בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

באריכטן

← ווייזט אלעס

זונטאגה' טבת תשפ"א12/20/2020

באריכט
ברוך שהחיינו וקימנו והגיענו לזמן הזה!!

היינט זינטאג האט מען באנייט די 16'טע בנין! בקרב מוסדותינו הק' בקרית יואל "בנין החדש והמפואר -בנין גאלדשטיין" ווי עס האבן זיך אריינגעצויגן בשטומ"צ די תלמידים פון די 8'טע סניף אין ישיבה קטנה "סניף דברי חיים".

און די נאנטע טעג וועלן זיך אריינציען בס"ד די הונדערטער תשב"ר.
ורוח הקודש אומרת כן ירבה וכן יפרוץ!!

קומענדיגן מיטוואך וועט פארקומען די מעמד חנוכת הבית וקביעות מזוזה אין שפיץ פון די נשיא המוסדות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א. מער פרטים וועט נאכפאלגן
גדול יהיה כבוד הבית הזה!!
באריכט
באקאנטע מפעל "חיינו" דקהלתינו הק' קרית יואל גייט א שטאפל פאראויס:
נייער טעלעפאן סיסטעם ערלויבט אידן פון איבעראל צו קענען מיטהאלטן די יסודות'דיגע נעימות'דיגע "חיינו שיעורים" סעריע'ס
רעגיסטרירטע טעל. נומערן וועלן קענען 'כסדר' איבערהערן די רייכע יסודות
רעגיסטראציע היינט זונטאג צו 2 רייכע סעריע'ס פון 5 וואכן
פרשת ויגש, ויחי, שמות, וארא, בא
פאר תושבי קרית יואל איז שוין גוט באקאנט דער געוואלדיגער דערגרייכונג וואס ווערט צוגעשטעלט אין די לעצטע צוויי יאר, וואו הונדערטער אידן זעטיגן זיך מיט גאר רייכע, זיסע און הערליכע יסודות'דיגע שיעורים, וועלכע בלאזן אריין א חיות און א קלארקייט אין הונדערטער אידן.

ס'ווייסט יעדער אז דער פסוק "לא רעב ללחם ולא צמא למים כי אם לשמוע את דבר ה'" איז היינט א פאקט, אידן לעכצן גאר שטארק צו הערן עפעס א טיפערע פארשטענדעניש אין אונזער מהלך החיים, און ווערטער וואס זעטיגן די נשמה, געבן אריין א חיות אין א אידיש לעבן, צו האבן א טיפערע פארשטאנד אין די זיסקייט און חדות הנפש וואס ליגט אין אונז.

אט דער דורשט, איז די סיבה פארוואס דער מפעל "חיינו" איז געווארן אויפגענומען מיט אזא ענטוזיאזם און צופרידנהייט, און דאס איז די סיבה פארוואס אזויפיל הונדערטער אידן לעכצן מיטצוהאלטן די רייכע לעכטיגע שיעורים סעריע'ס, וועלכע בלאזן אריין א חיות אין יעדן הינזיכט, צוטיילט אין מערערע נושאים, אלעס פאר א מינימאלע אפצאל (וועלכע צאלט אויס א 'טייל' פון די קאסטן דאס אהערצושטעלן).

אצינד, נאכ'ן פארלאנג פון פילע איינגעשריבענע צו קענען תיכף "איבערהערן" די גאר רייכע שיעורים, כדי דאס צו קענען קונה זיין און איינזאפן מיט'ן איבערהערן יעדער לויט זיין געשמאק, און אזוי אויך צו נוצן אין פאל מ'פארפאסט א שיעור מאיזה סיבה, האט 'חיינו' אינוועסטירט אין אויפסעטן א טעלפאן סיסטעם, וואו יעדער שיעור גייט ארויף בס"ד באופן מסודר, און יעדער וואס איז רעגיסטרירט, באקומט אטאמאטיש צוטריט (בלויז פאר זיין רעגיסטרירטע טעלפאן) צו די סעריע וואס ער האט איינגעצאלט.

דאס ערמעגליכט אצינד פאר 'חיינו' ארויסצוקומען מיט א פרישע "איין טאג רעגיסטראציע", דאסמאל נישט בלויז פאר תושבי קרית יואל וועלכע קענען האבן די געלעגנהייט מיטצוהאלטן די געוואלדיגע שיעורים לעבעדיג און דאן כסדר איבערהערן, נאר אויך פאר אידן פון איבער די וועלט וועלכע ווילן דאס קענען מיטהאלטן דורכ'ן טעלפאן, און דערמיט נהנה זיין פון די געוואלדיגע זעטיגקייט און חדוות הנפש.

שטייענדיג נאך די ערשטע 5 שיעורים פונעם "ווינטער סעריע" וועלכע איז געווארן איינגעטיילט אין 2 טיילן, איז אצינד א גאלדענע געלעגנהייט זיך צו רעגיסטרירן צום צווייטן טייל, וועלכע איז א פרישער חלק מיט נייע נושאים און פרישע גדולי בעלי דרשנים.

זעט אין די פאלגנדע מודעות די גענויע דעטאלן פון די יעצטיגע 5 "מאנטאג שיעורים" און 5 "דאנערשטאג שיעורים", וועלכע הייבן זיך אן מארגן מאנטאג!

זיך צו רעגיסטרירן קען מען רופן "קול חיינו" אויף 845.823.0461,
יעדער וואס רעגיסטרירט זיך, וועט ערהאלטן א טעלעפאן קאל פון די חיינו אפיס, צו מסדר זיין אלע דעטאלן.

בלייבט נישט ארויס, טעמו וראו כי טוב!

מיטוואךא' טבת תשפ"א12/16/2020

באריכט
כוואליעס פון האפענונג נעמט ארום כלל ישראל


היסטארישע פארשריט אינעם אנגייענדער קאמף קעגן דעם שווערן “גזירת החינוך”:
רבבות ניו יארק'ע עלטערן ווערן פאראייניגט אונטער נייע "אַר-פּעֶק" ארגאניזאציע
וועט אונז פערזענליך פארטרעטן ביי די רעגירונג
און אויפ'ן לעגאלער פראנט
קומט אין קריטישע צייט ווען סטעיט-עדיוקעישן באאמטע קומען ארויס
צו אונז עלטערן - ’סטעיק האלדערס’ - צו הערן אונזער ווארט
גרעסטע לעגאלע עקספערטן רעקרוטירט צו פארטרעטן די
רעליגיעזע חינוך-רעכטן פון ניו יארק’ע עלטערן



מיט גרויס פרייד נעמט דאס יהדות החרדית אין ניו יארק אויף די גינסטיגע נייעס איבערן עפענונג פונעם קריטיש וויכטיגן 'אר-פעק' ארגאניזאציע וועלכע וועט שטיין שטאנדהאפטיג לטובת די חינוך פון די הונדערטער טויזענטער קינדער וועלכע לערנען אין די מוסדות התורה איבער ניו יארק, און אונז פארטרעטן אויף אלע פראנטן - פאליטישע און לעגאלע צוגלייך - און בעז"ה פארזיכערן די עתיד פון אונזער הייליגער חינוך.
דער מאכטפולער 'אר-פעק' ארגאניזאציע איז אויפגעשטעלט געווארן דורך א פאראייניגטע קאמיטע פון בעלי בתים חשובים און "רבנים ופני העדה" וועלכע האבן אליינס קינדער און אייניקלעך אויף וועמען די ציהלן פון די וועלכע זוכן צו שטערן און אנזייען חורבן אין אונזער הייליגע חינוך זענען אצינד געריכטעט, און שטייענדיג אויף די זייט פון די באזארגטע עלטערן און זעענדיג פאר די אויגן א מצב ווי מען דארף זאפארט זיך אריינווארפן און אנהייבן טון ערנסטע שריט הלכה למעשה, איז געגרינדעט געווארן דער ארגאניזאציע מיטן ציהל צו פארטרעטן די פאראייניגטע שטומעס פון די אריבער הונדערט טויזענט עלטערן פון קינדער אין מוסדות איבער גרעיטער ניו יארק, און אראפשטעלן קלאר און דייטליך די שטעלונג און שטרעבן פון די עלטערן אנבאלאנגט די חינוך פון די טייערע קינדער אין די מוסדות.

דער יעצטיגער קריטישער זמן
מיר שטייען אצינד שוין גאנץ נאנט צום דעדליין ווען די 'באורד אוו רידזשענטס' גרייט זיך נאכאמאל אריינצוקוקן אין דעם קעיס און ענדגילטיג באשטימען די פרישע עדיוקעישאן גיידליינס, וועלכע וועלן אפעקטירן די חינוך רעגולאציעס פון אלע מוסדות איבער ניו יארק, און די צייט ברענט ארויסצוקומען קלאר מיט א אפהילכענדן מעסעדזש וואס זאל פארטרעטן די פעסטע מיינונג פון די עלטערן פון די תלמידי המוסדות.

ערליכע תורה טרייע אידן פון איבער ניו יארק שטייען פעסט אויף די הוראה פון אלע מנהיגי הדור, און גלייכצייטיג איז דאס אפילו איינשטימיג מיט'ן דעת בעל הבית וואס זאגט דאס זעלביגע ביי יעדן ערליכן איד, זעענדיג דאס פאר אונזער עתיד אז דער הארטער שטאנד דארף זיין קלאר מיט אלע שטריכן, מיר דארפן זיך שטעלן מיט'ן גאנצן זיכערקייט און ארויסזאגן דעם אמת, אז אונזער חינוך פאדערט נישט קיין שום טויש, עס איז דאס בעסטע וואס אמעריקא פארמאגט בכלל, און מיר זענען נישט גרייט זיך אוועקצובייגן פון די הייליגע חינוך וואס מיר געבן אריין אין אונזערע קינדער אזויווי מיר האבן מקובל פון אבותינו ורבותינו נבג"מ.

במשך די לעצטע פאר יאר זינט ווען עס האבן זיך אנגעהויבן די שוועריגקייטן מיט די חינוך ווען די שונאי הדת האבן זיך אריינגעלייגט דורכצופירן שענדליכע מסירות און פראוואקאציעס אקעגן אונז, מיט'ן אויסדריקליכן ציהל צו שטערן און ח"ו פארדארבן די חינוך פון אונזערע קינדער היל"ת, קומען-און-גייען כסדר באריכטן מהנעשה והנשמע אין די פאליטישע קארידארן, מען הערט כסדר נייעס וואס ווארפן א שווערן ליכט אויף דעם ערנסטן מצב אין וואס מיר געפונען זיך. פאר אונז עלטערן איז זייער שווער צו פארשטיין גענוי וואס עס גייט פאר אונטער די קוליסן, און אפילו די פעולות וואס זענען שוין יא געטון געווארן דורך געוויסע מוסדות התורה, איז דערווייל נישט געווען מיט די דירעקטע מיטארבעט פון די עלטערן זעלבסט, וועלכע קענען כמובן נישט זיין פארמישט אין יעדן דעטאל.

פארט אבער איז דא א שטארקע ווארימקייט וואס פלאקערט צווישן די עלטערן פון אלע שיכטן און קרייזן, ווען יעדער וויל אז דאס ווארט און שטעלונג פון די עלטערן זאל פרעזענטירט ווערן דורך א פאראייניגטע פארטרעטערשאפט פון אלע עלטערן אינאיינעם, די חשוב'ע פארפלאגטע טאטעס און מאמעס ביי וועמען די הייליגע פקדונות ליגן און אויף וועמען עס ליגט דער פאקטישער אחריות צו ערציען די קינדער על דרך ישראל סבא.

די עלטערן פון די קינדער אינאיינעם מיט די געטרייע מנהלי המוסדות אין שפיץ פון די רבני ומנהיגי העדה קוקן ארויס געשפאנט האפענדיג יעדן טאג צו הערן אז די ניו יארק עדיוקעישאן דעפארטמענט לייגט אראפ דאס געווער און פארקירעוועט די בייזע בליקן אוועק פון אונזער הייליגע חינוך, און דערווייל האפענדיג אויף די ישועה ווענדט מען אן אלע מיטלען אנצוגיין ווייטער אזויווי ביז אהער, מיט א תפילה צום אויבערשטן אז די שונאי ישראל זאלן נישט האבן קיין שליט
ה אויף אונזערע קינדערליך, דער קומענדיגער דור און דער עתיד פון אידישקייט על אדמת ניו יארק ביז משיח'ס טאג.

הגיע הזמן: עלטערן פאראייניגט
עסקנים און אישי הציבור זענען במשך די גאנצע צייט געווען פולשטענדיג איינגעשפאנט מיט גאנצן אייפער שטייענדיג גרייט מיט עסקנות און שתדלנות אויף פארשידענע פראנטן, און גלייך פון ווען מען האט אנגעהויבן זעהן דעם פראבלעם אויפן האריזאנט האט מען זיך אריענטירט און צוזאמגענומען די מנהיגי המוסדות כדי אינאיינעם צו מטכס עצה זיין וואס מען טוט ווייטער און אינאיינעם זיך ארויסשטעלן אויפן פראנט אפצושלאגן די גזירות.

מען האט בעבר שוין גאר אסאך אויפגעטון מיט שתדלנות, געטרייע עסקנים פון פארשידענע קהילות ומוסדות אויף פארשידענע סארט פאזיציעס האבן זיך פאר גארנישט אפגעשטעלט, מען האט געקלאפט אויף די הויכע פענסטערס און נישט נאכגעלאזט ביז ווילאנג מען האט געהאט א אפענעם אויער צו לאזן הערן די קלארע אומבויגזאמע שטעלונג ועלכע איז אויסגעטרעטן געווארן דורך די רבנים ומנהיגי הדור אשר מפיהם אנו חיים, און איז דער פאקטישער פארטרעטער פון די הייליגע טייערע קינדערליך וועלכע ווערן נתחנך אין די הייליגע מוסדות התורה.

אצינד ווערט אויפגענומען מיט גרויס פרייד און התרגשות דאס ערשטמאליגע צוזאמשטעל פון א צענטראלע פירענדע ארגאניזאציע, א פאראיין וואס וועט מיט א מאכטפולער כח פארטרעטן די שטומעס פון די עלטערן פון די קינדערלעך אין אלע מוסדות איבער ניו יארק, צום ערשטן מאל וועט דער קול דערגרייכן פון א נייעם אספעקט, ברענגענדיג מיט זיך א פארטרעטערשאפט פון אלע עלטערן פון די תינוקות של בית רבן.

דער 'אר-פעק' פאראיין וועט אויסרופן אין די קארידארן פון די שטאטישע טאטעס אז מיר אידן זענען געטרייע בירגער וואס שטעלן זיך צו זייער ארנטליך צו די חוקי המדינה, אבער אונזער רעליגיע איז העכער פון אלעם, און מיר וועלן נישט און מיר קענען נישט נאכגעבן אויף אונזער חינוך מיט וואס אונז און אונזערע עלטערן זענען נתחנת געווארן לה' ולתורתו.

"אר-פעק" איז שוין אקטיוו
דער ניי געגרינדעטער 'אר-פעק' ארגאניזאציע איז א פאראיין וועלכע איז אויפגעשטעלט געווארן בהסכמת ובהמלצת פון די גדולי מנהיגי דורינו וועלכע שטייען אין שפיץ און האלטן מיט פונדערנאנט די אנטוויקלונגען ארום דעם פארצויגענעם מערכה, און האבן איינגעזען פאר א קריטישער נחיצות אויפצושטעלן אזא פראמינענטער פלאטפארמע וועלכע זאל געפירט ווערן ווי א געמיינזאמער קאמפף.
'אר-פעק' איז א פארקערפערשאפט פון קהילות און מוסדות פון אלע שיכטן און קרייזן איבער ניו יארק וועלכע האבן - טיילנדיג דעם זעלבן פראבלעם - זיך פאראייניגט, פארמירנדיג א פאראייניגטער פראנט ווי עס זאל פארטרעטן ווערן די שטומעס פון די אריבער הונדערט טויזנט עלטערן וועלכע זארגן זיך פאר די מצב און פאר די עתיד פון זייערע דורות און פארלאנגען און פאדערן פון די רעגירונג אונז צו לאזן אנגיין ווייטער מיט אונזער חינוך על דרך המסורה לנו מדור דור.

'אר-פעק' איז א ווינדערליכער צוזאמענארבעט באשטייענדיג פון א באורד וואס נעמט אריין באורד מעמבערס וועלכע זענען אליינס עלטערן פון קינדער און זיידעס פון אייניקלעך וועלכע לערנען אין מוסדות דאהי אין ניו יארק, אריינרעכענענדיג עלטערן פון אלע קהלות און מוסדות איבער ניו יארק, האבנדיג אין זיך א צוזאמשטעל פונעם דעת תורה מיטן דעת בעל הבית ביינאזאם, אזוי אז דער כח זאל זיין א שטייפע און קראנטע.

אלע פעולות און אקטיוויטעטן פון דעם ארגאניזאציע ווערן דירעקטירט דורך א אויפגענומענע שטאב פון געניטע אדוואקאטן, טייערע און בארימטע אדוואקאטן וואס זענען גאר ברייט באקאנט ביים יהדות החרדית אלס אריענטירטע קעמפער פאר אונזערע לעגאלע רעכטן. די אדוואקאטן ארבעטן אויס ווען און וויאזוי דער מעסעדזש דארף געליפערט ווערן, ווען און וואו מען דארף אנווענדן כוחות, אויף וועלכע פארמאכטע טויערן וועלן געהערט ווערן די קלאפערייען, און דער עיקר איז אז עס זאל אנקומען מיט ריכטיגן אימפאקט סיי אריין אין די רעגירונגס אפיסעס און סיי צו די מידיע, און אזוי מיטן ריכיטיגן לעגאלן מהלך לאזן הערן דעם פאראייניגטן מעסעדזש קבל עולם והלואה.

אין די יעצטיגע טעג פיבערט זיך גאר שטארק אין די הויפטקווארטירן פונעם 'אר-פעק' פאראיין, זיצונגען קומען נאכאנאנד פאר מיט די גרעסטע אדוואקאטן און ערפארענע לאביאיסטן אויסארבעטנדיג פארשידענע פלענער און מהלכים וויאזוי מען וועט ארויסקומען צו די ברייטע גאס און זיך לאזן הערן הילכיג און קלאר.

מערערע פראיעקטן ליגן אויפן טיש, גרעסערע און קלענערע, טייל פון זיי ציען אריין אין גאר גרויסע הוצאות, האבנדיג מיט זיך דעם געניטן באגלייטונג פון די אדוואקאטן און לאביאיסטן וועלכע מען הטא פאר דעם צוועק געקליבן די בעסטע וואס נאר שייך, אבער די געטרייע 'אר-פעק' קאמיטע זעהט נישט געלט פאר אן אפהאלט ווען מען ר
עדט וועגן פארזיכערן די עתיד פון אידישקייט און ווען מען איז דן אויף אזא סענסיטיווע נושא ווי די חינוך פאר אונזערע טייערע קינדער איז נישט פארהאן א זאך אויף דער וועלט וואס שטעלט אפ די ענערגישע עסקנים פון אנווענדן דאס מאקסימום השתדלות.

כלל ישראל פאלגט נאך מיט שפאנונג די ברייטפארצווייגטע פעולות פון 'אר-פעק' וואס גייען אן מיט א שטארקייט, און אין די זעלבע צייט איז די אויגן געוואנדן צום הימל מיט א תפילה אז מיר זאלן שוין ענדליך ארויסקריכן פון דעם פראבלעם, די רשעים מבית ומבחוץ זאלן אראפלייגן די געווער און איינזען אז כלל ישראל איז א אומבויגזאמער פאלק וואס וועט נישט לאזן מען זאל אונז אוועקפירן אדער טוישן דירעקציע, אזויווי אונזערע עלטערן אין אלע דורות האבן זיך ארויסגעשטעלט און צום סוף מנצח געווען.

דינסטאגכ"ט כסלו תשפ"א12/15/2020

באריכט
"אחכה לו בכל יום שיבא" דאס זענען די ווערטער וואס קומען ארויס פון די געפילען פון אלפי אנ"ש וואס זענען היינט געווען ביי די נרות פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ווען צום סוף פון די תורה האט די רבי ארומגערעדט בעניני הגאולה -האט מען נאך די תורה אנגעהויבן נגוני אמונה צום ערשט "אני מאמין" (משה גאלדמאן) דערנאך די שנעלע "אחכה לו"
"ווי אנ"ש האבן זיך צוגעקוקט ווי א צדיק אמת בעט און ווארט אויף די גאולה" אנגעהויבן ביי 'אני מאמין' בבכיות און דערנאך פאר לענגערע מינוטין ווי די רבי איז פארקאכט 'ואף על פי שיתמהמה עם כל זה' "אחכה לו בכל יום שיבא"

מאנטאגכ"ח כסלו תשפ"א12/14/2020

באריכט
זינטאג וישב איז פארגעקומען די ברית ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א פאר ב"ר חיים שמעון וויינבערגער -ק"י
די רבי האט געדאווענט שחרית בישיבתינו "מתיבתא הקדושה" סניף קדושת יואל פארן דאווענען האט די רבי תפילין געלייגט פאר די בחורים
ב"ר יואל פישל פריעד -ק"י
וב"ר שלמה הערש ברב"י עקשטיין -ק"י
וב"ר משה נתן קטינא -מאנטריאל
נאכן דאווענען האט די רבי פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור אויף קאפיטל א' פסוק ו'

מאנטאג "כ"א כסלו" האט די רבי געדאווענט שחרית אין די זאלן פון עיד"ן פעלע"ס אינאיינעם מיט בחורי אנ"ש תושבי וומ"ס די רבי האט געלייגט תפילין אינעם זאל ברוב עם פארן דאווענען האט די רבי תפילין געלייגט פאר
ב"ר נפתלי הירצקא ברילל -וומ"ס
וב"ר יואל עקשטיין -וומ"ס
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די סעודת הודאה ווי געמאלדן.

דאנערשטאג האט די רבי געדאווענט שחרית בישיבתינו "מתיבתא הקדושה" סניף ברך משה פארן דאווענען האט די רבי תפילין געלייגט פאר ב"ר יושע יאקאב -ק"י
נאכן דאווענען האט די רבי פארגעלערנט די וועכענטליכע סוגיא שיעור אין די שיעורי הישיבה מס' שבועות דף מד.,

פרייטאג האט די רבי געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול וויליאמסבורג איאיינעם מיט תלמידי הת"ת כתות ו' - ט'.

מיטוואךכ"ג כסלו תשפ"א12/9/2020

באריכט
היינט ביים טעגליכן תהילים שיעור בהיכל הישיבה האט זיך כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א געשטעלט אויפן פסוק: "כי יודע ה' דרך צדיקים ודרך רשעים תאבד" ווי רש"י זאגט "יודע" איז א לשון פון "ליבשאפט" כי יודע ה' דרך צדיקים 'די אייבערשטער האט ליב די דרך צדיקים' אבער אסאך מאל ודרך רשעים 'דרייען זיך ארום די צדיק רשעים און מען פארדרייעט אים וואס דעמאלטס איז עס תאבד', די רבי האט דערמאנט א מעשה פונעם טאטן ז"ל רבינו הקוה"ט בעל ברך משה זי"ע אז עס איז געווען א איד וואס מען האט פארדרייעט די צוואה נאך די אכציג יאר און די רבי ז"ל האט געזאגט אז עס איז גארנישט ווערט, "דאס איז די דרך רשעים תאבד"
אפילו מען איז געווען א ערליכע איד, קען אסאך מאל זיין מען לאזט נישט אריין דעם מען לאזט נישט אריין יענעם, און מען פארדרייעט די ווערטער דעמאלטס איז עס ודרך רשעים תאבד "אסאך מאל קען זיין אז אפילו עס איז 'הלכה כמותו בכל מקום' אבער נישט 'בכל זמן' וואס קען זיין אין די עלטערע יארן האבן מען פארדרייעט"
"ודרך רשעים -אז עס דרייען זיך ארום די צדיק רשעים- דאס איז תאבד"

דינסטאגכ"ב כסלו תשפ"א12/8/2020

באריכט
טראץ וואס מען שטייט שוין אפאר טאג נאכן געהויבענעם יו"ט כ"א כסלו די יום הצלה פון רבינו הקוה"ט בעל דברי יואל זי"ע קען מען נאכאלץ נישט ארויסברענגן די געהויבען געפילן ביי רבבות חסידי סאטמאר וועלעכע האבן געהאט די זכיה זיך צו באטייליגן ביים צענטראלן 'סעודת הודאה' בצל קדשו פון מ"מ ומ"ד בקודש כ"ק מרן רבינו עט"ר הגאון הקדוש שליט"א -דאס יאר לאור המצב איז עס פארגעקומען אינעם בית גדול וקדוש וואס איז אויפגעבויט געווארן בדם לבבו הטהור פונעם בעל הנס זי"ע

"האט אבער א אנדערע באדייט ביי טויזענטער פון די באטייליגטע ווען אויף דעם מקום אין דעם טאג כ"א כסלו האבן זיי אויסגעשריגן דעם "מי לה' אלי" און מקיים געווען דעם "והבדלנו מן הטועים" אין די תש"ס יארן ווען ליידער בעוה"ר האבן זיך געדרייט אנשי רשע רוצחים ואכזרים ביים קוה"ק רבינו הקוה"ט זי"ע און האבן אין יענע יארן נישט אריינגעלאזט בנו הגדול חביבו ויקירו צום טאטן -און די רבי האט זיך נישט געקענט באטיילונגען ביים גרויסן מעמד כ"א כסלו- איז געפראוועט געווארן דעם גרויסן יו"ט אינעם ביהמ"ד הגדול בק"י ווי טויזענטער אידן פון ק"י, וומ"ס, ב"פ, מאנסי, און ארום זענען זיך געקומען באטיילונגען ביים סעודת הודאה און האבן אויסגערופן ברוך שהבדלנו מן הטועים ונתן לנו תורת אמת
"אט דעי געפילן איז ארויפגעקומען היי יאר ווען לאור המצב איז געפראוועט געווארן די גרויסן טאג אין ביהמ"ד הגדול בק"י"
יא מיר שרייען אויס 'אשרינו שיש לנו רבי כזה' - "ברוך שהבדלנו מן הטועים"
באריכט
יעצט ביים טעגליכן 'תהילים שיעור' בהיכל המתיבתא האט דער ראש הישיבה כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אויפגעטרעטן מיט לענגערע דברי הספד אויף רבו מובהק הגה"צ ר' ישראל חיים מנשה פריעדמאן זצ"ל דומ"ץ קהלתינו הק' בוומסב''ג.


מתוך דברי הספד.

'תלמיד חכם שמת הכל קרוביו', ''..אז מען לערנט זיך אפ פון זיינע געהויבענע מעשים במילא ווערט יעדער איינער אנגעריפן תלמידים'. מורי ורבי הגה"צ ר' ישראל חיים מנשה זצ"ל, ער האט זוכה געווען צו נתמנה ווערן אלס דיין דורך די פעטער ז"ל, ער איז געווען א גאון אדיר בתורה והוראה, חסידא ופרישא, ער איז געווען א צדיק במעשיו, א ירא שמים בכל נימו ונפשו, א אוצר במדות טובות וישרות, כל כלו אומר כבוד שמים.

'איך האב זוכה געווען צו לערנען ביי אים אסאך יארן מאור תורתו וצדקתו' אויף אים קען מען זאגן הכל קרוביו, 'זיינע הייסע תפילות אין די הייליגע טעג ער פלעגט דאווענען אלס ש"צ אין ביהמ"ד פון טאטן ז"ל אסאך יארן, "ער איז געווען פון די שענסטע רבנים אין אונזער דור,'' זיין פטירה איז א אבידה גדולה שאין לה תמורה, "יעדער איינער דארף מתאבל זיין אויף דעי גרויסע אבידה..''


▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מאנטאגכ"א כסלו תשפ"א12/7/2020

באריכט
דאן האט די מנהיג ישראל רבינו הגה"ק שליט"א ארומגערעדט דברים קילורין לעינים איבער די דרך המלחה מיטן דבר העומד על הפרק די גזירת החינוך אין ניו יארק "..א ענין חמור מאד מאד"
> לויטן יעצטיגן חוק האט די שר החינוך די ווארט אין די עניני החינוך -דאס מיינט אויב וועט ער גוזר זיין א גזירה אויף די חינוך וועט מען מיזן ארויסגיין מיט א שארפע מלחמה קעגן אים, מען וועט פירן א מלחמה 'צו ער האט א כח געזעצליך צו נישט' יא!! מען וועט גיין אין די געריכטן און באקעמפען,
> נאכן פעלדער געזעץ זענען פטור די וואס לערנען לימודי קודש צו לערנען פארשידענע לימודי חול, -פארן פעלדער געזעץ זענען אלע ת"ת און ישיבות קטנות מחיוב געווען צו לערנען אסאך ענינים לימודי חול,
> און אז די רעגירונג איז מעלה עין קען יעדע יחיד זיי ריפן אין געריכט, און מען קען נישט האבן קיין טענות צו די רעגירונג, -דאס איז געווען אמאל "און דאס איז געווען די שטארקע סכנה"
> היינט לויטן געזעץ (פעלדער) איז שטארק באגרעיניצט די לימודי חול וואס מען דארף לערנען, -מען האט אריינגעשמאגעלט אז די שר החינוך האט א רעכט, "וואס זענען זיינע רעכטן"? 'צו ער האט טאקע א רעכט' דאס קען מען שטארק באקעמפען אין געריכט! ווייל עס איז נישט קלאר,
> אפילו ער האט יא א רעכט מיינט אז ער האט א 'שיקול הדעת' צו זאגן אז ער וויל מען זאל לערנען נאך לימודים, -קען מען אים באקעמפען, 1) פארוואס איז דאס דיין שיקול הדעת? אויב די געזעץ פטר'ט פארוואס ווילסטו מחייב זיין?? 2) די פובליק שולעס איז שוין און אורדענונג??
> ווער ספארשטייט אביסל אין געזעץ איז דאס א גרויסע מקום אז עס זאל אים פארגיין די אפעטיט!!
דאס איז פארוואס מיר שטייען היינט אסאך בעסער ווי צוויי יאר צוריק!!
> אודאי אויב סוועט חלילה אנקומען צו דעם וועט מען דינגען אדוואקאטן וואס פארשטייען גוט צו באקעמפען די גזירה, און בס"ד וועט מען מצליח זיין, אבער די אייבערשטער זאל העלפן אז מען זאל נישט דארפן אנקומען צו דעם.

דערנאך האט די רבי דערמאנט די מיטונג וואס איז פארגעקומען פארגאנגענעם דאנערשטאג (וואס האט געדארפט פארקומען בביתו נאוה קודש אבער לאור המגיפה איז דאס אפגעהאלטן געווארן אויפן זו"ם) פון די הויכע באמטע איאיינעם מיט די עסקנים פון פארשידענע מקומות -זיי האבן געגעבן א שעה צייט און עס האט זיך פארצויגן פאר קרוב צו צוויי שעה!!- "זיי האבן געוואלט וויסן די מהות פון אונזער חינוך, זיי האבן נישט קיין השגה און אונזער דרך החיים"
-אינטערסאנט זיי האבן געוואלט הערן וואס די סאטמאר'ע -די צוויי קרית יואל'ע עסקנים האבן צו זאגן!!!-
"ביי זיי קיקט עס אויס ווי א חברה וואס זענען מפקר זייערע קינדער, מען דארף זיי ווייזן נישט אנטלויפן פון זיי" מען האט זיי איינגעליידענט זיי ווילן קומען זען! -און זיי האבן שוין געבעטן נאך א מיטונג- "אונז גיימיר זיי ווייזן אונזערע שיינע חינוך, אונזער גיטע חינוך, די פירות פון אונזער חינוך, 'אדרבא זאל זיי קומען זען די חילוק פון אינזער חינוך מיט זייער חינוך'
מ'וועט זיי ווייזן נישט נאר קרית יואל מ'וועט זיי ווייזן וויאזוי מאנסי /סקווירא /וומ"ס /בארא פארק, זעהן אויס "מ'האפט בעזר שמו יתברך זיי צו עפענען די אויגן" אז זיי זאלן אליינס זען אז מען דארף גארנישט פארבעסערן, און די גזירה וועט מען בעז"ה מבעיר זיין.

בראש וראשונה דארף מיר אונז אליינס וויסן און פארשטיין אז "אונזער חינוך איז א גוטע חינוך, און מדארף גארנישט פארבעסערן, מען דארף גארנישט און מטאר נישט משנה זיין,
"חינוך ביי אידן דאס איז דת משה בישראל"
און פון דעם וועט מען זיך נישט אוועקרירן און שטיין במסי"נ.
אזאך וואס איז נישט צובראכן פארעכט מען נישט!
באריכט
קול ה' בכח! קול ה' חוצב להבות אש!
"דבר ה' ברמה" היינט ביים צענטראלן סעודת הודאה כ"א כסלו לרגל די יום הצלה והשחרור פון רבשכבה"ג רבינו הקוה"ט בעל דברי יואל זיעוכי"א דורך מ"מ וממשיך דרכו בקודש מרן שר צבא ה' ההולך לפני מחנה ישראל כ"ק רבינו הגאון הקדוש שליט"א
(אחר שהאריך בדברי תורה לכבוד היום)
צום ערשט ארומגערעדט איבער די גרויסקייט פונעם בעל הנס זי"ע און צווישן אנדערע דערמאנט די 'פייערדיגע דרשה' פון רביה"ק זי"ע בשנת תשט"ו און בני ברק ווי די רבי האט געפענט די בעקיטשע און געזאגט איך בין גרייט מען זאל מיר שיסן און איך וועל נישט אויפהערן זאגן דעם דבר ה' ווי רבינו שליט"א האט געזאגט אז שמו הקדוש איז ר"ת "ה' לי ולא אירא"
דערנאך ארומגערעדט איבער די אידישקייט אין אמעריקע וואס די בעל הנס האט אויפגעשטעלט: "..די פעטער ז"ל איז אנגעקומען ווי א מלאך המושיע, אויפגעהויבן די קרן שמירת התורה והמצוות, די קרן הקדושה, 'אז אין אמעריקע איז אויך דא א באשעפער.." דערנאך האט די רבי ארומגערעדט איבער די ליגיון של מלך וואס איז אויפגעשטעלט געווארן פון זיינע תלמידים און דערמאנט דעם היסטארישען שבת עמלי תורה פארגאנגענעם שבת תולדות מיט די קרוב צו 1000 עלטערע לומדי הכולל, און ארומגערעדט איבער די חבורות לימוד התורה ווי "יסודי התורה" און "תורתך שעשועי", וואס יעדע קהלה האט דאס נאכגעמאכט.

און ארומגערעדט איבער די מלחמת ה' פונעם בעל הנס זי"ע קעגן טומאת הציונות מיט אירע אלע מלבישים "..זרח בחושך אור לישרים, היינט צוטאג איז דא צענדליגע טויזענטער אידן 'הולכים לאורו' 'סאיז א פעסטע שיטה אן פשרות' מפרייט זיך נישט מיט זייער שמחה מיט זייער הצלחה, אונז האבן נישט קיין קשר מיט זיי, נר לרגלינו די ענין פון התבדלות לרשעים, פון זיי און פון זייער געלט, און אונז זעמיר מחזק אלע מוסדות וואס זענען עטה"ק.."

> זעט עקסטערע באריכט איבער די גזירת החינוך <

דערביי האט די רבי אויפגעטרעטן מיט דברי הדרכה "..היינט צוטאגס ווען מען דערמאנט די כח הגדול און די גרויסע השפעה פון די פעטער ז"ל דארף מען זיך מאכן א חשבון הנפש צו גיימער טאקע און זיינע דרכים!
הנהגה תורה וישרה בין אדם למקום ובין אדם לחבירו
קביעות עיתים לתורה בקביעות חק ולא יעבור
דאווענען זאל זיין כדבעי במתינות "סהייבט זיך אן ביי ברכות און ס'ענדיגט זיך נאך עלינו"
עוסק זיין בצדקה וחסד בגוף ובממון, 'די פעטער ז"ל האט געהייסן עשירים גיין אין ביהמ"ד נאך געלט'
און דערמאנט לטובה צוויי קופות הצדקות קופת הק' שקל הקודש וואס מען פארטיילט יעדע חודש קרוב צו 100,000 דאללער פאר מוסדות עטה"ק "שטיל און אן פראפעגאנדע"
און די קרן מלמדים וואס האט שוין אויסגעטיילט "א מיליאן זעקס הונדערט פערציג טויזענט דאללער"
און דערמאנט די מוסדות הקדושים אין וומ"ס און געזאגט אז לאור המצב האט מען נישט געקענט פראווענען היי יאר "ברוב עם הדרת מלך כראו אזוי ווי עס האט געדארפט צו זיין" זאל יעדער זען אז ס'זאל נישט פעלן פאר די וומ"ס מוסדות
און דערמאנט די ימי המגיפה ווי עס איז אנגעקומען במסי"נ צו מקיים זיין עבודת ה' "אין הימל איז געווען א קורת רוח" השי"ת האט געזאגט "ראו בני חביבי, ווי אזוי זיי זענען זיך מתגבר אויף אלע מניעות בעבודת ה'
מדקדק זיין בעניני קדושה די כלים הטמאים, צניאות במלבישי נשים,
מדקדק זיין בענים כשרות פון די עסן וואס מען ברענגט אריין אין שטוב
ומסיים געווען מיט שטארקע ברכות הקודש.
ווייז פריערדיגע טעג