ליל ז' דחנוכה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ארום 6:00 האט דער רבי געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש, פאר מעריב האט הב' מענדל ב"ר געציל פרענקל הי"ו אנגעצינדן די מנורה.
פארנאכטס איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט. די יערליכע סעודת חנוכה פאר די יתומים ויתומות פון קהלתינו הק' אויף די פערזענדליכע איינלאדענונג פונעם אב ורועה נאמן כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א. א גאר רייכע סעודה איז אהערגעשטעלט געווארן עקסטער פאר די יתומים בראשות רבינו שליט''א, און עקסטער פאר די יתומות דורך הרבנית הצדיקת תליט''א.
הנירות הללו קודש הם
ארום 9:20 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אינעם זאל שע"י ביתו נאוה קודש צו הדלקת נירות חנוכה פריוואט מיט די יתומים, רבינו שליט''א האט אריינגעגאסן די אויל און געזאגט די ברכות באש קודש. דערנאך האט דער רבי געזאגט די זמירות און מען האט אינאיינעם געזונגען די ניגונים, נגוני התעוררות והלל והודאה. נאך די הדלקת הנירות איז פארגעקומען די מסיבה מיט גאר א רייכע פראגראם פאר די אלע באטייליגטע, מיט די השתתפות פון רבינו שליט"א, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' יונתן שווארץ הי"ו און מהנה געווען בפרקי חזנות, און משמח געווען די קינדער מיט אינטערעסאנטע קונצן לכבוד היום. דער רבי האט פערזעדליך פארברענגט מיט די קינדער א לענגערע צייט, און ס'איז געווען א געלעגנהייט פאר יעדן צו פרעגן שאלות פון רבינו שליט"א אויף וואס דער רבי האט געענטפערט במאור פנים און אויסגעשמועסט בטוב טעם ודעת, דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען רירענדע דברות קודש א לענגערע צייט פול מיט חיזוק און געפיל, און דערביי געוואונטשן ברכות קדשו.
דערנאך האט דער רבי פערזעדליך געטיילט מתנות און חנוכה געלט פאר יעדן איינעם לויט די יארגאנג. רבינו שליט''א האט זיך הארציג באדאנקט פאר די חשובע עסקנים וועלכע טוען יאר יערליך אהערשטעלן און צושטאנד ברענגען די רייכע נאכט צווישן אנדערע העסקנים החשובים ר' ארי' הערשקאוויטש הי"ו, ר' אליעזר ראטה הי"ו, ר' מרדכי שעהר הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 12:00.
▫ סאטמאר'ע נייעס 🌴
Report
מיטוואך פרשת מקץ ו' דחנוכה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן: לבן הנולד אצל ר' שלמה חיים כהן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. לבן הנולד אצל ר' אלעזר לעווי הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים: ב"ר יעקב יושע פאלאטשעק הי"ו. ב"ר יואל בראך הי"ו. ב"ר לוי יואל שווארטץ הי"ו. ב"ר אברהם יעקב מאשקאוויטש הי"ו. דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל, און ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Wednesday1 Teves 578412/13/2023
Report
ליל ו' דחנוכה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ביים זמן ר''ת האט דער רבי געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש, פאר מעריב האט הב' אלימלך ב"ר יושע לייב שטיין הי"ו אנגעצינדן די מנורה.
ארום 9:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו הדלקת נירות חנוכה ברוב עם הדרת מלך, דער רבי האט אריינגעגאסן די אויל און געזאגט די ברכות ההדלקה. דערנאך האט דער רבי געזאגט די זמירות און מען האט געזונגען נגוני התעוררות, און די קאפעליע האט געזונגען די פיוטים כנהוג. דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דב''ק דברי דרוש ופלפול אין די סוגיא במס' שבת פון כבתה זקוק לה, און דערנאך ממשיך געווען בדרך אגדה אז אפילו אויב א איד האט ח"ו נישט קיין זכותים, אז מען איז באחדות גיסט זיך איבער די השפעות פון די אנדערע אידן און מען ווערט געבענטשט בכל מילי דמיטב, און מסיים געווען בברכת קדשו. נאך די דב''ק האט מען ממשיך געווען צו זינגען ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו. מען האט געענדיגט ארום 10:25.
דערנאך איז רבינו שליט''א אריבער אין מבצר הכוללים צו די יערליכן כינוס התחזקות דורך 'חבורת ליל שישי', מען האט געזינגען עטליכע ניגוני התעורורות און עס האט אויפגעטרעטן הר"ר הערשל קאהן שליט"א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דברות קודש והתחזקות אז פון חנוכה זעט מען די גרויסקייט פון א אמת'ע השתוקקות לדבר מצוה, און דער רבי האט ארומגערעדט בשבח החבורה, און מסיים געווען בברכת קדשו. מען האט געענדיגט ארום 10:55.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
ליל ה' דחנוכה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ביים זמן ר''ת האט דער רבי געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש, פאר מעריב האט הב' שמשון ב"ר מאיר פייערשטיין הי"ו אנגעצינדן די מנורה.
ארום 9:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו הדלקת נירות חנוכה ברוב עם הדרת מלך, דער רבי האט אריינגעגאסן די אויל און געזאגט די ברכות ההדלקה. דערנאך האט דער רבי געזאגט די זמירות און מען האט געזונגען נגוני התעוררות, און די קאפעליע האט געזונגען די פיוטים כנהוג.
דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דב''ק דברי דרוש ופלפול אין די סוגיא במס' שבת פון כבתה זקוק לה, און דערנאך ממשיך געווען בדרך אגדה אז עס איז גענוג אז איין איד זאל צינדן די נירות חנוכה מיט די ריכטיגע כוונות און דאס איז משפיע אלע השפעות פאר גאנץ כלל ישראל, און מסיים געווען בברכת קדשו. נאך די דב''ק האט מען ממשיך געווען צו זינגען ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו. מען האט געענדיגט ארום 10:25.
בביתו נאוה קודש איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די קישור החיתון פון החתן בן הרה"ח ר' יואל ווידער הי"ו מנאמני בית רבינו, עב"ג הכלה בת הרה"ח ר' שבתי יצחק ראזענבערג הי"ו, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און די זיידעס.
דינסטאג ה' דחנוכה
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים. דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל, און ביים ליינען עולה געווען שלישי.
ארום 5:15 דער רבי האט געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
ליל ד' דחנוכה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ביים זמן ר"ת האט דער רבי געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש, פאר מעריב האט הב' שלום אליעזר ב"ר בערל שטיין הי"ו אנגעצינדן די מנורה.
ארום 9:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו הדלקת נירות חנוכה ברוב עם הדרת מלך, דער רבי האט אריינגעגאסן די אויל און געזאגט די ברכות ההדלקה. דערנאך האט דער רבי געזאגט די זמירות און מען האט געזונגען נגוני התעוררות, און די קאפעליע האט געזונגען די פיוטים כנהוג, און הרה"ח ר' משה לוי ברוין הי"ו האט מהנה געווען מיט פרקי חזנות אויף יונים.
דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דב''ק דברי דרוש ופלפול אין די סוגיא במס' שבת פון כבתה זקוק לה, און דערנאך ממשיך געווען בדרך אגדה אז דורך די נרות חנוכה איז מען זוכה צו הערן די בת קול און מען דארף נישט צוקומען צו 'הכישה במקל', און עס געט אריין א עריבות ומתיקות התורה, און מסיים געווען בברכת קדשו. נאך די דב''ק האט מען ממשיך געווען צו זינגען ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו. מען האט געענדיגט ארום 10:35.
מאנטאג ד' דחנוכה
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים: בן הרה"ג ר' יוסף משה שטויבער שליט"א, מו"ץ. ב"ר יואל פיש הי"ו. ב"ר יוסף לעבאוויטש הי"ו. דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל, און ביים ליינען געגאנגען הגבה. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף א באזוך אין די בית אופה המוהדרת דקהלתינו הק'.
ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
זונטאג פרשת מקץ ג' דחנוכה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן: לבן הנולד אצל ר' מאיר ברי"ה שפיטצער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. לבן הנולד אצל ר' אהרן ברח"ש ווערצבערגער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול ברוב עם. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר נחמן כהנא הי"ו. ב"ר מיכאל עג'מי הי"ו. דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל, און ביים ליינען געגאנגען הגבה. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
ארום 10:25 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו הדלקת נירות חנוכה ברוב עם הדרת מלך, דער רבי האט אריינגעגאסן די אויל און געזאגט די ברכות ההדלקה. דערנאך האט דער רבי געזאגט די זמירות און מען האט געזונגען נגוני התעוררות, און די קאפעליע האט געזונגען די פיוטים כנהוג. צווישן אנדערע זענען אנוועזענד געווען כ''ק אדמו''ר מבית יצחק ספינקא שליט''א, כ''ק אדמו''ר מזידטשוב חרדים שליט"א, הגה"צ אבד"ק וואוידסלוב שליט"א. נאך די זמירות האט דער רבי פארטיילט מטבעות פאר די מזמרים און פאר די קינדער פון די קאפעליע.
דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דב''ק דברי דרוש ופלפול אין די סוגיא במס' שבת פון כבתה זקוק לה, און דערנאך ממשיך געווען בדרך אגדה אז נר חנוכה איז משפיע פרנסה, און מסיים געווען בברכות קדשו. נאך די דב''ק האט מען ממשיך געווען צו זינגען ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו 'א גוטע וואך און א לעכטיגע חנוכה'. מען האט געענדיגט ארום 11:35.
אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין קרית יואל האט זיך דער רבי אפגעשטעלט אין מאנסי ווי דער רבי האט מנחם אבל געווען הרה"ח ר' משה טאבאק הי"ו ע"פ אשתו ע"ה.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
שב''ק פרשת וישב שבת חנוכה מברכים חודש טבת - 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בקרב קהלתינו הק' בוומסב''ג
ערש''ק נאכמיטאג נאכן ערשטן פייף האט רבינו שליט''א געצינדן די מנורה בביתו נאוה קודש, דער רבי האט געצינדן אין די מנורה וואס רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א האט געצינדן אין די יארן וואס ער איז געווען בימי החנוכה אין פלארידע, נאכן צינדן האט דער רבי געזאגט די פיוט פון הנרות כנהוג.
פרייטאג צונאכטס ארום 5:00 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. נאך מנחה איז פארגעקומען א אפיעל פארן בית הוראה דקהלתינו הק', עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' הערש לייב בערנשטיין שליט"א דומ''ץ בית מדרשינו בית מנחם צבי. קבלת שבת: הרה"ח ר' יודל בר"מ הירש הי"ו. מען האט געענדיגט דאווענען ארום 6:40, דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הגה''צ ר' יחזקאל גלאנץ שליט"א מבארדיוב, מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' חיים דוד רובין שליט"א רב ביהמ"ד אהל תורה.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'וישב יעקב בארץ מגורי אביו' און געטייטשט בדרך דרוש ופלפול משולב בעניני חנוכה.
קה אכסוף: הרה"ג ר' אברהם צבי פריעדמאן שליט"א דומ"ץ גאלאנטא, ברכהמ''ז: הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק ר' משה'לע דעעש'ער זיע''א, וואס די יארצייט איז געווען דאנערשטאג כ"ד כסלו.
קה רבון עלם: הרב זלמן לייב טייטלבוים שליט"א בן הרה''ג ר' אהרן שליט"א רב דביהמ''ד עצי חיים סיגוט מאנסי, די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות. אויך איז פארגעקומען די שלום זכר ביי: ר' ארי' בר"י ווייס הי"ו. ר' יעקב יודא ווייס הי"ו. ר' דוד אהרן שפילמאן הי"ו. ר' משה ארי' לעווי הי"ו. אז ביום השביעי: הרב חיים נחום לייפער שליט"א רב דביהמ"ד קדושת צבי. מען האט געענדיגט דעם טיש ארום 11:45.
וביום השבת קודש
שב''ק אינדערפרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:20. פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' חיים יאקאב הי"ו. צו שחרית והלל איז דער רבי צוגעגאנגען.
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' ברוך אילאוויטש הי"ו (בני ברק) און הרה"ח ר' משה בער לאנדא הי"ו (קר"י). בעל קורא: הרה"ח ר' מענדל מיטטעלמאן הי"ו.
עליות. כהן: הרה"ח יעקב קאסטו הי"ו. לוי: הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו. שלישי: הגה"צ אבד''ק שליט"א. רביעי: החתן ב"ר מאיר משה שפיטצער הי"ו. חמישי: בעל ברית ר' יעקב יודא ווייס הי"ו. שישי: רבינו שליט''א. שביעי: ר' אברהם מאיר יעקב ברש''ז פאלאטשעק הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. הוספה: הב' החתן ב"ר אברהם בראך הי"ו. אחרון: ר' יוסף ברי"ח ווייס הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. הגבה אויפ'ן ערשטן ספר: הרה"ח ר' שמואל זאנוויל פאלאטשעק הי"ו (קר"י). גלילה: הרה"ח ר' יושע שמואל ווידער הי"ו (קר"י). מפטיר: הרה"ח ר' אברהם משה פאלקאוויטש הי"ו. הגבה אויפ'ן צווייטן ספר: הרה"ח ר' נחמי' מארקאוויטש הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' ישכר בעריש פריעד הי"ו.
נאכן ליינען האט רבינו שליט"א ראש חודש געבענטשט בהתעורורות רב.
מוסף: הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' מרדכי ווייס הי"ו (סיגעיט).
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב יודא ווייס הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק. מען האט געענדיגט ארום 1:00.
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל''ש איז דער רבי איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 5:00. מנחה: הרה"ח ר' יצחק ערענפעלד הי"ו. הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יונתן שטעסל הי"ו. כהן: הרה"ח ר' הערשל כ"ץ הי"ו. לוי: הרה"ח ר' דוד שטיינבערג הי"ו. שלישי: הרה"ח ר' יצחק ערענפעלד הי"ו. הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרה"ח ר' אברהם מענדל ווערטהיימער הי"ו.
זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה הרה"ח ר' ברוך אילאוויטש הי"ו. שיר המעלות: הרה"ח ר' מנחם גרשון לעבאוויטש הי"ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן מדרש 'הדודאים נתנו ריח זה ראובן שהציל את יוסף ועל פתחינו זה מגדים זה נר חנוכה' און געטייטשט אז פון חנוכה נעמט מען ארויס א מוסר השכל די חשיבות פון אפילו נאר אביסל תורה תשובה ומעשים טובים, און בזכות נרות חנוכה ווערט נשפע פרנסה בהרחבה אויך מיט נאר אביסל השתדלות.
ידיד נפש: הרה"ח ר' בנציון הלוי ווערצבערגער הי"ו, קל מסתתר: הרה"ח ר' חיים הלוי העללער הי"ו. דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס. פאר מעריב האט דער משמש הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער הי"ו אנגעצינדן די מנורה, און מען האט באווארפן כנהוג. מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' אברהם משה פאלקאוויטש הי"ו. נאך הבדלה האט דער רבי געוואונטשן א גוטע וואך בכללית פארן גאנצן ציבור מען האט געענדיגט ארום 7:15.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
ליל א' דחנוכה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ביים זמן רבינו תם האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש, פאר מעריב האט הרה''ח ר' בערל שטיין הי''ו געצינדן די מנורה.
ארום 9:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול אין וומסב''ג צו הדלקת נירות חנוכה ברוב עם הדרת מלך, דער רבי האט אריינגעגאסן די אויל און געזאגט די ברכות באש קודש. דערנאך האט דער רבי געזאגט די זמירות און מען האט געזונגען נגוני התעוררות, די קאפעליע האט געזונגען די פיוטים כנהוג.
דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דב''ק דברי דרוש ופלפול אין די סוגיא במס' שבת פון כבתה זקוק לה, און דערנאך ממשיך געווען בדברי אגדה 'להגיד שבחו של אהרן שלא שינה' אז ווען אהרן הכהן האט אנגעצינדן די מנורה האט ער אריינגעשיינט א לעכטיגקייט אין יעדע איד'ס הארץ אז עס האט נישט געלאזט שלאפן און מען איז אויפגעשטאנען פארטאגס לערנען, די זעלבע כח האבן די נרות חנוכה און דער רבי האט מעורר געווען זיך מחזק צו זיין בלימוד התורה פארטאגס, און מסיים געווען בברכת קדשו.
נאך די דב''ק האט מען ממשיך געווען צו זינגען ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו. מען האט געענדיגט ארום 10:45.
פרייטאג וישב א' דחנוכה
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול אין וומסב''ג אינאיינעם מיט די תלמידי כתות ז' ח' ט'. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר יצחק יואל ליכטענשטיין הי"ו. דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל בהתעורורות רב, און ביים ליינען געגאנגען הגבה. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דאנערשטאג פרשת וישב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים: ב"ר יואל ברש''י טעללער הי"ו. ב"ר נחמן דוד שמידמאן הי"ו. ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק ו'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכן דאווענען איז רבינו שליט''א אריבער אין ביהמ"ד הגדול ווי עס איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אשר מרדכי שווארטץ הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
נאכמיטאג ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.