בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

קהילות הקודש

← ווייזט אלעס

זונטאגי"ח שבט תשפ"ד1/28/2024

זונטאגי"א שבט תשפ"ד1/21/2024

זונטאגד' שבט תשפ"ד1/14/2024

מאנטאגכ"ז טבת תשפ"ד1/8/2024

באריכט
רייכע נגיד'ישע באנקעט נעכטן מוצש''ק אין שכונת דברי חיים אין קרית יואל בהשתתפות פונעם מרא דאתרא כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א.

עס איז געשאפן געווארן דורך די תושבי השכונה די פאנטאסטישע סכום פון אריבער 5 מיליאן דאלער פאר די איבערבוי פון בית מדרשינו גדול ומפואר בית שמואל אין שכונת דברי חיים און פאר די מקוה טהרה וואס ווערט געבויט אין די שכונה.

דער מעמד איז געווען א וועג ווייזער פאר אלע נייע שכונות און געגנטער, אז ווען מען בויט אידישקייט און מיט'ן איינציגן רצון ממשיך צו זיין די כוח המייסד פון רביה''ק מייסד העיר זיע''א וועט מען מצליח זיין, און ווערט באגלייט און געשטיצט פון קהלתינו הק' וואס איז א שטארקע ריקנביין פאר אלע געגנטער צו בויען קדושה וטהרה אין די גאנצע פארברייטערטע עיר הגדולה לאלוקים קרית יואל יצ''ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

זונטאגכ"ו טבת תשפ"ד1/7/2024

זונטאגי"ט טבת תשפ"ד12/31/2023

שבת קודשי"א טבת תשפ"ד12/23/2023

זונטאגה' טבת תשפ"ד12/17/2023

שבת קודשכ"ו כסלו תשפ"ד12/9/2023

זונטאגכ' כסלו תשפ"ד12/3/2023

בילדער · 17
דינער השנתי לטובת 'מוסדות קרית יואל' מיט אירע 12,000 קינדער בליעה''ר כן ירבו, אינאיינעם מיט'ן פייערליכע מעמד יובל החמישים אפצייכענדיג 50 יאר פון התייסדות ק''ק ומוסדות קרית יואל יצ''ו, במעמד אלפי תושבי קר''י בראשות מרא דאתרא ונשיא המוסדות כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

פרייטאגי"ח כסלו תשפ"ד12/1/2023

בילדער · 7
גיגאנטישער 'אודיטאריום' אין אירע ניי צוגעלייגטע גאלעריען פראכטפול צוגעגרייט צו קענען אקאמאדירן אלפי תושבי קרית יואל צום מעמד אדיר 'יובל החמישים' דעם מוצש''ק.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
דעם מוצש''ק קומט פאר די גרויסארטיגע יערליכע דינער לטובת 'מוסדות קרית יואל' מיט אירע 12,000 קינדער בליעה''ר כן ירבו, אינאיינעם מיט'ן פייערליכע מעמד יובל החמישים אפצייכענדיג 50 יאר פון תורה ויראה בעיר הקודש קרית יואל יצ''ו.

קומט פאר אין די גיגאנטישער בית רחל אודיטאריום מיט אירע צוגעלייגטע גאלעריען, בראשות מרא דאתרא ונשיא המוסדות כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווייזט עלטערע נייעס