Wednesday14 Nissan 57864/1/2026
ערשטע בילדער כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים מצות באקן ואמירת הלל ברוב עם היינט ערב פסח, בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה.
▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️
מלכות'דיגער סדר טיש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א פראכטפול אנגעגרייט אינעם גרויסן זאל בביתו נאוה קודש, מיט די מאקסימום פלעצער צו קענען אקאמאדירן די קרוב צו 400 חתנים צווישן ביידע נעכט, מתלמידי הישיבה, הסמוכים על שולחן הטהור אין די הייליגע סדר נעכט בליל התקדש חג הפסח.
(צוליב די ריבוי ההחתנים בליעה"ר וועלן די ארטיגע חתנים מתושבי קרית יואל זיך מסתופף זיין בצל הקודש נאר אין איינס פון די סדר נעכט).
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביי מכירת חמץ בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביי שריפת חמץ פארענט פון ביהמ''ד הגדול.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביי בדיקת חמץ בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
מעמד המרומם 'שאיבת מים שלנו' בצל הקודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א במקהלות אלפי אנ''ש אין ביהמ''ד הגדול דקרית יואל יצ''ו.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Monday12 Nissan 57863/30/2026
Wednesday7 Nissan 57863/25/2026
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
הנהלת מוסד הק' קרן הצלה בקו''פ אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בביתו נאוה קודש אין וומסב''ג.
דערביי האט דער רבי איבערגעגעבן א טשעק פון די פאנטאסטישע סכום פון א מיליאן דאלער צו פארטיילן בײ די פסח חלוקה פאר די הונדערטער מוסדות עטה"ק.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביי קביעות מזוזה ומסיבת לחיים אינעם נייעם 'מיטב' געשעפט אין וומסב''ג וועלכע פארקויפן די פראדוקטן פאר האלסעיל פרייזן.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Monday5 Nissan 57863/23/2026
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א באזוכט אינעם מצה בעקעריי דקהלתינו הק' ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט פאר א לענגערע צייט אויף די מצות וועלכע זענען געבאקן געווארן פאר די בני המשפחה און פארן געברויך פונעם רבינ'ס סדר טיש אינאיינעם מיט די הונדערטער חתנים כ"י.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️