שמחת הברית מילה וסעודת הברית פון נכד כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א בן לנכדו הרב מרדכי יודא האלבערשטאם שליט''א חתן הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א, היינט ר"ח אדר בביהמ''ד הגדול בקר''י.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 2
שמחת הוואך נאכט פון נכד כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א בן לנכדו הרב מרדכי יודא האלבערשטאם שליט''א, בן הגה''צ רב דקהלתינו ב"פ 18'טע עוו שליט''א, חתן הגה''צ אבד''ק סיגוט שליט''א.
שמחת פדיון הבן פון נכד כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א בן לנכדו הרב שלום יחזקאל שרגא רובין שליט''א, בן הרה"ג ר' חיים דוד רובין שליט''א רב דביהמ"ד אוהל תורה וומסב"ג, וחתן הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Monday23 Teves 57831/16/2023
Report
שב"ק פרשת שמות 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, בעיר הנופש פאלם ספרינגס קאליפארניע.
פרייטאג צונאכטס ארום 5:35 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד בית חב''ד, מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרה"ח ר' שמואל וואסערמאן הי"ו ( וומסב''ג).
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 7:05. דער ציבור איז אריבער געגאנגען גוט שבת זאגן, און דער רבי האט אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש.
ביים ערשה''ט בביתו נאוה קודש האט מען געעפענט פאר'ן ציבור ארום 9:30. מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הר"ר אברהם דוד וואגשאהל שליט"א (מאנסי), מנוחה ושמחה: הר"ר משה ברוך זילבער שליט"א (ב"פ).
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויקם מלך חדש על מצרים' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון מין במינו לא בטיל.
קה אכסוף: הרה"ח ר' יצחק שמואל אפענהיים הי"ו (קר"י), ברכהמ''ז: הר"ר משה אונגאר שליט"א (שיכון סקווירא).
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק בעל דברי שמחה מציעשנוב זיע''א, וואס די יארצייט איז געווען פרייטאג כ' טבת.
קה רבון עלם: הר''ר ישראל משה לאנדא הי''ו (קר"י), נאך די פירות האט מען אויפגעגעבן בונדלעך און מען האט געזינגען ניגוני שמחה לרגל די שמחת השלום זכר ביי נכד רבינו הרב שלום יחזקאל שרגא רובין שליט"א חתן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א. אז ביום השביעי: הרה"ח ר' יצחק זאב פילאפף הי"ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 11:10.
וביום השבת קודש
שב''ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:30. פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' יצחק דוד לאנדא הי"ו ( וומסב''ג), צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען, און צוגעשיקט צו חזרת הש"ץ חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
פארן ליינען האט הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו, געמאכט אן אפיעל פארן ארטיגן ביהמ''ד.
הוצאה והכנסה: הרב אברהם הערש אייזענבערגער שליט"א (שיכון סקווירא), פסוקי שמע ישראל: חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א. בעל קורא: משב''ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו. עליות. כהן: הבה''ח שלמה זלמן ב"ר יצחק זאב פילאפף הי"ו (וומסב''ג), לוי: ר' חיים יואל רובינפעלד הי"ו (קר''י), שלישי: הגה"צ אב"ד היבנוב ב''פ שליט"א, רביעי: הרה"ח ר' יצחק יודא מאשקאוויטש הי"ו (וומסב''ג), חמישי: הגה''צ ר' יוסף ישראל אייזענבערגער שליט"א דומ"ץ שיכון סקווירא, שישי: רבינו שליט''א.
דעם רבינ'ס עליה איז געקויפט געווארן דורך הרבני הנגיד ר' שרגא פייש הערצאג הי"ו, דער רבי האט זיך באדאנקט און געהייסן מאכן א מי שברך. אזוי אויך האט רבינו שליט''א געהייסן מאכן א מי שברך ליולדות פאר די 2 אייניקליך. הולדת הבן ביי הרב שלום יחזקאל רובין שליט"א חתן הגה''צ אב''ד עצי חיים סיגוט שליט''א. הולדת הבת ביי הרב משולם זושא ראזענבוים שליט"א חתן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א, די שמחת הקידושא רבא איז פארגעקומען אין ביהמ''ד אבני צדק אין קר"י, ויקרא שמה בישראל בלומא טויבא נאך די באבע די טשערנאבילער רביצין ע''ה.
שביעי: הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו ראה''ק קר''י, הוספות: הר"ר משה ברוך זילבער שליט"א, הרה"ח ר' ישראל משה לאנדא הי"ו, אחרון: הרה"ח ר' יצחק זאב פילאפף הי"ו (וומסב''ג), מפטיר: הרה"ח ר' יצחק דוד לאנדא הי"ו, הגבה: הרה"ח ר' יצחק שמואל אפענהיים הי"ו, גלילה: הרה"ח ר' שמחה יוסף וויזענפעלד הי"ו (וומסב''ג).
מוסף: הגה''צ ר' יוסף ישראל אייזענבערגער שליט"א דומ''ץ שיכון סקווירא, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' אברהם אשר אנטשיל פעדער הי"ו (שיכון סקווירא). מען האט געענדיגט ארום 12:25. רעוא דרעווין
צו מנחה ושל''ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 5:40. מנחה: הרה"ח ר' שלמה הערש בר"מ עקשטיין הי"ו (קר"י), הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מענדל בער בר"א ווידער הי"ו (קר"י), כהן: ר' יקותיאל פנחס פילאפף הי"ו (וומסב''ג), לוי: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו, שלישי: הרה''ח ר' משה אונגאר הי''ו, הגבה: רבינו שליט''א, גלילה: הר"ר אברהם דוד וואגשאהל שליט"א.
זמירות ביי של''ס האט רבינו שליט''א מכבד געווען. אודה: משב''ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' שמחה יוסף וויזענפעלד הי"ו.
ביי די תורה האט זיך רבינו שליט''א געשטעלט אויפן פסוק 'ואלה שמות בני ישראל' און געטייטשט אז פרעה האט פראבירט מכשיל צו זיין אידן מיט ראיות אסורות ווייל ער האט פארשטאנען אז פון איין מחשבה אסורה ווערט באשאפן כוחות רעות וואס איז מונע תשובה, אבער המענג את השבת נותנים לו נחלה בלי מצרים, די דריטע סעודה פון שבת איז קעגן יעקב, דורכן מענג זיין דעם שבת בפרט סעודה שלישית נחלת יעקב כמנהג חסידים ואנשי מעשה, קומט יעקב אבינו וואס ווערט אנגערופן ישראל ווייל ער האט זיך געשלאגן מיט א מלאך און ער קומט צו הילף אין אזא מצב וואס א מענטש קען שוין נישט מיט זיין אייגענע כוחות, פארדעם האט פרעה געוואלט מבטל זיין שבת, יעצט בימי השובבי''ם וואס איז מיוחד צו מתקן זיין אלע פגמים דארף מען זעהן מאריך זיין בסעודות שלישית, אידן זאלן זיצן בצותא חדא בכסופין והתעוררות קדושה, מוסיף זיין מחול אל הקודש, אזוי קען מען צוקומען צו די ריכטיגע התבננות און צו שלימות'דיגע תשובה.
ידיד נפש: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו, קל מסתתר: הרה"ח ר' יצחק דוד לאנדא הי"ו. רבינו שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס כנהוג.
מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' יצחק דוד לאנדא הי"ו. נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 8:00.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Sunday8 Teves 57831/1/2023
Report
שב"ק פרשת ויגש 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
פרייטאג צונאכטס ארום 5:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' יודל פריעדמאן הי''ו.
אשת חיל: נכד רבינו הב' מאיר אליעזר טייטלבוים בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א, הגבהת הכוס לקידוש: הרה''ג ר' יקותיאל יצחק בראך שליט''א מנאנאש, בני ברק.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה''ג ר' יואל בר''ב בערגער שליט''א, מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' יוסף שמואל בערקאוויטש שליט''א מו''ץ בקהלתינו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ובני דן חושים' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא צו ארץ ישראל מוחזקת לנו מאבותינו.
קה אכסוף: הרה''ג ר' יקותיאל יצחק בראך שליט''א מנאנאש, ב"ב. ברכהמ"ז: האדמו''ר מסערעדנא בני ברק שליט''א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הגה''ק הדברי יחזקאל משינאווא זיע''א, וואס די יארצייט איז געווען פרייטאג ו' טבת. קה רבון עלם: הרה''ח ר' ישראל שטערן הי''ו (ב''פ).
די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות, אז ביום השביעי: הרה''ח ר' ישראל בלייער הי''ו (מאנטרעאל). מען האט געענדיגט ארום 11:20.
וביום השבת קודש
שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 9:20. פסוקי דזמרה: הרה''ג ר' יקותיאל יצחק בראך שליט''א מנאנאש, צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען.
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מרדכי הערש פארקאש הי"ו, פסוקי שמע ישראל: ר' אהרן זילבערשטיין הי"ו (וומסב''ג).
נאכ'ן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי די פאלגענדע בעלי שמחה. הרה''ח ר' אברהם משה טויב הי"ו. הרה''ג ר' יקותיאל מנשה ווערצבערגער שליט''א. ר' שלום יואל פריעד הי"ו.
שביעי: החתן ב"ר אברהם יושע גלויבער הי''ו, הוספה: החתן ב"ר חיים הערש קאהן הי"ו, אחרון: האדמו"ר מסערעדנא ב"ב שליט"א, מפטיר: הרה"ח ר' ישראל שטערן הי"ו, הגבה: הר"ר יחיאל יצחק שפיטצער שליט"א, גלילה: הרה"ח ר' חיים רובין הי"ו (ב''פ).
מוסף: הרה"ג ר' אברהם שלום פריעדמאן שליט"א מראשי מבצר הכוללים, פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' דוד חיים מאשקאוויטש הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 12:20.
ביים קידוש בביתו נאוה קודש האט מען געזינגען ניגוני שמחה לרגל די שמחת הקידושא רבה פון נכדת רבינו בת הנולדה אצל הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א, די שמחת הקידושא רבא איז פארגעקומען אין ביהמ"ד עצי חיים סיגוט אין וומסב''ג בהשתתפות קהל רב מחברי קהלתינו וומסב"ג, ויקרא שמה בישראל הינדא ע"ש הרבנית מקיוויאשד ע"ה.
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל''ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 5:15. מנחה: הר''ר חיים אלישע גראסמאן הי"ו, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' משה אלי' רובין הי"ו, כהן: הרה"ח ר' יואל ברי"מ פאללאק הי"ו, לוי: הרה"ח ר' משה ווערצבערגער הי"ו (מאנטרעאל), שלישי: הרה"ח ר' אהרן שאול סאנדעל הי"ו, הגבה: רבינו שליט''א, גלילה: הרה"ח ר' ישראל בלייער הי"ו.
זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה''ח ר' נח גפן הי''ו, שיר המעלות: הרה''ח ר' משה גאלדשטיין הי''ו.
ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויפן פסוק 'וישלחינו אלקים לפניכם לשום לכם שארית בארץ' און געטייטשט אז די מידות מגונות פון קנאה תאוה וכבוד מוציאין את האדם מן העולם עס מאכט פארלירן די תואר אדם, און דאס איז געווען די עבודה פון יוסף הצדיק ושני בניו מנשה ואפרים עוקר צו זיין דעי מדות רעות און עס אויסלערנען פאר כלל ישראל, און אזוי האט מען זוכה געווען צו קבלת התורה.
ידיד נפש: הרה''ג יודא בער טעללער שליט"א (וומסב''ג), קל מסתתר: הרה"ח ר' אברהם חיים גאלדמאן הי"ו (לאנדאן). רבינו שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.
דערנאך איז רבינו שליט''א אראפגעגאנגען אין היכל ראזענבערג ווי עלטערן מיט די קינדער לערנען אינאיינעם במסגרת 'ושננתם לבניך', דער רבי האט ארום שפאצירט צווישן די טישן און זיך אימגעקוקט מיט א שטארקע קורת רוח א לענגערע צייט. מען האט געענדיגט ארום 7:45.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Wednesday27 Kislev 578312/21/2022
News
קול רנה וישועה באהלי צדיקים
ברכת מזל טוב להוד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א לרגל ארוסי נכדתו הכלה ב"ק תחי' בת חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א. בן כ''ק אדמו''ר מדושינסקיא שליט''א.
עב"ג החתן הרב ישעי' שליט"א בן הרה''ג רבי אריה מנחם מענדל רובין שליט''א בן הגה"צ רבי יחזקאל שרגא רובין שליט"א אבד"ק טאמאשוב שליט"א (ב"פ) וחתן הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א.
שישו ושמחו בשמחת רבינו
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Tuesday12 Kislev 578312/6/2022
Report
מאנטאג פרשת וישלח 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א - שמחת החתונה פון נכדת רבינו הכלה בת הגה''צ רב דביהמ''ד בית ברוך שליט''א חתן הגה''צ אבד''ק בערטש שליט''א, מיט החתן נכד רביה''ק זיע''א בן הרה''ג ר' יואל טייטלבוים שליט''א בן הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט''א וחתן כ''ק אדמו''ר מגארליץ שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן: לבן הנולד אצל ר' חיים קטינא הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. לבן הנולד אצל ר' זלמן לייב סימאן הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה קטנה סניף דברי חיים. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים. בן הרה''ג ר' שלמה אלימלך שטיין שליט''א - מנהל הישיבה. ב''ר אהרן פערל הי''ו. ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים בהיכל הביהמ''ד, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די מרביצי תורה און אלע בחורים, און משמיע געווען דב''ק והדרכה פאר די בחורים.
ארום 1:15 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין ביהמ''ד הוניאד צום מעמד יציקת הבורות, דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די בורות הטבילה, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט אויפגעטרעטן הגה''צ ר' חיים יוסף ווערצבערגער שליט''א רב הביהמ''ד, דער רבי האט געטרינקן לחיים און משמיע געווען דב''ק וברכה.
קול רנה וישועה באהלי צדיקים
ארום 5:00 איז רבינו שליט"א אריין געקומען אין ביהמ"ד הגדול אין חדר 'שמואל חיים' צו תפילת מנחה, נאך מנחה איז דער גאנצער ציבור זקנים עם נערים אריבער אין א שורה להתברך ביום החופה.
תיכף דערנאך אום 5:40 איז פארגעקומען דער מעמד קבלת פנים בהיכל ביהמ''ד הגדול, מען האט געזונגען ניגוני התעוררות, מיט חרוזים ודברי כיבושין האט אויפגעטרעטן ר' שמעון ברמ''ד עסטרייכער הי''ו. און מען האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני התעוררות, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פארן חתן, מחותנים און זיידעס, און משמיע געווען דברות קודש בקול בכח לעורר זכות אבות ביום החופה כנהוג. נאך די דב''ק האט דער רבי מסדר געווען די כתובה, עדי כתובה: הרה''ח ר' יצחק פנחס גלאנצער הי''ו און הרה''ח ר' משה גאלדשטיין הי''ו. דערנאך איז רבינו שליט"א אריבער אין די זאלן פון קרן ויואל משה צום באדעקן.
דער מעמד החופה איז פארגעקומען פארענט פונעם ביהמ"ד הגדול, מיט סידור קידושין האט רבינו שליט''א מכבד געוועהן אחיו דער זיידע פונעם חתן הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט''א. קריאת הכתובה: פעטער פונעם חתן הגה''צ ר' יצחק זעלטנרייך שליט''א אדמו''ר מקערעסטיר מאנסי, ברכות ראשונות: זיידע פון די כלה הגה"צ אבד''ק בערטש שליט"א, ברכה אחריתא: זיידע פון די חתן כ"ק אדמו"ר מגארליץ שליט''א. עדי קידושין: הרה''ג ר' נפתלי הערש קאהן שליט"א מו''ץ בקהלתינו און הרה"ג ר' יצחק אייזיק פוקס שליט"א מו''ץ בקהלתינו. עדי יחוד: הרה''ח ר' ישראל אלימלך ווייסמאן הי''ו און הרה''ח ר' בצלאל חיים באש הי"ו. ביי די חופה האט זיך אויך משתתף געווען דער עלטער פעטער כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.
נאך די חופה האט דער רבי געוואונטשן ברכות קדשו לכל הקהל הקודש און זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיט די זיידע'ס און מחותנים.
נאך די חופה אום 7:30 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב אין חדר 'שמואל חיים' בביהמ"ד הגדול.
ובכן צדיקים יראו וישמחו
ארום 8:00 איז רבינו שליט''א ערשינען צו די סעודת החתונה, דער רבי האט זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגן ריקוד אויפן פלאץ און דערנאך זיך געוואשן צו די סעודת החתונה, נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשן לחיים פארן גאנצן ציבור.
ארום 9:00 איז דער חתן אריינגעקומען, דער רבי האט געטאנצן מיטן חתן און מכבד געווען די זיידעס און מחותנים צו טאנצן, און דערנאך ארויס אין א פייערדיגע ריקוד מיט אחיו הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט''א. און דערנאך איז דער ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט''א. בערך אים 9:30 האט דער רבי פארלאזט דעם ביהמ"ד און איז אהיים לביתו נאוה קודש אויף א קורצע הפסקה, עס איז אריין בקו'''פ הגה''צ ר' אהרן מענדל טווערסקי שליט''א בן כ''ק אדמו''ר מסקווירא שליט''א עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.
ארום 11:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו ברכהמ''ז און מצוה טאנץ. ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א, ברכות ראשונות: הגה''צ הגה''צ ר' ברוך האלבערשטאם שליט''א אב''ד נאסאד וומסב''ג, ברכה אחריתא: הרה"צ ר' אלישע יונגרייז שליט''א בן האדמו''ר מגארליץ. נאכן בענטשן האט דער בדחנא דמלכא הרב מרדכי דוד עסטרייכער הי''ו מייסטערהאפטיג אויסגערופן רבינו שליט''א צום מצוה טאנץ און מען האט ממשיך געווען בניגוני התעוררות, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פארן חתן, מחותנים און די זיידעס און פארן גאנצן ציבור און דערנאך אפגעראכטן די געהויבענע ריקודין של מצוה לפני הכלה ברשפי אש קודש פאר א לענגערע צייט, און דערנאך געטאנצן מיטן חתן, מיט הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט''א ובני משפחתו, און מיט די גאנצע משפחת המלוכה נכדי רביה''ק בעל ברך משה זיע"א.
דערנאך האט מען אויסגערופען צו מצוה טאנץ די זיידעס הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט''א, כ''ק אדמו''ר מגארליץ שליט''א, הגה''צ אבד''ק בערטש שליט''א, דער אבי החתן שליט''א און דער אבי הכלה שליט''א, דערנאך האט דער בדחן געזאגט דברי בדחנות און אויסגערופן דעם חתן, מען האט געטאנצן אשת חיל. אויפ'ן וועג ארויס האט דער רבי געוואונטשן מזל טוב פאר די כלה. מען האט געענדיגט ארום 2:30.
ויהי''ר שמשמחה זו ישפע שפע רב לנו ולכל ישראל
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
News
שמחת נישואי נכדת כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, הכלה בת הגה''צ רב דביהמ''ד בית ברוך שליט''א, יום ב' וישלח בביהמ"ד הגדול קרית יואל יצ"ו - מצוה טאנץ.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Monday11 Kislev 578312/5/2022
News
שמחת נישואי נכדת כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, הכלה בת הגה''צ רב דביהמ''ד בית ברוך שליט''א, יום ב' וישלח בביהמ"ד הגדול קרית יואל יצ"ו - סעודת החתונה.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
שמחת נישואי נכדת כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, הכלה בת הגה''צ רב דביהמ''ד בית ברוך שליט''א, יום ב' וישלח בביהמ"ד הגדול קרית יואל יצ"ו - מעמד החופה.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
News
שמחת נישואי נכדת כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, הכלה בת הגה''צ רב דביהמ''ד בית ברוך שליט''א, יום ב' וישלח בביהמ"ד הגדול קרית יואל יצ"ו - מעמד קבלת פנים.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
שמחת נישואי נכדת כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, הכלה בת הגה''צ רב דביהמ''ד בית ברוך שליט''א, יום ב' וישלח בביהמ"ד הגדול קרית יואל יצ"ו - ברכות הקודש.