הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א ביים באזוכן היינט בקרב מוסדותינו הק' בבית שמש יצ''ו. צום ערשט האט דער רב שליט''א באזוכט ביי די תלמידות בית רחל. דערנאך אין תלמוד תורה ווי דער רב שליט''א איז אריין אין אלע כתות און פארהערט די ילדי התשב"ר, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים און עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' אברהם מאיר דירנפעלד שליט"א מנה"ר מוסדותינו הק' בית שמש, און דער רב שליט''א האט משמיע געווען דברי תורה והדרכה פאר די תלמידים.
◻️ סאטמאר'ע נייעס 🌴◻️
באריכט
הגה''צ אבד"ק וומסב"ג שליט"א ביי תפילת שחרית פרייטאג ערש''ק אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה קטנה במוסדותינו הק' בירושלים עיה''ק
פארן דאווענען איז דער רב שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ביי די סדר הלימוד און ארום צווישן די טישן און פארהערט די תלמידים, און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און עס האט אויפגעטרעטן דער מנהל הרה''ג ר' יהושע קליין שליט"א, דער רב האט געוואונטשן לחיים און משמיע געווען דברי תורה והדרכה, און דערמאנט אז די בחורים זענען באמת תלמידי רבינו שליט"א, האבנדיג די זכי' צו לערנען ביים רבי'ן אין 'ישיבה של מעלה' בעיר האבות סיגוט יצ''ו, דעם פארלאפענעם שבת שקלים העעל"ט.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
אויף די פולע נאכפראגע פונעם ציבור וואס ווילן מיטהאלטן די פרטים פונעם געהויבענעם שב"ק בארה"ק בראשות הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א וועלכע איז געפארן מחזק זיין אנ''ש בארה''ק בשלוחת הקודש פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א, לייגן מיר ארויף א באריכט און בילדער פונעם געהויבענעם שבת.
השבת נועם הנשמות, והשביעי עונג הרוחות
גאר א געהויבענעם שבת התאחדות איז אריבער בקרב קהלתינו הק' בירושלים עיה''ק בראשות הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א בשליחות הקודש פון אביו הגדול כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א לחיזוק אנ''ש תושבי ארה''ק ת"ו. די תפילות שב''ק איז פארגעקומען אינעם צייטווייליגן ביהמ"ד בהיכל הטיש'ן שע''י ביהמ''ד וויזניץ ירושלים וועלכע האבן אויך אוועקגעגעבן די פריוואטע מקוה און שטיבל להצלחת השבת, די ביהמ''ד איז געווען מלא על כל גדותיו פון כלל אנ''ש תושבי ירושלים עיה''ק, אויך האט זיך אנגעזעהן א ריזיגע קבוצה פון אריבער 50 ראשי ונכבדי קהלתינו הק' בבני ברק און א שיינע קבוצה פון ראשי ונכבדי קהלתינו הק' בבית שמש, אזוי אויך זענען געקומען אויף שב''ק א גרויס חלק פון תלמידי ישיבתינו הק' בבני ברק.
ערש''ק נאכמיטאג פארן זמן איז פארגעקומען א אסיפה ביי הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א מיט אלע דייני קהלתינו הק' ווי מען האט דן געווען און אויסגעשמועסט אסאך דיני הוראה.
פרייטאג צונאכטס ארום 8:15 איז דער רב שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרה''ג ר' יעקב מנחם ניילינגער שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק' בירושלים.
דער ריזן ציבור איז אריבער גוט שבת זאגן אויך האט זיך אנגעזעהן א גרויסע ציבור תושבי ירושלים וואס זענען געקומען שלום נעמען.
סעודות ליל שב''ק האט דער רב שליט''א געגעסן בבית האכסניא אינאיינעם מיט די מקורבים און די בני המשפחה, צווישן אנדערע האט זיך אנגעזעהן הרה''ח ר' חיים לעווי הי''ו פון וויען.
ארום 12:00 איז דער רב שליט''א אריינגעקומען צו די באטע וואס איז געווען ספעציעל אויסגעשטעלט צו קענען אקאמאדירן א ריזין ציבור, מען האט געזינגען מערערע ניגונים. מיט די זמירות איז נתכבד געווארן. כל מקדש: הרה''ג ר' שלמה באנעט שליט''א מו''ץ בקהלתינו הק' בירושלים, מנוחה ושמחה: הרה''ג ר' שמואל עקשטיין שליט''א מו''ץ בעדה החרדית ובקהלתינו הק' בירושלים.
במשך די באטע האט דער רב שליט''א מערערע מאל משמיע געווען פנינים יקרים אויף די פרשה.
קה אכסוף: הרה"צ ר' יעקב שלמה כהנא מדזיטשוב שליט''א, מה ידידות: הרה''ח הישיש ר' נחמן יאקאב הי''ו, דער רב האט פארגעזינגען רחם און נאך ניגונים לכבוד שב"ק.
עובדות וסיפורים האט דער רב דערציילט פון הרה''ק עטרת צבי מדזיטשוב זיע''א, וואס די יארצייט געפאלט פרייטאג י''א תמוז, דער רב האט נאכגעזאגט פון אביו רבינו הגה''ק שליט''א וואס האט געזאגט ו' אלול תשס''ז אין מירון אז דער יטב לב האט געשריבן אויפן עטרת צבי 'רבינו', און דער עטרת צבי האט זיך גערופן א תלמוד פון רבי שמעון בר יוחאי, במילא זענען מיר אונז תלמידים און מ'האב מיר א קשר צו רשב''י, ווי פאסיג איז ארויפצוגיין צו ר' שמעון אין די וואך פון די הילולא קדישא.
מען האט ממשיך געווען מיט די ניגונים, ברכהמ''ז: הגה''צ הדומ''ץ שליט''א.
נאך די פירות האט מען ממשיך געווען בניגונים. אז ביום השביעי: הרה''ח ר' אליעזר פאלטשעק הי''ו גבאי בית מדרשינו זכרון מאיר בבני ברק.
וביום השבת קודש
שב''ק אינדערפרי האט מען זיך געשטעלט תפילת שחרית ארום 9:45. פסוקי דזמרה: הרה''ג ר' שמעון יואל בראך שליט''א דומ''ץ לעניני סתם דקהלתינו הק' בבני ברק. שחרית: הגה''צ אבד''ק שליט''א.
פתיחה: הרה''ג ר' משה יוסף שפילמאן שליט''א מו''ץ בקהלתינו הק' ירושלים, פסוקי שמע ישראל: הרה''ג ר' יצחק מנחם הירש שליט''א מו"ץ בקהלתינו הק' בירושלים.
עליות. כהן: איש ירושלים הרה''ח ר' אברהם יושע הכהן גלאנץ הי''ו - מען האט געליינט פון פרשת קרח ביז נאך כהן פון חוקת לכבוד די געסט. לוי: הרה''ח ר' חיים לעווי הי''ו (וויען). שלישי: החתן ב''ר אברהם הערש זינגער הי''ו - באווארפן. רביעי: הגה''צ הדומ''ץ שליט''א. חמישי: הרה''ח ר' משה זינגער הי''ו. שישי: הגה''צ אבד''ק שליט''א. שביעי: הרה''ח ר' מאיר גראס הי''ו. הוספות: הרה''ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי''ו. הרה''ח ר' נתן בנימין ראטה הי''ו מהנהלת קהלתינו הק' בירושלים. אחרון: נכד רבינו הרב אלעזר ט''ב שליט''א (לאנדאן). מפטיר: הרה''ח ר' יצחק ברוך אילאוויטש הי''ו חבר הנהלת מוסדותינו הק' בבני ברק. הגבה: הרה''ח ר' אפרים משה לעווי הי''ו חבר הנהלת קהלתינו הק' בבני ברק. גלילה: הרה''ח ר' מרדכי געלבער הי''ו מנכבדי קהלתינו הק' בירושלים.
מוסף: הרה''ח ר' צבי עקיבה ברייטשטיין הי''ו יו''ר קהלתינו הק' ומוסדותי' בבית שמש, פתיחה לאנעים זמירות: הרה''ח ר' יואל ברי''א ווייס הי''ו (בני ברק). נאכן דאווענען איז פארגעקומען די קידושא רבא לרגל די שמחת הבאווארפן פון בן הרה''ח ר' אברהם הערש זינגער הי''ו, דער רב האט קידוש געמאכט און געוואונטשן לחיים.
סעודות שב''ק האט דער רב שליט''א געגעסן אינאיינעם מיט די מקורבים בבית הגה''צ הדומ''ץ שליט''א. מיט די זמירות איז מכובד געווארן החתן הרב ישעי' רובין שליט''א המיול''ח חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א, ברכהמ''ז: נכד רבינו הרב אלעזר טייטלבוים שליט''א.
רעוא דרעווין
מנחה ושל''ש האט מען זיך געשטעלט ארום 8:15. מנחה הרה''ג ר' יצחק דוד יאקאב שליט''א מנה''ר ישיבה קטנה בבני ברק, פתיחה: הרה''ח ר' אהרן צבי היילברוין הי''ו חבר הנהלת מוסדותינו בירושלים, כהן: הר''ר משולם שרגא בן הרה''ג ר' אברהם שלמה כ''ץ שליט''א מרבני קהלתינו הק' בבני ברק, לוי: הרה''ח ר' יודא ארי' וויינבערגער הי''ו, שלישי: הר''ר יואל מייזעלס שליט"א, הגבה: הגה''צ אבד''ק שליט''א, גלילה: הרה''ח ר' אהרן מאיר ווייס הי''ו חבר מערכת משולחן מלכים בבני ברק.
דערנאך איז פארגעקומען די דערהויבענע שלש סעודות בהתעוררות בהשתתפות א ריזן ציבור אנ''ש. מיט די זמירות איז מכובד געווארן. אודה: הרה''ח ר' יצחק אייזיק ווייס הי''ו חבר הנהלת מוסדותינו בבני ברק, שיר המעלות: הרה''ח ר' ישראל מרדכי פעלבערבוים הי''ו חבר הנהלת קהלתינו בירושלים.
מען האט ממשיך געווען מיט מערערע ניגוני התעוררות, און דער רב האט משמיע געווען עטליכע מאל דברי תורה.
ידיד נפש: הרה''ח ר' אליעזר טעללער הי''ו (וומסב''ג), קל מסתתר: הרה''ג ר' יואל שטערן שליט"א (בית שמש).
מעריב מוצש''ק: הרה''ח ר' יואל ברוין הי''ו. נאך מעריב איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך און דער רב איז אהיים לבית האכסניא צו מאכן הבדלה.
אין די שפעטע נאכט שעות איז דער רב שליט"א אריבער אויף א באזוך אין שטוב פון ר' שמואל זנוויל פאגעל הי"ו אין באגלייטונג פון הרה"ח איש ירושלים ר' אברהם יהושע הכהן גלאנץ הי"ו אלס הכרת הטוב פאר זיינע לייסטונגען לטובה כוללנו ויואל משה וקהלתינו הק' ווי מ'האט ווארים פארברענגט בשבת אחים גם יחד און מ'האט אויסגעשמועסט פארשידענע ענינים פונעם כולל.
◻️ סאטמאר'ע נייעס 🌴◻️
פרייטאגד' תמוז תשפ"ג6/23/2023
באריכט
פרייטאג פרשת קרח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית האט זיך רבינו שליט''א טעלעפאניש פארבינדן קיין ארה''ק מיט בנו הגדול הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א און געהערט א הערליכע באריכט פון זיין באזוך בקרב קהלתינו הק' אין בני ברק און די ערשטע חלק פון ירושלים עיה''ק.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר מאיר דוד היילברון הי"ו. ב"ר שלמה ישראל בראדי הי"ו. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
◻️ סאטמאר'ע נייעס 🌴◻️
באריכט
מעמד הנשגב כינוס אנשי שלומינו - חגיגת סיום מס' מנחות במסגרת תורתך שעשועי - התחלת כתיבת ספר תורה - בקרב קהלתינו הק' בירושלים עיה''ק. בראשות הגאון הצדיק אבד''ק וומסב''ג שליט''א
בהשתתפות מרא דארעא קדישא פוסק הדור כ''ק ראב''ד ירושלים שליט''א, כ''ק אדמו''ר מדושינסקיא שליט''א, כ''ק אדמו''ר מתולדות אהרן שליט''א, כ''ק אדמו''ר מראחמיסטריווקא שליט''א, חברי הבדי''צ העדה החרדית הגאון הגדול ר' אברהם יצחק אולמאן שליט''א, הגאון הגדול ר' יעקב מענדל יוראוויטש שליט''א, הגאון הגדול ר' יודא פישער שליט''א, הגאון הגדול ר' שמעון יצחק שלעזינגער שליט''א, האדמו''ר מסקולען ירושלים שליט''א, האדמו''ר מקאלושין שליט''א, הגה''צ אב''ד טשאקאווע בראכפעלד שליט''א, און נאך פולע רבנים שליט''א.
יושב ראש המעמד: הרב משה מענדל הערשקאוויטש שליט''א מלמד מומחה במוסדותינו הק', וועלכע האט צווישן אנדערע אויך באגריסט דעם איש ירושלים הרב אברהם יהושע העשיל הכהן גלאנץ הי"ו, און מריחוק מקום די חברי הנהלת קרן הבנין הנגידים ר' אברהם בראך און ר' עקיבא הערש קליין הי"ו, ובשבח פון די שלוחי קודש משמשים בקודש פון כ"ק רבינו שליט''א וואס האבן באזוכט קהלתינו הק' בארה''ק פארלאפענעם חודש שבט.
סיום מסכת מנחות במסגרת חבורת תורתך שעשועי: ר' דוד מאיר ווייס הי"ו, מחשובי לומדי החבורה.
משא הערב: הגה''צ דומ''ץ קהלתינו ירושלים שליט''א.
דבר ה' מירושלים: מרא דארעא קדישא פוסק הדור כ''ק ראב''ד ירושלים שליט''א. בשיר וקול זמרה האט מען מקבל פנים געווען דעם גרויסן גאון כ"ק הראב''ד שליט''א וואס האט אויפגעטרעטן מיט דברות קודש און ארויסגעברענגט די געוואלדיגע התרגשות אז מען הייבט שוין אן די בוי ארבעט פאר'ן נייעם ריזן בנין הקהילה והמוסדות, און די געוואלדיגע שמחה ווען מ'איז מסיים א מסכתא אינערהאלב די חבורת 'תורתך שעשועי' וואס איז נתייסד געווארן דורך רבינו שליט''א וואס בזכותו האט גאנץ כלל ישראל א שיעור אין גמרא יעדן טאג 'הוא באמעריקא ומצודתו פרוסה בירושלים', און מסיים געווען בברכות לרוב פאר ידיד נפשו מרן רבינו הגה''ק שליט"א און פארן גאנצן ציבור.
דאן האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע טאנץ און דערנאך אינאיינעם ארויסבאגלייט דעם פוסק הדור מיט געזאנגען פון 'אורך ימים אשביעהו'.
בשבח קהלתינו הק' ומוסדותי' - חיזוק לאנשי שלומינו אחר השריפה הנוראה ה"י - קשר החזק של מרן רבינו שליט"א למוסדותינו בארה"ק - בשבח הנהלת הקהלה ומוסדותי' - בשבח הנהלת קרן הבנין החדש הנגידים החשובים בארה"ב - חובת אנ"ש להתפלל דייקא בבית מדרשו של רבינו שליט"א ברחבי ארה"ק - דברי הכנה לשבת המתאחדת - ברכת הקודש מכ"ק רבינו שליט"א.
התחלת כתיבת ספר תורה: הגה"צ אבד"ק וומסב"ג שליט"א, הגה''צ דומ''ץ קהלתינו ירושלים שליט''א, כ''ק אדמו''ר מראחמיסטריווקא שליט''א.
ריקודי קודש בשיר וקול תודה בשמחה וטוב לבב: אנשי שלומינו חסידים ואנשי מעשה זקנים עם נערים.
אשרי העם שככה לו אשרי העם שה' אלוקיו
◻️ סאטמאר'ע נייעס 🌴◻️
באריכט
דאנערשטאג פרשת קרח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יואל הערשקאוויטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר חיים מאיר ווייס הי"ו. ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט א שיעור סוגיא בשיעורי הישיבה, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעה'ן זענען אריין בקודש פנימה תלמידי ישיבת בית שמעון בעלזא פון ב"פ, דער רבי האט פארהערט די בחורים א לענגערע צייט, די בחורים האבן געזינגען עטליכע ניגונים, און דער רבי האט פארטיילט א פרי פאר יעדן בחור און געוואונטשן ברכת קדשו.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים. ר'' שמואל יודא פעלבערבוים הי"ו (וומסב''ג) - ר' אברהם יעקב כהן הי"ו (אנטווערפן) אין די זאלן פון כינור דוד. ר' שלום ציק הי"ו (לאנדאן) -ר' יואל ברש"א גאנדל הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:20 ביז 1:10 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. דער רבי האט געדאווענט מנחה אום 8:20.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה תלמידי ישיבה קטנה קדושת יעקב פון שיכון סקווירא, דער רבי האט פארהערט די בחורים א לענגערע צייט, און די בחורים זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.
ארום 9:45 איז אריין בקו"פ ראש המצילים ושליח ביד"צ הרב שמעון שישא שליט''א יו"ר מרכז עזרה ויועץ אינאיינעם מיט רבני וועד משמרת חומותיך ירושלים, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס איבער די פילצאליגע פעולות פונעם מרכז און די פלענער אויף ווייטער להרחבת גבולי המרכז.
דערנאך האט רבינו שליט''א געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים. ר' יצחק גרובער הי"ו (מאנסי) - ר' אברהם הערשקא הי"ו. ר' אלי' יודא ראטה הי"ו - הר''ר אשר אנטשיל ווייס שליט''א.
נאך די תנאים'ס ארום 10:30 איז פארגעקומען אין ביהמ"ד שע"י ביתו נאוה קודש א מעמד קבלת פנים לכבודו פונעם ראש המצילים הרב שמעון שישא הי"ו, במעמד רבני ודייני קהלתינו הק' פון איבער גרעיטער ניו יארק, צום ערשט האט אויפגעטרעטן נכד רבינו הרב יושע לאבין שליט"א וואס האט אראפגעלייגט די פראבלעמען וואס ער האט געהאט מיטן מיליטער, און וויאזוי דער מרכז האט אים ארויסגעהאלפן, הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א האט באגריסט דעם חשובן גאסט און ארומגערעדט איבער די פעולות פונעם מרכז וואס דער דיין שליט"א האט אליינס מיטגעהאלטן, און דערנאך האט אויפגעטרעטן הגה''צ ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה"כ וומסב''ג ומרבני וועד משמרת חומותיך.
דערנאך האט מען געהערט די הארציגע ווערטער פון הרה"ח ר' שמעון שישא הי"ו איבער זיין התרגשות פון די געוואלדיגע הילף פון די פילע עסקנים און ארויסגעברענגט פארשידענע פלענער וואס מען האפט צו קענען פארברייטערן די פעולות, און זיך באדאנקט פאר אלע עסקנים העומדים אתו ובפרט פאר די רבני וועד משמרת חומותיך.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און משמיע געווען דב"ק ארויסברענגענדיג די גרויסקייט פון מציל זיין אידן פון מיליטער, און פארציילט פעולות פון זקינו מרן הייטב לב זיע''א צו באפרייען בחורים פון מיליטער, וכ"ש צו ראטעווען פון די טמא'נע ציוני'סטישע מיליטער וואס דארט איז נישט קיין מציאות צו בלייבן א איד, און דער רבי האט געזאגט אז די איינציגסטע אקטיווע מיטל קעגן גזירת הגיוס איז נאר דורך מרכז עזרה ויעוץ וואס העלפט אידן אויף א טאג טעגליכע פארנעם, און ארויסגעברענגט דעם פליכט וואס ליגט אויף אנ''ש צו שטיצן דעם מרכז ברוח נדיבה מ'זאל ווייטער קענען ממשיך זיין די פעולות ביתר שאת, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע עסקנים ובפרט פארן ראש המצילים שחפץ ה' בידם יצליחו. מען האט געענדיגט ארום 11:10.
שפעטער איז געווען אויף א באזוך הגה"צ ר' פייבל סופר שליט''א גאב''ד בוינעס איירעס, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די מצב פון אידישקייט אין ארגענטינע און די פילע פעולות פונעם רב שליט"א לרומם קרן התורה וחסידות אין ארגענטינע, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך פרשת קרח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר יצחק דוד לאנדא הי"ו. נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכע תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ז פסוק א', דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעה'ן איז אריין בקודש פנימה תלמידי כתה ט' פון ת"ת קארלין סטאלין בארא פארק, דער רבי האט פארהערט די בחורים אויף די לימודים, און די בחורים זענען אריבער שלום נעמען און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.
נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הר"ר יונה גוטמאן שליט"א - ר' יואל האלפערט הי"ו, באולם כינור דוד. ר' פישל גאלדשטיין הי"ו (וומסב''ג) - ר' ישראל דוד רוטנער הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
נאך די חופה אין כינור דוד האט רבינו שליט''א באזוכט די בוי ארבעט אינטערן בנין הת"ת ווי מען האט אראפגעווארפן דעם בנין ישיבה קטנה סניף ישמח משה צו מאכן פלאץ פארן נייעם מבצר האדיר פאר די תלמוד תורה פון מוסדות קרית יואל וואס מען הייבט אהן צו בויען אין די קומענדיגע וואכן.
הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א אינאיינעם מיט ראשי והנהלת קהלתינו הק' בירושלים אויף א באזוך ביים פוסק הדור מרא דארעא קדישא כ"ק ראב"ד ירושלים שליט"א, ווי דער רב שליט''א האט איבערגעגעבן פארן פוסק הדור א פריסת שלום פון אביו הגדול ידיד נפשו רבינו הגה''ק שליט''א. עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער ראב''ד האט מכבד געווען מיט לחיים און געגעבן זיין נייע איבערגעדרוקטע ספרים מועדים וזמנים, דאן האט דער רב איינגעלאדענט דעם פוסק הדור א טיייל צו נעמען ביים כינוס אנ''ש היינט אין ירושלים. און דער ראב"ד שליט"א האט מאציל געווען מברכות קדשו פאר מרן רבינו שליט"א למען יאריך ימים על ממלכתו אלס דער ראש גולת אריאל בבבריות גופא ונהורא עד ביאת הגואל. עקסטער האט דער ראב"ד שליט"א מאציל געווען מברכותיו פארן איש ירושלים הרה"ח ר' אברהם יהושע הכהן גלאנץ שליט"א.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מיטוואךב' תמוז תשפ"ג6/21/2023
באריכט
מעמד הנשגב כינוס אנשי שלומינו - חגיגת סיום מס' מנחות - התחלת כתיבת ספר תורה - בקרב קהלתינו הק' בבני ברק ת"ו. בראשות הגאון הצדיק אבד''ק וומסב''ג שליט''א
יושב ראש המעמד: הרה’’ג שמעון יואל בראך שליט"א מנהל חבורת תורתך שעשועי. וקידם בברכה את האורח הנכבד הנגיד מוה"ר אברהם יהושע הכהן גלאנץ הי"ו, וגם בירך בשם כל הקהל פטרון תורתך שעשועי ויסודי התורה בבני ברק הרבני הנגיד מוה"ר שלום יצחק יאקאבאוויטש הי"ו, ויו"ר חבורת תורתך שעשועי העולמי הנגיד מוה"ר יצחק שווארץ הי"ו.
דברי פתיחה: הרב הגאון ר’ חיים שלום קליין שליט"א מרבני קהילתינו הק'.
משא הערב: הרה"ג ר’ מרדכי יאזשעף שליט"א מנהל רוחני דישיבה גדולה.
סיום מסכת מנחות: הרה’’ג ר’ צבי יהודה ווייס שליט"א מגי"ש בחבורת תורתך שעשועי.
בשבח הקהלה הקדושה ומוסדותי' אשר עיניו ראו ולא זר - התפעלותו הגדולה עד אין קץ של התעלות תלמידי הת"ת והישיבה - קשר האמיץ והחזק בין אנ"ש למר אביו כ"ק רבינו שליט"א - כמים פנים אל פנים גודל דביקותו של רבינו שליט"א לאנ"ש תושבי בני ברק ת"ו - דברי הדרכה והתחזקות בענינים העומדים על הפרק, ובג' עמודי עולם ובכמה עניני יהדות צריכים תיקון וחיזוק - שליחת הקודש מכ"ק רבינו הגה"ק שליט"א - גודל היגיעה של הנהלת הקהלה והמוסדות במסירות ונאמנות - בשורה טובה על בנין החדש בית חינוך לבנות שיתחנך בעז"ה בזמן החורף הבעל"ט - ברכת הקודש מכ"ק רבינו שליט"א.
התחלת כתיבת ספר תורה: הגה"צ אבד"ק וומסב"ג שליט"א.
ריקודי קודש בשיר וקול תודה בשמחה וטוב לבב: אנשי שלומינו חסידים ואנשי מעשה זקנים עם נערים.
אשרי העם שככה לו אשרי העם שה' אלוקיו
◻️ סאטמאר'ע נייעס 🌴◻️
באריכט
דינסטאג פרשת קרח ב' דר"ח תמוז 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יודא ארי' לאנדא הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד ברך משה לרגל די שמחת הברית מילה פון בן הנולד לנכדו הרב ליפא רובין שליט"א בן האדמו"ר מראפשיץ שליט"א, וחתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א בן הגה''צ אבד''ק וואלאווע שליט''א.
פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים: ב"ר אשר לעמיל גלויבער הי"ו. ב"ר ישעי' (בר"א) גראס הי"ו. דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל בהתעוררות רב. עליות. כהן: נכד רבינו הרב נחמן כהנא שליט"א. לוי: הרה"ח ר' יושע מרדכי ווערצבערגער הי"ו. שלישי: האדמו"ר מראפשיץ שליט"א. רביעי: רבינו שליט"א. מוסף: הר"ר אלי' גראס שליט"א מבערבעשט.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה, מוהל: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, סנדק: האדמו"ר מראפשיץ שליט"א, סנדק מעומד: הגה"צ אבד''ק וואלאווע שליט"א, ברכות: רבינו שליט"א, ויקרא שמו בישראל שמואל שמעלקא נאכ'ן זיידן הגה"צ אב"ד סוליצא זצ"ל.
נאכן ברית איז דער גאנצע ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א, און דער רבי איז אריין בחדרו הפרטי ווי עס איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צו די סעודת ברית בהיכל הביהמ"ד, במשך די סעודה האט אויפגעטרעטן דער אבי הבן הרב ליפא רובין שליט"א, דער זיידע האדמו"ר מראפשיץ שליט"א, און דער עלטער זיידע הגה"צ אבד''ק וואלאווע שליט"א. מיט ברכו נפשי האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרב נחמן כהנא שליט"א, און מיט יום ליבשה נכדו הרב יהושע לאבין שליט"א. רבינו שליט''א האט משמיע געווען דברות קודש בעניני ברית מילה, און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה שליט"א, פאר די חשובע זיידעס און פארן גאנצן ציבור. מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, און מיט די הרחמן'ס די בני המשפחה. מען האט געענדיגט ארום 2:15.
נאכן סעודת הברית איז דער רבי ארויף אין שטוב פון חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א ווי דער רבי האט אנגעוואונטשן פאר די יולדות תחי'
נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה. זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון 8:45 ביז 12:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הרה''ג שלום אלי' ראבינאוויטש שליט"א ראה"כ 'כולל אהל נחום' אין ביתר, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, און דער ראה"כ האט געוויזן פארן רבי'ן פארשידענע ספרים וואס זיין כולל האט ארויסגעגעבן אויף שו"ע הרב, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:20, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מסיבת לחיים נאך תפילת שחרית בראשות הגה"צ אבד"ק וומסב"ג שליט"א, אינאיינעם מיט די אריבער 100 תלמידי ישיבותינו הק' אין בני ברק, בהיכל ביהמ''ד זכרון מאיר דקהלתינו הק'.
נאכן זינגען עטליכע ניגוני התעוררות ורגש האט מקבל פנים געווען הרה''ג ר' יצחק דוד יאקאב שליט''א מנהל ישיבה קטנה. דאן האט דער רב שליט''א משמיע געווען א הערליכן דרוש אויף די פרשה (חקת בארה"ק) במשנתו של מרן רבינו שליט"א, און ממשיך געווען בדברי חיזוק והדרכה, ארויסברענגענדיג דעם קשר אמיץ פון די תלמידי הישיבה צו מר אביו מרן רבינו שליט"א וואס קוקט אזוי ארויס אויף זייער הצלחה מער ווי אלע סאטמארע ישיבות.
בפרט האט דער רב דערמאנט אז די בחורים זענען באמת תלמידי רבינו שליט"א, האבנדיג די זכי' צו לערנען ביים רבי'ן אין 'ישיבה של מעלה' בעיר האבות סיגוט יצ''ו, דעם פארלאפענעם שבת שקלים העעל"ט.