מאנטאג פרשת ברכה ב' 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר יואל ברמ"י הירש הי"ו. ב"ר חיים יואל דים הי"ו. ב"ר יואל שניטצער הי"ו. ב"ר יעקב אונגאר הי"ו. ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
אין די פארמיטאג שעה'ן איז פארגעקומען בקו''פ ביי רבינו שליט"א בביתו נאוה קודש צוויי זיצונגען פון עטליכע פאליטישע באאמטע וועלכע לויפן פאר ווידערוויילונג, אינאיינעם מיט די הנהלת הקריה און אסעמבלימאן ר' שמחה אייכענשטיין הי"ו פון ב"פ מגדולי העסקנים למען חינוך הטהור. ארום 12:30 איז אריין דער קאנגרעסמאן פון קרית יואל 'פעט רייען' און שפעטער ארום 1:00 דער סטעיט סענאטער 'דזשעימס סקופיס' אינאיינעם מיט'ן אסעמבלימאן פון קרית יואל געגנט 'קריס עיקוס', די פאליטיקאנטן האבן ארויס געהויבן זייערע פילע לייסטונגען לטובת די חרדי'שע אידנטום אין ניו יארק בכלליות, און פאר קרית יואל בפרט, און באזונדער ארויסגעברענגט זייערע פעולות לטובת די עתיד החינוך אין ניו יארק, און פעולות פאר ביליגע דירות אין קרית יואל. דער רבי האט אויסגעשמועסט פילע ענינים ובראשם פארשידענע מהלכים איבער די גזירת החינוך און וואס די יהדות החרדית ערווארט פון זיי, און זיי מאציל געווען מברכות קדשו לרגל די בעפארשטייענדע וואלן.
און די נאכמיטאג שעה'ן ארום 4:30 האט רבינו שליט"א פארהערט בביתו נאוה קודש די הונדערטער תלמידי כתה ט' כתה מכינה לישיבה פון ביידע סניפים פון מוסדות קרית יואל, אויף מסכת קידושין וואס זיי האבן געלערנט במשך די פארגאנגענע יאר, דער רבי האט פארהערט די בחורים א לענגערע צייט און זיי איבערגעלאזט א קשיא, און דערנאך ווארים אנגעוואונטשן פאר די מנהלים, מרביצי תורה, און אלע בחורים.
נאכמיטאג ארום 6:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:40 ביז 10:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בקו''פ לרגל די שידוך שליסן פון החתן בן הרה"ג ר' יעקב אלעזר מענדלאוויטש ז"ל בן משב"ק הרה"ח ר' יושע הי"ו, עב"ג הכלה בת הרה"ח ר' יואל ברש"ח פיש הי"ו, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו ובמיוחד פאר משב"ק הרה"ח ר' יושע הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:45.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
זונטאג פרשת ברכה ב' 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ב"ר יודא יושע וויינשטאק הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ''ד הגדול. פאר'ן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר יואל בר"ב גלאנץ הי"ו. ב"ר יוסף דוד מיטטעלמאן הי"ו. ב"ר חיים שרגא פריעד הי"ו. ב"ר מאיר הערש לעווי הי"ו. ב"ר יואל ב"ר נחום שמשון עסטרייכער הי"ו. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
פארמיטאג האט רבינו שליט"א געלייגט די סכך אין די סוכה בביתו נאוה קודש און געזאגט לשם מצוות צל סוכה, און זיך באדאנקט פאר די בחורים העוסקים במלאכת הקודש וואס בויען די סוכה.
אין די נאכמיטאג שעה'ן איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש א סיום כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרבני הנגיד ר' אברהם יודא גאלדבערגער הי"ו און ווערט אריינגעגעבן דעם יו"ט סוכות הבעל"ט, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.
נאכמיטאג ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:15 ביז 11:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א סיום כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' שמחה נפתלי קלאגסברוין הי"ו און ווערט אריינגעגעבן דעם יו"ט סוכות הבעל"ט אין ביהמ"ד בית אלעזר בשכונת ויואל משה, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:00.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Monday12 Tishrei 578510/14/2024
Report
אין ווייטערדיגע מאסיווע השתדלות-מיטינגען פון כ"ק רבינו הגה''ק שליט"א פאר'ן קאמף קעגן די גזירת החינוך, און אויך פאר דירות פאר'ן ציבור, איז היינט פארגעקומען צוויי באזונדערע זיצונגען מיט הויכראנגיקע פאליטישע באאמטע לרגל די בעפארשטייענדע וואלן.
ארום 12:30 איז אריין בקו''פ בביתו נאוה קודש קאנגרעסמאן 'פעט רייען' אינאיינעם מיט'ן אסעמבלימאן ר' שמחה אייכנשטיין פון ב"פ, אין באגלייטונג פון די ראשי והנהלת העיר הרה"ח ר' גדלי סעגעדין הי"ו און הרה"ח ר' אברהם ווידער ראה"ק, מען האט א לענגערע צייט ארומגערעדט איבער די גזירת החינוך אין ניו יארק, און וואס זיי קענען ארויסהעלפן מיט אלעס וואס איז בידם, און ער האט פארשפראכן צו מיטארבעטן מיט אלע זאכן וואס וועלן אויפגעברענגט ווערן אנבאלאנגט די גזירת החינוך צו צעשטערן די גזירה, און רבינו שליט"א האט אים מאציל געווען מברכת קדשו לרגל די בעפארשטייענדע וואלן.
דערנאך ארום 1:00 איז אריין בקו''פ סטעיט סענאטער 'דזשעימס סקופס' אינאיינעם מיט'ן אסעמבלימאן פון קרית יואל געגנט 'קריס עיקוס' אין באגלייטונג פון ר' שמחה אייכנשטיין פון ב"פ, און די ראשי והנהלת העיר הרה"ח ר' גדלי סעגעדין הי"ו און הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו ראה"ק, מען האט א לענגערע צייט דורכגעטון די נושא פון די גזירת החינוך אין ניו יארק, און רבינו שליט"א האט נאכאמאל אויפגעפאדערט ער זאל שטיין צו הילף צו די חרדי'שע אידנטום, אלעס ארויסצוהעלפן צעשטערן די גזירת החינוך, דערנאך האט מען ארומגערעדט איבער די שטאט קרית יואל, מיט וואס ער קען בייהילפיג זיין פאר אנ"ש תושבי העיר, און בפרט איבער די ביליגע דירות, און רבינו שליט"א האט אים מאציל געווען מברכת קדשו לרגל די בעפארשטייענדע וואלן.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
כהן גדול עומד ומשרת דורו ראו ושמחו
יום הקדוש תשפ"ה בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בקרב קהלתינו הק' בוויליאמסבורג יצ"ו
פרייטאג ערב יום כיפור אינדערפרי ארום 6:00 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ''ד הגדול בקר"י. בעל תפלה איז געווען הרה"ח ר' יהושע טעללער הי"ו, מען האט געענדיגט ארום 6:20, נאך סליחות זענען אריבער א גרויסע ציבור אנ''ש תושבי קר''י לברך ולהתברך אין ערב יום הקדוש, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
בביתו נאוה קודש האט רבינו שליט"א מקיים געווען דעם מנהג כפרות און אפגעברענט די עק פון די פעדערן. דערנאך ארום 6:40 איז רבינו שליט"א אריבער אינעם בית השחיטה המהודרת ווי הר''ר יואל בר''מ ווערצבערגער שליט''א האט געשחט'ן דעם עוף, דער רבי האט בודק געווען דעם חלף, און נאכן שחט'ן געזאגט דעם לשם יחוד און די ברכה און מקיים געווען מצוות כיסוי הדם. אויך האט דער רבי בודק געווען די חלפים פון אלע שוחטים און געוואונטשן א גמר חתימה טובה. און דערנאך אריין אויף א באזוך אינעם בית השחיטה פלענט און אריבערגעגאנגן על כל פרט ופרט כדרכו בקודש.
ארום 8.55 איז רבינו שליט"א אנגעקומען אין ביהמ''ד הגדול בוומסב"ג. רבינו שליט''א האט אהנגערופען - פארן זמן אין ארה''ק אין אייראפע - עטליכע פון די מסירת נפש'דיגע ראשי הנהלת קהלתינו ומוסדותינו הק' בארה''ק און אייראפע, און מאציל געווען מברכות קדשו צום נייעם יאר.
איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן: לבן הנולד אצל ר' יחיאל אלתר פאלאק הי''ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. לבן הנולד אצל ר' שלמה יודא פריעדמאן הי''ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
ארום 9.45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו תפילת שחרית. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים. בן הר''ר אליעזר הערש הורוויץ הי''ו. ב''ר ליפא בן הר''ר אברהם עקשטיין הי"ו.
נאכן דאווענען איז רבינו שליט''א אריין אין זיך אומגעקוקט אינעם נייעם ריזן צוגעלייגטן היכל אויפן די גאנצע מעריב זייט פון בית מדרשינו הגדול.
דערנאך האט רבינו שליט''א קובע געווען די מזוזות בביתו נאוה קודש החדש אין ביהמ"ד הגדול אין וומסב''ג, און ס'איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, ווי דערביי איז דער משמש הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער הי"ו אריין ווי דער רבי האט גענומען לקח און מטיב געווען דעם משמש כנהוג. אויך האט דער רבי מאציל געווען מברכות קדשו פאר די נדבנים פון די נייע דירה. הרה''ח ר' אברהם בראך הי''ו, הרה''ח ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי''ו, הרה''ח ר' אברהם יודא ראזענבערג הי''ו, הרה''ח ר' משה אליעזר לאנדא הי''ו, הרה''ח ר' יקותיאל דוד אהרן ווייס הי''ו און די עסקנים העומדים על מלאכת בית ה' ר' יואל שמעון הכהן רובין הי"ו און ר' יעקב הכהן פריעדמאן הי"ו.
נאכמיטאג ארום 1.30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום שלחן הטהור ערב יום הקדוש בהיכל תהילות יהוסף אין ביהמ''ד הגדול. פארן זיך וואשן צו די סעודה של מצות היום האט דער רבי געזאגט א לענגערע לשם יחוד שטילערהייט, ביי לחיים נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשן א גוט געבענטשט יאר, ביי די זופ איז געווען קרעפלעך און די פלייש איז געווען פון דעם עוף וואס דער רבי האט מקיים געווען דעם מנהג כפרות כנהוג. במשך דעם טיש האט מען געזינגען מערערע ניגוני התעוררות פון ימים הנוראים בשעת דער רבי האט פארגאסן טייכן טרערען בחדרת קודש באימה ופחד פארן יום הדין, ובפרט ווען דער רבי האט פארגעזינגען דעם פיוט 'ירצה צום עמך' אויפ'ן אהבה רבה ניגון המקובל פון הרה''ק רבי ר' הערש מרימנוב זיע''א.
רבינו שליט"א האט געזאגט תורה אויפן פיוט 'במה אקדם ואכף פני לא יקח שוחד' און געטייטשט אז די טעג פון חודש אלול ביז יום כיפור האט אין זיך תתק''ס שעות און ס'איז מטהר ווי א מקוה, דורך אמונה און מצוות קרי''ש קען מען עס מתקן זיין כדבעי.
מיט ברכהמ"ז האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט''א ראה''כ וומסב''ג. מען האט געענדיגט ארום 2:55.
וישא אהרן את ידיו על העם ויברכם נאכן טיש איז רבינו שליט"א אריין אין חדר ד' בהיכל מאיר זעליג ווי עס זענען אריבער אלפי אנ''ש להתברך צום הייליגן טאג, אויף א ספּעציעלן שנעלן סדר צוליב די ריבוי העם.
נאכן בענטשן דעם ציבור איז רבינו שליט"א אריבער צו די פריוואטע מקוה אין שטוב פון הרה''ח ר' וואלף לאנדא הי''ו, און ארום 4:10 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו מנחה אין ביהמ"ד הגדול, דער רבי האט אנגעצינדען די נרות שעוה ביים עמוד, בעל תפלה איז געווען הרה"ח ר' יעקב הערש היימאן הי"ו, ביי די ווידוי הגדול האט דער רבי מאריך געווען בבכיות. מען האט געענדיגט ארום 4:45.
נאך די סעודת המפסקת בביתו נאוה קודש איז רבינו שליט"א נאכאמאל געגאנגען אין מקוה אין ביהמ''ד הגדול לעת כניסת היום. ביים זמן האט דער רבי געצינדן בביתו נאוה קודש החדש די נרות שבת ויו''ט, יזכור ליכט, און א געזונטע לעכט. דערנאך האט דער רבי געוואונטשן אלע וואס זענען אריינגעשריבן אינעם ספר הזכרונות, און אלע כוללות קוויטלך מאנ"ש ירושלים, בני ברק, בית שמש, און אייראפע.
רבינו שליט''א האט געמאכט דעם ברכת להתעטף אויף זיין אייגענעם טלית, און דערנאך אנגעטוהן דעם טלית, קיטל און קאפל פון רביה''ק בעל דברי יואל זיע''א.
במשך אלע תפילות איז דער היכל הביהמ''ד הגדול מיט אלע גאלעריען און היכלים געווען איבערגעפילט מקצה אל קצה נישט קענענדיג אקאמאדירן דעם ריזן ציבור לאלפים וואס זענען געקומען זיך מסתופף זיין בצל הקודש אינעם דעם הייליגן טאג.
בזאת יבא אהרן אל הקודש ארום 6:55 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו כל נדרי, דער רבי איז ארויף אויפן ארון הקודש און מתפלל געווען א שטילע תפילה און אנגעהויבן די הייליגע כל נדרי דרשה מיט גרויס התעוררות ובקול בכי דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'כי ביום הזה יכפר עליכם מכל חטאתיכם לפני ה', וויבאלד מדות התשובה פונעם רבש''ע איז נישט מצד השכל נאר מכח רחמיו וחסדיו העלפט תשובה באין גבול אפילו מען איז מלא חטאים און אפילו די חיצונים נעמען צו די מצוות ומעשים טובים אבער על כל פשעים תכסה אהבה דורך מצוות מילה און יום כיפורים שחל בשבת וואס איז א אות אהבה קען מען צודעקן די חטאים דורך תשובה.
נאך די דרשה לעת כניסת היום האט רבינו שליט''א דערמאנט די מנהג פון רבותינו הק' צו זאגן וידוי לעת כניסת היום און אנגעהויבן בבכיות עצומות מאין הפוגות 'אנא תבא לפניך תפלתינו' און פארגעזאגט אויפן ארון קודש אינאיינעם מיטן ציבור מיט ניגון 'אשמנו בגדנו..' ווען צווישן יעדע ווארט ברעכט דער רבי אויס אין א שרעקליכן געוויין וואס האט מיטגעשלעפט דעם גאנצן ציבור בבכיות נוראות און האט אויפגעציטערט די הערצער פון די טויזענטער מתפללים פאר לענגערע מינוטן.
נאך וידוי האט דער משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו ארויסגענומען די ספר תורה פון ארון הקודש און איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א, דער רבי האט איבערגענומען די ס''ת בחביבות און אנגעהויבן מיט די דברי התעוררות און געזאגט מען דארף מפייס זיין די תורה הקדושה ובקול בוכים ממשיך געווען 'אנו מלאי עון' מען האט נישט גענוג עוסק געווען בתורה דאס פארגעגאנגע יאר, ליידער איז תורה מונחת בקרן זויות, מען בעט די תורה זאל זיין א מליצה ישרה פאר אידישע קינדער וואס זענען סוף כל סוף דבוק בקשר אמוץ וחזק און מען זאל זיך מקבל זיין מער התמדה הבנה און מעשים טובים און מסיים געווען ברוב ברכות.
ביים ענדיגן האט דער רבי פארגעזאגט אויפן פלאץ דריי מאל אור זרוע און פלגי מים, און דערנאך ארומגעגאנגען דעם ביהמ"ד - טראץ דעם שווערן געדרענג - און געזאגט נאך דריי מאל, איין מאל אויף יעדע זייט פון ביהמ"ד.
אלע תפילות האט רבינו שליט''א געדאווענט אין א מחזור תפילה ישרה. נאך קם רבי שמעון האט רבינו שליט"א זיך אויפגעשטעלט און אנגעהויבן 'כל נדרי'. צו האלטן די ספרי תורה זענען מכובד געווארן בנש"ק הרה"צ ר' ירמי טייטלבוים שליט"א און הרה"ג ר' בנציון לאוב שליט"א מו''ץ בקהלתינו.
דערנאך האט רבינו שליט"א אנגעהויבן בואו ונצא און מערבית. מיט פתיחות ביי מעריב זענען נתכבד געווארן: הרה''ג ר' חיים אהרן אונגאר שליט''א מו''ץ בקהלתינו, הרה''ח ר' חיים פריעדמאן הי''ו, הר''ר ישראל אויש הי''ו, הרה''ח ר' מנחם גרשון לעבאוויטש הי''ו. נאך מעריב האט הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו פארגעזונגען אדון עולם און געזאגט די פיר קאפיטלעך תהילים. שיר היחוד האבן פארגעזאגט. הגה"צ ר' מאיר צוויבל שליט"א, הרה''ג ר' מיכל ניימאן שליט''א, הרה"ג יואל ראזענפעלד שליט"א, הרה''ג ר' יעקב יצחק ווינקלער שליט''א, הרה''ג ר' ישראל מאיר רובין שליט''א, הר''ר משה אפרים הערשקאוויטש שליט''א, שיר ליום השבת - אז ביום השביעי האט פארגעזינגן הרה''ג ר' ישעי' ליכטנשטיין שליט''א. מען האט געענדיגט ארום 11:00. רבינו שליט"א איז ארויף אויפן ארון קודש און געוואונטשן בצהלות פניו 'גוט שבת גוט יו"ט' לכל הקהל הקודש ולכ העם העומדים בעזרה, אויף אלע זייטן פון ביהמ''ד.
ונתנה תוקף קדושת היום
יום הקדוש אינדערפרי בשעת עטיפת הטלית איז געווען אויפן טיש די טלית פון רביה''ק בעל דברי יואל זיע''א וואס דער רבי טוהט אהן ביי מוסף.
פתיחת הארון הקודש: משב''ק הרה''ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי''ו, אנעים זמירות האט פאהר געזאגט הרה"ח ר' נחמן דוב העללער הי"ו, פסוקי דזמרה: הגה"צ ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה"כ, שחרית: נכד רבינו הרה"ג ר' יואל אשכנזי שליט"א ר"מ בישיבתינו הק' אהבת התורה אין וומסב"ג בן הגה"צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א. מיט די פתיחת זענען נתכבד געווארן.הרה''ח ר' אביגדור פרענקל הי''ו, הרה''ח ר' שלמה דוב ווידער הי''ו, הר''ר אברהם יואל לעפלער שליט''א, הרה''ח ר' בנציון מוטצען (ב''פ) מען האט געענדיגט שחרית ארום 10:45.
הוצאה והכנסה זענען נתכבד געווארן: הר''ר אלי גראס שליט''א מבערבעשט און הרה''ג ר' אשר חיים ווייזער שליט''א מו''ץ בקהלתינו ב''פ.
רבינו שליט"א איז געווען בעל קורא און האט געלייענט בהתעוררות רב. עליות. כהן: הרה"ח ר' זלמן לייב גליק הי"ו. לוי: הרה''ח ר' יחזקאל שרגא בר''ע הירש הי"ו. שלישי: הרה"ח ר' חיים יודא לעפקאוויטש הי''ו. רביעי: הרה"ח ר' חיים נפתלי הירץ יעקב לעבאוויטש הי"ו. חמישי: הרה"ח ר' שלמה יעקב מערץ הי"ו. שישי: רבינו שליט"א.
נאכ'ן עולה זײן האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: ר' חיים שמעון שטיין הי''ו. ר' יואל בר''מ טייכמאן הי''ו. ר' אשר יונה יוזשעף הי''ו. ר' יוסף בנציון העלער הי''ו.
אויך האט דער רבי געהייסן מאכן א מי שברך פאר הרבנית הצדיקת תליט''א און פארן אייניקל לרפו''ש.
שביעי: משב''ק הרה''ח ר' חיים שלמה פישער הי''ו. הגבה אויפן ערשטן ספר: הרה"ח ר' חיים שפיצער הי"ו (ב''פ). גלילה: הרה"ח ר' יצחק שווארץ הי"ו. מפטיר: הרה"ח ר' יואל שמעון הכהן רובין הי"ו. הגבה אויפן צווייטן ספר: הר''ר יום טוב יוזשעף הי"ו. גלילה: הרה''ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו (ב"פ).
טהור לב פסע ופניו לקודש ומתפלל, אמירת סדר העבודה באש להבת שלהבת, קהל עדותינו עליך יסמוכו, ועל ידך תהא סליחתינו אשרי עין ראתה די עבודת הקודש ביי מוסף בבכיות נוראות פון רבינו הגה"ק שליט"א. אהרן קדוש ה' לשרתך קדשת בפרט ביי די עבודת הקודש ביי די סדר העבודה בהשתפכות הנפש. ובכן צדיקים יראו וישמחו די ריקודי קודש למעלה מהשגתינו ביי די שטיקלעך און ביי די קדישים נאך די תפילות.
פתיחות ביי מוסף זענען נתכבד געווארן. הרה''ח ר' דוד לייבוש גוטמאן הי''ו, הר''ר משה גדלי פאלאטשעק הי''ו, הרה''ח ר' אלי' לייב ראזענבערג הי''ו, הרה''ח ר' טובי' שעהנפעלד הי''ו, הרה''ח ר' יואל בר''א טירנויער הי''ו, הרה''ח ר' אברהם שלמה כהנא, משב''ק הרה''ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי''ו.
הגבה ביי כורעים זענען נתכבד געווארן משמש צו זיין ליד קדשו פון רבינו שליט"א. די ערשטע כורעים: הרה''ח ר' משה פאלקאוויטש הי''ו - הרה''ח ר' שלמה ווערצבערגער הי''ו משמש. די צווייטע כורעים: הרה''ח ר' אהרן הערש מיטעלמאן הי''ו הרה''ח רפאל פערלמוטטער הי''ו. די דריטע כורעים: הרה''ח ר' שלום יצחק יאקאבאוויטש הי''ו - הרה''ח ר' משה אברהם לעפקאוויטש הי''ו. די פערטע כורעים: הרה''ח ר' פנחס משה לאנדא הי''ו - הרה''ח ר' משה אליעזר לאנדא הי''ו.
מען האט געענדיגט מוסף ארום 5:10.
צו מנחה איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו, הוצאה והכנסה: נכד רבינו הרב חיים הערש ט''ב שליט''א בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א. כהן: הרה"ח ר' מנשה גליק הי"ו. לוי: הרה"ח ר' נתנאל ווערצבערגער הי"ו. שלישי - מפטיר: רבינו שליט"א. נאכן עולה זיין האט רבינו שליט''א געהייסן מאכן א מי שבירך פאר הרבני הנגיד ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו און הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו וועלכע האבן בשותפות געקויפט מפטיר יונה לכבודו של רבינו שליט"א.
הגבה: הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו. גלילה: ר' יואל ברי''מ פריעדמאן הי''ו. פתיחה ביי די הויכע שמו''ע הרה''ח ר' יואל ברי''ש וויינבערגער הי''ו. מען האט געדאווענט שנעל כנהוג צוליב די שפעטע צייט, מען האט געענדיגט 6:05.
תיכף נאך מנחה האט רבינו שליט"א אנגעהויבן אשרי 'תפלת נעילה' באש קודש ובבכיות עצומות, מען האט געזאגט די י"ג מידות ביי אלע שטיקלעך ווי די מנהג פון רביה"ק בעל ברך משה זיע''א. פתיחה צו נעילה: הרה''ח ר' יצחק קליין הי''ו.
נאך קדיש תתקבל ארום 7:40 האט הרה"ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי"ו געבלאזן די תקיעה גדולה און רבינו שליט"א האט אויסגעשריגן בקול אדיר וחזק לשנה הבאה בירושלים!.
נאך מעריב האט רבינו שליט"א אנגעטוהן די שיך, און דערנאך ארויס אויף קידוש לבנה פארענט פון ביהמ''ד און ביים ענדיגן געוואונטשן אז גוטע וואך א גוט חודש א גוט יאר. דערנאך איז דער רבי אריבער אין היכל תהילת יהוסף, און געמאכט הבדלה און אויסגעפאסט, און אנגעוואונטשן א גוט יו''ט פארן גאנצן ציבור, און מען האט ארויסגעלייגט רבינו שליט''א בשירה ובזמרה מיטן ניגון אשרי העם. מען האט געענדיגט ארום 8:20.
ויו"ט היה עושה בצאתו בשלום מן הקודש
ארום 10:45 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום עריכת שלחה"ט מוצאי יום הקדוש בתופים ובמחולות בבית מדרשינו הגדול בוומסב"ג במעמד אלופי אלפי ישראל. ביים אנקומען איז דער רבי ארויס און א פייערדיגן ריקוד אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט. דער רבי האט זיך געוואשן צו די סעודה, און דערנאך געזאגט ויתן לך און געזינגען די זמירות פון מוצש''ק. מען האט אריינגעברענגט די סדר המאכלים ווי יו''ט, ביי די לחיים נאך די פיש האט רבינו שליט"א געוואונטשן 'דער אייבערשטער זאל העלפן מען זאל האבן געפויעלט א גוט געבענטשט יאר'.
במשך דעם טיש האט מען מאריך געווען מיט נגוני יו''ט ונגוני שמחה, און מיט ניגוני התעוררות מתפילת היום, מיטן זמר המבדיל האט רבינו שליט"א מכבד געווען הגה"צ ר' הערש אלימלך טייטלבוים שליט"א רב דביהמ''ד תפילה למשה ב''פ.
רבינו שליט"א האט געזאגט תורה אויפן פיוט פון המבדיל 'יצו ה' חסדו למען יעקב עבדו' און געטייטשט אז די כח און חסדים פונעם הייליגן באשעפער געט ער שכר לפי ערך דעם רצון וואס קומט מכח יעקב אבינו בלי גבול וקצבה און מסיים געווען בברכות לרוב.
מען האט ממשיך געווען צו זינגען נגוני שמחה, און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן ובכן צדיקים יראו וישמחו בעוז ותעצומות א לענגערע צייט. דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס, און ביים ענדיגן געוואונטשן אז גוט יו''ט א גוט געבענטשט יאר דער אייבערשטער זאל העלפן מען זאל האבן אויסגעפויעלט אלעס גוטס לנו ולכל ישראל.
דאנערשטאג ברכה א' שלש עשרה מידות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א איז אריינגעקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ"ד הגדול אום 5:45. בעל תפילה: הגה"צ ר' חיים יוסף ווערצבערגער שליט"א אב"ד הוניאד. מען האט געענדיגט ארום 6:45, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 9:25 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר יואל בר"א היילברוין הי"ו. דערנאך האט דער רבי געצינדן 5 ליכט לרגל די יומדהל''ק פון זקינו מרן הגה"ק רבי אלעזר ניסן זיע''א, און ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, נאכן ליינען האבן גומל געבענטשט פילע געסט פון ארה"ק און אייראפע וועלכע זענען געקומען וויילן אויף חודש תשרי בצל הקודש, און נאכן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין דרבינו תם בחדרו הפרטי.
ארום 11:05 איז רבינו שליט''א צוריק אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו אמירת כל ספר תהילים. בעל תפלה: הרה"ח ר' יהושע טעללער הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 1:15. נאך תהילים האט דער רבי געזאגט דעם וידוי הגדול פון רבינו ניסים מיט שטארקע בכיות א לענגערע צייט, דערנאך האט מען געליינט די קרבנות, בעל קורא: הגה"צ אב"ד הוניאד שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 2:10
דערנאך איז רבינו שליט"א אריבער צו די לעיק אויף די קוויקוועי גאס צו אמירת תשליך ברוב עם, און געזאגט די סדר אמירת תשליך בהשתפכות הנפש, מען האט געענדיגט ארום 2:25.
רבינו שליט''א האט געדאווענט מנחה ארום 6:50 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט, דער רבי האט געצינדן 5 ליכט און געזאגט קדיש לרגל די הילולא קדישא. דערנאך איז געווען זמני כניסה בקו''פ בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:00.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
מיטוואך ברכה א' 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ארום 5:45 איז רבינו שליט''א אריין געקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ''ד הגדול, בעל תפילה: הרה"ח ר' יושע שמואל ווידער הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 6:35, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר משה ב"ר יואל קויפמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ''ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר יוסף בנימין ווידער הי"ו. ב"ר אלי' פאוועל הי"ו. ב"ר יודא היימאן הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער מקום מנוחת קדשו פון זקינו מרן הגה"ק רבי אלעזר ניסן זיע''א וואס די יארצייט געפאלט שלוש עשרה מידות, און דער רבי האט א לענגערע צייט דערציילט זכרונות פון עטליכע נסיעות אין אייראפע מיט פערציג יאר צוריק.
אין די נאכמיטאג שעה'ן ארום 4:30 איז אריבערגעקומען בביתו נאוה קודש דער סופפער איטענדענט פון די ניו יארק סטעיט פאליס דעפארטמענט אינאיינעם מיט נאך הויכראנגיגע פאליציי אפיצירן נאכן אפהאלטן א לענגערע באזוך אין קר"י ווי זיי זענען ארומגעגאנגען אין שטאט אין באגלייטונג פון די הנהלת הקריה הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו, הרה"ח ר' גדלי' סעגעדין הי"ו, און הרה"ח ר' משה לייב וויטריאל הי"ו, אלץ א שריט צו פארמערן זיכערהייט אין די אידישע געגענטער צוליב די פארמערטע אנטיסעמיטישע אינצידענטן איבערן לאנד און דערביי זענען זיי אריבערגעקומען צו רבינו שליט"א אפצונעמען ברכת הקודש, הרה"ח ר' גדלי' הי"ו האט זיי פארגעשטעלט פארן רבי'ן און עס האט זיך פארצויגן א שמועס און דערביי האבן זיי אויסגעדריקט די התפעלות פון די שטאט קרית יואל, און שטארק ארויסגעהויבן די נידריגע פארברעכן ראטע אין קרית יואל, און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 6:15 ביז 12:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:00 און מעריב ארום 10:30, פאר מעריב האט דער רבי געצינדן 5 ליכט און געזאגט קדיש נאך מעריב לרגל די הילולא קדישא פון זקינו מרן הגה"ק רבי אלעזר ניסן זיע''א, און נאך מעריב ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דינסטאג ברכה א' 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אום 5:45 איז רבינו שליט''א אריין געקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ''ד הגדול, בעל תפלה: הר"ר חיים הערש מענדלאוויטש שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 6:30, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 9:45 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו תפילת שחרית. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר שמחה פנחס פריעדמאן הי"ו. ב"ר משה שטערן הי"ו. ב"ר יחזקאל שרגא בר"ב שטיין הי"ו. ב"ר חיים מרדכי מיטטעלמאן הי"ו. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
אין די נאכמיטאג שעה'ן איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
אויפן וועג האט זיך דער רבי אפגעשטעלט אין ענגלוואד ניו דזשערסי אויף ניחום אבילים ביי משפחת ש"ב הרה"ח ר' יוקל גראס ע"ה, עס האט זיך פארמירט א שמועס איבער די גרויסע זיידעס לבית וואלאווע און דער רבי האט געוואונטשן ברכת תנחומין.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 5:30 ביז 11:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א סיום כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' יעקב הערש היימאן הי"ו און ווערט אריינגעגעבן קומענדיגן דאנערשטאג נח אין ביהמ"ד לב אהרן אין וומסב''ג, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.
ארום 7:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
עס איז אריין בקו''פ הרה"צ ר' מנשה כ"ץ שליט"א אב"ד פריימאן וומסב''ג לברך ולהתברך בברכת השנים, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:30, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
מאנטאג ברכה א' 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אום 5:45 איז רבינו שליט''א אריין געקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ''ד הגדול. בעל תפלה: הרה"ח ר' משה מאיר גאטליעב הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 6:30, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן: לבן הנולד אצל ר' שלמה מנשה בר"י פאלקאוויטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. לבן הנולד אצל ר' זלמן לייב זופניק הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ''ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר הערשל ב"ר מאיר ווערטהיימער הי"ו. ב"ר שמואל שמעון זילבער הי"ו. ב"ר יצחק לעווי הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 6:00 ביז 11:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 7:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' גרשון מענדל פעלדמאן הי"ו - הרה"ח ר' ליפא הערשקאוויטש הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
זונטאג ברכה א' צום גדלי' 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אום 5:45 איז רבינו שליט''א אריין געקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ''ד הגדול. בעל תפלה: משב"ק הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 6:35, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 9:45 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו תפילת שחרית. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. בן הר"ר חיים הערש קאהן שליט"א. ב"ר אהרן שמואל גלאנץ הי"ו. ב"ר יוסף לייב סאנדער הי"ו. ב"ר חיים דייטש הי"ו. ב"ר יואל לאנדא הי"ו (אנטווערפן). ב"ר ישראל מייער הי"ו. ב"ר יעקב משה ווערצבערגער הי"ו. ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
ארום 5:40 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אן ביהמ''ד הגדול צו תפילת מנחה ודרשת שבת שובה. בעל תפילה: הרה"ח ר' אברהם משה פאלקאוויטש הי"ו. פתיחה: הרה"ח ר' אברהם דוד גאטליעב הי"ו (וומסב''ג). כהן: הרה"ח ר' ליפא פריעדמאן הי"ו (וומסב''ג). לוי: הגה''צ ר' חיים יוסף ווערצבערגער שליט"א אב"ד הוניאד. שלישי - מפטיר: רבינו שליט"א. הגבה: הרה"ג ר' יוסף לייב קאהן שליט"א. גלילה: הר"ר שלמה זלמן וויינבערגער שליט"א.
נאך מנחה איז דער רבי ארויף אויפן ארון קודש צום דרשת שבת שובה במעמד אלפי אנ''ש וועלכע האבן איבערגעפילט דעם גאנצן ביהמ''ד הגדול מיט אלע אירע פליגלען, און האבן זוכה געווען צו א שעה של קורת רוח מיטצוהאלטן די דב''ק דרשת שבת שובה. דער רבי האט מתפלל געווען א תפילה חרישית און אנגעהויבן די דרשה אויפן פסוק 'האזינו שמים ואדברה ותשמע הארץ אמרי פי' מיט לענגערע דרוש ופלפול ובדרך אגדה פון אריבער א שעה צייט אין די סוגיא פון מצות לאו ליהנות ניתנו, און דערנאך ממשיך געווען בדברי מוסר וחיזוק איבער לימוד התורה, קביעות עתים לתורה, עניני תפילה ועניני צניעות, כח הקדושה פון שטאט קרית יואל וואס צווואקסט זיך אין אלע זייטן, און ארויסגעברענגט די הצלחה פון די תקנות וואס מען האט געמאכט פון די דירות אין קר"י פאר בלויז דריי הונדערט דאלער א סקווער פוס, און געבעטן דעם גאנצע ציבור זיך צו האלטן צו דעם און נישט קויפן פאר טייערער, און ארומגערעדט איבער די שווערע מצב המלחמה אין ארה''ק מען דארף מתפלל זיין פאר אחב''י און נזהר זיין נישט חלילה משבח זיין די רשעים נישט אריינצופאלן מיט קיין קעלבערנע התפעלות, נישט ליגן אזויפיל אין די נייעס איבער די וואלן אין אמעריקע, מתפלל זיין איבער די גזירות החינוך אין ניו יארק. דערנאך ארומגערעדט זיך צוצוגרייטן צו יום הקדוש מיט משניות מס' יומא, וליתר שאת דעם רא"ש סוף מס' יומא ווי ער שרייבט אראפ בקיצור די סדר העבודה, טראץ וואס עס איז מצוות לאו ליהנות נתנו איז עס אבער נישט אסור און מען מעג הנאה האבן און איז נישט שייך קיין געשמאקערע זאך ווי זיך צוצוגרייטן צו א מצווה מיט אלע פרטי הלכות און געוואונטשן מען זאל זאל זוכה זיין צו א תשובה שלימה און מסיים געווען ברוב ברכות.
מען האט געענדיגט די דרשה אום 7:35, נאך עטליכע מינוט ביים זמן ר"ת האט דער רבי געדאווענט מעריב בהיכל הביהמ"ד, בעל תפילה: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.