תורתו מגן לנו ומאירת עינינו הוא ימליץ טוב בעדינו אדונינו בר יוחאי
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
VideoVideoVideo
לכבוד התנא האלוקי
Video
Video
VideoPhotoVideo
מדת הרחמים עלינו התגלגלו
VideoNews
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א גייט יעצט ארויף אויפן ספעציעלע בימת ההדלקה ווי מען וועט זינגען נגוני התעוררות און דערנאך וועט רבינו שליט''א מדליק זיין די מדורת אש און זיך ארויסלאזן אין פייערדיגע ריקודי קודש לכבוד התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי.
תורתו מגן לנו ומאירת עינינו הוא ימליץ טוב בעדינו אדונינו בר יוחאי
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
רבבות אלפי ישראל בשעת די פייערדיגע דברות קודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photo
קול ה' חוצב להבות אש
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א האט אין די יעצטיגע מינוטען אנגעהויבן די פייערדיגע דברי אלוקים חיים איידערן אנצינדן די מדורת אש לכבוד התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
VideoVideoNews
ליל ל"ג בעומר 9:41 אויפדערנאכט אין די יעצטיגע מינוטען קומט כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א אריין צום מעמד הדלקה רבתי במעמד רבבות אלפי ישראל, אויף די ריזן שטחים ארום ביהמ"ד הגדול בקרית יואל.
מען קען מיטהאלטן די הוקאפ אויף די בעקאפ נומערן פון קול סאטמאר. 3518887117 5512406090
לכבוד התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
News
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א קומט יעצט אריין צו תפילת מעריב וספירת העומר ברוב עם בביהמ"ד הגדול אין קרית יואל יצ"ו
לעצטע פיבערהאפטיגע הכנות בעיר עוז לנו קרית יואל יצ"ו, לקראת דעם גיגאנטישן מעמד ההדלקה וריקודי קודש במקהלות רבבות אלפי ישראל היינט ליל ל"ג בעומר הבעל"ט.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
הונדערטער אנשי שלומינו ביים מעמד הדלקה רבתי ליל ל"ג בעומר בקרב קהלתינו הק' שיכון קרית יואל בני ברק ת"ו, בראשות חדב"נ הגאון הצדיק רבי חנוך העניך אשכנזי שליט"א רב ביהמ"ד אבני צדק קר"י יצ"ו.
מערקט אינעם בילד הילד משה חיים דוד ב"ר אליעזר צבי יאזשעף ז"ל מהרוגי האסון במירון ה"י, ביי די חאלאקע דורך חדב"נ הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
סובסקרייבט צו סאטמאר'ע נייעס צו באקומען טעגליכע נייעס און אנטוויקלונגען מהנעשה והנשמע בצל הקודש ובחצר הקודש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
סובסקרייבט צו סאטמאר'ע נייעס צו באקומען טעגליכע נייעס און אנטוויקלונגען מהנעשה והנשמע בצל הקודש ובחצר הקודש.
יעצט ל''ג בעומר זייט אויך פון די טויזענטער צו מיטהאלטן פון דער נאענט די גרעסטע מעמד ההדלקה לכבוד התנא אלוקי רשב"י, בעיר עוז לנו קרית יואל יצ"ו, במקהלות רבבות אלפי ישראל בראשות כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א.
אין די זעלבע צייט זייט מזכה אייערע חברים מיט די "סאטמאר'ע נייעס" דורכן שיקן די לינק.
אין די קומענדיגע שעה, בעת כניסת יום ל"ג בעומר בארה"ק, ווערן געפראוועט די פייערליכע הדלקות לכבוד התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי, בקרב קהלתינו הקדושות בארה"ק ת"ו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
זונטאג פרשת בה''ב 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר יעקב קאפיל מעזעי הי"ו. ב"ר מיכל פעלדמאן הי"ו. ב"ר יוסף פעלבערבוים הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ו פסוק א', דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען די סיום כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' פנחס שפירא הי"ו לע''נ הר''ר עקיבא צבי גאנץ ז''ל מלמד תשב''ר רבות בשנים, און ווערט אריינגעגעבן קומענדיגן מיטוואך נשא א' אינעם בנין הת"ת החדש "בנין קליין", דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות און מאציל געווען מברכות קדשו.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים הרה"ג ר' מענדל ווערצבערגער שליט"א דומ"ץ דקהלתינו מאנטרעאל - און ר' יחזקאל איסר בערגער הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:20 בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
שב''ק פרשת אמור 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
פרייטאג צונאכטס ארום 8:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרה"ח ר' בנימין זאב שווארץ הי"ו (וומסב''ג), מען האט געענדיגט ארום 10:05, דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין בחדרו הפרטי.
א קורצע צייט נאכן דאווענען איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה. אשת חיל: נכד רבינו הב' מאיר אליעזר ט"ב בן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, הגבהת הכוס: הרה"ג ר' יחזקאל שווארץ שליט"א דומ"ץ בביד''צ שערי הוראה בבני ברק.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען: כל מקדש: הרה"ג ר' יחזקאל שווארץ שליט"א. מנוחה ושמחה: הר''ר שלמה געשטעטנער שליט''א.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ולחם וקלי וכרמל לא תאכלו עד עצם היום הזה' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון עשה דוחה לא תעשה.
קה אכסוף: הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א מו''ץ ודומ"ץ ביהמ''ד דינוב קר"י. ברכהמ''ז: נכד רבינו הרב ליפא טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הגה"ק בעל נודע ביהודה זצוק"ל וואס די יארצייט געפאלט מאנטאג י"ז אייר.
קה רבון עלם: הרה"ג ר' יוסף שמואל בערקאוויטש שליט"א מו"ץ, די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, אז ביום השביעי: הרה"ח ר' משה יוסף ווערטהיימער הי"ו (וומסב''ג). מען האט ממשיך געווען צו זינגען מיט תורתו מגן לנו לכבוד ל"ג בעומר. מען האט געענדיגט ארום 1:35.
וביום השבת קודש
שב''ק אינדערפרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:40. פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' אשר יעקב עקשטיין הי"ו, רבינו שליט''א האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק, און צוגעגאנגען צו שחרית, און צו חזרת הש"ץ צוגעשיקט נכדו הרב נחמן כהנא שליט"א חתן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' יואל פריעדמאן שליט"א מו"ץ בקהלתינו מאנסי. פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' דוד הירש שליט"א מו"ץ בקהלתינו וומסב''ג.
עליות. כהן: הרה"ח ר' אברהם שמחה פריעדמאן הי"ו. לוי: הרה"ח ר' משה מאיר גאטליעב הי"ו. שלישי: הרה"ג ר' יחזקאל שווארץ שליט"א. רביעי: ר' יעקב ביטמאן הי"ו -דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. חמישי: ר' מאיר לייב ווערטהיימער הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. שישי: רבינו שליט''א. שביעי: ר' אברהם אלי' זאלדאן הי"ו -דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. הוספה: ר' מרדכי הערש בערגער הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. אחרון: ר' שלמה יוסף ראזענפעלד הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. מפטיר: הרה"ח ר' עמרם אונגאר הי"ו (מאנסי). הגבה: הרה"ח ר' יצחק שמואל אפענהיים הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' שמואל לייבוש וויינבערגער הי"ו.
מוסף: משב''ק הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי"ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' משה יעקב בערקאוויטש הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' ישראל שלום אונגאר הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. מען האט געענדיגט ארום 12:35.
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל''ש איז דער רבי איז אריינגעקומען ארום 8:25. מנחה ר' יודל ברנ"ש שווארץ הי"ו.הוצאה והכנסה: ר' פנחס יוחנן ראטטער הי"ו. כהן: הרה"ח ר' שלמה פנחס שעהנברוין הי"ו. לוי: ר' יואל בר"ל אפפעל הי"ו (מאנסי). שלישי: הרה"ח ר' שאול סטרולאוויטש הי"ו (מאנסי). הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרה"ח ר' שלום יוסף גאטליעב הי"ו (וומסב''ג).
זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו, שיר המעלות: הרה"צ ר' בערל גלאנץ שליט"א מבארדיוב.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'בסוכות תשבו שבעת ימים' און געטייטשט אז ווען מען וויל תשובה טוען אויף עבירות דארף מען אדורך גיין תעניתים וסיגופים, אבער און אונזער דור דורך האבן אמונה און הקב''ה איז געניג צו תשובה טוען, און געטייטשט 'תורתו מגן לנו' רבי שמעון בר יוחאי איז מגלה אז די סוכה איז בצילא דמהימנותא און איז משפיע אמונה אין אידישע קינדער אז אידן זאלן בלייבן מאמינים בני מאמינים עד ימינו אלה און מען קען נתקרב ווערן לתשובה שלימה פארן בוכ''ע, הוא מאירת עינינו אז מ'זאל נישט דארפן די אלעס סיגופים ויסורים.
ידיד נפש: הרה"ג ר' דוד הירש שליט"א מו"ץ, קל מסתתר: הרה"ח ר' ישראל ארי פישער הי"ו (ב"פ), דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס.
מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו, נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 10:45. בביתו נאוה קודש זענען אריין בקודש פנימה תלמידי ישיבה קטנה בעלזא לעיקוואד אינאיינעם מיט די רמ''י הישיבה וועלכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט אויף די לימודים און געגעבן א שמועס בדברי הכנה ליו"ט שבועות, און די בחורים זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.
שפעטער איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הרה"צ ר' נחמי' אלתר שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
ארום 12:40 איז רבינו שליט''א אריבער געגאנגן צו די מסיבת הוואכנאכט לבן הנולד אצל הרב חיים מאיר שטיין שליט"א נכד כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ירושלים שליט"א בבית חותנו הרה"צ ר' ישראל שמעון מאיר לייפער שליט"א מטעמעשוואר קר"י, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Sunday16 Iyar 57835/7/2023
Photos · 4
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים מסיבת הוואך נאכט בבית האדמו''ר מטעמעשוואר קר"י שליט''א בן הנולד לחתנו הרב חיים מאיר שטיין בן הרה"ג ר’ אלעזר בן הגה"צ אבד"ק פאלטישאן שליט"א וחתן האדמו"ר מוויזניץ ירושלים שליט''א.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Friday14 Iyar 57835/5/2023
Video
היכל הסעודות בבנין ביהמ''ד עצי תמרים אינעם שוהל-הויף בעיר האבות סיגוט יצ''ו הערליך צוגעגרייט צום דערהויבענעם שב''ק פ' אמור, ווי קרוב צו 300 אנ''ש וויילן דורכאויס זייער נסיעה למקומות הקדושים, אין שפיץ פון הגה''ח ר' יוסף חיים גרינוואלד שליט''א.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
NoticeNoticeReport
פרייטאג ערש''ק אמור 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ארום 9:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול אין וומסב''ג צו תפילת שחרית אינאיינעם מיט די תלמידים פון די 6 ישיבות קטנות און תלמידי כתה ט' מכינה לישיבה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר נכדו חתן הבר מצוה כמר יקותיאל יהודה ני''ו בן הרה''ג ר' יואל הכהן הכהן גלאנץ שליט''א, און דערנאך ארויפגעדרייט די כריכות היד.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לכבוד המאורע, ולכבוד פסח שני, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים לכבוד המאורע. רבינו שליט''א האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו און משמיע געווען דברות קודש לכבוד הנחת תפילין פון נכדו, און צום סוף גערעדט דברי הדרכה פאר די בחורים בשנות הבחרות. נאך די דב''ק האט מען ממשיך געווען צו זינגען חסל סידור פסח לכבוד פסח שני. מען האט געענדיגט ארום 11:25.
בביתו נאוה קודש האט זיך רבינו שליט''א געוואשן צו א געהעריגע סעודה לכבוד פסח שני, מען האט אויפגעגעבן מצות און קניידלעך ומאכלי פסח כנהוג, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס במנהגי פסח שני, ווען ס'איז דער מנהג צו מאכן די סעודה לכבוד היום, צו ביים זמן הקרבת הפסח דאס איז י"ד נאכמיטאג, צו ביים זמן אכילת הפסח ליל ט"ו, וואס ביי רבותיה"ק איז דער מנהג געווען ביום י"ד אחצ"ה. מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען הרה''ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי''ו. עטליכע מינוט פאר חצות היום איז רבינו שליט''א צוריק ארויסגעפארן לביתו נאוה קודש בקר''י.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דאנערשטאג פרשת אמור 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר חיים בנציון ליבערמאן הי"ו. ב"ר חיים יעקב מרדכי זופניק הי"ו. ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט א שיעור סוגיא משיעורי הישיבה, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג ארום 6:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
ארום 7:15 האט זיך רבינו שליט"א ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין וומסב''ג, ביים אנקומען האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח ר' אברהם יצחק פראנצויז הי"ו, ע"פ אשתו ע"ה.
רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ביים זמן ר"ת ארום 9:10 בהיכל התורה בקומת ריספלער בבית מדרשינו הגדול, בעל תפילה: הרה"ח ר' דוד הערש מערץ הי"ו, נאך מעריב האט דער רבי געציילט ספירה פארן עמוד.
ארום 9:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו די שמחת הבר מצוה פונעם ערשטן איר אייניקל, הב' הרב יקותיאל יהודא בן הרה"ג רבי יואל הכהן גלאנץ שליט"א מו''ץ בקהלתינו חתן הגה"צ אבד''ק וומסב"ג שליט"א, חתן הגה"צ אבד"ק ב"פ שליט"א. במקהלות עם בבית מדרשינו הגדול אין וומסב"ג. דער רבי האט זיך געוואשן צו די סעודה און נאך די פיש געוואונטשן לחיים פארן בר מצוה בחור, די זיידעס, און פארן גאנצן ציבור, במשך די סעודה האט מען געזינגען זענען מערערע ניגוני שמחה בשבח והודי', און אויך מניגוני פסח. פאר די פיש האט דער בר מצוה בחור געמאכט א סיום אויף ששה סדרי משנה, און דער זיידע הרה"צ רבי יחזקאל גלאנץ שליט"א מבארדיוב האט געזאגט דעם קדיש דרבנן. עס האבן אויפגעטרעטן דער עלטער זיידע הגה"צ אבד"ק ב"פ שליט"א די זיידעס הגה"צ מבארדיוב שליט"א, און הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א, און דער אבי הבר מצוה הרה"ג ר' יואל שליט"א. נאך די פלייש האט דער בר מצוה בחור געזאגט די פשעטיל, דערנאך האבן די תלמידי כיתה ט' פארגעזינגען חרוזים לכבוד המאורע.
רבינו שליט''א האט משמיע געווען דב"ק, קודם א הערליכן דרוש לכבוד פסח שני, זאגענדיג 'פסח שני איז דאך מארגן ווען סאיז געווען די הקרבת הפסח, אבער ד"ת קען מען שוין זאגן לכבוד פסח שני', און דערנאך געזאגט דברי אגדה לכבוד הבר מצוה, און דערביי ארויסגעברענגט רגשי לבבו 'שהחיינו וקימנו והגיענו לזמן הזה' אז הקב"ה האט געגעבן די זכיה אז מען קען זיך באטייליגן ביי א בר מצוה פון א דור רביעי, און נאכגעזאגט פון זקינו הגה''ק הישמח משה זיע''א אז 'כל שרואין זה בזה בדברי תורה' אז דריי דורות לערנען תורה צוזאמען דעמאלטס איז מען זוכה צו די ברכה פון 'לא ימישו מפיך ומפי זרעך ומפרי זרע זרעך מאתה ועד עולם', און דאס גיבט די כוחות זיך צו שלאגן מיטן יצר הרע, מיט רירענדע הרגישים האט דער רבי דערמאנט די דב"ק וואס אביו רביה"ק זיע''א האט געזאגט ביי זיין (רבינו שליט"א) בר מצוה מיט זעכציג יאר צוריק, אויף 'ראות פניך לא פללתי והנה הראה אותי אלקים גם את זרעך' אז 'הראה אותי' מ'זעט 'זיך' אפשפיגלען אויף די קינדער, מזעהט ווי די קינדער גייען בדרכי אבות, און ארויסגעברענגט א שיר ושבח פאר הקב"ה וואס האט געגעבן די געלעגענהייט צו דערלעבן אזא שמחה, און מסיים געווען מיט דברי הדרכה פארן בר מצוה בחור, אז צו ווערן א גדול בתורה דאס קומט נאר דורך האראווען, און דאן געגעבן ברכת קדשו פאר די חשובע זיידעס, און פארן גאנצן ציבור. מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען דער בר מצוה בחור כנהוג. מען האט געענדיגט ארום 11:30. און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש בוומסב''ג.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
News
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א קומט יעצט אריין צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד הגדול אין וומסב"ג אינאיינעם מיט די תלמידים פון די 6 ישיבות קטנות און תלמידי כתה ט' מכינה לישיבה, פארן דאווענען וועט פארקומען די מעמד הנחת תפילין, און נאכן דאווענען וועט געפראוועט ווערן א מסיבת לחיים לכבוד המאורע, ולכבוד פסח שני.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
שמחת הבר מצוה פונעם ערשטן דור רביעי פון כ''ק רבינו הגה"ק שליט"א, הב' הרב יקותיאל יהודא בן הרה"ג רבי יואל הכהן גלאנץ שליט"א חתן הגה"צ אבד''ק וומסב"ג שליט"א, במקהלות עם בבית מדרשינו הגדול אין וומסב"ג.