שוין אהנגעהויבן די פאקטישע בוי ארבייט ביים בנין בית מדרשינו המפואר אינעם נייעם הערליכן ישוב לינדען יצ"ו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
דינסטאגג' סיון תשפ"ג5/23/2023
בילדער · 10
דינער השנתי 'עלי עשור' און חגיגת יובל העשור פון התייסדות מוסדותינו הק' אין מאנסי בראשות נשיא המוסדות כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעהבאריכט
אינהאלטסרייכע מעמד 'שלום העיר סעמינאר' פארגעקומען דעם זונטאג נשא א' פאר אברכי אנ''ש בקרב קהלתינו הק' בלאנדאן יצ"ו, וועלכע ווילן זיך ארויסציען קיין קענווי איילענד צוליב דעם שווערן דירות קריזיס אין לאנדאן. צוגעשטעלט דורכ'ן 'וועד לעניני דיור' שע''י התאחדות אברכים דקהלתינו הק' בקענווי איילענד יצ''ו.
צווישן אנדערע האבן אויפגעטרעטן הגה''צ אבד''ק לאנדאן שליט''א, און הרה''ח ר' יושע לייב לעווי הי''ו ממייסדי קהלתינו ומוסדותינו הק' אינעם נייעם בליענדן שטאט לינדען ניו דזשערסי, בנושא: דער סוד פון הצלחה אינעם נייעם ישוב לינדען.
אין אן איבערראשענדען שריט האט הרבני הנגיד ר' אליעזר לעוו הי''ו געמאלדן אז ער איז מנדב דעם נייעם בנין ביהמ''ד דקהלתינו הק' וואס וועט בקרוב געבויעט ווערן אין קענווי איילענד.
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים מעמד 'קביעת מזוזה ומסיבת לחיים' פארן מבצר האדיר תלמוד תורה 'בנין קליין' במוסדות קרית יואל צוגעשטעלט פאר די בוני הבית וועלכע האבן געהאט די זכיה זיך צו אהנשליסן מיטן סכום פון 1,800 דאלער.
התעוררות'דיג מעמדים פארגעקומען אין די פראכטפולע זאלן 'גינת קליין' אינעם מבצר האדיר, געאייגענט פאר די טויזענטער ילדי תשב''ר פון כתה ג' און ארויף פון אלע סניפים פון מוסדות קרית יואל, צוטיילט אין צוויי באזונדערע מאורעות צוליב די ריבוי התלמידים בליעה''ר.
נאך די דערהויבענע מעמד הדלקה וריקודי קודש בעיר הגדולה לאלוקים קרית יואל יצ"ו, זעצן זיך די עסקנים צוזאם צו זעהן וואס מען קען פארשענערן און פארבעסערן בס"ד צום קומענדיגן יאר הבעל"ט מיר ווארטן צו הערן פון אייך, דריקט דא: docs.google.com/forms/d/e/1FAIpQLS…