאב ראזענבערג ווי די רבי איז געווען סנדק ומוהל.

די רבי האט געדאוונט שחרית בישיבתינו "מתיבתא הקדושה" סניף ברך משה פארן דאווענען האט די רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים ב"ר משה קויפמאן וב"ר יואל מיטטעלמאן,

נאכן דאווענען האט די רבי פארגעלערנט די וועכנטליכע סוגיא שיעור בשיעורי הישיבה אין מסכת שבועות,
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים.

נאכן דאווענען האט די רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' שלמה הערש ראזענפעלד וחתנו ר' חיים יודא גליק ע"פ בתו /אשתו.

נאכמיטאג ארום 6:30 איז די רבי אנגעקומען אין די זאלן פון בית רחל פארדייס ווי די רבי האט באשיינט -ווי געמאלדן- די מעמד קדוש "ואטהר" קעגן פגעי טעכנאלגיע פאר תלמידי ישיבתינו "מתיבתא הקדושה" תו"י דסאטמאר, און משמיע געווען דעם דבר ה' וחובת השעה איבער די שעדליכקייט פון די כלים טמאים און איבער די גרויסקייט פון די בחורים פון זיך מאכן גדרים און דעי ענין קדוש.

פארנאכטס האט די רבי געליינט תנאים אינעם תנאים זאל בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע פון די מחותנים ר' יושע חיים שפיצער -וומסב"ג ר' יואל ב"ר יעקב פארגעס -ק"י.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Thursday24 Iyar 57815/6/2021

Report
עיני עיני ירדה מים

היינט פארמיטאג איז פארגעקומען א עצרת הספד והתעוררות בהיכל מבצר הכוללים דקהלתינו הק' קרית יואל שטייענדיג ככלות השבעה פון הרה"ח ר' אליעזר צבי יוזשעף ז"ל מחשובי לומדי הכולל רבות בשנים וראש חבורת לימוד ספרי מוסר, וועלעכע איז ליידער אומגעקימען ל"ג בעומר ביים שרעקליכע טראגעדיע באתרא קדישא מירון, עס האבן אויפגעטרעטן די יו"ר הרה"ג ר' וואלף אהרן טעללער שליט"א מנהל הכולל, און די ראשי הכוללים הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א -חדב"ן, הגה"צ ר' אברהם שלום פריעדמאן שליט"א, און הגה"צ ר' יחזקאל ראפאפורט שליט"א רב דביהמ"ד נועם התורה וראש ישיבת תפארת ישראל -לאנדאן.

פלגי מים תרד עיני על שבר בת עמי

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
ובאו כולם בברית יחד

פאלגנד איז די סדר פונעם מעמד קדוש ואטהר וואס קומט פאר היינט פאר תלמידי ישיבתינו "מתיבתא הקדושה" תו"י דסאטמאר זיך מחזק זיין קעגן פגעי טעכנילאגיע בראשות די ראש הישיבה כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א באולם בית רחל פארדייס, עס וועלן אויפטרעטן הרה"ג פמ"מ מחנך נפלא ר' בערל טויבער שליט"א, הגה"צ ר' יחזקאל ראפאפורט שליט"א רב דביהמ"ד נועם התורה וראש ישיבת תפארת ישראל -לאנדאן, און מיטן דבר ה' וחובת השעה דורכן ראש הישיבה כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

ואטהר ואתקדש בקדושה של מעלה

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
פאלגנד איז א דעטילירטע באריכט פון די גרעסטע מעמד הדלקה לכבוד התנא אלוקי דעם ל"ג אין קרית יואל.

אַשְׁרֵינוּ מַה טּוֹב חֶלְקֵנוּ, בְּהִלּוּלָא דְּבַר יוֹחָאי:
וּמַה נָּעִים גּוֹרָלֵנוּ, בִּזְכוּת אֲדוֹנֵנוּ בַּר יוֹחָאי:

ווי יאר יערליך איז די שטאט קרית יואל פארוואנדעלט געווארן אין א 'מעין קיבוץ גליות' ווי סזענען זיך צונויפגעקומען שווערע צענדליגע טויזענטער אידן אנשים נשים וטף זיך מיטצופרייען און מיטצוהאלטן די גרעסטן מעמד הדלקה אינעם 'מירון דאמעריקא' לכבוד התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי וואס איז אפגעראכטן געווארן אויפן ריזן שטח צווישן ביהמ"ד הגדול אינעם מבצר הכוללים און די דערנעבענדיגע שטחים פון די גארפילד און העיס גאסן, בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

די לעצטערע הכנות צום מעמד גדול איז אנגעגאנגן דעם ערב ל"ג בעומר ביז ווען און די סאמע לעצטע שעות הערענדיג די ביטערע בשורה פון אתרא קדישא מירון, אבער נאך א שטיק צייט הערענדיג דעם דעת קודש פונעם רבין אז די מעמד וועט אפגעראכטן ווערן ווי פלאנירט האט מען מיט געמישטע געפילן בבחינת פושט צורה ולובש צורה, זיך געגרייט צום מעמד הוד ונשגב.

און די באשטימטע צייט איז די רבי ערשינען אין ביהמ"ד הגדול -וואס איז געווען איבערגעפילט פון ברעג צו ברעג- צו תפילת מעריב, פארן דאווענען האט די רבי געצינדן 5 ליכט לכבוד ההילולא קדישא, עס האט געדאווענט פארן עמוד הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין -משב"ק, נאכן דאווענען איז די רבי צוגעגאנגען צו ספירה מיט א התרגשות והתלהבות דקדושה, גלייך נאך מעריב ארום 9:30 איז די רבי ערשינען צום מעמד קדוש און צוגעגאנגען אין צענטער פונעם בימת הכבוד וואס איז געווען פיל מיט הרבנים הגהו"צ רבנים ודיינים שליט"א, מען האט אנגעהויבן זינגען נגוני התעוררות, נאך א קורצע צייט זינגען האט זיך די רבי אויפגעשטעלט און אנגעהויבן משמיע זיין הארצרייסענדע דברות קודש איבערן אסון נורא פון אתרא קדישא מירון, זיך שטעלענדיג אויפן פיוט "ולשדה תפוחים עלית ללקוט בו מרקחים" זאגענדיג אז אסאך פשטים בדרך דרוש ורמז איז שוין געזאגט געווארן אויף דעים, אבער היי יאר איז עס ליידער מקיום געווארן פשוט פשט, און מיט בכיות נוראות באוויינט די שרעקליכע טראגעדיע,. קיין טריקן אויג איז נישט געווען בשעת די רבי איז מתחנן און בעט זיך ביים מלך שמוע תפלה מיט הייסע בכיות אז השי"ת זאל שוין אפהיטן אידישע קינדער מכל צרה וצוקה ולא ישמע עוד שוד ושבר בבתי בני ישראל, ונהרי נחלי דמעות זענען פארגאסן געווארן דורך די שווערע רבבות ישראל, דערביי האט די רבי מכבד געווען הגה"צ אב"ד ציעשנוב ק"י שליט"א פארצוזאגן קאפיטלך תהילים לרפואת די הונדערטע פארוואנדערטע ביים שרעקליכן טראגעדיע, די ציעשנובע רב האט אנגעהויבן מיט א קול שועה ותפלה קאפיטל כ' פסוק בפסוק, גאר גרויס איז געווען די התעוררות ביי קאפיטל ק"ל בשעת די ציעשנובע רב האט עס פארגעזאגט בנוסח ימים נוראים מיט שטארקע בכיות, נאך אמירת תהילים האט די רבי ממשיך געווען מיט דברות קודש ארויסברעגענדיג די חובת השעה וואס ליגט אויף יעדעם צו זיך אנשטרענגן און באהאלטן די אבלות און מקיים זיין די רצון פונעם הייליגן תנא ר' שמעון זיך צו פרייען בשמחתו, דערביי האט די רבי נאכגעברענגט א מעשה וואס די מגן אברהם ברענגט איבער א גדול וואס האט געזאגט 'נחם' ל"ג בעומר על חורבן ביהמ"ק און איז נענש געווארן, זאגענדיג אז די מג"א איז א פוסק בקיצור נמרץ און ברענגט נישט קיין מעשיות, נאר דא וויל אונז די מג"א לערנען הלכה למעשה אז ווען ספאסירט אזא אומגליק איז אבער רצון קדשו פונעם הייליגן תנא אז מען זאל מדחה זיין די אבילות וועגן זיין שמחה, א בחינה פון מעבירין את המת מלפני הכלה, און אויסגעפירט אנא עבדא דקודשא בריך הוא אז מיר זענען קנעכט פונעם רבש"ע און מיר פרעגן נישט קיין קשיות, א עבד טוט וואס די אדון זאגט, און מען מיז זיך אנשטרענגן בבחינת אבלו בלבו וצהלו בפניו, און זיך משמח זיין בשמחתו פונעם הייליגן תנא וואס איז א שמחה אין אלע עולמות, נאך די פייערדיגע הקדמה האט די רבי ממשיך געווען מיט פייערדיגע דב"ק ודברי הכנה זיך שטעלענדיג אויפן פסוק בראשית ברא אלוקים וואס איז נוטריקין א'ור ת'ורת ר' ש'מעון ב'ר י'וחאי, און געטייטשט לכבוד היום, איבערן מנהג מקדמת דנא צו מאכן א מדרוה ל"ג בעומר, און ממשיך געווען מיט לענגערע דברי התעוררות איבער ישיעות ורפיאות וואס כלל ישראל דארף און געבעטן ביים הייליגן תנא "אנא ברכם" בענטש אידישע קינדער אויסרעכענדיג בקשות פאר אידישע קינדער.
נאך די פייערדיגע דב"ק האט מען ממשיך געווען מיט נגוני התעוררות, נאך לענגערע מינוטין זינגען איין ניגון נאכן אנדערן, איז די רבי ערשינען אויפן ספעציעלן פלאטפארמע ביים 'מדורת אש' און ווייטער ממשיך געווען מיט נגוני התעוררות, בפרט דעם "ויהו רחמיך מתגוללים" "רבונו של עולם האב שוין רחמנות אויף דיינע קינדערליך" וואס איז איבערגעזינגן צענדליגע מאל וואס האט געריסן הערצער בפרט שטייענדיג נאכן שוידליכן טראגעדיע באתרא קדישא מירון, דאן האט הגה"צ אב"ד חומעלניק שליט"א -וואס די זכות הדלקה איז אפגעקויפט געווארן דורך בנו הרבני הנגיד ר' יודא ווייס פון ק"י- איבערגעגעבן די גרויסן פאקל פארן רבין, פאר לענגערע מינוטין איז די רבי געשטאנען מיטן פאקל בשעת מען זינגט דעם פארצייטישן ניגון התעוררות לכבוד התנא האלוקי, און ארום 11:00 האט די רבי אנגעצינדן בשלהבת אש קה די מדורת אש און זיך ארויסגעלאזט און א פייערדיגע ריקוד קודש ביים מדורה לכבוד התנא האלוקי און האט אריינגעשלעפט די צענדליגע טויזענטער און פייערדיגע ריקודים בפרט ביים איבערזינגן צענדליגע מאל "בזכות התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי" און "אנא עבדא", נאך א לענגערע צייט איז די רבי צוריק ערשינען ביים בימת הכבוד ווי מען האט געזינגען די נגונים לכבוד היום פון 'בר יוחאי' 'ואמרתם' און 'אמר רבי עקיבא', דערנאך האט זיך געשאפן צענדליגע רינגן פון די רבבות ישראל און געטאנצן פאר לענגערע שעות לכבוד התנא אלוקי, במשך די ריקודין האט די רבי אפגעשוירן אריבער 50 חאלאקאס וואס זענען אדורך כבני מרום, און אנגעטון א קאפל און טלית קטן און געווינטשן ווארימע ברכות פאר די עלטערן און זיידעס.

אשרי עין ראתה כל אלה

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
🌴 מיטוואך בה''ב בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א 🌴

פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' אברהם ווערטהיימער, ולר' שמואל מרדכי שטיין, ווי די רבי איז געווען סנדק ומוהל.

די רבי האט געדאוונט שחרית בישיבתינו "מתיבתא הקדושה" סניף עצי חיים -שיעור ג', פארן דאווענען האט די רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחור ב"ר יואל פערל.

ביים דאווענען האט דער רבי פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק,

נאכן דאווענען האט די רבי פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ג' פסוק ט' און ארומגערעדט דברי חיזוק פאר די בחורים, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' יחזקאל שרגא ווערצבערגער ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

פארנאכטס האט די רבי געליינט תנאים אינעם תנאים זאל בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע פון די מחותנים ר' יואל איידליס -ק"י ר' שלמה מענדלאוויטש -ק"י

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Wednesday23 Iyar 57815/5/2021

Report
🌴 ב' בה"ב בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א 🌴

פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' יעקב פרידמאן, ולר' שלמה לייב גרובער, ולר' יצחק מיטעלמאן ווי די רבי איז געווען סנדק ומוהל.

די רבי האט געדאוונט שחרית בישיבתינו "מתיבתא הקדושה" סניף דברי יואל,

נאכן דאווענען האט די רבי פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ג' פסוק ט',

נאכן דאווענען האט די רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' יעקב פארקאש וואס זיצט שבעה נאך די פטירה פון זיין מאמע ע"ה.

פארנאכטס האט די רבי געליינט תנאים אינעם תנאים זאל בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע פון די מחותנים ר' יקותיאל ישראל פריעד -ק"י ר' שמואל עקשטיין -ק"י.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫
Report
🌴 א' בה"ב בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א 🌴

פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' אהרן זאלדאן ולר' יודל פרענקל ווי די רבי איז געווען סנדק ומוהל.

די רבי האט געדאוונט שחרית בישיבתינו "מתיבתא הקדושה" סניף קדושת יואל פארן דאווענען האט די רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים ב"ר יואל קליין וב"ר הערשל ווערטהיימער.

נאכן דאווענען האט די רבי פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ג' פסוק ט',
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים.

פארנאכטס האט די רבי געליינט תנאים אינעם תנאים זאל בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע פון די מחותנים ר' שמעון שטערן -מאנסי ר' פנחס בראך - מאנטריאל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Sunday20 Iyar 57815/2/2021

Report
🌴 שב"ק פרשת אמור בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א 🌴

שמחת הקידושא רבא פון א אייניקיל ביים רבין בת הנולד לנכדו הרב ברוך רוקח בן כ"ק אדמו"ר מקארוב שליט"א וחתן הגה"צ רב דביהמ"ד אוהל פיגא שליט"א -חדבן ונכד כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, במשך די שבת האבן געוויילט במחיצת הקודש די זיידעס האדמורי"ם מדושינסקיא און קארוב שליט"א.

פרייטאג נאכמיטאג 8:30 איז די רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הר"ר חיים נחום ווצ"ב, נאכן דאווענען איז מען אריבער זאגן גוט שבת, א קורצע צייט נאכן דאווענען איז די רבי אריינגעקומען צום עשה"ט אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, אשת חיל: די אייניקיל הב' מאיר אליעזר בן הגה"צ ר' ברוך, כל מקדש: הרב נחום אלישע הורוויץ -וומ"ס, מנוחה ושמחה: ר' יוסף מנחם פישמאן -בארא פארק, די רבי האט געזאגט תורה אויפן מדרש 'איוב היה קורא תיגר על הייסורים עד שראה בסכת בסכת בסוכת' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון דורשין תחילת, אינמיטן די תורה איז אנגעקומען כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א די רבי האט אים ארויפגעזעצט ביים רבינס טיש און נאכן תורה מכבד געווען מיט לחיים, קה אכסוף: כ"ק אדמו"ר מקארוב שליט"א, בענטשן: כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, עובדות וסיפורים איז געווען פון הרה"ק רבי ר' מענד'לע מרימנוב זי"ע וואס די יארצייט איז געווען שבת י"ט אייר, קה רבון עלם: הר"ר משה שלמה ראזען -בית שמש, ביי די פירות האט די רבי געגעבן פאר דשונסקיא רבי, די חתנים זענען דורך, אז ביום השביעי: ר' דוד צבי פישער -ירושלים, דערנאך האט מען ווייטער געטאנצן לכבוד ל"ג בעומר "תורתו מגן לנו" מען האט געענדיגט 1:40

שב"ק צופרי איז די רבי אריינגעקומען 9:40, פסוקי דזמרה: הר"ר ברוך עקשטיין, צו שחרית איז די רבי צוגעגאנגען, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יושע ארי גרינוואלד, פסוקי שמע ישראל: הרב חיים יעקב רוקח בן האדמו"ר מקארוב, עליות, כהן: הרה"ח ר' שמואל הכהן פר"מ -משב"ק, לוי: ר' קלמן אליעזר גרובער -די רבי האט געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז"ט, שלישי: כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, רביעי: די רבינ'ס אייניקיל בעל שמחה הרב ברוך רוקח -די רבי האט געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז"ט ויקרא שמה בישראל אלטע מרים נאך די רביצין פונעם מהרי"ם דשונסקיא ע"ה, חמישי: הגה"צ רב דביהמ"ד אוהל פיגא שליט"א -חדב"ן, שישי: די רבי, נאכן עולה זיין האט די רבי געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת אצל ר' אברהם אלי פרידריך, ור' איתמר טובי רובינשטיין, ור' גרשון ערנטאל, ור' ברוך מרדכי שווארץ, שביעי: כ"ק אדמו"ר מקארוב שליט"א, החתן ב"ר מרדכי דוד עסטרייכער, אחרון: הרה"ח ר' משה יוסף ווערטהיימער -וומ"ס, מפטיר: הרה"ח ר' אברהם ווידער, מוסף: הגה"צ ר' דוד דוב, פתיחה לאנעים זמירות: ר' יושע עקשטיין -וומ"ס.

קול רנה וישעוה באהלי צדיקים נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הקידושא רבא בפאליש שע"י הביהמ"ד הגדול, די רבי האט קידוש געמאכט, מען האט געזינגען נגוני שמחה, די בעל שמחה האט געזאגט תורה, דערנאך האט די רבי געווינטשן לחיים פאר די בעל שמחה זיידעס און פאר די גאנצע ציבור און געזאגט תורה, מען האט געענדיגט 1:00.

צו מנחה ושל"ש איז די רבי אריינגעקומען 8:25, מנחה: ר' יעקב הערש היימאן -וומ"ס, הוצאה והכנסה: ר' יואל ברא"א עקשטיין -ירושלים, כהן: ר' יעקב ברז"ל גליק -וומ"ס, לוי: ר' חיים יואל רובינפעלד, שלישי: ר' יוסף איצקאוויטש -ב"פ, די רבי איז געגאנגען הגבהה, גלילה: הרב יואל זילבער בן גאב"ד פריימאן, ביי של"ש האט די רבי מכבד געווען מיט אודה: הרה"ח ר' נח גפן, שיר המעלות: ר' מרדכי דוד עסטרייכער, ביי די תורה האט זיך די רבי געשטעלט אויפן אויפן מדרש 'איוב היה קורא תיגר על הייסורים עד שראה בסכת בסכת בסוכת' און ממשיך געווען מיט דברי מוסר בעניני תשובה דורך עוסק זיין בלימוד התורה, ידיד נפש: ר' חיים הערש גאלד -וומ"ס, קל מסתתר: הרב חיים יעקב רוקח בן האדמו:ר מקארוב, די רבי האט געבענטשט אויפן כוס און מכבד געווען האדמו"ר מדושינסקיא מיט שבע ברכות, מעריב: הרה"ח ר' אברהם ווידער, נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גיטע וואך מען האט געענדיגט 10:50.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Friday18 Iyar 57814/30/2021

Report
🌴 פרייטאג אמור -ל"ג בעומר בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א 🌴

פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' יחזקאל שרגא שטיין ווי די רבי איז געווען סנדק ומוהל.

די רבי האט געדאוונט שחרית בישיבתינו "מתיבתא הקדושה" סניף ברך משה.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די מסיבת לחיים לכבוד התנא אלוקי אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, עס האט זיך אויך באטייליגט הגה"צ דומ"ץ דקהלתינו ירושלים שליט"א, מען האט געזינגן נגוני התעוררות ונגוני שמחה, די רבי האט מכבד געווען הגה"צ ר' מאיר אליעזר פריעדמאן שליט"א ר"מ בישיבתינו הק' פארצוזינגען בר יוחאי, דערנאך האט זיך די רבי אויפגעשטעלט און געטאנצן לכבוד היום.

ארום 12:55 איז די רבי אנגעקומען אין בית רחל פארדייס צום סעודה לכבוד היום אינאיינעם מיט די הונדערטער שיעור ג' פון די 8 סניפי ישיבה קטנה בק"י, די רבי האט געטאנצן לכבוד היום פאר עטליכע מינוט, ביים זיך וואשן האט די רבי אויפגעריסן די חלה כנהוג ביי רבותינו הק' ביי א טיש ערב שבת, נאך די פיש האט דער רבי משמיע געווען דב"ק פאר עטליכע מינוט איבער די מקור פונעם מנהג פון נישט אויפשניידן די חלה ערש"ק און דערציילט א סיפור פונעם הייליגן דברי חיים זי''ע, נאך די פלייש האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ דומ"ץ דקהלתינו ירושלים שליט"א פארצוזינגען בר יוחאי, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש, די רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'בראשית ברא אלקים' און געזאגט תורה לכבוד היום, נאך די דברי תורה האט די רבי משמיע געווען דברי הדרכה פאר די בחורים בפרט וויאזוי א איד דארף צו עסן, בענטשן פון אינעווייניג, עסן מיט א הוט, און זיך נישט נאכגעבן אלע תאוות, מיט בענטשן האט די רבי מכבד געווען הגה"צ דומ"ץ דקהלתינו ירושלים שליט"א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
תאו והתכנשו להילולא דבר יוחאי

היינט פרייטאג ל"ג בעומר וועט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א דאווענען שחרית בהיכל ישיבתינו "מתיבתא הקדושה" -סניף ברך משה, נאכן דאווענען וועט פארקומען א מסיבת לחיים לכבוד היום בתופים ומחולות ווי יאר יערליך,

ארום 12:00 וועט די רבי אנקומען אין די זאלן פון בית רחל פארדייס ווי די רבי וועט מעריך זיין שלחנו הטהור לכבוד היום אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבות קטנות שיעור ג' פון די 8 סניפי הישיבות בקרית יואל.

תורתו מגן לנו היא מאירת עינינו הוא ימליץ טוב בעדינו אדונינו בר יוחאי

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Show earlier days