פארגאנגענעם מיטוואך ביים מסיבת חמשה עשר בשבט "בהיכל כוללינו בארא פארק" האט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביי די דב"ק צום ערשט ארויסגעברענגט לשבח פון 'די כולל אין בארא פארק' וועלעכע איז געווען די 'ערשטע' אויסצופאלגן די פקודת הקודש ביים היסטארישן "שבת תולדות -עמלי תורה" צו העכערן די געהאלט פון די רבני הכולל, "ממנו ילמדו וכן יעשו".
דערנאך האט די רבי שטארק ארומגערעדט לשבח פון קהלתינו הק' די בכל אתר ואתר ווי מען זעט ליל שישי בחורים, אבריכים, זקנים, אויפשטיין פארטאגס עוסק זיין בתורה ובאמירת תהילים.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מיטוואךי"ד שבט תשפ"א1/27/2021
מודעה
היינט וועט פארקומען בהיכל כוללינו אין בארא פארק די מסיבה לכבוד "חמשה עשר בשבט" בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, באופן פנימי לרבני הכולל.
דאנערשטאגכ"ג טבת תשפ"א1/7/2021
נייעס
און דעי טעג זענען זיך אנ"ש תושבי ב"פ משתתף בגוף ובממון ביים קאמפיין "בית חיינו" לטובות דעם מקום תורה "היכל התורה בית חי' " בבית מדרשינו הגדול בארא פארק, וואס לאור המצב קומט נישט פאר די יערליכע דינער, צאו בהמוניכם להרמת קרן התורה
מיטוואךט"ו טבת תשפ"א12/30/2020
נייעס
מעמד חנוכת הבית וקביעות מזוזה אין נייעם בנין הישיבה גדולה בארא פארק אין סטעטלן איילענד אינאיינעם מיט'ן שלחן הטהור לרגל הילולת הרה"ק מ'שינאווע זי"ע בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
תפילת מנחה.
זונטאגה' טבת תשפ"א12/20/2020
נייעס
מארגן מאנטאג וועט פארקומען די מעמד "חנוכת הבית וקביעות מזוזה" פאר ישיבתינו הק' ישיבה גדולה בארא פארק בהנהלת הגה"צ גאב"ד ציעשנוב שליט"א -ראש הישיבה, אינעם נייעם פראכטפולן בנין אין סטעטנ"ד איילענ"ד אין שפיץ פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וועלעכע וועט אויך מאריך זיין שלחנו הטהור לרגל היומא דהילולא קדישא של הרה"ק משינאווא זי"ע מזמור שיר חנוכת הבית!
זונטאגי"ג כסלו תשפ"א11/29/2020
באריכט
גאר שטארקע דב"ק דברי הדרכה דברים קילורין לעינים זענען געהערט געווארן היינט מוצ"ש דורכ'ן מנהיג ישראל כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביים דינער לטובות מוסדותינו הק' בבארא פארק איבער די דרך המלחמה און די יעצטיגע צייטן קעגן די גזירת החינוך, ווי די רבי האט קלארגעשטעלט אז מען מיז שטיין 'פעלזן פעסט' און זיך נישט אוועקרירן פון די ביז יעצטיגע סדר ותוכן הלימודים און אז מען מיז ווייזן די ריקן פאר די רעגורונג און זיך נישט געפעלן פאר זיי.
צום ערשט האט די רבי ארומגערעדט א לענגערע צייט בדברי שבח פאר די הנהלת המוסדות וואס האבן געהאלטן אפען די מוסדות במסירת נפש און דערמיט געוויזן פאר די רעגורונג אז זיי האבן צוטיען מיט א 'עם קשה עורף' ווי מען האט טאקע געזען אז די רעגורונג האט זיך געבראכן, און דאס דארף מיר טיען מען דארף אראפ שטעלן א אומ-בויגזאמע שטעלע פונעם יהדות החרדית אז מען גייט גארנישט משנה זיין און אונזער חינוך, ווי די רבי האט אויסגעשריגן צום רעגורונג "..אונז האמיר א חינוך א גיטע חינוך, זייער חינוך טויגט נישט 'אונזער חינוך איז משופרא דשופריא' און די רעגורונג זאל וויסן אז אונז גיימיר נישט טוישן נישט 'די יארן ווען מען זאל לערנען' און נישט 'די שעות' און נישט 'די ספר מיט די תוכן הלימודים' אזויווי סגעווען ביז היינט וועט זיין ווייטער.." דאן האט די רבי ארויסגעטראטן קעגן די נייע לימוד פון "קאמאן קאר" ווי די רבי האט דערמאנט אז ער האט זיך נישט אריינגעלאזט און דעם ענין און האט נישט קיין מיינונג לא לכאן ולא לכאן ווייל סאיז נישט קיין נפק"מ להלכה! "דערביי האט די רבי געזאגט די קלארע הוראה: "ביי מיר שטייט א ווארט פונעם פעטער ז"ל לגבי די לימודי חול מען מעג לערנען מיט די קינדער לימודי חול אבער מען זאל אכטונג געבן אז "סזאל נישט ווערן געשמאק און נישט צוענדיג" און דעי נייע תוכן הלימודים "דאס איז אז סזאל ווערן געשמאק און ציענדיג" במילא איז עס ביי אונז 'פסול' 'צו עס איז יא כשר צו עס איז נישט כשר' איז אונז נישט נוגע לדינא ביי אונז ליגט די הוראה פונעם פעטער ז"ל. ביי אונזערע מוסדות וועט מען לערנען לימודי חול ווי די רעגורונג פאדערט, אבער די ביכלעך וואס מען האט געלערנט פאר 20 יאר צוריק!
דערביי האט זיך די רבי געוואונדן צו געוויסע עסקנים וואס טיען מאכן פשרות מיט די לימודים און די רבי אויסגעשריגן צו זיי סאיז א "טעות גדול" ווייל דאס מיינט אז זיי טיען אנערקענען פאר די רעגורונג אז סאיז דא א פלאץ ווי מען דארף זיך פארבעסערן, "אונז זאג מיר פאר די רעגורונג אונזער חינוך איז גוט און די רעגורונג זאל נישט אריינזאגן קיין דעות ווי אזוי צו פירן אונזער חינוך" די דרך פון די אגודיסטישע פארטיי איז צו מאכן פשרות, 'דעי עסקנים זענען פארבינדן צו אגודיסטן' וויל איך זיי בעטן "זייטס נישט קיין אגודיסטן!! און מאכטס נישט קיין פשרות!!! אז עטץ וועט ארויסקומען מיט א פשרה וועט עטץ ארויסגיין 'ללעג ולקלס'!! 'כלל ישראל וועט נישט מקבל זיין קיין פשרות' מיט דעם וואס עטץ ברענגטס אריין די נייעה שיטה פון לימודי חול ווילט עטץ געפעלן פאר די רעגורונג, "אונז וויל מיר נישט געפעלן" 'ווייל סאיז נישט קיין נפק"מ וואס זיי זאגן יא, און וואס זיי זאגן נישט, אונז וועל מיר נישט משנה זיין און מען טאר נישט משנה זיין.
דאנערשטאגי' כסלו תשפ"א11/26/2020
נייעס
תלמידי ישיבתינו "ישיבה גדולה בארא פארק" וואס האבן זיך ביז היינט אויפגעהאלטן אין סיגעט האבן זיך נעכטן בס"ד אריבער געצויגן צו א נייע פראכטפולע בנין און סטעט"ן איילענ"ד.
און די קומענדיגע טעג וועט פארקומען די מעמד 'חנוכת הבית' און שפיץ פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א און די ראש הישיבה הגה"צ גאב"ד ציעשנוב שליט"א מער פרטים וועט נאכפאלגן. הרחיבו מקום אהליך!
פרייטאגי"ט מרחשון תשפ"א11/6/2020
נייעס
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א באזיכט אין די "תלמיד תורה" דמוסדותינו הק' בארא פארק פון די עלטערע כתות נאכן חומש סעודה
נייעס
"חומש סעודה" דורך מוסדותינו הק' בארא פארק פארגאנגענעם וואך דינסטאג אין שפיץ פונעם נשיא המוסדות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
מיטוואךי' מרחשון תשפ"א10/28/2020
באריכט
נעכטן אין בארא פארק האט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א באזוכט אין תלמוד תורה דמוסדותינו הק', דער רבי האט זיך ארומגעדרייט און אריין אין אלע כתות זיך צוקיקענדיג מיט א קורת רוח אויף די קול תורה פון די הונדערטער תשב"ר.
אויפן וועג ארויס האבן זיך באגריסט מיט רבינו שליט''א חברי הנהלת מוסדות ראחמיסטריווקא ווי מען האט ארומגערדט איבער די מסי"נ פון האלטן אפען די תלמידי תורות ווי ער האט זיך אויסגעדריקט פארן רבין "מדארף באדאנקען דעם רבי'ן דער רבי געבט דער שטארקייט אריין פאר יעדעם איינעם." דער רבי האט געווינטשען ברכות קדשו "דער אייבישטער זאל האלטן א רעכטע האנט אויף אלע מוסדות", און ארויסגעברענגט "מדארף זעהן צו האלטן אפען, נישט טשעפענען די גאווענער מדארף לערנען ווייל מ'דארף לערנען מטשעפעט נישט מיטן גאווענער"
"דרוש בשלום העיר."
דינסטאגט' מרחשון תשפ"א10/27/2020
באריכט
היינט נאכמיטאג איז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אנגעקומען אין בארא פארק אין ביהמ"ד הגדול ווי די רבי האט באשיינט די חומש סעודה במוסדותינו הק' ביי די דב"ק האט די רבי ארומגערעדט "פייערדיגע דברי חיזוק ודברי מחאה" ארויסגעברענגט די שבח פון די הנהלת המוסדות און די עסקנים וואס האלטן אפען די מוסדות און פארדאמט די פראטעסטן אין ב"פ זיך רייצן מיט די גוים בעת מיר זענען אין גלות וואס איז געמאכט געווארן דורך בנין נערים אן קיין שום דעת תורה ווי די רבי האט זיך אויסגעדריקט בלש"ק "..אונז מאך מיר נישט קיין מהומות אין די גאסן און מטאר נישט מאכן קיין מהומות אין די גאסן" ..חלילה וחלילה מיט צושטיין מיט דעם" ..אשרי האיש אשר לא הלך בעצת רשעים גייט ארויף אויף דעם"
מאנטאגג' תשרי תשפ"א9/21/2020
בילדער · 12
מעמד הכנסת ספר תורה צו בית מדרשינו 15 בארא פארק בנדבת כ"ק הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א אין שפיץ פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א
די ביהמ"ד אנגעגרייט לכבודה של תורה כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א אין אחיו כ"ק הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א ביים אריינשרייבן א אות אין ביים מסיבת לחיים
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א ביי די פייערדיגע ריקודי קודש אין גאס אין אינעם ביהמ"ד און ביים פארזאגן לדוד מזמור
כ"ק הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א אין כ"ק הגה"צ גאב"ד דקהלתינו ב"פ שליט"א ביים טאנצן מיטן תורה