בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes

Satmara Niyes

What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Reports

← Show all

Monday14 Nissan 57844/22/2024

Report
זונטאג פרשת אחרי א' - בדיקת חמץ - 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר סנדר יעקב הלל גרינוואלד הי"ו.
ב"ר דוד צבי גראס הי"ו.
ב"ר פנחס אלעזר פריעד הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג ארום 7:50 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ביהמ"ד הגדול, בעל תפילה: ר' יודל ברנ"ש שווארטץ הי"ו.
נאך מנחה איז פארגעקומען דער מעמד המרומם 'שאיבת מים שלנו' במעמד אלפי אנ''ש, מען האט געזינגען מערערע ניגוני שמחה והתעוררות.

רבינו שליט''א האט משמיע געווען פייערדיגע דברות קודש מיט לענגערע דברי הדרכה והכנה צום יו"ט פסח און ארומגערעדט גאר שטארקע דברי אמונה אז דורך דעם וואס מען פרייט זיך יעצט מיט די גאולה השלימה וואס גייט בקרוב זיין אין דעם זכות וועט מען זוכה זיין עס צו זען במהרה, און מסיים געווען בברכות לרוב.

מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני התעורורות און געזינגען ויהי נועם, דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט ברגש קודש און געזאגט די לשם יחוד לשם מצות מצוה און געשעפט מים שלנו פונעם קראן אויפן בימת הכבוד און אריינגעגאסן און עטליכע קריגלעך דערביי ציילענדיג במספר האותיות א' ב' ג' וכו', און דערנאך מכבד געווען הרבנים הגאונים בני וחתני רבינו שליט"א ורבני ודייני קר''י צו שעפן, און זיך בשמחה של מצוה וקדושה ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודין א לענגערע צייט. מען האט געענדיגט ארום 8:55.

תיכף נאכן מעמד האט דער רבי געדאווענט מעריב בהיכל הביהמ"ד. בעל תפילה: הרה"ח ר' ברוך מרדכי מארקאוויטש הי"ו.

נאך מעריב איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש. דער רבי האט אויסגעלייגט די 10 ברעקלעך ארום דעם טיש כנהוג, געמאכט די ברכה על ביעור חמץ בהתלהבות און צוזאמגענומען די ברעקלעך און דערנאך ממשיך געווען בטירחא דגופא דעם גאנצן הויז בודק חמץ זיין, ביים ענדיגן האט דער רבי געזאגט כל חמירא בהשתפכות הנפש.

שפעט אויפדערנאכט האט דער רבי מסדר געווען און נאך ארויסגעשיקט דעם לעצטן טייל צדקות פון קמחא דפסחא לכבוד יו"ט.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
שב''ק פרשת טהרה שבת הגדול 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פרייטאג צונאכטס ארום 8:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרה"ח ר' אליעזר היילברוין הי"ו.

מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:50. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 12:10 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחה''ט בהיכל השלחנות, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אור אייניקל הב' אלימלך אשכנזי ני"ו בן הרה''ג ר' חיים הערש שליט"א רב דביהמ"ד רב טוב, הגבהת הכוס: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: נכדו הרב מאיר יודא אשכנזי שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, מנוחה ושמחה: נכד רבינו הרב נחמן כהנא שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה א טעם פארוואס מען ריפט דעם שבת שבת הגדול, אז דורך דעם וואס די אידן האבן מקבל געווען שבת סיי במעשה און סיי בדיבור האט מען גערעכנט די שלעכטע דיבורים פון די מצריים צו משלים זיין דעם זמן היציאה.

קה אכסוף: נכד רבינו הרב משה מייזליש שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, ברכהמ''ז: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק ר' אשר'ל מראפשיץ זיע''א וואס די יארצייט געפאלט מאנטאג ערב פסח.

קה רבון עלם: נכד רבינו הרב ברוך רוקח שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א, די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, אז ביום השביעי: הרה"ח ר' פנחס משה לאנדא הי"ו (ב"פ). מען האט געענדיגט ארום 2:00.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:40. פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' שלום יצחק שעהר הי"ו (אנטווערפען), דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק, און צוגעגאנגען צו שחרית ויוצר.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' ליפא עפשטיין הי"ו (מאנטרעאל). פסוקי שמע ישראל: הר"ר מענדל גאלד שליט"א אב"ד לובלין.

עליות. כהן: ר' אפרים גאלדמאן הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. לוי: הרה"ח ר' שלמה מאשקאוויטש הי"ו. שלישי: הרה"ח ר' אלי' ניישטאדט הי"ו. רביעי: הרה"ח ר' יושע שמואל ווידער הי"ו. חמישי: הרה"ח ר' ליפא ניישטאדט הי"ו. שישי: רבינו שליט''א.

נאכ'ן עולה זײן האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' חיים אברהם קעסלער הי"ו.
ר' שלמה זלמן בר"ל עפשטיין הי"ו.
ר' ישי שטיין הי"ו.
ר' בנציון כ"ץ הי"ו.
ר' משה יודא הערשקאוויטש הי"ו.

שביעי: ר' יואל ברמ"א ניימאן הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. אחרון: הרה"ח ר' פנחס משה לאנדא הי"ו. מפטיר: הרה"ח ר' ברוך מרדכי מארקאוויטש הי"ו. הגבה: הרה"ח ר' בערל שטיין הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' יעקב קעסלער הי"ו.

מוסף: הרה"ח ר' יושע שמואל ווידער הי"ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' יוסף עמרם מארקאוויטש הי"ו, מען האט געליינט נשיא כנהוג.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' שמשון זאלדאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. מען האט געענדיגט ארום 12:55.

מיטאג טיש האט דער רבי געפירט אינעם בנין פון מבצר הכוללים אינאיינעם מיט די קינדער און אייניקלעך, ביי קידוש האט מען אריינגעברענגט נאנט, קינדל, און המן טאשן כנהוג אום שבת הגדול.
ביי די סעודה האט הרה"ח ר' שלמה הערש ברא"י עקשטיין הי"ו אריינגעברענגט א געפילטע העלזל לכבוד די קידוש פון א אייניקל.
מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ רבי שלמה רובין שליט"א אב"ד ציעשנוב קר"י.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:15. מנחה: הרה"ח ר' יחזקאל בראך הי"ו. הוצאה והכנסה: הרה''ג ר' אביגדור הערשקאוויטש שליט"א. כהן: הרה"ח ר' משה חיים פריעדמאן הי"ו. לוי: הר"ר אלעזר רובינפעלד שליט"א. שלישי: הגה''צ ר' משה טייטלבוים שליט"א דומ''ץ דביהמ"ד בית שמואל בנימין. הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרה"ח ר' יחזקאל וויינגארטן הי"ו.

נאך מנחה איז דער רבי אריבער בבנין מבצר הכוללים ווי דער רבי האט געפירט של''ס.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה א טעם פארוואס די שבת ווערט אנגערופן שבת הגדול און געטייטשט אז די אידן האבן זיך געדארפט מפריש זיין פון עבירות סיי פון די עצם עבירה און סיי אויף די צייט פון די עבירה, דורך שב''ק וואס די עבודה איז צו טוהן מצוות בשמחה האט עס מכפר געווען אויך ביידע און מען האט געקענט צוטרעטן צו הקרבת קרבן פסח.
ידיד נפש: הרה"ח ר' ליפא פריעדמאן הי"ו (וומסב''ג), קל מסתתר: הר"ר הערשל טעלער שליט"א (וומסב''ג), דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס.

מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' ברוך מרדכי מארקאוויטש הי"ו. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 10:35.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Friday11 Nissan 57844/19/2024

Report
פרייטאג ערש''ק טהרה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יואל קארנבלי הי"ו.
ב"ר פנחס איידליס הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

▫ סאטמאר'ע נייעס 🌴
Report
דאנערשטאג פרשת טהרה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
לבן הנולד אצל ר' מאיר הערש פייערשטיין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' אלי' גאלדבערגער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יואל קליין הי"ו.
ב"ר יצחק אייזיק הלוי שווארץ הי"ו.
ב"ר יוסף זאב בר"א מויזקאפף הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל הרה"ג ר' יהוסף שווארטץ שליט"א, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים און דער בעל ברית בחדרו הפרטי.

דערנאך איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' בנציון קליין הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל חתנו ר' מאיר משה גאנדעל הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

אין די נאכמיטאג שעה'ן איז דער רבי אראפ אויפן אונטערשטן שטאק בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט קובע געווען די מזוזות אויפן נייעם צוגעבויעטן חלק ביים גרויסן זאל וואס איז נארוואס פארענדיגט געווארן צו קענען אקאמאדירן די הונדערטער חתנים וועלכע וועלן מיטהאלטן די געהויבענע לילי הסדר בצל הקודש.
דער רבי האט געמאכט די ברכה און קובע געווען די מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג און דערנאך ארויפגעלייגט די מזוזות אויף אלע אנדערע טירן, דערנאך האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויפן נייעם צוגעבויטן פסח קאך צו קענען אהערשטעלן די סעודות, און דערביי געגעבן פארשידענע הוראות לקראת חג הפסח הבעל"ט.

ארום 8:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 9:00 ביז 12:00 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש, אויף איהעל קט.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
מיטוואך פרשת טהרה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב שעהנברוין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
בן הרה''ג ר' יואל הערש קאהן שליט''א מו''ץ בקהלתינו וומסב''ג.
ב"ר נפתלי הירצקא גלאנץ הי"ו.
ב"ר יוסף לייב ווערצבערגער הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.

נאכמיטאג ארום 8:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 9:20 ביז 12:50 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:50.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
דינסטאג פרשת טהרה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' מרדכי יונה ווידער הי"ו (וומסב''ג), ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יואל רייזמאן הי"ו.
ב"ר יצחק מנחם בערגער הי"ו.
ב"ר שלום שכנא לעוו הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאך שחרית איז דער רבי אריבער בבית חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א צו די שמחת החאלאקע פון נכדו הילד מאיר בן חתנו הרב חיים יעקב רוקח שליט"א, דער רבי האט אפגעשניטן עטליכע האר און אנגעטוהן די קאפל און ציצית און מאציל געווען מברכת קדשו, און דערנאך זיך געוואשן צו פת שחרית ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, און דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס.

אין די מיטאג שעות האט דער רבי מסדר געווען די נדבות פון נגידי אנ"ש וועם דער רבי האט באשטייערט, אינעם סכום פון קרוב צו א מיליאון דאללאר פאר די גרויסע חלוקה פון קמחא דפסחא, וואס איז אפגעשיקט געווארן פאר אלע אנשי שלומינו תושבי ארה"ק, און איז דארט פארטיילט געווארן מיטוואך פארנאכטס.
נאכמיטאג ארום 4:40 איז דער רבי אנגעקומען אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש צו די פריוואטע שבע ברכות בחצרות קדשנו צוגעשטעלט דורך רבינו שליט"א, ווי עס זענען ספעציעל געלאדענט געווארן די מדריכים פון מפעל בית נאמן שע"י קר''י, דער רבי האט זיך געוואשן צו די סעודה, און במשך די סעודה האבן אויפגעטרעטן עטליכע מדריכים ווי זיי האבן דערביי אנגעפרעגט פארשידענע שאלות בהשקפה, ובמנהג, אויף וואס דער רבי האט געענטפערט און אויסגעשמועסט בטוב טעם ודעת, דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה בדברי דרוש בעניני שמחת חתן כלה און ארויסגעברענגט די אחריות וואס ליגט אויף די מדריכים מדריך זיין בדרך המסורה לנו און נישט זיך לאזן נאכשלעפן פון פרעמדע דרכים אשר אין רוח חכמים נוחה הימנו, און מסיים געווען בברכות לרוב.
דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן, און מיט ברכת המזון מכבד געווען נכדו החתן הרב חיים יחזקאל שרגא ט"ב שליט"א, און דער רבי האט געזאגט די שבע ברכות. מען האט געענדיגט ארום 6:50.

דערנאך האט דער רבי געדאווענט מנחה בביהמ"ד בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

נאך מנחה איז דער רבי אריינגעפארן צו די וועכנטליכע זמני כניסה אין וומסב''ג.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:30 ביז 12:10 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:50 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
אזוי אויך איז פארגעקומען א קורצע אסיפה מיט הנהלת תורתך שעשועי איבער די פלענער פון די קומענדיגע לעצטע מסכת און דעם סיום כל הש"ס כלו וואס ווערט געפלאנט אויף חודש סיון שנת תשפ"ה הבעל"ט.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
מאנטאג פרשת טהרה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אהרן בערגער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בבנין התלמוד תורה 'ווידער פאלאטשעק' אינאיינעם מיט די תלמידי כתות ו' ז' ח' סניף הר"ר יעקב שלום ווייס שליט"א. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יואל ברי"פ ווייס הי"ו.
ב"ר נתן ברוינער הי"ו.
דער רבי האט געצינדן 5 ליכט און יורד געווען לפני התיבה לרגל די יארצייט פון זקינתו הרבנית חנה ע"ה אשת חבר הגה''ק הקדושת יו"ט זיע''א, און ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים לכבוד המעמד, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר אלע קינדער און פארטיילט שיריים פאר די אייניקלעך, און משמיע געווען דב"ק והדרכה לכבוד יו"ט פסח הבעל"ט און מסיים געווען בברכת קדשו.

נאכמיטאג ארום 8:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש, דער רבי האט געצינדן ליכט און יורד געווען לפני התיבה לרגל די יארצייט פון די באבע ע''ה.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 9:00 ביז 10:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' יואל ברי''מ בלייך הי"ו - ר' משה דוד וויינגארטן הי"ו.

נאך די זמני כניסה ארום 11:10 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין ביהמ"ד בית בית שמואל אין שכונת דברי חיים צו די שמחת השבע ברכות בחצרות קדשינו צוגעשטעלט דורך די מתפללי הביהמ"ד לכבודו פון רבינו שליט"א און הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א, אינאיינעם מיט א סיום מס' סוטה במסגרת חבורת יסודי התורה דורך די ביהמ''ד, ביים אנקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ, און עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' ארי' הערשקאוויטש הי"ו גבאי בית מדרשינו אין שכונת זרע קודש.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן גאנצן ציבור תושבי השכונה, און משמיע געווען דברי תורה בענין שמחת חתן וכלה, און ארומגערעדט איבער די הרחבת גבולי הקדושה וואס די שכונה איז א חלק פונעם עיר הקודש קרית יואל, און ארומגערעדט בשבח פון די תושבי השכונה און פון הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א, און מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך האט הרה"ח ר' הערשל פריעדמאן הי"ו אויפגעטרעטן מיט דברי בדחנות, און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן א לענגערע צייט.
מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען דער מחותן הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א און די שבע ברכות גיסו הגה"צ אבד''ק ב"פ שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 12:10.
דערנאך האט דער רבי געדאווענט מעריב בהיכל הביהמ"ד, און נאך מעריב געמאכט קידוש לבנה בחצר הביהמ"ד.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
לֹא נִתְּנוּ מוֹעַדִים לְיִשְרָאֵל אֶלָא כְּדֵי שֶיַעַסְקוּ בַּתּוֹרָה

קחו ברכה אל תוך בתיכם!

גליון "קול התאחדותינו מוגדל"
לכבוד חג הפסח שנת תשפ"ד לפ"ק.

(מהדורת ארה"ב)

יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו

גם רצו"פ:
- מדור משולחן מלכים רבתי
מכ"ק רבינו הגה"ק שליט"א
- מדור שיחות קודש
מרביה"ק בעל ברך משה זצוק"ל

עם מאמרים נפלאים פינת יקרת
בענין: סגולת חודש ניסן
בענין: סימני ליל הסדר
מאת הג"ר שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א

בענין: פריסת יחץ
מאת הג"ר יואל שווארטץ שליט"א

בענין: מצה שרוי'ה
מאת הג"ר ברוך שטערן שליט"א

ועם מדור מעשה חש"ב החדש 'שבחי רמב"ן'
ביאורים בדברי הרמב"ן בפרשתן

ועוד מאמרים יקרים, מלאים זיו ומפיקים, לכבוד החג מסודרים, עם אוצר מלא תוכן, בקורות עם ישראל לדורותם, 180 דפים של עונג יום טוב!
ַ
טעמו וראו כי טוב!

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
📄 פסח תשפ''ד חו''ל13.4 MB

Monday7 Nissan 57844/15/2024

Report
זונטאג פרשת טהרה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
לבן הנולד אצל ר' אליעזר מאיר סאמעט הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' שמואל בר"י גאלדשטיין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר אברהם מייער הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

אויפן וועג ארויס נאך שחרית איז דער רבי אראפ צו די נייע חדר בית הוראה אין ביהמ"ד הגדול, דער רבי האט זיך אומגעקוקט און געהערט א באריכט פון הרה"ג ר' וואלף אהרן טעללער שליט"א איבער די ווייטערדיגע פלענער און געגעבן ברכת קדשו.

ארום 8:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:25 ביז 10:20 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים. ר' נתן נטע הויזער הי"ו - ר' שלום אליעזר בערגער הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:30 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

נאך די זמני כניסה ארום 10:40 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד בית ברוך צו די צענטראלן שבע ברכות צוגעשטעלט דורך די מתפללי הביהמ"ד לכבודו פון רבינו שליט"א און הגה"צ רב דביהמ"ד שליט"א, הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה, און דערנאך האט אויפגעטרעטן בדברי בדחנות האברך ר' אברהם מערץ הי"ו.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, פאר די זיידעס און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דברי תורה בענין שמחת חתן וכלה, און ארומגערעדט בשבח פונעם ביהמ"ד און פון בנו הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א, און מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן אינאיינעם מיטן חתן און די גאנצע אויבנאן א לענגערע צייט. מען האט געענדיגט ארום 11:20.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
שב''ק פרשת תזריע 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בקרב קהלתינו הק' בוומסב''ג

פרייטאג צונאכטס ארום 8:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: ר' ארי' לייב ב"ר יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו.
במשך דעם שב"ק האט דער רבי געזאגט די קדישים לרגל די יארצייט פון די באבע הרבנית ברכה סימא ע"ה אשת חבר הרה"ק בעל עצי חיים זיע''א, וואס איז געפאלן בו ביום, שב"ק ה' ניסן.

מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:45, דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין בחדרו הפרטי.

ארום 10:15 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחה''ט בהיכל תהילות יהוסף אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה לצעירים וומסב''ג, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' יחזקאל שרגא ט"ב בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א, הגבהת הכוס: הרה''ג ר' גבריאל געשטעטנער שליט"א ר"מ בישיבה לצעירים.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הגה''צ ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה"כ וומסב''ג, מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' יואל שווארטץ שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד בנין געלבשטיין.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'וביום השמיני ימול בשר ערלתו' אוןגעטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון עשה דוחה לא תעשה.

קה אכסוף: הרה''ג גבריאל געשטעטנער שליט"א, ברכהמ''ז: הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק בעל אוהב ישראל מאפטא זיע''א וואס די יארצייט איז געווען בו ביום, שב"ק ה' ניסן.

קה רבון עלם: הגה"צ רבי הערשל מייזליש שליט"א רב דביהמ"ד בית נחום דוב בן הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א. די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, און עס איז פארגעקומען די שלום זכר ביי ר' מרדכי יונה ווידער הי"ו, און ר' בערל ליכטמאן הי"ו. אז ביום השביעי: הרה''ג ר' הערשל טעללער שליט"א ר"מ בישיבה לצעירים. מען האט געענדיגט ארום 12:50.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:45. פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו. צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם שמחה הערשקאוויטש הי"ו, פסוקי שמע ישראל: הגה''צ מנחם נפתלי טייטלבוים שליט"א אב"ד טשענסקאוויץ.

עליות. כהן: הרה"ח ר' משה יוסף האפפמאן הי"ו (ב''פ). לוי: הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו. שלישי: הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א. רביעי: החתן ב"ר בערל ווייס הי"ו - באווארפען. חמישי: ר' מרדכי יונה ווידער הי"ו. שישי: רבינו שליט''א. שביעי: ר' יעקב יוחנן ברש"ע מיטטעלמאן הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. אחרון: ר' ישראל מאיר ברי"י קליין הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. מפטיר: הרה"ח ר' מרדכי ווייס הי"ו (סיגעיט). הגבה: הרה"ח ר' יואל בר"מ פריעדמאן הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' יצחק מיטטעלמאן הי"ו.

צו תפילת מוסף איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יארצייט פון די באבע הרבנית חנה ע"ה אשת חבר הגה"ק בעל קדושת יו"ט זיע''א וואס געפאלט מאנטאג ז' ניסן, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' משה הלוי פריעדמאן הי"ו. מען האט געליינט דעם נשיא כנהוג. מען האט געענדיגט ארום 12:30.

בשעה שהחכם יושב ודורש

נאכמיטאג ארום 6:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום דרשת שבת הגדול במעמד אלפי אנ''ש וועלכע האבן איבערגעפילט די גאנצע ביהמ''ד הגדול פון ברעג צו ברעג, ווי אויך איז אהנגעקומען א קבוצה פון אנ"ש וואס האבן אריינגעוואקט שבת נאכמיטאג פון ב"פ.
דער רבי האט זיך מתעטף געווען מיטן טלית מיט א ברכה, און ארויף אויפן ארון הקודש און געזאגט א תפילה חרישה, און אנגעהויבן די דרשה, צום ערשט מיט א לענגערע דרוש ופלפול אין די סוגיא פון 'דבר שיש לו מתירין' וואס דער רבי האט פארגעלערענט אין ישיבה, און ממשיך געווען בדברי דרוש, אגדה ומוסר צו מאכן די ריכטיגע הכנה צום יו"ט פסח און מקיים צו זיין די מצוות הלילה און בכלל מצוות מיט חיות והתלהבות, און זיך גוט צוגרייטן צו די מצוה פון והגדת לבנך אריינצוברענגען אמונה אין די קינדער, לערנען ספה"ק דרך פיקודיך וואס רעדט ארום פון די מצוות החג, און מעורר געווען בדברים הצריכים תיקון, גיין בדרך המסורה, צניעות ביי נשים, בעניני טעכנעלאגיע און אויפגעפאדערט די הנהלת המוסדות מחזק צו זיין די תקנה וואס איז שטרענג פארסירט אין קר''י און אין ב"פ ביים איינשרייבן קינדער אין די מוסדות, קביעות עתים לתורה אויפשטיין פארטאגס לערנען, און מחזק געווען זיך אנצושליסן אין חבורת יסודי התורה וועלכע הייבט אן אין די טעג א נייע מסכת מס' גיטין.
און דערביי דערמאנט די גזירה פון גיוס בני ישיבות אין ארה"ק אין די גזירות החינוך אין ניו יארק, מען דארף מתפלל זיין די רשעים זאלן נישט האבן קיין שליטה, די חברי הכנסת אין ארץ ישראל און פארשידענע עסקנים אין ניו יארק זאלן נישט איינגיין חלילה אויף פשרות, און מסיים געווען ברוב ברכות. מען האט געענדיגט ארום 7:20, דער רבי האט געזאגט קדיש, און אריין בחדרו הפרטי.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז דער רבי איז אריינגעקומען ארום 8:05. מנחה: הרה"ח ר' יעקב הערש היימאן הי"ו. הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' משה חי"ל גוטמאן הי"ו (ב"פ).
כהן: הרה"ח ר' ישראל מאיר רובין הי"ו. לוי: הרה"ח ר' שמחה טייטלבוים הי"ו. שלישי: הרה"ח ר' אברהם יעקב בערקאוויטש הי"ו (ב"פ). הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרה"ח ר' יוסף אהרן לעפקאוויטש הי"ו (ב"פ).

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' אברהם יעקב בערקאוויטש הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' אברהם יהושע גראס הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'אשה כי תזריע' און געטייטשט אז די מצות איז מיכלא דמהימנותא, אידן מאל אין מצרים האבן דאס געגעסן מכח זייער שטארקע אמונה און זיי האבן שוין דעמאלטס געזעהן די גאולה מיט זייער אויגן, היינט עסן מיר אויך די אפיקומן מיט א שמחה דקדושה וויבאלד ווען עס וועט זיין כח גאולה וועט זיין א שמחה אין די גאנצע בריאה, ובגודל אמונה פון אידישע קינדער שפירט מען שוין יעצט די שמחה.

ידיד נפש: הרה"ח ר' משה יוסף מיטטעלמאן הי"ו, קל מסתתר: הרה"ח ר' יוסף אהרן לעפקאוויטש הי"ו, דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס און רבי געזאגט שבע ברכות.

צו מעריב מוצש''ק איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יארצייט פון די באבע, נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 10:20.

במוצאי יום גילה

מוצש''ק ארום 11:40 איז רבינו שליט''א אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' יודל שלעזינגער הי"ו ווי ער האט אפגעקויפט א זכות נכבד אינעם נייעם בנין הישיבות 'בנין בערקאוויטש' פון די ישיבות קטנות אין וומסב''ג, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס אין די חידושי הסוגיא פון די שבת הגדול דרשה, דער רבי האט אונטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן און הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א און די הנהלת הישיבה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פארן נדבן ובני משפחתו.

פון דארט איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' משולם צבי בנציון (הערשל) זילבערשטיין הי"ו ווי ער האט אפגעקויפט א זכות שער אינעם נייעם בנין הישיבות 'בנין בערקאוויטש' פון די ישיבות קטנות אין וומסב''ג, און א זכות נכבד אינעם בנין בית חינוך לבנות בנות פיגא שע''י מוסדותינו הק' אין בני ברק יצ''ו, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער פארשידענע מנהגי בעלזא, דער רבי האט אונטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן און הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א און די הנהלת הישיבה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פארן נדבן ובני משפחתו.

אום 12:35 איז דער רבי אהנגעקומען אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו יו"ר הנהלת מוסדותינו הק', צו באשיינען די שמחת השבע ברכות לרגל נשואי בתו למז"ט, ווי עס זענען אויך אנוועזנד געווען הגה''צ ר' חיים שלמה מיללער שליט"א אב"ד נייטרא וומסב''ג, הרה"ג ר' זושא אויש שליט"א דומ"ץ וואלקאן, און הרה"ג ר' יואל שווארטץ שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד בנין געלבשטיין, ביים אנקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט, און דערנאך
האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס איבער פארשידענע קאמפליצירטע הלחות און חומרות במנהגי חג הפסח און די חילוקים פון די אמאליגע יארן און היינט, און דער רבי האט ממשיך געווען מיט פארשידענע סיפורים וויאזוי רבותינו הק' העצי התמרים זיע''א האבן געהאט צוטאן מיט די רעגירונג אין דער אלטער היים, און נאך. דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר ר' יחזקאל דוד הי"ו ובפרט פאר זיינע פילע לייסטונגען לטובת קהלתינו ומסדותינו הק' די בכל אתר ואתר און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן גאנצן ציבור, דערנאך האט דער רבי איבערגעגעבן דרשה געשאנק פארן חתן כלה און זיי ווארעם אהנגעוואנטשן.
ארום 1:55 האט דער רבי פארלאזט די שטוב אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין קר''י.

▫ סאטמאר'ע נייעס 🌴
Show earlier days