בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

באריכטן

← ווייזט אלעס

מאנטאגכ"ד מנחם אב תשפ"ה8/18/2025

באריכט
זונטאג פרשת ראה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי פארן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' זלמן לייב פריינד הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים:
- ב"ר אברהם נתן נטע סופר הי"ו.
- ב"ר אליקים געציל פסח לאנדינסקי הי"ו.
- ב"ר דוד לייבוש יאקאבאוויטש הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ז פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אין די נאכמיטאג שעות איז אריין בקודש פנימה נכד רבינו הרה"ג ר' יואל הכהן גלאנץ שליט"א חתן הגה"צ אבד"ק וומסב"ג שליט"א, מקבל זיין ברכת הקודש לרגל זיין אפרייזן אויף א נסיעה (מיוחד לכהנים) צו די מקומות הקדושים אין אייראפע לקראת שמחת נשואי בתו למז"ט, דער רבי האט אויסגעפרעגט די פרטים פון די נסיעה אויסגעשטעלט פאר כהנים און אנגעוויזן הוראת קדשו אויף פארשידענע פרטים און ווארעם אפגעזעגנט בברכת קדשו.

ארום 7:15 איז דער רבי אריבערגעגאנגן אין ביהמ"ד הגדול צו די שמחת הכנסת ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן דורך הרה"ח ר' אליעזר דוד עפשטיין הי"ו, דער רבי האט איבערגענומען די ספר תורה און אפגעראכטן די ריקודי קודש פאר א לענגערע צייט, נאך די ריקודי קודש האט דער רבי פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג און דערנאך אנגעוואונטשן פארן נדבן ברכת קדשו.

פון דארט איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד אהל פיגא צו די שמחת הכנסת ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן דורך הרה"ח ר' נחמן פיש הי"ו,
דער רבי האט איבערגענומען די ספר תורה און אפגעראכטן די ריקודי קודש פאר א לענגערע צייט, דערנאך האט דער רבי מכבד געווען חדב"ן הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א צו טאנצן מיט די ספר תורה און דערנאך הגה"צ רבי שמואל בנימין קרויס שליט"א - נשיא ישיבה תו"ח לאנדאן, נאך די ריקודי קודש האט דער רבי פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג און דערנאך אנגעוואונטשן פארן נדבן ברכת קדשו.

ארום 8:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 1:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' גבריאל נויפעלד שליט"א - מו"ץ בהעדה החרדית ומראשי וועד הכשרות שע"י העדה החרדית, ס'האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די פולע חומרות פון די קרית יואל'ע בית השחיטה און די חילוקים פון דאהי און ארץ ישראל בעניני שחיטה. ער האט געגעבן פארן רבי'ן ספרו שו''ת מרבה חיים, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.

אויך איז אריין בקודש פנימה הנהלת מוסד הק' רב טוב איינצולאדענען צו די מסיבה השנתי וועלכע קומט פאר דעם דאנערשטאג אין שטוב פון הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו, וואו מ'האט אויסגעשמועסט איבער די לעצטיגע פעולות פונעם מוסד לטובת אחב"י אין אוקריינע און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.

אויך זענען אריין בקודש פנימה הנהלת מפעל 'אבותינו' להצלת בתי חיים אין אייראפע ווי זיי האבן איבערגעגעבן א באריכט פון די פילע פעולות לטובה און דערביי אנגעפרעגט הוראת קדשו אויף פארשידענע ענינים און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.

ארום 10:45 איז רבינו שליט"א אראפ צו די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש וואו דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים:
- הרה"ח ר' יוסף פעלבערבוים הי"ו און הרה"ח ר' מאיר שאול יחזקאל העכט הי"ו.
- הר"ר אלעזר בהגה"צ ר' מרדכי בצלאל קליין שליט"א און הר"ר יושע יודא פריעדמאן שליט"א (וומסב"ג).

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:50 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.


▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

זונטאגכ"ג מנחם אב תשפ"ה8/17/2025

באריכט
שב"ק פרשת עקב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פרייטאג צו נאכטס ארום 8:35 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף בטליתו און איז צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הר"ר יושע יודא פריעדמאן שליט"א (וומסב"ג). נאכן דאווענען איז פארגעקומען אן אפיעל פארן מוסד הק' קרן הצלה. מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:05. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.

ארום 10:40 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא און אהנגהויבן שלום עליכם ברגש ובנעימה. אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א. הגבהת הכוס: הרה"ג ר' יוסף דוד כוואן שליט"א (ראה"כ בארגענטינע).

מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען:
- כל מקדש: האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' יוסף דוד כוואן שליט"א.
- מנוחה ושמחה: הר"ר אלכסנדר אשר באב"ד שליט"א (ב"פ).

רבינו שליט"א האט געזאגט תורה אויף די הפטורה הביטו אל אברהם אביכם און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון נראה ונדחה.

- קה אכסוף: הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו (וומסב"ג).
- ברהמ"ז: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט"א דערציילט פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע"א וואס די יארצייט געפאלט דעם מיטוואך כ"ו אב.

- קה רבון עלם: הרה"ח ר' אברהם נייפעלד הי"ו (ב"פ).
די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות.
- אז ביום השביעי: הרה"צ רבי אהרן קאהן שליט"א - אב"ד תולדות אהרן מאנסי, בן כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א.
מען האט געענדיגט דעם טיש ארום 1:30.

וביום השבת קודש

שב"ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד ארום 9:45. ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' יקותיאל ישראל פריעד הי"ו.
צו שחרית איז דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד כרגיל.

- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שמואל בערגער הי"ו (וומסב"ג).
- פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' עזרא משה כאירה שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' וומסב"ג.
- כהן: הרה"ג ר' אהרן ברוך לעבל שליט"א מנאסויד.
- לוי: החתן מאיר דוב ב"ר אהרן אלעזר רובינפעלד הי"ו.
- שלישי: החתן אהרן בהר"ר דוד לייב קרויס שליט"א.
- רביעי: החתן משה ב"ר יקותיאל ישראל פריעד הי"ו.
- חמישי: החתן מרדכי ב"ר שלמה זלמן יצחק עפשטיין הי"ו.

נאכן עולה זיין שישי האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
- ר' יואל ברמ"ד לאנדא הי"ו.
- ר' ישראל יעקב אייזנבאך הי"ו (לעיקוואד).
- ר' שלמה ברח"י ווערצבערגער הי"ו (וומסב"ג).
- ר' זלמן ברא"א זאלדאן הי"ו.
- ר' יואל ברי"ה שעהר הי"ו.
- שביעי: הרה"ח ר' יצחק אייזיק זילבערשטיין הי"ו.
- אחרון: החתן נחום מרדכי ב"ר יעקב פנחס פריעדמאן הי"ו.
- מפטיר: הר"ר חיים לייב זילבערשטיין שליט"א.
- הגבה: הרה"ח ר' דוד פריעד הי"ו (וויען).
- גלילה: הרה"ח ר' ישראל פישער הי"ו.

צו מוסף איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יומדה"ק פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע"א. פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יעקב קעלנער הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 12:35.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל"ס איז דער רבי אריינגעקומען ארום 8:30. מנחה: הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו.

- הוצאה והכנסה: הר"ר דוד חנני' ווייס שליט"א.
- כהן: הרה"ח ר' מענדל ברא"ש פריעדמאן הי"ו.
- לוי: הרה"ח ר' יודא הערש בערגער הי"ו.
- שלישי: הרה"ג ר' לייבוש טייטלבוים שליט"א, בן הגה"צ אבד"ק נעפלעמיץ שליט"א.
- הגבה: רבינו שליט"א
- גלילה: הרה"ח ר' יואל ברש"י ליבערמאן הי"ו.

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען:
- אודה הרה"ג ר' ישראל שלום טויב שליט"א - אב"ד באלטימאר וומסב"ג.
- שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
ביי די תורה האט זיך דער רבי געשטעלט אויף די הפטורה 'הביטו אל אברהם אביכם' און ארויסגעברענגט אז ווען א איד טוהט ח"ו אן עבירה כאפן די חיצונים אוועק זיינע מצוות און זכותים אבער מיטן כח פון מצות קרי"ש באקומט מען צוריק די מצוות פון די חיצונים, און דער רבי האט שטארק מעורר געווען זאגענדיג אז מען שטייט שוין נאך חמשה עשר באב און מען גרייט זיך שוין צו די הייליגע טעג דארף מען זען נזהר צו זיין צו ליינען קרי"ש של שחרית וערבית כהלכתה און מיט דעם זכות וועט מען ארויסגיין זכאי בדין.

- ידיד נפש: הרה"ג ר' בעריש ראזענבערג שליט"א (וומסב"ג).
- קל מסתתר: הרה"ח ר' שמואל בערגער הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס. הגבהת הכוס: החתן אהרן בהר"ר דוד לייב קרויס שליט"א. און דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות פאר מערערע חתנים.

פאר מעריב האט זיך דער רבי באגריסט מיט הגה"צ רבי שמואל בנימין קרויס שליט"א - נשיא ישיבת תורת חסד לאנדאן, וועלכע וויילט אין קר"י אין די יעצטיגע טעג. צו מעריב איז דער רבי צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יומדה"ק פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע"א וואס געפאלט די וואך מיטוואך. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 10:55.

מוצאי שב"ק

ארום 12:30 איז דער רבי אריבערגעגאנגן אין שטוב פון הרה"ח ר' נחמן פיש הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט אריינגעגעבן מארגן זונטאג ראה אין ביהמ"ד אהל פיגא,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בעניני סת"ם, דערביי האט דער רבי געוויזן א מזוזה וואס ער האט היינט באקומען פון איינעם וואס האט געהאנגן אויף א איד'ס טיר און איז געווען א גענצליך ליידיגע שטיקל פארמעט!

מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' נחמן הי"ו ובני משפחתו, פאר חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א און פארן גאנצן ציבור, דערביי האט דער רבי איבערגעגעבן א תעודה פאר הרה"ח ר' נחמן הי"ו בשם הנהלת ביהמ"ד אהל פיגא אלץ הכרת הטוב פאר זיינע פילע נדבות און עסקנות פארן ביהמ"ד, אויך איז דארט פארגעקומען די חאלאקע פאר נכדו בן לבנו ר' שלמה פיש הי"ו חתן הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו,
דער רבי האט אפגעשניטן עטליכע האר און אנגעטוהן דאס קאפל און די ציצית און האט מאציל געווען מברכת קדשו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

פרייטאגכ"א מנחם אב תשפ"ה8/15/2025

באריכט
פרייטאג פרשת עקב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד אמרי נועם בשכונת דברי יואל אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה קטנה סניף אהבת התורה פון וומסב"ג בהנהלת הר"ר יחיאל מיכל סעקולא שליט"א.

פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים:
- ב"ר מרדכי יצחק ראזענבערג הי"ו.
- ב"ר אהרן אלעזר אלימלך קליין הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים און פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק והיה עקב תשמעון און ארויסגעברענגט אז איינע פון די מצות שאדם דש בעקביו איז אויפשטיין פארטאגס לערנען, און האט שטארק ארומגערעדט אז אויפשטיין פארטאגס איז א בחינה פון מסירות נפש, אזוי האבן זיך חסידישע אידן געפירט אין אלע דורות, און ממשיך געווען בדברי הדרכה פאר די תלמידים אויסצוניצן די לעצטערע וואכן פונעם זמן, און מסיים געווען בברכת קדשו פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט ספרו לב אהרן - בראשית פאר אלע בחורים.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנארשטאג פרשת חקת 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פארן דאווענען איז פארגעקומען די בריתן:
- לבן הנולד אצל ר' משה יוסף ברי"א פריעדמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל הר"ר חיים יושע לעווי שליט"א ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד אהל פיגא לרגל שמחת הברית מילה פון נכדו הנולד אצל הרב ישראל דושינסקיא שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א וחתן הרה"צ רבי אברהם יהושע איגר שליט"א מלובלין.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים:
- בהר"ר יואל בהרא"ד קארנבלי שליט"א.
- ב"ר בנציון הכהן לאנדא הי"ו.
- ב"ר הלל ניימאן הי"ו.
- ב"ר מאיר מרדכי בודק הי"ו.

ביים לייענען זענען מכובד געווארן:
- פתיחה: הרה"ח ר' נפתלי הערש צאהלער הי"ו.
- כהן: הב' הבר מצוה ב"ר בנציון לאנדא הי"ו.
- לוי: הר"ר יקותיאל הערש לעווי שליט"א.
- שלישי: בעל ברית הרב ישראל דושינסקיא שליט"א.
- הגבה: רבינו שליט"א.
- גלילה: הר"ר יואל קארנבלי שליט"א.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה בהיכל הביהמ"ד, רבינו שליט"א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות.
- סנדק מעומד: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.
- ברכות וקריאת השם: הגה"צ אבד"ק לובלין שליט"א, ויקרא שמו בישראל: 'מרדכי מנחם' נאכן זיידן הגה"צ אבד"ק לובלין זצ"ל.
נאכן ברית איז דער גאנצע ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א און די חשוב'ע זיידעס. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאך עטליכע מינוט איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו די סעודת ברית בהיכל הביהמ"ד, ביי די סעודה האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה דער אבי הבן הרב ישראל שליט"א, און די זיידעס חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א, און הרה"צ רבי אברהם יהושע איגר שליט"א, מיט יום ליבשה האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' נפתלי הערש צאהלער הי"ו, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש בעניני ברית מילה, און אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה שליט"א, און פאר די חשובע זיידעס, און פארן גאנצן ציבור.

דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס און מכבד געווען מיט די הרחמן'ס די בני המשפחה, מען האט געענדיגט ארום 1:45.

אויפן וועג ארויס פון ביהמ"ד האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויף די בוי ארבעט ביים דערנעבענדיגן בנין האדיר והחדש וואס גאלאפירט גאר שטארק פאראויס לטובת די תלמידות בית רחל דמוסדותינו הק'. דערנאך איז דער רבי אריבער אין שטוב פון חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א ווי דער רבי האט אנגעוואונטשן פאר די יולדות.

ארום 4:00 אזייגער נאכמיטאג איז פארגעקומען אן אסיפה 'כינוס סופרים' אינעם זאל בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. פאר די אריבער זעכציג סופרים תושבי קר"י אין שפיץ פון רבינו שליט"א און הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.

הרה"ג ר' וואלף אהרן טעללער שליט"א - יו"ר בית הוראה האט געעפענ דעם כינוס און אויסגערופן הרה"ג ר' יואל גוטמאן שליט"א - יו"ר ועד הסת"ם שע"י בית הוראה צו זאגן דברי פתיחה,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען לענגערע דב"ק ודברי הדרכה פאר די סופרים און ארויסגעברענגט דעם געוואלדיגן אחריות פון א סופר, ובפרט ביי מזוזות וואס איז א מצוה וואס א מענטש איז מקיים יעדע רגע וואס עס ליגט אויף זיין טיר און איז משפיע די ברכה פון למען ירבו ימיכם, און דער רבי האט שטארק אויפגעפאדערט די סופרים כסדר אדורכצולערנען די הלכות אזוי ווי עס איז איינגעפירט ביי א שוחט,
דערנאך האט דער רבי שטארק ארומגערעדט בנוגע אריינברענגען מזוזות פון די פרעמד און בפרט פון ארץ ישראל, דער רבי האט אראפגעלייגט דעם יסוד: א סופר איז נישט קיין סוחר! - און אויב איינער קען נישט נאכיאגן זיינע באשטעלונגען זאל ער עס נעמען פון א צווייטן לאקאלן סופר אדער בדיעבד פון א סופר פון ארץ ישראל וואס איז מוחזק בכשרות דורכן ועד הסת"ם.

דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע סופרים, דערנאך האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיט הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א און האדמו"ר מדעעש קר"י שליט"א - מחשובי הסופרים, בעניני סופרות און דערביי האבן עטליכע סופרים פארגעלייגט פארשידענע שאלות אויף וואס דער רבי האט משיב געווען בטוב טעם ודעת, מען האט געענדיגט ארום 4:45.

דערנאך איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' אליעזר דוד עפשטיין הי"ו ווי עס איז פארגעקומען די כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ער געט אריין דעם קומענדיגן זונטאג ראה אין ביהמ"ד הגדול, מען האט געזינגען ניגוני התעוררות און דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות אינעם ספר תורה,
דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' אליעזר דוד הי"ו ובני ביתו און פארן גאנצן ציבור.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים:
- הרה"ח ר' דניאל מאסרי הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברמ"ע מאסרי הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הר"ר שמואל יודא פאשקעס שליט"א און הר"ר פנחס הערש רייך שליט"א אין די זאלן פון גינת קליין.

ארום 8:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 1:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.

בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך האדמו"ר משינאווא שליט"א וועלכע וויילט אויף שבת אין קר"י, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים, דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.

אויך איז געקומען אויף א באזוך הגה"צ אבד"ק היבנוב שליט"א וועלכע וויילט אין די יעצטיגע טעג אויף אפרוה אין קר"י, עס האט זיך פארמירט שיינער שמועס איבער הרה"ק בעל אך פרי תבואה מליסקא זצ"ל און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.

אויך איז אריין בקודש פנימה הגה"צ אבד"ק לאנדאן שליט"א וועלכע געפינט זיך אין די יעצטיגע וואכן אין ניו יארק, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה פון קהלתינו הק' אין לאנדאן און דערביי האט דער רבי געבענטשט גרעסערע סכומים געלטער וועלכע וועלן פארטיילט ווערן פאר חברי כוללינו אין לאנדאן נדבת הרבני הנגיד ר' משה יעקב יוסף בראך הי"ו, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן פאר רב שליט"א שליט"א און פארן נדבן הרבני הנגיד ר' משה יעקב יוסף הי"ו.

ארום 10:30 איז דער רבי אראפ צו די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים:
- הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א - ראה"כ וומסב"ג, און הר"ר שמואל דוד הורוויץ שליט"א (וומסב"ג)
- הרה"ח ר' עזריאל יודא כ"ץ הי"ו און הרה"ח ר' שלמה זלמן שווארטץ הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:50 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

דאנערשטאגכ' מנחם אב תשפ"ה8/14/2025

באריכט
מיטוואך פרשת עקב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען די בריתן:
- לבן הנולד אצל ר' יודא אשר ברמ"ל ראטה הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' ירחמיאל ברמ"ל ראטה הי"ו - ב"פ, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' ליפא בר"פ בראך הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דערנאך ארום 9:50 האט זיך דער רבי ארויס געלאזט אויפן וועג צום יערליכן באזוך אין מחנה רב טוב - בחורים קעמפ אין סוואן לעיק, צו דאווענען תפילת שחרית אינאיינעם מיט די תלמידי כתה מכינה לישיבה פון מוסדותינו הק' פון וומ"ס און ב"פ.
דער רבי איז אנגעקומען אין קעמפ ארום 10:50, ביים אנקומען האט זיך דער רבי באגריסט מיט די הנהלת המחנות מוה"ר מרדכי ווייס ובנו ר' אהרן הי"ו וועלכע באגלייטן דעם קעמפ מבואו ועד צאתו.

דער רבי האט געלייגט תפילין אין ביהמ"ד, און דאן האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים:
- ב"ר יואל ברמ"ל לאנדא הי"ו.
- ב"ר פנחס צבי מארקאוויטש הי"ו.
בעל תפילה: הב' בהר"ר אברהם דוד וואגשאהל ז"ל - מאנסי.

נאך שחרית איז דער רבי אריבער אין שכינות צום שטוב פון הרה"ח ר' אהרן וויינבערגער הי"ו אויף פת שחרית.

ארום 1:30 איז דער רבי אנגעקומען צוריק אינעם קעמפ ווי דער רבי איז אריין אין די בתי מדרשים און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים, אהנגעהויבן אינעם ביהמ"ד פון די תלמידי מוסדותינו הק' פון וומסב"כ בהנהלת הר"ר יודא בער טעללער שליט"א, ווי דער רבי האט ארומשפאצירט צווישן די טישן און האט פארהערט און זיך מפלפל געווען אין די לימודים מיט די בחורים פאר א לענגערע צייט.

דערנאך איז דער רבי אראפ אינעם ביהמ"ד פון תלמידי מוסדותינו הק' אין ב"פ בהנהלת הר"ר עקיבא יוסף כהנא שליט"א, ווי דער רבי האט פארהערט און זיך מפלפל געווען מיט די בחורים פאר א לענגערע צייט.

דערנאך איז דער רבי צוריק ארויף אין די ביהמ"ד פון די וומסב"גער תלמידים ווי עס איז פארגעקומען די מסיבת לחיים מיט אלע בחורים אינאיינעם בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים לכבוד המעמד, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר אלע בחורים און מרביצי תורה,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען לענגערע דברות קודש פאר די בחורים, ובפרט איבער אויפשטיין פארטאגס לערנען וואס איז א בחינה פון מסירת נפש, און אזוי אויך שטארק מעורר געווען די בחורים שטארק נזהר צו זיין נישט צו רעדן קיין שיחת חולין מיט די תפילין,
דערביי האט דער רבי מעורר געווען די בחורים אדורכצולערנען די פירוש המילות פון די לשם יחוד להנחת תפילין און פון אהבה רבה און צוגעענדיגט מיט ברכת קודש פאר די מרביצי תורה און פאר אלע בחורים.
מען האט געענדיגט ארום 3:15.

ארום 3:30 איז דער רבי אנגעקומען צום מחנה רב טוב - אינגל קעמפ פון די תלמידי מוסדותינו הק' כתות ו' ז' ח' פון וומסב"ג און ב"פ, אין מאנטיסעלא ניו יארק.

דער רבי איז ארומגעגאנגען אין אלע פיר בתי מדרשים, אהנגעהויבן ביי די בתי מדרשים פון די וומסב"גער תלמידים, סניף הר"ר משה אלי' גרין שליט"א, סניף הר"ר יואל שטערן שליט"א, סניף הר"ר אלעזר אייכנשטיין שליט"א,
און דערנאך ביי די בארא פארקער תלמידים, בהנהלת הר"ר זרח שפירא שליט"א.

אריבער א שעה צייט האט דער רבי ארומשפאצירט צווישן די קינדער זיך אומקוקנדיג ווי אזוי זיי לערנען, און זיך מפלפל געווען מיט די קינדער אין די לימודים. בעת'ן וויילן אין קעמפ האט דער רבי עקסטער באגריסט די אייניקלעך און נכדי אביו רביה"ק בעל ברך משה זיע"א תלמידי המחנה און זיי געגעבן טאשן געלט כפי מנהג אביו זיע"א.

אויפן וועג ארויס איז דער רבי אריין צו די גאנץ קליינע קינדער מתושבי המחנה,
די קינדער האבן געזינגען א ניגון און דער רבי האט געגעבן ממתקים פאר די מלמדים צו פארטיילן פאר די קינדער.

נאך עטליכע מינוט איז פארגעקומען די מסיבת לחיים מיט אלע קינדער אינאיינעם בחדר האוכל, ווי די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים און עטליכע קינדער האבן פארגעזינגען ווארימע חרוזים לכבוד המאורע, דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר אלע קינדער און מלמדים, און משמיע געווען דברות קודש און ארויסגעברענגט די גרויסקייט פון לימוד התורה ובפרט פון תשב"ר, און פארענדיגט בברכת קדשו.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט שיריים פאר די מלמדים צו פארטיילן פאר אלע קינדער. מען האט געענדיגט ארום 5:30 און דער רבי האט פארלאזט די קעמפ און איז אדורכגעפארן צווישן די קינדער בשעת די קינדער שטייען אויסגעשורה'ט אויף די צוויי זייטן פונעם קעמפ.

ארום 6:40 איז דער רבי אנגעקומען קיין שיכון סקווירא ווי דער רבי האט באשיינט דעם מעמד החופה ביים שמחת החתונה פון נכדת גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א הכלה בת לנכדו הר"ר צבי אלימלך טווערסקי שליט"א חתן האדמו"ר מראחמיסטריווקא מאנסי שליט"א. דער רבי האט אויסגעווארט ביז נאך די חופה און ווארעם אנגעוואונטשן פאר גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, פארן חתן און מחותנים, און פאר די חשוב'ע אדמורי"ם ורבנים שליט"א, צווישן אנדערע פאר די זיידע האדמו"ר מלויעוו טשערנאבל שליט"א, האחים האדמורי"ם מראחמיסטריווקא שליט"א, און האדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א.
פון דארט איז דער רבי אהיימגעפארן קיין קר"י.

ארום 8:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.

ארום 10:30 איז דער רבי אראפ צו די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש, ווי דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים:
- הרה"ח ר' יחיאל קאללער הי"ו און הרה"ח ר' שלום יוסף שאפפער הי"ו,
- הרה"ח ר' יחזקאל דוב באנדא הי"ו און הרה"ח ר' אברהם ווייסמאן הי"ו,

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:40.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג פרשת עקב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פארן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' חיים ברש"א ראטה הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים:
- ב"ר יצחק יואל שטיין הי"ו.
- ב"ר יואל ב"ר אהרן משה שווארטץ הי"ו.
- ב"ר ישראל שלום אונגאר הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ז פסוק ג'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים:
- הרה"ח ר' יואל בר"י ביטמאן הי"ו און הרה"ח ר' אברהם יודא וויינפעלד הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' הלל ברא"מ ראזענבערג הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"ש אבערלענדער הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' לוי יצחק געשטעטנער הי"ו און הרה"ח ר' שרגא אלחנן ווערצבערגער הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.

נאך די חופות ארום 8:10 איז דער רבי אנגעקומען אויף א קביעות מזוזה אין די נייע סופרים שטובער פון 'איגוד הסופרים' שע"י בית הוראה דקהלתינו הק' ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט א לענגערע צייט אויף אלע איינריכטונגען און געהערט א באריכט פון הר"ר מאיר ברש"ל זאלדאן שליט"א און הר"ר יואל ברי"ע מארקאוויטש שליט"א איבער די פילע פעולות פון איגוד הסופרים ווי עס זיצן אריבער דרייסיג סופרים און בודקים און שרייבן מזוזות,
דער רבי איז ארום אין אלע שטיבער פון די סופרים און דערביי קובע געווען א מזוזה אויף איינע פון די נייע שטיבער, דער רבי האט אויסגעדריקט א שטארקע הנאה פון די פעולות לטובה פון איגוד הסופרים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר אלע סופרים און די ראשי המפעל.

ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:50 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה תלמידי ישיבה מחנה אפרים פון לעיקוואד, דער רבי האט פארהערט די לימודים און משמיע געווען דברי הדרכה פאר די בחורים, דערנאך זענען אלע תלמידי הישיבה אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.

ארום 10:30 איז דער רבי אראפ צו די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש ווי
דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים:
- הר"ר ישראל ארי' בערקאוויטש ז"ל און הר"ר חיים משה אלימלך כ"ץ שליט"א.
- הרה"ח ר' אברהם מנחם גאטליעב הי"ו און הרה"ח ר' הערשל טריכטער הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:50.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

דינסטאגי"ח מנחם אב תשפ"ה8/12/2025

באריכט
מאנטאג פרשת עקב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פארן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' זרח שטיינבערג הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים:
- ב"ר ישכר דוב קארנבלי הי"ו.
- ב"ר יושע ראטה הי"ו.
- ב"ר חנני' יו''ט ליפא זינגער הי"ו.
- ב"ר אברהם שמחה ברמ"א הירש הי"ו.
- ב"ר נפתלי הירצקא גראס הי"ו.
- ב"ר נחמן לעבאוויטש הי"ו.
- ב"ר מנחם יוסף פישער הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ז פסוק ג', ווי דער רבי האט ארומגערעדט דברי הכנה צו חודש אלול וימים הנוראים הבעל"ט.
דערנאך זענען די תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען און ס'איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אין די נאכמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' אהרן אלעזר רובינפעלד הי"ו און הרה"ח ר' יודא הערש בערגער הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' חיים הערש לעבאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' ישעי' יעקב בינער הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.

נאך די חופות ארום 8:10 איז דער רבי אנגעקומען צום בנין מבצר הכוללים ווי עס איז פארגעקומען די צווייטע בחינה במסגרת חבורת תורתך שעשועי, דער רבי איז ארויף אויף אלע שטאקן און זיך אומגעקוקט אויף די הונדערטער נבחנים מיט א שטארקע קורת רוח.

ארום 8:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 1:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.

ארום 10:45 האט דער רבי געליינט די תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש, פון די מחותנים:

- הרה"ח ר' אליעזר הערש ניימאן הי"ו און הרה"ח ר' חיים קארנבלי הי"ו.
- הרה"ח ר' יוסף חביב מאסרי הי"ו און הרה"ח ר' יוסף סרוגא הי"ו.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הר"ר צבי אלימלך טווערסקי שליט"א חתן האדמו"ר מראחמיסטריווקא מאנסי שליט"א ונכד כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א איינצולאדענען און מקבל זיין ברכת הקודש לרגל שמחת נשואי בתו למז"ט וועלכע קומט פאר דעם מיטוואך אין שיכון סקווירא, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.

אויך איז אריין בקודש פנימה מוה"ר גדלי' סעגעדין הי"ו ווי ער האט איבערגעגעבן א באריכט פאר רבינו שליט"א פונעם באזוך דורך די הויכגעשעצטע גאווערנאר האוקל אין מחנה בית רחל ווי זי איז ענטפאנגען געווארן מיט כבוד און עהרע דעם היינטיגן מאנטאג דורך די תלמידות און מען האט איר באדאנקט פאר איר הילף לטובת החינוך, און באזונדער אויסגעשמועסט די דעטאלן פונעם נאכפאלגנדער זיצונג מיט די עסקנים אין שטוב פון הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו ווי מען האט אויסגעשמועסט פארשידענע פלענער אויף ווייטער סיי בנוגע די גזירת החינוך און איבער נאך פארשידענע ענינים לטובת אחב"י תושבי ניו יארק.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 1:00 אזייגער.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
זונטאג פרשת עקב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צו שחרית אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:50.

פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר אליהו פריעדמאן הי"ו (מאנטשעסטער). בעל תפילה: ר' שבתי בר"ד ווערטהיימער הי"ו (מאנטריאל). נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיטן בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד, און ס'האט זיך פארמירט א שמועס בהלכות תפילין, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן בר מצוה בחור און פארן גאנצן ציבור.

דער גאנצער ציבור איז אריבער זיך געזעגענען און דער רבי האט אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבער דער קשר פון הרה"צ רבי רפאל גרויס מבערבעשט זצ"ל מיטן הייליגן קדושת יו"ט זיע"א.

ארום 5:20 האט דער רבי פארלאזט ביתו נאוה קודש אויפן וועג צום מאונט וואשינגטאן רידזשענעל לופטפעלד וואו דער רבי איז אויפגעשטיגן אויפן פריוואטען פליגער, דער פליגער האט זיך געהויבן ארום 6:00 אויפן וועג אהיים נאכן וויילן די פארגאנגענע פיר וואכן אויף מנוחת הנפש,

ארום 7:05 האט דעם רבינ'ס פליגער געלאנדעט אינעם סטוארט לופטפעלד, און דער רבי איז אריינגעפארן א וועג פון ארום א האלבע שעה קיין קר"י און תיכף צוגעפארן מסדר קידושין זיין ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יעקב פנחס פריעדמאן הי"ו און הרה"ח ר' ישראל יעקב זילבערשטיין הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין. און ביי די חופה פון די מחותנים הר"ר דוד לייב קרויס שליט"א און הרה"ח ר' ישראל פישער הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.

פון דארט איז דער רבי אהיים געפארן לביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. ביים אנקומען האבן אפגעווארט פילע תלמידי הישיבה וועלכע האבן מקבל פנים געווען בשירה וזמרה, און דער גאנצער ציבור איז אריבער שלום נעמען.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 8:30 און מעריב ביים זמן ר"ת ארום 9:15 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

ארום 10:40 איז דער רבי אריבער צו די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל בר"ב פאלקאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' ברוך יודא קאללער הי"ו, און פון די מחותנים הרה"ח ר' הלל ראזענבערג הי"ו און הרה"ח ר' יעקב וויזעל הי"ו.

דערנאך ארום 11:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד ברך משה סיגוט בשכונת ויואל משה צו די שמחת התנאים פון נכדת גיסו הגה"צ גאב"ד דקהלתינו מאנטריאל שליט"א, הכלה בת לבנו הרה"ג ר' יואל מייזליש שליט"א - רב הביהמ"ד, חתן האדמו"ר מסוליצא שליט"א,
עב"ג החתן בן הרה"ג ר' ארי' לייבוש הורוויץ שליט"א בן האדמו"ר מסטריזוב שליט"א וחתן הרה"צ רבי ירמי' טייטלבוים שליט"א,
עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס מיט די חשוב'ע זיידעס איבער די כתובה פונעם זיידן האדמו"ר מסטריזוב זצ"ל, און איבער זיין חתונה ווי רביה"ק בעל דברי יואל זיע"א אינאיינעם מיט הגה"ק המנחת אלעזר זצ"ל האבן אינטערגעפירט די חתן כלה,
דער רבי איז מכובד געווארן מיט קריאת התנאים און דערנאך געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו פארן חתן, פאר גיסו הגה"צ מאנטריאלער רב שליט"א, פאר די מחותנים און זיידעס שליט"א, און פארן גאנצן ציבור מתפללי הביהמ"ד, מען האט געענדיגט ארום 11:30.

דערנאך איז דער רבי אריבער צום דערנעבנדיגן ביהמ"ד בית מנחם זאב דקהלתינו הק' ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די בוי ארבעט ביים נייעם פליגל און דערביי געהערט א באריכט פון נכדו הרה"ג ר' זלמן טייטלבוים שליט"א - רב הביהמ"ד, איבער די פלענער צו פארדאפלען דאס ביהמ"ד, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די חברי הנהלת הביהמ"ד.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מאנטאגי"ז מנחם אב תשפ"ה8/11/2025

באריכט
שב"ק פרשת ואתחנן - נחמו 'בצל הקודש' פון מרן רבינו שליט"א. עיר הנופש בעטלהעם, ניו העמפשיר

ערש"ק אין די נאכמיטאג שעות האט זיך כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א פארבינדן טעלעפאניש מיט רבינו שליט"א און האדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א האט איבערגעגעבן א גריס פונעם 'מעמד שחיטת הכבש' וועלכע איז פארגעקומען דאנערשטאג אין מחנה סערדאהעלי ווי מען האט געשחט'ן די שעפעלע וואס האדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א האט באקומען פון רבינו שליט"א ביים מעמד 'פדיון פטר חמור' דעם פארגאנגענעם חוה"מ פסח העעל"ט.
האדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א האט מבשר געווען פארן רבין שליט"א אז די שחיטה איז אדורכגעפירט געווארן בהידור רב און די שעפעלע איז ב"ה ארויסגעקומען כשר, נאך א לענגערע שמועס בגודל חשובת המצוה האט דער רבי אים מאציל געווען מברכת קדשו.

אויף שב"ק האבן געוויילט בצל הקודש א קבוצה מצויינים מתלמידי המתיבתא סניף ויואל משה.

נאך די מקוה האבן די פאלגענדע בחורים איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א א תירוץ אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט אין ישיבה:

- הב' יואל ב"ר יחזקאל זאב ניסן הי"ו.
- הב' עמרם ב"ר אהרן הערש טויב הי"ו.
- הב' יואל ב"ר מרדכי אפרים פישל סופר הי"ו.
- הב' משולם זושא ב"ר אלי' פארקאש הי"ו.
- הב' משה לייב ב"ר אברהם יצחק שמואל מערץ הי"ו.

ערב שב"ק ארום 8:35 איז דער רבי אריינגעקומען אים ביהמ"ד און צוגעגאנגן צום עמוד צו מנחה כנהוג.
קבלת שבת: הגאון רבי מאיר צוויבל שליט"א - ר"מ בישיבה. מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:05.

נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און שלום נעמען, און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.

ארום 10:30 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל ביהמ"ד צוזאמען מיט די תלמידי הישיבה און פילע געסט מאנשי שלומינו.

אשת חיל: נכד רבינו הרב ישראל דושינסקיא שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א. הגבהת הכוס: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען:
- כל מקדש: הר"ר ישראל אייזיקאוויטש שליט"א (מאנסי).
- מנוחה ושמחה: הר"ר אליעזר חיים גאלדשטיין שליט"א, בן האדמו"ר מסקאליע שליט"א - ר"מ בישיבה.
רבינו שליט"א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ואתחנן אל ה' בעת ההוא לאמר' און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון מצוה הבאה בעבירה.

- קה אכסוף: הר"ר יו"ט יאזשעף שליט"א (קר"י).
- ברכת המזון: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
עובדות וסיפורים האט רבינו שליט"א דערציילט פון הרה"ק בעל אך פרי תבואה מליסקא זיע"א וואס די יארצייט איז געפאלן עש"ק י"ד אב.
- קה רבון עלם: הר"ר חיים בנימין כהנא שליט"א מספינקא - ר"מ בישיבה.
די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות. דערנאך איז פארגעקומען די שמחת השלום זכר פון נכד רבינו בן הנולד אצל הרב ישראל דושינסקיא שליט"א,
מען האט אויפגעגעבן בונדלעך און ביר און מען האט געזינגען ניגוני שמחה,
און דער רבי האט אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה און פארן גאנצן ציבור.
- אז ביום השביעי: הרה"ח ר' ישראל הכהן לאנדא הי"ו (וומסב"ג).

מען האט געענדיגט ארום 1:30.

וביום השבת

שב"ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:50.
ברכות: הרה"ח ר' יוסף שלמה מארקאוויטש הי"ו (קר"י). פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' ישראל הכהן לאנדא הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו שחרית. צו חזרת הש"ץ האט דער רבי צוגעשיקט חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.

פארן ליינען איז פארגעקומען דער אפיעל פארן ביהמ"ד דורך הרה"ח ר' פישל פארקאש הי"ו.

- הוצאה והכנסה: הר"ר אליעזר חיים גאלדשטיין שליט"א.
- בעל קורא: הב' מנחם זאב ב"ר ישראל שלום אונגאר הי"ו (קר"י).
- כהן: הר"ר לוי יצחק בארזעסקי שליט"א - מנהל הישיבה.
- לוי: הר"ר יו"ט יאזשעף שליט"א.
- שלישי: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
- רביעי: הרה"ח ר' שלמה הערש בר"ד עקשטיין הי"ו (קר"י).
- חמישי: הרה"ח ר' בערל הערשקאוויטש הי"ו (קר"י).
דעם רבין'ס עלי' איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' שלמה הערש בר"ד עקשטיין הי"ו דער רבי האט זיך באדאנקט און געהייסן מאכן א מי שברך.

- שביעי: הרה"ח ר' דוד ווערטהיימער הי"ו (קר"י).
- הוספות: הרה"ח ר' יואל ברי"נ באסול הי"ו (קר"י) און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
- נכד רבינו הרב ישראל דושינסקיא שליט"א.
- הר"ר אליעזר חיים גאלדשטיין שליט"א.
- הר"ר יעקב הלל ליכטענשטיין שליט"א - ר"מ בישיבה.
- הרה"ח ר' מנחם מאיר מייזנער הי"ו (ב"פ).
- הגה"צ רבי מאיר צוויבל שליט"א.

- הבה"ח יואל יושע ב"ר אהרן ווייס הי"ו (וומסב"ג).
- הב' חנני' יו"ט ליפא ב"ר שלמה מארק הי"ו (ירושלים).
- הר"ר ישראל אייזיקאוויטש שליט"א.
- אחרון: הרה"ח ר' חיים יחזקאל בר"א ראזענבערג הי"ו (קר"י).
- מפטיר: הב' הבר מצוה ב"ר בנציון הכהן לאנדא הי"ו (וומסב"ג).
- הגבה: הרה"ח ר' יואל דוד שווארטץ הי"ו (קר"י).
- גלילה: הרה"ח ר' יוסף חיים מאלח הי"ו (קר"י).

צו מוסף איז צוגעגאנגען הר"ר חיים בנימין כהנא שליט"א.
- פתיחה לאנעים זמירות: הר"ר לוי יצחק בארזעסקי שליט"א.

מען האט געענדיגט ארום 12:55.

ביי די סעודת עתיקא קדישא איז דער רבי אריבערגעקומען אין ביהמ"ד צו די זמירות ודברי תורה ארום 2:50, מען האט געזינגען ניגוני נחמה, דער רבי האט טועם געווען חלה און קוגל און געוואונטשן לחיים,
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען:
- ברוך ה' יום יום: הרה"ח ר' שלמה הערש בר"ד עקשטיין הי"ו.
- ברוך קל עליון: נכד רבינו הרב ישראל דושינסקיא שליט"א.
דער רבי האט געזאגט תורה אויף די הפטורה 'נחמו נחמו עמי יאמר אלקיכם' און ארויסגעברענגט אז די גאולה העתידה וועט קומען אין זכות פון יצחק אבינו און מאריך געווען מיט לענגערע דברי נחמה.
מען האט ממשיך געווען צו זינגען אחכה לו און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן פאר א לענגערע צייט מיט גרויס התלהבות.
- ברכת המזון: הר"ר לוי יצחק בארזעסקי שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 3:50.

רעוא דרעווין

דער רבי איז אריינגעקומען צו מנחה וס"ג ארום 8:35.
בעל תפילה: הרב נחמן ברי"א כהנא שליט"א (וומסב"ג).

- הוצאה והכנסה: ר' שבתי בר"ד ווערטהיימער הי"ו (מאנטריאל).
- בעל קורא הב' נטע ב"ר יואל בערקאוויטש הי"ו (וומסב"ג).
- כהן: הרה"ח ר' ישראל לאנדא הי"ו.
- לוי: הב' ירמי' מאיר ב"ר זלמן יוסף גאלד הי"ו (קר"י).
- שלישי: הב' המשב"ק שניאור זלמן עקשטיין הי"ו.
דער רבי איז געגאנגען הגבה, עס איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' דוד פארקאש הי"ו, און דער רבי האט זיך באדאנקט.
- גלילה: ר' שמעון בר"צ היילברוין הי"ו (קר"י).

ביי של"ס איז דער גאנצער ציבור אריבער נעמען שיריים פון די פיש.
- אודה: הרה"ח ר' זושא ניישטאדט הי"ו.
- שיר המעלות: הרה"ח ר' ליפא אפענהיים הי"ו (קר"י).

ביי די תורה האט דער רבי זיך געשטעלט אויף די הפטורה 'נחמו נחמו עמי' און דער רבי האט ארויסגעברענגט אז אידן ווילן הערן די נחמה פון הקב"ה אליינס און נישט דורך א שליח, וויאזוי קען מען זוכה זיין דערצו, האט דער רבי נאכגעזאגט פונעם אמרי נועם זיע"א וואס זאגט ביי ראש השנה אז תקיעת שופר איז מעורר לתשובה וויבאלד הקב"ה בלאזט ארויס פונעם שופר 'עלה אלקים בתרועה ה' בקול שופר' און דאס קומט בזכות פון מצות מצה וואס מצה איז מקדש דעם גוף פון א מענטש אז ער זאל קענען מקבל זיין תקיעת שופר פון הקב"ה אליינס און דאס איז מעורר לתשובה,
האט דער רבי געזאגט אז די זעלבע זאך איז אויך דא ביי די נחמה, 'נחמו נחמו' אינאיינעם מיט די אכט אותיות איז בגי' 'לחם עני' און בזכות פון מצות מצה וועט כלל ישראל זוכה זיין צו הערן די נחמה פון הקב"ה אליינס און אונז האף מיר און מאיז מתפלל אז אונז זאל מיר טאקע ווערן געטרייסט נאך די אלע צרות וואס כלל ישראל איז אלץ אריבער און מען זאל בקרוב זוכה זיין צו ביאת המשיח בב"א.

- ידיד נפש: הר"ר חיים הערש קאהן שליט"א - ר"מ בישיבה.
- קל מסתתר: נכד רבינו הרב מרדכי זאב רובין שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.

צו מעריב איז צוגעגאנגען הר"ר ישראל אייזיקאוויטש שליט"א. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. און מ'האט ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בשירה וזמרה 'כי מלאכיו' לרגל דאס אהיים פארן צומארגנס זונטאג קיין קר"י נאכן וויילן די פארגאנגענע פיר וואכן אויף מנוחת הנפש אין בעטלהעם, ניו העמפשיר. מען האט געענדיגט ארום 11:00 אזייגער.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

פרייטאגי"ד מנחם אב תשפ"ה8/8/2025

באריכט
מיטוואך פרשת ואתחנן 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו שחרית אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:50.

בעל תפילה: ר' שלום ווייס הי"ו (קר"י). נאכן דאווענען האט דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבער די יארן פון רביה"ק בעל ברך משה זיע"א אין די שטאט סיגוט נאך די קריג.

דער רבי איז אריין געקומען אין ביהמ"ד צו מנחה ארום 8:50.
בעל תפילה: ר' חיים אברהם מאשקאוויטש הי"ו (קר"י).

צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו. דער רבי האט געדאוונט מעריב ביים זמן ר"ת ארום 9:20.

דאנערשטאג פרשת ואתחנן

אינדערפרי איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו שחרית אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 9:00 אזייגער.
בעל תפילה: הרה"ח ר' דוד ווערטהיימער הי"ו (קר"י).

- פתיחה: ר' רפאל ברמ"י ווערטהיימער הי"ו.
- בעל קורא: הרה"ח ר' חנוך העניך פישמאן הי"ו (לעיקוואד).
- כהן: ר' חיים אברהם מאשקאוויטש הי"ו (קר"י).
- לוי: הרה"ח ר' משה פריעדמאן הי"ו (ב"פ).
- שלישי: רבינו שליט"א.
- הגבה: הגה"צ רבי ברוך הורוויץ שליט"א, דומ"ץ מעליץ.
- גלילה: הרה"ח ר' דוד ווערטהיימער הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבער זכרונות פון די בראשית יארן אין אמעריקע ביי רביה"ק בעל ברך משה זיע"א.

אין די פארמיטאג שעות האבן זיך א קבוצה מצויינים מתלמידי ישיבה קטנה סניף רב טוב פון קר"י, בהנהלת הרה"ג ר' וואלף לאנדא שליט"א, געשטעלט צום פארהער אויף שו"ע יו"ד ח"א בביתו נאוה קודש, דער רבי האט א לענגערע צייט פארהערט די בחורים אויף הלכות מליחה, בשר וחלב, און טריפות, און דערביי אויסגעשמועסט פארשידענע שאלות וואס מאכן זיך היינט צוטאגס אין די בתי השחיטה און פארשידענע סיפורים בהלכות טריפות ביי צדיקים אין דער אלטער היים, דערביי האט דער רבי פארציילט פארשידענע שאלות בהלכות טריפות וואס האבן זיך געמאכט די וואך בעת דעם באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת אין פאוסטוויל אייאווע,
דערנאך זענען די בחורים אריבער מקבל זיין ברכת הקודש און עקסטער האט דער רבי ווארעם אנגעוואונטשן פארן מנהל הרה"ג ר' וואלף לאנדא שליט"א און די אנדערע רמ"י הישיבה.

דער רבי איז אריין געקומען אין ביהמ"ד צו מנחה ארום 8:45. בעל תפילה: הרה"ח ר' דוד ווערטהיימער הי"ו.

צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו. דער רבי האט געדאוונט מעריב ביים זמן ר"ת ארום 9:20, בעל תפילה: הב' ב"ר אלימלך עקשטיין הי"ו (קר"י). נאך מעריב זענען די געסט אריבער שלום גענומען.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג פרשת ואתחנן 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 7:30.

פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר דוד מרדכי שווארטץ הי"ו (וומסב"ג).
בעל תפילה: הרה"ח ר' יואל ברא"ש פריעדלענדער הי"ו (קר"י).

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיטן בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד, עס האט זיך פארמירט א שיינער שמועס איבער הגה"ק הקול ארי' זצ"ל פון וועם דער בר מצוה בחור איז אן אייניקל,
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר'ן בר מצוה בחור און פאר די גאנצע משפחה, דערנאך האט דער רבי געזאגט תפילת הדרך.

ארום 9:15 האט רבינו שליט"א פארלאזט ביתו נאוה קודש אויפן וועג צום לאקאוניע לופטפעלד אין גילפארד ניו העמפשיר, וואו דער פריוואטער פליגער פון ניו יארק האט נארוואס געלאנדעט, די עטליכע מיטרייזענדע מקורבים ובתוכם הגה"צ אבד"ק סיגוט שליט"א און הגה"צ אבד"ק מאנסי שליט"א האבן שלום גענומען. אויפן פליגער איידער מ'האט זיך געהויבן האבן זיך טעלעפאניש פארבינדן מיט'ן רבי'ן די רבני בתי אופה דקהילתינו הק' פון וומסב"ג און קר"י וועלכע האבן זיך געפינען אין איידעהאו אויף די 'צווייטע ווייץ שניט' פאר די מצות פראדוקציע שע''י קהילתינו הק' לקראת חג הפסח שנת תשפ''ו הבעל''ט בשלוחת הקודש פון מרן רבינו שליט"א.
דער רבי האט געהערט א באריכט פונעם ווייץ פעלד זיך גרייטענדיג אנצוהייבן צו שניידן די ווייץ אין די קומענדיגע שעות (דער ארטיגער זייגער איז צוויי שעה צוריק), און דער רבי האט איבערגעגעבן עטליכע הוראות והדרכות און מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 10:40 האט זיך דעם רבינ'ס פריוואטע פליגער געהויבן אינאיינעם מיט בנו הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א און הגה"צ אב"ד ור"מ מאנסי שליט"א און עטליכע מקורבים אויפן וועג קיין פאוסטוויל אייאווע צו באזוכן די שחיטה המהודרת שע"י קהלתינו הק' פאר די גסות, אינטערוועגנס האט זיך דער רבי אריינגעלאזט אין א לענגערע שמועס מיט די מיטרייזענדע איבער די חילוקי והידורי השחיטה אין לויף פון די לעצטערע יארן פון דער אלטער היים ביז דאהי אין אמעריקא ועד היום הזה.
דעם רבינ'ס פליגער האט געלאנדעט ארום 11:45 (ארטיגער זייגער) אינעם לאקאלן לופטפעלד אין וויסקאנסין און דער רבי איז צוגעפארן ארום א האלבע שעה קיין פאוסטוויל צום בית השחיטה.

ביים אנקומען אין בית השחיטה האט זיך רבינו שליט"א ווארעם באגריסט מיט הגה"צ רבי מנחם מאיר ווייסמאנדל שליט''א אבד"ק נייטרא מאנסי - רב המכשיר פונעם בית השחיטה, און הגה"צ ר' אפרים שמעון לייכטאג שליט"א - דומ"ץ בית מדרשינו 15'טע עוו. ב"פ. וועלכע געפונט זיך דארט אין די יעצטיגע טעג מטעם קהלתינו הק' מפקח צו זיין אויף די שחיטה.

דער רבי איז תיכף אריין אינעם בית השחיטה, ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן גאנצן פלענט מרישא ועד גמירא איבערקוקנדיג יעדן פרט פאר א לענגערע צייט פון קרוב צו פיר שעה!

אנגעהויבן אויפן גאנצן סדר בדיקות הריאות וואו גער רבי איז געשטאנען א לענגערע צייט און איבערגעקוקט אלע פרטים אויפן ארט, און דערנאך אריבער צו די מערכת השחיטה, וואו דער רבי האט בודק געווען די חלפים פון די שוחטים, און שטארק באוואונדערט די געוואלדיגע הידורים פון די חלפים זייענדיג חד וחלק אויף די העכסטע סטאנדארטן, און די חומרא פון א בדיקת יבש אויף וואס סאיז געשטעלט אן עקסטערע ממונה בודק צו זיין יעדעס מאל, און דערנאך זיך אומגעקוקט אויף די מהודר'דיגע שחיטה מונחת, און ווייטער באטראכט וויאזוי מען לייגט ארויף די חלקים פונעם בהמה אויפן קייט עס פירנדיג ווייטער אינעם פלענט, און די ספעציעלער חומרא אז א איד זאל אנצייכענען די נומערן אויף די חלקים פונעם בהמה,
דערנאך האט דער רבי פארגעזעצט צו די איבריגע חלקים פונעם פלענט וואו דער רבי האט זיך אומגעקוקט א לענגערע צייט אויפן ניקור אפאראט מיט אלע אירע הידורים, און פון דארט צו די חלקי המליחה, שרוי' והדחה מיט אלע חומרות והידורים וואס איז איינגעפירט געווארן דורך רבינו שליט"א, און אזוי ווייטער די אלע חלקי ההכשרה ביז צום פעקעדזשינג.

נאך אן עבודה קשה בטירחא דגופא פון קארגע 4 שעה, איז רבינו שליט"א אריבער צום ביהמ"ד פון די שוחטים זיך אפצורוען אויף עטליכע מינוט, וואו דער רבי האט מלא רגש ושמחה ארויסגעברענגט רגשי לבבו אויף דעם וואס מען האט ב"ה זוכה געווען אוועקצושטעלן די געוואלדיגע הידורים אינעם בית השחיטה און ארויפברענגען די סטאנדארט פאר כשר'ע פלייש ביי היימישע אידן, און ארויסגעברענגט די געוואלדיגע שמחה וואס מען האט יעדע מאל מען קומט באזוכן די שחיטה, און עקסטער משבח געווען די איבערגעגעבנקייט פון די חשובע בעלי בתים פון די מיעל-מארט פירמע נאכצוקומען אלע חומרות והידורים וואס פארלאנגט'זיך עפ"י הוראות רבינו שליט"א.

רבינו שליט"א האט אנגעוואונטשן פאר די שוחטים ומשגיחים ברכות לרוב, און פארלאזט דעם בית השחיטה און תיכף צוגעפארן צום לופטפעלד. וואו דער רבי איז אויפגעשטיגן אויפן פריוואטער פליגער אויפן וועג צוריק למקום הנופש אין בעטלהעם ניו העמפשיר.

איידער דער פליגער האט זיך געהויבן האט רבינו שליט"א טעלעפאניש זיך פארבינדן מיט די חשובע נדבנים מרת ריספלער תחי' ובנה הרבני הנגיד ר' פישל הי"ו זיך פערזענדליך באדאנקן אויף זייער גיגאנטישע נדבה אויפצובויען א דריטער בנין מפואר לחינוך הבנות פאר די בית רחל שע"י מודותינו הק' אין וומסב"ג, דער רבי האט אויסגעשמועסט אלע פרטים פונעם בעפארשטייענדער בנין וואס וועט אנהאלטן מערערע קלאסן, עס זאלן, א פראכטפולער אודיטוריום און שמחה זאלן, און דער רבי האט זיי מאציל געווען מברכת קדשו זאגענדיג דערביי 'איר האט מיך זייער מהנה געווען מיט די בשורה מרנינה'.

דער פליגער האט זיך געהויבן ארום 5:00 (ארטיגע זייגער).
ארום 8:00 אזייגער האט דער פליגער געלאנדעט אינעם לאקאוניע לופטפעלד ווי דער רבי האט געדאווענט מנחה אין א זייטיגע צימער אינעם לופטפעלד, בעל תפילה: הב' ארי' לייבוש שטיין ני"ו (וומסב"ג).

נאך מנחה האט זיך דער רבי ווארעם געזעגענט פון די חשובע רבנים שליט"א און זיך שטארק באדאנקט פאר הגה"צ אבד"ק נייטרא מאנסי שליט"א פארן ארויסהעלפן אהערשטעלן אזא שיינע שחיטה, און נייטרא רב שליט"א האט באוואונדערט די איבערגעגעבנקייט פון רבינו שליט"א זיך אויפצוהייבן אינמיטן די אפרוה צו מפקח זיין אויף די כשרות הבשר.

דערנאך איז דער רבי אהיימגעפארן א וועג פון א שעה קיין בעטלהעם ניו העמפשיר, אינטערוועגנס האט רבינו שליט"א באקומען א טעלעפאנישער באריכט איבערן צווייטן ווייץ שניט פון הגה"צ אבד"ק וומסב"ג שליט"א וועלכער האט זיך דארט געפינען אין איידאהו בשליחת הקודש, און דער רבי האט שטארק הנאה געהאט צו הערן אז דער שניט פון קרוב צו א האלב מיליאון פונט ווייץ איז ארויס גאר שיין מיט אלע הידורים לשם מצות מצוה.

ביים אנקומען ארום 9:40 האט דער רבי געדאווענט מעריב אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך,
בעל תפילה: ר' שלום ווייס הי"ו (קר"י).

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג