דאנערשטאג פרשת בהעלותך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' בצלאל דוד רייכמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. - ב"ר ישראל מאיר שרייבער הי"ו. - ב"ר חיים דוב יעקב ניימאן הי"ו. - ב"ר משה טאמבור הי"ו. - ב"ר יואל הערשקאוויטש הי"ו. דערנאך האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יומדה"ק פון זקינו הרה"ק רבי שלום אליעזר מראצפערט זיע''א. ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ה פסוק י"א. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאך תפילת שחרית איז דער רבי אריבער אין שטוב פון נכדו הרב לוי יצחק טויב שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א צו די שמחת החאלאקע פון בנו הילד כמר חיים מאיר ני"ו, דער רבי האט אפגעשניטן עטליכע האר, אנגעטוהן די קאפל און ציצית, און דערנאך זיך געוואשן צו פת שחרית, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט די זיידעס בסיפורי צדיקים, און דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס.
אין די נאכמיטאג שעות האט דער רבי משמיע געווען דב"ק דורך א הוקאפ ביי די אסיפת הרבנים וועלכע איז פארגעקומען אין ב"פ בבית הגאון רבי בנימין לאנדא שליט"א דומ"ץ טאהש ב"פ ווי מען האט דן געווען בדבר ה' זו הלכה בענינים העומדים על הפרק למען אחב"י המצפים לישועת ה' להיפקד בדבר ישועה ורחמים. דער רבי האט ארויסגעברענגט זיין רצון זיך צו באטייליגן פערזענליך ביי די אסיפה אבער צוליב די חתונה פון נכדתו אויפדערנאכט איז עס נישט געווען במציאות און האט געשיקט בשליחותו בנו הגדול הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א, און ארויסגעברענגט די אחריות וואס ליגט אויף יעדן צו ארויסהעלפן די אידן המצפים לישועה, און משמיע געווען דעת קדשו בנוגע די שאלה און מסיים געווען מיט דברי חיזוק פאר די חשוב'ע רבנים און דיינים שליט"א.
שמחת החתונה פון נכדת רבינו הכלה בת חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, עב"ג החתן הרב מרדכי זאב רובין שליט"א בן הגה"צ רבי יושע שלום נתן רובין שליט"א אבד"ק גלאגוב ב"פ בן הגה"צ אבד"ק גלאגוב זצ"ל וחתן האדמו"ר מצאנז גריבוב זצ"ל
ארום 5:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צד דרום צו מנחה, פאר מנחה האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יומדה"ק פון זקינו הרה"ק רבי שלום אליעזר מראצפערט זיע''א. בעל תפילה: הרה"ח ר' אברהם משה לעבאוויטש הי"ו, נאך מנחה איז די גאנצער ציבור זקנים עם נערים אריבער לברך ולהתברך ביי מרן רבינו שליט"א ביום החופה.
דערנאך ארום 6:10 איז דער רבי אריינגעקומען צום קבלת פנים בהיכל ביהמ"ד הגדול. מען האט געזינגען ניגוני התעוררות, און הר"ר שמואל קרויס שליט"א האט אויפגעטרעטן מיט דברי כיבושין און אויסגערעכנט די גרויסע יחוס פון די חתן כלה און די דערהויבענע זיידעס וואס קומען אראפ זיך מיטפרייען ביי די שמחה. דער רבי האט געטרינקן א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען ווארעמע דברות קודש און מעורר געווען זכות אבות, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
מען האט מסדר געווען די כתובה. עדי כתובה: הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו און הרה"ח ר' אלעזר פעלדמאן הי"ו. דערנאך איז מען געגאנגען צום באדעקן אין די זאלן פון קרן ויואל משה.
ביים חופה האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען. - קריאת הכתובה: הגה"צ רבי מנחם ערנסטער שליט"א ר"י וויזניץ ב"ב. - ברכות ראשונות: הגה"צ אבד"ק טאמשוב שליט"א. - ברכה אחריתא: הגה"צ רבי ברוך האלבערשטאם שליט"א אדמו"ר מצאנז ב"פ. - עדי קידושין: הגה''צ ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א רב דביהמ"ד דברי חיים קר"י און הרה"ג ר' ישראל שלמה ליכטענשטיין שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד דברי יואל ב"פ. - עדי יחוד: הרה"ח ר' חיים יחזקאל הערשקאוויטש הי"ו און הר"ר אברהם יוסף אקערמאן שליט"א. ביים חופה האט זיך אויך משתתף געווען דער עלטער פעטער כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.
נאך די חופה האט רבינו שליט"א געוואונטשן ברכות הקודש פארן גאנצן ציבור, און זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיט די זיידעס און מחותנים.
דער רבי איז אריינגעקומען צום סעודת החתונה ארום 8:20, געטאנצען עטליכע מינוט אויפן פלאץ און דערנאך זיך געוואשן צום סעודה, נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשן לחיים לכל העם הנאספים.
ארום 9:20 איז דער חתן אריינגעקומען און דער רבי האט געטאנצן מיטן חתן, און מכבד געווען די מחותנים הרבנים הגאונים שליט"א צו טאנצן מיטן חתן, און דערנאך געטאנצן מיט די גאנצע אויבנאן. דערנאך איז דער ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א. דער רבי האט פארלאזט די ביהמ"ד ארום 9:40, און אהיים לביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים. - הרה"ח ר' יואל ברי"נ שרייבער הי"ו און הרה"ח ר' ישעי' ווערצבערגער הי"ו. - הרה"ח ר' משה דוד פערל הי"ו און הרה"ח ר' יואל הערש פישער הי"ו. - דערנאך האט דער רבי געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש.
ארום 11:15 איז דער רבי אריין געקומען אין ביהמ"ד צו ברכת המזון און מצוה טאנץ. - ברכת המזון: הגה"צ ר' זלמן אשכנזי שליט"א אבד"ק אויסטילא. - ברכות ראשונות: הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א. - ברכה אחריתא: הגה"צ ר' בנציון מייזליש שליט"א אב"ד קרית באבוב בת ים.
האברך ר' יחזקאל שרגא פילאפף הי"ו האט אויסגערופן רבינו שליט"א צו די ריקודין לפני הכלה מיט ווארעמע חרוזים און מעורר געווען זכות אבות הק', דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני התעורורות, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, וכל העם הנאספים, און דערנאך אפגעראכטן די ריקודי קודש לפני הכלה בהתלהבות אש א לענגערע צייט, ביים מצוה טאנץ האט דער רבי אנגעכאפט א גארטל מיט וואס רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א איז געטאנצן מצוה טאנץ ביי די חתונה פון האדמו"ר מסאכטשוב זצ"ל זיידע פונעם חתן. דערנאך האט דער רבי געטאנצן מיטן חתן, און מיט חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א ובני משפחתו, און מיט די גאנצע משפחת המלוכה נכדי רביה"ק בעל ברך משה זיע''א.
דערנאך האט מען אויסגערופן צום מצוה טאנץ די מחותנים דער אבי החתן און אבי הכלה שליט"א, דערביי האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיט יעדע פון די מחותנים באזונדער. דער בדחן האט אויסגערופן די חתן וכלה, מען האט געטאנצן אשת חיל, אויפן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די חתן כלה כנהוג. דער רבי האט פארלאזט די ביהמ"ד אום 1:50.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
פרייטאגכ"ח אדר תשפ"ה3/28/2025
באריכט
דינסטאג פרשת פקודי 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן: - לבן הנולד אצל ר' אברהם יצחק ליכטענשטיין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. - לבן הנולד אצל ר' מענדל ב"ר יוסף פריעדמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים - שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר זלמן לייב שטיין הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ה פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד.
ארום 1:45 איז דער רבי ארויף בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל ווי דער רבי האט פארגעלערנט די זעקסטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון מתוך אלץ הכנה צום שבת הגדול דרשה. דער רבי האט געענדיגט ארום 2:25.
ארום 6:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה. זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:15 ביז 1:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגאון הגדול גאב"ד פריימאן שליט"א וראב"ד התאחדות הרבנים, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס בהלכה ובפלפולי דאורייתא און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
אויך איז פארגעקומען די שמחת החאלאקע ביי נכד רבינו הילד בן הר"ר יקותיאל יודא טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א, דער רבי האט אפגעשניטן עטליכע האר און אנגעטוהן די קאפל און ציצית, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:30 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
פרייטאגכ"ג שבט תשפ"ה2/21/2025
באריכט
דינסטאג פרשת משפטים 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן: - לבן הנולד אצל ר' ברוך ליפא לעווי הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. - לבן הנולד אצל ר' יחזקאל שרגא ברי"ז ווערצבערגער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים - שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. - ב"ר יואל ב"ר יצחק מרדכי בערקאוויטש הי"ו. - ב"ר ראובן אריאל מאוואס הי"ו. - ב"ר אהרן עקיבא קאהן הי"ו. - ב"ר אליעזר דוד איצקאוויטש הי"ו. - ב"ר משה ברוך בענדיט ליכטנשטיין הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי משמיע געווען דברי הכנה לקראת זייער נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע, און ארויסגעברענגט די אימה און פחד וואס דארף אנכאפן ווען מען גייט אריין אין די אוהלים פון אזעלכע צדיקים וקדושים, און מאציל געווען מברכת קדשו. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד, און דער רבי האט פארטיילט שליח מצוה געלט פאר אלע בחורים.
נאך שחרית איז דער רבי ארויף אין שטוב פון הרה"ח ר' ברוך ליפא לעווי הי"ו חבר הנהלת קהלתינו הק' קר"י לרגל הולדות בנו למז"ט, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
ארום 2:30 איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד הגדול צום יום האיחוד פון די קרוב צו טויזענט תלמידי כתה ט' מכינה לישיבה פון מוסדותינו הק' איבער גרעיטער ניו יארק. מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים, און די מנהלים האבן איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א מנחת ביכורים א קוויטל כוללת מיט די נעמען פון אלע בחורים מיט די טויזענטער שעות רציפות וועלכע זענען געלערנט געווארן במשך די ימי השובבים העעל"ט. דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש והדרכה דברי התחזקות ללימוד התורה, און ארומגערעדט איבער וויאזוי א חסידישע בחור דארף זיך פירן און מסיים געווען בברכת קדשו. דערנאך האט דער רבי געדאווענט מנחה אינאיינעם מיט די בחורים, נאך מנחה איז דער רבי אריין בחדרו הפרטי ווי דער רבי האט פארטיילט געבענטשטע מטבעות פאר די בחורים וואס האבן זיך אויסגעצייכנט מיט שעות רציפות במשך די ימי השובבים העעל"ט, דערביי האט דער רבי איבערגעגעבן געבענטשטע מטבעות פאר הר"ר עקיבא יוסף כהנא שליט"א וועלכע פארט אין די יעצטיגע טעג קיין ארה"ק, צו פארטיילן פאר די תלמידי כתה מכינה לישיבה פון ירושלים און בני ברק. מען האט געענדיגט ארום 4:10.
פארנאכטס איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה. ביים אנקומען אין וומסב''ג האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח ר' מענדל גאלדבערגער ע"ה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:10 ביז 12:50 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' מנחם חיים ריכטמאן הי"ו און ווערט אריינגעגעבן דעם קומענדיגן שושן פורים אין ביהמ"ד קדושת יו"ט אין ב"פ, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות, געטרינקן לחיים און עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו פאר הרה"ח ר' מנחם חיים הי"ו ובני משפחתו און פאר הרה"ג ר' אלטר אליעזר הורוויץ שליט"א רב הביהמ"ד.
אויך איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך ישיבת שער המלך בהנהלת הרה"ג ר' מאיר ישראל שפיטצער שליט"א, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות, געטרינקן לחיים און עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די ישיבה און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו פארן ראש ישיבה שליט"א און פאר אלע תלמידי הישיבה.
אזוי אויך זענען אריין בקו''פ ראשי קהלתינו הק' פון מאנטשעסטער אינאיינעם מיט וועד קרן הבנין דבית מדרשינו הגדול אין מאנטשעסטער מקבל זיין ברכת הקודש צום די בעפארשטייענדע קאמפיין צו איבערבויען בית מדרשינו הגדול נאך די שריפה וועלכע איז ל"ע פארגעקומען מיט עטליכע וואכן צוריק, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט איבער אלע פרטים און מאציל געווען מברכת קדשו.
אויך איז פארגעקומען די שמחת החאלאקע פאר נכד רבינו הילד אלכסנדר אשר ני"ו בן הרב הערשל מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, דער רבי האט אפגעשניטן עטליכע האר, אנגעטוהן די קאפל און ציצית און מאציל געווען מברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:00 און דערנאך ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
מאנטאגי"ט שבט תשפ"ה2/17/2025
באריכט
שב''ק פרשת יתרו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן דעם שטריימל פאר די חתנים. - החתן יושע בן הרה"ג ר' וואלף אהרן טעללער שליט"א. - החתן יעקב ב"ר זלמן לייב שפילמאן הי"ו.
פרייטאג צונאכטס ארום 6:05 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הר"ר יואל ברי"א שטיין שליט"א. מען האט געענדיגט דאווענען ארום 7:40. עס איז פארגעקומען אן אפיעל פאר די ארגענטינע מוסדות. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 8:30 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה. אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א. הגבהת הכוס: הרה"ח ר' יוסף נחום שטארם הי"ו (ב"ב).
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה"ח ר' יוסף נחום שטארם הי"ו. מנוחה ושמחה: הר"ר יצחק יודא שטערן שליט"א (ירושלים).
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן מדרש 'מה שמועה שמע ובא, שמע פרשת מקושש' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון דברה תורה בלשון בני אדם.
קה אכסוף: הרה"ח ר' יוסף אפפעל הי"ו (ב"פ). ברכת המזון: נכד רבינו הר"ר נחמן כהנא שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט א עובדה פונעם שידוך פון הגה''ק הדברי חיים זיע''א וואס איז צושטאנד געקומען אום חמשה עשר בשבט.
קה רבון עלם: הרה"ח ר' יונתן שווארץ הי"ו (ב"פ). די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, און מען האט אריינגעברענגט בונדלעך און געזינגען ניגוני שמחה לרגל די שמחת השלום זכר ביי נכד רבינו בן הנולד אצל הר"ר אלחנן חיים מייזליש שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א. אז ביום השביעי: הרה"ח ר' אהרן צבי מיטטעלמאן הי"ו (ב"פ), און מען האט ממשיך געווען מיט עליונים ששו לכבוד שבת קבלת התורה. מען האט געענדיגט ארום 11:30.
וביום השבת קודש
שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:25. ברכות ופסוקי דזמרה: הר"ר יואל ברח"א שפיטצער שליט"א. צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען.
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' וואלף שניטצער הי"ו. פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' יצחק משה פראנקעל הי"ו.
עליות. - כהן: החתן ב"ר מרדכי יצחק כ"ץ הי"ו. - לוי: הרה"ח ר' שלמה יודא פריעדמאן הי"ו (וומסב''ג). - שלישי: החתן יעקב ב"ר זלמן לייב שפילמאן הי"ו - באווארפען. - רביעי: החתן יוסף משה בהר"ר יואל ברי"א שטיין שליט"א - באווארפען. - חמישי: החתן יוסף בהר"ר ישעי' פאנעט שליט"א. - שישי: רבינו שליט''א.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: - ר' יודא ברי"מ לאנדא הי"ו. - ר' נפתלי ווינקלער הי"ו. - ר' שמשון ווערצבערגער הי"ו. - ר' יעקב נפתלי קאסירער הי"ו. - ר' חיים ברד"א לאנדא הי"ו. - ר' גדלי' טעללער הי"ו. - ר' יצחק יודא בר"א קליין הי"ו. - ר' דוב בער בר"ל האלפערט הי"ו.
- שביעי: החתן מנחם מענדל ב"ר ירחמיאל זאב פריעד הי"ו. - אחרון: החתן יואל ב"ר גרשון מענדל פעלדמאן הי"ו. - מפטיר: החתן אהרן ישראל מאיר ב"ר שלום משה עקשטיין הי"ו. - הגבה: החתן מרדכי ב"ר זלמן לייב זופניק הי"ו. - גלילה: הרה"ח ר' ליפא הערשקאוויטש הי"ו.
מוסף: הגה''צ ר' אשר מרגליות שליט"א רב דקהל אהל משה אין וויען. פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יעקב יושע כהנא הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 12:20.
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 6:05. - מנחה: הרה"ח ר' שמואל עקיבא נויאוויטש הי"ו (וומסב''ג). - הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' זלמן לייב זופניק הי"ו. - כהן: הרה"ח ר' יושע הערש בר"י גליק הי"ו (ב"פ). - לוי: הרה"ח ר' ברוך ליפא לעווי הי"ו. - שלישי: הרה"ג ר' מענדל פאנעט שליט"א (ירושלים). - הגבה: רבינו שליט''א. - גלילה: הרה"ח ר' משה יודא ברמ"ז הירש הי"ו.
זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הר"ר ישעי' פאנעט שליט"א. שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'וישמע יתרו' און געטייטשט אז אין זכות וואס כלל ישראל איז מקיים מצות וואס זענען א חק בלי טעם העלפט תשובה אויף אלע עבירות.
ידיד נפש: הרה"ח ר' משה ווערצבערגער הי"ו (מאנטרעאל). קל מסתתר: הרה"ח ר' יודא משה געלב הי"ו (מאנטרעאל). דער רבי האט געבענטשט על הכוס און געזאגט שבע ברכות.
מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' ירחמיאל זאב פריעד הי"ו. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 8:35.
ארום 10:10 איז דער רבי אריבער אויף קביעות מזוזה אינעם נייעם 'אייקאן' ביזנעס סענטער אין שכונת ברך משה המורחבת, דער רבי האט קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אינעם לאבי, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיט די אנוועזנדע, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעה"ב הרה"ח ר' יואל בראך הי"ו און פאר די בעלי בתים פון די ארטיגע נייע געשעפטן און פאר די בוי מייסטערס פונעם בנין, דערנאך איז דער רבי ארום אינעם גאנצן בנין און זיך אומגעקוקט און דערביי געהערט א באריכט פון די הנהלת הקריה איבער די ווייטערדיגע פלענער.
פון דארט איז דער רבי אריבער אין די זאלן פון גינת קליין ווי עס איז פארגעקומען א סיום הש"ס דורך הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו מראה"ק, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו, און משמיע געווען דב"ק בשבח פון ר' דוד אז טראץ וואס ער איז שטארק פארנומען בטירדות הכלל האט ער שוין מסיים געווען ש"ס עטליכע מאל, און מעורר געווען די קינדער און אייניקלעך זיך אפצולערנען און עס נאכמאכן, און מסיים געווען בברכת קדשו.
פון דארט ארום 11:00 איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א צו די שמחת הוואכנאכט לרגל הולדת נכדו למז"ט בן הנולד אצל הרב אלחנן חיים מייזליש שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס איבער הרה"ק רבי יושע מבעלזא זיע''א וואס די יארצייט געפאלט די וואך, און בפרט איבער דעם שבת וואס ער איז געווען אין סיגוט, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה הרב אלחנן חיים שליט"א, פאר חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, פאר די בני המשפחה, און פארן גאנצן ציבור. אויפן וועג ארויס האט דער רבי געליינט קרי"ש און אנגעוואונטשן פאר די יולדות. דער רבי האט פארלאזט די שטוב ארום 11:30.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
פרייטאגט' שבט תשפ"ה2/7/2025
באריכט
דאנערשטאג פרשת בשלח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ארום 8:15 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית. - בעל תפילה: הרה"ח ר' חיים בעריש שפילמאן הי"ו (קר"י). - פתיחה: הרה"ח ר' אהרן דוב הלוי געטטער הי"ו (ב"פ). - בעל קורא: הגה"צ ר' שלום ראטה שליט"א אב"ד אויסטריק. - כהן: הרה"ח ר' מאיר מענדל ווייס הי"ו (קר"י). - לוי: הרה"ח ר' משה אלי' ווערצבערגער הי"ו (קר"י). - שלישי: רבינו שליט"א. - הגבה: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א. - גלילה: הרה"ח ר' יואל ברצ"א עקשטיין הי"ו (קר"י).
נאך שחרית האט דער רבי אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש, עס איז פארפירט געווארן א שיינע שמועס איבער פארשידענע געגענטער אין ניו יארק און לענדער אין אייראפע ווי אידן האבן זיך באזעצט נאך די צווייטע וועלט מלחמה.
פארנאכטס ארום 5:55 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מנחה. בעל תפילה: ר' שלמה מנשה ב"ר יואל פאלקאוויטש הי"ו (קר"י). צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו, און ביים זמן ר"ת ארום 6:35 האט מען געדאווענט מעריב.
נאך תפילת מעריב איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד לרגל שמחת קישור החיתון פונעם עלטסטן אור אייניקל פון רבינו שליט''א הכלה בת הרה"ג ר' יואל גלאנץ שליט"א חתן הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א, דער רבי איז ארויס אין א פייערליכן ריקוד אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט, און מען האט געזינגען ניגוני הודאה מיט גרויס התרגשות.
רבינו שליט''א האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די אנוועזנדע רבנים שליט"א און פארן גאנצן ציבור, און דערנאך משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'עזי וזמרת קה ויהי לי לישועה' און געטייטשט אז דורכ'ן בויען א אידישע שטוב איז מען ממשיך די שכינה הק' און עס ווערט אלקי אבי 'וארוממנהו', און ממשיך געווען בקול חונק דמעות מיט התרגשות של שמחה שהחיינו וקימנו והגיענו לזמן הזה יעצט ווען מען טוט א שידוך מיט די ערשטע אור אייניקל און די שבח והודיה וואס מען דארף געבן פאר הקב"ה אז מען דערלעבט אזא חשוב'ע שידוך מיט א חתן א תלמוד חכם א בר אוריין און א בר אבהין, אן אייניקל פון צדיקים וקדושים, נאנטע משפחה אן אייניקל פון זיידן הרה"ק רבי שלום אליעזר מראצפערט זיע''א ולמעלה בקודש, דער רבי האט דערמאנט אז די כלה איז געבוירן די טאג פון די הסתלקות פון מר אביו רביה"ק בעל ברך משה זיע''א וואס האט נאך דערלעבט א דור חמישי און עס איז זיכער אז ער וואלט געהאט א שטארקע שמחה מיטן יעצטיגן שידוך, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב מריחוק מקום פארן חתן, מחותנים, און די חשובע זיידעס רבנים שליט"א און פארן גאנצן ציבור. מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה א לענגערע צייט. מען האט געענדיגט ארום 7:15, און דער גאנצער ציבור איז אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
מאנטאגה' שבט תשפ"ה2/3/2025
באריכט
שב''ק פרשת בא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בעיר הנופש פאלם ספרינגס
ערש''ק נאכמיטאג פאר די שקיעה הנראית ארום 4:05 האט זיך דער רבי פורש געווען ממלאכה כמנהגו.
פרייטאג צונאכטס ארום 5:55 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד, זיך מתעטף געווען מיטן טלית און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הר"ר יושע געלב שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק' וומסב''ג. מען האט געענדיגט דאווענען ארום 7:20. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און די געסט האבן שלום גענומען, און דער רבי האט אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש.
ארום 9:45 האט מען געעפענט די טיר בביתו נאוה קודש צו די זמירות ודברי תורה. מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הר"ר משה ברוך זילבער שליט"א (ב"פ), מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' משה מנחם שלעזינגער הי"ו (קר''י).
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'וגם מקנינו ילך עמנו' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא צו מען גייט בתר כמות אדער בתר איכות.
קה אכסוף: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו. ברכת המזון: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון זקינו מרן הגה"ק בעל עצי חיים זיע''א וואס די יארצייט געפאלט דינסטאג ו' שבט.
קה רבון עלם: הר"ר יודא בער טעללער שליט"א (וומסב''ג), מען האט אריינגעברענגט בונדלעך און געזינגען ניגוני שמחה לרגל די שמחת השלום זכר ביי נכד רבינו בן הנולד אצל הר"ר יקותיאל יודא טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א. אז ביום השביעי: הרה"ח ר' אברהם שלמה כהנא הי"ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 11:30.
וביום השבת קודש
שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:25. ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' מיכל פעלדמאן הי"ו (קר"י), צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען, און צוגעשיקט צו חזרת הש"ץ חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יוסף חביב באסול הי"ו (וומסב''ג). פסוקי שמע ישראל: חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א. בעל קורא: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו.
עליות. - כהן: הר"ר יושע געלב שליט"א. - לוי: הר"ר ישכר בעריש פריעדמאן שליט"א בן הגה"צ אבד"ק אולם שליט"א. - שלישי: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א. - רביעי: הרה"ח ר' אברהם שלמה כהנא הי"ו (וומסב''ג). - חמישי: הר"ר יונתן דענעבוים שליט"א. - שישי: רבינו שליט''א - דעם רבינס עלי' איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' משה מנחם שלעזינגער הי"ו, דער רבי האט זיך באדאנקט און געהייסן מאכן א מי שברך. - שביעי: הרה"ח ר' יוסף מרדכי כהנא הי"ו (וומסב''ג). - הוספות: הרה"ח ר' ישעי' משה בערקאוויטש הי"ו (וומסב''ג). - ר' אברהם מאסרי הי"ו (קר"י). - אחרון: הבה"ח ב"ר שלום זושא קעסלער הי"ו (וומסב''ג). - מפטיר: הרבני הנגיד ר' בערל ווייס הי"ו (לאס אנדזשעלעס). - הגבה: הרה"ח ר' נפתלי ווייס הי"ו (וומסב''ג). - גלילה: הרה"ח ר' יואל ברא"ש כהנא הי"ו (וומסב''ג).
צו תפילת מוסף איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די הילולא קדישא פון זקינו מרן הגה"ק בעל עצי חיים זיע''א די וואך. פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יוסף דוב ראזענפעלד הי"ו (קר"י). מען האט געענדיגט ארום 12:40, און דער רבי האט אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש.
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 5:55. - מנחה: הר"ר יודא ביקעל שליט"א (קר"י). - כהן: הרה"ח ר' חיים שאול קאהן הי"ו (קר"י). - לוי: הרה"ח ר' יצחק ברש"י אפפעל הי"ו (וומסב''ג). - שלישי: הר"ר יואל בר"א עקשטיין שליט"א (קר"י). - הגבה: רבינו שליט''א. - גלילה: הרה"ח ר' יעקב ציטראנענבוים הי"ו (ב"פ).
זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו. שיר המעלות: הר"ר יושע געלב שליט"א.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'זאת חקת הפסח' און געטייטשט אז די אידן טוהן אלעמאל פעולות נתקרב ווערן צום באשעפער, אבער נישט יעדער איז זוכה צו בלייבן נתקרב ווייל די פגם החטא אפילו מען טיט תשובה איז גורם מען זאל פאלן און נישט בלייבן ביי די מדריגה, די עצה איז עוסק זיין בתורה לימוד גמרא ותוספות, דעמאלטס קען מען זוכה זיין צו סייעתא דשמיא און די תשובה זאל זיין א בר קיימא.
ידיד נפש: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו. קל מסתתר: הרה"ח ר' יודל פערלשטיין הי"ו (ב"פ). דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
צו מעריב מוצש''ק איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די הילולא קדישא די וואך. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 8:10.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
דינסטאגט"ז כסלו תשפ"ה12/17/2024
באריכט
מאנטאג פרשת וישב - שמחת החתונה פון נכד רבינו החתן הרב דוד דוב מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, עב"ג הכלה בת הגה"צ רבי יואל האלבערשטאם שליט"א רב דביהמ"ד בית שמואל בשכונת דברי חיים בן הגה"צ אבד"ק טשאקאווע זצ"ל וחתן הגה"צ אבד''ק ב"פ שליט"א 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ברב"ש וויינבערגער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. - ב"ר יואל בר"ש איידליס הי"ו. - ב"ר יודא לייב לאנדא הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק ה'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 5:00 איז רבינו שליט"א אריין געקומען אין ביהמ"ד הגדול צד דרום ווי דער רבי האט געדאווענט מנחה, בעל תפילה: הרה"ח ר' יעקב יוסף פילאפף הי"ו, נאך מנחה איז די גאנצער ציבור זקנים עם נערים אריבער לברך ולהתברך ביי רבינו שליט"א ביום החופה.
נאך מנחה ארום 5:45 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום מעמד קבלת פנים בהיכל ביהמ"ד הגדול. במשך די קבלת פנים האט מען געזינגען ווארימע ניגוני התעוררות, און הר"ר שמואל קרויס שליט"א האט אויפגעטרעטן בדברי כיבושין אויסגערעכענענדיג דערביי דעם גרויסן יחוס פון חתן וכלה און די הייליגע זיידעס וואס קומען אראפ זיך מיטפרייען ביי די שמחה. ביים קבלת פנים האט זיך אויך מפאר געווען דער גרויסער פעטער כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א. דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען ווארעמע דברות קודש און מעורר געווען זכות אבות, און צום סיום מאציל געווען רב ברכות פארן גאנצן ציבור. מען האט מסדר געווען די כתובה, עדי כתובה: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו און הרה"ח ר' בערל פאלאטשעק הי"ו. דערנאך איז מען געגאנגען צום באדעקן אין די זאלן פון קרן ויואל משה.
ביי די חופה האט רבינו שליט''א מכבד געוועהן. - סידור קידושין: גיסו הגה"צ אבד''ק ב"פ שליט"א. - קריאת הכתיבה: הגה"צ ר' שמעון שמואל האלבערשטאם שליט"א אב"ד דברי משה בירושלים עיה"ק, עלטער פעטער פון די כלה. - ברכות ראשונות: הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א. - ברכה אחריתא: הגה"צ רבי יעקב אלי' אונסדארפער שליט"א אבד''ק ראשית חכמה מאנטריאל, פעטער פונעם חתן. - עדי קידושין: הרה"ג ר' יואל גוטמאן שליט"א און הרה"ג ר' יואל קאהן שליט"א. - עדי יחוד: הרה"ח ר' יואל עפשטיין הי"ו און הרה"ח ר' מאיר גראס הי"ו. נאך די חופה האט רבינו שליט"א געוואונטשן ברכות הקודש פארן גאנצן ציבור, און זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיט די זיידעס ומחותנים.
נאך א קורצע צייט איז דער רבי אריין געקומען אין ביהמ"ד הגדול צד דרום ווי דער דער רבי האט געדאווענט מעריב. בעל תפילה: הרה"ח ר' אהרן צבי וועבער הי"ו.
ארום 8:00 איז דער רבי איז אריינגעקומען צו די סעודת החתונה, דער רבי האט געטאנצען עטליכע מינוט אויפן פלאץ און דערנאך זיך געוואשן צו די סעודה, נאך די פיש האט דער רבי געטרינקן א לחיים און געוואונטשן לכל העם הנאספים.
ארום 8:50 איז דער חתן אריינגעקומען און דער רבי האט געטאנצן מיטן חתן א לענגערע צייט, און מכבד געווען די זיידעס און די מחותנים הרבנים הגאונים שליט"א צו טאנצן מיטן חתן, און דערנאך געטאנצן מיטן גאנצן אויבנאן. דערנאך איז דער גאנצער ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א. ביי די סעודת החתונה האט זיך אויך מפאר געווען דער גרויסער עלטער פעטער כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א, דער רבי האט אים מכבד געווען צו טאנצן מיטן חתן און דערנאך זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיט די מחותנים און זיידעס און דערנאך עקסטער דער רבי מיט האדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א. דער רבי האט פארלאזט דאס ביהמ"ד ארום 9:30, און אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 11:15 איז רבינו שליט''א אריין געקומען אין ביהמ"ד צו ברכת המזון ומצוה טאנץ. מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען בנו הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א, ברכות ראשונות: הגה"צ ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א רב דבית מדרשינו 18'טע עוו. ב"פ. ברכה אחריתא: הגה"צ רבי אנטשיל שעהר שליט"א אבד"ק קלעסאן.
בדחנא דמלכא ר' משה יושע ווייס הי"ו האט אויסגערופן רבינו שליט"א צו די ריקודין לפני הכלה מיט ווארעמע חרוזים און מעורר געווען זכות אבות הק', מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני התעורורות, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, וכל העם הנאספים, און דערנאך אפגעראכטן די ריקודי קודש לפני הכלה בהתלהבות אש קודש א לענגערע צייט, און דערנאך געטאנצן מיטן חתן, מיט חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א ובני משפחתו, און מיט די גאנצע משפחת המלוכה נכדי רביה"ק בעל ברך משה זיע''א. דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א עקסטערע פייערליכע טאנץ מיט אחיו הגה"צ דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א.
דערנאך האט מען אויסגערופן צו מצוה טאנץ דעם זיידן הגה"צ אבד''ק ב"פ שליט"א, דעם אבי החתן און אבי הכלה. דערביי האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיט יעדע פון די זיידעס און מחותנים באזונדער.
דערנאך האט האברך ר' חיים מענדל אקער הי"ו געזאגט דברי בדחנות און דער בדחן האט אויסגערופן חתן וכלה און מען האט געטאנצן אשת חיל, אויפן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די חתן כלה כנהוג. דער רבי האט פארלאזט די ביהמ"ד אום 2:10.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
מאנטאגט"ו כסלו תשפ"ה12/16/2024
באריכט
שב''ק פרשת וישלח - שבת של שמחת עלי' לתורה פון נכד רבינו החתן הרב דוד דוב מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, עב"ג הכלה בת הגה"צ רבי יואל האלבערשטאם שליט"א רב דביהמ"ד בית שמואל בשכונת דברי חיים 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן הערשל בן הר"ר יואל גרובער שליט"א.
ארום א האלבע שעה נאכן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן דעם שטריימל פאר נכדו החתן הרב דוד דוב שליט"א און געגאנגען אין ביהמ"ד אין באגלייטונג פון די חתן און מחותנים בשירה וזמרה.
ארום 4:55 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. נאך מנחה האט אויפגעטרעטן הר"ר אלי' שלמה קאהן שליט"א מנהל בית רחל, לקראת דעם דינער השנתי פון מוסדות קרית יואל וואס איז פארגעקומען מוצש"ק. קבלת שבת: נכד רבינו הר"ר חיים יעקב רוקח שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א. מען האט געענדיגט דאווענען ארום 6:30. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 8:30 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה. אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א. הגבהת הכוס: הגה''צ ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה"כ וומסב''ג.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. - כל מקדש: הגה"צ ר' מענדל הערש כהנא שליט"א דומ"ץ קארלסבורג וומסב''ג. - מנוחה ושמחה: הרה"צ האדמו''ר מלייפניק ב"ב שליט"א.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'אחי יהי לך אשר לך' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון מין במינו.
מען האט געזינגען ניגוני שמחה לכבוד די שבת עלי לתורה, קה אכסוף: הרב אלעזר האלבערשטאם שליט"א בן הגה"צ רב דביהמ"ד בית שמואל שליט"א. ברכת המזון: הגה"צ רב דביהמ"ד בית שמואל שליט"א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק רבי ר' בער ממעזריטש זיע''א וואס די יארצייט געפאלט פרייטאג י"ט כסלו. קה רבון עלם: הגה''צ ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א. די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות. אז ביום השביעי: הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד דינוב קר"י. מען האט געענדיגט די טיש ארום 11:10.
וביום השבת קודש
שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:25. ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' ברוך עקשטיין הי"ו. צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען, און צוגעשיקט צו חזרת הש"ץ הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א.
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שמואל זאנוויל פאלאטשעק הי"ו. פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' אברהם יושע ווייס הי"ו (וומסב''ג) .
עליות. - כהן: הגה"צ ר' מענדל הערש כהנא שליט"א. - לוי: החתן הערשל בן הר"ר יואל גרובער שליט"א - באווארפען. - שלישי: נכד רבינו החתן הרב דוד דוב מייזליש שליט"א, מען האט געזינגען ניגוני שמחה כנהוג. - רביעי: הגה"צ רב דביהמ"ד בית שמואל שליט"א. - חמישי: החתן משה יודא ב"ר יואל פישל פריעד הי"ו - באווארפען. - שישי: רבינו שליט''א.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: - ר' וואלף ברא"י בערגער הי"ו. - ר' שמואל מאיר שרייבער הי"ו. - ר' שניאור זלמן גאלדמאן הי"ו.
- שביעי: החתן שמעון יודא ב"ר משה טאמבור הי"ו - באווארפען. - הוספות: החתן יושע ב"ר ברוך עקשטיין הי"ו - באווארפען. - החתן אשר לעמיל ב"ר יואל ברי"ד לאנדא הי"ו. - החתן דוד ב"ר אליעזר זוסיא סופר הי"ו. - אחרון: הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א. - מפטיר: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א. - הגבה: הרה"ג ר' ברוך טאמבור שליט"א (לאנדאן). - גלילה: הרה''ג ר' יואל ברשא"מ גרובער שליט"א.
מוסף: הגה"צ רב דביהמ"ד בית שמואל שליט"א. פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יושע ארי' גרינוואלד הי"ו.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צום שמחת הקידושא רבא אין ביהמ"ד הגדול צד צפון, דער רבי האט קידוש געמאכט, מען האט געזינגען לכבוד די שמחה און עס האט אויפגעטרעטן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א. דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פארן גאנצן ציבור, און געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויבא יעקב שלם' און געטייטשט אז ווען מען האט חתונה איז עס משפיע סיי ברוחניות און סיי בגשמיות אלע השפעות טובות. מען האט געענדיגט ארום 12:55.
מיטאג טיש איז געפראוועט געווארן אינאיינעם מיט די בני המשפחה אינטן אינעם זאל בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני שמחה. מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען. - ברוך ה' יום יום: הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו. - ברוך קל עליון: הרב אלעזר האלבערשטאם שליט"א.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'אחי יהי לך אשר לך' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא צו מען גייט בתר מעשה אדער בתר מחשבה.
ברכהמ''ז: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 5:00. מנחה:הר"ר יואל בר"ע הירש שליט"א. - הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מיכל פריעדמאן הי"ו (וומסב''ג). - כהן: הרה"ח ר' זושא רובין הי"ו (וומסב''ג). - לוי: הר"ר משה בער לאנדא שליט"א. - שלישי: הרה"ג ר' שניאור זלמן פערלמוטער שליט"א (וומסב''ג). - הגבה: רבינו שליט''א. - גלילה: הרה''ג ר' שלום לוי יצחק ווייסמאן שליט"א (וומסב''ג).
זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. - אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו. - שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויבא יעקב שלם' און געטייטשט אז מען האנדעלט ערליך און מען איז שלם בגופו איז מען מצליח בלימוד התורה ויראת שמים, ווייל ביידע ענינים בין אדם למקום און בין אדם לחבירו גייען צוזאמען, מען קען נישט איינס אן דעם צווייטן, בפרט זאל מען זעהן נזהר צו זיין נישט צורירן חלילה צו יענעם'ס א פרוטה.
- ידיד נפש: הרה"ח ר' יצחק דוד לאנדא הי"ו (וומסב''ג). - קל מסתתר: הרה"ח ר' זושא רובין הי"ו. פארן בענטשן האט מען געזינגען ניגוני שמחה, דער רבי האט געבענטשט על הכוס און געזאגט שבע ברכות.
פרייטאג ערש''ק דברים 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 8:45. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר יחזקאל שרגא לאנדא הי"ו (מאנסי). בעל תפילה: הרה"ח ר' חיים הערש ב"ר אלי' גאלדבערגער הי"ו (קר"י).
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד פארן בר מצוה בחור ולרגל שמחת שלישי למילה פון נכד רבינו בן הנולד אצל הרב ברוך רוקח שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבערן אריה"ק זיע''א וואס די יארצייט געפאלט היינט ה' אב, און פארשידענע ענינים בנוגע שלישי למילה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן בר מצוה בחור און פארן בעל שמחה נכדו הרב ברוך רוקח שליט"א.
דערנאך האט דער רבי אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש אויפן וועג האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די מקוה האריה"ק אין צפת. זמנים לשב''ק בצל הקודש פון כ"ק רבינו הגה''ק שליט"א בעיר הנופש בעטלעהעם ניו העמפשיר זמן הדלקה"נ: 7:45. תפילת מנחה: 8:30. עריכת שלחה"ט: ארום 15 מינוט נאכן גוט שבת זאגן. סוף זמן קרי"ש: 8:42. שחרית: 9:30. דער רבי וועט אריינקומען צו די זמירות ודברי תורה אין ביהמ"ד ארום איינס און אהאלב שעה נאכן דאווענען (ארום 2:30). מנחה ושל''ס: 8:30. זמן מוצש"ק 9:11. מען וועט קענען מיטהאלטן א הוקאפ פון של"ס פון עטליכע מינוט נאכן זמן אויף קול סאטמאר אויף 3-1-1.
▫ סאטמאר'ע נייעס 🌴
דינסטאגב' מנחם אב תשפ"ד8/6/2024
באריכט
באריכט מסע הקודש פון ממשיך השלשלת לבית עצי התמרים כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, לרגל ההילולא קדישא פונעם ראש השושילתא קדישא מרן משה איש האלוקים בעל ישמח משה זיע''א
שב''ק פרשת מטו"מ - מברכים חודש מנחם אב - שבת הילולא קדישא בעיר האבות סיגוט יצ''ו
בחרדת קודש בהתרגשות ובהתרוממות עילאה איז אפגעראכטן געווארן דער דערהויבענעם היסטארישן שב''ק מעין עולם הבא מיטן מנהיג עדת ישורון פרי עץ חיים ממשיך השלשלת הזהב לבית עצי התמרים כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, באותו מקום שהתפללו בו אבותיו - רבותינו הקדושים צדיקי בית סיגוט דור אחר דור זיע''א, אינאיינעם מיט הונדערטער אנ''ש פון די וועלט וואס האבן געהאט די זכיה מיטצוהאלטן דעי געהויבענע מאמענטן וואס וועט זיי באגלייטן אויף לאנגע יארן.
אין אומר ואין דברים נאכן מיטלעבן דעם דערהויבענעם שב''ק. עס איז נישט דא קיין ווערטער ארויסצוגעבן די געהויבענע געפילען פון די הונדערטער משתתפי הנסיעה, פארט וועלן מיר פראובירן לתועלת הציבור פון די טויזענטער אנ''ש צו באריכטן די בלויזע געשעהנישן און כיבודים וואס זענען פארלאפן דורכאויס דעם שבת בצל הקודש.
דער פראכטפולער ביהמ''ד הגדול עצי התמרים איז געווארן מייסטערהאפטיג אויסגעשטעלט מיט די הונדערטער פלעצער צוזאם געשטיפט, מיט פלאטפארמע'ס אויף ביידע זייטן אויף א ספעציעלע אופן אז יעדער אהן קיין אויסנאם זאל קענען זיצן און מיט האלטן פון אלע זייטן פונעם היכל, וואס איז טאקע געווען פול עד אפס מקום.
אלע פלעצער זענען אויסגעטיילט געווארן מיט ספעציעלע קארטלך דורך די עסקנים נאך פארן דאווענען אין ביהמ''ד, ולא אמר אדם צר לי המקום יעדער איז געווען מסודר איז על מחנהו ואיש על דגלו. אויפ'ן אויבנאן האבן באשיינט פולע רבני קהלתינו הק' טייל פון די בני וחתני רבינו שליט"א, און דער היכל הביהמ"ד איז געווען פול געשטאפט מיט הונדערטער אנשי שלומינו וועלכע זענען געקומען פון נאנט און פון ווייט מיטצוהאלטן דעם דערהויבענעם שבת הילולא בצל הקודש.
ערש"ק נאכמיטאג איידער דער רבי איז געגאנגן אין די מקוה, איז אריין בקו"פ עטליכע פון די חברי המערכת פונעם 'משולחן מלכים' אינעם גליון קול התאחדותינו שע"י כולל עצי חיים אין בני ברק, דער רבי האט זייער משבח געווען די ארבייט וואס ווערט אריינגעלייגט אינעם גליון, פון וואס טויזענטער אידן מאנשי שלומינו בפרט און חסידים ואנשי מעשה פון אלע שיכטן און קרייזן בכלל, זענען נהנה מדי שבוע בשבוע. דער רבי האט געגעבן עטליכע הוראות און הערות און מאציל געווען מברכת קדשו.
ארום 8:20 - צוואנציג מינוט פארן זמן הדלקה"נ - האט דער רבי געצינדן די נרות שבת בהיכל הביהמ"ד מיט א ברכה.
פרייטאג צונאכטס ארום 9:20 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה און אנגעהויבן בקול רם ובאש קודש 'הודו לה' כי טוב', און גאר שטארק מאריך געווען ביי שמו''ע און חזרת הש"ץ בבכיות נוראות, ווען ער האט מערערע מאל זיך געשטיקט פון געוויין פאר עטליכע מינוט. מען האט געענדיגט מנחה נאך 10:00. קבלת שבת האט דער רבי צוגעשיקט חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א, און דערמאנט פארצוזאגן מזמור לדוד הבו לה' פסוק בפסוק כמנהג המקום ק"ק סיגוט. במשך אלע תפילות האט דער רבי געזאגט די קדישים לרגל די הילולא קדישא. מען האט געענדיגט דאווענען ארום 11:00.
נאכן דאווענען האט דער רבי געוואונטשן גוט שבת פאר די רבנים ודיינים אויפן אויבנאן און דערנאך אראפ לביתו נאוה קודש ווי דער גאנצער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און שלום נעמען, ובמאור פנים האט דער רבי צוריק געוואונטשן ברכת גוט שבת.
הגה''צ ר' מאיר צוויבל שליט"א מרבני קהלתינו הק' בוומסב''ג האט אויפגעטרעטן מיט א דרשה בגודל קדושת המקום והזמן - אינעם היכל השלחנות - אין די זעלבע צייט האבן די געטרייע עסקנים בליץ שנעל אויסגערישט דעם היכל הביהמ"ד פאר די סעודה ועריכת שולחן הטהור.
בקו"פ איז אריין הגה"צ אבד"ק לאנדאן מיט די הנהלת הישיבה גדולה שע"י מוסדותינו הק' אין לאנדאן, אינאיינעם מיטן נייעם מנהל הישיבה הרה"ג ר' אברהם שלמה פאדווא שליט"א, ווי דער רבי האט אויסגעפרעגט פארשידענע פרטים איבער די פלענער צום נייעם זמן און האט מאציל געווען מברכת קדשו. סעודתא דחקל תפוחין קדישין
אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער טייטלבוים ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, דער רבי האט קידוש געמאכט באש להבת שלהבת, און מוציא געווען דעם גאנצן ציבור.
במשך דעם טיש האט מען געזינגען מערערע ניגונים בשירות ותשבחות בהתרוממות הנפש, אנגעפירט דורך הר''ר עמרם אקער הי''ו יו''ר המשוררים.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען נכדי בעל ההילולא. כל מקדש: נכדו הרב אלעזר טייטלבוים שליט"א (לאנדאן) בן הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א , מנוחה ושמחה: הרב נפתלי בן הרה"ג ר' יואל העניך הורוויץ שליט"א (לאנדאן).
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן די מסורה 'נחנו נעבור חלוצים' און געטייטשט במשנתו פונעם בעל הילולא זיע''א בדרך דרוש אין די סוגיא פון דרשינן טעמא דקרא.
קה אכסוף: נכד רבינו הרב אשר אנשיל אשכנזי שליט"א (מאנטשעסטער) בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, ברכת המזון: הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א.
עובדות וסיפורים האט דער רבי דערציילט פון זקינו בעל ההילולא מרנא ורבנא הגה"ק הישמח משה זיע''א, קה רבון עלם: הרב חיים מאיר טייטלבוים שליט"א (ב"פ). פון די פירות האט דער רבי פארטיילט שיריים פאר די קינדער. דערנאך האט מען אריינגעברענגט בונדלעך לרגל די שמחת השלום זכר פון נכד רבינו בן הנולד אצל הרב ברוך רוקח שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א, מען האט געזינגען ניגוני שמחה, דער רבי האט טועם געווען און פארטיילט שיריים פאר די בני המשפחה און פאר אנדערע אנשי שלומינו לרגל שמחות נכדיהם הנולדים להם למז"ט.
אז ביום השביעי: הר"ר יעקב שלמה רובינפעלד שליט"א (קר"י) מו"ל ספר אוצרות ודרכי ישמח משה. מען האט געענדיגט ארום 2:50.
וביום השבת קודש
שבת קודש אינדערפרי פאר תפילת שחרית האט אויפגעטרעטן מיט א שיעור במשנתו של בעל ההילולא, נכד רבינו הרה"ג ר' זלמן טייטלבוים שליט"א רב דביהמ"ד בית מנחם זאב בקר"י.
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 10:15. ברכות: נכדו הרב דוד טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א, פסוקי דזמרה: הרב חיים בן הגה''צ ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א (ב"פ). מען האט פארגעזאגט הלל הגדול און די שירת הים פסוק בפסוק כמנהג המקום ק"ק סיגוט. רבינו שליט''א האט יורד געווען לפני התיבה צו שחרית בהשתפכות הנפש ובהתעוררות רב, בפרט ביי אהבה רבה און ביי ממקומך בבכיות עצומות.
פארן ליינען האט הרה"ח ר' שלמה הערש בר"ד עקשטיין הי"ו מעסקני השוהל הויף, פארקויפט די עליות און כיבודים ביי די ס"ת, וואס האבן זיך פארקויפט פאר ריזיגע סכומים פארן שוהל הויף.
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יעקב זוסמאן סופר הי"ו (קר"י), פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' מאיר וויינבערגער שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק' אנטווערפן. בעל קורא: הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א.
עליות זענען געקויפט געווארן פאר די פאלגענדע. כהן: משב''ק הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי"ו. לוי: הרה"ח ר' משה יצחק רייזמאן הי"ו (קר"י). שלישי: הגה"צ רב דקהלתינו ב"פ 15 שליט"א. רביעי: הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו (קר"י). חמישי: הרה"ח ר' מאיר יעקב אינדיג הי"ו (קר"י). שישי: רבינו שליט''א - דעם רבינ'ס עלי' איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו, דער רבי האט זיך באדאנקט און געהייסן מאכן א מי שברך. שביעי: הרה"ח ר' אהרן צבי מיטטעלמאן הי"ו (ב"פ). אחרון - חזק: הרה"ח ר' מאיר ווערטהיימער הי"ו (קר"י). מפטיר: הרה"ח ר' ישראל וויינשטאק הי"ו (ב"פ). הגבה: הרה"ח ר' שמחה שלמה יצחק ב"ר ישראל וויינשטאק הי"ו (ב"פ). גלילה: הרה"ח ר' חיים הערש אבערלענדער הי"ו (קר"י).
נאכן ליינען האט רבינו שליט"א ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעורורות, און הרה"ח ר' חיים לעווי הי"ו (וויען) איז מכובד געווארן איבערצונעמען די ספר תורה נאכן ר"ח בענטשן.
צו תפילת מוסף איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די הילולא קדישא, פתיחה צו אנעים זמירות: הר"ר ישראל ישכר לעוו שליט"א (אנטווערפן). מען האט געענדיגט ארום 1:50.
דער רבי איז אראפ לביתו נאוה קודש און קידוש געמאכט פריוואט אינאיינעם מיט די בני המשפחה.
ביים קידוש לכל הקהל הקודש האט אויפגעטרעטן הגה''צ ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה"כ וומסב''ג מיט סיפורים ועובדות פונעם בעל הילולא זיע''א.
סעודתא דעתיקא קדישא
ווי נאר דאס ביהמ"ד איז אויסגעשטעלט געווארן פאר די סעודה האט דער גאנצער ציבור זיך געוואשן צום סעודה, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' ליפא טייטלבוים שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק' באנטווערפן מיט א בליציגע דרשה. ארום 2:40 איז דער רבי אריינגעקומען צום מיטאג טיש בהיכל הביהמ"ד, דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה און הרה"ג ר' ליפא טייטלבוים שליט"א האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה.
נאך די אייער צוויבל האט דער רבי געזינגען חי ה', און פארענדיגט מיט די תנועה פון 'גלות גלות' כנהוג.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען די חברי הוועד וואס דער רבי האט ממנה געווען צו טרעפן א לעזונג צו שאפן ביליגע דירות אין קר"י. ברוך ה' יום יום: הרה"ח ר' יואל בערנאטה הי"ו. ברוך קל עליון: הרה"ח ר' חיים שלמה קרויס הי"ו. יום זה מכובד: הרה"ח ר' גדלי סעגעדין הי"ו ווילידזש אדמיניסטראטער.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויף די מסורה 'נחנו נעבור חלוצים' און געטייטשט במשנתו פונעם בעל הילולא זיע''א און רבותינו לבית עצי התמרים זיע''א בדרך דרוש אין די סוגיא פון יש אם למקרא או למסורת.
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ אבד''ק לאנדאן שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 4:30.
ארום 7:30 נאכמיטאג האט הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א פארגעלערנט פרקי אבות בהיכל הביהמ"ד, במשנתו פונעם בעל הילולא, די גרויסע כח פון די צדיקים אפילו זיי זענען שוין בעולם הבא, וגדולים צדיקים במיתתן יותר מבחייהן.
תיכף נאך פרק האט זיך געשטעלט א מנין מנחה אין ביהמ"ד.
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:05. מנחה: הר"ר יואל אשר ווידער שליט"א (קר"י). די עליות און כיבודים זענען פארקויפט געווארן: הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו (קר"י). בעל קורא: ר' מאיר ב"ר יעקב שרייבער הי"ו (לאנדאן). כהן: הרה"ח ר' אברהם יושע גלאנץ הי"ו (קר"י) לוי: הרב אשר ישעי' הורוויץ הי"ו יו''ר השוהל הויף. שלישי: הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו (קר"י). הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א מו"ץ בקר"י. און דער רבי האט זיך באדאנקט פאר הרה"ח ר' יואל מיטטעלמאן הי"ו (קר"י) וואס האט געקויפט די עליות וכיבודים.
ביי של''ש האט דער רבי טועם געווען מילכיגס כנהוג איין וואך אין די ימי בין המצרים, דער רבי האט אויסגעשמועסט און ארומגערעדט איבער די מנהג ביי צדיקי בית סיגוט און צאנז און דערנאך ארויף געשמירט פוטער אויף די חלה און געטרינקן א קאווע.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' משה ארי' פריינד הי"ו מראה"ק לאנדאן - מען האט געזינגען אויפן ניגון פון "היה עם פיפיות" פון מרן הגה''ק העצי חיים זיע''א, שיר המעלות: הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'לא יחל דברו' ובקול דמעות געטייטשט אז די כח תפילת הצדיקים גייט אויף אייביג און מיט זייער זכות קען מען היינט געהאלפן ווערן, און ארומגערעדט א לענגערער צייט בגודל קדושת המקום ווי רבותינו הק' האבן משמש געווען ברבנות און זענען ווייטער דא מתפלל צו פוילן ישועות, דער זיידע דער ישמח משה בענטשט ברכת כהנים אלע וואס קומען צום ציון, עס כאפט א אימה ופחד ווען מען טראכט לפני מי אתה נכנס, מען גייט אריין אין די ד' אמות מקום מנוחתם, מען הייבט אהן אריין טראכטן גודל קדושתם וכוחתם זיי האבן געשיינט אן אור בהיר בשחקים פאר טויזנטער אידן, מ'קוקט זיך אהן מה אני מה חיי, אני רימה ותולעה, בוש אני מחטאי, און מעורר געווען זיך מקבל זיין קבלות טובות דא אין דעם מקום ווי אבותי הק' האבן מעורר געווען אידישע קינדער צו תשובה איז מסוגל מ'זאל זיך מקבל זיין קבלות טובות זיך צו, מען בעט פונעם זיידן דער ישמח משה לא יחל דברו לא יעשה דבריו חולין די הבטחה אז ער וועט אויספויעלן די ישועה שלימה, און מסיים געווען ברוב ברכות.
נאך די תורה האט מען געזינגען עטליכע ניגוני התעוררות, ידיד נפש: הרה"ח ר' ישראל וויינשטאק הי"ו (ב"פ). קל מסתתר: הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו (קר"י). דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' ישראל וויינשטאק הי"ו. נאך הבדלה האט דער רבי געוואונטשן א גוטע וואך פארן גאנצן ציבור צוזאמען. מען האט געענדיגט ארום 11:40. ארום 12:30 איז געווען זמני כניסה בקו''פ בביתו נאוה קודש באותו מקום שעמד ביתו נאוה קודש פון רבותינו הק' ומשם יוצאת ישועות רבות למשיכימים לפתחו ולכל בני ישראל, ווי הונדערטער אנשי שלומינו זענען אריין בפתקא ובפדיון מקבל זיין ברכת הקודש און איבערגעבן די קוויטלעך להפקד בדבר ישועה ורחמים, וואס דער רבי האט מיטגענומען און אראפגעלייגט על ציון קדשו פון זקינו הגה''ק הישמח משה זיע''א.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א מעמד חתימת שטרות פארן היכל התורה 'היכל לב אהרן' דקהלתינו הק' אין מאנטשעסטער ווי הרה"ח ר' משה ארי' פריינד הי"ו סגן ראה"ק בלאנדאן האט אפגעקויפט א זכות פון די ספרי ההיכל, און הרה"ח ר' אליעזר לעוו הי"ו האט אפגעקויפט די זכות פון די חדר השיעורים און דער רבי האט עס קורא שם געווען 'דמשק אליעזר' ע"ש הנדבן, דער רבי האט אונטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיט די נדבנים און מאציל געווען מפאר די נדבנים ובני משפחתם און פאר די עסקני ההיכל. אזוי אויך איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' יצחק פרנס הי"ו האָט אפגעקויפט א זכות אינעם שוהל הויף, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו
פון סיגוט האט מען זיך ארויסגעלאזט צום שטאט אוהעל אין אונגארן, מקום מנוחת קדשו פונעם ראש השושילתא קדישא רבינו משה איש האלוקים מרן הישמח משה זיע''א.
אינמיטן וועג האט זיך רבינו שליט''א אפגעשטעלט אין די שטאט טשענגער. צום ערשט האט דער רבי קובע מזוזה געווען אינעם בנין הכנסת אורחים אין שטאט טשענגער, און דערנאך האט דער רבי גענעכטיגט פאר קורצע 3 שעה. אינדערפרי אום 7:30 איז דער רבי געגאנגען אין מקוה, און דערנאך קובע מזוזה געווען אינעם נייעם בנין הביהמ"ד.
דערנאך האט דער רבי אריבער שפאצירט צום בית החיים ווי דער רבי האט פוקד געווען די ציון פון הרה"ק בעל מנוחת אשר מטשענגער זצ"ל, דער רבי האט געצינדן 5 ליכט און פארגעזאגט 5 קאפיטלעך פון צ' ביז צ''ה, און דערנאך ממשיך געווען א וועג פון צוויי שעה קיין אוהעל.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מיטוואךכ"ה תמוז תשפ"ד7/31/2024
באריכט
דינסטאג פרשת מטו"מ 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת שחרית ארום 8:45. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר יואל וויזענפעלד הי"ו (קר"י). בעל תפילה: הרה"ח ר' יואל שלמה זאלדאן הי"ו (קר"י). נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:55. בעל תפילה: ר' יעקב יואל ברוינער הי"ו (קר"י). צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו. און ביים זמן ר"ת האט מען געדאווענט מעריב, בעל תפילה: נכד רבינו הב' הבר מצוה כמר חיים צבי ני"ו בן הרב מאיר יודא אשכנזי שליט"א.
נאך מעריב איז פארגעקומען די שמחת הבר מצוה פון א אור אייניקל פון רבינו שליט"א הב' חיים צבי ני"ו בן הרב מאיר יודא אשכנזי שליט"א בן הגה"צ אב"ד אויסטילא שליט"א וחתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א. דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה בהיכל הביהמ"ד, במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני שמחה וניגוני הודאה, נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשן לחיים פארן בר מצוה בחור, און פארן גאנצן ציבור. עס האבן אויפגעטרעטן דער טאטע הרב מאיר יודא אשכנזי שליט"א און דער זיידע הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, און נאך די פלייש האט דער בר מצוה בחור געזאגט די פשעטיל אין די סוגיא פון המוציא תפילין און מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה. דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'לא יחל דברו' דאס גייט ארויף אויף די שבועה וואס מען באשווערט איידער מען קומט אראפ אויף דער וועלט תהי צדיק ואל תהי רשע און דאס איז חל פון די בר מצוה ווען מען ווערט מחיוב במצוות, ארומגערעדט אז כדאי צו קענען לערנען און פארשטיין תורה דארף מען אסאך מתפלל זיין און בעטן 'ותן בלבינו בינה להבין ולהשכיל', און ממשיך געווען בדברי שבח והודאה אז מען האט די זכי' זיך צו קענען משתתף זיין ביי די שמחת הבר מצוה פון א דור רביעי קע"ה און מסיים געווען בברכת קדשו פארן בר מצוה בחור, פאר די זיידעס, און פארן גאנצן ציבור.
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען די בר מצוה בחור, נאכן בענטשן איז דער אנוועזענדע ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א, מען האט געענדיגט ארום 11:10.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מיטוואךי"ג סיון תשפ"ד6/19/2024
באריכט
מאנטאג פרשת בהעלותך - שמחת החתונה פון נכד רבינו החתן הרב ישראל דושינסקיא שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, עב"ג הכלה בת הרה''ג ר' אברהם יושע איגר שליט"א בן הגה"צ רבי עזריאל מאיר שליט"א מלובלין וחתן הגה"צ רבי אפרים שטיין שליט"א אבד"ק פאלטישאן
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"א פסוק ד'.
נאכמיטאג ארום 5:40 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מנחה אין חדר שמואל חיים בביהמ"ד הגדול. בעל תפילה: הרה"ח ר' אברהם משה לעבאוויטש הי"ו, נאך מנחה איז די גאנצער ציבור זקנים עם נערים אריבער לברך ולהתברך ביי רבינו שליט"א ביום החופה.
רבינו שליט"א איז אריינגעקומען צום קבלת פנים בהיכל ביהמ"ד הגדול ארום 6:10, מען האט געזינגען ווארימע ניגוני התעוררות, און האברך ר' משה יושע ווייס הי"ו האט אויפגעטרעטן מיט דברי כיבושין און אויסגערעכנט דערביי דעם גרויסן יחוס פון חתן וכלה. דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, די זיידעס, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען ווארעמע דברות קודש לעורר זכות אבות, און מסיים געווען בברכות לרוב. מען האט מסדר געווען די כתובה, עדי כתובה: הרה"ח ר' נחמן פיש הי"ו און הרה"ח ר' יחיאל אייזיק וויינשטאק הי"ו (ב"פ), דערנאך איז מען געגאנגען צום באדעקן אין די זאלן פון קרן ויואל משה.
ביי די חופה האט רבינו שליט''א מכבד געוועהן מיט סידור קידושין מחותנו כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א. קריאת הכתובה: עלטער פעטער פון די כלה הגה"צ רבי אברהם איגר שליט"א אבד"ק לובלין שווייץ. ברכות ראשונות: זיידע פון די כלה הגה"צ אבד"ק לובלין שליט"א. ברכה אחריתא: זיידע פון די כלה הגה"צ אבד"ק פאלטישאן שליט"א. עדי קידושין: הגה"צ ר' זלמן לייב רובין שליט"א אדמו"ר מדינוב מאנסי, און הרה"ג ר' מאיר אליעזר פריעדמאן שליט"א. ביי די חופה האט זיך אויך משתתף געווען דער גרויסער עלטער פעטער כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א. נאך די חופה האט רבינו שליט"א געוואונטשן ברכות הקודש פארן גאנצן ציבור, און זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיט די זיידעס און מחותנים שליט''א.
דער רבי איז אריין געקומען צו די סעודת החתונה ארום 8:15, דער רבי האט געטאנצען אויפן פלאץ און זיך געוואשן צום סעודה, נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשן לחיים לכל העם הנאספים. ארום 9:30 איז דער חתן אריינגעקומען, דער רבי האט געטאנצען מיטן חתן א לענגערע צייט, און דערנאך מכבד געווען די זיידעס און די מחותנים צו טאנצען מיטן חתן, און דערנאך געטאנצן מיטן גאנצע אויבנאן, דערנאך איז דער ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א, דער רבי האט פארלאזט דאס ביהמ"ד אום 10:00, און אהיים לביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געדאווענט מעריב.
ארום 11:20 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו ברהמ''ז ומצווה טאנץ, מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הגה''צ ר' אהרן שמואל דושינסקיא שליט"א ראש ישיבת דושינסקיא ארה"ק, ברכות ראשונות: הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א, ברכה אחריתא: הרה"צ ר' פייוויל איגר שליט"א (ב"פ).
בדחנא דמלכא הרה"ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו האט אויסגערופן רבינו שליט"א צו די ריקודין לפני הכלה מיט ווארעמע חרוזים און מעורר געווען זכות אבות, מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני התעורורות, און דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן ריזן ציבור הנאספים.
דערנאך האט רבינו שליט''א אפגעראכטן די ריקודי קודש לפני הכלה בהתלהבות אש א לענגערע צייט, און דערנאך געטאנצען מיטן חתן, מיט חדב"ן הגה"צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט"א ובני משפחתו, און דערנאך ממשיך געווען מיט די גאנצע משפחת המלוכה נכדי רביה"ק בעל ברך משה זיע''א ברגש קודש א לענגערע צייט. דערנאך איז דער רבי ארויס אין א עקסטערע טאנץ מיט אחיו הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א.
דאן האט מען אויסגערופן צו די מצוה טאנץ דעם זיידן כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א און נאכן אפרעכטן די ריקודי קודש האט זיך רבינו שליט"א ארויסגעלאזט אין א פייערליכע טאנץ מיט מחותנו א לענגערע צייט.
דערנאך האט מען אויסגערופן דעם זיידן הגה"צ אבד"ק לובלין שליט"א, און דעם אבי החתן און אבי הכלה שליט"א, דערביי האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיט יעדע פון די זיידעס און מחותנים באזונדער. דערנאך האט דער בדחן געזאגט דברי בדחנות און אויפגערופן דעם חתן, מען האט געטאנצען אשת חיל, אויפן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר חתן כלה כנהוג. דער רבי האט פארלאזט דאס ביהמ"ד אום 2:20.