בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes

Satmara Niyes

What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Friday12 Cheshvan 578710/23/2026

Report
פרייטאג ערש''ק לך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד אמרי נועם בשכונת דברי יואל אינאיינעם מיט ישיבה גדולה סניף עסק התורה פון מאנסי בהנהלת הר"ר ישראל מרדכי זיידענפעלד שליט"א. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר מרדכי אהרן ווייס הי''ו.
- ב''ר יצחק אפפעל הי''ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים בהיכל הביהמ"ד, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים און רמ"י הישיבה און געזאגט קורצע ברכות הקודש פון די תלמידי הישיבה.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
דאנערשטאג לך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אין די צופרי שעות האט דער רבי זיך פארבינדן טעלעפאניש מיט גיסו כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א ישראל בן לאה אסתר לרפו"ש, דער רבי האט דורש געווען בשלומו און אנגעוואונטשן א רפואה שלימה וגמורה, ושיתחדש כאשר נעוריו און דער וויזניצער רבי האט געוואונטשן א ברכת מזל טוב פארן רבין שליט"א לרגל די שמחת נישואין פון נכדתו הכלה תחי'.

אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן.
- לבן הנולד אצל ר' אלכסנדר ישראל מיללער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' יואל ברמ"מ האלפערט הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' ארי' לייב לעווי הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר ישראל עקשטיין הי"ו.
- ב"ר יואל יצחק שפיטצער הי"ו.
- ב"ר זלמן וואלף גראסבערג הי"ו.

ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"ג פסוק ג', און ארומגערעדט איבער די חשיבות און די כח פון ערליכע נגינה, און שטארק ממאס געווען און מעורר געווען איבער די היינטיגע פראסטע ניגונים, מוזיק, און טענץ.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אין די נאכמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.

ארום 6:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' מרדכי הערש גאלדמאן הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"ה בראך הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' נחום קלאגסברוין הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברי"ל פייערווערקער הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.

נאך די חופות האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' משה ווערצבערגער הי"ו (מאנטרעאל) ואחיו הרה"ח ר' ליפא ווערצבערגער הי"ו ובני הרה"ח ר' יצחק חיים פריינד ע"ה, היושבים ע"פ אחותם /אמם אלמנת הרה"ח ר' יצחק חיים פריינד ע"ה.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:15 ביז 11:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' דוד ניישטאדט הי"ו (מאנסי), דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:30 און דערנאך ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
מיטוואך לך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יקותיאל יודא שווארטץ הי"ו.
- ב"ר יוסף זאב מויזקאפף הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"ג פסוק ג'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי אריבער אויף א באזוך אינעם מצה בעקערי דקהלתינו הק' וועלכע האט פארגאנגענע וואך אנגעהויבן מיט די מאסיווע פראדוקציע לקראת חג הפסח הבעל"ט צו קענען נאכקומען די פארלאנג פון די מהודר'דיגע 'קרית יואל'ע מצות', דער רבי האט זיך אומגעקוקט אינעם גאנצן בעקערי און דערביי געהערט א באריכט פון הרה"ח ר' יואל שלמה זאלדאן הי"ו מנהל בית האופה, איבער די פרישע חידושים פון היי יאר, דערנאך האט דער רבי מפריש געווען חלה.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:50 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ג ר' שלמה יואל מאשקאוויטש שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' וומסב''ג און הר"ר נחמי' ווערצבערגער שליט"א אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' ישראל יעקב אפענהיים הי"ו און הרה"ח ר' מאיר יצחק ווייס הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' יואל ברי"ל מאשקאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' אברהם קליין הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:10 ביז 12:20 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 9:50 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' נפתלי הירצקא ברילל הי"ו און הרה"ח ר' יצחק פארקאש הי"ו.
- הרה"ח ר' יוסף נטע טעללער הי"ו און הרה"ח ר' ארי' פערל הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:20.


▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
דינסטאג לך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן.
- לבן הנולד אצל ר' שמואל יודא הערשקאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
- לבן הנולד אצל ר' אברהם זאנוויל דרוממער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

נאך די ברית'ן האט זיך דער רבי באגריסט מיט כ"ק אדמו"ר מבית יצחק דספינקא שליט"א וועלכע האט געדאווענט שחרית אינאיינעם מיט רבינו שליט"א לרגל די שמחת הברית פון נכדו וועלכע איז פארגעקומען נאכן דאווענען.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב''ר ישראל מנחם שניצלער הי''ו.
- ב''ר שמואל לייב פריעד הי''ו.
- ב''ר מאיר יקותיאל יודא לאקס הי''ו.
- ב''ר יואל ב''ר יוסף דרומער הי''ו.
- ב''ר שמואל בנימין סופר הי''ו.

דערנאך האט רבי געצינדן 5 לעכט לרגל די יארצייט פון זקינו הרה"ק רבי שמואל גארליצער זצ"ל. און דער רבי האט פארגעזאגט וכרות.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל נכד כ"ק אדמו"ר מבית יצחק דספינקא שליט"א ונכד כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים שליט''א, בן הנולד אצל נכדם הרב בעריש הורוויץ שליט"א, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דערנאך איז פארגעקומען א לחיים בחדר אברהם יודא, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר האדמו"ר מבית יצחק דספינקא שליט"א, פארן בעל ברית ובני משפחתו, פאר די בר מצוה בחורים, און פארן גאנצן ציבור, און דערביי האט דער משמש הרה''ח ר' יואל קויפמאן הי''ו געמאכט די מי שברך כנהוג, דערנאך האט זיך דער רבי טעלעפאניש פארבינדן מיטן זיידן כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א און מאציל געווען מברכת קדשו.

דערנאך איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד הלכה ברורה ווי עס איז פארגעקומען א ברית פון נכד משב"ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו, בן הנולד אצל נכדו הר"ר אהרן מענדלאוויטש שליט"א בן הרה"ג ר' יעקב אלעזר ז"ל רב הביהמ"ד, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, דער רבי האט געטרינקן א לחיים און אנגעוואונטשן ברכות קדשו, און דערביי האט דער משמש הרה''ח ר' יואל קויפמאן הי''ו געמאכט די מי שברך כנהוג.

ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:30 ביז 12:00 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הרה"ג ר' שאול יחזקאל שווארטץ שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד לב אהרן דקהלתינו הק', מקבל זיין ברכת הקודש לרגל נישואי בתו למז"ט, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס בדבר הלכה און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך האט דער רבי טעלעפאניש מנחם אבל געווען הגאון רבי אלי' בער וואכטפויגל שליט"א ראש ישיבת סאוט פאלסבורג היושב ע"פ בנו ע"ה, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט איבער זיין מצב הבריאות און אנגעוואונטשן א רפואה שלימה און א ברכת תנחומין.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:00 און דערנאך ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
מאנטאג לך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' משה יעקב מארקאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל. ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"ג פסוק י"ג.

בחדרו הפרטי האט דער רבי ממנה געווען עטליכע בחורים פון יעדע סניף וועלכע זאלן זיין ממונה אבאכט צו געבן און מעורר זיין די חתנים צו נעמען נאר ערליכע מוזיק ביי זייערע חתונות, דער רבי האט ארויסגעברענגט די חשיבות פון זינגען און טאנצן נאר אויף ערליכע און חסידישע מוזיק ביי א חתונה און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.

ארום 1:45 איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש א ספעציעלע אויפנאמע פארן הויכגעשעצטע גאווערנער האוקל יר"ה ארויס צו צייגן די הכרת הטוב וואס די חרדי'שע אידנטום האט פארן גאווערנער פארן אדורכפירן דעם גינסטיגן געזעץ פארגאנגענע יאר לטובת דעם חינוך הטהור אין ניו יארק.
עס זענען אנוועזנד געווען די הנהלת הקריה, ראשי הקהילה והמוסדות, אינאיינעם מיט עסקני קהלתינו הק' און כלל טוער פון אנדערע שטעט, צווישן אנדערע הרה"ח ר' נפתלי משה אינדיג הי"ו, הרה"ח ר' יודא לייב זארגער הי"ו, און דער חרדי'שער אסעמבלימאן פון בארא פארק בנש"ק הרה''ח ר' שמחה אייכענשטיין הי''ו.
איידערן אויפנאמע איז די גאווערנער אריבער צו די בניני הבית רחל ווי עס איז אפגעהאלטן געווארן בפקודת הקודש פון רבינו שליט"א א מלכות'דיגע אויפנאמע דורך די אריבער 6500 תלמידות בלע"ה לכבוד המלכות, און דערנאך איז די גאווערנער אריבער געקומען לביתו נאוה קודש פון רבינו שליט"א ווי די גאווערנער איז ענטפאנגען געווארן דורך הרבנית הצדיקת תליט"א ובנותיה מיט די ריכטיגע כבוד המלכות.

די גאנצע אויפנאמע איז אהערגעשטעלט געווארן בדרך כבוד בחדרו הפרטי פון רבינו שליט"א ווי דער רבי איז געזיצן אויף איין טיש מיט אלע עסקנים וראשי קהילה והמוסדות, און די גאווערנער איז געזיצן אויף א באזונדערע טיש אינאיינעם מיט הרבנית הצדיקת תליט"א ובנותיה.
צום ערשט האט רבינו שליט"א ארויסגעברענגט די הכרת הטוב פארן העלפן פארטיידיגן דעם חינוך הטהור, און זיך באדאנקט פאר די שטענדיגע הילף פונעם גאווערנער ביי יעדע פראבלעם, דערנאך האבן די עסקני והנהלת הקריה אויפגעטרעטן און זיך באדאנקט פאר די גינסטיגע האוזינג הילף דורך די רעגירונג וועלכע העלפט שטארק ארויס צו בויען גרעסערע דירות פראיעקטן, און גיבט געלט פאר די אינפאסטרוקטור, וואסער, און סוער פראיעקטן וועלכע קומען מיט דערמיט, און מען האט דערביי געבעטן די גאווערנער צו פארזיכערן אז ביוראקראטישע שטערונגען זאלן נישט שטיין אין וועג אויפצוהאלטן ביליגע דירות פראיעקטן, ביים ענדיגן האט דער רבי אנגעוואונטשן ברכת הקודש צו די בעפארשטייענדע וואלן און דערביי האט די גאווערנער צוגעזאגט צו שטיין צו די הילף מיט אלעס וואס איז מעגליך במשך די קומענדיגע פיר יאר, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די אנוועזנדע עסקנים, מען האט געענדיגט ארום 2:10.

דערנאך איז העסקן הרה"ח ר' שמחה אייכנשטיין הי"ו געבליבן בקודש פנימה און אויסגעשמועסט פארשידענע ענינים לטובת הכלל והפרט, און דער רבי האט אים אנגעוואונטשן ברכת הקודש לרגל די בעפארשטייענדע וואלן ווי ער לויפט פאר ווידערוויילונג פאר אסעמבלימאן פון ב"פ.
נאך דעם באזוך איז דער רבי געגאנגען אין מקוה.

שמחת החתונה פון נכד רבינו החתן הרב יואל דושינסקיא שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, עב"ג הכלה בת הרה"ג ר' יחזקאל דוד זינגער שליט"א בן הגה"צ ר' שמואל צבי זינגער שליט''א מאלכסנדר חתן הגה"צ רבי יחיאל האלבערשטאם שליט''א אבד"ק פאשקאוויץ טשענסקאוויץ, וחתן הגה''צ ר' יקותיאל טייטלבוים שליט''א

ארום 3:10 איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג .
ביים אנקומען בערך 4:40 איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש שע"י ביהמ"ד הגדול.

ארום 5:20 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול היכל מאיר זעליג צו מנחה.
- בעל תפילה: הרה"ח ר' אברהם משה לעבאוויטש הי"ו (קר"י).
נאך מנחה איז דער גאנצער ציבור זקנים עם נערים אריבער לברך ולהתברך ביום החופה.

נאך מנחה ארום 5:55 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום מעמד קבלת פנים בהיכל ביהמ"ד הגדול. במשך דעם קבלת פנים האט מען געזינגען ווארימע ניגוני התעוררות, און הרה"ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו האט אויפגעטרעטן בדברי כיבושין אויסגערעכענענדיג דערביי דעם גרויסן יחוס פון חתן וכלה און די הייליגע זיידעס וואס קומען אראפ זיך מיטפרייען ביי די שמחה.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען ווארעמע דברות קודש און מעורר געווען זכות אבות, און צום סיום מאציל געווען רב ברכות פארן גאנצן ציבור.

דערנאך איז מען געגאנגען צום באדעקן אין די זאלן פון אפריון קראסנא, דער רבי האט געבענטשט דעם חתן און נאכן זמן צאת הכוכבים מסדר געווען די כתובה, עדי כתובה: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי''ו (קר"י), און הרה''ח ר' יקותיאל דוד אהרן ווייס הי''ו.

ארום 7:20 איז מען ארויס צום חופה. וואו רבינו שליט''א מכבד געוועהן.
- סידור קידושין: דער עלטער זיידע הגה"צ אבד"ק פאשקאוויץ טשענסקאוויץ שליט"א.
- קריאת הכתיבה: דער זיידע הגה"צ ר' שמואל צבי זינגער שליט"א מאלכסנדר.
- ברכות ראשונות: דער זיידע כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א.
- ברכה אחריתא: דער זיידע הגה"צ ר' יקותיאל טייטלבוים שליט"א, ראש הכולל.
- עדי קידושין: הגה"צ ר' זלמן לייב רובין שליט"א אדמו"ר מדינוב מאנסי, און הרה"ג ר' מאיר אליעזר פריעדמאן שליט"א.
- עדי יחוד: הרה"ג ר' בנציון לאוב שליט"א, הרה"ג ר' יושע געלב שליט"א.
נאך די חופה האט רבינו שליט"א געוואונטשן ברכות הקודש פארן גאנצן ציבור, און זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיט די זיידעס ומחותנים.

דערנאך האט דער רבי געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש שע"י ביהמ"ד הגדול.

ארום 8:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו די סעודת החתונה, דער רבי האט געטאנצען עטליכע מינוט אויפן פלאץ און דערנאך זיך געוואשן צו די סעודה, נאך די פיש האט דער רבי געטרינקן א לחיים און געוואונטשן לחיים לכל העם הנאספים.

ארום 9:10 איז דער חתן אריינגעקומען און דער רבי האט געטאנצן מיטן חתן א לענגערע צייט, און מכבד געווען די זיידעס און די מחותנים הרבנים הגאונים שליט"א צו טאנצן מיטן חתן, און דערנאך געטאנצן מיטן גאנצן אויבנאן. דערנאך איז דער גאנצער ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א.
דער רבי האט פארלאזט דעם ביהמ"ד ארום 10:15, און איז אריבער לביתו נאוה קודש שע"י ביהמ"ד הגדול.

בביתו נאוה קודש איז אריבערגעקומען הגה"צ אבד"ק בית אהרן שליט"א וואונטשן א ברכת מזל טוב לרגל די שמחת החתונה, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס פון הרה"ק רבי שמואל מגארליץ זי"ע װאס די יארצייט איז געפאלן אויפדערנאכט ט' חשון, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך איז אריין בקודש פנימה הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א אינאיינעם מיט די נייע מנהלים וועלכע זענען נתמנה געווארן די זמן אין צוויי סניפים פון די ישיבות קטנות אין וומסב''ג, הרה"ג ר' שמחה רובין שליט"א בן הגה"צ אבד"ק ציעשנוב שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט''א אלץ מנהל ישיבה סניף נזר התורה, און הרה"ג ר' חיים דוד פאנעט שליט"א בן האדמו"ר מקארלסבורג מאנטרעאל שליט"א אלץ מנהל ישיבה סניף חכמת התורה, און עטליכע מחברי ממלכת התורה.
דערביי האט דער רבי שליט''א געהערט א באריכט פון די מנהלים וויאזוי דער נייער זמן האט זיך אנגעהויבן מיט גרויס הצלחה, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די נייע מנהלים און אנגעוואונטשן פאר די חברי הנהלת ממלכת התורה.

ארום 11:25 איז רבינו שליט''א אריין געקומען אין ביהמ"ד צו ברכת המזון ומצוה טאנץ.
- ברכת המזון הגה"צ אבד"ק ור"י אלכסנדר שליט"א.
- ברכות ראשונות: הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א.
- ברכה אחריתא: הגה"צ ר' אנטשיל שעהר שליט"א אבד"ק קלעסאן.

בדחנא דמלכא הרה"ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו האט אויסגערופן רבינו שליט"א צו די ריקודין לפני הכלה מיט ווארעמע חרוזים און מעורר געווען זכות אבות הק', מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני התעורורות, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, וכל העם הנאספים, און דערנאך אפגעראכטן די ריקודי קודש לפני הכלה בהתלהבות אש קודש א לענגערע צייט, און דערנאך געטאנצן מיטן חתן, מיט חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א ובני משפחתו.
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א פייערליכן טאנץ מיט כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט''א, און דערנאך ממשיך געווען מיט די גאנצע משפחת המלוכה נכדי רביה"ק בעל ברך משה זיע''א און דערביי עקסטער געטאנצן מיט חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א.
דערנאך האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די חתן כלה, און אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קרית יואל.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
זונטאג לך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב''ר יואל ב''ר יצחק ווייס הי"ו.
- ב''ר ליפא גאטליעב הי''ו.
- ב''ר משה יודא גאלדבערגער הי"ו.
- ב''ר ליפא גרויס הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"ג פסוק י"ג. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

ארום 6:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' יעקב יוסף האפמאן הי"ו און הרה"ח ר' חיים אלי' פעלבערבוים הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' יוסף סרוגא הי"ו און הרה"ח ר' אברהם יצחק כאירה הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 7:45 ביז 11:50 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 8:00, און נאך מעריב געמאכט קידוש לבנה פארנט פון ביתו נאוה קודש און דערנאך ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך האדמו"ר מגארליץ שליט"א און ווערט אריינגעגעבן שב"ק פרשת תולדות בעיר טשענגער אין אונגארן, דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות, און עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער הרה"ק בעל מנוחת אשר מטשענגער זצ"ל וואס די יארצייט געפאלט זונטאג ויצא ה' כסלו, און איבער דעם בנין הכנסת אורחים און די בנין הביהמ"ד וועלכע ווערט באנייט אין די שטאט טשענגער לכבוד די יארצייט, דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 9:30 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' נפתלי פריינד הי"ו און הרה"ח ר' אהרן שמואל גלאנץ הי"ו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

Monday8 Cheshvan 578710/19/2026

Report
ספעציעלע אויפנאמע בביתו נאוה קודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א אינאיינעם מיט די הנהלת הקריה, עסקנים און הויעכראנגיגע פאליטישע בעאמטע, וועלכע איז אפגעראכטן געווארן לכבוד דעם הויעכגעשעצטן גאווערנער האוקל אלץ הכרת הטוב פאר די גינסטיגע געזעץ לטובת דעם חינוך הטהור אין ניו יארק.
דערביי האט די גאווערנער אפגענומען ברכת הקודש לרגל די בעפארשטייענדע וואלן און צוגעזאגט צו שטיין צו די הילף מיט אלעס וואס פעלט זיך אויס אין די קומענדיגע פיר יאר.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע

Sunday7 Cheshvan 578710/18/2026

Photos · 6
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א אויף א מסיבת לחיים אין שטוב פון הרה"ח ר' יואל עפשטיין הי"ו לרגל נשואי בתו למז"ט.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 5
הגה''צ ר' חיים יודא דייטש שליט''א אב''ד חוג חתם סופר פתח תקוה בביקור בקו''פ אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, מוצאי שבת בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Photos · 17
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א אין שטוב פון הרה"ח ר' יואל בערנאטה הי"ו חבר וועד בעלי בתים שע"י מוסדות יטב לב לרגל נישואי בנו למז"ט.
דערביי איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי די חברי וועד בעלי בתים האבן אינטערגעשריבן די שטרות אפצוקויפן גרויסע זכותים אינעם בנין קהלתינו ומוסדותינו הק' אין בני ברק יצ''ו וועלכע ווערט פראכטפול איבערגעבויעט, ווי אלעס אינאיינעם איז אריינגעקומען דער סכום פון קארגע זעקס מיליאן דאלער!

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Report
פרייטאג ערש''ק נח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יצחק ב"ר אפרים טייטלבוים הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' אברהם לייב בראך הי"ו לרפו"ש ווי עס איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל נכדו ר' שמעון ב"ר יעקב קאפל סימאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אינאיינעם מיט די לומדי כולל לחתנים שע"י מבצר הכוללים אין ביהמ"ד ארגענטינע. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר נפתלי יחזקאל שרגא לאנדא הי"ו.
- ב"ר שמעון שווארץ הי"ו.
- ב"ר ארי' וויינבערגער הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים בהיכל הביהמ"ד, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים, פאר הרה"ג ר' וואלף אהרן טעללער שליט"א מנהל מבצר הכוללים, און אלע חתנים לומדי הכולל, און משמיע געווען דב"ק והדרכה און מעורר געווען אויסצוניצן די חדשים אלץ חתן זיך צוצוגרייטן צום חתונה מיט אן ערנסטקייט און מיט לימוד התורה, און זיך מונע זיין פון אלע טעכנעלאגישע כלים, און מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך האט דער רבי אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️


שב''ק פרשת נח - שבת של שמחה שבת עלי' לתורה פון נכד רבינו החתן הרב יואל דושינסקיא שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א, עב"ג הכלה בת הרה"ג ר' יחזקאל דוד זינגער שליט"א בן הגה"צ ר' שמואל צבי שליט"א מאלכסנדר וחתן הגה"צ ר' יקותיאל טייטלבוים שליט"א

פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן דעם שטריימל פאר די חתנים.
- החתן נפתלי צבי בהר"ר נחום שמשון שווארטץ שליט"א.
- החתן דוד ב"ר יעקב יוסף האפמאן הי"ו.
- החתן אברהם יעקב ב"ר שלום משה פעלדמאן הי"ו.

נאכן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן דעם שטריימל פאר נכדו החתן הרב יואל דושינסקיא שליט"א און אנגעוואונטשן ברכת קדשו, דערביי זענען אנוועזנד געווען די זיידעס כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א און די אנדערע זיידעס הרבנים שליט"א און עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס, דערנאך איז דער רבי געגאנגען אין ביהמ"ד אין באגלייטונג פון די חתן און מחותנים, און מען האט געזינגען כנהוג.

ארום 6:50 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה.
- קבלת שבת: הגה''צ ר' אהרן שמואל דושינסקיא שליט"א ר"י דושינסקיא בארה"ק.
מען האט געענדיגט ארום 8:20. עס איז פארגעקומען א אפיעל פאר מוסדות תפארת יעקב אין בני ברק עטה"ק. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 9:10 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל המתיבתא אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.

- אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
- הגבהת הכוס: נכד רבינו הר"ר מאיר יודא אשכנזי שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
- כל מקדש: הגה"צ ר' שמואל צבי זינגער שליט"א מאלכסנדר.
- מנוחה ושמחה: הגה"צ ר' יקותיאל טייטלבוים שליט"א מאוהעל.

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'אלה תולדות נח' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון דבר שיש לו מתירין.

- קה אכסוף: דער מחותן הרה"ג ר' יחזקאל דוד זינגער שליט"א.
- ברכת המזון: כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק המאור עינים זיע''א וואס די יארצייט געפאלט דאנערשטאג י"א חשון.

- קה רבון עלם: הרה"ג ר' שמואל זלמן שפיטץ שליט"א אב"ד דושינסקיא הר יונה.
די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות.
- אז ביום השביעי: הר"ר אהרן זינגער שליט"א (ירושלים).
מען האט ממשיך געווען צו טאנצן מיט ניגוני שמחה.
מען האט געענדיגט ארום 11:55.

וביום השבת

דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40.
- ברכות: הרה"ח ר' שלמה זלמן געלב הי"ו.
- פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' משה חיים בערקאוויטש הי"ו (וומסב''ג).
דער רבי איז צוגעגאנגען צו שחרית.

- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יעקב יושע פריעדמאן הי"ו.
- פסוקי שמע ישראל: הרב הגאון ר' מיכל פריעדמאן שליט"א דומ"ץ קהלתינו בני ברק.
- הולכת הס"ת לבימה: הרה"ח ר' ארי' האפמאן הי"ו (מאנסי).
עליות.
- כהן: ר' אברהם יודא כ"ץ הי"ו, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
- לוי: הרה"ח ר' מרדכי לעווינגער הי"ו.
- שלישי: כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א.
- רביעי: הגה"צ ר' שמואל צבי זינגער שליט"א.
- חמישי: החתן נכד רבינו הרב יואל דושינסקיא שליט"א.
- שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
- ר' אברהם אלי' פריעדמאן הי"ו.
- ר' מנחם נחום ראזענבערג הי"ו.
- ר' אפרים פישל מענדלאוויטש הי"ו.
- ר' אברהם ברמ"ז שטערן הי"ו.
- ר' יעקב בר"ב גלאנץ הי"ו.

- שביעי: הגה"צ רבי יקותיאל טייטלבוים שליט"א.
- הוספות: החתן שמואל זאנוויל בהר"ר יצחק קויפמאן שליט"א - באווארפען.
- החתן דוד ב"ר יעקב יוסף האפמאן הי"ו - באווארפען.
- החתן אברהם יעקב ב"ר שלום משה פעלדמאן הי"ו - באווארפען.
- החתן אהרן דניאל ב"ר יואל מאסרי הי"ו - באווארפען.
- החתן שמעון ב"ר יואל ברי"ל מאשקאוויטש הי"ו - באווארפען.
- חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.
- הרה"ג ר' יחזקאל דוד זינגער שליט"א.
- הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו.
- החתן משה ב"ר יעקב יושע כהנא הי"ו.
- החתן בנציון ב"ר אברהם עמרם מארקאוויטש הי"ו.
- החתן יואל יושע בן הר"ר אליעזר ברי"ח גרינוואלד שליט"א.
- החתן חזקי' פייביל ב"ר שמחה ישראל וויינבערגער הי"ו.
- החתן אפרים משה ב"ר יואל בר"ל גראס הי"ו.
- הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו.
- אחרון: הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א.
- מפטיר: הרה"ח ר' יעקב משה גאלדבערגער הי"ו.
- הגבה: הר"ר יצחק קויפמאן שליט"א.
- גלילה: הרה"ח ר' יואל מאסרי הי"ו.
- החזרת הס"ת: הרה"ח ר' ישעי' מרדכי בלייך הי"ו.

- מוסף: הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו.
- פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' זלמן לייב פעלדמאן הי"ו (וומסב''ג).

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' ישראל ב"ר יואל בר"ב פאלאטשעק הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צום שמחת הקידושא רבא אין ביהמ"ד הגדול צד צפון, דער רבי האט געמאכט קידוש און טועם געווען מזונות און פיש, און מען האט געזינגען ניגוני שמחה.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פארן גאנצן ציבור, און געזאגט תורה אויף די מסורה 'ואתם פרו ורבו' 'ואתם הדבקים בה' אלקיכם' 'ואתם תהיו לי ממלכת כהנים' און געטייטשט אז טראץ דעם וואס נשים זענען נישט מצוה אויף פריה ורביה אבער וויבאלד מען קען עס נישט מקיים זיין אן זיי האבן זיי אויך א מצוה, דאס זעלבע איז ביי א איד וויבאלד די נשמה קען נישט מקיים זיין קיין מצוות אן די גוף האט די גוף אויך א קדושה, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
מען האט געענדיגט ארום 1:10.

דעם מיטאג טיש האט דער רבי געפראוועט אינאיינעם מיט די בני המשפחה אינעם זאל בביתו נאוה קודש.
מען האט מאריך געווען בשירה וזמרה, מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען.
- ברוך ה' יום יום: הר"ר מרדכי זאב דושינסקיא שליט"א (ב"פ).
- ברוך קל עליון: הר"ר יושע שלום פריעדמאן שליט"א, חתן כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט''א.

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'אלה תולדות נח' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון חצי שיעור.

- ברכהמ''ז: הגה''צ ר' שמואל צבי זינגער שליט''א.
מען האט געענדיגט ארום 2:40.

רעוא דרעווין

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 6:50.
- בעל תפילה: הר"ר אברהם לייב לאנדא שליט"א.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' משה יצחק איצקאוויטש הי"ו.
- כהן: הר"ר ישראל מאיר בר"ש פריעדמאן שליט"א.
- לוי: הרה"ח ר' שמחה בר"ע הירש הי"ו.
- שלישי: הרה"ח ר' יואל עפשטיין הי"ו.
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הר"ר אהרן זינגער שליט"א.
נאכן ליינען האט דער משמש הרה"ח ר' יואל קויפמאן הי"ו געמאכט די מי שברך למי שהמתענין בה"ב.

זמירות ביי של''ס האט דער רבי מכבד געווען.
- אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
- שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'אלה תולדות נח' און געטייטשט אז יעדער איד איז מקושר צו א אות אין די תורה הק' און דאס איז מושך חיות פאר יעדן איד און אזוי האט מען א דין ווי א בעל חי און עס ניצט תשובה און מען זאגט נישט נראה ונדחה אינו חוזר ונראה, און ממשיך געווען מיט דברי מוסר און מעורר געווען אז מען האט יעצט אנגעהויבן א נייעם זמן יעדער לפי בחינתו און מעורר געווען איינצוהאלטן די קבלת טובות בעניני לימוד התורה ובפרט מיט לימוד התורה באשמורת הבוקר און אזוי וועט מען זוכה זיין צו באקומען א חיות דקדושה פון די תורה הק'.

- ידיד נפש: הרה"ח ר' מרדכי לאנדא הי"ו.
- קל מסתתר: הרה"ח ר' יעקב יושע פריעדמאן הי"ו.
מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה לכבוד די שמחה בבית רבינו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס און געזאגט שבע ברכות.

- מעריב מוצש''ק: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 9:05.

נאך הבדלה האט דער רבי פארטיילט שיירי נוי סוכה פאר די עסקנים וועלכע האבן ארויסגעהאלפן מיטן בויען און צונעמען די סוכה בביתו נאוה קודש, דער רבי האט זיך באדאנקט און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.

ארום 10:45 איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגה"צ ר' חיים יודא דייטש שליט"א אב"ד חוג חתם סופר פתח תקוה וועלכע האט געוויילט אויף שב"ק אין קר"י לרגל נישואי נכדתו אצל בנו הר"ר פרץ טובי' דייטש שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס איבער זכרונות פון די שטאט סאטמאר נאך די צווייטע וועלט מלחמה, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 12:20 איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' יואל בערנאטה הי"ו חבר וועד בעלי בתים שע"י מוסדות יטב לב לרגל נישואי בנו למז"ט. דערביי זענען אנוועזנד געווען די חברי וועד בעלי בתים שע"י מוסדות יטב לב.
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בשבח פון קהלתינו ומוסדותינו הק' אין ארה"ק, און איבער דעם גזירת הגיוס בארה"ק און די בעפארשטייענדע בחירות הטמאות אין ארה"ק.
דערביי איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי די חברי וועד בעלי בתים האבן אינטערגעשריבן די שטרות אפצוקויפן גרויסע זכותים אינעם בנין קהלתינו ומוסדותינו הק' אין בני ברק יצ''ו וועלכע ווערט פראכטפול איבערגעבויעט.
צווישן אנדערע האבן הרבני הנגיד ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו, הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו זיך מתחייב געווען אינאיינעם דעם פאנטאסטישן סכום פון 2.5 מיליאן דאללאר, און אפגעקויפט דעם זכות בנין התלמוד תורה.
הרבני הנגיד ר' יואל ברא"ש שווארטץ הי"ו, הרבני הנגיד ר' יואל בערנאטה הי"ו, הרבני הנגיד ר' אברהם יהושע גלאנץ הי"ו, הרבני הנגיד ר' חיים הערש אבערלענדער הי"ו, און נאך 2 אידן הרוצים בעילום שמם האבן אינאיינעם זיך מתחייב דעם פאנטאסטישן סכום פון אריבער 3 מיליאן דאללאר און אפגעקופט דעם זכות בנין ביהמ"ד.
אלעס אינאיינעם איז אריינגעקומען דער סכום פון קארגע זעקס מיליאן דאלער!.
דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיט יעדן באזונדער און ווארעם אנגעוואונטשן ברכות לרוב, מען האט געזינגען ניגוני שמחה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און די גאנצע משפחה, מען האט געענדיגט ארום 1:10.

פון דארט איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' יואל עפשטיין הי"ו לרגל נישואי בתו למז"ט, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס איבער חתונה תקנות און מנהגי נשואין.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, פאר חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, און די גאנצע משפחה, מען האט געענדיגט ארום 1:35.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
דאנערשטאג נח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' מענדל ברד"ש גאלדבערגער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר יצחק שאול כוואן הי"ו.

ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי. און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

ארום 12:55 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד ישמח משה ווי דער רבי האט משמיע געווען די דרשת פתיחת הזמן פאר די קרוב צו 1,700 בחורי חמד כ''י פון די 7 סניפי המתיבתא.
דער רבי האט אנגעהויבן מיט דברי דרוש ואגדה אויף די וואכעדיגע סדרה און די שיעורי הישיבה אין מסכת כתובות, און מעורר געווען די בחורים זיך צו פירן ווי עס פאסט פאר א חסידישע בחור מיט אלע ענינים, און ארויסגעברענגט די חיוב פון יעדע בחור איינצוהאלטן אלע תקנות הישיבה הן די לימודי הישיבה, הן די זמני הישיבה, ובפרט די תקנות פון רביה''ק בעל דברי יואל זיע''א מייסד הישיבה נישט צו דרייוון קיין קאר, נישט גיין צו קיין חתונות און תנאים'ס, זיך מונע זיין פון אלע טעכנעלאגישע כלים, און אלע איבעריגע תקנות הישיבה, און ממשיך געווען איבער די היינטיגע ניגונים און טענץ ביי חתונות, און מעורר געווען צו אנהאלטן די חתונות און שמחות אויף די אמאליגע אופן מיט ערליכע ניגונים און איידעלע טענץ, אזוי אויך ארומגערעדט איבער די חיוב אוועקצושטיין פון די טומאת הציונית מיט אלע אירע אנגעלעגנהייטן, נישט ווערן נאכגעשלעפט פון זייערע פראפעגאנדע און פון זייערע נייעסן ע"ד המסורה לנו פון רביה"ק זיע''א, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב. מען האט געענדיגט ארום 1:50.

אין די נאכמיטאג שעות ארום 3:45 איז אריין בקו''פ בביתו נאוה קודש קאנגרעסמאן 'פעט רייען' וועלכע פארטרעט קרית יואל און לויפט פאר ווידערוויילונג, אינאיינעם מיט די הנהלת הקריה, דער רבי האט זיך צום ערשט באדאנקט פאר זיין קריטישע הילף אוועקצושטעלן די נייע געזעץ לטובת דעם היימישן חינוך אין ניו יארק און זיין שטענדיגע הילף פאר נאך פילע ענינים, מען האט אויסגעשמועסט א לענגערע צייט פילע ענינים לטובת די אלפי תושבי קרית יואל און אזוי אויך האט ער צוגעזאגט צו שטיין צו הילף פאר קרית יואל'ס שטענדיגע הרחבת גבולי הקדושה כדי צו קענען האלטן ביליג די דירות פרייזן.

ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' יעקב יושע כהנא הי"ו און הרה"ח ר' משולם שמעי' פריעדמאן הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' דוד דניאל כיבודי הי"ו און הרה"ח ר' עזרא אריאל מזרחי הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' יואל בר"ל גראס הי"ו און הרה"ח ר' שלמה זלמן געלב הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:00 ביז 11:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 9:00 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הר"ר מאיר ישראל שפיטצער שליט"א און הר"ר אלימלך עקשטיין שליט"א.
- הרה"ח ר' מרדכי לייב צוויבל הי"ו און הרה"ח ר' יעקב קעסלער הי"ו.
- הר"ר ישראל מאיר בר"ש פריעדמאן שליט''א און הרה"ח ר' חיים יחזקאל בר"א ראזענבערג הי"ו.
- הר"ר מרדכי וועבערמאן שליט"א און הרה"ח ר' שלמה קליין הי"ו.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הרה''ג ר' מרדכי פריעדמאן שליט''א רב דביהמ''ד יראי השם בשכונת ברוך טעם אין קרית יואל המורחבת, מקבל זיין ברכת הקודש לרגל נישואי בנו קומענדיגע שוואך, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיט די הנהלת הביהמ"ד ותושבי השכונה איבער די פילע שיעורי תורה דעם פארלאפענעם חודש תשרי אינעם ביהמ''ד, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו און פאר בנו החתן.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:40.

נאך מעריב איז דער רבי אריבער צום ציון פון רבותינו הק' לרגל די שמחת החתונה פון נכדו החתן הרב יואל דושינסקיא שליט''א בן חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א וועלכע קומט פאר דעם מאנטאג לך הבעל"ט בבית מדרשינו הגדול אין וומסב''ג.
דער רבי געמאכט די ברכה, אריין אין אוהל און געצינדען לעכט ביי די ציונים פון רבותיה"ק בעל דברי יואל און בעל ברך משה זיע''א און ביי די ציון פון אמו הרבנית ע"ה, דערנאך האט דער רבי געזאגט די תפילה פונעם הייליגן ישמח משה זיע''א און פארגעזאגט די קאפיטלעך פון ספר רביעי כנהוג און געזאגט קדיש, און דערנאך געליינט קוויטלעך א לענגערע צייט און בשעת מעשה האט מען געזינגען ניגוני התעורורות, דערנאך האט זיך דער רבי משתטח געווען אויף די ציונים פון רבותינו הק' און פון אמו הרבנית ע"ה.


▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
מיטוואך נח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל הרה''ח ר' שמחה ישראל אפפעל הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר אהרן יוסף קליין הי"ו.
- ב"ר אליעזר דוד האפמאן הי"ו.
- ב"ר יעקב שמחה שעהר הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"ג פסוק ט'. דערנאך זענען אלע בחורים אריבער שלום נעמען פון רבינו שליט"א לרגל די נייע זמן, און עס איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

דערנאך איז פארגעקומען א קביעות מזוזה פארן נייעם צוגעבויעטן פליגל צום ישיבה, דער רבי האט קובע געווען א מזוזה און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די הנהלת הישיבה.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:50 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' שמחה ישראל וויינבערגער און הר"ר יואל בר"מ סימאן שליט"א אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' הערש אלימלך קליין הי"ו און הרה"ח ר' יואל עפשטיין הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:00 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 9:30 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הר"ר שמואל שלמה טעללער שליט"א און הרה"ח ר' יואל בר"ש פריעדמאן הי"ו.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ האדמו"ר מקרעטשניף סיגוט שליט"א וועלכע וויילט אין די יעצטיגע טעג בשכונת טשעסטער אין קרית יואל המורחבת, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס פונעם הייליגן ייטב לב זיע''א און זכרונות פון הרה"צ רבי איתמר'ל מנאדבורנא זצ"ל אין אמעריקע, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו, און דערביי האט האדמו"ר מקרעטשניף סיגוט שליט"א איבערגעגעבן ספרו נהרי הלכה פאר רבינו שליט"א.

אויך איז אריין בקו''פ הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א אינאיינעם מיט חתנו הרה"ג ר' משה הורוויץ שליט"א אפצונעמען א ברכת מזל טוב לרגל הולדת בנו /נכדו למז"ט, ולרגל שמחת אירוסי נכדתו למז"ט הכלה בת לבנו הרה"ג ר' יואל טייטלבוים שליט"א מנהל ישיבה קטנה סניף מעיין התורה ב"פ.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30.


▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
דינסטאג נח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' הערשל ב"ר יצחק אליקים שווארטץ הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר מאיר מרדכי גלאנצער הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"ג פסוק י"ח. דערנאך זענען די בחורים אריבער שלום נעמען פון רבינו שליט"א לרגל דעם נייעם זמן, און עס איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד.

ארום 6:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:15 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען די שמחת החאלאקע פאר נכד רבינו הילד משה ני"ו בן הרב יואל טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א, דער רבי האט אפגעשניטן עטליכע האר, אנגעטוהן די קאפל און ציצית און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.

אויך איז אריין בקו''פ הרה"ג ר' יחזקאל דוד זינגער שליט"א אינאיינעם מיט בתו הכלה מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די שמחת החתונה וועלכע קומט פאר קומענדיגן מאנטאג לך, עב"ג החתן הרב יואל דושינסקיא שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די גרויסע יחוס פון די חתן וכלה און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך איז אריין הרה"ג ר' גבריאל יודא אילאוויטש שליט"א ר"מ בישיבה באר התורה אינאיינעם מיט תלמידי שיעור א' שנת תשפ"ו, וועלכע האבן געברענגט א ספר מיט די חידושים וועלכע זענען נתחדש געווען ביים שיעור עיון אין מס' פסחים במשך דעם פארלאפענעם יאר, דער רבי האט מעיין געווען אינעם ספר מיט א קורת הנאה און אויסגעשמועסט עטליכע חידושים אין פארשידענע סוגיות אין די מסכת. און דערנאך מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:50 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

Friday5 Cheshvan 578710/16/2026

Thursday4 Cheshvan 578710/15/2026

Wednesday3 Cheshvan 578710/14/2026

Tuesday2 Cheshvan 578710/13/2026

Report
מאנטאג נח - ב' דר"ח חשון 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אינעם ביהמ''ד בבית האכסניא.
פארן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' שלום יוסף מענדלאוויטש הי''ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר שלמה זלמן גרינפעלד הי''ו.
- ב''ר יוסף לייב אלימלך ווערצבערגער הי''ו.
- ב''ר יואל ב''ר משה יוסף פריעדמאן הי''ו.

- בעל תפילה: ר' הערש לייב פאגעל הי''ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל.

- פתיחה: ר' ישעי' ווערטהיימער הי''ו.
- בעל קורא: הר''ר יואל וויינבערגער שליט''א.
- ראשון: הב' הבר מצוה ב"ר יוסף לייב אלימלך ווערצבערגער הי''ו.
- שני: הב' הבר מצוה ב"ר שלמה זלמן גרינפעלד הי''ו.
- שלישי: הב' הבר מצוה ב"ר יואל פריעדמאן הי''ו.
- רביעי: רבינו שליט''א.
- הגבה: הרה''ח ר' משה יוסף פריעדמאן הי''ו.
- גלילה: ר' מרדכי דוב בר"י גרובער הי''ו.

- מוסף: ר' הלל פאגעל הי''ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים.

אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת, דערביי איז פארגעקומען א קביעות מזוזה אויף די נייע צוגעבויעטן פליגל צום בית השחיטה וועלכע איז ספעציעל אהערגעשטעלט געווארן פאר די פראדוקציע פון די טערקי עופות, דער רבי האט קובע געווען א מזוזה און זיך אומגעקוקט אינעם גאנצן נייעם פליגל.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 6:30 אינעם ביהמ"ד בבית האכסניא.
נאך מנחה האט זיך דער רבי צוריקגעקערט לביתו נאוה קודש נאכן וויילן די לעצטע וואך אויף מנוחת הנפש.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' דוד שישא הי"ו און הרה"ח ר' יחיאל פישער הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:15 ביז 12:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 9:30 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הר"ר דניאל דוד שטיינבערג שליט"א און הרה"ח ר' יונתן בלייער הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:20 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
זונטאג נח - א' דר"ח חשון 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אינעם ביהמ''ד בבית האכסניא.
פארן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' משולם איסר וויינגארטען הי''ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר משה ב"ר חיים אלימלך יאקאב הי''ו.
- ב"ר הערשל שפיטצער הי''ו.
- ב"ר בנציון זאלדאן הי''ו.
- ב"ר אברהם יודא וויינפעלד הי''ו.

- בעל תפילה: ר' שמעון עסטרייכער הי''ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל.

- פתיחה: הרה''ח ר' משה חיים שפיטצער הי''ו.
- בעל קורא: הרה''ג ר' שלמה יעקב הערמאן שליט''א דומ"ץ ביהמ"ד אהל בתי'.
- כהן: הב' הבר מצוה ב"ר אברהם יודא וויינפעלד הי''ו.
- לוי: ר' נחמן לאנדא הי''ו.
- שלישי: הב' הבר מצוה ב"ר בנציון זאלדאן הי''ו.
- רביעי: רבינו שליט''א.
- הגבה: הרה''ח ר' חיים אלימלך יאקאב הי''ו.
- גלילה: הב' הבר מצוה ב"ר הערשל שפיטצער הי''ו.

- מוסף: הרה''ג ר' שלמה יעקב הערמאן שליט''א.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 6:30.
- בעל תפילה: הב' יודל ב"ר יואל פרענקל הי''ו (לאנדאן).

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הר"ר אליעזר ברי"ח גרינוואלד שליט"א און הר"ר חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט"א אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' ישראל חיים בערגער הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"ש גליק הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 8:30,
- בעל תפילה: הב' יוסף ב"ר חיים יקותיאל האלפערט הי''ו.


▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

Monday1 Cheshvan 578710/12/2026

Sunday30 Tishrei 578710/11/2026

Report
שב''ק פרשת בראשית - מברכים חודש חשון - 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, בבית האכסניא פון הרה"ח ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו אין קרית יואל המורחבת

איו די נאכמיטאג שעה'ן איז פארגעקומען בבית האכסניא א סיום כתיבת ספר תורה פאר די ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן דורך הרה''ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי''ו מיוחד פאר ארון קודש בביתו נאוה קודש פון רבינו שליט"א, און איז אריינגעגעבן געווארן דעם שב"ק אינעם ביהמ''ד בבית האכסניא, דער רבי האט אריינגעשריבן די לעצטע אותיות און אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' נפתלי הירצקא הי"ו ובני משפחתו, דערנאך איז דער רבי געגאנגען הגבה און געטאנצן מיטן אפענעם ספר תורה עטליכע מינוט, מיט גלילה איז מכובד געווארן אביו משב"ק הרה''ח ר' שלמה זלמן שטיין הי''ו, דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א פייערליכן טאנץ לכבודה של תורה.

ארום 6:50 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' שלמה זלמן הורוויץ הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 8:15. און דער אנוועזענדער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת.

די סעודת שבת האט דער רבי געפראוועט אויף א פריוואטע פארנעם בבית האכסניא.
ארום 10:00 האט מען געעפענט די טיר צו די זמירות ודברי תורה.
- כל מקדש: הר''ר לוי יצחק בארזעסקי שליט''א.
- מנוחה ושמחה: הר''ר בנימין ליכטנשטיין שליט''א (וומסב''ג).

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן שילוב סוף התורה לתחילתה, לעיני כל ישראל - בראשית ברא, און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון יש אם למסורת.

- קה אכסוף: הרה"ח ר' חיים הערש אבערלענדער הי"ו.
- ברכת המזון: הרה"ג ר' שמעון דייטש שליט''א רב דביהמ''ד שערי חיים בשכונת חכם צבי קר''י.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק מרוזין זיע''א וואס די יארצייט געפאלט דעם מיטוואך ג' חשון.

- קה רבון עלם: הרה"ח ר' גרשון שלעזינגער הי"ו (וומסב''ג).
- אז ביום השביעי: הרה"ח ר' יואל ברמ"י קליין הי"ו (ירושלים).
מען האט געענדיגט ארום 12:00.

וביום השבת

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צום דאווענען ארום 10:00.
- ברכות ופסוקי דזמרה: הר''ר בנימין ליכטנשטיין שליט''א.
- שחרית: נכד רבינו הרב מאיר אליעזר מייזליש שליט''א בן חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א.

פארן ליינען איז פארגעקומען די שמחת הכנסת ספר תורה, דער רבי האט אפגעראכטן די ריקודי קודש בשמחה והתרוממות און דערנאך פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג.

- פתיחה: הרה''ח ר' יעקב מנחם בערקאוויטש הי''ו.
- בעל קורא: הר"ר אברהם לייב לאנדא שליט"א.
עליות.
- כהן: הר"ר לוי יצחק בארזעסקי שליט"א.
- לוי: הרה''ח ר' שמחה ישראל אפפעל הי"ו.
- שלישי: משב"ק הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו.
- רביעי: הרה"ח ר' יואל קליין הי"ו.
- חמישי: הרה"ח ר' אברהם יעקב וויינבערגער הי"ו.
- שישי: רבינו שליט"א.
- שביעי: הרה"ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי"ו.
- אחרון: נכד רבינו הרב מאיר אליעזר מייזליש שליט''א.
- מפטיר: הב' המשב"ק שניאור זלמן עקשטיין ני"ו.
- הגבה: הר''ר אברהם לייב לאנדא שליט''א.
- גלילה: הב' אברהם אבא ב"ר וואלף פערל הי"ו.
נאכן ליינען האט דער רבי געבענטשט ראש חודש מיט גרויס התעוררות.
- הולכת הס"ת לארון הקודש: ר' אברהם יושע העשיל גאלדשטיין הי"ו.

- מוסף: הרה''ח ר' יואל קליין הי''ו.
- פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יואל ברמ"ד ווידער הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א קידושא רבא בהיכל ביהמ"ד לרגל די הכנסת ס''ת, דער רבי האט געמאכט קידוש און מען האט געזינגען ניגוני שמחה וניגוני תורה, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה''ח ר' נפתלי הירצקא הי''ו ובני משפחתו.
אויך האט מען געזינגען ניגוני שמחה לרגל די שמחת קידושא רבא פון נכדת רבינו, בת הנולדה אצל נכדו הר''ר חיים צבי טייטלבוים שליט''א פארגעקומען בבית מדרשינו הגדול אין וומסב''ג, ויקרא שמה בישראל 'מלכה' נאך הרבנית הצדיקת אשת חבר פון הרה"ק השר שלום מבעלזא זיע''א און דער ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט''א.
מען האט געענדיגט ארום 12:50.

רעוא דרעווין

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 6:50.
- בעל תפילה: ר' הערש לייב פאגעל הי"ו.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם יצחק מארקאוויטש הי"ו.
- בעל קורא: משב"ק הרה''ח ר' שלמה זלמן שטיין הי''ו.
- כהן: הרה"ח ר' אליעזר דוד גליק הי"ו.
- לוי: ר' אברהם יושע בר"מ ווערצבערגער הי"ו.
- שלישי: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו.
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרב נחמן בראך שליט''א (בית שמש).
- הולכת הס"ת לארון הקודש: הרה"ח ר' חיים הערש אבערלאנדער הי"ו

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען.
- אודה: הרה''ג ר' יואל ברש"נ ווייס שליט''א רב דביהמ''ד פקודת הלוי בשכונת בית יוסף (דזשעפערסאן).
- שיר המעלות: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו.

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'בראשית ברא אלקים' און געטייטשט אז דורך לימוד התורה וואס אפילו אחד שיושב ושונה הקב"ה עמו, קוקט הקב"ה ברוב רחמיו וחסדיו אויף א פגם העבירה לויט ווי עס קוקט אויס אויף די וועלט, און נישט אזוי גרויס וויאזוי עס קוקט אויס בעולמות העליונים, במילא ניצט תשובה, און מעורר געווען אז מען שטייט יעצט נאך א חודש אלול און תשרי און בעפאר א לאנגע ווינטער זמן, יעדע איד האט תשובה געטוהן אויף זיינע עבירות און אזוי אויך האט יעדער זיך מקבל געווען קבלת טובות בעניני לימוד התורה, איז יעצט די צייט צו אפצאלן די קבלת טובות און עוסק זיין בלימוד התורה און אזוי זוכה זיין צו הקב"ה עמו און דורכדעם וועט מען זוכה זיין אז זיין תשובה פון די ימי אלול ותשרי זאל נתקבל ווערן ביי הקב"ה.

- ידיד נפש: הרה"ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי"ו.
- קל מסתתר: הרה"ח ר' יואל קליין הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.

- מעריב מוצש''ק: ר' נפתלי סופר הי"ו.
נאך מעריב איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 8:45, דערנאך האט דער רבי געמאכט הבדלה בבית האכסניא.

ארום 12:30 האט דער רבי משמיע געווען דב''ק דורך א הוקאפ ביים סיום מסכת קידושין דורך יוצאי תלמידי מוסדותינו הק' וומסב''ג כיתה ט' וועלכע איז פארגעקומען אין די זאלן פון גינת אסתר, דער רבי האט ארומגערעדט בשבח פון די בחורים וואס האבן עוסק געווען בתורה א גאנץ יאר און מסיים געווען מסכת קידושין און זענען געשטיגן מעלה מעלה בעבודת השם, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר אלע בחורים וואס גייען יעצט אריין אין די ישיבות קטנות אז מ'זאל ווייטער מצליח זיין צו שטייגן בתורה ויראת שמים.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
פרייטאג ערש''ק בראשית 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אינעם ביהמ''ד בבית האכסניא. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר שלום נויפעלד הי''ו.
- ב"ר מנחם מענדל אפענהיים הי''ו.
בעל תפילה: הב' אהרן מנחם ב"ר נפתלי הירצקא שטיין הי''ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה פון נכד רבינו, בן הנולד אצל הרב דוד טייטלבוים שליט''א בן הגה''צ רב דביהמ''ד ישראל שלום שליט''א וחתן הגה''צ רבי אברהם יודא לעוו שליט''א אבד"ק ור"י תפארת אליעזר.
רבינו שליט"א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות ומוהלות.
- סנדק מעומד: הגה"צ אבד"ק תפארת אליעזר שליט"א.
- ברכות וקריאת השם: דער זיידע הגה"צ אבד"ק בית אהרן שליט"א, ויקרא שמו בישראל: 'יקותיאל' נאכן עלטער זיידן הגה''צ אבד"ק סיגעיט זצ"ל.
נאכן ברית איז דער גאנצע ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א.

נאך עטליכע מינוט איז פארגעקומען די סעודת ברית בבית האכסניא אינאיינעם מיט די בני המשפחה, דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה און אויפגעריסן די חלה מיט די האנט כנהוג אום ערב שבת, דערביי האט זיך פארמירט שיינע שמועסן מיט די זיידעס הרבנים שליט''א איבער די מקור פון די נאמען 'יקותיאל יהודה' און איבער דעם מנהג פונעם צאנזער רב זיע''א צו פירן טיש אום ערב שבת.
ביי די סעודה האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה דער אבי הבן שליט"א.
מיט יום ליבשה האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרב אברהם יושע העשיל רוקח שליט"א חתן הגה''צ רב דביהמ''ד ישראל שלום שליט''א.

דער רבי האט משמיע געווען דב''ק בעניני ברית מילה, און אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה, און דע זיידעס, און פאר די גאנצע משפחה.
- ברכהמ''ז: הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א, און מיט די הרחמן'ס די בני המשפחה.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Show earlier days