בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes

Satmara Niyes

What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Reports

← Show all

Thursday1 Shevat 57841/11/2024

Report
מיטוואך פרשת וארא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
בן הגה''צ ר' מנחם בנציון ווארפמאן שליט"א אב"ד בוטשאטש.
ב"ר שלום מיטטעלמאן הי"ו.
ב"ר נטע יואל האלפערט הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק י"ב, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אויך זענען אריין בקו''פ די בחורים גבאים פון חבורת 'לך דמי'ה תהילה' מיט א קוויטל כללי פון א גרויסע מספר בחורים וואס האבן זיך אינטערגענומען נישט צו רעדן ביים דאווענען, דער רבי האט איבערגעקוקט די רשימה און מאציל געווען מברכת קדשו.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי טבחדרו הפרטי. און ארום 5:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:30 ביז 12:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' יוסף יוזפא ווייסמאן הי"ו - ר' יעקב זוסמאן סופר הי"ו.
ר' יואל ברא"י ווידער הי"ו - ר' שמעון ישראל חיים ווערצבערגער הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:45, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Wednesday29 Teves 57841/10/2024

Report
דינסטאג פרשת וארא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' מאיר שטיינמעץ הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים - שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר אברהם גרין הי"ו.
ב"ר יצחק מנחם בערקאוויטש הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק י"ב, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף די וועכנטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.

נאכמיטאג ארום 5:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
ביים אנקומען אין וומסב''ג ארום 8:40 איז רבינו שליט''א אריבער צו די מעמד 'חנוכת הבית וקביעות מזוזה' פארן נייעם לאקאל פארן בית הוראה שע"י קהלתינו הק', דער רבי האט רבי זיך אומגעקוקט און דערנאך קובע מזוזה געווען אויפן הויפט אריינגאנג.
דער רבי האט מכבד געווען הגה"צ אבד''ק שליט"א אויפצוטרעטן מיט קורצע דיבורים, דערנאך האט דער רבי געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די חשובע דיינים ומורי הוראה, און משמיע געווען דברות קודש ארויסברענגענדיג די גרויסע שמחה אז מען עפנט אזא שיינע מקום לדון ולהורות, און געוואונטשן סייעתא דשמיא פאר די דיינים ומורי צדק אין אלע מקצועות התורה, שלא יצא מכשול מתח"י, און מסיים געווען בברכת קדשו ספעציעל פאר די נושאי בעול און עסקנים החשובים פון די בית הוראה.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 9:00 ביז 1:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ הרה"ג ר' חיים אהרן אונגאר שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד דקהלתינו סאוט 8 אינאיינעם מיט עסקני בנין ביהמ"ד החדש, מקבל זיין ברכת קדשו לרגל התחלת הקאמפיין, דער רבי האט געהערט א באריכט און איבערגעקוקט די פלענער פון די העפטיגע בוי ארבייט אינעם הערליכן נייעם בנין הביהמ''ד, און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.

אזוי אויך זענען אריין בקו''פ הגה''צ ר' הערש אלימלך טייטלבוים שליט''א רב דבית מדרשינו תפלה למשה אין ב''פ אינאיינעם מיט די הנהלת הביהמ''ד מקבל זיין ברכת הקודש לרגל דעם מגבית פארן ביהמ"ד, דער רבי האט געהערט א באריכט פון די ווייטערדיגע פלענער להרחבת גבולי הביהמ"ד ובפרט פון איבערבויען די מקוה, און מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך זענען אריין בקו''פ די ראשי החבורות און חברי הנהלת כוללינו 'כולל דברי יואל' פון ב"פ מקבל זיין ברכת הקודש און איינלאדענען רבינו שליט"א צום גרויסארטיגן מעמד 'תורה להאדירה' לטובת די כולל אינאיינעם מיט די סיומי מקצועות התורה, וועלכע קומט פאר דעם דאנערשטאג אין די ליפשיץ זאלן אין ב"פ.

עס איז געווען אויף א קורצע באזוך בקו''פ הגה"צ רבי נחום ארי' סאפרין שליט''א אדמו"ר מקאמארנא ירושלים ונשיא מכון פתח ההיכל, עס האט זיך פארצויגן א הערליכע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:30, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Tuesday28 Teves 57841/9/2024

Report
מאנטאג פרשת וארא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן.
לבן הנולד אצל ר' יואל בר"ש הערשקאוויטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' חיים יואל פריעד הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר יואל ב"ר לוי אפפעל הי"ו. ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק י"ב, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:00 ביז 12:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' חיים יחזקאל שטיינמעץ הי"ו - ר' יואל ברי"ח גוטמאן הי"ו.
ר' יואל נתן וויזענפעלד הי"ו (ב''פ) - ר' משה אליעזר כ"ץ הי"ו.

נאך די תנאים האט דער רבי געדאווענט מעריב, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה נאך א חלק פון די קבוצה פון 48 תלמידי המתיבתא סניף קדושת יואל אויף א פארהער אויף גאנץ מסכת כתובות גפ''ת וואס מען האט געלערענט פארגאנגענע יאר אין ישיבה, דער רבי האט פארהערט די בחורים מיט א קורת רוח א לענגערע צייט און מאציל געווען מברכות קדשו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Monday27 Teves 57841/8/2024

Report
זונטאג פרשת וארא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יושע מארקאוויטש הי"ו.
ב"ר יודא אשר ראטה הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

נאכמיטאג ארום 7:45 איז רבינו שליט''א אריבער אינעם בית רחל אודיטאריום בבנין לאה אסתר צום מעמד 'בבנותינו נלך' פאר די קרוב צו טויזענט מחנכת אינערהאלב אלע אפטיילונגען פון בית רחל שע''י מוסדות קרית יואל.
עס האט אויפגעטרעטן דער מנהל בית רחל הרה"ח ר' אלי שלמה קאהן הי"ו וועלכער האט איינגעלייטעט דעם מעמד, דערנאך האט רבינו שליט"א משמיע געווען לענגערע דברות קודש דברי חיזוק והדרכה פאר די אלע איינגעשטעלטע, דער רבי האט ארויסגעברענגט די זכי' און אחריות וואס א מחנכת פארמאגט, און ווי זי דארף צו זיין א דוגמה פאר די תלמידות וויאזוי זיך אויפצופירן מיט מדות טובות און מיט צניעות, און מאציל געווען מברכות קדשו.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 9:00 ביז 11:20 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' ידידי' קלאגסברוין הי"ו (מאנסי) - ר' ברוך עזריאל יחיאל לעווי הי"ו

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:20.

נאך די זמני כניסה האט זיך רבינו שליט"א טעלעפאניש פארבינדן מיט כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א לרפו"ש, וועלכער געפונט זיך אין שפיטאל אין אריזאנע, רבינו שליט"א האט דורש געווען בשלומו און זיך פאראינטערעסירט אין די מצב הבריאות, האדמו"ר מסקולען שליט"א האט זיך מזכיר געווען און געבעטן רבינו שליט''א זאל אים אינזון האבן, און רבינו שליט"א האט אים מאציל געווען מברכת קדשו לרפו"ש וגמורה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
רייכע נגיד'ישע באנקעט נעכטן מוצש''ק אין שכונת דברי חיים אין קרית יואל בהשתתפות פונעם מרא דאתרא כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א.

עס איז געשאפן געווארן דורך די תושבי השכונה די פאנטאסטישע סכום פון אריבער 5 מיליאן דאלער פאר די איבערבוי פון בית מדרשינו גדול ומפואר בית שמואל אין שכונת דברי חיים און פאר די מקוה טהרה וואס ווערט געבויט אין די שכונה.

דער מעמד איז געווען א וועג ווייזער פאר אלע נייע שכונות און געגנטער, אז ווען מען בויט אידישקייט און מיט'ן איינציגן רצון ממשיך צו זיין די כוח המייסד פון רביה''ק מייסד העיר זיע''א וועט מען מצליח זיין, און ווערט באגלייט און געשטיצט פון קהלתינו הק' וואס איז א שטארקע ריקנביין פאר אלע געגנטער צו בויען קדושה וטהרה אין די גאנצע פארברייטערטע עיר הגדולה לאלוקים קרית יואל יצ''ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Sunday26 Teves 57841/7/2024

Report
שב''ק פרשת שמות מברכים חודש שבט 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פרייטאג צונאכטס ארום 5:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרה"ח ר' משה חיים גאלדשטיין הי"ו. מען האט געענדיגט דאווענען ארום 6:45.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 8:35 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה''ט בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' החתן מאיר אליעזר ט"ב ני"ו בן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, הגבהת הכוס: הגה"צ ר' מאיר צוויבל שליט"א מרבני קהלתינו הק' וומסב''ג.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הגה"צ ר' מאיר צוויבל שליט"א, מנוחה ושמחה: הר"ר אליעזר הערש הורוויץ שליט"א בן הגה"צ אבד''ק מאנטשעסטער שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'לא איש דברים אנכי' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון דרשינן טעמא דקרא.

קה אכסוף: הרה"ח ר' ישראל מרדכי פעלבערבוים הי"ו (ירושלים), ברכהמ''ז: נכד רבינו הרב זלמן לייב טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק הבעל התניא זיע''א וואס די יארצייט איז געווען פרייטאג כ"ד טבת.

קה רבון עלם: הרה"ג ר' עזרא דוד כאירה שליט"א מו"ץ בקהילת חרדים בארגענטינע, די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, און עס איז פארגעקומען א שלום זכר ביי ב''ר מאיר שטיינמעץ הי''ו, אז ביום השביעי: נכד רבינו הרב יואל טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א. מען האט געענדיגט דעם טיש ארום 11:15.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:20. פסוקי דזמרה: הר"ר אליעזר הערש הורוויץ שליט"א, צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שלום יוסף גאטליעב הי"ו (וומסב''ג), פסוקי שמע ישראל: הגה"צ ר' מאיר צוויבל שליט"א.

עליות. כהן: הרה"ח ר' שלמה כ"ץ הי"ו. לוי: החתן ב"ר חיים אליעזר העללער הי"ו. שלישי: החתן ב"ר יעקב קעלנער הי"ו. רביעי: החתן ב"ר שלמה צבי שעהר הי"ו. חמישי: החתן בן הר"ר מנחם הירש שליט"א. שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' עמרם ברי"י בראך הי"ו.
ר' הלל מאשקאוויטש הי"ו.
ר' יושע הערש ברמ''מ גרינפעלד הי"ו.
ר' ליפא ברי"ז פריעד הי"ו.

שביעי: הרה"ח ר' אברהם יודא ראזענבערג הי"ו (וומסב''ג). אחרון: הרה"ח ר' נחמן דוב העללער הי"ו (וומסב''ג). מפטיר: הרה"ח ר' מאיר יעקב אינדיג הי"ו. הגבה: הרה''ג ר' מנחם הירש שליט"א (וומסב''ג). גלילה: הרה''ח ר' מרדכי קאהן שליט"א.

נאכן ליינען האט רבינו שליט"א ראש חודש געבענטשט בהתעורורות רב.

מוסף: משב''ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו.ַפתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' חיים נתן וויינשטאק הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 12:30.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 5:15. מנחה: ר' יעקב יוסף פילאפף הי"ו. הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שלמה הערש שעהר הי"ו (וומסב''ג). כהן: הרה"ח ר' נפתלי הירצקא קאהן הי"ו. לוי: הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער הי"ו (וומסב''ג). שלישי: נכד רבינו הרב יואל טייטלבוים שליט"א. הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרה"ח ר' ישראל משה לאנדא הי"ו.

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה חיים גאלדשטיין הי"ו.

רבינו שליט''א האט אנגעהויבן די דב''ק מנהג ישראל תורה די נאכט נישט צו לערנען קיין תורה, יעדע נאכט ווען אידן קומען אין די בתי מדרשים צו עוסק זיין בתורה קומט ארויף אויבן אין הימל דער קול קול יעקב, דעי נאכט ווען די קליפה איז אראפגעקומען אויף די וועלט איז מען נישט עוסק בתורה קומט ארויף אין הימל דעם הידים ידי עשו, דער קול פון שמע ישראל מיט וואס אידישע קינדער אין אלע דורות האבן זיך געלאזט הרגענען על קדושת שמו יתברך, דאס איז מכח יעקב אבינו וואס האט אריינגעברענגט די כח אמונה אין אידישע קינדער. און צום סוף האט דער רבי שליט"א מוסיף לכבוד ימי השובבי''ם אז די גאנצע ירידה פונעם אותו האיש האט זיך אנגעהויבן ווייל ער האט נישט געהאט קיין שמירת עינים און דאס ברענגט צו פוגם צו זיין בעניני אמונה.

ידיד נפש: הרה"ח ר' שלום יוסף גאטליעב הי"ו, קל מסתתר: הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער הי"ו. דער רבי האט געבענטשט אויפ'ן כוס און געזאגט שבע ברכות.

מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' נפתלי הירצקא קאהן הי"ו, נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 7:40.
ארום 10:45 איז רבינו שליט''א אריבער אין שכונת דברי חיים אין שטוב פון הרה"ח ר' אשר זאב גוטמאן הי"ו מגדולי עסקני קהלתינו, ווי עס איז פארגעקומען א רייכע באנקעט לטובת בית מדרשינו אין מקוה טהרה אין שכונת דברי חיים, עס האבן אויפגעטרעטן נכד רבינו הרב משה מייזליש שליט"א, הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו מראה''ק, און הגה"צ ר' יואל האלבערשטאם שליט"א רב דביהמ"ד בית שמואל בשכונת דברי חיים.
רבינו שליט''א האט געטרינקען לחיים און דערציילט סיפורי קודש איבער די גרויסקייט פון געבן געלט צו בויען א מקוה, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע נדבנים.
דערנאך איז פארגעקומען די חתימת שטרות ווי אלע גרעסערע נדבנים האבן אונטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיט רבינו שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 12:00ַ

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Friday24 Teves 57841/5/2024

Report
פרייטאג ערש''ק שמות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

באשמורת הבוקר ארום 4:50 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין היכל התורה אין ביהמ''ד הגדול ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די 'סדר הלימוד דרבים' און זיך ארומגעדרייט צווישן די הונדערטער לומדים וואס האבן איבערגעפילט דעם ריזן היכל פון די פריה'ע פארטאגס שעה'ן און זיך אומגעקוקט מיט א שטארקע קורת רוח און הנאה.

ארום 5:15 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום "מעמד בקשת רחמים ואמירת כל ספר תהילים" לרגל די ימי השובבי"ם, בעל תפילה איז געווען הרה"צ ר' בערל גלאנץ שליט"א מבארדיוב קר''י. מען האט געענדיגט ארום 7:10, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דאנערשטאג פרשת שמות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים:
ב"ר יואל בר"ד ראזענבערג הי"ו.
ב"ר משה יוסף ערענפעלד הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט א שיעור סוגיא בשיעורי הישיבה, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג ארום 5:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 7:30 ביז 11:20 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 8:00 איז דער רבי אראפ אינטן אינעם זאל בביתו נאוה קודש ווי עס איז פארגעקומען א מסיבה פאר די צענדליגע עסקנים וועלכע האבן זיך אינטערגענימען צו שאפן גרעסערע געלטער פאר די מקוה טהרה החדש אין קר"י, דער רבי האט געהערט א באריכט פון די הנהלת המקוה טהרה און איבערגעקוקט די פלענער אויף ווייטער, דער רבי האט געטרינקן לחיים און משמיע געווען דב"ק איבער די חשיבות פון געבן און שאפן געלט לטהרתן של ישראל, און ארויסגעברענגט דאס נחיצות צו פארברייטערן די מקוה טהרה נאך אזויפיל יארן, און די ריזיגע געלטער וואס דארף נאך געשאפן ווערן צו פארענדיגן די מקוה במילואה. דער רבי האט מעודד געווען די עסקנים צו שאפן גרעסערע געלטער און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע עסקנים.

אויך זענען אריין בקו''פ תלמידי ישיבה גדולה שיעור ד' אינאיינעם מיט די ראשי הישיבה לקראת זייער נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע, דער רבי האט איבערגעקוקט די פרטי הנסיעה און מאציל געווען מברכות קדשו און פארטיילט שליח מצוה געלט פאר די בחורים.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים:
ר' יואל ברמ"ד ווידער הי"ו - ר' שבתי יצחק ראזענבערג הי"ו.
ר' יעקב טעללער הי"ו (וומסב''ג) - ר' יואל ברא"ז פריעדמאן הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:20.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
מיטוואך פרשת שמות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים:
תאומים בני ר' מענדל וואלף בינער הי"ו.
ב"ר מענדל וואלף טייטלבוים הי"ו.
ב"ר חנני' סימאן הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק י"א. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף א באזוך אינעם בית אופה המהודרת דקהלתינו הק'.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:15 ביז 12:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' ליפא שטיינבערג הי"ו - ר' יואל ברש''מ מאיער הי"ו.
הר''ר שלמה לייב גרובער שליט"א - ר' שלמה לייב מארקאוויטש הי"ו.

נאך די תנאים האט דער רבי געדאווענט מעריב, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
דינסטאג פרשת שמות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געליינט פאר די בר מצוה בחורים.
בן הר"ר שלמה בערקאוויטש שליט"א בן הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א.
ב"ר ישראל רובין הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק י"א, ווי דער רבי האט ארומגערעדט מיט א שטארקע הנאה און קורת רוח איבער די נעכטיגע 'יום שכולו תורה' ווי הונדערטער אנ''ש האבן געלערנט עלטערן מיט די קינדער.

דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד, עס האט זיך אויך משתתף געווען דער זיידע הגאון הגדול הדומ''ץ שליט''א, ס'האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:20 ביז 12:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:30, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Show earlier days