באריכט מיטוואך פרשת וירא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א - נסיעה צו באזוכן די שחיטה אין מדינת אורעגוויי
פארטאגס אום 6:30 איז רבינו שליט''א צוגעפארן פונעם אכסניא צו די בית השחיטה המהודרת.
צום ערשט איז רבינו שליט''א אריין זיך אומקוקן אויפן גיגאנטישן שטח פונעם פלענט ביי די פעקידזשינג און מיט געהאלטן אלע חלקים דערפון, דער רבי איז מורא'דיג נתפעל געווארן סיי פון די פראקטישע חלק און סיי פון די אלע חלקים וואס רירן אן די הלכה אין כשרות און ווערט דורכגעפירט מיטן גרעסטן מאס הידור.
פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער צו די בדיקת כריסים ווי דער רבי און די רבנים האבן א לענגערע צייט אבזערווירט וויאזוי מען איז דאס בודק.
פון דארט איז מען אריבער צו די שחיטה אפאראט, דער רבי האט בודק געווען די חלפים וועלכע זענען חד וחלק לויט די הויכע סטאנדארטן וואס רבינו שליט''א האט איינגעפירט, דער רבי האט א לענגערע צייט באטראכט דעם גאנצן סדר השחיטה מיט אלע חלקים, די דאבל באקס ווי צוויי בהמות גייען אריין, און באטראכט ווי עס זענען געשטאנען אויפן סטענד די דריי שוחטים און א בודק יבש מיט אלע חומרות והידורים וואס דער רבי האט איינגעפירט ביי די שחיטה גסות דקהלתינו הק'.
דערנאך איז דער רבי אריבער צו די חלקי הבדיקות, בדיקת פנים און בדיקת חוץ, און דערנאך ממשיך געווען ביי די ניקור חם, אלעס איז געווען אויפן העכסטן סטאנדארט בס"ד.
סאיז שוין געווען אים 10:45, נאך העכער פיר שעה ווי דער רבי איז ארום אינעם גאנצן פלענט בטירחא דגופא רבא האט דער רבי פארלאזט די פלאץ און צוריק לבית האכסניא.
חלק ב' באריכט דינסטאג פרשת וירא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א - נסיעה צו באזוכן די שחיטה אין מדינת אורעגוויי
ארום 4:30 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אינעם עירפארט אין בוענאס איירעס ארגענטינע ווי די פריוואטע פליגער פון רבינו שליט''א האט זיך געהויבן ארום 4:50 א וועג פון 25 מינוט צו מדינת אורעגוויי.
אויפן פליגער איז רבינו שליט"א איבערגעגאנגן מיט די רבנים שליט"א אלע פרטי והידורים אינערהאלב די מערכת השחיטה דא אינעם נייעם פלענט.
ארום 5:15 האט געלאנדעט די פריוואטע פליגער אין ארטיגן עירפארט אין אורעגוויי, רבינו שליט''א איז אנגעקומען לבית האכסניא אום 6:40.
רבינו שליט''א האט געדאווענט מנחה אינאיינעם מיט די שוחטים. בעל תפילה: הרב חיים בצלאל בלום הי''ו. נאך מנחה האט זיך דער רבי באגריסט מיט אלע שוחטים.
ארום 8:30 האט רבינו שליט''א בודק געווען די חלפים ווי אלע שוחטים באזונדער האבן געגעבן פארן רבין בודק צו זיין זייערע חלפים, דערנאך האט מען געדאווענט מעריב. בעל תפילה: משב''ק הרה''ח ר' חיים שלמה פישער הי''ו.
נאך מעריב איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די שוחטים ווי דער רבי האט משמיע געווען דב''ק והדרכה און ארויסגעברענגט די אחריות וואס ליגט אויף די שוחטים וואס כשרות איז די יסוד, און מיט איין בהמה וויפל אידן מען קען מזכה זיין אדער חלילה מכשיל זיין, די גרויסע זכות פון די שוחטים, און מסיים געווען מיט ברכות קדשו און געזאגט אז מען וויל נישט אויפהאלטן די שוחטים צו לאנג וועלכע שטייען שוין אויף מארגן 5 פארטאגס שחט'ן.
נאך די דב''ק זענען אלע שוחטים אריבער נעמען שיריים פון רבינו שליט''א.
ארום 10:00 איז רבינו שליט''א אריבערגעפארן צום פלענט אינאיינעם מיט הגה''צ דומ''ץ ב''פ שליט''א און הגה''צ אבד''ק מאנסי שליט''א, צום ערשט האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויף די מקום השחיטה און די באקס ווי מען שחט ווי די בהמות גייען אריין וואס ווערט איבערגעדרייט אז די שחיטה זאל זיין א שחיטה מונחת - כדי דאס צו זעהן פון דער נאנט, נישט בשעת די ארבייט. דערנאך איז דער רבי אריבער צום חלק הניקור וואו דער רבי האט באטראכט א לענגערע צייט דעם גאנצע ניקור אפאראט אויף די פלייש פון די היינטיגע שחיטה און געזאגט פארשידענע הוראות והדרכות פאר די משגיחים.
פון דארט איז דער רבי אריבער מיטצוהאלטן די חלקי המליחה ובטירחא דגופא אליינס ארויף מיטהאלטן דעם גאנצן סדר פון די זאלצן, און דערנאך ממשיך געווען ביי די חלקי שטופה, שרוי' והדחה מיט אלע חומרות והידורים וואס ווערן איינגעפירט דורך רבינו שליט"א.
דערנאך איז דער רבי אריין זעהן דעם גיגאנטישער שטח פון די פעקידזשינג אפאראט וואס איז אנגעגרייט שוין פאר מארגן, און באטראכט א לענגערע צייט דעם גאנצע סדר וויאזוי עס ארבייט ווי עס טיילט זיך אפ די כשר'ע פון די טריפה פלייש וכו'. וואו אלעס ווערט אדורכגעפירט מיט די גרעסטע מאס הידור.
ארום 1:00 נאך א לענגערע צייט פון גאנצע דריי שעה ווי דער רבי איז ארום בטירחא דגופא אינעם גאנצן פלענט מיט אלע חלקים איז דער רבי אהיים לבית האכסניא.
מארגן פארטאגס 6:30 ארטיגע זייגער וועט רבינו שליט''א צוריקגיין און זיך אומקוקן אויף די מערכת השחיטה, בדיקות פנים וחוץ, בדיקות כריסות, פעקידזשינג און אלע איבריגע חלקים.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Tuesday11 Cheshvan 578511/12/2024
Report
מאנטאג - דינסטאג פרשת וירא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א קורצע באזוך פון רבינו שליט''א בקרב אנ''ש אין בוענאס איירעס ארגענטינע
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. בן הר"ר יואל ברי"ש וויינבערגער שליט"א. ב"ר יואל ברי"נ שרייבער הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג ארום 5:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
נאך מנחה ארום 5:25 האט דער רבי פארלאזט ביתו נאוה קודש אויפן וועג צום JFK עירפארט פון ווי רבינו שליט''א האט אפגערייזט צו באזוכן די שחיטה אין מדינת אורעגוויי, פון ווי קהלתינו הק' וועט אנהייבן שחט'ן די גסות בתכלית הכשרות והידורים כפי הוראת רבותינו הק', מיט א אפשטעל אויף א קורצע באזוך אין ארגענטינע בקרב אנ''ש.
ארום 7:05 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין עירפארט, נאך א קורצע צייט האט דער רבי געדאווענט מעריב אינעם בית חב"ד, בעל תפילה: ר' משה דוד דאווידאוויטש הי"ו. נאך מעריב האט שלום גענומען די ארטיגע חב"ד רב הרב יוסף ראאב שליט"א און זיין שווער הרב אליעזר רייטשיק שליט"א מרבני 'מקוה אינטערנעשאנעל' וועלכע האט דערביי געוויזן פאר רבינו שליט"א א באריכט פון זיינע פילע פעולות צו בויען מקוואות איבער דער גארער וועלט און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
אום 9:02 האט זיך די פליגער געהויבן, אויפן וועג האט רבינו שליט''א א לענגערע צייט געלערנט זיין שיעור במס' בבא קמא, און דערנאך אריין אין א לענגערע שמועס מיט הגה''צ דומ''ץ ב''פ שליט''א און הגה''צ אבד''ק מאנסי שליט''א איבער א אקטועלע ריבית שאלה וואס איז עומד על הפרק און זיך מפלפל געווען א לענגערע צייט.
דער פליגער האט געלאנדעט היינט דינסטאג 9:41 ארטיגער זייגער ווי דער רבי איז אפגעווארט געווארן אפגעווארט געווארן בשירה וזמרה דורך הגה''צ גאב''ד קהל חרדים ארגענטינע שליט''א און רוב בני הקהלה, מען איז אריבער שלום נעמען און דער רבי איז צוגעפארן א וועג פון 40 מינוט לבית האכסניא. נאך א קורצע הפסקה אין אכסניא איז רבינו שליט''א אריבער צום ארטיגן ביהמ''ד הגדול דקהל חרדים ווי די גאנצער ציבור זקנים עם נערים האט אפגעווארט רבינו שליט''א אויף די גאס בשירה ובזמרה, די ילדי תשב''ר האבן מקבל געווען דעם רבי'ן אין ביהמ''ד ווי דער רבי האט מיט א חביבות און מלא רגש באטראכט די קינדער.
דערנאך איז דער רבי אריבער זיך אומקוקן אויף די גרויסע מקוה אינעם בנין, און דערנאך געגאנגען זיך מטהר זיין אין די פריוואטע מקוה פון הגה''צ גאב''ד קהל חרדים בוענאס איירעס ארגענטינע שליט''א בבנין ביהמ"ד.
ארום 11:50 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת שחרית. בעל תפילה הרה''ח ר' משה הכהן גברא הי''ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יצחק סאלם הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק און געזאגט די ברכות.
דערנאך איז רבינו שליט''א אריבער אויף א באזוך ביי הגה''צ גאב''ד קהל חרדים שליט''א אין זיין דירה העכער דעם ביהמ''ד, עס איז אויך אנוועזענד געווען הגה''צ דומ''ץ ב''פ שליט''א און הגה''צ אבד''ק מאנסי שליט''א, אויך איז אנוועזענד געווען הגאון ר' שמואל ארי לעווין שליט"א ראש ישיבת חפץ חיים ארגענטינא, רבינו שליט''א האט משבח געווען די אלע חשובע פירות וואס קומען ארויס פון די קהילה, מורי הוראות, סופרים, ומרביצי תורה קיין ניו יארק געלונגענע איכות'דיגע מענטשן, און דערנאך זיך אריינגעלאזט אין א לענגערע שמועס איבער די שחיטה, אלע ענינים אין היסטאריע אין ארגענטינע און אין אורוגוויי און אלע תקנות וואס מען האט מתקן געווען, דער רב האט מכבד געווען רבינו שליט''א מיט לחיים און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו, אויפן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר הרבנית תליט''א.
דערנאך ארום 1:55 איז דער רבי אראפ אין ביהמ''ד צום מעמד קבלת פנים בשירה ובזמרה מיט די השתתפות פון די גאנצע קהילה זקנים אברכים ובעלי בתים, פון איין זייט ביהמ''ד די בחורים און די אנדערע זייט די קינדער און אלע נשים צדקניות אין עזרת נשים. מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, הרב מרדכי אפרים פישל בן הגה''צ גאב''ד קהל חרדים שליט''א האט מקבל פנים געווען דעם רבי'ן מיט עטליכע ווערטער, דערנאך האט דער רב שליט''א געזאגט זיין הארציגע דרשה און באגריסט דעם רבי'ן, און ארויסגעברענגט אז לעצטע מאל דער רבי איז געווען בשליחות פון רביה''ק בעל ברך משה זיע''א און יעצט איז דער רבי געקומען זעהן זיינע אייגענע תלמידים וואס רוב רובם פון די קהילה זענען תלמידים פון רבי'ן וואס האבן געלערנט אין רבינ'ס ישיבה.
רבינו שליט''א האט משמיע געווען דברות קודש און ארויסגעברענגט זיין התרגשות און די שבח פון די שיינע קהילה מיט אירע גוטע פירות, און ווארעם אנגעוואונטשן ברוב ברכות.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און פארטיילט א ספר תהילים פאר אלע קינדער. און איבערגעלאזט א מתנה הגונה פאר אלע כלי קודש פון די מוסדות און בני הכולל, מען האט געענדיגט ארום 3:00 און דער רבי איז אהיים לבית האכסניא.
ארום 3:15 איז רבינו שליט''א אריבער צום נייעם שטח פון די גרויסע בנין פאר די מוסדות, דער רבי האט געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור און זיך דערנאך זיך געזעגנט מיט הארציגע געפילן און פערזענליך ווארעם אנגעוואונטשן פארן רב שליט''א.
מען האט געענדיגט ארום 3:45 און דער רבי האט זיך ארויסגעלאזט צום עירפארט ממשיך זיין די נסיעה צו די שחיטה אין מדינת אורעגוויי. איבערלאזענדיג א רשימה דקדושה און הויפענעס חיזוק פאר אנ''ש תושבי העיר.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
ברוך הבא בשם ה'
דינסטאג פר' וירא 9:41 אינדערפרי אין ארגענטינע (7:41 ניו יארקער צייט) אין די יעצטיגע מינוטען האט בשעטו''מ געלאנדעט די פליגער פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א אין שטאט בוענאס איירעס ארגענטינע.
רבינו שליט''א וועט אריינפארן אין שטאט א וועג פון בערך 40 מינוט לבית האכסניא און דערנאך צופארן צום ארטיגן ביהמ''ד קהל חרדים צו תפילת שחרית בקרב אנ''ש, און דערנאך וועט פארקומען א מסיבת לחיים ומעמד קבלת פנים, און שפעטער נאכמיטאג דעם מעמד צאתכם לשלום ומסיבת לחיים לרגל גמר המקח פונעם בנין התלמוד תורה אין שטאט. דערנאך וועט דער רבי ממשיך זיין די נסיעה צו באזוכן די שחיטה אין מדינת אורעגוויי.
בזמן שהצדיק בעיר היא הודה היא זיוה והיא הדרה
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Monday10 Cheshvan 578511/11/2024
Report
מאנטאג פרשת וירא 9:00 אויפדערנאכט, אין די יעצטיגע מינוטען הייבט זיך בשעטו''מ די פליגער פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, אויפן וועג צו באזוכן די שחיטה אין מדינת אורעגוויי, ווי דער רבי וועט זיך אפשטעלן אויף א קורצע באזוך אין ארגענטינע בקרב אנ''ש.
די פליגער איז ערווארטעט צו לאנדען אין ארגענטינע ארום 9:30 דינסטאג אינדערפרי (ארטיגן זייגער - 7:30 ניו יארקער צייט) אינעם ארטיגן אינטערנעשענאל עירפארט.
תושבי ארגענטינע לבשי בגדי תפארתך, הנה מלכך בא!!
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
זונטאג פרשת וירא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר שלמה אלעזר טייטלבוים הי"ו. נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"א פסוק ד'.
אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים. הרה"ח ר' אריאל שלמה מאסרי הי"ו (ב''פ) - הרה"ח ר' שאול יואל סועד הי"ו, אין די זאלן פון כינור דוד. הרה"ח ר' משה שלום גינזבערג הי"ו - הרה"ח ר' אברהם יושע פארקאש הי"ו, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:10 ביז 12:40 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די פאלגענדע מחותנים. הרה"ח ר' יעקב בר"א שווארטץ הי"ו (וומסב''ג) - הר"ר שמואל שלמה טעללער שליט"א. הרה"ג ר' דוד הירש שליט"א מו"ץ בקהילתינו וומסב''ג - הרה"ח ר' יצחק מנחם בערגער הי"ו.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הגה''צ ר' הערש אלימלך טייטלבוים שליט"א רב דביהמ"ד תפילה למשה דקהלתינו הק' ב"פ אינאיינעם מיט בנו החתן ני"ו, מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די חתונה וועלכע קומט פאר קומענדיגן דינסטאג חיי שרה הבעל"ט און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:25 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
שב''ק פרשת לך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן מאיר מיכאל ב"ר נסים סאאל הי"ו.
פרייטאג צונאכטס ארום 5:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 6:50. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 8:25 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה. אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, הגבהת הכוס: הרה"ח ר' אליעזר דוב ענגל הי"ו (ירושלים).
פאר די פיש האט דער רבי משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'אל הארץ אשר אראך' און געטייטשט אז די תורה איז געגעבן געווארן פאר די אידן נישט פאר די מלאכים, ווייל אידישע קינדער דינען דעם באשעפער אויך מיט גשמיות מיט אכילה ושתייה, ביי די סעודת שב''ק איז מען עוסק בשירות ותשבחות פארן הייליגן באשעפער, און מעורר געווען מען זאל פראווענען די דריי סעודת שבת כראוי וכיאות.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען בני הרה"צ ר' אהרן בהרש"א טייטלבוים שליט"א רב דקהל עצי חיים סיגוט מאנסי. כל מקדש: הרב יואל טייטלבוים שליט"א. מנוחה ושמחה: הרב זלמן לייב טייטלבוים שליט"א.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'לך לך מארצך' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון עשה דוחה לא תעשה ועשה.
קה אכסוף: הרב נתן טייטלבוים שליט"א. ברכת המזון: הרה"ג ר' יוסף לייב קאהן שליט"א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק רבי משה'לע שינאווער זיע''א וואס די יארצייט געפאלט מיטוואך י"ב חשון. קה רבון עלם: הרה"ח ר' שלום יצחק שעהר הי"ו (לאנדאן). די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות. אז ביום השביעי: הרה"ח ר' אליעזר דוב ענגל הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 11:25.
וביום השבת קודש
שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:20. ברכות ופסוקי דזמרה: הרה''ג ר' שמעון אברהם ראטה שליט"א. צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען.
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם שלום לאנדא הי"ו. פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' זלמן לייב בערקאוויטש שליט"א ראה"כ ספינקא ב"ב.
עליות. כהן: הרה"ח ר' שלמה כ"ץ הי"ו. לוי: החתן יוסף בן הר"ר שלמה לייב גרובער שליט"א - באווארפען. שלישי: החתן אליעזר זוסמאן בן הר"ר שמעון אברהם ראטה שליט"א - באווארפען. רביעי: הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו. חמישי: החתן נפתלי הירצקא ב"ר יואל ברא"י ווידער הי"ו. שישי: רבינו שליט''א.
נאכן עולה זײַן האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: ר' יעקב זאב בר''י כ"ץ הי"ו. ר' משה אהרן ברב"ב פרידריך הי"ו. ר' ליפא ברח"ד פריעד הי"ו.
שביעי: החתן משה אליעזר ב"ר יואל ברי"מ בלייך הי"ו. הוספה: החתן ב"ר יואל בר"י קליין הי"ו. אחרון: החתן בערל ב"ר מיכל פעלדמאן הי"ו. מפטיר: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו. הגבה: הרב זלמן לייב בהרר"א טייטלבוים שליט"א. גלילה: הרה"ח ר' מיכל פעלדמאן הי"ו. נאכן ליינען האט מען געמאכט די מי שברך להמתענין בה"ב.
מוסף: הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו. פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יצחק פויגעל הי"ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 12:15.
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 5:15. מנחה: הרה"ח ר' יואל בר"ע הירש הי"ו. הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יושע בראך הי"ו. כהן: הרה"ח ר' יצחק אליקים שווארטץ הי"ו. לוי: הר''ר אלכסנדר מייזעלס הי"ו (ב"פ). שלישי: הרב יואל בהרר"א טייטלבוים שליט"א. הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרב נתן בן הרר"א טייטלבוים שליט"א.
זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו. שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'לך לך מארצך' און געטייטשט אז די עבודה פון יעדע איד באשר הוא שם איז חשוב אפילו אויב מען טראכט צו זיך אז עס איז נישט מקובל אין הימל, אדרבה הערשט דעמאלטס טראגט עס א גרעסערע חשיבות אין הימל, און דעי עבודה ברענגט מען זאל זוכה זיין צום יום שכולו שבת, און מעורר געווען יעצט נאך יו''ט איז די זמן צו באצאלן די קבלות טובות וואס מען האט זיך מקבל געווען יעדער כפי ערכו.
ידיד נפש: הרה"ג ר' יוסף מענדל בערקאוויטש שליט"א מו"ץ בבי"ד שבט הלוי ב"ב. קל מסתתר: הרה"ח ר' יוסף קליין הי"ו (וומסב''ג). דער רבי האט געבענטשט על הכוס און געזאגט שבע ברכות. מעריב מוצש''ק: הר"ר הערשל קאהן הי"ו. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. דערנאך האט דער רבי געמאכט קידוש לבנה פארנט פון ביהמ"ד, און געוואונטשן אז גוטע וואך און א גוטן חודש. מען האט געענדיגט ארום 7:40, און מען האט באגלייט רבינו שליט"א בשירה וזמרה מיט כי מלאכיו לרגל די קורצע נסיעה די וואך צו די שחיטה אין מדינת אורעגוויי.
מוצש''ק ארום 9:45 זענען אריין בקו''פ בביתו נאוה קודש א קבוצה בחורים יוצאי ישיבה קטנה סניף היכל התורה שע"י מוסדותינו הק' אין וומסב''ג אינאיינעם מיטן מנהל הרה''ג ר' יודל שטאלצבערג שליט"א און זיך געשטעלט צום פארהער ביי רבינו שליט"א אויף די לימודים פון די פארגאנגענע דריי יאר אויף מסכת גיטין, בבא קמא, און נדרים, דער רבי האט פארהערט די בחורים א לענגערע צייט און דערנאך זענען די בחורים אריבער מקבל זיין ברכת הקודש און דער רבי האט פארטיילט פאר אלע בחורים א מתנה א זילבערנע בעכער.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Friday7 Cheshvan 578511/8/2024
Report
פרייטאג ערש''ק לך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפ איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יוסף בר"א סימאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק. דערנאך איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' אברהם לייב בראך הי"ו לרפו"ש, ווי עס איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל נכדו ר' יצחק מרדכי כ"ץ הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד אמרי נועם בשכונת דברי יואל אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה קטנה סניף מעיין התורה פון ב"פ בהנהלת הרה''ג ר' ישראל יצחק זינגער שליט"א. ביים אנקומען אין ביהמ"ד האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויף די לימודים מיט א שטארקע קורת רוח. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר משה יוסף בר"ד פריעדלענדער הי"ו. ב"ר יעקב זאב האלצמאן הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, און דערנאך האט דער רבי פארהערט די בחורים די לימודים אין מסכת בבא קמא וואס מען האט געלערנט פארגאנגענע יאר, דער רבי האט פארהערט די בחורים א לענגערע צייט, און די בחורים אריבער מקבל זיין ברכת הקודש און דער רבי האט פארטיילט פאר אלע בחורים די ספר דרשת חתם סופר.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דאנערשטאג פרשת לך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יצחק חיים שאלילאף הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. בן הרה"ג ר' הערשל אשכנזי שליט"א מנה"ר ישיבה קטנה סניף באר התורה וומסב''ג. ב"ר יואל לעפקאוויטש הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט א שיעור סוגיא בשיעורי הישיבה אין מסכת שבת. די תלמידי הישיבה זענען אריבער שלום נעמען לרגל די נייע זמן, און עס איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת. דערנאך איז דער רבי אריבער אויף א באזוך אינעם מצה בעקעריי דקהלתינו הק'.
נאכמיטאג ארום 3:15 איז געווען אויף א באזוך בקו''פ בביתו נאוה קודש הגאון הגדול רבי מיכל זילבער שליט"א ראש ישיבת זוועהיל בארה"ק, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס בדברי תורה און איבער די חרדישע ישוב אין טבריה, און די גזירה פון גיוס בני ישיבות בארה"ק, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו, און אים געגעבן ספרו החדש לב אהרן - סוגיות און עס האט זיך פארצויגן א לומדישע שמועס בדברי פלפול, און דער רבי האט אים ארויסבאגלייט ביז צו די גאס.
ארום 5:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל הערש פויגעל הי"ו - הרה"ח ר' ישכר דוב מאירוביץ הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:20 ביז 11:25 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ברש"ד מארקאוויטש הי"ו - הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א מו"ץ.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הרה"ג רבי יעקב יוסף האגער שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א אינאיינעם מיט בנו החתן ני"ו מקבל זיין ברכות קדשו און איינלאדענען רבינו שליט''א לרגל די שמחת החתונה וועלכע קומט פאר קומענדיגן מאנטאג וירא אין מאנסי, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער מנהגי נשואין בבית וויזניץ און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו און פאר בנו החתן ני"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:25.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Thursday6 Cheshvan 578511/7/2024
Report
מיטוואך פרשת לך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. בן הרה"ג ר' סיני טייטלבוים שליט"א, נכד הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א. ב"ר ישעי' באש הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק א'. די תלמידי הישיבה זענען אריבער שלום נעמען לרגל די נייע זמן, און עס איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי, דערביי האט דער רבי געגעבן דרשה געשאנק פארן בר מצוה בחור בן הרה"ג ר' סיני ט"ב שליט"א א סעט פון ספרו לב אהרן - סוגיות לכבוד די בר מצוה.
ארום 1:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו די מעמד דרשת פתיחת הזמן פאר די נאנט צו 1500 בחורי חמד כ''י פון די 7 סניפי המתיבתא. דער רבי האט אנגעהויבן מיט לענגערע דברי דרוש ואגדה אויף די וואכעדיגע סדרה, און דערנאך ממשיך געווען בדברי מוסר וחיזוק בתורה עבודה וגמ"ח, און ארויסגעברענגט די זכי' צו קענען לערנען דא אין אזא הייליגע ישיבה אוועק פון די גוי'אישע גאסן, איבער די שיינקייט פון די שבתים אין ישיבה, די דערהויבענקייט פון סעודת רעוא דרעוין, און מחזק געווען די תקנת הישיבה זיך צוצושטעלן אין אלע ענינים ובפרט זיך אפהיטן פון די כלים, און די תקנה פון רביה"ק מייסד הישיבה זיע''א נישט צו גיין צו חתונות, און מסיים געווען הדברי חיזוק ורוב ברכות.
מען האט געענדיגט די דרשה ארום 2:20 און דער רבי האט אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים. הר"ר יצחק יאזשעף שליט''א (וומסב''ג) - הר"ר יוסף שמואל פילאפף שליט"א, באולם כינור דוד. הרה"ח ר' יואל ברא"י ווידער הי"ו - הרה"ח ר' שמעון ישראל חיים ווערצבערגער הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:00 ביז 12:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:25 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.