מיטוואך דברים ר"ח אב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת שחרית ארום 8:45, עס האבן מיטגעדאווענט די תלמידי ישיבת גדולה עסק התורה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר דוד ווייס הי"ו (קר"י). רבינו שליט''א איז צוגעגאנגען צו הלל בהתעוררות רב כנהוג. פתיחה: בנש"ק הר"ר משה גראס שליט"א מקערעסטיר, כהן: הב' יהושע ב"ר בנציון קאהן הי"ו (מאנסי), לוי: הגה''צ ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א, שלישי: הב' הבר מצוה, רביעי: רבינו שליט"א, די עלי' איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' שמחה ישראל אפפעל הי"ו, און דער רבי האט זיך באדאנקט. הגבה: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, גלילה: ר' דוד ווייס הי"ו. מוסף הרה''ג ר' ישראל מרדכי זיידנפעלד שליט"א מנהל הישיבה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בהיכל הביהמ''ד, דערנאך האט דער רבי אהיים שפאצירט, עס האט זיך פארמירט א שמועס איבער פארשידענע מנהגים פון ראש חודש.
ארום 11:40 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד ווי דער רבי האט מאריך געווען שלחנו הטהור לכבוד ר"ח אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה גדולה עסק התורה, דער רבי האט זיך געוואשן צו די סעודה, פאר די פיש האבן תלמידי הישיבה געמאכט א סיום מסכת, הב' החתן יודא לייב ב"ר שלום אליעזר וועבער הי"ו (קר"י) אויף מסכת מנחות, און הב' אשר זעליג ב"ר חיים ישראל קלאגסבאלד הי"ו (לאנדאן) אויף מסכת מכות.
מען האט אויפגעגעבן א פליישיגע סעודה, ביים לחיים נאך די זופ האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די בחורים המסיימים, במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני גלות וגאולה. מיט ברכו נפשי האט דער רבי מכבד געווען דעם מנהל הרה''ג ר' ישראל מרדכי זיידנפעלד שליט"א.
רבינו שליט''א האט משמיע געווען דברות קודש אויפן פסוק אין איכה 'גלתה יהודה מעוני' און געטייטשט אז אויף עבירות בין אדם לחבירו איז נישטא קיין מליצה ישרה און אויף דעם איז געקומען דער חורבן ביהמ''ק, און מעורר געווען נזהר צו זיין באהבת חברים און אין דעם זכות וועט מען ארויסגיין פון גלות, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר די בחורים.
ברכהמ''ז: הר"ר משה גראס שליט"א מקערעסטיר.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט געבענטשטע מטבעות פאר די בחורים לקראת זייער נסיעה צו די מקומות הקדושים אין אייראפע, און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו. מען האט געענדיגט ארום 1:00.
רבינו שליט''א איז אריין געקומען אין ביהמ''ד צו תפילת מנחה ארום 8:50. צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בתורה אינעם ביהמ"ד. און ביים זמן ר"ת ארום 9:40 געדאווענט מעריב.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דינסטאג פרשת דברים 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, בעיר הנופש בעטלעהם ניו העמפשיר
רבינו שליט''א איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת שחרית ארום 8:45. נאכן דאווענען האט דער רבי אהיים שפאצירט עס האט זיך פארמירט א שמועס איבער רש"י הקדוש וואס די יארצייט איז געווען כ"ט תמוז.
רבינו שליט''א איז אריין געקומען אין ביהמ''ד צו תפילת מנחה ארום 8:55. צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בתורה אינעם ביהמ"ד. און ביים זמן ר"ת ארום 9:40 געדאווענט מעריב.
נאך מעריב האבן שלום גענומען תלמידי ישיבה גדולה עסק התורה מאנסי אינאיינעם מיט'ן מנהל הרה''ג ר' ישראל מרדכי זיידנפעלד שליט"א און די רמ''י הישיבה וועלכע זענען געקומען וויילען במחיצת הקודש אויף ראש חודש.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Tuesday29 Tammuz 57837/18/2023
Report
מאנטאג דברים, כ"ח תמוז יומדהל''ק פון מרן הגה"ק הישמח ח משה זיע''א 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת שחרית ארום 8:45. דער רבי האט געצינדן 5 ליכט און יורד געווען לפני התיבה.
פתיחה: הרה"ח ר' משה ברוך שווארץ הי"ו (וומסב''ג), כהן: הרה''ג ר' לוי יצחק ברזעסקי שליט"א, לוי: הר''ר יושע זלמן ווערצבערגער שליט"א (קר"י), שלישי: רבינו שליט"א, הגבה: משב''ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו, גלילה: הרה"ח ר' יצחק יוסף גראד הי"ו (וומסב''ג).
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די יומדהל''ק, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און דערציילט סיפורי קודש פונעם בעל הילולא פאר א לענגערע צייט.
דערנאך האט דער רבי אהיים שפאצירט, עס האט זיך פארמירט א שמועס איבער פארשידענע ענינים פונעם בעל הילולא זיע''א.
נאכמיטאג ארום 5:15 איז געקומען אויף א באזוך בקו''פ בביתו נאוה קודש הגה"צ רבי הלל וויינבערגער שליט"א אבד"ק סערדאהעלי ורב מערכת הכשרות שע"י התאחדות הרבנים, וועלכע איז יעצט אינטערוועגנס פאר כשרות, דער רבי האט אים אויפגענומען ביותרת הכבוד און האט געהייסן דעם הויז בחור אריינצוברענגן מידי דמיזן קומענדיג פון אזא ווייטע וועג און האט מכבד געווען טועם צו זיין. עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס בהלכה איבער פארשידענע שאלות פאר נאנט צו א האלבע שעה, דערנאך האט דער רבי ארויסבאגלייט ביז די גאס.
שפעטער ארום 6:00 האט דער רבי משמיע געווען קורצע דב"ק דורך א הוקאפ פאר אנשי שלומינו אין לאנדאן ביי די אסיפה נחוצה 'מסורתינו' פאררופן בפקודת הקודש פון רבינו שליט''א.
דער רבי איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו תפילת מנחה ארום 8:30, אויפן וועג צום ביהמ"ד האבן שלום גענומען תלמידי ישיבה גדולה שיעור ד' אינאיינעם מיט די ראשי הישיבה הרה"ג ר' ארי' דוב קארנבלי שליט"א און הרה"ג ר' יצחק יעקב ראזענפעלד שליט"א. דער רבי האט געצינדן 5 ליכט און יורד געווען לפני התיבה.
נאך מנחה האט דער רבי מאריך געווען שלחנו הטהור לרגל די הילולא קדישא אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה גדולה שיעור ד'. דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה און פאר די פיש האט דער ראש הישיבה הרה"ג ר' ארי' דוב קארנבלי שליט"א געמאכט א סיום אויף מסכת סוכה וואס איז געלערענט געווארן במסגרת הישיבה, און געזאגט קדיש. ביי די לחיים נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשן 'זכותו יגן עלינו', במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני גלות וגאולה, מיט מכתם לדוד האט דער רבי מכבד געווען הר"ר ר' אנטשיל גרובער שליט"א מגי"ש בקהלתינו הק' מאנסי.
רבינו שליט''א האט משמיע געווען דברות קודש משולב מיט סיפורים פונעם בעל הילולא, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר די בחורים. רבינו שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס, הגבהת הכוס: הרה"ג ר' יצחק יעקב ראזענפעלד שליט"א מראשי הישיבה. מען האט געענדיגט ארום 9:50.
נאך די יארצייט סעודה האט מען געדאווענט מעריב, נאך מעריב האבן זיך געזעגענט א קבוצה אנ''ש פון מאנטרעאל וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן די יארצייט סעודה, און דער רבי האט אהיים שפאצירט.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
זונטאג פרשת דברים 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו תפילת שחרית ארום 9:10. נאכן דאווענען האבן זיך די געסט פון שבת געזעגענט. אויך האבן תלמידי הישיבה איבערגעגעבן א תירוץ אויפן רבי'נס קשיא. הב' ישראל ב"ר יואל ברא"א ווייזער הי"ו (קר"י). הב' משה יודא ב"ר יואל אפרים פישל פריעד הי"ו (קר"י).
רבינו שליט''א איז אריין געקומען אין ביהמ''ד צו תפילת מנחה ארום 9:00. צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בתורה אינעם ביהמ"ד. און ביים זמן ר"ת ארום 9:40 געדאווענט מעריב, דער רבי האט געצינדן 5 ליכט און יודר געווען לפני התיבה לרגל די הילולא קדישא פון זקינו מרן הגה''ק הישמח משה זיע''א. נאך מעריב האט דער רבי אהיים שפאצירט, עס האט זיך פארמירט א שמועס איבער הרה"ק ר' אלעזר מ'ליזענסק זיע''א וואס די יארצייט געפאלט כ"ח תמוז.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Sunday27 Tammuz 57837/16/2023
Report
שב"ק פרשת מטו'''מ - מברכים חודש מנחם אב - 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, בעיר הנופש בעטלעהם ניו העמפשיר.
די וואך האבן געהאט די זכי' מיטצוהאלטן דעם שב''ק בצל הקודש, די תלמידי המתיבתא סניף ויואל משה.
ערש''ק נאכמיטאג נאך די מקוה האבן תלמידי הישיבה איבערגעגעבן תירוצים אויפ'ן רבי'נס קשיא: הב' בנציון אלימלך בן הרה"ג ר' דוד יצחק ווערצבערגער שליט"א (קר"י). הב' יושע ב"ר וואלף פערל הי"ו (קר"י). הב' שלום יואל ב"ר חיים משה פעדער הי"ו (קר"י). הב' נפתלי נטע בן הרה"ג ר' בנציון לאוב שליט"א (וומסב''ג). הב' אלימלך ב"ר מרדכי לייב לאנדא הי"ו (וומסב''ג). הב' שמעון ב"ר חיים אפרים ווייס הי"ו (קר"י). הב' יואל ב"ר יחזקאל זאב ניסן הי"ו (ב"פ).
פרייטאג צונאכטס ארום 9:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרה''ח ר' מרדכי ווידער הי''ו (קרית טאהש).
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:35, דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און שלום נעמען, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 11:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה''ט בהיכל הביהמ''ד אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה און פילצאליגע געסט אנ''ש, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' מאיר אליעזר ט''ב בן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, הגבהת הכוס: כ''ק אדמו''ר מזידיטשוב חרדים שליט''א.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הגה''צ ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט''א רב דביהמ''ד דברי חיים בקר''י, מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' דוד יצחק ווערצבערגער שליט''א דומ''ץ ביהמ''ד דברי יואל בקר''י.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויף די מסורה 'נחנו נעבור חלוצים', און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון אין שליח לדבר עבירה.
קה אכסוף: הרה''ג ר' אהרן יקותיאל בערקאוויטש שליט"א (מאנסי), ברכת המזון: כ''ק אדמו"ר מזידיטשוב חרדים שליט"א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון זקינו מרן הגה''ק בעל ישמח משה זיע''א, וואס די יארצייט געפאלט מאנטאג כ"ח תמוז.
קה רבון עלם: הר"ר אהרן ברי"א מענדלאוויטש שליט"א, די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, און הרה"ח ר' זושא ניישטאדט הי"ו האט אויפגעגעבן בונדלעך לרגל די שלום זכר פון א אייניקל, אז ביום השביעי: הרה''ג ר' חיים הערש קאהן שליט"א ר"מ בישיבה. מען האט געענדיגט ארום 2:00.
וביום השבת קודש
שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:45. פסוקי דזמרה: הר"ר אהרן מענדלאוויטש שליט"א, צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען און צוגעשיקט צו חזרת הש"ץ הרה"ג ר' דוד יצחק ווערצבערגער שליט"א.
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם גאלדבערג הי"ו (קרית טאהש), פסוקי שמע ישראל: הגה''צ ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א.
בעל קורא: משב''ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו. עליות. כהן: הרה''ג ר' לוי יצחק בארזעסקי שליט"א מנהל הישיבה. לוי: הגה''צ ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א. שלישי: כ''ק אדמו"ר מזידיטשוב חרדים שליט"א. רביעי: הב' ב"ר גרשון מנחם ניישטאדט הי"ו (ב"פ). חמישי: הב' ב"ר יואל האלפערט הי"ו (קר"י). שישי: רבינו שליט''א, דעם רבין'ס עלי' איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' זושא ניישטאדט הי"ו, דער רבי האט זיך באדאנקט און געהייסן מאכן א מי שברך.
שביעי: הב' ב"ר יעקב הערש ניישטאדט הי"ו (ב"פ). הוספות: הר''ר אהרן יקותיאל בערקאוויטש שליט"א. הרה"ח ר' מרדכי שבתי שימאן הי"ו. הרה"ח ר' וואלף שניצער הי"ו (קר"י). הרה"ח ר' זושא ניישטאדט הי"ו. הרה"ח ר' יודל שטיינמעץ הי"ו (קר"י). הרה"ח ר' דוד ראזענבערג הי"ו (מאנטרעאל). ר' משה ישעי' בראך הי"ו (ב''פ). הב' ב"ר יונה לעוו הי"ו (קר"י). הרה"ח ר' מעכיל פעלדמאן הי"ו (קר"י). הרה"ח ר' ברוך מרדכי ראזענבערג הי"ו (קר"י). הר"ר יואל בערקאוויטש שליט"א (קר"י). הר"ר יוסף מאסרי שליט"א ר"מ בישיבה. הר"ר ברוך שווארטץ שליט"א ר"מ בישיבה. הר"ר אהרן מענדלאוויטש שליט"א. אחרון: הב' ב"ר מאיר צבי שטעסל הי"ו (קר"י). הגבה: הב' ב"ר ליפא ניישטאדט הי"ו (קר"י). גלילה: הב' ב"ר יצחק מרדכי ניישטאדט הי"ו (ב"פ).
רבינו שליט"א האט ראש חודש געבענטשט בהתעוררות רב, און יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מוסף לרגל די יארצייט פון זקינו מרן הגה''ק בעל ישמח משה זיע''א די וואך. פתיחה לאנעים זמירות: הר"ר יוסף מאסרי שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 1:30. ארום 3:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו די זמירות ביים מיטאג טיש, מען האט אריינגעברענגט קוגל און לחיים.
במשך די סעודה האט מען געזינגען מערערע ניגוני גלות וגאולה און ניגונים אויף אידיש, בפרט דעם אני מאמין וואס מען האט געזינגען א לענגערע צייט בשעת דער רבי האט מאריך געווען בבכיות.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען. ברוך ה' יום יום: הרה"ח ר' מעכיל פעלדמאן הי"ו, ברוך קל עליון: הרה"ח ר' יודל שטיינמעץ הי"ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויכתוב משה את מסעיהם למוצאיהם על פי ה' און געטייטשט בדרך אגדה אז בזכות פון אמונה וועט מען אויסגעלייזט ווערן פון גלות.
ברכהמ''ז: הרה''ג ר' לוי יצחק בארזעסקי שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 3:50.
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען ארום 9:00. מנחה: הרה"ח ר' אהרן הערש וועבער הי"ו (וומסב''ג), הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מרדכי ווידער הי"ו, כהן: הב' ב"ר משה חיים פריעדמאן הי"ו (קר"י), לוי: הב' ב"ר יואל ברמ"ד לאנדא הי"ו (וומסב''ג), שלישי: ר' שלום פנחס באנדא הי"ו (קרית טאהש), הגבה: רבינו שליט''א, גלילה: הר"ר אהרן יקותיאל בערקאוויטש שליט"א.
זמירות ביי של''ש האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' שלמה הערש בר"מ עקשטיין הי"ו (קר"י), שיר המעלות: הרה"ח ר' וואלף שניצער הי"ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויף די מסורה 'נחנו נעבור חלוצים' און געטייטשט אז מיט יעדע מצוה וואס מען איז מקיים בויעט מען צוריק אויף די ביהמ''ק בימינו אלה אז מען האט נישט קיין כח צו בויען זאל מען כאטש נישט צוווארפן מיט די חטאים דאס וואס די פריערדיגע צדיקים האבן אויפגעבויעט און מיט דעם וואס מען פירט זיך בחסד וברחמים וועט מקיום ווערן בונה ברחמיו ירושלים
ידיד נפש: הר"ר אהרן יוסף בערגער שליט"א (קר"י), קל מסתתר: הרה"ג ר' משה האפמאן שליט"א ר"י בקיאות התורה (וומסב''ג), דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס.
צו מעריב מוצש''ק איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יארצייט די וואך כ"ח תמוז, נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 11:20.
אויך האט הב' מענדל וואלף ב"ר ישראל שלום אונגאר הי"ו (קר"י) איבערגעגעבן א תירוץ אויף די רבי'נס קשיא.
בביתו נאוה קודש איז געקומען אויף א באזוך כ''ק אדמו"ר מזידיטשוב חרדים שליט"א וועלכע האט געוויילט אויף שבת בצל הקודש, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים לבית סיגוט און זידיטשוב, אויך האט האדמו"ר מזידיטשוב שליט"א איבערגעגעבן א הערליכע גריס פון קהלתינו הק' אין ירושלים נאך א באזוך פארגאנגענע וואך אין ירושלים עיה"ק, און דער רבי האט אים ווארעם מאציל געווען מברכות קדשו.
ארום 1:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד צום מלוה מלכה לרגל די יארצייט די וואך פון זקינו מרן הגה''ק בעל ישמח משה זיע''א. דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור און פארטיילט שיריים פאר נכדי בעל הילולא זיע''א. מען האט געזינגען די זמירות למלוה מלכה און ממשיך געווען מיט אידישע ניגונים, דערנאך האט דער רבי דערציילט סיפורי קודש א לענגערע צייט. מען האט געענדיגט ארום 2:00.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Friday25 Tammuz 57837/14/2023
Report
פרייטאג 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א רבינו שליט''א איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת שחרית ארום 8:50. בעל תפילה: ר' לוי יצחק שעהנברוין הי"ו (קר''י).
נאכן דאווענען האט זיך רבינו שליט''א באגריסט מיט מחותנו כ''ק אדמו"ר מזידיטשוב חרדים שליט"א וועלכער איז געקומען כמידי שנה בשנה אויף שב"ק להסתופף בצל הקודש. אויך האט הב' שלמה יחזקאל בן הר"ר אהרן יקותיאל בערקאוויטש שליט"א איבערגעגעבן א תירוץ אויף די רבי'נס קשיא.
דאנערשטאג 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א רבינו שליט''א איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת שחרית ארום 8:50. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר יונה בר"א לעוו הי"ו (קר"י). ב"ר אהרן יוסף פריעדמאן הי"ו (קר"י). בעל תפילה: הב' החתן בנימין זיידא ב"ר אברהם שמואל פריעדלענדער הי"ו, פתיחה: ר' יונה לעוו הי"ו, כהן: הבה"ח משה ב"ר אברהם שלמה כ"ץ הי"ו (לאנדאן), לוי: הרה"ח ר' נחמן דוב העללער הי"ו (וומסב''ג), שלישי: הב' הבר מצוה ב"ר יונה לעוו הי"ו, הגבה: רבינו שליט"א, גלילה: הב' הבר מצוה ב"ר אהרן יוסף פריעדמאן הי"ו.
נאכן דאווענען האט הב' החתן משה ב"ר אברהם שלמה כ"ץ הי"ו איבערגעגעבן א תירוץ אויף די רבי'נס קשיא. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים, עס האט זיך פארצויגן א שמועס און דער רבי האט פארציילט סיפורים פון הגה''ק הדברי יחזקאל משינאווע זיע''א פון זיין בר מצוה.
דערנאך האט דער רבי אהיים שפאצירט, עס האט זיך פארמירט א שמועס איבער פארשידענע מנהגים פון הנחת תפילין.
רבינו שליט''א איז אריין געקומען אין ביהמ''ד צו תפילת מנחה ארום 9:00. צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בתורה אינעם ביהמ"ד. און ביים זמן ר"ת געדאווענט מעריב, נאך מעריב זענען די געסט אריבער שלום נעמען.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
מיטוואך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א רבינו שליט''א איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו תפילת שחרית ארום 8:45. דער רבי האט געצינדן 5 ליכט און יורד געווען לפני התיבה לרגל די יארצייט פון די אמה של מלכות.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די יארצייט, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, עס האט זיך פארצויגן א שמועס און דער רבי האט פארציילט סיפורים פון זקינו הגה''ק מוואלאווע זצ"ל. דערנאך האט דער רבי אהיים שפאצירט, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבער די היסטארישע הרחבת גבולי הקדושה פון מוסדות קרית יואל.
רבינו שליט''א איז אריין געקומען אין ביהמ''ד צו תפילת מנחה ארום 9:05, דער רבי האט געצינדן 5 ליכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יארצייט, צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בתורה אינעם ביהמ"ד. און ביים זמן ר"ת געדאווענט מעריב. אויך האט הב' אברהם ב"ר יונה בר"א לעוו הי"ו (קר"י) איבערגעגעבן א תירוץ אויף די רבי'ס קשיא.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
דינסטאג 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א רבינו שליט''א איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו תפילת שחרית ארום 8:45. בעל תפילה: הרה"ח ר' מרדכי גאלדבערגער הי"ו (קר"י). נאכן דאווענען האט דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש.
רבינו שליט''א איז אריין געקומען אין ביהמ''ד צו תפילת מנחה ארום 9:05. צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בתורה אינעם ביהמ"ד. ביים זמן ר"ת האט מען געדאווענט מעריב, דער רבי האט געצינדן 5 ליכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יארצייט פון די מאמע הרבנית הצדיקת ע"ה.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
מאנטאג 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א רבינו שליט''א איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו תפילת שחרית ארום 8:45. בעל תפילה: הרה"ח ר' נחמן דוב העללער הי"ו (וומסב''ג), פתיחה: הרה"ח ר' אהרן משה ארנלענדער הי"ו, כהן: הרה"ח ר' ישעי' יצחק רובין הי"ו, לוי: הרה"ח ר' יואל ברי"א וויזעל הי"ו (ב"פ), שלישי: רבינו שליט"א, הגבה: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, גלילה: הרה"ח ר' עזרא דייטש הי"ו (מאנסי).
רבינו שליט''א איז אריין געקומען אין ביהמ''ד צו תפילת מנחה ארום 9:05. צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בתורה אינעם ביהמ"ד. און ביים זמן ר"ת געדאווענט מעריב.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
פרשת מטו"מ 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, בעיר הנופש בעטלעהם ניו העמפשיר
זונטאג רבינו שליט''א איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו תפילת שחרית ארום 8:45.
נאכן דאווענען האבן זיך די געסט פון שבת געזעגענט, און דער רבי האט אהיים שפאצירט, עס האט זיך פארמירט א שמועס איבער סיפורים פון הרה"ק ר' יהושע'לע טאמאשוב'ער זיע''א וואס די יארצייט איז געפאלן שב"ק.
רבינו שליט''א איז אריין געקומען אין ביהמ''ד צו תפילת מנחה ארום 9:05. צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בתורה אינעם ביהמ"ד. און ביים זמן ר"ת ארום 9:45 געדאווענט מעריב.