פרייטאג צונאכטס ארום 5:40 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אינעם ארטיגן ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: נכד רבינו הרב ישראל יעקב יוקל ט''ב שליט"א פון וומסב"ג. מען האט געענדיגט דאווענען ארום 7:00. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת, און דער רבי האט אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש.
ביים ערשה''ט בביתו נאוה קודש האט מען געעפענט פארן ציבור ארום 9:30. מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה''ח ר' דוד עקשטיין הי''ו, מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' משה ברוך זילבער שליט''א מח"ס ברכת משה בן הגה''צ גאב''ד פריימאן שליט''א.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'קהל עדת ישראל בין הערבים' און געטיישטש בדרך דרוש אין די סוגיא פון שנים שעשהו.
קה אכסוף: הרה"צ ר' יצחק הערש ווייס שליט''א אב''ד אוהעל ב''פ. ברכהמ''ז: הגה"צ אבד''ק ראשית חכמה מאנטרעאל שליט"א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הגה"ק הפני יהושע זיע"א, וואס די יארצייט געפאלט מיטוואך י''ד שבט.
קה רבון עלם: הר''ר אברהם דוד וואגשאהל שליט''א (מאנסי), נאך די פירות האט מען אריינגעברענגט בונדלעך לרגל די שמחת השלום זכר ביי נכד רבינו הרב יחזקאל שרגא ט''ב שליט''א בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א, און מען האט געזינגען לכבוד די שמחה. אז ביום השביעי: הרה"ח ר' שמחה וויזענפעלד הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 11:10.
וביום השבת קודש
שב''ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד ארום 9:30. פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' מיכל פעלדמאן הי"ו, צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען.
הוצאה והכנסה ופסוקי שמע ישראל: הרה''ח ר' יוסף פנחס סטראלאוויטש הי"ו. בעל קורא: משב''ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו. עליות. כהן: הרה"צ ר' יצחק הערש ווייס שליט''א מאיהעל. לוי: הרה''ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו. שלישי: הגה"צ אבד''ק ראשית חכמה שליט"א. רביעי: הרה"ח ר' משה אליעזר ראזענפעלד הי"ו. חמישי: הרה''ח ר' וואלף שניצער. שישי: רבינו שליט''א.
דעם רבינס עלי' איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו, דער רבי האט זיך באדאנקט און געהייסן מאכן א מי שברך.
שביעי: הרה"ח ר' יודא משה געלב הי"ו (מאנטרעאל). אחרון: הר''ר אברהם דוד וואגשאהל שליט''א. מפטיר: הב' צבי ריינער (לאס אנדזשעלעס). הגבה: הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו (ב"פ). גלילה: הרה''ח ר' חיים מאיר גרינפעלד הי"ו.
מוסף: הגה''צ אבד''ק ראשית חכמה שליט''א. פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ג ר' משה ברוך זילבער שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 12:20.
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל''ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד ארום 5:40. מנחה הרה"ח ר' יצחק מענדלאוויטש הי"ו (מאנסי). הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יודל שטערן הי"ו (מאנטרעאל). בעל קורא: הרה''ח ר' דוד עקשטיין הי''ו. כהן: הרה"ח ר' יואל ברמ''ח פריעדמאן הי"ו. לוי: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו. שלישי: הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו. הגבה: רבינו שליט''א, גלילה: הרה"ח ר' יעקב יוסף אונגאר הי"ו (שיכון סקווירא).
זמירות ביי של''ש האט רבינו שליט''א מכבד געווען. אודה: משב"ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' שלמה קלאגסברוין הי"ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'והגדת לבנך ביום ההוא', און געטיישטש אז תשובה העלפט מיט כח האמונה, אבער אז מען איז פוגם בעניני קדושה פארלירט מען אמונה אינעם בוכ''ע, דעי וואכן וואס מען ליינט די קריאה פון יציאת מצרים ווערט נתרבה די אמונה ביי אידישע קינדער קען מען צוקומען צו תשובה פאר אלע ענינים.
ידיד נפש: הרה''ח ר' דוד עקשטיין הי''ו, קל מסתתר: הרה''ח ר' יצחק דוד לאנדא הי''ו (וומסב''ג). רבינו שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס.
מעריב מוצש''ק: הרה''ח ר' יעקב יוסף אונגאר הי''ו. נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 7:40.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
פרייטאג 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ארום 8:00 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת שחרית בעל תפילה: הרה"ח ר' עקיבא צבי געשטעטנער הי"ו (קר"י). נאכן דאווענען האבן שלום גענומען די געסט וועלכע זענען געקומען וויילן אויף שבת בצל הקודש.
▫ סאטמאר'ע נייעס 🌴
Report
דאנערשטאג 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ארום 8:00 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת שחרית. בעל תפילה: הרה"ח ר' אברהם צבי מנחם אונגער הי"ו. פתיחה: הרה"ח ר' משה מנחם דאסקאל הי"ו (מאנסי). כהן: הרה"צ ר' יצחק צבי ווייס שליט"א אב"ד איהעל ב"פ. לוי: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו (קר"י). שלישי: רבינו שליט"א. הגבה: הרה"ח ר' וואלף שניטצער הי"ו (קר"י). גלילה: הרה"ח ר' יעקב דוד האפמאן הי"ו (לאנדאן).
נאך שחרית האט דער רבי אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש, עס איז פארפירט געווארן א שיינע שמועס איבער די לעצטיגע שערורי' פון די פסול'ע ספרי תורה.
פארנאכטס ארום 5:40 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת מנחה. בעל תפילה: הרה"ח ר' וואלף שניטצער הי"ו, צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו, און ביים זמן ר"ת האט מען געדאווענט מעריב, און נאך מעריב האט דער רבי מחדש געווען די לבנה פארנט פון ביהמ"ד.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
מיטוואך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ארום 8:00 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת שחרית. בעל תפילה: הרה"ח ר' אברהם צבי מנחם אונגער הי"ו.
נאך שחרית האט דער רבי אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש, עס איז פארפירט געווארן א שיינע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה אין פארשידענע געגענטער.
פארנאכטס ארום 5:40 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת מנחה, צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו, און ביים זמן ר"ת ארום 6:15 האט מען געדאווענט מעריב.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
דינסטאג ו' שבט יומדהל''ק של מרן הגה''ק העצי חיים זיע''א 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ארום 8:00 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת שחרית, דער רבי האט געצינדן 5 ליכט און צוגעגאנגען צום עמוד, נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די יומדהל''ק דער רבי האט געטרינקן לחיים און דערציילט עובדות וסיפורים פונעם בעל הילולא זיע''א א לענגערע צייט.
אין די נאכמיטאג שעה'ן האט זיך דער רבי טעלעפאניש פארבינדן מיט הרבני הנגיד ר' אברהם יודא גאלדבערגער הי"ו ווי דער רבי האט אים אנגעוואונטשן לרגל שמחת נשואי בתו למז"ט און דערביי זיך באדאנקט פאר די גרויסע תמיכה וואס ער האט געגעבן לכבוד זיין שמחה פאר אלע מרביצי תורה פון מוסדות קר''י און אלע רמ''י המתיבתא, און דער רבי האט אים ווארעם אנגעוואונטשן ברכות לרוב.
פארנאכטס ארום 4:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מנחה בבית הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו, דער רבי האט געצינדן 5 ליכט און איז צוגעגאנגען צום עמוד. נאך מנחה האט דער רבי מעריך געווען שלחנו הטהור לרגל די יומדהל''ק, דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה, במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגונים וואס מען האט געזינגען ביים בעל הילולא זיע''א מיט מכתם לדוד האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ אבד''ק ראשית חכמה שליט"א. רבינו שליט''א האט משמיע געווען לענגערע דב"ק אויפן פסוק 'וגם מקנינו ילך עמנו וכו' כי ממנו נקח לעבוד את ה' און ארומגערעדט במשנתו פונעם בעל הילולא זיע''א, און דערנאך ממשיך געווען מיט סיפורי קודש א לענגערע צייט. דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס, מען האט געענדיגט ארום 6:30. דערנאך האט מען געדאווענט מעריב, בעל תפילה: הרה"ח ר' אברהם צבי מנחם אונגער הי"ו.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
פרשת בא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, בעיר הנופש פאלם ספרינגס קאליפארניע
מאנטאג
ארום 8:00 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת שחרית. בעל תפילה: הרה"ח ר' אברהם צבי מנחם אונגער הי"ו (שיכון סקווירא). פתיחה: הרה"ח ר' יעקב דוד האפמאן הי"ו (לאנדאן), בעל קורא: משב"ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו. ראשון: רבינו שליט"א. שני: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו (קר"י). שלישי: הגה"צ אבד''ק ראשית חכמה מאנטרעאל שליט"א. הגבה: הרה"ח ר' משה מנחם דאסקאל הי"ו (מאנסי). גלילה: הרה"ח ר' יצחק דוד לאנדא הי"ו (וומסב''ג).
פארנאכטס ארום 5:40 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת מנחה, בעל תפילה: הרה"ח ר' אברהם צבי מנחם אונגער הי"ו, צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו, און ביים זמן ר"ת ארום 6:15 געדאווענט מעריב, דער רבי האט געצינדן 5 ליכט און איז צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די הילולא קדישא פון זקינו הגה"ק העצי חיים זיע''א.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Monday5 Shevat 57841/15/2024
Report
זונטאג פרשת בא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים: ב"ר שלום מאיר הכהן רובין הי"ו. ב"ר אליעזר זוסיא פארטיגאל הי"ו. ב"ר ליפא ברח"ל פריעדמאן הי"ו. ב"ר זלמן לייב פארקאש. ב"ר בעריש ווערטהיימער הי"ו. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 1:25 האט רבינו שליט''א פארלאזט ביתו נאוה קודש אויפן וועג צו סטוארט עירפארט, אין לופטפעלד האט זיך דער רבי באגריסט מיטן לאנגיעריגע חברותא הגה"צ רבי יעקב אלי' אונסדארפער שליט"א אבד''ק ראשית חכמה מאנטרעאל.
ארום 2:30 האט זיך געהויבן די פריוואטע פליגער אויפן וועג קיין פאלם ספרינגס קאלעפארניע, אינטערווענגס האט רבינו שליט''א עוסק געווען בתורה אינאיינעם מיט'ן חברותא הגה''צ אבד''ק ראשית חכמה שליט''א, אויך האט דער רבי א לענגערע צייט מעיין געווען און איבערגעקוקט דעם באנד פונעם נייעם הערליכן שו''ת עצי חיים וועלכע ווערט יעצט מוכן לדפוס און דערביי מגיה געווען א חלק פון די הוספות והערות.
דער פליגער האט געלאנדעט אינעם פאלם ספרינגס אינטערנעשענעל עירפארט ארום 5:00 - ארטיגע זייגער (8:00 ניו יארק'ע צייט). דער רבי איז אפגעווארט געווארן אין לופטפעלד דורך אנשי שלומינו וועלכע וויילן דארט אויף אפרוה און דער רבי איז צוגעפארן לביתו נאוה קודש.
ארום 5:40 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו תפילת מנחה אינעם ארטיגן ביהמ"ד, צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו, און ביים זמן ר"ת בערך 6:12 האט דער רבי געדאווענט מעריב.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Sunday4 Shevat 57841/14/2024
Report
שב''ק פרשת וארא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ערש''ק נאכמיטאג האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר די חתנים. החתן יחיאל אלטר ב"ר בעריש גפן הי"ו. החתן יושע ב"ר משה אברהם רזונאי הי"ו (בית שמש).
פרייטאג צונאכטס ארום 5:20 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרה"ח ר' בעריש גפן הי"ו. מען האט געענדיגט דאווענען ארום 6:50, דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 8:40 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה''ט בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה. אשת חיל: נכד רבינו הב' החתן מאיר אליעזר ט"ב בן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, הגבהת הכוס: הרה"ח ר' משה יוסף פריעדלענדער הי"ו.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה"כ וומסב''ג, מנוחה ושמחה: הר"ר הערשל אשכנזי שליט"א בן האדמו"ר מסטאניסלאוו לאנדאן שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'וגם אני שמעתי את נאקת בני ישראל' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון אחשביה.
קה אכסוף: הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו (וומסב''ג), ברהמ''ז: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון זקינו מרנא ורבנא הגה''ק העצי חיים זיע''א וואס די יארצייט געפאלט דעם דינסטאג ו' שבט.
קה רבון עלם: הרה"ח ר' שלום מאיר עקשטיין הי"ו, די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, אז ביום השביעי: הרה"ג ר' עזרא דוד כאירה שליט"א מו"ץ בקהילת חרדים בארגענטינע. מען האט געענדיגט ארום 11:30.
וביום השבת קודש
שב''ק אינדערפרי איז רבינו שליט''א איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:20. פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו, דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק און צוגעגאנגען צו שחרית.
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יושע פנחס ווייס הי"ו, פסוקי שמע ישראל: הגה''צ ר' בעריש קאהן שליט''א ראה"כ אנטווערפען.
עליות. כהן: החתן ב"ר יואל כהן הי"ו - באווארפען. לוי: ר' אלכסנדר זושא ניימאן הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. שלישי: הרה"ג ר' הערשל ראזענפעלד שליט"א מו"ץ בשיכון סקווירא. רביעי: החתן ב"ר בעריש גפן הי"ו - באווארפען. חמישי: החתן ב"ר משה אברהם רזונאי הי"ו - באווארפען. שישי: רבינו שליט''א.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: ר' ישראל בער הירש הי"ו. ר' שמעון אקערמאן הי"ו. ר' יואל ברמ"י רובינשטיין הי"ו. ר' נפתלי צבי האלפערט הי"ו. ר' משה הלל גרובער הי"ו. ר' דוד רייז הי"ו. ר' מנחם ברי"מ לאנדא הי"ו (וומסב''ג).
שביעי: החתן ב"ר יואל יצחק סופר הי"ו - באווארפען. הוספה: הרה"ח ר' בנציון קאהן הי"ו. אחרון: הרה"ג ר' יוסף הערש סופר שליט"א, מו"ץ. מפטיר: הרה"ג ר' נתן דוב שווארץ שליט"א, מו"ץ. הגבה: הרה"ח ר' משה אברהם רזונאי הי"ו (בית שמש). גלילה: הר"ר שמואל מנחם קאהן שליט"א (וומסב''ג) בן הגה''צ אבד''ק סענדזשארדזש שליט''א.
רבינו שליט''א איז צוגעגאנגען צו תפילת מוסף לרגל די יומדהל''ק די וואך פון זקינו מרן הגה"ק העצי חיים זיע''א, פתיחה לאנעים זמירות: הר"ר הערשל אשכנזי שליט"א.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' חיים יוסף פריעדמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. מען האט געענדיגט ארום 12:30.
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל''ש איז דער רבי איז אריינגעקומען ארום 5:20. מנחה: ר' יעקב משה מיטטעלמאן הי"ו. הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מרדכי הערש גאלדמאן הי"ו (מאנטרעאל). כהן: הרה"ח ר' מענדל ברא"ש פריעדמאן הי"ו. לוי: הר"ר יקותיאל צבי לעווי שליט"א. שלישי: הגה''צ ר' משה טייטלבוים שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד בית שמואל בנימין. הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרה"ח ר' חיים פעקעטע הי"ו (וומסב''ג).
זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו. שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויף די מסורה 'ושמתי פדות בין עמי ובין עמך' און געטייטשט אז איינס פון די תנאי תשובה איז א חרטה גמורה און משנה זיין די מעשים לטובה, ביי אידן ווערט אבער גערעכנט מחשבה טובה למעשה ווייל א איד האט נישט קיין ערלת הלב, במילא אפילו מען האט נאר א קבלה טובה הייסט עס שוין א תיובתא סגי, אבער עס דארף זיין א אמת'ע הרהור תשובה מעומקא דליבא.
ידיד נפש: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו, קל מסתתר: הרה"ח ר' חיים יאקאב הי"ו (וומסב''ג ), דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס. צו מעריב מוצש''ק איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יומדהל''ק די וואך. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך, און מען האט ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בשירה וזמרה מיט כי מלאכיו לרגל דאס אפרייזן היינט אויף מנוחת הנפש אין פאלם ספרינגס קאליפארניע. מען האט געענדיגט ארום 7:40.
עס איז געווען זמני כניסה בקו''פ פון 9:20 ביז 1:20 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך כ''ק אדמו"ר מזלאטשוב נתני' שליט"א וועלכע וויילט אין קר"י לרגל נישואי נכדו למז"ט, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו און פארן חתן און די מחותנים.
אויך זענען אריין בקו''פ א קבוצה בחורים פון ישיבת קרן אורה פון לעיקוואד וועלכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש, דער רבי האט אויסגעפרעגט די לימודים און מאציל געווען מברכת קדשו. דערנאך זענען אריין בקו''פ א קבוצה בחורים פון ישיבת דרכי חיים פון ב"פ וועלכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש, דער רבי האט אויסגעפרעגט די לימודים און מאציל געווען מברכת קדשו.
▫ סאטמאר'ע נייעס 🌴
Report
פרייטאג ערש''ק וארא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד רב טוב לרגל די שמחת הברית מילה לבן הנולד אצל הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א רב הביהמ"ד.
פארן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אשר גאלדמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה בהיכל הביהמ"ד, מוהל: דער אבי הבן הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א, סנדק: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, סנדק מעומד: הגה"צ אבד''ק ב"פ שליט"א, ברכות וקריאת השם: רבינו שליט"א, ויקרא שמו בישראל: יצחק, נאך דער זיידע האדמו"ר מאלעסק זצ"ל. נאכן ברית איז דער גאנצע ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א.
דערנאך איז פארגעקומען די סעודת ברית בהיכל הביהמ"ד, דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודת ברית, און אויפגעריסן די חלה אן קיין מעסער כנהוג אום ערב שבת. עס האבן אויפגעטרעטן דער זיידע חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, און דער דער אבי הבן הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א, מיט יום ליבשה האט דער רבי מכבד געווען הרה''ג ר' יואל אשר וויעדער שליט"א מנהל בישיבה קטנה סניף זרע קודש.
רבינו שליט''א האט משמיע געווען דברות קודש בעניני ברית מילה, און מסיים געווען בברכות לרוב. ברכת המזון: רבינו שליט"א, מיט די הרחמן'ס האט דער רבי מכבד געווען די בני המשפחה, און הרה"ח ר' חיים הערש אבערלענדער הי"ו, הרה"ח ר' יואל דוד שווארץ הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 12:30.
דערנאך איז דער רבי ארויף אין שטוב פון הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א ווי דער רבי האט אנגעוואונטשן פאר די יולדות.
אין די פארמיטאג שעה'ן איז געווען אויף א באזוך בקו''פ בביתו נאוה קודש כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א וועלכע האט געוויילט אויף שב''ק אין קרית יואל לרגל א משפחה שמחה, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.
▫ סאטמאר'ע נייעס 🌴
Report
דאנערשטאג פרשת וארא ר"ח שבט 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' טובי' גדלי' גאלדשטיין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר יואל פעקעטע הי"ו. ב"ר אברהם חיים ווייס הי"ו. ב"ר שלמה אברהם גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל ברגש והתעוררות, און ביים ליינען געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף א באזוך אינעם בבית אופה המהודרת דקהלתינו הק'.
נאכמיטאג ארום 5:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
ארום 6:50 איז רבינו שליט"א אריינגעפארן קיין וומסב''ג, ווי עס איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש אויף היוז סט. די צווייטע אסיפה פאר נגידים ונדיבי לב לטובת דעם נייעם קרן "לב אהרן" וואס איז געגרינדעט געווארן מיט צוויי וואכן צוריק לביסוס קהלתינו הק' יטב לב ומוסדותי' אין ארה"ק, דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש וברכה און מחייב געווען גרויסע סכומים וואס די נדיבים האבן באשטייערט להחיות נפש צדיק, דער רבי האט דערביי מחזק געווען די עסקנים מען זאל קענען ווייטער אויפטרייבן גרעסערע געלטער פאר די הייליגע מוסדות אין ארה''ק.
אויך זענען אריין בקו''פ בביתו נאוה קודש הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א אינאיינעם מיט חתנו הרב מרדכי יודא האלבערשטאם שליט''א לרגל די אפשערן פון בנו וועלכע קומט פאר קומענדיגע וואך, דער רבי האט אפגעשוירן פון די האר און אנגעטוהן א קאפל אין ציצית, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.
דערנאך איז רבינו שליט''א אריבער געפארן קיין ב"פ צום מעמד 'תורה להאדירה' לטובת כוללינו כולל דברי יואל אין בארא פארק מיט אירע נאענט צו 200 לומדי הכולל, אינאיינעם מיט די סיומי מקצועות התורה, פארגעקומען אין די ליפשיץ זאלן אין ב"פ.
ביים אנקומען אין ב"פ ארום 9:45 איז רבינו שליט''א צום ערשט אריבער בבית מדרשינו הגדול וואו דער רבי האט געדאווענט מעריב, בעל תפילה: הרה"ח ר' שלום מיטטעלמאן הי"ו.
נאך מעריב איז דער רבי אריבער צום מעמד תורה להאדירה, ביים אנקומען האט זיך דער רבי באגריסט מיטן נואם הכבוד הגאון הגדול רבי שמואל אליעזר שטערן שליט"א רב מעריב עיר בני ברק יצ"ו און די רבני הכולל, און דער נועם הכבוד האט פארענדיגט זיין דרשה, דערנאך האט אויפגעטרעטן דער יו"ר המעמד הרה"ח ר' משה אהרן פילאפף הי"ו, און האט אויפגערופן הרה"ח ר' שאול פריעדמאן הי"ו מראה"ק וחבר הנהלת הכולל אויפצוטרעטן.
רבינו שליט''א האט משמיע געווען דברות קודש בשבח פונעם כולל וואס איז פקיעא שמיה אין די גאנצע שטאט, ובשבח פון די מחזיקי תורה וואס האבן א גלייכע חלק אין די לימוד התורה, דער רבי האט אויפגעפאדערט צו דאווענען דייקא אין די בתי מדרשים דקהלתינו הק' סיי שבת און סיי אינדערוואכן, און ארומגערעדט מיט הנאה איבער די הרחבת גבולי הקדושה פון ביהמ"ד תפילה למשה, ולסיום דבריו באגריסט ידידו עוז הגאון האדיר דער נואם הכבוד שליט"א און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
דער רבי האט געטרינקן לחיים, און אנגעוואונטשן פאר די רבני ולומדי הכולל, און פארן גאנצן ציבור, און דערנאך פארטיילט א סעט ברך משה פאר אלע אינגעלייט מסיימים ומצטיינים בשו"ע יו"ד ח"א. מען האט געענדיגט ארום 11:00, און דער רבי איז אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קרית יואל.
ביים אנקומען צוריק אין קר''י ארום 12:30 איז רבינו שליט''א אריבער בבית נכדו הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א רב דביהמ"ד רב טוב בן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א וחתן הגה''צ אבד''ק ב''פ שליט''א, צו די שמחת הוואכנאכט פון בנו הנולד למז"ט, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער הרה"ק רבי ר' זושא מ'אניפאלי זיע''א וואס די יארצייט איז אויסגעפאלן היינט ב' שבט, דער רבי האט געטרונקען לחיים און טועם געווען און מאציל געווען מברכות קדשו, אויפן וועג ארויס האט דער רבי געליינט קרי"ש און אנגעוואונטשן פאר די יולדות כנהוג. מען האט געענדיגט ארום 1:10.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
זונטאג פר' בא אין די יעצטיגע מינוטען האט זיך געהויבן די פריוואטע פליגער פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א פון סטוארט עירפארט, אויפן וועג קיין פאלם ספרינגס קאליפארניע, ווי דער רבי וועט זיך אויפהאלטן אויף מנוחת הנפש די קומענדיגע 4 וואכן.
די פליגער איז ערווארטעט צו לאנדען ארום 4:45 - ארטיגע זייגער (7:45 ניו יארקער צייט) אינעם פאלם ספרינג אינטערנעשענל עירפארט.
כי בשמחה תצאו ובשלום תובלון, ההרים והגבעות יפצחו לפניכם רנה, וכל עצי השדה ימחאו כף