בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes

Satmara Niyes

What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Reports

← Show all

Friday30 Nissan 57834/21/2023

Report
פרייטאג פרשת תזו"מ א' דר''ח אייר

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב ישראל אלימלך ווייס הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל, דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל, און ביים ליינען האט עולה געווען רביעי.

נאכן דאווענען ארום 12:30 איז רבינו שליט''א אריבער באולם שע"י ביתו נאוה קודש אויף איהעל קט., און אפגעראכטן א סעודת ר"ח אינאיינעם מיט די צענדליגער בחורים פון חבורת 'ותלמודו בידו' פון די סניפי ישיבות קטנות בקר''י, וועלכע האבן זיך פארהערט אויף הונדערטער בלעטער גמרא בליעה"ר.
דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה, במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני ר"ח ודביקת התורה, עס האט אויפגעטרעטן הר''ר אלכסנדר בר"ש לאנדא שליט"א מנהל החבורה איבער די צילן פון די חבורה, און ארויסגעברענגט די זכיה פון די בחורים צו פראווען א סעודת ר"ח אינאיינעם מיט רבינו שליט"א, מיט ברכו נפשו האט דער רבי מכבד געווען הר''ר אלכסנדר לאנדא שליט"א.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק אינעם מדרש די וואך 'אחור וקדם צרתנו' און ארויסגעברענגט דאס חשיבות פון איבער'חזר'ן אלטע לימודים און אוועקגעבן די פרייע צייט אויף לימוד התורה, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען דעם פטרון החבורה הרבני הנגיד הנכבד ר' יצחק שווארץ הי"ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 2:00.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דאנערשטאג פרשת תזו"מ 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:10 ביז 12:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 8:10 און מעריב ארום 12:15 בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
מיטוואך פרשת תזו"מ 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים.
ב"ר אברהם שלמה כהנא הי"ו.
ב"ר יואל ברמ"ד ווידער הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

פארמיטאג איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.

אין די מיטאג שעה'ן האט רבינו שליט"א טעלעפאניש מבקר חולה געווען גיסו האדמו"ר מבעלזא שליט"א, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט אויפ'ן מצב הבריאות און מאציל געווען מברכתו לרפואה שלימה וגמורה.

נאכמיטאג ארום 7:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט זיך דער רבי משתתף געווען ביי די שמחת הבר מצוה פון בן הרה"ח ר' יואל ברמ"ד ווידער הי"ו אין די זאלן פון עטרת פ"ז, דער רבי האט אויסגעהערט דעם בר מצוה בחור זאגן דעם פשעטיל, און דערנאך געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:45 ביז 12:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויך אוהעל קט.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א אסיפת מנהלים פון די עלטערע כתות פון כתה ו' און ארויף פון אלע סניפים במוסדות קרית יואל, און בעפארברייטונג צום גרויסן כינוס ואטהר ואתקדש נגע פגעי טעכנעלאגיע קומענדיגן זונטאג אח''ק.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' יעקב קלעפנער הי"ו (וומסב''ג) - ר' משה יצחק ראזענפעלד הי''ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:45 בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
דינסטאג פרשת תזו"מ 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' וואלף ברי"ש פייערשטיין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים.
ב"ר יצחק אייזיק לעבאוויטש הי"ו.
ב"ר שלמה זעלקא מויזקאפף הי"ו.

נאכן דאווענען זענען אריין בקו''פ בחדרו הפרטי תלמידי ישיבת עטרת תורה פון פלעטבוש, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט אויף די לימודים און מאציל געווען מברכות קדשו, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים.

דערנאך איז רבינו שליט''א אריבער בביהמ"ד אור החיים ווי עס איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ברש"ד מארקאוויטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה.

פון דארט, ארום 12:30, איז דער רבי אריבער אויף ברכות אילנות אין הויף פון הרה"ח ר' אברהם לייב בראך הי"ו לרפו"ש, דערנאך איז דער רבי אריין אין שטוב געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.

נאכמיטאג ארום 7:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה בקו'''פ איז געווען פון ארום 8:30 ביז 11:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:15, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

נאך די זמני כניסה האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח ר' מאיר אפעלדארפער ע"ה.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

Tuesday27 Nissan 57834/18/2023

Report
מאנטאג תזו"מ כ"ו ניסן יומדהל''ק של רביה''ק בעל ברך משה זיע''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול אינאיינעם מיט די הונדערטער תלמידי הישיבות. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר חנוך אבעלעס הי"ו.

רבינו שליט''א האט געצינדן 5 ליכט און יורד געווען לפני התיבה בהשתפכות הנפש און געזאגט די קדישים לרגל די יומדהל''ק, ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לפני עלי' לציון הק', מען האט געזינגען ניגוני התעוררות, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דברי הכנה לפני עלי' לציון, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'אחור וקדם צרתנו' און געטייטשט במשנת בעל ההילולא, און דערנאך ארומגערעדט איבער שיקן בחורים קיין ארץ ישראל, וואס די פראבלעם הייבט זיך נאך אן ביים אוועק שיקן אין ישיבה קטנה, און דערמאנט דעם גזירות החינוך און געוואונטשן שלא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי, און מסיים געווען בברכות לרוב.

נאכן מסיבת לחיים ארום 12:15 איז רבינו שליט"א ארויף פוקד זיין דעם ציון הק' ברב עם.
ביים אנקומען אין ביה''ח האט דער רבי געמאכט די ברכה מחיה המתים, דער רבי איז אריין אין אוהל הק' און געצינדן 5 ליכט מיט א נשמה לעכט, דער רבי האט געזאגט די תפלה 'שלום עליך' פון מרן הישמח משה זיע''א בהתעוררות רב, און דערנאך פארגעזאגט די פרקי תהילים פון צ' ביז ק''ז כנהוג, און דעם יהי"ר און קדיש, און דערנאך געלערענט משניות און געזאגט קדיש דרבנן. דער רבי האט געליינט די קוויטלעך ביים ציון המציונת בשעת דער ציבור האט געזינגען ניגוני התעוררות וואס מען פלעגט זינגען בבית מדרשו פון רביה''ק בעל ההילולא זיע''א, דערנאך האט זיך דער רבי שליט"א משתטח געווען אויף ציון הק' פאר א לענגערע צייט און געפועלט אלעס גוטס לנו ולכל ישראל. מען האט געענדיגט ארום 1:15.

נאכמיטאג ארום 7:30 האט רבינו שליט"א געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש, פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן 5 ליכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די הילולא קדישא.

ארום 8:20 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען בביהמ"ד הגדול צום ערשה''ט וסעודת הילולא, דער רבי האט זיך געוואשן צו די סעודה, און דערנאך געמאכט דעם סיום אויף ששה סדרי משנה און א סיום הש"ס וועלכע איז געלערנט געווארן דורך אנ''ש צו די יומדהל''ק און געזאגט קדיש.
נאך די פיש האט דער רבי געווינטשן לחיים פארן גאנצן ציבור 'זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל'. במשך דעם גאנצן טיש האט מען געזינגען ניגוני דביקות וגעגועין וואס מען פלעגט זינגען בבית מדרשו פון רביה''ק בעל ההילולא זיע''א. מיט מכתם לדוד האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' ברוך ווייס שליט"א.
דערנאך האט רבינו שליט"א משמיע געווען דברות קודש במשנתו פונעם בעל הילולא, און דערנאך ארומגערעדט זכרונו הטוב און דרכו בקודש אין עבודת ה' בג' עמודי עולם, זיין התמדת און הרבצת התורה לתלמידים, זיינע הייסע ווארימע תפילות און זיסע פייערדיגע דרשות, ער איז געווען דער אביהן ורבן של ישראל בכל ענינים, געפויעלט ישועות פאר אידישע קינדער, און א אב הרחמן ללבות נשברות, א תל תלפיות שהכל פונים אליו אבער ומשה היה עניו מאד מיט א געוואלדיגע ענוה יתירה, זיין מלחמת ה' ובפרט בטומאת הציונות, מרחיב געווען גבולי הקדושה בכמות ובאיכות, עס ליגט א חוב צו געדענקען זײנע מעשים און טוהן אלעס וואס ער האט אונז געלערנט.

דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט באריכות איבער דעם עיר עוז לנו 'קרית יואל' רבתי עם יצ"ו, די שאיפת קדשו ומשאת נפשו פונעם מייסד העיר רביה''ק בעל דברי יואל זיע"א צו גרינדען דעם ישוב קרית יואל מחוץ לעיר מיט א ציהל פון הן עם לבדד ישכון זיין אפגעשיידט פון די גויאישע גאס און אויך פון די אידישע גאס וואס האבן אנדערע מיינונגען און אנדערע מנהגים ובפרט מיט השקפה בעניני ציונית, עס זאלן וואױנען דארט דוקא אנשי שלומו תלמידיו סרים למשמעתו בכל מכל כל, ער האט א נאמען געגעבן די שטאט קרית יואל לשמו ולכרו, שמו חתם עליו און זיין זכות איז מגין אויף דעם ישוב און איז אויך א סגולה מרחיק צו זיין פרעמדע זאלן נישט וועלן קומען וואוינען דא, דער כח הקדושה האט נישט קיין גבול יעדער וואס וואוינט אין די אלע געגענטער ארום קר''י וואוינט אין קרית יואל, עס ליגט א פליכט זיך אויפצופירן ווי א תושב קר''י לויט אלע הוראות פונעם מייסד קר''י רביה''ק זיע''א, און ווער ס'וויל נישט וואוינען אין קר''י זאל נישט קומען וואוינען אין די גלילות אויך נישט, אלעס איז קרית יואל.
דער רבי האט דערקלערט מיט שארפע און קלארע ווערטער אז אלע געגענטער ווי קרית יואל פארשפרייט זיך זענען א חלק פון קר''י און סיי וועלכע געגענט דאהי איז נישט ווי אן אנדערע שטאט און אוודאי דארף מען זיין עומד על המשמר נישט איינצופירן סיי וועלכע מנהג און אייגענע הוראות קעגן דעת ורצון קדשו פונעם מייסד העיר, דער רבי האט קלאר ארויסגעברענגט אז דער פעטער רביה''ק בעל דברי יואל זיע''א האט געגרינדעט דעם אידישן ישוב קר''י אבער האט נישט געגרינדעט די ווילידזש אוו קר''י, קרית יואל איז נישט מוגבל אויף די ווילידזש גרעניצן נאר אלעס ארום איז קרית יואל, והיה מחנינו קדוש, דער זכות פונעם פעטער ז''ל וועט מגין זיין אויף אלע תושבים די אלטע און די נייע, ומכלל הן אתה שומע לאו אן אזהרה חמורה פאר די פורצי גדר, איך וויל זיי ווארענען הזהרו בגחלתו שלא תכבה, דאס איז א געפערליכע זאך דער פעטער ז''ל איז א גרויסע בעל קפדן, ער וועט זיי נישט מוחל זיין.
דער רבי האט געבעטן אנ''ש תושבי הגלילות זאלן אנרופן די שטחים מיטן נאמען קרית יואל, 'אמירה לגבוה כמסירה להדיוט' און דורכדעם וועט שורה זיין א שפע קודש אויף די אלע פלעצער, און איז מעורר זכותו הגדול מיט א שמירה מעולה.

בסוף דבריו האט דער רבי דערמאנט דעם קשר אמיץ וחזק וואס דער טאטע רביה''ק הבעל הילולא זיע''א האט געהאט צו קר''י, און איבער דעם כולל עצי חיים וואס ער האט מייסד געווען לשמו ולזכרו פון אביו מרן העצי חיים זיע''א, און שטייט היינט בנשיאות אחיו הרה''צ אב''ד קהלתינו ב''פ 15 שליט"א וואס איז נושא בעול מיט א נאמנות און א מסירות, און מען דארף זעהן ארויסצוהעלפן מיט וואס מקען. און מסיים געווען בברכת לרוב פארן גאנצן ציבור.

מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען אחיו הגה"צ אב''ד קהלתינו ב''פ 15 שליט''א.

נאך די סעודת הילולא האט רבינו שליט"א געדאווענט מעריב בחדר אברהם יודא, און איז צוגעגאנגען צו ספירה צום עמוד. מען האט געענדיגט ארום 11:00.

זכותו הגדול והקדוש יגן עלינו ועל כל ישראל

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
זונטאג פרשת תזו"מ 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר מאיר משה שפיטצער הי"ו.
ב"ר שלום יצחק שעהר הי"ו.
ב"ר יעקב בערגער הי"ו.
ב"ר שמעון ישראל שטיינמעץ הי"ו.
דער רבי האט געצינדן 5 ליכט לרגל די יומדהל''ק פון זקינו מרן הגה''ק בעל דברי חיים זיע''א.

נאכן דאווענען זענען אריין בקו'''פ בחדרו הפרטי א קבוצה בחורים מתלמידי המתיבתא סניף ויואל משה מקבל זיין ברכת הקודש לקראת די נסיעה די וואך למקומות הקדושים קיין אייראפע, דער רבי האט אויסגעפרעגט די פרטי הנסיעה און מאציל געווען מברכות קדשו.

דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים ברוב עם אין 'חדר אברהם יהודא' בביהמ''ד הגדול לרגל די יומדהל''ק פון זקינו הק' מרן בעל דברי חיים זיע''א, מיט מכתם לדוד האט דער רבי מכבד געווען הרה''ג ר' יוסף לייב קאהן שליט"א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו, און דערציילט סיפורי קודש פונעם בעל הילולא א לענגערע צייט. מען האט געענדיגט ארום 12:20.

נאכמיטאג ארום 8:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש, און פארן דאווענען געצינדן 5 ליכט לרגל די יומדהל''ק.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 9:45 ביז 11:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:45, דער רבי האט געצינדן 5 ליכט און יורד געווען לפני התיבה לרגל די הילולא קדישא פון אביו רביה"ק בעל ברך משה זיע''א.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' אברהם שלמה כ"ץ הי"ו (לאנדאן) - ר' יואל בר"י יאקאב הי"ו.
ר' אביש אקער הי"ו - ר' הערשל בראדער הי"ו.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' יואל בערנאטה הי"ו האט אפגעקויפט א זכות פון א חדר שינה אינעם נייעם בנין הכנסת אורחים בעיר האבות סיגוט יע"א, דער רבי האט גע'חתמ'ט די שטרות אינאיינעם מיט'ן נדבן און מאציל געווען מברכות קדשו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Sunday25 Nissan 57834/16/2023

Report
שב''ק פרשת שמיני מברכים חודש אייר 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

פרייטאג צונאכטס ארום 8:05 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: ר' יחיאל רובין הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען דער אפיעל פאר ישיבה קטנה באר מרדכי עטה"ק בעיר בית שמש, מען האט געענדיגט ארום 9:40, דער עולם איז אריבער זאגן גוט שבת, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 12:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה''ט בהיכל השלחנות, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' ישראל דושינסקיא בן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א, הגבהת הכוס: הגה''צ ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א אב"ד צאנז קר''י.

ביי די זופ האט מען אויפגעגעבן מצות כנהוג פון פסח ביז שבועות.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הגה''צ ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א, מנוחה ושמחה: הרב חיים מייזליש שליט"א בן הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ותצא אש מלפני ה' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון עשה דוחה לא תעשה.

קה אכסוף: הרה"ג ר' חיים נחום גאטליעב שליט"א מו"ץ, ברכהמ''ז: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון זקינו הרה''ק הדברי חיים זיע''א וואס די יארצייט געפאלט זונטאג כ"ה ניסן, און פון אביו רביה''ק בעל ברך משה זיע''א וואס די יארצייט געפאלט מאנטאג כ''ו ניסן.
קה רבון עלם: הרה"ג ר' יוסף שמואל בערקאוויטש שליט''א מו"ץ.

די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות, אז ביום השביעי: הרב חיים אלישע שטערן שליט"א רב דקהל חסידים בעיסוואטער. מען האט געענדיגט ארום 2:20

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:30. פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו, צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' פנחס בראך הי"ו, פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' יוסף ווייס הי"ו.

עליות: כהן: ר' יואל ברמ"י מאשקאוויטש הי"ו. לוי: ר' שמעון ברש"א ווייס הי"ו - רבינו שליט''א האט געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז''ט. שלישי: הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א. רביעי: הרה''ג ר' יואל מייזליש שליט"א בן הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א. חמישי: ר' מאיר דוד ווייס הי"ו - רבינו שליט''א האט געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז''ט. שישי: רבינו שליט''א. שביעי: הרה"ח ר' אלי' ניישטאדט הי"ו. אחרון: הרה"ח ר' חיים טאגער הי"ו. מפטיר: הרה"ח ר' שלמה זלמן ווייס הי"ו. הגבה: הרה"ח ר' אברהם משה לעבאוויטש הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' יואל ברי"א שווארטץ הי"ו.

רבינו שליט''א האט ר''ח געבענטשט, און צוגעגאנגען צו מוסף לרגל די יומדהל''ק פון אביו רביה"ק זיע''א. פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' אברהם חיים קליין הי"ו (אסטראליע). מען האט געענדיגט ארום 12:35.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 8:00. מנחה: ר' נטע מאיר דאווידאוויטש הי"ו (ירושלים). הוצאה והכנסה: ר' יעקב יודא ווייס הי"ו (וומסב''ג). כהן: הרה"ח ר' יחיאל יצחק כהנא הי"ו. לוי: הרה"ח ר' ברוך ליפא לעווי הי"ו. שלישי: הר"ר שמואל שלמה טעלער שליט"א. הגבה: רבינו שליט''א, גלילה: הרה"ח ר' פנחס שפירא הי"ו.

זמירות ביי של"ש האט דער רבי מכבד געווען: אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו. שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'זה הדבר אשר צוה ה' תעשו', און געטייטשט אז דער עיקר איז נזהר צו זיין אינעם ענין פון שקר וואס אין דעם איז תלוי די גאנצע כח פונעם יצר הרע און די עצה פארדעם איז עוסק צו זיין בתורה.

ידיד נפש: הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו, קל מסתתר: הרה"ח ר' ליפא פריעדמאן הי"ו (וומסב''ג), דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס.

מעריב מוצש''ק איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יומדהל''ק, נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 10:15.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Shabbos Kodesh24 Nissan 57834/15/2023

Report
פרייטאג שמיני אסרו חג פסח 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים:
תאומים בני ר' חיים פנחס גאלדשטיין הי"ו.
ב"ר יוסף ישראל גרינפעלד הי"ו.
ב"ר שמעון רובין הי''ו.
ב"ר יואל אויש הי"ו.
ב"ר חיים לאנדא הי"ו.
ב"ר בערל גאלד הי"ו.
ב"ר חיים אברהם ווייס הי"ו.
ב"ר וואלף פריעדמאן הי"ו.
ב"ר יעקב יצחק אבערלאנדער הי"ו.
ב"ר אברהם שמואל קעפעטש הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
ליל אחרון של פסח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פארנאכטס 8:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו מנחה, מנחה: הרה''ח ר' אלישע הורוויץ הי''ו. מערבית: הרה''ג ר' יוסף שלמה פייערשטיין שליט''א. דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירה ציילן. נאכ'ן דאווענען איז מען אריבער זאגן גוט יו''ט, מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:15.

ארום 12:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה''ט בביהמ''ד הגדול צד צפון, הגבהת הכוס לקידוש: הרה''ג ר' יוסף שמואל בערקאוויטש שליט''א מו''ץ, דער רבי האט אויפגעדעקט די מצה און אויך איינגעטינקן די מצה אין די ברויפען נאך די פיש, מען האט אריינגעברענגט מצה פערפל, מצה קיגל, און מצה כרעמזלעך געמאכט אין שטובער פון נכבדי אנ"ש, ביי די מצה כרעמזלעך איז דער גאנצער ציבור אריבער נעמען שיריים א לענגערע צייט.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען הרה''ג ר' שלמה יונגער דומ''ץ טאהש קר''י.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן מדרש 'הים ראה וינוס מה ראה ברייתא דרבי ישמעאל' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון עשה דוחה לא תעשה ועשה.

ברכהמ''ז: הרב חיים מאיר שטיין שליט''א. מען האט געענדיגט 1:50.
יום אחרון של פסח

רבינו שליט''א איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 10:20, פסוקי דזמרה: הר''ר יואל ברמ''ח ווייס שליט''א, צו שחרית והלל איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה: הרב חיים אלישע שטערן שליט"א רב דקהל חסידים בעיסוואטער, און הרה"ח ר' משה אליעזר ניימאן הי"ו. פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' נפתלי הערש קאהן שליט"א מו"ץ.

עליות. כהן: הרה''ח ר' חיים וואלף ברי"א פריעדמאן הי"ו. לוי: הרה"ח ר' יושע ווערצבערגער הי"ו. שלישי: הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א. רביעי: הרה"ח ר' יעקב יוקל הירש הי"ו. חמישי: רבינו שליט"א. הגבה ספר ראשון: הרה"ח ר' זלמן לייב קאפפעל הי"ו, גלילה: הרה"ח ר' שמואל שטיין הי"ו.
מפטיר: הרה"ח ר' שמואל אהרן לאנדא הי"ו. הגבה ספר שני: הרה"ח ר' וואלף פערל הי"ו, גלילה: הרה"ח ר' יואל בר"מ גאלדשטיין הי"ו. נאך מפטיר איז מען איז ארויס צו יזכור.

מוסף: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' דוד יצחק פאלקאוויטש הי"ו.

נאכן דאוענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' שלמה ברז"ד ווערצבערגער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק. מען האט געענדיגט דאווענען ארום 2:20.

ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האט מען אריינגעברענגט כרעמזלעך, דער רבי האט מכבד געווען מיט די זמירות נכדו הרה''ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט''א רב דביהמ''ד רב טוב, און דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס.

נאכמיטאג ארום 7:50 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו מנחה ונעילת החג, מנחה: הרה''ח ר' יואל בר''ע הירש הי''ו.

נאך מנחה האט זיך רבינו שליט''א געזעצט צום טיש און מען האט געזינגען מערערע ניגוני יו''ט, הרה"ח ר' יוסף ווייס הי"ו מנכבדי החברה קדישא האט אנגעגאסן לחיים, און דער רבי האט געוואונטשן פאר די חברה קדישא, כנהוג.

מען האט אויפגעגעבן פירות, דערנאך האט מען געזינגען 'אני מאמין' בהתעוררות ובבכיות, און ממשיך געווען בדביקות ותבנהו מהרה און אחכה לו.

נאכן זמן האט רבינו שליט''א געזאגט ברוך המבדיל און משמיע געווען דב''ק אויף א מייק, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'אז ישיר משה' און געטייטשט אז ביי מצוות מילה אפילו מען נעמט אראפ די ערלה מאכט עס א דביקות, די זעלבע זאך ביי פריסות מצה אפילו מען צעברעכט איינס פאר צוויי ווערט פון צוויי איינס, קוב''ה אורייתא וישראל חד ממילא העלפֿט תשובה, במשך דעם יו''ט האמיר זוכה געווען צו זאגן 13 מאל הלל און מיט דעם מעורר געווען די י''ג מדות של רחמים און השפעות טובות פאר אידישע קינדער בכל ענינים.

רבינו שליט"א האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן 'חסל סידור פסח' ברגש והתלהבות א לענגערע צייט ואתו עמו כל הקהל הקודש, און ביים ענדיגן האט דער רבי פארגעזאגט דריי מאל 'לשנה הבאה בירושלים' כנהוג.

מעריב מוצאי יו''ט: ר' הערש לייב פאגעל הי''ו, נאך הבדלה האט דער רבי געוואונטשן בכלליות פארן גאנצן ציבור א גוטע וואך און א געזונטען זומער. מען האט געענדיגט 10:00, און מען האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א מיטן ניגון אשרי העם.

תיכף ביים אהנקומען אהיים לביתו נאוה קודש האט רבינו שליט''א צוריק געקויפט די חמץ פונעם גוי.

חסל סידור פסח כהלכתו ככל משפטו וחוקתו כאשר זכינו לסדר אותו כן נזכה לעשותו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
יום שביעי של פסח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 10:45, און צוגעגאנגען צו פסוקי דזמרה שחרית והלל. מען האט געזאגט הלל הגדול און די שירה פסוק בפסוק, כנהוג.
אויך האט דער רבי פארגעזאגט וכרות.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יושע ווערצבערגער הי"ו, און הרה"ח ר' אברהם שלום לאנדא הי"ו, פסוקי שמע ישראל: הגה''צ ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א רב דביהמ"ד דברי חיים.

רבינו שליט''א איז געווען בעל קורא, און געליינט די שירה בהתעוררות ובהתלהבות אש.
עליות. כהן: הרה"ח ר' נפתלי הירצקא קאהן הי"ו. לוי: ר' יוסף גרובער הי"ו (וומסב''ג). שלישי: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו, רביעי: הרה"ח ר' ישעי' בנימין שפילמאן הי"ו. חמישי: רבינו שליט"א.

נאכן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת אצל:
ר' אפרים פישל טעללער הי"ו.
ר' חיים מענדל אקער הי"ו.
ר' בנציון אונגאר הי"ו.

הגבה ספר ראשון: הרה"ח ר' חיים בנציון ראזענבערג הי"ו (וומסב''ג). גלילה: הרה"ח ר' יואל ברב"י ווייס הי"ו. מפטיר: ר' בעריש פעלדמאן הי"ו. הגבה ספר שני: הרה"ח ר' חיים אברהם ראזענפעלד הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' יוסף מרדכי רובין הי"ו.

מוסף חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד קול אליהו שליט"א, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ג ר' הערשל טעלער שליט''א (וומסב''ג).

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' ירחמיאל גרובער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. מען האט געענדיגט ארום 2:45.

ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האט רבינו שליט''א מכבד געווען מיט די זמירות וברכהמ''ז חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א.

נאכמיטאג פאר מנחה האט רבינו שליט''א משמיע געווען בביתו נאוה קודש דברי מוסר והדרכה פאר די חתנים מארה''ק וועלכע האבן געוויילט אויף יו"ט בצל הקודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
ימים האחרונים של חג הפסח 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

ערב יו''ט נאכמיטאג בביתו נאוה קודש האט רבינו שליט''א אנגעצינדן די יזכור ליכט לע''נ הוריו רביה''ק זיע''א והרבנית הצד' ע"ה.

פארנאכטס ארום 8:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול און צוגעגאנגען צו מנחה און אנגעהויבן הודו כנהוג, מערבית: הרה''ג ר' דוד בר''מ עקשטיין שליט''א, ביי ואמונה כל זאת האט מען געזינגען כנהוג, דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירה ציילן נאכ'ן דאווענען איז מען אריבערגעגאנגן זאגן גוט יו''ט, מען האט געענדיגט דאווענען 9:15.

ארום 12:20 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה''ט בביהמ''ד הגדול, הגבהת הכוס לקידוש: הרה''צ ר' בערל גלאנץ שליט''א מבארדיוב קר''י.

במשך דעם טיש האט מען מאריך געווען בשירה ובזמרה לכבוד יום טוב, מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען הרה''ג ר' יוסף הערש סופר שליט''א מו''ץ.
נאך די זמירות האט רבינו שליט''א געהייסן מען זאל ממשיך זיין זינגען לכבוד היום.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'אז ישיר משה ובני ישראל', און געטייטשט אז ווען די אידן זענען אריין אין ים דעמאלטס זענען זיי געווארן קודש, כי עם קדוש אתה לה' אלוקיך, און עס איז נפקע געווארן די שיעבוד פון די מצריים, יעצט שביעי של פסח חזר'ט זיך עס איבער, עס ווערן נפקע אלע שיעבודים פון אידישע קינדער סיי בגשמיות און סיי ברוחניות, חירות פון די יצר הרע, עס קומט אראפ א שפע קודש פון הימל מיט אלעם גוטן.

נאך די תורה ארום 1:30 האט מען געזינגען בבקעך ים סוף, און רבינו שליט''א האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן די שירה בדביקות ובהתלהבות אש, ואתו עמו דער ריזן ציבור האלפים א לענגערע צייט.

ברכהמ''ז: חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א. מען האט געענדיגט 1:50.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Show earlier days