דעם מוצש''ק קומט פאר די גרויסארטיגע יערליכע דינער לטובת 'מוסדות קרית יואל' מיט אירע 12,000 קינדער בליעה''ר כן ירבו, אינאיינעם מיט'ן פייערליכע מעמד יובל החמישים אפצייכענדיג 50 יאר פון תורה ויראה בעיר הקודש קרית יואל יצ''ו.
קומט פאר אין די גיגאנטישער בית רחל אודיטאריום מיט אירע צוגעלייגטע גאלעריען, בראשות מרא דאתרא ונשיא המוסדות כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Shabbos Kodesh12 Kislev 578411/25/2023
Notice
Friday11 Kislev 578411/24/2023
Notice
הכנה דרבה לקראת מעמד סעודת הודאה רבתי ביום ההצלה כ"א כסלו תשפ"ד הבעל"ט.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Sunday28 Cheshvan 578411/12/2023
Notice
Friday26 Cheshvan 578411/10/2023
Notice
Monday22 Cheshvan 578411/6/2023
Notice
Shabbos Kodesh20 Cheshvan 578411/4/2023
Notice
Thursday18 Cheshvan 578411/2/2023
Notice
Tuesday16 Cheshvan 578410/31/2023
NoticeReport
אנאנס הצלת פליטי חרב קאמפיין אנגעפירט דורך וועד משמרת חומתיך בירושלים עיה''ק פאר היימישע משפחות שומרי תורה ומצוות - גרויס טייל וואס שיקן אין מוסדות עטה''ק, וואס צוליב די מצב המלחמה וואלגערן זיי זיך ארום אן קיין דאך איבער'ן קאפ, און עס ווערט זיי צוגעשטעלט אכילה שתיה און לינה, די הוצאות גייט אריין אין שווערע מיליאנען. סאטמארע חסידים העלפן ארויס אלע אידן אין יעדער מצב, נעמען א זכות משפחה פון 360 דאלאר און העלפן די וואס זענען אפעקטירט געווארן אין די מלחמה אין ארה''ק.
היינט אויפדערנאכט קומט פאר די שמחת החתונה הגדולה בחצרות קדשינו, הכלה נכדת כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בת חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א בן כ''ק אדמו''ר מדושינסקיא שליט''א.
עב"ג החתן הרב ישעי' שליט''א בן הרה''ג רבי אריה מנחם מענדל רובין שליט''א בן הגה"צ רבי יחזקאל שרגא רובין שליט"א אבד"ק טאמאשוב שליט"א (ב"פ) וחתן הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א.
אום 4:45 נאכמיטאג וועט רבינו שליט''א אריינקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ''ד הגדול בקרית יואל, און דערנאך וועט דער ציבור אריבערגיין אין א שורה לברך ולהתברך ביום החופה, תיכף דערנאך וועט רבינו שליט''א ערשיינען צום מעמד הקבלת פנים בביהמ''ד הגדול, די חופה וועט פארקומען פארענט פון ביהמ"ד הגדול, הופעת רבינו תיכף נאך די חופה, ברכהמ''ז אום 11:00, און דערנאך וועט רבינו שליט''א אפרעכטן די געהויבענעם מצוה טאנץ.