בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes

Satmara Niyes

What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Reports

← Show all

Tuesday21 Teves 57841/2/2024

Report
מאנטאג פרשת שמות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר אברהם יושע בערקאוויטש הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק ט', דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

פארמיטאג ארום 12:50 איז רבינו שליט''א אריבער בבנין התלמוד תורה 'בנין קליין' צו די מעמד 'התחלת לימוד משניות' דורך די אריבער 400 תלמידי כתה ג' פון אלע פיר סניפים פון מוסדות קרית יואל, די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים לכבוד המאורע אנגעפירט דורך די מנהלים: הר"ר יחיאל יצחק שפיטצער שליט"א, הר"ר יושע זלמן ווערצבערגער שליט"א, הר"ר פישל קויפמאן שליט"א, הר"ר יואל האלפערט שליט"א.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און משמיע געווען דברי ברכה ארויסברענגענדיג די שמחה פון די קינדער אז מען הייבט אהן לערנען משניות און מסיים געווען בברכת קדשו, דערנאך האט דער רבי פארטיילט שיריים פאר אלע מלמדים צו פארטיילן פאר די קינדער. מען האט געענדיגט ארום 1:35.

אויפן וועג ארויס איז רבינו שליט''א אריין אין איינע פון די כיתות ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט און פארהערט די קינדער די לימודים, אויך האט דער רבי אנגעוויזן אויפן וועג אראפ אויף א מאפע פון אייראפע, וואס איז געווען אויף איינע פון די ווענט, די שטעט ווי רביה''ק בעל דברי יואל זיע''א איז אדורך בשעת די מלחמה ביז די נס ההצלה כ''א כסלו.

דערנאך איז רבינו שליט''א אראפ צו די פראכטפולע גינת קליין זאלן אין באגלייטונג פון די הנהלת המוסדות ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די נייע עקסטערע אריינגאנג פאר די מענער און די אנדערע זייט פאר די פרויען, און אין די נייע שטובער וואס די הנהלת המוסדות האט ארייגעלייגט למען גדרי הצניעות.

פון דארט איז רבינו שליט''א אריבערגעפארן אינאיינעם מיט הרה''ח ר' שלמה זלמן ווייס הי''ו געטרייער אדמיניסטראטער פון מוסדות קרית יואל, צום נייעם בנין האדיר והחדש בנין הבית רחל בנין קליין, ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די בוי ארבייט פונעם גיגאנטישען בנין.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
הר"ר מנחם הירש שליט"א (וומסב''ג) - הר"ר מרדכי קאהן שליט"א, באולם כינור דוד.
ר' שלמה צבי שעהר הי"ו (וומסב''ג) - ר' אלכסנדר נחום גאטליעב הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
ר' חיים אליעזר העללער הי"ו (וומסב''ג) - ר' מאיר יעקב אינדיג הי"ו, באולם גינת קליין.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:15 ביז 12:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל בר"ע וויינשטאק הי"ו - הרה"ח ר' אברהם יושע גלאנץ הי"ו.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א התחלת כתיבת ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' נפתלי הירצקא קאהן הי"ו, דער רבי האט אריינגעשריבן די ערשטע אותיות, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:45, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

נאך מעריב איז אריין בקודש פנימה לברך ולהתברך הגה"צ רבי שמואל בנימין קרויס שליט"א לרפו"ש נשיא ישיבת תורת חסד לאנדאן, דער רבי האט דורש געווען בשלומו און ווארעם מאציל געווען מברכת קדשו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
Report
זונטאג פרשת שמות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אלכסנדר יושע עקשטיין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים:
ב"ר הערש אלימלך קליין הי"ו.
ב"ר אברהם משה יעקב דאנציגער הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק ט'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' ליפא פאלקאוויטש הי"ו - ר' נפתלי חיים פריעד הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' יעקב קעלנער הי"ו - ר' חיים נתן וויינשטאק הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
ר' יואל שעהנפעלד הי"ו (מאנסי) - ר' חיים הערש לאקס הי"ו, באולם גינת קליין.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:15 ביז 11:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' מאיר ווערטהיימער הי"ו - ר' יעקב יודא גפן הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️

Sunday19 Teves 578412/31/2023

Report
שב''ק פרשת ויחי 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ערש''ק נאכמיטאג האט דער רבי אנגעטוהן דעם שטריימל פאר די חתנים:
החתן בנימין זיידא ב"ר אברהם שמואל פריעדלענדער הי"ו.
החתן מנחם מענדל ב"ר יעקב קעלנער הי"ו.

פרייטאג צונאכטס ארום 5:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרה"ג ר' הערשל פריעדמאן שליט"א דומ"ץ שארמאש וומסב"ג.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 6:45, דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 8:35 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחה''ט בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' החתן מאיר אליעזר ט"ב בן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, הגבהת הכוס: הרה"ח ר' זלמן לייב קאפפעל הי"ו.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה"ג ר' דוד הירש שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק' וומסב''ג, מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' הערשל שטיינבערג שליט"א (לעיקוואד).

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויחי יעקב בארץ מצרים' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פארוואס די מספר ימי יעקב איז מכפר.

קה אכסוף: הרה"צ ר' דוד משה ראזענבוים שליט"א רב דביהמ"ד קרעטשניף, ברהמ''ז: הרה"ח ר' זלמן לייב קאפפעל הי"ו.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הגה''ק הארי' דבי עילאי זיע''א וואס די יארצייט איז געווען פרייטאג י"ז טבת.

קה רבון עלם: הרה"ח ר' יואל כף הי"ו (בני ברק), די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, אז ביום השביעי: הרה"ח ר' משה טאבאק הי"ו (מאנסי). מען האט געענדיגט דעם טיש ארום 11:20.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:20. ברכות: הרה"ח ר' משה טאבאק הי"ו, פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' שמואל עקשטיין הי"ו, צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יעקב הערש ניישטאדט הי"ו (וומסב''ג), פסוקי שמע ישראל: הרה''ג ר' יודא בער טעללער שליט"א (וומסב''ג).

עליות. כהן: הר"ר עמרם כהן שליט"א. לוי: החתן ב"ר נפתלי יעקב ווערצבערגער הי"ו. שלישי: החתן ב"ר יעקב קעלנער הי"ו - באווארפען. רביעי: החתן ב"ר אברהם שמואל פריעדלענדער הי"ו - באווארפען. חמישי: החתן ב"ר יצחק יקותיאל ביקעל הי"ו - באווארפען. שישי: רבינו שליט''א

נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' גרשון אקער הי"ו.
ר' זיידא משה אליעזר גרובער הי"ו.
ר' חיים ברי"ש פריעדמאן הי"ו.
ר' שלום זאלדאן הי"ו.

שביעי: החתן ב"ר נחמי' ניימאן הי"ו - באווארפען. הוספות: הרה"ח ר' אברהם שלום לאנדא הי"ו. החתן ב"ר ישעי' סאקס הי"ו. החתן בן הר"ר יודא בער טעללער שליט"א. החתן ב"ר שמעון ישראל הורוויץ הי"ו. החתן ב"ר שלמה דוד גרינפעלד הי"ו. הרה"ג ר' נפתלי הערש קאהן שליט"א מו"ץ. אחרון - חזק: הגה''צ ר' שמואל דוד סאקס שליט"א דומ"ץ בית מדרשינו המפואר בנין געלבשטיין וומסב''ג. מפטיר: הרה"ח ר' אלישע הורוויץ הי"ו. הגבה: הרה"ח ר' יעקב קעלנער הי"ו. גלילה הרה"ח ר' ישראל ברא"ש שווארץ הי"ו.

מוסף: הרה"ח ר' מרדכי יושע גראסמאן הי"ו (ב"פ), פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' יואל ברי"ב רייך הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' חיים אלישע גראסמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק. מען האט געענדיגט ארום 12:25.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז דער רבי איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 5:15. מנחה: ר' יעקב משה מיטטעלמאן הי"ו. הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' נפתלי יעקב ווערצבערגער הי"ו. כהן: הרה"ח ר' שמואל בנימין לאנדא הי"ו (וומסב''ג). לוי: הרה"ח ר' משה ווערצבערגער הי"ו (מאנטרעאל). שלישי: הרה"ח ר' אנטשיל ליכטענשטיין הי"ו (וומסב''ג). הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרה"ח ר' יואל משולם זושא שווארץ הי"ו (מאנסי).

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו. שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה בהתעוררות רב אויפן פסוק 'ויקרא יעקב לבניו ויאמר האספו ואגידה לכם את אשר יקרא אתכם באחרית הימים' און געטייטשט בדברי כיבושין אז יעקב אבינו האט ממשיך געווען אלע נשמות בני ישראל עד ימינו אלה און גערעדט צו זיי דברים היוצאים מן הלב, עס דארף אבער זיין א הארץ עס זאל קענען זיין נכנסים אל הלב, דורך טבילה במקוה ווערט באשאפן א נייע הארץ אזוי קען מען זיך שטעלן דאווענען און עוסק זיין בתשובה, בפרט יעצט בימי השובבי''ם וואס איז מתוקן געווארן לתשובה ותיקון המעשים.

ידיד נפש: הרה"ח ר' משה ווערצבערגער הי"ו, קל מסתתר: הרה"ח ר' יעקב הערש ניישטאדט הי"ו. דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.
פאר מעריב האט זיך רבינו שליט''א באגריסט מיט הגה"צ רבי שמואל בנימין קרויס שליט"א נשיא ישיבת תורת חסד לאנדאן וועלכע וויילט אין די יעצטיגע טעג אין קר"י.

מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' אלישע הורוויץ הי"ו. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 7:40.

נאך הבדלה איז רבינו שליט''א ארויף אין שטוב פון הרה"ח ר' יואל לעווינגער הי"ו לרגל נישואי בתו למז"ט, ווי עס איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' יואל הי"ו האט אפגעקויפט די זכות פון א שטאק אינעם נייעם בנין פון ישיבת קנין תורה אין מאנסי פארן ריזן סכום פון 360 טויזענט דאלער, דער רבי האט אונטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיט'ן נדבן, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.

בביתו נאוה קודש זענען אריין בקו''פ א קבוצה בחורים תלמידי ישיבה גדולה דבאבוב 45, וועלכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש, דער רבי האט אויסגעפרעגט איבער די לימודים און מאציל געווען מברכות קדשו.

ארום 9:30 איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש א התחלת כתיבת ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' אברהם שלום לאנדא הי"ו ובניו לע"נ בנו /אחיהם הרה"ח ר' ליפא ע"ה, דער רבי האט אריינגעשריבן די ערשטע אות, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.

דערנאך איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש די ערשטע פון א רייע אסיפות וואס דער רבי האט פאררופן מיט נגידי אנשי שלומינו לחיזוק קהלותינו הק' יטב לב ומוסדותי' הק' בארה"ק ת"ו ווי דער רבי האט אוועק געשטעלט א יסוד פון גרויסע תומכים וועלכע וועלן זיין שותפים אין א קרן 'לב אהרן' פאר א יסוד בסיס פאר די הייליגע מוסדות און אלע אירע פראיעקטן אין ארץ ישראל.

▫ סאטמאר'ע נייעס 🌴
Report
פרייטאג פרשת ויחי 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
לבן הנולד אצל ר' משה יודא שפילמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' יעקב שמעון קויפמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים:
ב"ר שמואל בראך הי"ו.
ב"ר מאיר שפיטצער הי"ו.
ב"ר אפרים וויינפעלד הי"ו.
ב"ר מרדכי וועבערמאן הי"ו.
ב"ר מענדל עקשטיין הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
Report
דאנערשטאג פרשת ויחי 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
לבן הנולד אצל ר' אהרן בר"י עקשטיין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
לבן הנולד אצל ר' יונה ראטענבערג הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי, און נאכן דאווענען פארגעלערנט א שיעור סוגיא בשיעורי הישיבה.

נאכמיטאג ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' גבריאל אברהם באבור הי"ו (ארגענטינע) - ר' אלי' שבתי שמעא ע"ה, באולם כינור דוד.
הרה''ג ר' יודא בער טעללער שליט"א (וומסב''ג) - ר' ישראל ברא"ש שווארטץ הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:00 ביז 12:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ תלמידי ישיבה גדולה קראלי פון וומסב''ג, דער רבי האט פארהערט די בחורים הלכות שחיטה און עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס ווי דער רבי האט ארומגערעדט בעניני שחיטה נאך וואס די בחורים האבן אפגעשטאט א באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת, דערנאך זענען די בחורים אריבער אפנעמען ברכת קדשו.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' מאיר בערגער הי"ו - ר' חיים זלמן שעהר הי"ו.
ר' געציל פרענקל הי"ו - ר' שלום משה פעלדמאן הי"ו.

נאכן תנאים האט דער רבי געדאווענט מעריב, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
מיטוואך פרשת ויחי 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק י'.

נאכמיטאג ארום 5:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
הר"ר שמעון ישראל הורוויץ הי"ו (וומסב''ג) - הר"ר חיים יחזקאל בר"מ ווערצבערגער שליט"א, באולם כינור דוד.
ר' נפתלי יעקב ווערצבערגער הי"ו - ר' יואל ברי"ב רייך הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
ר' ארי' ראטה הי"ו - ר' יואל ברש''י לעווינגער הי"ו, באולם גינת קליין.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:00 ביז 11:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א דומ"ץ ביהמ''ד דינוב קר"י - הר"ר איתמר טובי' ווידער שליט"א.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:45.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

Wednesday15 Teves 578412/27/2023

Report
דינסטאג פרשת ויחי 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר אלחנן שלמה זלמן גראס הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת ברית מילה פון נכד רבינו בן הנולד אצל הרב ברוך טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ רבי יואל טייטלבוים שליט"א בן הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט''א, וחתן הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א.
ווי עס זענען מכובד געווארן. מוהלות: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, סנדק: רבינו שליט"א, סנדק מעומד: הגה"צ רב דקהלתינו ב"פ 15 שליט"א, ברכות: הגה"צ אבד''ק בערטש שליט"א, קריאת השם: כ''ק אדמו"ר מגארליץ שליט"א, ויקרא שמו בישראל: משה, נאכן דאפעלטן עלטער זיידן רביה"ק בעל ברך משה זיע''א.
נאכן ברית איז דער גאנצע ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

נאך א קורצע צייט איז רבינו שליט''א אריינגעקומען בחדרי הפאליש אין ביהמ''ד הגדול צום סעודת ברית מילה.
במשך די סעודה האבן אויפגעטרעטן בדברי תורה דער בעל שמחה אבי הבן, און די זיידעס הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א, און הגה"צ רבי יואל ט"ב שליט"א.
מיט יום ליבשה האט דער רבי מכבד געווען נכדו הב' החתן חיים יחזקאל שרגא טייטלבוים בן הגה''צ רב דביהמ''ד בית ברוך שליט''א.

רבינו שליט''א האט משמיע געווען דברות קודש בעניני ברית מילה, און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה, פאר די זיידעס, און פארן גאנצן ציבור.
מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען אחיו הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א, און די הרחמן'ס די בני המשפחה, מען האט געענדיגט ארום 1:00.

נאכמיטאג ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:30 ביז 12:40 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הגה"צ אבד''ק לאנדאן שליט''א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.

אויך איז אריין בקו"פ הרב הגה"ח ר' מאיר פלעקסער שליט"א ראש ישיבת חידושי הרי"מ אין תל אביב, אין באגלייטונג פון הרב ישראל גינזבערג הי"ו מנכ"ל ישיבה חידושי הרי"מ בארה"ק און הרב משה ווייטמאן הי"ו מנכ"ל ישיבה חידושי הרי"מ בארה"ב, עס האט זיך פארמירט א שיינער לומדישע שמועס און דערנאך בעניני חינוך תלמידי הישיבות און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:00, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
Report
מאנטאג פארמיטאג זענען אריין בקו"פ ביי כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א א קבוצה פון די חרדי'שע קהילה אין סינסינעטי אהייאו, דער רבי האט געהערט א באריכט פון די ארטיגע קהילה און מוסדות, ובפרט איבער די ביקור חולים וואס זיי געבן זיך שטארק אוועק באש"ל מלא פאר די אלע וואס דארפן אנקומען צו די דארטיגע שפיטאל.
דער רבי האט געזאגט דברי חיזוק און מאציל געווען מברכת קדשו, און ספעציעל איבער די גרינדונג פון די חברה הצלה דארט, ווי די הנהלת חברה הצלה פון קרית יואל שטייט זיי צוהילף בכל מה דאפשר.
ספעציעל האט דער רבי אנגעוואונטשן פארן רב הרב אברהם וויינרעב שליט"א און פארן רב הביקור חולים הרב ישראל קויפמאן שליט"א וועלכער שטייען בראש פון אלע פעולות און עסקנות.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️

Tuesday14 Teves 578412/26/2023

Report
מאנטאג פרשת ויחי

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' נחמן גליק הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ט' פסוק י"א.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז פארגעקומען א אסיפה בקו"פ בביתו נאוה קודש פון אלע אדמיניסטראטארן פון מוסדותינו הק' איבער גרעיטאר ניו יארק, אינאיינעם מיט פארשידענע עסקנים און כלל טוער למען עתיד החינוך, מען האט אויסגעשמועסט און איבערגעגאנגען בכובד ראש די פרטי הדברים איבער די גזירות החינוך און די טעכנישע דעטאלן פון נישט נעמען קיין שום מהלך פון די 7 פעטוועיס און נישט ענטפערן פאר די רעגירונג, און רבינו שליט"א האט מאציל געווען מברכת קדשו אז מען זאל ווייטער קענען מצליח זיין גענצליך אפצושאפן די גזירה.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים:
ר' שלמה דוד יחזקאל גרינפעלד הי"ו - הר''ר שמואל עקשטיין שליט''א, באולם כינור דוד.
ר' חיים ווייס הי"ו - ר' יצחק מנשה שטיינפעלד הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

בביתו נאוה קודש איז פארגעקומען א דרינגענדע אסיפה מיט די ראשי הנהלת מוסדות יטב לב בארה"ק אינאיינעם מיט די ראשי העסקנים, ווי רבינו שליט"א האט געפאדערט בכל אופן צו העכערן די סכומי התמיכות וואס ווערט געשיקט פונעם אמעריקאנעם אפיס פאר די מוסדות הקדושים אין ארץ ישראל, דער רבי האט אהנגעוויזן אז מ'דארף מער מעורר זיין דעם אינגן דור אויפן התחייבות פון סאטמארע תלמידים צו שטיצן ברוח נדיבה די הייליגע מוסדות יטב לב בארה"ק וואס איז געווען בבת עינם של מרנן רבותיה"ק זיע"א.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 7:40 ביז 12:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' יואל ברמ"ז פרידריך הי"ו - ר' אברהם בר"ב פאלאטשעק הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:40, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

עס איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגה''צ ר' יהודא דייטש שליט"א משפיע ברסלב בארה"ק, עס האט זיך פארמירט א לענגערע שמועס בדברי תורה וחסידות, צווישן אנדערע האט דער בעל אכסניא הרה"ח ר' שלום יצחק יאקאבאוויטש הי"ו מראה"ק אין וומסב"ג געוויזן פארן רבי'ן א סידור הרש"ש וואס האט באלאנגט פאר רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א. דער רבי האט אים געגעבן א מתנה ספרו לב אהרן אויף מסכת אבות און מאציל געווען מברכת קדשו.

נאך די זמני כניסה ארום 12:35 איז רבינו שליט''א אריבער אין שטוב פון בנו הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א צו די שמחת הוואכנאכט פון נכדו בן הנולד אצל חתנו הרב ברוך טייטלבוים שליט"א, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער פארשידענע מנהגים פון וואכנאכט'ס ביי רבותינו הק' לבית עצי התמרים זיע''א און נאך, דער רבי האט געטרינקן לחיים און טועם געווען מזונות און פיש און אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה, זיידעס, און פארן גאנצן ציבור, דערנאך האט דער רבי געליינט קרי"ש און אנגעוואונטשן פאר די יולדות כנהוג. מען האט געענדיגט ארום 1:15.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
Report
זונטאג פרשת ויחי 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געליינט פארן בר מצוה בחור ב"ר יצחק אהרן האללענדער הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ט' פסוק י', דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים:
ר' ארי' הערשקאוויטש הי"ו - ר' יואל ברש"ח מענדלאוויטש הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' יצחק שאול כוואן הי"ו - ר' עזרא יצחק כאירה הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:15 ביז 12:10 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים:
ר' ראובן ראטטער הי"ו - ר' יואל בר"ל גראס הי"ו.
ר' מענדל יאנקאוויטש הי"ו - ר' יעקב אליעזר גראד הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:40, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

Monday13 Teves 578412/25/2023

Report
יום קשר תורה
איר קענט זיך אייך איינשרייבן אויף דעם לינק גרינג און שנעל צום 'יומא טבא קשר תורה', קומענדיגן מאנטאג שמות עפ''י קריאת הקודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א אויסצוניצן דעם טאג ווען מען איז פריי פון די ארבייט צו לערנען עלטערן מיט די קינדער בשבת אחים גם יחד
https://form.jotform.com/233586725206056
JotformWelcomePlease click the link to complete this form.
Show earlier days