בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

באריכטן

← ווייזט אלעס

פרייטאגי"א תמוז תשפ"ג6/30/2023

באריכט
פרייטאג חקת בלק 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר לוי יודא מארמארשטיין הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

נאך שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' משה דוד ניימאן הי"ו, בביתו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג פרשת חקת בלק 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור בן הר"ר יואל מאיר פריעדמאן שליט"א.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט א שיעור סוגיא בשיעורי הישיבה, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

נאך שחרית איז רבינו שליט''א געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.

אין די פארמיטאג שעה'ן זענען אריין בקודש פנימה תלמידי ישיבה לצעירים בית אברהם פון לעיקוואד בהנהלת הר"ר אברהם וויליגער שליט"א, דער רבי האט אויסגעפרעגט איבער די לימודים און משמיע געווען דברי ברכה פאר די בחורים, און די בחורים זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.
דערנאך זענען אריין בקו''פ די תלמידי כתה ט', דער רבי האט פארהערט די בחורים און די בחורים זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש, דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו פארן מנהל המוסד הר"ר אברהם וויליגער שליט"א און געגעבן א מתנה ספרו לב אהרן אויף פרקי אבות.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' אברהם וואלף קויפמאן הי"ו (מאנטרעאל) - ר' ישעי' הערש שפיטצער הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' פנחס בר"ה בראך הי"ו (מאנטרעאל) - ר' יחזקאל שרגא הירש הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:15 ביז 12:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 8:50 האט דער רבי געדאווענט מנחה, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ תלמידי ישיבה קטנה סקווירא מאנסי, דער רבי האט פארהערט די בחורים און געזאגט א דרוש אויף די פרשה און מסיים געווען בדברי הדרכה, און די בחורים זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.

אזוי אויך איז אריין בקו''פ הרה''ג ר' צבי יעקב בריזל שליט"א רב דביהמ''ד שכונת לעיק-שאר בקר''י, מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די הנחת אבן הפינה פארן ביהמ''ד החדש וואס קומט פאר דעם זונטאג פנחס, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה אין די געגענט, און דער רבי האט ווארעם מאציל געווען מברכות קדשו פארן רב הביהמ''ד און די אנוועזענדע תושבי השכונה.

אזוי אויך זענען אריין בקו''פ רבני וועד הכשרות קר''י אין שפיץ פון הרה''ג ר' הערש לייב בערנשטיין שליט"א יו"ר וועד הכשרות, מען האט ארומגערעדט איבער פארשידענע שאלות און מכשולות בעניני כשרות, צווישן אנדערע איבער די לעצטיגע פראבלעם פון ווערים אין די פאפריקע און נאך.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' יואל בר"ש כ"ץ הי"ו - ר' חיים ווייס הי"ו.
ר' יואל בר"ד כהן הי"ו - ר' זלמן לייב פעקעטע הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:45.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מה טובו אהליך יעקב!

שבת פתיחת שערים פונעם נייעם ביהמ''ד המפואר אויף 68 דולעק בשכונת דאלאס בעיר הגדולה לאלוקים קרית יואל יצ''ו, 23'טע ביהמ''ד בק''ק קרית יואל!

מעמד קביעות מזוזה ומסיבת לחיים לרגל פתיחת הביהמ''ד וועט פארקומען דעם מוצש"ק בראשות כ"ק רבינו הגה''ק שליט"א מרא דאתרא קדישא הדין.

מחיל אל חיל! איז מען שוין העפטיג אקטיוו אהערצושטעלן א פראוויזארישע מקוה אין ביהמ''ד, און אזוי אויך פראגרעסירט פאראויס די צוגרייטונגען אויפצובויען דעם בנין החדש והמפואר אין צענטער פונעם שטח וואס אנטשפרעכט צו זיין א פנת יקרות פאר די תושבי השכונה.

גדול יהיה כבוד הבית הזה

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

דאנערשטאגי' תמוז תשפ"ג6/29/2023

באריכט
היסטארישע נייעס לכלל אנ"ש די בכל אתר ואתר ותושבי מאנטשעסטער יע"א בפרט, איבער די התרגשות'דיגע בשורה אינערהאלב דעם היכל התורה, ווען דער זכות שם ההיכל איז אפגעקויפט געווארן דורך עטליכע נגידים חשובים מהיושבים ראשונה במלכות, לכבודו ולזכותו פונעם מייסד היכלי התורה אבינו רועינו כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ועל שמו יקרא:
היכל לב אהרן
לכבוד קדושתו הרמה ולזכותו הגדולה.

והיו על לב אהרן בבואו לפני ה', ונשא אהרן את משפט בני ישראל על לבו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך פרשת חקת בלק 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה. נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק ז'.

נאך שחרית האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח ר' יונתן בנימין העניג ע"ה, און דערנאך מנחם אבל געווען הרה"ח ר' שאול לייב זאלדאן הי"ו, ע"פ אחיו ע"ה.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' יואל בר''א גאלדבערגער הי"ו (מאנטרעאל) - ר' יודא לייב ווייס הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' יודא לייב לאוב הי"ו - ר' יואל ברא"מ קרויס הי"ו, באולם קרן ויואל משה.

פארנאכטס איז אריין בקו''פ הרה"ג ר' שמעון שפיטצער שליט"א מגדולי המשפיעים בארה"ק וועלכע איז געקומען אויפטרעטן אלץ נואם הכבוד ביים סיום פון חבורת תורתך שעשועי אין קר"י, עס האט זיך פארמירט א שיינער שמועס איבער דעם דרך הלימוד אין ישיבות אינדערהיים, דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו און געגעבן במתנה ספרו לב אהרן אויף פרקי אבות.

ארום 8:40 איז רבינו שליט''א אריבער אין די זאלן פון גינת קליין צום סיום מסכת מנחות במסגרת חבורת תורתך שעשועי, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק און משלב געווען מסכת מנחות צו מסכת חולין, דער רבי האט ארומגערעדט בשבח פון די לומדי החבורה, און מסיים געווען בברכת קדשו.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 9:10 ביז 12:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מנחה אום 9:10 און מעריב אום 12:30.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגה"צ ר' יהודא כ"ץ שליט"א אב''ד קהל ויצב אברהם מעלבוירן אוסטראליע, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער אידישקייט אין אוסטראליע אמאל אין היינט, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג פרשת חקת בלק 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר שמואל אהרן זינגער הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק ה', דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעה'ן זענען אריין בקודש פנימה תלמידי כתה ט' פון ת''ת צמח צדיק וויזניץ וומסב''ג, דער רבי האט פארהערט די בחורים א לענגערע צייט, און די בחורים זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.

אזוי אויך זענען אריין בקודש פנימה ילדי תשב''ר פון ת"ת שאגת ארי' פון לעיקוואד, דער רבי האט אויסגעפרעגט די לימודים און די קינדער זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:45 ביז 11:55 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף הויז סט.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א און האט איבערגעגעבן הערליכע באריכטן און גריסן פון קהלתינו ומוסדותינו הק' בארה''ק אנגעהויבן פון באזוך אין בני ברק און פון בית שמש און פון ירושלים און די דערהויבענע שבת התאחדות אין ירושלים עיה''ק וואס איז אדורך מיט א געוואלדיגע התרוממות, אזוי אויך פונעם געהויבענעם מעמד אין מירון. פון וואס רבינו שליט"א האט געהאט א געוואלדיגע קורת רוח, ווי אויך האט דער רב שליט''א איבערגעגעבן א פריסת שלום פונעם פוסק הדור ומרא דארעא קדישא כ''ק ראב"ד ירושלים שליט"א.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:20, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

ביים אנקומען קיין קרית יואל ארום 1:15 האט דער רבי מחדש געווען די לבנה אין שכונת ברך משה.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

דינסטאגח' תמוז תשפ"ג6/27/2023

באריכט
מאנטאג פרשת חקת בלק 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם חיים שימענאוויטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים:
ב"ר שמואל זאנוויל פרענקל הי"ו (מאנטרעאל).
ב"ר מענדל פארקאש הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ז פסוק ט"ו, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אזוי אויך איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו פון ב"פ האט אפגעקויפט א זכות פון א בור הטבילה אין די מקוה טהרה החדש אין קר"י, דער רבי האט אונטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיט'ן נדבן געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.

דערנאך איז פארגעקומען א מעמד יציקת הבורות פאר צוויי נייע בורות אין די מקוה טהרה החדש, דער רבי איז א לענגערע צייט ארומגעגאנגען אינעם גאנצן בנין אינאיינעם מיט הגאון הגדול דומ"ץ קר''י שליט"א און די רבני וועד המקואות און די נדבני הבורות, און אנגעוויזן פארשידענע חומרות וואס זענען איינגעשטעלט געווארן, און אזוי אויך איז דער רבי ארויף אויפן דאך פונעם בנין און זיך אומגעקוקט אויף די מי גשמים איינריכטונג.
דערנאך האט דער רבי געגאסן די בורות און מכבד געווען הגאון הדומ''ץ שליט"א און די חשוב'ע רבנים און די נדבני הבורות הרבני הנגיד ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו פון ב"פ און הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו פון וומסב"ג.

דאן איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בעניני מקואות און עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו מראה"ק.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען שפע ברכה פאר די נדבנים הי"ו.

אין די נאכמיטאג שעה'ן האט זיך רבינו האט ארויסגעלאזט קיין לעיקוואד ווי דער רבי האט זיך באטייליגט ביי די חופה פון א אייניקל פון הרבני הנגיד ר' חיים הערש פריעדמאן הי"ו פון מאנטרעאל.
ביים אנקומען קיין לעיקוואד איז דער רבי ארויף אין שטוב פון הרה"ח ר' יעקב הערש טייטלבוים הי"ו מנכבדי קהלתינו, און צום באשטימטן זמן אריבער צום לעיק טערעס זאל, דער רבי האט זיך באגריסט מיט די חשובע רבנים אורחים נכבדים וועלכע זענען געקומען צו פארן צו די חתונה, צווישן אנדערע איז געווען הגאון ר' שלמה קנייבסקי שליט"א ר"י קרית מלך בארה"ק, הגאון רבי בנימין (הצדיק) פינקל שליט"א משגיח בישיבת מיר בארה"ק, הגה"צ אבד"ק דזשיבאו שליט"א פון מאנטרעאל, און אזוי אויך האט דער רבי זיך ווארים באגריסט מיט הגאון רבי ארי' מלכיאל קאטלער שליט"א ראש ישיבת בית מדרש גבוה דלעיקוואד, און נאך חשובע רבנים, נגידים און אישי הציבור.

דער רבי האט מסדר קידושין געווען, און נאך די חופה ווארעם מאציל געווען מברכות קדשו פאר הרבני הנגיד ר' חיים הערש הי"ו פאר'ן חתן, מחותנים און די חשובע זיידע'ס ובני המשפחה.

דערנאך איז רבינו שליט''א אריבער בבית מדרשינו הגדול אין לעיקוואד ווי דער רבי האט געדאווענט מנחה אינאיינעם מיט אנ"ש, ביים אנקומען פארענט פון ביהמ"ד האט אפגעווארט הגה''צ ר' אברהם שמואל ענגלענדער שליט''א דומ"ץ קהלתינו אינאיינעם מיט די ראשי הקהלה, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט אויף די וואוקס פונעם שטאט און איבער די הרחבת גבולי הקדושה פון קהלתינו הק', אזוי אויך האט אפגעווארט אין ביהמ"ד דער רב הגה"צ ר' מרדכי בצלאל קליין שליט"א. בעל תפלה: ר' מרדכי ב"ר נחמי' מארקאוויטש הי"ו.
נאך מנחה איז דער ציבור אריבער שלום נעמען א לענגערע צייט. דערנאך איז דער רבי ארום געגאנגן אינעם גאנצן בנין ביהמ"ד און די מקוה ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די בורות הטבילה אין באגלייטונג פון הגה''צ הדומ"ץ שליט''א, וועלכע האט ארום געוויזן די הרחבת גבולי הקדושה און די ווייטערדיגע פלענער אויפן עתיד. דער רבי האט אנגעוואונטשן פאר'ן ראה''ק הרה''ח ר' ישראל וועלץ הי"ו און ראשי ונכבדי קהלתינו.
ארום 9:00 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים אין קר"י.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 10:45 ביז 12:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מאנטאגז' תמוז תשפ"ג6/26/2023

באריכט
מעמדי התעוררות ובקשת רחמים וההדלקה רבתי באתרא קדישא מירון לכבוד התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי, בראשות הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א לקהל אנשי שלומינו תושבי ארה''ק ת''ו

זונטאג נאכמיטאג ארום 1:45 איז פארגעקומען דער געהויבענער מעמד ההדלקה ע''פ רחבת תולדות אברהם יצחק באתרא קדישא מירון, בהשתתפות פון הונדערטער אנ''ש פון גאנץ ארה''ק.

מען האט געזינגען א לענגערע צייט שטייטע ניגונים בבכיות ובהתעוררות רב, און דער רב שליט''א האט משמיע געווען דברי תורה והתעוררות ודברי הכנה לעלי' לציון הק' פונעם תנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי.

נאכן טרינקן לחיים איז פארגעקומען די שמחת החאלאקע פון נכד רבינו הגה''ק שליט''א בן להרב אלעזר טייטלבוים שליט''א, דער רב האט אפגעשוירן די האר במקום הנחת התפילין כנהוג און אנגעטוהן א קאפל און ציצית, דערנאך איז פארגעקומען נאך 3 חאלאקעס פון אנ''ש, נאך שערן האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע ריקוד.

מען האט דערנאך ממשיך געווען בנגוני התעוררות, און נאך עטליכע מינוטען האט מען צוגעטרעטן צום מעמד ההדלקה.

דער זכות ההדלקה איז אפגעקויפט געווארן דורך הרבני הנגיד מוה"ר יוסף מרדכי כהנא הי"ו פון ניו יארק.

דער רב שליט''א האט אריינגעגאסן די אויל ווען מען האט געזינגען דערביי דעם לכבוד התנא האלוקי בהתעוררות, דאן האט דער רב שליט''א אנגעצינדן דעם מדורת אש לכבוד התנא אלוקי און זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע טענץ בעוז ותעצומות א לענגערע צייט, און דערנאך ממשיך געווען די ריקודין מיט די זמירות לכבוד התנא אלוקי, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען בשירה וזמרה ווען הונדערטער אנ"ש אחים לדעה תלמידי וחסידי מרן רבינו שליט"א מרחבי ארה"ק טאנצן אין רינגן לכבוד התנא האלוקי.
נאך א לענגערע צייט פון געהויבענע ריקודין האט מען מסיים געווען מיט א פייערדיגן טאנץ בתפילה ובקשה 'דער רבי זאל לעבן אונז פירן אנקעגן משיח צדקינו'.

נאך א פויזע פון ארום א האלבע שעה איז מען ארויף ברוב עם צום ציון התנא אלוקי ווי מען האט געזאגט פון אנהויב ספר תהילים ביז קאפיטל מ"א בהתעוררות רב, און דערנאך געדאווענט מנחה אין די מערה.

דער זכות מעמד התעוררות ואמירת תהלים ביים תנא אלוקי איז אפגעקויפט געווארן דורך הרבני הנגיד מוה"ר יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו יו"ר הנהלת מוסדותינו הק' אין וומסב"ג.

תורתו מגן לנו ומאירת עינינו הוא ימליץ טוב בעדינו אדונינו בר יוחאי


▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
זונטאג פרשת חקת בלק 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים:
ב"ר יצחק לעווי הי"ו.
ב"ר שלמה נתן נטע מארקאוויטש הי"ו.
ב"ר יואל ברי"צ ווערטהיימער הי"ו.
ב"ר יואל ניישטאדט הי"ו.
ב"ר אברהם יעקב וויינבערגער הי"ו.
ב"ר יואל דאנא הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ז פסוק ט"ו, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעה'ן ארום 1:30 האט זיך רבינו שליט''א ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין מאנסי צו די חומש סעודה פון תלמידי כתה א' במוסדותינו הק', וואס איז פארגעקומען בבנין הבית רחל החדש 'בנין ניישטאדט' אויף טשערי לעין.

דער רבי איז אנגעקומען צום מעמד ארום 2:00, עס האט ממשיך געווען מיט די דרשה הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א, און די קינדער האבן געזונגן חרוזים לכבוד המאורע, און דער רבי האט פארטיילט א מתנה א ספר תהילים פאר אלע קינדער.
רבינו שליט''א האט געטרינקן לחיים, און אנגעוואונטשן פאר די קינדער עלטערן און די זיידעס, און משמיע געווען דברות קודש.

דערנאך איז דער רבי אריין אין א זייטיגע שטוב און פארטיילט מטבעות קודש פאר תלמידי המוסדות וואס האבן אריינגעברענגט גרעסערע סכומים לטובת המוסדות במשך די ימי הפורים העעל"ט.

דערנאך איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' יצחק אייזיק וויזעל הי"ו ובנו הרה"ח ר' משה ארי' הי"ו האבן געקויפט א כתה בבנין הת"ת החדש במוסדותינו הק' אין מאנסי, דער רבי האט אונטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיט די נדבנים, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.
מען האט געענדיגט ארום 2:45.

פון דארט איז רבינו שליט''א געפארן קיין מחנה רב טוב אין מאנטיסעלאו צו די מעמד 'קביעות מזוזה' פאר די פערטע בנין התלמוד תורה החדש מיט צוועלף פרישע קלאסן, דער רבי איז אנגעקומען אום 3:45 און זיך באגריסט מיט די הנהלת המחנה, און ארומגעגאנגען זיך אומקוקן אויפן קעמפ, אלע נייע איינריכטונגן און הרחבת גבולי הקדושה.
דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די כתות און האט קובע מזוזה געווען אויף איינע פון די כתות, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' מאיר מרדכי בערקאוויטש הי"ו, דער רבי האט געטרינקן א לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו, דערנאך האט ר' מאיר מרדכי הי"ו אויפגערופן די חשוב'ע נדבנים זאלן קומען אונטערשרייבן די שטרות מיט רבינו שליט''א.

פון דארט איז רבינו שליט''א געפארן קיין מחנה בית רחל אין סאוט פאלסבורג צו די מעמד 'חנוכת הבית וקביעות מזוזה' פארן נייעם ריזן דארמיטארי בנין וועלכע וועט אקאמאדירן אריבער פיר הונדערט מיידלעך, דער רבי איז ארומגעגאנגען אינעם גאנצן בנין פאר א לענגערע צייט אין באגלייטונג פון הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו חבר הנהלת המחנה, און דערביי דערציילט זכרונות פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א ביי די באזוכן אין קעמפ.
אויפן וועג ארויס האט דער רבי קובע מזוזה געווען מיט א ברכה אויפן הויפט אריינגאנג, דערנאך איז דער רבי אריבער אינעם ביהמ"ד פונעם קעמפ ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים. עס האט אויפגעטרעטן הר"ר אלי' שלמה קאהן שליט"א מנהל בית רחל, און הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און משמיע געווען דב"ק אז מען דארף זען אין די זומער וואכן זאל מען נישט נאכלאזן גארנישט פון אידישקייט, און ארומגערעדט בשבח פון די הנהלת המחנה וואס לאזט זיך קאסטן שווערע געלטער צוצושטעלן אלעס פאר די מיידלעך בגשמיות וברוחניות, און ארויסגעברענגט די שמחה פון באנייען א נייעם בנין זאגענדיג אז עס איז שוין די דריטע שמחה היינט נאך וואס עס איז געווען א חומש סעודה אין מאנסי פאר די קליינע קינדער, א חנוכת הבית פאר די גרויסע קינדער אין די אינגל קעמפ, און יעצט א חנוכת הבית פאר א בנין פאר די מיידלעך, און ארומגערעדט איבער די שטארקע כוחות וואס רביה"ק זיע''א האט אריינגעלייגט אין חינוך הבנות, און מסיים געווען בברכת קדשו.

דערנאך האט אויפגעטרעטן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט''א. מען האט געענדיגט ארום 5:45.

פון דארט איז רבינו שליט''א צוגעפארן צו די נייע פראכטפולע איי שאפ לאקאל אין סאוט פאלסבורג, אינטער די אייגנטומערשאפט פון הרה"ח ר' משה אליעזר לאנדא הי"ו ושותפו הרה"ח ר' יוסף אלי' אפענהיים הי"ו, דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן געשעפט און געטרינקן לחיים, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס ווי דער רבי האט פארציילט פארשידענע מעשיות פונעם הרה''ק הדברי חיים זיע''א, און מאציל געווען מברכות קדשו פאר די בעלי בתים.
ארום 6:10 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין קר"י.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
ר' יואל בר"ש פריעדמאן הי''ו - ר' אלחנן טויב הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' דוד לייבוש יאקאבאוויטש הי"ו - ר' שמחה כ"ץ הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

נאך די חופות איז רבינו שליט''א אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' חיים טאגער הי"ו אויף ביקור גומלין ביי כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, האדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.

דערנאך איז רבינו שליט''א אריבער אין די זאלן פון פילמאר גארדנס ווי עס איז פארגעקומען די סיום הש"ס דורך חבורת עזר התורה דקהלתינו הק', עס האט אויפגעטרעטן הר"ר יואל וויינבערגער שליט"א מנהל קביעות עתים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און משמיע געווען דברי ברכה פאר די מסיימי החבורה און פאר אלע נייע מתחילים וועלכע הייבן אן לערנען אין די חבורה.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 9:00 ביז אום 12:50, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 9:00.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' יצחק דוד שווארץ הי"ו - ר' שלמה אלעזר בערקאוויטש הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:50.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
שב''ק פרשת קרח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ערש''ק נאכמיטאג האט רבינו שליט''א אנגעטוהן די שטריימלעך פאר די חתנים:
החתן אברהם יצחק בן הרה"ג ר' נתן דוב שווארטץ שליט"א, מו"ץ.
החתן שבתי ב"ר דוד ווערטהיימער הי"ו.
החתן איתמר טובי' ב"ר יואל פריעדמאן הי"ו.

פרייטאג צונאכטס ארום 9:05 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו (וומסב''ג).
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:45, דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין בחדרו הפרטי.

א קורצע צייט נאכן דאווענען איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' מאיר אליעזר ט"ב בן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, הגבהת הכוס: הרה"ח ר' שמעון שישא הי"ו יו''ר מרכז עזרה ויעוץ.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה"כ וומסב''ג, מנוחה ושמחה: די בחורים נכדי כ"ק אדמו"ר מתורת מרדכי מ'וויזניץ זצ"ל, און דער רבי האט געהייסן זינגען די וויזניצער מנוחה ושמחה.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויקח קרח' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון כהנים שלוחא דידן או שלוחא דרחמנא.

קה אכסוף: נכד רבינו הרב רבי חיים הערש טייטלבוים שליט"א מראצפערט, ברכהמ''ז: הרה"ח ר' שמעון שישא הי"ו.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק הברוך טעם זיע''א, וואס די יארצייט געפאלט מאנטאג ז' תמוז.

קה רבון עלם: הרה"ח ר' שמעון דיימאנד הי"ו (ירושלים), די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, אז ביום השביעי: הרה"ח ר' שלמה יוסף לאנדא הי"ו (לאנדאן). מען האט געענדיגט ארום 2:10.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען ארום 9:40. פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו (וומסב''ג), צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מענדל ווערטהיימער הי"ו (וומסב''ג), פסוקי שמע ישראל: נכד רבינו הרב חיים הערש טייטלבוים שליט"א.

עליות. כהן: החתן ב"ר חיים משה כ"ץ הי"ו. לוי: החתן ב"ר יעקב פנחס פריעדמאן הי"ו. שלישי: החתן בן הרה"ג ר' נתן דוב שווארץ שליט"א - באווארפן. רביעי: החתן ב"ר דוד ווערטהיימער הי"ו - באווארפן. חמישי: החתן ב"ר דוד לייבוש יאקאבאוויטש הי"ו - באווארפן. שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי.
ר' מרדכי יודא פריעדמאן הי"ו.
ר' אברהם לעווי הי"ו.
ר' בנימין לעווי הי"ו.
ר' יושע שווארץ הי"ו.

שביעי: החתן ב"ר יואל בר"ש פריעדמאן הי"ו - באווארפן. הוספות: החתן ב"ר יונה גוטמאן הי"ו. החתן ב"ר חיים דוד פריעד הי"ו. החתן ב"ר שלום משה עקשטיין הי"ו. הרה"ג ר' נתן דוב שווארץ שליט"א, מו"ץ. אחרון: הגה''ח ר' יוסף חיים גרינוואלד שליט"א. מפטיר: הרה"ג ר' בנימין גרובער שליט"א (מאנסי). הגבה: הרה"ח ר' ישראל יאקאבאוויטש הי"ו (וומסב''ג). גלילה: הרה"ח ר' יואל ברד"ל האלפערט הי"ו.

מוסף:הרה"ח ר' שמעון שישא הי"ו. פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' מאיר שפיטצער הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 12:30.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען ארום 9:00. מנחה: הרה"ח ר' אלחנן טויב הי"ו, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' דוד ווערטהיימער הי"ו, כהן: הרה"ח ר' שלמה כ"ץ הי"ו, לוי: הרה"ח ר' יצחק טירנויער הי"ו, שלישי: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו, הגבה: רבינו שליט''א, גלילה: הרה"ח ר' עוזר פריעדמאן הי"ו (מאנטשעסטער).

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' אשר ווידער הי"ו (מאנטרעאל).

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויחר למשה מאוד ויאמר אל ה' אל תפן אל מנחתם', און געטייטשט אז סאיז דא ד' חילוקי כפרה און אפילו עס העלפט נישט תשובה אליין אבער תשובה אינאיינעם מיט תפילה העלפט אלעמאל, אבער דאס איז נאר אויב מען פירט זיך בענווה וואס דעמאלטס דאווענט דער אייבערשטער מיט מיטן מענטש, אזוי אויך אויב מען איז נזהר אין טבילה במקוה פארן דאווענען וואס דעמאלטס איז דא השראת השכינה.

ידיד נפש: הרה"ח ר' יצחק מארקאוויטש הי"ו, קל מסתתר: הרה"ח ר' עוזר פריעדמאן הי"ו (מאנטשעסטער). דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.

מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' משה מאיר גאטליעב הי"ו נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 11:30.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג