אסיפה בקו''פ היינט מיטאג בביתו נאוה קודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, מיט די רבנים פון OU צווישן אנדערע הרב מנחם גענאק שליט''א און הרב משה עלפאנט שליט''א, און דער טשערמאן פון די OU ארגעניזאציע הרב נובערגער הי"ו פון באלטימאר, אינאיינעם מיט די הנהלה און רבני 'איגוד הסופרים' אין קרית יואל. אויסצוארבייטן מיט רבינו שליט"א א מהלך איבער די פראבלעמען פון די זיופים און פסולים בכל עניני סת''ם און בעיקר פון מזוזות, און איבער די נייע אופנים פון בדיקת הקאמפיוטער. נאך א לענגערע אסיפה ווי מהאט דן געווען אלע פרטים האט זיי רבינו שליט''א גענומען אויף א באזוך ביי די מקוה טהרה אין קרית יואל.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
מיטוואך פרשת ויקהל 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק י"ב. בחדרו הפרטי האט דער רבי פארטיילט מטבעות פאר די בחורים וועלכע האבן געלערענט שעות רציפות במשך ימי השובבים העעל"ט.
נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס ארום 7:50 איז רבינו שליט''א אריבער אין שטוב פון הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א אויף א ביקור חולים באזוך נאכן אהיימקומען פון שפיטאל, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס בדברי תורה און מען האט דן געווען פארשידענע שאלות וואס האבן זיך לעצטענס געמאכט כדת של תורה, דער דיין שליט"א האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי האט ווארעם מאציל געווען מברכת קדשו.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:15 ביז 1:10 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים. ר' עקיבא יוסף ניישטאדט הי"ו (וומסב''ג) - ר' יוסף פעלבערבוים הי"ו. ר' יואל קליין הי"ו (מאנטרעאל) - ר' יואל דוד ווייס הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דינסטאג פרשת ויקהל 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר ישראל שלמה ווערצבערגער הי"ו. נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק י', דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד, ווי דערביי האט הב' אברהם יצחק ב"ר יודא טרייטל פרענקל הי"ו מתלמידי הישיבה געמאכט א סיום מסכת און מסיים געווען סדר מועד, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. ארום 5:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה. זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:15 ביז 11:40 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה זענען געווען אויף א באזוך בקו''פ הגה"צ אבד''ק לאנדאן שליט''א, און הגה''צ ר' אברהם צבי פריעדמאן שליט"א דומ"ץ גאלאנטא ומח"ס אוצר הלכות, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די היסטאריע פון ישיבות אמאל און היינט, און איבער די נייע ישיבה גדולה דקהלתינו אין לאנדאן וואס וועט געעפענט ווערן קומענדיגן זמן הקיץ הבעל"ט, דערנאך האט דער לאנדאנאר רב אויפגעברענגט עטליכע שאלות בהלכה אין וואס דער רבי האט נו"נ געווען און מכריע געווען, דער רבי האט זיי מאציל געווען מברכות קדשו, און הגה''צ דומ"ץ גאלאנטא שליט"א האט איבערגעגעבן פארן רבי'ן די נייע בענדער פון ספרו אוצר הלכות.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:40 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
נאך די זמני כניסה איז רבינו שליט''א אריבער געפארן קיין סיגעיט אויף ניחום אבילים ביי משפחת מחותנו כ''ק הגה"צ גאב"ד סיגעיט זצ"ל, דער רבי איז אנגעקומען אין ביהמ"ד קהל יראים סיגעיט ארום 12:15, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס בסיפורי צדיקים לבית סיגוט און איבער פארשידענע מנהגים פון אבילות, דער רבי האט מנחם געווען חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א און די גאנצע משפחה. ארום 1:00 איז רבינו שליט''א אהיימגעפארן לבית נאוה קודש אין קר''י.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
מאנטאג פרשת ויקהל 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם יעקב מאשקאוויטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר יואל ברד"ש בערגער הי"ו. ב"ר נחום שווארטץ הי"ו. ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק י"ב, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
תיכף נאך שחרית אין ישיבה ארום 12:30 האט זיך רבינו שליט''א ארויסגעלאזט אויפן וועג צו די לויה פון מחותנו כ''ק הגה"צ גאב"ד סיגעיט זצ"ל וואס איז פארגעקומען בבית מדרשו קהל יראים אין סיגעיט. דער רבי איז אנגעקומען ארום 1:50 און משמיע געווען ווארימע דברי הספד ארויסברענגענדיג בשבחו פונעם חשוב'ן נפטר אן ענף עץ אבות פונעם זיידן דער הייליגער ייטב לב זיע"א, נאכן רבי'נס הספד האט מספיד געווען חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א זוהן פונעם נפטר זצ''ל וועלכע האט זיך ביים סוף באדאנקט פאר רבינו שליט''א פארן אויפפאדערן די חברה קדישא אז מען זאל צושטעלן דאס בעסטע וואס מעגליך לויטן רצון פון זיין טאטן דער נפטר זצ''ל.
נאך די הספדים האט דער רבי מלוה געווען די מטה, און דערנאך איז דער רבי אריבער מנחם אבל זיין גיסו הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א בבית האכסניא, און דערנאך זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים אין קר"י.
ביים אנקומען אין קר"י ארום 5:20 איז דער רבי אריבער אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס ווי עס זענען געווען פארזאמעלט די היי סקול תלמידות פון מוסדותינו הק' אין וומסב''ג, דער רבי האט צום ערשט איבערגעקוקט די קבלות טובות פון די תלמידות בעניני צניעות און טעכנעלאגיע, און דערנאך משמיע געווען דב''ק והדרכה איבער די אחריות וואס עס ליגט אויף זיי, זייענדיג בעז"ה די מאמעס פון די קומענדיגע דורות און ארויסגעברענגט לשבח פון די תלמידות וואס האבן זיך מקבל געווען קבלות טובות, און מסיים געווען בברכת קדשו.
נאכמיטאג ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:20 ביז 12:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים הר''ר ברוך עקשטיין הי"ו - ר' יואל בר"מ גראס הי"ו.
בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגה"צ רבי יושע לייפער שליט"א אב"ד באר משה מאנסי ונשיא מכון עוז והדר, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
זונטאג פרשת ויקהל 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יואל בר"מ פערל הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר שלמה יואל בלומענפעלד הי"ו. ב"ר שלמה סינאי הי"ו. ב"ר אנטשיל זאלדאן הי"ו. ב"ר אברהם יושע הערשקאוויטש הי"ו. ב"ר יואל חיים פילעפף הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק י', דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און ארום 5:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
נאך מנחה איז רבינו שליט''א אריבער אין בית החיים צו די הקמת המציבה פון ידיד נעוריו להבחל"ח הרה"ג ר' לייבוש וויינפעלד ז"ל, דער רבי האט משמיע געווען ווארימע דברי הספד און ארויסברענגענדיג אז טראץ וואס ער איז געווען א נהנה מיגיע כפו דאך איז ער געליגן אין תורה און מעורר געווען דעם ציבור מיט זיין ווארימע קול תפילה.
פארנאכטס איז רבינו שליט''א אריבער אויף א ביקור חולים באזוך ביים משב"ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו נאכן דורכגיין א אפעראציע, עס האט זיך פארצויגן א שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו א רפואה שלימה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:20 ביז 11:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ כ''ק אדמו"ר מצאנז גריבוב שליט''א פון ב"פ לרגל שמחת נשואי בנו למז"ט, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים. ר' שלמה קליין הי"ו - ר' יואל דוד דרעזדנער הי"ו. ר' משה דאנא הי"ו (וומסב''ג) - ר' מרדכי יעקב סאאל הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:45.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Tuesday25 Adar I 57843/5/2024
Report
כינוס אנ”ש ומעמד ח"י וקיים לטובת קהילתינו הק’ אין מאנסי, פארגעקומען פארגאנגענעם מוצש''ק בהיכל הגדול אינעם בנין הת"ת בנין גאלדשטיין אינטער בית מדרשינו הגדול, בהשתתפות פון הונדערטער אנ''ש ובראשם הגה''צ אבד''ק מאנסי שליט''א.
אלס יו''ר המעמד האט געדינט הרה''ג ר' שלמה זלמן גראס שליט"א מנה"ר במוסדותינו הק', וועלכע האט ארויסגעברענגט די בלי און וואוקס בליעה''ר פון קהלתינו הק' און וויאזוי סאיז אויסגעשטיגן פון א קליינער שטיבל צו א ריזן אימפעריע אין בלוז 18 יאר. סיום מס' חולין במסגרת חבורת תורתך שעשועי: הרה"ג ר' ראובן אליעזר קרויס שליט"א מרבני מכון להוראה. אויך האט אויפגעטרעטן הרה''ח ר' מרדכי אלעזר הירש הי''ו חבר הנהלת מוסדותינו בוומסב''ג. דערביי איז פארגעקומען א מעמד הכרת הטוב פאר די 11 גבאים פון די 5 בתי מדרשינו איבער די שטאט. דבר המעמד: הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א.
ביים מעמד האט מען געמאלדן די הרחבת גבולי הקדושה ווען אויף יו''ט פסח וועט זיך שוין עפענען די צוויי נייע בתי מדרשינו ביהמ''ד המפואר בשכונת רעמסען און די פארגרעסערטע ביהמ"ד ברך משה בשכונת טווין, און די פרייליכע בשורה צו עפענען נאך צוויי נייע בתי מדרשים איבער די שטאט בשכונת רידזש און בשכונת וועסט מעיפל, אזוי אויך איז געמאלדן געווארן אז אין די קומענדיגע חדשים וועלן אי"ה פארטיג ווערן די פלענער צו פארגרעסערן און פארשענערן בית מדרשינו הגדול וואס איז שוין לאנג אויסגעוואקסן די געברויך פונעם ציבור.
אויך איז פארגעקומען א פאנעל דורך הרה"ח ר' שלמה מנשה פאלקאוויטש הי"ו מגדולי עסקני למען החינוך מיט ר' משה קארקאלסקי א געלערנטע עדזשוקעיזשען פראפעסאר און הרה"ג ר' משה שוואב שליט"א ראש ישיבת דגל התורה ומתיבתא מאמר מרדכי, איבער די גאנצע השתדלות פונעם אנהייב פון די ביטערע גזירה ביז ווי מען שטייט היינט און ארויסגעברענגט די הייליגע מהלך פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א זיך נישט צו לאזן פון די רעגירונג אויף קיין שום אופן און נישט מאכן קיין שום פשרות.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Sunday23 Adar I 57843/3/2024
Report
שב''ק פרשת כי תשא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
פרייטאג צונאכטס ארום 6:20 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרה"ח ר' ברוך עקשטיין הי"ו. מען האט געענדיגט דאווענען ארום 7:50 עס איז פארגעקומען אן אפיעל פאר מוסדות תורה ויראה ירושלים בעיה"ק עטה"ק, דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין בחדרו הפרטי.
ארום 8:40 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה''ט בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה. אשת חיל: נכד רבינו הב' החתן ישראל דושינסקיא ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א, הגבהת הכוס: הרה"ח ר' רפאל פערלמוטער הי"ו (מאנסי).
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה"ח ר' שמואל ברוין הי"ו (ב"פ), מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' יעקב שטויבער הי"ו (מאנסי).
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'כי תשא את ראש בני ישראל' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון יש אם למקרא.
קה אכסוף: הרה"ח ר' יהושע געלבשטיין הי"ו (וומסב''ג), ברכהמ''ז: הרה''ג ר' אברהם וואלף פריעדמאן שליט"א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק הרבי ר' אלימלך מליזענסק זיע''א וואס די יארצייט איז געווען פרייטאג כ"א אדר. קה רבון עלם: הרב יוסף שנעבאלג שליט"א (ירושלים), די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, אז ביום השביעי: הרה"ח ר' אברהם ראובן כאירה הי"ו (ארגענטינע). מען האט געענדיגט ארום 11:35.
וביום השבת קודש
שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:20. פסוקי דזמרה: הרה''ג ר' יואל שטיין שליט"א, צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען.
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שרגא יצחק גאנדל הי"ו, פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' אברהם יוסף רובינשטיין הי"ו (וומסב''ג).
עליות. כהן: הרה"צ ר' יצחק צבי ווייס שליט"א מאיהעל ב"פ. לוי: הרה"ח ר' נחמי' קרויס הי"ו (קרית טאהש). שלישי: החתן ב"ר שלמה זלמן ברוין הי"ו. רביעי: החתן ב"ר אהרן שווארטץ הי"ו. חמישי החתן יואל ב"ר מרדכי ווידער הי"ו (קרית טאהש). שישי; רבינו שליט''א.
נאכ'ן עולה זײן האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: ר' דוד זכרי' ראטה הי"ו. ר' שמעון עסטרייכער הי"ו. ר' אברהם הערש הערשקאוויטש הי"ו.
שביעי: החתן ב"ר משה יודא רובינשטיין הי"ו. אחרון: הרה"ח ר' יצחק מנחם בערגער הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. מפטיר: הרה"ח ר' אליעזר לעוו הי"ו (לאנדאן). הגבה: הרה"ח ר' מאיר אלי' אקער הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' שלמה זלמן ברוין הי"ו (וומסב''ג).
מוסף: הרה"ח ר' פנחס טייכמאן הי"ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' יעקב הערש ווערטהיימער הי"ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 12:20.
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 6:20. מנחה: ר' יעקב משה מיטטעלמאן הי"ו. הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אהרן משה שווארטץ הי"ו. כהן: הרה"ח ר' מאיר מענדל ווייס הי"ו. לוי: הרה"ח ר' בערל בר"ח לעווי הי"ו (ב"פ). שלישי: הרה"ח ר' יודא משה געלב הי"ו (מאנטרעאל). הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרה"ח ר' מרדכי ווידער הי"ו (קרית טאהש).
זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'אך את שבתותי תשמורו' און געטייטשט אז דורך שמירת שבת זענען אידישע קינדער זוכה צו ברכת ה' וואס איז א ברכה בלי מצרים מכל טוב בעולם הזה, און עשו האט נישט קיין חלק אין דעם און פון דעם קען מען געבן געלט פאר בניית המשכן.
ידיד נפש: הרה"ח ר' יעקב הערש ווערטהיימער הי"ו, קל מסתתר: הרה"ח ר' משה ברוך שווארטץ הי"ו (וומסב''ג), שושנת יעקב: הרה"ח ר' מרדכי ווידער הי"ו, דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.
מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' משה יצחק איצקאוויטש הי"ו. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 8:40. מוצש''ק ארום 10:50 איז רבינו שליט''א אריבער בביתו החדש פון הרה"ח ר' יחזקאל שרגא גאלדשטיין הי"ו, דער רבי האט קובע געווען א מזוזה, דערנאך איז פארגעקומען א התחלת כתיבת ספר תורה געשריבן דורך הרה"ח ר' יחזקאל שרגא הי"ו, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' יחזקאל שרגא הי"ו, פאר אביו הרה"ח ר' משה הי"ו און פאר די גאנצע משפחה.
דערנאך איז רבינו שליט''א אריבער אויף א באזוך אין שטוב פון הגה"צ רבי קלמן האלבערשטאם שליט"א אב''ד צאנז קר"י, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים לבית צאנז, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו לרגל שמחת נשואי בנו החתן מיט עטליכע וואכן צוריק בעת דער רבי האט געוויילט אויף אפרוה.
פין דארט ארום 11:50 איז דער רבי אריבער צום ביהמ"ד בית אלעזר אין שכונת ויואל משה, צו די שמחת השבע ברכות בחצרות קדשינו החתן בן הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א צוגעשטעלט דורך די מתפללי הביהמ"ד, דער רבי האט געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' משה חיים שפיטצער הי"ו מהנהלת הביהמ"ד, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פאר די גאנצע ציבור און משמיע געווען דב"ק בעניני שמחת חתן וכלה און ארומגערעדט בשבח פון דעם ביהמ"ד בפרט און פון שכונת ויואל משה בכלל, און מסיים געווען בברכת קדשו פאר הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א און פארן גאנצן ציבור. מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א און דער רבי האט געזאגט די שבע ברכות, דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיט די חתן און מחותנים. מען האט געענדיגט ארום 12:35.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
פרייטאג כי תשא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' לוי יצחק קליין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר גרשון מענדל פעלדמאן הי"ו. ב"ר יצחק משה מאשקאוויטש הי"ו. דער רבי האט געצינדן 5 ליכט לרגל די יומדהל''ק פון הרה"ק הרבי ר' אלימלך מליזענסק זיע''א, און פאר הודו האט דער רבי געזאגט די תפילה קודם התפילה פונעם רבי ר' אלימלך זיע''א בבכיות עצומות א לאנגע צייט.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דאנערשטאג פרשת כי תשא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר ישעי' יצחק הכהן רובין הי"ו. ב"ר מרדכי ווידער הי"ו. ב"ר יואל איידליס הי"ו. ב"ר אברהם יושע שווארץ הי"ו. דער רבי האט געצינדן 5 ליכט לרגל די יארצייט פון חותנו האדמו''ר בעל ישועות משה מוויזניץ ז"ל. ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק ח'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעה'ן האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח ר' וואלף ווירצבערגער ע"ה.
נאכמיטאג ארום 4:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט, פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן 5 ליכט לרגל די יארצייט פון חותנו ז''ל.
נאך מנחה איז פארגעקומען די שמחת השבע ברכות בחצרות קדשינו אין די זאלן שע"י בית נאוה קודש צוגעשטעלט דורך רבינו שליט"א פאר די בני המשפחה משולב מיט א יארצייט סעודה פארן חותן המלך האדמו"ר בעל ישועות משה מוויזניץ ז"ל, מען האט געענדיגט ארום 6:30.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים. ר' הערשל בר"י פיש הי"ו (ב''פ) - ר' הערשל ברש"ח פיש הי"ו, באולם כינור דוד. ר' מרדכי ווידער הי"ו (קרית טאהש) - ר' משה הערש בראך הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס. ר' ראובן ווייס הי"ו (מאנסי) - ר' משה דוד וויינגארטן הי"ו, באולם גינת קליין.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:15 ביז 11:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:20, פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן 5 ליכט לרגל די הילולא קדישא פון הרה"ק הרבי ר' אלימלך מליזענסק זיע''א, און נאך מעריב ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
נאך די זמני כניסה האט זיך רבינו שליט''א באטייליגט ביי די שמחת השבע ברכות פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א אין שטוב פון הרה"ח ר' יואל זאבעל הי"ו, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, פאר האדמו"ר מספינקא שליט"א, און פאר די מחותנים, און דערנאך זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיטן חתן, מחותנים, און מיט האדמו"ר מספינקא שליט"א.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
סאטמאר בארא פארק הרחיבי מקום גבוליך!
בברכת הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א זענען עסקני קהלתינו הק' בס"ד אריין אין קאנטראקט אפצוקויפן דעם גיגאנטישן בנין פון "פאראדייס מענאר" אויף די ברייט פונעם ניו יוטריק גאס ביים ווינקל פון די 58'סטע סטריט, פאר א נייעם פראכטפולן ביהמ"ד החדש והמפואר ד'קהלתינו הק', וואס וועט אי"ה דינען אלס תל תלפיות פאר די גאנצע אומגעגענט.
מיטוואך פרשת כי תשא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר חיים שלמה אקערמאן הי"ו. נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק י"ד, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך בבית אופה המהודרת דקהלתינו הק', און דערנאך אינעם בית השחיטה המהודרת.
נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 6:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים. ר' שלמה זלמן ברוין הי"ו (וומסב''ג) - ר' מאיר אלי' אקער הי"ו, באולם כינור דוד. ר' אהרן שווארטץ הי"ו - ר' שלמה זלמן געלב הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס. ר' אברהם יושע ווירצבערגער הי"ו - ר' נחום אליעזר וויינבערגער הי"ו, באולם גינת קליין.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:15 ביז 11:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 11:45, פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן 5 ליכט לרגל די יארצייט פון חותנו האדמו"ר בעל ישועת משה מוויזניץ ז"ל.