בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes

Satmara Niyes

What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Reports

← Show all

Friday4 Nissan 57844/12/2024

Report
פרייטאג ערש''ק תזריע 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
לבן הנולד אצל ר' יצחק אייזיק ברמ''י פריעדמאן הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' אברהם יצחק שווארץ הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ''ד הגדול. פאר'ן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב''ר בעריש פרענקל הי''ו.
ב''ר יוסף שווארטץ הי''ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

ארום 1:40 האט רבינו שליט''א פארלאזט ביתו נאוה קודש אין קר''י אויפן וועג אריין קיין וומסב''ג ווי דער רבי וועט וויילן אויף שב''ק בקרב קהלתינו הק'.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דאנערשטאג פרשת תזריע 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יואל בר"ל ווייס הי"ו.
ב"ר יואל בר"מ הירש הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג ארום 8:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:30 ביז 12:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' וואלף פערל הי"ו - ר' יצחק יעקב כ"ץ הי"ו.
ר' יעקב קאפיל ליכטענשטיין הי"ו (וומסב''ג) - ר' יואל בר"א ווייס הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
מיטוואך פרשת תזריע 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א - שמחת החתונה בחצרות קדשנו החתן הרב חיים יחזקאל שרגא טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א חתן הגה"צ אבד''ק בערטש שליט"א, עב"ג הכלה בת הגה"צ ר יואל האלבערשטאם שליט"א רב בית מדרשינו בית שמואל בשכונת דברי חיים חתן הגה"צ אבד''ק ב"פ שליט"א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים:
ב"ר יואל טאבאק הי"ו.
ב"ר יואל ב''ר משה פאלקאוויטש הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

ארום 5:40 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין חדר שמואל חיים אין ביהמ"ד הגדול צו תפילת מנחה, נאך מנחה איז די גאנצער ציבור זקנים עם נערים אריבער להתברך ביי רבינו שליט"א ביום החופה.

רבינו שליט"א איז אריינגעקומען צום קבלת פנים בהיכל הביהמ"ד ארום 6:10, במשך די קבלת פנים האט מען געזינגען ווארימע ניגוני התעוררות, און דער בדחן האברך ר' שמעון עסטרייכער הי"ו האט אויפגעטרעטן מיט דברי כיבושין און אויסגערעכנט די גרויסע יחוס פון די חתן כלה.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן גאנצן ציבור, און דערנאך משמיע געווען ווארעמע דברות קודש לעורר זכות אבות און מסיים געווען בברכות לרוב.

מען האט מסדר געווען די כתובה, עדי כתובה: הרה"ח ר' יואל בערנאטה הי"ו און הרה"ח ר' חיים מייזעלס הי"ו (ב''פ), דערנאך איז מען אריבער צום באדעקן אין די זאלן פון קרן ויואל משה.

ביי די חופה האט רבינו שליט''א מכבד געוועהן מיט סידור קידושין גיסו זיידע פון די כלה הגה"צ אבד"ק ב''פ שליט"א. קריאת הכתיבה: הגה"צ אב''ד פאלטישאן שליט"א עלטער פעטער פון חתן. ברכות ראשונות: זיידע פון די חתן הגה"צ אבד''ק בערטש שליט"א. ברכה אחריתא: הרה''ג ר' שלמה ראזענבערגער שליט"א עלטער פעטער פון די כלה.
עדי קידושין: הרה"ג ר' מרדכי פריעדמאן שליט"א רב דביהמ''ד יראי ה' בשכונת ברוך טעם, און הרה"ג ר' יוסף יצחק אייזיק פוקס שליט"א מו"ץ.
נאך די חופה האט רבינו שליט"א געוואונטשן ברכות הקודש פארן גאנצן ציבור, און זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיט די זיידעס און רבנים שליט''א.

נאך עטליכע מינוט ארום 8:00 איז רבינו שליט''א ערשינען בהיכל הביהמ''ד צו די סעודת החתונה דער רבי האט געטאנצען עטליכע מינוט אויפן פלאץ און דערנאך זיך געוואשן צו די סעודה, נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשן לחיים לכל העם הנאספים.
ארום 9:15 איז דער חתן אריינגעקומען, דער רבי האט געטאנצען מיטן חתן א לענגערע צייט, און דערנאך מכבד געווען די זיידעס און די מחותנים צו טאנצען מיטן חתן, און דערנאך געטאנצן מיט די גאנצע אויבנאן, דערנאך איז דער ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א, דער רבי האט פארלאזט דאס ביהמ"ד אום 9:30, און אהיים לביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געדאווענט מעריב.

ארום 11:25 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו ברהמ''ז ומצווה טאנץ, פארן בענטשן האט זיך דער רבי באגריסט מיט כ''ק אדמו''ר מוויזניץ מאנסי שליט''א.
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שפיטאל, ברכות ראשונות: הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א, ברכה אחריתא: הרה"צ ר' חיים שלום האלבערשטאם שליט''א בן כ''ק אדמו''ר מבאבוב שליט''א חתן הגה''צ אבד''ק ב''פ שליט''א.

בדחנא דמלכא הרה"ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו האט אויסגערופן רבינו שליט"א צו די ריקודין לפני הכלה מיט ווארעמע חרוזים און מעורר געווען זכות אבות, מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני התעורורות, און דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן ריזן ציבור הנאספים.

דערנאך האט רבינו שליט''א אפגעראכטן די ריקודי קודש לפני הכלה בהתלהבות אש א לענגערע צייט, און דערנאך געטאנצען מיטן חתן, מיט בנו הגה"צ רב דביהמ''ד בית ברוך שליט"א ובני משפחתו, און דערנאך ממשיך געווען מיט די גאנצע משפחת המלוכה נכדי רביה"ק בעל ברך משה זיע''א ברגש קודש א לענגערע צייט.

דערנאך האט מען אויסגערופן צום מצוה טאנץ די זיידעס הגה"צ אבד"ק ב''פ שליט"א, הגה"צ אבד''ק בערטש שליט"א, דעם אבי החתן און אבי הכלה שליט''א, דערביי האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיט יעדע פון די זיידעס און מחותנים באזונדער.
דערנאך האט דער בדחן געזאגט דברי בדחנות און אויפגערופן דעם חתן, מען האט געטאנצען אשת חיל, אויפן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר חתן כלה. דער רבי האט פארלאזט דאס ביהמ"ד אום 2:30.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דינסטאג תזריע ר"ח ניסן 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
לבן הנולד אצל ר' אשר יונה שעהנברוין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
לבן הנולד אצל ר' ארי' שפיטצער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
תאומים בני ר' מרדכי לייב מיטטעלמאן הי"ו.
בן הר"ר יואל יודא רובינפעלד שליט"א.
ב"ר שלמה יואל בערקאוויטש הי"ו.

דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל, און ביים ליינען עולה געווען רביעי.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד לרגל סיום הזמן, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט פארטיילט מטבעות פאר די גבאים פון אבני חסד וואס האבן אריין געברענגט גרויסע סכומים לטובת הקופה, און אכטונג געגעבן אויף רצון רבינו נאר צו נוצן ערליכע מוזיק.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר אלע בחורים,
און משמיע געווען דב"ק בשבח פון די בחורים וואס האבן עוסק געווען אין די לימודים מיט א פעסטקייט ביז סוף זמן, און ארומגערעדט הדרכה לימי בין הזמנים און נאכאמאל מעורר געווען צו לערנען ספרי חסידית אלץ הכנה צום יו"ט פסח הבעל"ט און בפרט ספה"ק דרך פיקודיך, און דערנאך ארומגערעדט איבערן מצב בעניני גיוס בני ישיבות בארה"ק, און געזאגט אז ח"ו מזאל מאכן פשרות און אויסקלויבן בחורים, כלל ישראל איז נישט מוותר אויף קיין שום בחור, והקב"ה ירחם, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב. מען האט געענדיגט ארום 1:10.

ארום 1:30 איז דער רבי אריבער אין זאלן פון בית רחל פאראדייס ווי דער רבי האט מעריך געווען שלחנו הטהור לכבוד ר"ח אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה קטנה ויואל משה פון ב"פ, דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה, במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני ר"ח וניגוני פסח, און דער רבי האט מכבד געווען די מנגנים מיט ברכו נפשו.
רבינו שליט''א האט משמיע געווען דב"ק אז אזוי ווי מזעט ביי מצה אז מען קען נאר מקיים זיין מיט מיני דגן וואס קען ווערן חמץ, די זעלבע איז חשוב ביי הקב"ה די עבודה פון א בשר ודם וואס האט א יצר הרע, און מסיים געווען בברכת קדשו.
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען דעם מנהל הרה''ג ר' יצחק אהרן גרין שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 2:30.

דערנאך איז דער רבי אריבער אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם מצה בעקעריי דקהלתינו הק' ווי מען האט געבאקן די מצות פארן רבינ'ס משפחה, דערנאך איז דער רבי אריין אינעם מאלן שטוב ווי דער רבי האט א לענגערע צייט געמאלן ווייץ בטירחא דגופא און דערביי געגעבן פארשידענע הוראות אויף ווייטער.

נאכמיטאג ארום 5:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

ארום 7:10 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין מאנסי צום מעמד קביעות מזוזה בבית מדרשינו החדש 'בנין שיף' בשכונת רעמסאן נדבת ליבו פון הרבני הנגיד ר' ישראל שיף הי"ו מראה"ק, דער רבי איז צום ערשט ארום און זיך אומגעקוקט אינעם גאנצן בנין הביהמ"ד, די חדרי התפילה אין די פראכטפולן מקוה, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה אין מאנסי, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חשוב'ן נדבן הרה"ח ר' ישראל הי"ו, פאר הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט אז די ביהמ"ד וועט אי"ה זיין א לייכט טורעם פארן גאנצן געגנט פאר תורה עבודה וגמ''ח, און ארומגערעדט בשבח פונעם חשוב'ן נדבן און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
דערנאך האט דער רבי קובע געווען די מזוזה אויפן שער הביהמ"ד און מכבד געווען הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א צו לייגן א מזוזה.

ארום 7:40 האט דער רבי פארלאזט דאס ביהמ"ד אויפן וועג אריין קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 11:50 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:00 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
מאנטאג פרשת תזריע 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' שלמה בר"י מענדלאוויטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר ישראל זעליג שרייבער ע''ה.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק י"ד, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

נאך שחרית ארום 12:20 איז רבינו שליט''א אריבער צום ציון פון רבותינו הק' לרגל די שמחת החתונה פון נכדו החתן בן הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א, דער רבי האט געצינדען ליכט ביי די ציונים פון רבותינו הק' בעל דברי יואל און בעל ברך משה זיע''א און ביי ציון אמו הרבנית ע"ה, דערנאך האט דער רבי געזאגט די תפילה פונעם ישמח משה זיע''א און פארגעזאגט ספר רביעי כנהוג און געזאגט קדיש, און דערנאך געליינט קוויטלעך א לענגערע צייט און בשעת מעשה האט מען געזינגען ניגוני התעורורות, דערנאך האט זיך דער רבי משתטח געווען אויף די ציונים פון רבותינו הק' און פון אמו הרבנית ע"ה. מען האט געענדיגט ארום 1:05.

מיטאג ארום 2:05 איז דער רבי אנגעקומען בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט פארגעלערענט די זיבעטע סוגיא שיעור אלץ הכנה צום שבת הגדול דרשה. מען האט געענדיגט ארום 2:55.

נאכמיטאג ארום 7:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 12:30, אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה ווי יאר יערליך א משלחת פון ראשי מערכת הכשרות שע"י התאחדות הרבנים, ברענגנדיג דעם 'מפתח הכשרות' לרגל דעם בעפארשטייענדן יו"ט פסח, ווי עס איז מיטגעקומען הרב קלמן וויינפעלד פון די 'או-קעי' ארגאניזאציע, וועלכע זענען געקומען איבערגיין מיט'ן רבי'ן דעם אויפטוה מיט'ן מכירת חמץ פאר די גרעסטע ביר דיסטרוביוטער פירמע פון ניו יארק, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער כשרות המאכלים ובפרט פאר יו"ט פסח, און דער רבי איז איבערגעגאנגען דעם לשון פונעם שטר מכירת חמץ אז עס זאל פארקויפט ווערן כדת וכדין, און מאציל געווען מברכות קדשו.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים. ר' ירמי' ישראל פאגעל הי"ו - ר' ישראל איסר מארקאוויטש הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
זונטאג פרשת תזריע 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים:
בן הרה"ג ר' דוד יצחק ווערצבערגער שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד דברי יואל.
ב"ר בנציון יעקב ווערצבערגער הי"ו.
ב"ר אברהם יודא קליין הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק י"ד, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

מיטאג ארום 1:55 איז דער רבי אנגעקומען בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט פארגעלערענט די זעקסטע סוגיא שיעור אלץ הכנה צום שבת הגדול דרשה, מען האט געענדיגט ארום 2:40.

נאכמיטאג ארום 6:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

ארום 8:15 איז דער רבי אריבער בהיכל המתיבתא סניף ברך משה צו די שמחת השבע ברכות פון הכלה בת הרה"ג ר' הלל ראבינאוויטש שליט"א מנהל הישיבה, עב"ג החתן בן הרה"ג ר' ליפא בערקאוויטש שליט"א מו"ץ בן הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א.
הרה"ח ר' הערשל פריעדמאן הי"ו האט ממשיך געווען מיט דברי בדחנות לכבוד די שמחה, און עס האט זיך פארמירט א לענגערע תורה'דיגע שמועס מיטן דיין שליט"א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, פארן דיין שליט"א, און פארן גאנצן ציבור, און דערנאך זיך אויפגעשטעלט טאנצן. מען האט געענדיגט ארום 8:35.

ארום 8:40 האט דער רבי געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' בערל גאלד הי"ו - ר' יודא ווייס הי"ו.
ר' משה טאמבור הי"ו - ר' יואל מערמלשטיין הי"ו.

דערנאך איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג ווי עס איז פארגעקומען א מסיבה בביתו נאוה קודש לטובת 'קרן לב אהרן' להחזקת מוסדות יטב לב בארה"ק.
דער רבי איז אנגעקומען ארום 10:00 לביתו נאוה קודש, עס זענען אנוועזנד געווען א צאל נגידים וועלכע האבן זיך אנגעשלאסן אלץ שותפים אינעם קרן, די חשובע נגידים האבן געהאט די געלעגענהייט צו איבערגעבן פאר רבינו שליט"א די גרעסערע סכומים און אינטערשרייבן די שטרי שותפות, און דער רבי האט יעדעם פערזענליך ווארעם אנגעוואונטשן ברכות לרוב.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:50 בביתו נאוה קודש.

נאך מעריב האט דער רבי מנחם אבל געווען הר''ר אלטר פאלקאוויטש הי"ו ומשפחתו ע"פ אשתו /אמם ע"ה. און פון דארט איז דער רבי אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קר"י.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

Thursday3 Nissan 57844/11/2024

Report
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א פארגאנגענעם מיטוואך שמיני ביים מעמד יציקת הבורות פאר די מקוה טהרה אין שכונת דברי חיים אין קרית יואל, און דערנאך ביים מסיבת לחיים וקביעת מזוזה אין די נייע אפיסעס פון 'מעסטער ריעלטי' אין שכונת שאגת אריה אונטער די אייגנטומערשאפט פון הרה"ח ר' הערשל לעווי הי"ו נדבן פונעם שטח המקוה טהרה, ווי עס איז אויך פארגעקומען א חתימת שטרות אויף א גרויסע זכות אינעם מקוה החדש בבית מדרשינו 'בית שמואל' בשכונת דברי חיים.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Wednesday2 Nissan 57844/10/2024

Report
קול רנה וישועה באהלי צדיקים

היינט אויפדערנאכט קומט פאר די שמחת החתונה הגדולה בחצרות קדשינו, הבה"ח הרב חיים יחזקאל שרגא ט''ב שליט"א בן הגה"צ רב דביהמ''ד בית ברוך שליט"א חתן הגה"צ אבד''ק בערטש שליט"א.
מיט הכלה בת הגה''צ ר' יואל האלבערשטאם שליט''א רב בית מדרשינו בית שמואל בשכונת דברי חיים בן הגה''צ אבד''ק טשאקאווע זצ''ל חתן הגה''צ אבד''ק ב''פ שליט''א.

אום 4:45 נאכמיטאג וועט רבינו שליט''א אריינקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ''ד הגדול דקרית יואל, און דערנאך וועט דער ציבור אריבערגיין אין א שורה להתברך ביום החופה, תיכף דערנאך וועט רבינו שליט''א ערשיינען צום מעמד הקבלת פנים בביהמ''ד הגדול, די חופה וועט פארקומען פארענט פון ביהמ"ד הגדול, הופעת רבינו תיכף נאך די חופה, ברכהמ''ז אום 11:00, און דערנאך וועט רבינו שליט''א אפרעכטן די געהויבענעם מצוה טאנץ.

שישו ושמחו בשמחת רבינו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Monday29 Adar II 57844/8/2024

Report
שב''ק פרשת שמיני שבת החודש, מברכים חודש ניסן, שבת של שמחה שבת עלי' לתורה פון נכד רבינו החתן בן הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א, בצל הקודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ערש''ק נאכמיטאג האט רבינו שליט''א אנגעטוהן די שטריימל פאר די חתנים:
החתן יצחק ב"ר משולם שמעי' פריעדמאן הי"ו.
החתן גדלי' ב"ר שמעון עוזר טעללער הי"ו.

ארום א האלבע שעה נאכן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר נכדו החתן הרב חיים יחזקאל שרגא ט"ב שליט"א בן הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א, און מ'איז געגאנגען אין ביהמ"ד אין באגלייטונג פונעם חתן און מחותנים בשירה וזמרה.

ארום 7:55 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה.
נאך מנחה איז פארגעקומען א אפיעל פארן 'ביומו תתן שכרו' קאמפיין פון מוסדות קר"י, עס האט אויפגעטרעטן הר"ר אלי' שלמה קאהן שליט"א מנהל בית רחל.
קבלת שבת: הרה"ג ר' מאיר יוסף אייכנשטיין שליט"א ראה"כ באבוב 45.

מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:30, דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין בחדרו הפרטי.

ארום 10:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה''ט בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' החתן ישראל דושינסקיא בן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א, הגבהת הכוס: הרה"ח ר' צבי עקיבא ברייטשטיין הי"ו יו"ר הנהלת מוסדותינו בבית שמש.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה"ג ר' אליעזר מרדכי סופר שליט"א רב דקהלתינו הק' בלינדען, מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' צבי עקיבא ברייטשטיין הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'וידום אהרן' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון מצות עשה שהזמן גרמא.

דערנאך האט דער רבי מכבד געווען מחותנו הגה"צ אבד''ק בערטש שליט"א צו זאגן דברי תורה.

קה אכסוף: דער מחותן הגה"צ רבי יואל האלבערשטאם שליט"א רב בית מדרשינו בית שמואל בשכונת דברי חיים, מען האט געזינגען ניגוני שמחה, ברכהמ''ז: הגה"צ אבד''ק בערטש שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק התפארת שלמה זיע''א וואס די יארצייט געפאלט מאנטאג כ"ט אדר.

קה רבון עלם: הרב אלעזר האלבערשטאם שליט"א (ב"פ), די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות. אז ביום השביעי: הר"ר אלעזר אייכנשטיין שליט"א (ב"פ). מען האט געענדיגט ארום 1:05.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:40. פסוקי דזמרה: הר"ר דוד אייכנשטיין שליט"א (ב"פ), צו שחרית ויוצר איז דער רבי צוגעגאנגען.
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יעקב יושע פריעדמאן הי"ו און הרה"ח ר' יושע טעללער הי"ו. פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' צבי עקיבא ברייטשטיין הי"ו.

עליות. כהן: הרה"ח ר' ברוך יודא דרעזדנער הי"ו. לוי: הרה"ח ר' מרדכי שלעזינגער הי"ו. שלישי: נכד רבינו החתן הרב חיים יחזקאל שרגא טייטלבוים שליט"א. רביעי: הגה"צ רבי יואל האלבערשטאם שליט"א. חמישי: הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א. שישי: הגה"צ אבד''ק בערטש שליט"א. שביעי: החתן ב"ר יואל סאאל הי"ו - באווארפען. הוספות: החתן ב"ר משולם שמעי' פריעדמאן הי"ו - באווארפען. החתן ב"ר שמעון עוזר טעללער הי"ו - באווארפען. החתן ב"ר אליעזר געלב הי"ו. החתן ב"ר דוד ווערטהיימער הי"ו. אחרון: הרה"ג רב דקהלתינו לינדען שליט"א. הגבה: הרה"ח ר' יוסף אלי אייגנער הי"ו (וומסב''ג). גלילה: הרה"ח ר' אברהם חיים היילברוין הי"ו.
מפטיר - קריאת פרשת החודש: רבינו שליט"א. הגבה: הרה"ח ר' יעקב סאאל הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' יואל אייגנער הי"ו.

דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' נפתלי הירצקא בר"ה ווייס הי"ו.
ר' יצחק פארקאש הי"ו.
ר' אברהם יושע עקשטיין הי"ו.
ר' חיים אברהם בראך הי"ו.
ר' מענדל גרשון בר"ב פעלדמאן הי"ו.

נאכן ליינען האט רבינו שליט"א ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעורורות, און צוגעגאנגען צו תפילת מוסף לכבוד שבת החודש, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' צדוק היילברוין הי"ו.

נאך עטליכע מינוט איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צד צפון צום שמחת הקידושא רבא לרגל די שמחת עלי' לתורה, דער רבי האט געמאכט קידוש און מען האט געזינגען ניגוני שמחה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פארן גאנצן ציבור,
און געזאגט תורה אויפן מאמר חז"ל 'קשה זיווגו של אדם כקריעת ים סוף' אז דורך דעם וואס מען דאנקט דעם אייבערשטן אויפן עבר אין עתיד איז הקב"ה מצרף די מצוות פונעם עתיד, במילא איז נח לו לאדם שנברא, און מסיים געווען בברכת קדשו. מען האט געענדיגט ארום 1:30.
רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען ארום 7:55. מנחה: הר"ר חיים אלישע גראסמאן שליט"א. הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' משולם שמעי' פריעדמאן הי"ו. כהן: הרה"ח ר' יואל בר"א ראזענבערג הי"ו. לוי: הרה"ח ר' אברהם חיים קליין הי"ו (אוסטראליע). שלישי: הרה"ג ר' משה פאללאק שליט"א אב"ד דיערעש וומסב''ג. הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרה"ח ר' יעקב יאזשעף הי"ו (ב"ב).

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו. שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויף די קריאה פון פרשת החודש 'החודש הזה לכם ראש חדשים' און געטייטשט אז יציאת מצרים איז געווען בזכות די אבות בזכות אברהם אבינו וואס האט מפרסם געווען אז עס איז דא א באשעפער אויף די וועלט נישט נאר לדורו נאר עד היום הזה, און אזוי קען מען זוכה זיין צו תשובה און קיינמאל נישט נדחה ווערן, ובזכות זה וועלן אידן זוכה זיין צו די גאולה שלימה בקרוב.

ידיד נפש: הרה"ח ר' יודל ראטענבערג הי"ו (מאנסי), קל מסתתר: הרה"ח ר' יעקב יאזשעף הי"ו, שושנת יעקב: הרה"ח ר' יעקב יושע פריעדמאן הי"ו. מען האט געזינגען ניגוני שמחה. דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.

צו מעריב מוצש''ק איז דער רבי צוגעגאנגן לרגל די יארצייט פון זקינתו הרבנית ברכה סימא אשת חבר פון הרה"ק בעל עצי חיים זיע''א וואס געפאלט קומענדיגן שב"ק ה' ניסן. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 10:25.

ארום 12:20 איז דער רבי אנגעקומען אין בית מדרשינו הגדול אין מאנסי צו די סיום מסכת סוטה במסגרת חבורת יסודי התורה, הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה, און הרה"ח ר' משה יצחק לאנדא הי"ו וועלכע האט אפגעקויפט דעם זכות הסיום און האט מכבד געווען רבינו שליט"א צו מאכן די סיום.
דער רבי האט געמאכט דעם סיום און געזאגט קדיש, און דערנאך זיך אויפגעשטעלט טאנצן א לענגערע צייט.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און משמיע געווען דב"ק בשבח פון חבורת יסודי התורה און ארויסגעברענגט דעם קשר און חביבות צו קהלתינו הק' אין מאנסי און מסיים געווען בברכת קדשו. מען האט געענדיגט ארום 1:10 און דער רבי איז אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קר''י.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
פמליא חשובה מראשי ונכבדי קהלתינו הק' בארה"ב באזוכן בקרב קהלתינו ומוסדותינו הק' בארה''ק ת"ו:
הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו (וומסב"ג).
הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש קליין הי"ו (קר"י).
הרבני הנגיד ר' אברהם יהושע גלאנץ הי"ו (קר"י).
הרבני הנגיד ר' שלום יצחק יאקאבאוויטש הי"ו (וומסב"ג).
הרבני הנגיד ר' חיים הערש אבערלענדער הי"ו (קר"י).
להגדיל תורה ולהאדירה ולהרחיב גבולי הקדושה אינערהאלב קהלתינו ומוסדותינו הק' בארה''ק.

די חשוב'ע שלוחים באזוכן די בוי ארבעט פונעם ריזיגן פריאעקט בנין האדיר והגדול תל תלפיות דקהלתינו ומוסדותינו הק' בירושלים, אויף דעם ריזגן באדן פון קרוב צו 11 טויזנט סקווער פיס, אויך איז פארגעקומען א לאנגע זיצונגען מיט די בוי ארכיטעקטן און שטאטראט אינסטאנצן, אז מ'זאל קענען בעז"ה אנהייבן די פאקטישע בוי ארבייט אין די נאנטע טעג בס''ד.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
פרייטאג פרשת שמיני 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
לבן הנולד אצל ר' משה הלל וויינגארטן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
לבן הנולד אצל ר' חיים ברוך יודא זאבעל הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד נועם אלימלך ליזענסק אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה גדולה עסק התורה מאנסי.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל סיום הזמן, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די רמ''י ותלמידי הישיבה, און משמיע געווען דב"ק והדרכה און מסיים געווען בברכות קדשו.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט פאר אלע בחורים א סעט חיבור לטהרה אויף הלכות מקוואות.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דאנערשטאג פרשת שמיני 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
לבן הנולד אצל ר' יואל ברי"מ פריעדמאן הי"ו (וומסב''ג), ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' מרדכי יצחק גפן הי"ו (וומסב''ג), ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' קלמן אליעזר בן הר"ר אברהם עקשטיין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק י"ד.

נאך שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אליעזר רובינשטיין הי"ו בבית אביו הרה"ח ר' אהרן דוד הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

מיטאג ארום 1:50 איז רבינו שליט''א אריבער בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט פארגעלערענט די פופטע סוגיא שיעור אלץ הכנה צום דרשת שבת הגדול, נאכן פארלערנען האט זיך דער רבי מפלפל געווען כדרכו בקודש א לענגערע צייט מיט די תלמידי המתיבתא און מיט בנו הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א וועלכע איז אויך אנוועזנד געווען ביי דעם היינטיגן סוגיא שיעור. מען האט געענדיגט ארום 2:30.

ארום 4:00 איז רבינו שליט''א ארויסגעקומען צו די נייעם צוגעבויעטע חלק בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט מקיים געווען מצות מעקה, דער רבי האט אויפגעהויבן די צוים און עס אראפגעשטעלט אויפן פלאץ און מיט גרויס התרגשות געמאכט די ברכה בשם ומלכות, און דערנאך געמאכט א ברכת שהחיינו אויפן נייעם צוגעבויעטן חלק, דערנאך האט דער רבי באהאפטן די צוים בטירחא דגופא, אריינגעשרויפט די נעגל און עס באפעסטיגט, און דערביי געמאכט פאר א שליח דעם בוי מייסטער הרה"ח ר' יצחק בערנאטה הי"ו צו פארענדיגן די צוים, און דער רבי האט אויסגעווארט ביז עס איז פארענדיגט געווארן.

נאכמיטאג ארום 7:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

ארום 8:45 איז רבינו שליט''א אריבער צו די בית רחל אודיטאריום בבנין לאה אסתר צום מעמד סיום ששה סדרי משנה דורך 'מתמידים רץ למשנה', ביים אנקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט, עס האט אויפגעטרעטן דער יושב ראש הר"ר לייבוש גאלדבערגער שליט"א, דערנאך האבן עטליכע קינדער פארגעזינגען חרוזים לכבוד המעמד, און אלע קינדער געלערענט זייערע באשטימטע פרקים משניות און מסיים געווען אויפן פלאץ גאנץ ששה סדרי משנה.
מען האט ממשיך געווען בניגוני התעוררות און דער רבי האט געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור און עקסטער פארן מנהל המתמידים הר"ר אלימלך שווארטץ שליט"א.
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק איבער די גרויסע שמחה וואס עס איז דא פאר גאנץ קר"י און בפרט פאר די חשובע קינדער המסיימים און זייערע עלטערן, און ארויסגעברענגט די שטארקע קורת רוח צו באזוכן די לימודים דעם זונטאג, און מסיים געווען בברכת קדשו. מען האט געענדיגט ארום 9:25.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 9:30 ביז 11:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים. ר' ישראל יצחק לוסטיגמאן הי"ו - ר' אלימלך בראך הי"ו (מאנטרעאל).

בעת די זמני כניסה האבן הב' משה אהרן דוד בן הרה"ג ר' יוסף שמואל ראטענבערג שליט"א און הב' יחזקאל שרגא ב"ר יואל שווארטץ הי"ו הי"ו, זיך געשטעלט צום פארהער ביי רבינו שליט"א אויף שו"ע יו"ד ח"א.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:45.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
מיטוואך פרשת שמיני 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר זלמן לייב פריעדמאן הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק י"ד, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז רבינו שליט''א אריבער אין שכונת דברי חיים ווי עס איז פארגעקומען א מעמד יציקת הבורות פאר די מקוה טהרה אינעם שכונה, דער רבי האט געגאסן די בורות און מכבד געווען די אנוועזנדע רבנים און די נדבנים צו גיסן.
דערנאך איז דער רבי אריבער צו די נייע אפיסעס פון 'מעסטער ריעלטי' אונטער די אייגנטומערשאפט פון הרה"ח ר' הערשל לעווי הי"ו נדבן פונעם שטח המקוה טהרה, דערביי איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' הערשל הי"ו האט אפגעקויפט א גרויסע זכות אינעם מקוה החדש בבית מדרשינו 'בית שמואל' בשכונת דברי חיים, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה פונעם שכונה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן נדבן, פאר הגה"צ רבי יואל האלבערשטאם שליט"א רב הביהמ"ד, פאר אביו הרה''ג ר' ברוך לעווי שליט''א רב דביהמ''ד אמסטערדאם, און פאר די ראשי הקהילה און פארן גאנצן ציבור.

מיטאג ארום 1:50 איז דער רבי אריבער בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט פארגעלערענט די פערטע סוגיא שיעור אלץ הכנה צום דרשת שבת הגדול. מען האט געענדיגט ארום 2:55.

אין די נאכמיטאג שעה'ן איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגה"צ ר' יושע כ"ץ שליט"א אבד"ק מאגרוב, דער רב שליט"א האט איבערגעגעבן א גרוס פונעם בית אופה המהודרת דקהלתינו הק' ווי דער רב האט נארוואס געבאקן מצות לקראת חג הפסח, און האט אויסגעלויבט די פילע חומרות, דערביי האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס בעניני כשרות בכלל און בפרט בעניני סת"ם.
אזוי אויך האט בנו הרה''ג ר' מרדכי אברהם שליט"א ראש החבורה בכוללינו 'כולל דברי יואל' אין ב"פ איבעגעגעבן א גרוס פונעם כולל, און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.

נאכמיטאג ארום 6:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:15 ביז 12:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים. הר''ר שלום לוי יצחק ווייסמאן שליט''א (וומסב''ג) - ר' יואל ברח''ש שפילמאן הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
דינסטאג פרשת שמיני 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר שי שלום וואלבערג הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק ט"ו, און ארומגערעדט דברי הכנה צום יו"ט פסח הבעל"ט, און דערביי מעורר געווען די בחורים און אלע אנ''ש מ'זאל קובע זיין צו לערנען ספה"ק דרך פיקודיך פון הרה''ק הבני יששכר זיע''א אלץ א ריכטיגע הכנה צום יו"ט פסח.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

מיטאג ארום 1:45 איז רבינו שליט''א אריבער בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט פארגעלערענט די דריטע סוגיא שיעור אלץ הכנה צום דרשת שבת הגדול. מען האט געענדיגט ארום 2:40.

נאכמיטאג ארום 6:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:45 ביז 12:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הרה''ח ר' יצחק וואלף פילאפף הי''ו ווי ער האט געגעבן פאר רבי'ן די נייע ספר 'תורות יואל' מהודרת פילאפף א נייע אויפלאגע פון שווארצע בענדער חידושי תורה פון רביה''ק בעל דברי יואל זיע''א.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:40, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

Tuesday23 Adar II 57844/2/2024

Report
מאנטאג פרשת שמיני

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יעקב מאיר לעווי הי"ו.
ב"ר חיים יחזקאל פריעדמאן הי"ו.
ב"ר מרדכי אפעלדארפער הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק י"ד, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

מיטאג ארום 1:40 איז רבינו שליט''א אריבער בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט פארגעלערענט דעם צווייטע סוגיא שיעור אלץ הכנה צום דרשת שבת הגדול. מען האט געענדיגט ארום 2:30.

נאכמיטאג ארום 6:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' דוד ווערטהיימער הי"ו - ר' אברהם חיים היילברוין הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' חיים מרדכי בוכינגער הי"ו - ר' משה מרדכי גרינפעלד הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
ר' יודא לייב פילאפף הי"ו (ב''פ) - ר' שלום יוסף בראך הי"ו, באולם גינת קליין.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:15 ביז 12:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים. ר' בעריש פעלדמאן הי"ו - ר' טובי' בראך הי"ו.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ הרב אפרים גאלדבערג שליט''א רב פון די חרדישע קהילה אין בּאוקע ראַטאון, פלארידע מיט הרבני הנגיד ר' אברהם יקותיאל יערמיאש הי''ו און הנגיד ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי''ו, אינאיינעם מיט א קבוצה פון די ארטיגע קהילה מקבל זיין דברי חיזוק וברכה, דער רבי האט משמיע געווען דברי חיזוק און זיך נאכגעפרעגט איבער די ארטיגע קהילה ומוסדות און די שיעורי תורה אין די קהילה, און מאציל געווען מברכות קדשו פארן רב און דערביי געגעבן ספרו הגדה של פסח לב אהרן, און די חברי הקהילה זענען אריבער אפנעמען ברכת הקודש.

אזוי אויך האבן הב' החתן אפרים ב"ר אברהם בראך הי"ו און הב' יוסף מנחם ב"ר יואל כ"ץ הי"ו, זיך געשטעלט צום פארהער ביי רבינו שליט"א אויף גאנץ שו"ע הלכות שבת.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00.

נאך מעריב איז רבינו שליט''א אריבער צום נייעם פראכטפולן לאקאל פון קרויס שטריימלעך אין קר''י, דער רבי האט קובע געווען א מזוזה אויפן אריינגאנג און דערנאך זיך אומגעקוקט אינעם גאנצן געשעפט, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים ווי דער רבי האט ארומגערעדט עובדות והנהגות איבערן לבוש פון די שטריימל און מאציל געווען מברכות קדשו פאר די בעלי בתים.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
זונטאג פרשת שמיני 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר חיים מנחם מאניס מארקאוויטש הי"ו.
ב"ר געציל גרין הי"ו.
ב"ר שמואל הערש פעלדמאן הי"ו.
ב"ר משה יהודה ברד"ש גאלדבערגער הי"ו.
ב"ר יואל יצחק סופר הי"ו.
ב"ר שלמה לייב גרובער הי"ו.
ב"ר יואל בר"ש פריעדמאן הי"ו.
ב"ר יואל ב"ר פישל פארקאש הי"ו.

רבינו שליט''א האט געצינדן 5 ליכט לרגל די יומדהל''ק פון הרה"ק הרבי ר' אלימלך מליזענסק זיע''א, און פאר הודו האט דער רבי געזאגט די תפילה קודם התפילה פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך זיע''א מיט בכיות עצומות פאר נאענט צו א האלבע שעה.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק ט"ו, און ארומגערעדט איבער די קדושה פונעם בעל הילולא זיע''א, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים לרגל ההילולא אינאיינעם מיט די בר מצוה בחורים ברוב עם בהיכל הביהמ"ד.

מיטאג ארום 1:45 איז רבינו שליט''א אנגעקומען בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט פארגעלערענט די ערשטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'דבר שיש לו מתירין' אלץ הכנה צום דרשת שבת הגדול. מען האט געענדיגט ארום 2:25.

נאכמיטאג ארום 6:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
ר' חיים לייב מארקאוויטש הי"ו - ר' ישראל מרדכי וואנחאצקער הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' אליעזר געלב הי"ו - ר' יואל ברי''א אייגנער הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
ר' יואל בר''ל וואלנער הי"ו (וומסב''ג) - ר' מרדכי ווינקלער הי"ו, באולם גינת קליין.

צווישן די חופות איז רבינו שליט''א אריין אין בנין הבית רחל בנין הירש ג"ב לאנדא ווי עס קומט פאר די לימודים פון מתמידים 'רץ למשנה', דער רבי איז ארום און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים מיט א שטארקע קורת רוח און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די הנהלת המתמידים.

נאך די חופות ארום 8:00 איז רבינו שליט''א אריבער אין די זאלן בביתו נאוה קודש צו די מסיבת לחיים לרגל די הילולא קדישא פון הרה''ק הרבי ר' אלימלך זיע''א אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה קטנה סניף קנין תורה אין מאנסי, מען האט געזינגען עטליכע ניגוני התעוררות, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די רמ''י ותלמידי הישיבה, און משמיע געווען דב"ק איבער די גדלות פונעם בעל הילולא זיע''א, און מסיים געווען בברכת קדשו, דערנאך האט דער רבי פארטיילט כתבים פאר די מצטייני הישיבה.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:30 ביז 12:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגה"צ ר' צבי הירש פיש שליט"א אדמו"ר מזידיטשוב פרעמיסלא, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך זיע''א, און צווישן אנדערע האט דער רב שליט"א איבערגעגעבן א גרוס פון ישיבה גדולה שיעור ד' ווי דער רב האט זיך באטייליגט ביים סעודת הילולא, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
שב''ק פרשת צו שבת פרה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ערש''ק נאכמיטאג האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר די חתנים:
החתן ישעי' ב"ר דוד ווערטהיימער הי"ו.
החתן אברהם ב"ר אליעזר געלב הי"ו.

פרייטאג צונאכטס ארום 7:50 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרה"ח ר' אברהם שמעון קטינא הי"ו (אנטווערפן).
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:25, דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין בחדרו הפרטי.

ארום 10:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה''ט בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' החתן ישראל דושינסקיא בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א, הגבהת הכוס: נכד רבינו הרב מאיר יודא אשכנזי שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה"ח ר' חיים אברהם בערנשטיין הי"ו (לאנדאן), מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' ארי' אשר אינדיג שליט"א מו"ץ ביהמ"ד מהרש"א.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'זאת תורת העולה' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא צו א שליח קען מקבל זיין א קידושין.

קה אכסוף: הגה"צ ר' שלמה רובין שליט"א אב''ד ציעשנוב קר"י, ברכהמ''ז: הגה"צ - קלמן האלבערשטאם שליט"א אב''ד צאנז קר"י.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק הרבי ר' אלימלך מליזענסק זיע''א וואס די יארצייט איז געווען דעם זונטאג כ"א אדר.

קה רבון עלם: הרה"ג ר' הלל ראבינאוויטש שליט"א - מנהל הבמתיבתא סניף ברך משה, די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, אז ביום השביעי: הרה"ג ר' מענדל הערש כהנא שליט"א דומ"ץ קארלסבורג וומסב''ג. מען האט געענדיגט ארום 12:55.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:35. פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' מענדל ווערטהיימער הי"ו (וומסב''ג), צו שחרית ויוצר איז דער רבי צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שמואל יודא קליין הי"ו און הרה"ח ר' עקיבא וויינשטאק הי"ו, פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' ליפא בערקאוויטש שליט"א, מו"ץ.

עליות. כהן: החתן ב"ר יואל כ"ץ הי"ו. לוי: הר"ר יעקב שלום ווייס שליט"א. שלישי: הרה"ג ר' ברוך הורוויץ שליט"א דומ"ץ מעליץ וומסב''ג. רביעי: החתן בן הרה"ג ר' ליפא בערקאוויטש שליט"א - באווארפען. חמישי: החתן ב"ר דוד ווערטהיימער הי"ו - באווארפען. שישי: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א. שביעי: החתן ב"ר ליפא האלפערט הי"ו. אחרון: החתן ב"ר שמואל פייערשטיין הי"ו. הגבה אויפן ערשטן ספר: הרה"ח ר' חיים ווייס הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' אהרן שמואל גלאנץ הי"ו.

מפטיר - קריאת פרה: רבינו שליט"א.
נאכ'ן עולה זײן האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' אלימלך בר"י שטיין הי"ו.
ר' אברהם וואלף וויינבערגער הי"ו.

הגבה אויפן צווייטן ספר: הרה"ח ר' מרדכי פילאפף הי"ו (אשדוד). גלילה: הרה"ח ר' ליפא האלפערט הי"ו.

מוסף: הרה"ג ר' הלל ראבינאוויטש שליט"א, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' אברהם מנשה פילאפף הי"ו (אוסטראליע). מען האט געענדיגט ארום 12:35.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 7:45. מנחה: הרה"ח ר' אהרן הערש בערקאוויטש הי"ו. הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם פייערשטיין הי"ו. כהן: הרה"ח ר' יעקב פריעדמאן הי"ו. לוי: הרה"ח ר' בעריש אפפעל הי"ו. שלישי: הרה"ח ר' גרשון מענדל ניימאן הי"ו. הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרה"ח ר' יואל ברש"ל זאלדאן הי"ו.

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויף די קריאה פון פרה 'זאת חקת התורה' און געטייטשט אז מען דארף זיך האלטן הייליג און ערליך בדיבור במעשה און אפילו במחשבה, די פרה אדומה איז א ראיה אז מען איז נענש געווארן אויפן חטא העגל אפילו דעי וואס האבן נאר חוטא געווען במחשבה, און אז מען איז דאס מתקן קען מען עוסק זיין בתורה כראוי, און שטארק ארומגערעדט אז היינט נאכט מוצש''ק איז די יארצייט פון הרה''ק הרבי ר' אלימלך מליזענסק זיע''א וואס ער שרייבט אין הנהגת אדם 'וישמור עצמו מעבירות מהרהורים רעים בכל אופן ואופן'.

ידיד נפש: הרה"ג ר' יוסף קדיש בראנדסדארפער שליט"א רב דקהל חסידים טבריה, קל מסתתר: הרה"ג ר' יושע נחמן בערגער שליט"א ראש ישיבת אוהל תורה (ב"פ), שושנת יעקב: הרה"ח ר' שמואל דוד מארקאוויטש הי"ו (וומסב''ג). דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.

מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' יואל וויינבערגער הי"ו. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 10:10.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
פרייטאג ערש''ק צו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דאנערשטאג פרשת צו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' שלמה ברח"י הערשקאוויטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר יחיאל צבי אפפעל הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק י"ב, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד, דערביי זענען די תלמידי הישיבה אריבער אפנעמען ברכת הקודש לרגל זייער נסיעה למקומות הקדושים אין אייראפע, דער רבי האט אויסגעפרעגט די פרטי הנסיעה און פארטיילט שליח מצוה געלט פאר די בחורים.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית אופה המהודרת דקהלתינו הק'.

נאכמיטאג ארום 6:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' יואל ברש"ל זאלדאן הי"ו - ר' יואל ברש"מ עקשטיין הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' יצחק יעקב דייטש הי"ו (מאנטרעאל) - ר' יואל אשר קאליש הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
ר' אליקים געציל בערגער הי"ו (מאנסי) - ר' יואל בר"ל ווייס הי"ו, באולם גינת קליין.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:15 ביז 12:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה ארום 9:50 איז רבינו שליט''א אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו ווי עס איז פארגעקומען די ערשטע פון א סעריע אסיפות מיט נדיבים צו גמר הבנין פונעם בית חינוך לבנות בנות ארץ ישראל בית פיגא בבני ברק יצ"ו.
עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' מאיר הי"ו איבער די הרחבת גבולי הקדושה פון מוסדות יטב לב בארה"ק און בפרט אין בני ברק, דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' אברהם יושע גלאנץ הי"ו חבר וועד קרן הבנין וועלכע האט איבערגעגעבן א דעטאלירטע באריכט איבער די פארשריט פון די בוי ארבעט פונעם בנין און אויסגערעכנט די געלטער וואס זענען שוין געשאפן געווארן און די געלטער וואס דארפן נאך געשאפן ווערן.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און משמיע געווען דב"ק איבער די געוואלדיגע זכיה צו קענען געבן געלט פאר מוסדות יטב לב, און איבער די היסטריע פון דעם הייליגן מוסד וואס דער רבי ז"ל האט מייסד געווען ערב יום הקדוש, און ארומגערעדט בשבח פון די חשובע נגידים, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור, דערנאך זענען די נגידים אריבער איבערגעבן די גרעסערע נדבות פאר רבינו שליט"א און דער רבי האט יעדעם פערזענליך אנגעוואונטשן ברכות לרוב.
ארום 10:30 האט דער רבי פארלאזט די מסיבה און צוריקגעגאנגען לביתו נאוה קודש ווייטער אויפנעמען דעם ציבור.

בעת די זמני כניסה האט זיך הבה"ח מרדכי אפרים פישל ב"ר ישראל שמחה לאנדא הי"ו געשטעלט צום פארהער ביי רבינו שליט"א אויף פינף הונדערט בלאט גמרא.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
מיטוואך פרשת צו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' מרדכי דוב גרובער הי"ו (ב"פ), ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
בן הר"ר אברהם הערש זאלדאן שליט"א.
ב"ר יצחק אייזיק ווייס הי"ו.
ב"ר אברהם יוזשעף הי"ו.
ב"ר נפתלי הירצקא שווארץ הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק י"ב, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' שמואל פייערשטיין הי"ו - ר' אברהם מנשה פיליפ הי"ו (אויסטראליע), באולם כינור דוד.
ר' יואל בר"ש כ"ץ הי"ו - ר' חיים ווייס הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
ר' חיים דוד לערנער הי"ו (וומסב''ג) - ר' אברהם יצחק הערשקאוויטש הי"ו, באולם גינת קליין.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:15 ביז 12:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים הר"ר בעריש גראס שליט"א (מאנטרעאל) - הר"ר יצחק מיטטעלמאן שליט"א.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
דינסטאג פרשת צו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.

איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
לבן הנולד אצל ר' יואל ברש"צ שעהר הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' ישראל שטיינבערג הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
לבן הנולד אצל ר' מאיר שאול העכט הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

נאכמיטאג ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
דער רבי איז צום ערשט געפארן קיין ב"פ ווי דער רבי האט מנחם אבל געווען האחים הנדיבים החשובים ר' יצחק זאב ור' ישראל וויינשטאק שיחיו (בעלי מיעל מארט) ע"פ אמם ע"ה.

ארום 8:00 איז רבינו שליט''א אנגעקומען צו די לא-שאטאו זאלן אין וומסב''ג ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת התחזקות פארן כולל בוקר כוכבי אור שע"י בית מדרשינו ברך משה, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה''כ ורב הביהמ"ד, און הרה''ג ר' דוד שלמה לאוב שליט"א האט ארויפגערופן דעם פטרון הכולל הרבני הנגיד ר' יוסף מרדכי כהנא הי"ו אפצונעמען א מתנה פון רבינו שליט"א.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן פטרון הכולל, פאר העסקן ר' שמחה בונם קאהן הי"ו מנהל הכולל, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען קורצע דב"ק וברכה. מען האט געענדיגט ארום 8:20.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:25 ביז 11:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:40 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Show earlier days