און אנדערע נייעס וועט ווערן צוגעשטעל טראנסטפטאציע אויף א גרעסערע פארנעם אנגעהויבן פון 3:00 צום לימוד תורה ברבים ביז נאך די "מעמדי בקשת רחמים" בקהלתינו הק' ק"י, וומ"ס, ב"פ, מאנסי.
קהילות הקודש
← ווייזט אלעספרייטאגל' שבט תשפ"א2/12/2021
בארא פארק, ירושלים, מאנטשעסטער.
מאנטאגכ"ו שבט תשפ"א2/8/2021
פראכטפולע מעמד "סיום שלש בבות" במסגרת חבורת "תורתך שעשועי" אינערהאלב קהלתינו הק' וויליאמסבורג בארא פארק בראשות מורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, וועלעכע האט משמיע געווען דעם משא המעמד בשליחות הקודש של אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
דינסטאגכ' שבט תשפ"א2/2/2021
די רבי ביי תפילת מעריב בבית מדרשינו הגדול ב"פ.
מסיבת "חלקינו בתורתיך" בהיכל כוללינו "דברי יואל" אין בארא פארק, ליל ט"ו בשבט העעל"ט, בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
די רבי ערשיינט צום מעמד.
די רבי ערשיינט צום מעמד.
פרייטאגט"ז שבט תשפ"א1/29/2021
הדרן עלך שלש בבות
פראכטפולער "סיום שלש בבות והתחלת מס' סנהדרין" פאר אלפי לומדי "תורתך שעשועי" תושבי וומ"ס בארא פארק וועט פארקומען דעם מוצאי שב"ק אין זאלן פון "קאנטינענטאל".
שִֹישֹוּ וְשִֹמְחוּ בְּשִֹמְחַת תּוֹרָה: וועט פארקומען מפוארה ברוב פאר והדר, במקהלות אלפי הלומדים, ביקר עטרת תפארת, מיט גלאנץ און פּראכט, לכבודה של תורה, אין א ריין תורה'דיגע און מלכות'דיגע אטמאספערע, א גאר רייכער פּראגראם לכבודה של תורה, סעודת מצוה רחבה ומפוארה, ריקודין של שמחה, און הערליכע דרשות ברום מעלת ומתיקות לימוד התורה דורך וועלט בארימטע דרשנים, מגידים מפורסמים פון העכסטן קאליווער, וואס וועט געבן דעם ריכטיגן חיזוק ואומץ צו גיין ווייטער מחיל אל חיל בהתחלת מס' סנהדרין.
"דברי פתיחה:" דורך הרה"ג ר' שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א מרבני החבורה.
"דִּבְרֵי פִי חָכָם חֵן:" במקהלות אלפי הלומדים וועט מען הערן "משא המעמד" דעם דבר ה' ברמה פון מורינו כ"ק הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א.
פִּי צַדִּיק יֶהְגֶּה חָכְמָה: מלהיב לבבות ישראל כ"ק אדמו"ר תולדות יהודה סטיטשין שליט"א וועט אויפטרעטן אלס "נואם הכבוד" בדברי פי חכם חן.
"הדרן עלך שלש בבות". דער אומגלויבליכער צאל פון העכער דריי טויזנט לומדים תושבי וומ"ס ב"פ אין די בארימטע גמרא-חבורה "תורתך שעשועי ד'סאטמאר", זענען אין די יעצטיגע טעג איינגעהילט אין העכערע אומבאשרייבליכע געפילן פון התרוממות הנפש בבחינת "ברנה יקצורו", שטייענדיג ווירקליך ביים מאמענט פון "שניידן די פירות" פון גאנצע אכט יאר עמל התורה, ווען עס ווערט אין א גוטע שעה געפייערט דער היסטארישער מאמענט "סיום שלש בבות", וואס פלעכט אריין אין די קומענדיגע מסכתא, מס' סנהדרין, על סדר הש"ס.
ובאו כולם בברית יחד לשמוח בשמחת התורה.
סאטמאר'ע נייעס 🌴

פארגאנגענעם מיטוואך ביים מסיבת חמשה עשר בשבט "בהיכל כוללינו בארא פארק" האט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביי די דב"ק צום ערשט ארויסגעברענגט לשבח פון 'די כולל אין בארא פארק' וועלעכע איז געווען די 'ערשטע' אויסצופאלגן די פקודת הקודש ביים היסטארישן "שבת תולדות -עמלי תורה" צו העכערן די געהאלט פון די רבני הכולל, "ממנו ילמדו וכן יעשו".
דערנאך האט די רבי שטארק ארומגערעדט לשבח פון קהלתינו הק' די בכל אתר ואתר ווי מען זעט ליל שישי בחורים, אבריכים, זקנים, אויפשטיין פארטאגס עוסק זיין בתורה ובאמירת תהילים.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מיטוואךי"ד שבט תשפ"א1/27/2021
היינט וועט פארקומען בהיכל כוללינו אין בארא פארק די מסיבה לכבוד "חמשה עשר בשבט" בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, באופן פנימי לרבני הכולל.
דאנערשטאגכ"ג טבת תשפ"א1/7/2021
און דעי טעג זענען זיך אנ"ש תושבי ב"פ משתתף בגוף ובממון ביים קאמפיין "בית חיינו" לטובות דעם מקום תורה "היכל התורה בית חי' " בבית מדרשינו הגדול בארא פארק, וואס לאור המצב קומט נישט פאר די יערליכע דינער,
צאו בהמוניכם להרמת קרן התורה
צאו בהמוניכם להרמת קרן התורה
מיטוואךט"ו טבת תשפ"א12/30/2020
מעמד חנוכת הבית וקביעות מזוזה אין נייעם בנין הישיבה גדולה בארא פארק אין סטעטלן איילענד אינאיינעם מיט'ן שלחן הטהור לרגל הילולת הרה"ק מ'שינאווע זי"ע בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
תפילת מנחה.
תפילת מנחה.
זונטאגה' טבת תשפ"א12/20/2020
מארגן מאנטאג וועט פארקומען די מעמד "חנוכת הבית וקביעות מזוזה" פאר ישיבתינו הק' ישיבה גדולה בארא פארק בהנהלת הגה"צ גאב"ד ציעשנוב שליט"א -ראש הישיבה, אינעם נייעם פראכטפולן בנין אין סטעטנ"ד איילענ"ד אין שפיץ פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וועלעכע וועט אויך מאריך זיין שלחנו הטהור לרגל היומא דהילולא קדישא של הרה"ק משינאווא זי"ע
מזמור שיר חנוכת הבית!
מזמור שיר חנוכת הבית!
זונטאגי"ג כסלו תשפ"א11/29/2020
גאר שטארקע דב"ק דברי הדרכה דברים קילורין לעינים זענען געהערט געווארן היינט מוצ"ש דורכ'ן מנהיג ישראל כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביים דינער לטובות מוסדותינו הק' בבארא פארק איבער די דרך המלחמה און די יעצטיגע צייטן קעגן די גזירת החינוך, ווי די רבי האט קלארגעשטעלט אז מען מיז שטיין 'פעלזן פעסט' און זיך נישט אוועקרירן פון די ביז יעצטיגע סדר ותוכן הלימודים און אז מען מיז ווייזן די ריקן פאר די רעגורונג און זיך נישט געפעלן פאר זיי.
צום ערשט האט די רבי ארומגערעדט א לענגערע צייט בדברי שבח פאר די הנהלת המוסדות וואס האבן געהאלטן אפען די מוסדות במסירת נפש און דערמיט געוויזן פאר די רעגורונג אז זיי האבן צוטיען מיט א 'עם קשה עורף' ווי מען האט טאקע געזען אז די רעגורונג האט זיך געבראכן, און דאס דארף מיר טיען מען דארף אראפ שטעלן א אומ-בויגזאמע שטעלע פונעם יהדות החרדית אז מען גייט גארנישט משנה זיין און אונזער חינוך, ווי די רבי האט אויסגעשריגן צום רעגורונג "..אונז האמיר א חינוך א גיטע חינוך, זייער חינוך טויגט נישט 'אונזער חינוך איז משופרא דשופריא' און די רעגורונג זאל וויסן אז אונז גיימיר נישט טוישן נישט 'די יארן ווען מען זאל לערנען' און נישט 'די שעות' און נישט 'די ספר מיט די תוכן הלימודים' אזויווי סגעווען ביז היינט וועט זיין ווייטער.."
דאן האט די רבי ארויסגעטראטן קעגן די נייע לימוד פון "קאמאן קאר" ווי די רבי האט דערמאנט אז ער האט זיך נישט אריינגעלאזט און דעם ענין און האט נישט קיין מיינונג לא לכאן ולא לכאן ווייל סאיז נישט קיין נפק"מ להלכה!
"דערביי האט די רבי געזאגט די קלארע הוראה: "ביי מיר שטייט א ווארט פונעם פעטער ז"ל לגבי די לימודי חול מען מעג לערנען מיט די קינדער לימודי חול אבער מען זאל אכטונג געבן אז "סזאל נישט ווערן געשמאק און נישט צוענדיג" און דעי נייע תוכן הלימודים "דאס איז אז סזאל ווערן געשמאק און ציענדיג" במילא איז עס ביי אונז 'פסול'
'צו עס איז יא כשר צו עס איז נישט כשר' איז אונז נישט נוגע לדינא ביי אונז ליגט די הוראה פונעם פעטער ז"ל.
ביי אונזערע מוסדות וועט מען לערנען לימודי חול ווי די רעגורונג פאדערט, אבער די ביכלעך וואס מען האט געלערנט פאר 20 יאר צוריק!
דערביי האט זיך די רבי געוואונדן צו געוויסע עסקנים וואס טיען מאכן פשרות מיט די לימודים און די רבי אויסגעשריגן צו זיי סאיז א "טעות גדול" ווייל דאס מיינט אז זיי טיען אנערקענען פאר די רעגורונג אז סאיז דא א פלאץ ווי מען דארף זיך פארבעסערן, "אונז זאג מיר פאר די רעגורונג אונזער חינוך איז גוט און די רעגורונג זאל נישט אריינזאגן קיין דעות ווי אזוי צו פירן אונזער חינוך"
די דרך פון די אגודיסטישע פארטיי איז צו מאכן פשרות, 'דעי עסקנים זענען פארבינדן צו אגודיסטן' וויל איך זיי בעטן "זייטס נישט קיין אגודיסטן!! און מאכטס נישט קיין פשרות!!! אז עטץ וועט ארויסקומען מיט א פשרה וועט עטץ ארויסגיין 'ללעג ולקלס'!! 'כלל ישראל וועט נישט מקבל זיין קיין פשרות'
מיט דעם וואס עטץ ברענגטס אריין די נייעה שיטה פון לימודי חול ווילט עטץ געפעלן פאר די רעגורונג, "אונז וויל מיר נישט געפעלן" 'ווייל סאיז נישט קיין נפק"מ וואס זיי זאגן יא, און וואס זיי זאגן נישט,
אונז וועל מיר נישט משנה זיין און מען טאר נישט משנה זיין.