בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes

Satmara Niyes

What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Reports

← Show all

Shabbos Kodesh4 Adar 57832/25/2023

Report
יעצט מוצש''ק האט כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט"א אפגעהאלטן אן אסיפה דורך טעלעפאנישע פארבינדונג מיט הנהלת קהלתינו הק' בירושלים עיה''ק, און מיט גרויס ווייטאג געהערט און ערשט האנטיגע רעפאראט פון די ביטערע טראגעדיע.

רבינו שליט''א האט באויפטראגט הנהלת קהילתינו מ'זאל קובע זיין אויף דינסטאג, ז' אדר, אלס א יום תפילה ותענית בבכי ומספד, און אלע מענער אנ''ש בירושלים עיה"ק זאלן פאסטן, בחורים העכער די בר מצוה זאלן פאסטן א האלבן טאג, און ווער עס קען נישט זאל זיך אויסלייזן מיט געלט אלס פדיון נפש. עקסטער זאל מען מסדר זיין א לוי' פאר די געשעדיגטע ספרי תורה כראוי.

אלע פרטים פון די לוי' און דעם סדר יום בכי ומספד, וועט נתפרסם ווערן דורך הנהלת קהלתינו הק' בירושלים עיה''ק.

אין די זעלבע צייט ארבייטן די געטרייע חברי הנהלה בארה"ק אינאיינעם מיט די הנהלה דאהי בארה"ב, אז ס'זאל ווערן מסודר די פרטים און סדרים אין ביהמ"ד און אין תלמוד תורה און מען האפט אז שוין אויף צופרי וועט זיך שוין אנהייבן א געהעריגע סדר התפילות והלימודים בקהלתינו ומוסדותינו הק' אומגעשטערט.

וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
עַל כֵּן צִיּוֹן בְּמַר תִּבְכֶּה. וִירוּשָׁלַיִם תִּתֵּן קוֹלָהּ. כי אַתָּה ה' בָּאֵשׁ הִצַּתָּהּ.

א שרעקליכע שריפה האט אויסגעבראכן שבת פארטאגס אין די בניני קהלתינו ומוסדותי' בעיה"ק ירושלים ת"ו, אין וועלכע ס'איז ליידער צווישן אנדערע אויך חרוב געווארן בעוה"ר צוויי ספרי תורה און מערערע תפילין און מזוזות רח"ל.

די פייער האט זיך אהנגעהויבן פרייטאג צו נאכטס בערך אום 1.30 פארטאגס אינעם בנין הת"ת, און דער גאנצער עס זאל איז אפגעברענט. די איבעריגע חלק פונעם בנין האט געליטן שווערע שאדענ'ס, און איז ארויס אינגאנצן פון באנוץ. אזוי אויך דער בנין ביהמ"ד הסמוכה לה האט זיך אהנגכאפט ביים ווינקל פון מזרחית דרומית ביים שטיבל תהילות משה ארי' וואס דארט זענען די ס"ת געשעדיקט געווארן ה"י און געמאכט גרויסע שאדן צום גאנצן בנין, אז א גרויס חלק פונעם דאך אינעם היכל ביהמ"ד איז איינגעפאלן.

און די לעצטערע מוצאי שב"ק שעות זיצט די הנהלת הקהילה והמוסדות אין אר"י צו זוכן פלעצער ווי צו אקאמאדירן דעם ביהמ"ד מיט די ישיבה און די תלמוד תורה. פארשידענע קהלות און מוסדות האבן זיך אנגעטראגן צו העלפן קהילתינו הק' און מ'האפט בס"ד צייטווייליג מסדר זיין אלע אפטיילונגן פון די מוסדות שוין אויף מארגן אינדערפרי בעז"ה. אזוי אויך האט הנהלת מוסדותינו אין בני ברק אנגעטראגן פאר די ירושלימער הנהלת המוסדות אלע סארט הילף וואס איז שייך כדי שלא יבוטל התמיד. שוין פון מארגן וועט דער בית התבשיל פון די בני ברק'ע מוסדות אי"ה קאכן פאר ביידע מוסדות און אפשיקן נארהאפטיגע פרישטאג און מיטאג פאר די תלמידי הת"ת אין ירושלים.

כ"ק רבינו הגה''ק שליט"א איז אינפארמירט געווארן פון די בשורה לא טובה מוצש"ק תיכף נאך הבדלה, און וועט אי"ה אפהאלטן א טעלעפאנישע אסיפה מיט הגה"צ דומ"ץ ירושלים שליט"א אינאיינעם מיט הנהלת קהלתינו פון ירושלים אין די קומענדיגע שעות, כדת מה לעשות איבער די ביטערע פאסירונג און דעם חובת השעה בנוגע א יום התענית והספד און א לוי' פאר די ספרי תורה וועלכע זענען געשעדיגט געווארן ה"י.

ויה"ר שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Friday3 Adar 57832/24/2023

Report
פרייטאג תרומה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענגע בר מצוה בחורים.
ב"ר דוד יודא קאהן הי"ו.
ב"ר יואל ברד"ל האלפערט הי"ו.
ב"ר יואל פריעדמאן הי"ו.
ב"ר מנחם מנלי בראך הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דאנערשטאג תרומה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יואל בר"מ עקשטיין הי"ו.
ב"ר יואל ברמ"ט גרינפעלד הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ז פסוק ו', דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג ארום 6:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענגע מחותנים.
ר' שלום בערקאוויטש הי"ו - ר' יעקב אשר גרינבלאט הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
ר' יואל ווייסמאן הי"ו (וומסב''ג) - ר' יואל דוד שווארטץ הי"ו, באולם כינור דוד.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:00 ביז 1:10 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:45, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
מיטוואך תרומה ב' דר"ח אדר 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול לרגל די שמחת הברית מילה פון נכדו בן הנולד אצל הרב מרדכי יודא האלבערשטאם שליט"א.
פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יעקב מארקאוויטש הי"ו.
ב"ר צבי יאזשעף הי"ו.
ב"ר יואל הערשקאוויטש הי"ו.

רבינו שליט''א איז צוגעגאנגען צו אמירת הלל בהתעוררות רב.
ביים ליינען האבן עולה געווען, שלישי: הגה"צ אבד''ק בית אהרן שליט"א, רביעי: רבינו שליט"א, הגבה: הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
מוסף: דער בעל שמחה הרב מרדכי יודא שליט"א.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה, מוהל: רבינו שליט"א, סנדק: דער זיידע הגה"צ אבד''ק בית אהרן שליט"א, סנדק מעומד: הגה"צ רבי אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א רב דקהלתינו ב"פ 18'טע עוו., ברכות: רבינו שליט"א, ויקרא שמו בישראל ברוך נאך זקינו הרה"ק ר' ברוכ'ל מגארליץ זיע''א וואס זיין יארצייט איז געפאלן בו ביום.

נאכן ברית איז דער גאנצע ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א, און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי ווי עס איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים.

דערנאך איז פארגעקומען די סעודת ברית מילה אין חדר שמואל חיים בביהמ''ד הגדול, במשך די סעודה האבן אויפגעטרעטן דער אבי הבן הרב מרדכי יודא האלבערשטאם שליט"א, און די זיידעס הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א, הגה"צ רבי אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א, און הגה"צ אבד''ק בית אהרן שליט"א.
מיט ברכו נפשי האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרב אברהם יושע העשיל רוקח שליט"א, און מיט יום ליבשה נכדו הרב חיים שלמה הורוויץ שליט"א, חתני הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.

רבינו שליט''א האט משמיע געווען דברות קודש בעניני ברית מילה, און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה, זיידעס, און פארן גאנצן ציבור.
ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען בנו הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א, און מיט די הרחמן'ס די בני המשפחה. מען האט געענדיגט ארום 1:45.

דערנאך איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם מצה בעקעריי דקהלתינו הק'.

נאכמיטאג ארום 6:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענגע מחותנים.
הר''ר זאב אלעזר רייכמאן שליט''א (וומסב''ג) - הר"ר אברהם הערש זאלדאן שליט"א, באולם כינור דוד.
ר' ליפא פרידריך ע"ה - ר' פנחס יחזקאל ברייער הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

נאך די חופות האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' מרדכי גאלדבערגער הי"ו, ע"פ אביו ע"ה.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:15 ביז 11:50 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' עמרם נתן פעלבערבוים הי"ו - ר' משה ברוך כ"ץ הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:50 בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
דינסטאג פרשת תרומה א' דר"ח אדר 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן.
לבן הנולד אצל ר' אפרים פישל פריינד הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' מרדכי אהרן מעזעי הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ישיבה קטנה סניף קדושת יו"ט בהנהלת הרה''ג ר' שמואל מאיר לעווי שליט"א.
פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר שמואל פייערשטיין הי"ו.
רבינו שליט''א איז צוגעגאנגען צו אמירת הלל בהתעוררות רב, און ביים ליינען עולה געווען רביעי, און דערנאך געבענטשט גומל נאכן זיך צוריקקערן פונעם מסע הקודש לעיר האבות סיגוט.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר'ן בר מצוה בחור, מגי"ש, און אלע בחורים, און משמיע געווען דב"ק והדרכה ללימוד התורה און אויפגעפאדערט די בחורים זיך צוצוגרייטן צום יו"ט פורים הבעל"ט מיט שעות רציפות, און ארומגערעדט בגנות פון זינגען פראסטע ניגונים און בפרט אינעם הייליגן יו"ט פורים, און מסיים געווען בברכת קדשו.

נאכמיטאג ארום 5:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
ביים אנקומען ארום 8:15 האט דער רבי געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש אויף היוז סט., דערנאך איז געווען זמני כניסה בקו''פ ביז אום 11:00 אויפדערנאכט.

נאך די זמני כניסה איז דער רבי אריבער בבית בנו הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א, צום שמחת הוואכנאכט פון נכדו בן הנולד אצל הרב מרדכי יודא האלבערשטאם שליט"א בן הגה"צ רבי אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א רב דקהלתינו ב"פ 18'טע עוו שליט''א חתן הגה"צ אב''ד סיגוט שליט"א, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיט די בני המשפחה איבער הרה"ק ר' ברוכ'ל מגארליץ זצ"ל וואס די יארצייט איז געפאלן מיטוואך ב' דר"ח אדר, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה, און פאר די זיידעס און גאנצן ציבור, אויפן וועג ארויס ארום 11:30 האט דער רבי געליינט קרי"ש און אנגעוואונטשן פאר'ן יולדות. און אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קר"י.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

Thursday2 Adar 57832/23/2023

Report
"א היכל התורה ביי אונז אין ביהמ"ד וועט אי"ה טוישן מאנטשעסטער...."

אט די הייליגע ווערטער יוצא מפורש מפ"ק של כ"ק רבינו הגה''ק שליט"א, האבן אריינגעבלאזן א פרישע גייסט ביי אנ"ש תושבי מאנטשעסטער, ווען שטייענדיג געציילטע טעג נאך דעם געהויבענעם מעמד היסוד וחתימת שטרות מיט נגידים ובוני ההיכל התורה וועלכע איז פארגעקימען בבית נאוה קודש פון רבינו שליט"א בעיר האבות סיגעט, ווי רבינו שליט"א האט באויפטראגט דעם ועד בנין היכל התורה אין שפיץ פון הרבני הנגיד ר' חיים יוסף גרינפעלד הי"ו, וועלכער האט זיך תיכף אריינגעווארפן ווי א געטרייער גענעראל ממלא זיין רצון קדשו אין האט באוויזען וואונדער ווען אין דעם היינטיגען פרימארגן, בלויז 3 טאג פון ווען מ'האט זיך אהיים געקערט פון סיגעט, האבן זיך באוויזען די טראקטארן על פני שטח הביהמ"ד און האבן זיך תיכף גענומען צי די גראבונגען פארן היכל התורה וואס ווערט געבויעט ברוב פאר והדר הינטער דעם עקזיסטירענדן בנין ביהמ"ד.

ובנה אותה בקרוב בימינו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Tuesday30 Shevat 57832/21/2023

Video
גאר רייכע דינער השנתי ''הנני'' לטובת מוסדותינו הק' בבני ברק יצ"ו, פארגעקומען אינעם קסאנאדו זאל אין פתח תקווה בגלילות ב''ב.

די מעמד איז געווען מיט די באטיילונגונג פון הונדערטער אנ''ש בראשות רבני קהלתינו שליט''א, ובהשתתפות פונעם נואם הכבוד הגאון הגדול רבי יצחק אייזיק לאנדא שליט''א גאב''ד בני ברק. דער בני ברק'ער רב שליט''א האט ארויס געברענגט די קשר וואס ער האט צו די מוסדות, און די גרויסקייט פון שטיצן די מוסדות. אזוי אויך ארומגערעדט איבער די ידידות וואס ער האט מיט רבינו שליט’’א און די זכיה וואס אנ’’ש אין בני ברק האבן צו זיין אזוי מקושר צו רבינו שליט’’א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
Report
באריכט מסע הקודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א, לעיר האבות סיגוט יצ"ו

מאנטאג פרשת תרומה, יומדהל"ק פון מרנא ורבנא הגה''ק בעל קדושת יו''ט זיע''א

אינדערפרי באשמורת הבוקר האט רבינו שליט''א עוסק געווען בתורה אינעם ספרים שטוב בביתו נאוה קודש, דערנאך איז דער רבי געגאנגן אין מקוה.

נאך די מקוה איידערן ארויסגיין צום ציון הק' האט דער רבי מעיין געווען בתורתו של בעל ההילולא אין ספר קדושת יום טוב, דערנאך האט דער רבי געהייסן דעם הויז בחור מסדר זיין די קוויטלך וואס מען האט צוזאם גענומען פון די אריבער 4000 תלמידי הישיבות הקטנים עם הגדולים, עפ"י הוראת רבינו שליט"א מזכיר צו זיין אלע תלמידים פון אמעריקא על ציון הק' ביומא דהילולא קדישא.

אום 7:15 איז רבינו שליט''א ארויסגעגאנגן צופיס צום ציון הק', מיט א גרויסן ציבור פרישע געסט וועלכע זענען געקומען שוין נאך שב"ק בלויז צו די הילולא קדישא.

ביים אנקומעם אין ביה''ח האט דער רבי געזאגט די ברכה, און דערנאך אריין אין אוהל הק' און געצינדן 5 ליכט מיט א נר נשמה ביים ציון הקדושת יו''ט, און דערנאך ביים ייטב לב און עצי חיים, און אויך ביי הגה''ק רבי משה יוסף אוהעל'ער, זכותם יגן עלינו.

דערנאך איז רבינו שליט''א צוריק צום ציון הקדושת יו''ט און אנגעהויבן די תפילה פון שלום עליך רבי ומורי מיט בכיות נוראות א לענגערע צייט, דערנאך האט מען אנגעהויבן די תהילים פרק רביעי פון צ' ביז ק''ז כנהוג, דער רבי האט אויסגעלאזט די קאפיטלעך און דערנאך געזאגט דעם יהי רצון מיט שטורעמישע בכיות עד שמי רום, דער רבי האט געזאגט קדיש און געלערנט משניות און געזאגט דערנאך קדיש דרבנן.

דערנאך האט דער רבי געליינט די קוויטלך גאר א לאנגע צייט, בשעת מען האט געזונגן בהתעוררות רב מערערע ניגונים מבית מדרשו של רבותינו הק' זיע''א אהנגעהויבן פון בני היכלא וואס מ'האט געזינגן נאך ביים קדושת יו''ט.

איידער דער רבי האט זיך משתטח געווען האט דער רבי ארויף געלייגט אלע זעק מיט קוויטלך וואס מען האט מיטגעברענגט פון די תלמידי הישיבות, און דערנאך האט זיך דער רבי משתטח געווען א לענגערע צייט, מיט גרויסע בכיות, און דערנאך צוגעגאנגן צום יטב לב און עצי חיים, געליינט עטליכע קוויטלעך מבני המשפחה און דערנאך זיך משתטח געווען.
בערך אום 8.45 איז דער רבי ארויס האבנדיג געפועלט אלעס גוטס לנו ולכל ישראל, דער רבי האט זיך געוואשן די הענט און צוריק געפארן לביתו נאוה קודש.

ארום 9:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו תפילת שחרית בהיכל ביהמ"ד בבנין עצי התמרים, און יורד געווען לפני התיבה ביומא דהילולא.
פתיחה: הרב נפתלי הורוויץ שליט''א (לאנדאן), בעל קורא: נכד רבינו הב' מאיר אליעזר ט''ב ני''ו.
עליות. כהן ר' פישל כ"ץ הי''ו (וומסב"ג), לוי: הרב אשר ישעי' הורוויץ שליט''א נכד בעל ההילולא, שלישי רבינו שליט''א, הגבה: ר' דוד אהרן שווארץ (ב''פ), גלילה ר' יעקב שלמה רובינפעלד (קר"י).
נאכן ליינען האט רבינו שליט''א יא געזאגט די 5 יהי רצון.

נאכן דאווענען איז רבינו שליט''א אריין בחדרו הפרטי און געלייגט ר"ת תפילין, דערווייל איז אהנגערייט געווארן דאס ביהמ"ד צום 'מעמד לחיים וחגיגת הנחת אבן הפינה' פארן מרכז גדול ומפואר 'בנין הכנסת אורחים' אויפן שטח פונעם שוהל הויף.
רבינו שליט''א איז ערשינען צום מעמד און דערציילט עובדות מגדולתו וקדושתו פונעם בעל ההילולא, און דערנאך ארומגערעדט מעניני המאורע פונעם בנין הכנסת אורחים וואס וועט געבויעט ווערן בעז"ה.
דערנאך האט רבינו שליט''א ארויפגעלייגט ציגל פונעם ארגינעלן בנין וואס איז דארט געשטאנען, דער רבי האט געגאסן די צעמענט און געלייגט דעם אבן הפינה, און צוגעלייגט עטליכע מטבעות פון רביה"ק הברך משה זיע"א, מען האט געזינגט עטליכע ניגונים בגלל אבות, אהבת עולם תביא להם וכו'. מ'האט געענדיגט ארום 11:15, און מ'האט סערווירט א ברייטן פרישטאג פארן ציבור, ווי אויך צידה לדרך מיטצונעמען אינטערוועגנס.

אום 12 אזייגער זענען אלע באסעס פון אנ''ש געפארן צום עירפארט אין די שטאט באניע, דערווייל איז רבינו שליט''א ארויס אויף א שפאציר איבער די גאסן פון סיגוט און אויסגעשמועסט פארשידענע פאסירונגן וואס ער האט מקבל געווען מאביו הגדול רביה"ק בעל ברך משה זיע"א, און צוגעצייגט יעדע זאך וואס און ווי עס האט פאסירט.

ארום 1:10 האט דער רבי פארלאזט ברגשי געגועים דעם עיר האבות סיגוט, און אום 2:30 אהנגעקומען קיין באניע, ווי דער ספעציעלער טשארטער פליגער האט זיך געהויבן אום 3:15 קיין ווארשע, און פון דארט איז מען תיכף אריבער צו א פליגער קיין ניו יארק וואס האט זיך געהויבן 5:05.
אויפן פליגער תיכף נאכ'ן זיך הייבן האט דער רבי געדאווענט מנחה אויפן פליגער און יורד געווען לפני התיבה לרגל ההילולא קדישא און געזאגט די קדשים.
דערנאך האט רבינו שליט''א עוסק געווען בתורה אין די סוגיא פון שלא כדרך הנאתן און געשריבן חידו"ת פאר מערערע שעות, שפעטער האט דער רבי פארברענגט א לענגערע צייט אויפן פליגער מיט די געציילטע נדיבים וועלכע האבן פינאנצירט דעם געהויבענעם שב"ק ישיבה של מעלה, דער רבי האט דערציילט היסטארישע קאפיטל'ן און מערערע סיפורי קודש ותהליכות פון די אמאליגע יארן מימי נעוריו בצל הקודש פון אביו הגדול רביה"ק הברך משה זיע"א.

ברוך הבא בשם ה'! אום 8:20 אויפדערנאכט האט די פליגער בשעטו''מ געלאנדעט אינעם JFK עירפארט, און ארום 8:50 האט דער רבי פארלאזט דעם עירפארט לביתו נאוה קודש בקר''י.

אום 10:05 איז רבינו שליט''א אהנגעקומען לביתו נאוה קודש און איז אפגעווארט געווארן דורך די תלמידי המתיבתא, מען האט געזינגען ברוך הבא און אריבער שלום נעמען.

תיכף דערנאך איז דער רבי אריינגעקומען צו מעריב בביתו נאוה קודש, נאך מעריב זענען אנ''ש אריבער שלום נעמען.

קה זכות אבות יגן עלינו, וימלא משאלותינו במדה טובה ישועה ורחמים

▫️סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️

Monday29 Shevat 57832/20/2023

Report
בשורה טובה!

צוליב די גרויסע נאכפראגע צו ארויפקומען אויף אונזער ברייטבאקאנטע פלאטפארמע סאטמאר'ע נייעס און זיין פון די טויזענטער וואס באקומען די טעגליכע נייעס בילדער און קליפס, אנטוויקלונגען מהנעשה והנשמע בצל הקודש ובחצר הקודש, מוזן מיר אויסברייטערן אונזער פלאטפארמע פארן חשוב'ע ציבור.

צום באדויערן איז צוליב א פרישע אפדעיט נישט ערלויבט דערווייל מער ווי 2000 מיטגלידער אויף א קאמיונעטי גרופ. דעריבער טוען מיר מיט פרייד עפענען נאך א פרישע גרופ!

אלע נייעס בילדער וכו' וועט ווייטער געמאלדן ווערן דא אויף די קאמיונעטי גרופעס.

ביטע שיקט ארום די לינק פאר אייערע חברים און גוטע פריינד און זייט מזכה נאך אידן מיט די בארימטע סאטמאר'ע נייעס!

גרופ לינק
וואטסעפפ גרופע

סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
Report
באריכט מסע הקודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א, לעיר האבות סיגוט יצ"ו

זונטאג פרשת תרומה

אינדערפרי באשמורת הבוקר האט רבינו שליט''א עוסק געווען בתורה פאר עטליכע שעות פריוואט אינעם ספרים שטוב בביתו נאוה קודש, אויך האט רבינו שליט''א איבערגעקוקט דעם קונטרס חידושים וואס איז ארויסגעגעבן געווארן דורך תלמידי ישיבתינו הק' בירושלים עיה''ק וואס די בחורים האבן מחדש געווען און מעיר געווען געווען אויפ'ן רבינ'ס חידושים אין לב אהרן אויף די סוגיא פון ש''מ רבי עקיבא תלת, וואס דער רבי האט שפעטער משבח געווען פארן מנהל הישיבה.

אנגעהויבן שוין פון אום 8:00 אינדערפרי איז די ישיבה של מעלה שוין געווען איבערגעפילט מיט די הונדערטער בחורים אויף א צוויי שעה סדר, כפקודת הקודש פונעם ראש הישיבה מרן רבינו שליט''א, טראץ וואס מוצש''ק האט מען געענדיגט גאר שפעט.

ארום 10:20 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו תפילת שחרית, פאר'ן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר א בר מצוה בחור.

נאכ'ן דאווענען איז געווען צוגעשטעלט אין ביהמ"ד לייכטע מידי דמיזן פאר די בחורים.

נאך עטליכע מינוט איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אינעם פול געפאקטע ביהמ"ד און פארגעלערנט נאך א סוגיא שיעור, דער רבי האט אנגעהויבן אויף א קשיא וואס א תלמיד פון ישיבה קטנה בבני ברק האט אים צוגעשיקט בכתב אויפ'ן שיעור פון פרייטאג, דער רבי האט איבערגעזאגט די קשיא און געזאגט א שיינעם תירוץ געבויעט אויף א אור חדש, דער רבי האט געהייסן אלע בחורים אריינקוקן אינעם אור חדש אין די קובצים פון די סוגיא.
דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען מיט א לענגערע פלפול אין די סוגיא, און ביים סוף געזאגט דברי פרידה פאר די בחורים און ארויסגעברענט וואספארא עונג רוחני און קורת רוח מען האט געהאט צו פארברענגןמיט די בחורים אין די לעצטע דריי מעת לעת, מען האט געזעהן כי זרע ברך ה' אזוי זעהן אויס תלמידים פונעם ייטב לב דאס איז די ישיבה וואס דער ייטב לב האט מייסד געווען, און מען דארף זעהן זיך צו פירן ווייטער אויף א אופן ווי עס פאסט זיך פאר א תלמיד פון דעי ישיבה, דער ייטב לב האט געזאגט אז ער וועט זיך נישט שעמען מיט זיינע תלמידים בזה ובבא, האט דער רבי געזאגט 'בזה' מיינט ווען דער ייטב לב איז געווען אויף דער וועלט און 'בבא' מיינט דעי וואס קומען דא לערנען אין די ישיבה פונעם ייטב לב ווען דער ייטב לב איז שוין אויף יענע וועלט, און אויפגעפאדערט די בחורים נישט צו רעדן מיט די תפילין, און צו לערנען ביתר שאת שעות רצופות פון ר''ח ביז פורים און מסיים געווען בברכות לרוב, מען זאל אהיימפארן לחיים ולשלום און זיך זעהן מתוך שמחה, און נאר הערן בשורות טובות.

דערנאך זענען די בחורים ארויף צום ציון הקדוש פון מרן הגה"ק בעל קדושת יום טוב זיע"א ערב יומא דהילולא, דערנאך איז געווען צוגעשטעלט א ברייטן פרישטאג, ארום 2:15 זענען די בחורים ארויף אויף די באסעס און פארלאזט עיר האבות סיגוט, תלמידי ארה''ק קיין באניא, און תלמידי אייראפע קיין סאטמאר, פון ווי זיי האבן גענומען די טשארטער פליגער אויף וועג אהיים מיטנעמענדיג מיט זיך הויפענעס השפעות, מלא חפנים בתורה וביראה, חיזוק והדרכה בכל תחומי החיים, וואס וועט זיי באגלייטן א גאנץ לעבן.

נאכמיטאג האט דער רבי אויפגענומען די שטאטישע באאמטע דעם גאווערנער און מעיאר פון די געגענט וועלכע שטייען צו הילף אין אלע ענינים ובפרט איבער די שטחים וואס באלאנגט פאר'ן שוהל הויף, אין די פארגאנגענהייט און בעתיד ווייטער צו קענען בויען די פרישע בנינים, דער רבי האט זיך באדאנקט און איבערגעגעבן א מתנה, און זיי האבן צוריקגעברעגט א מתנה פארן רבינ'ס שטוב.

דערנאך האט רבינו שליט''א געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש מיט א ענגע מנין.

נאך מנחה איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש א מעמד יסוד פארן נייעם היכל התורה דקהלתינו הק' במאנטשעסטער יצ"ו, ווי הרבני הנגיד ר' חיים יוסף גרינפעלד הי"ו אינאיינעם מיט זיין איידעם ר' שמואל בענעדיגט הי''ו האבן זיך אינטערגענומען צו בויען א פרעכטיגע היכל התורה.
אויסער די ערשטע גרויסע נתינה פארן נייעם היכל פון הרבני הנגיד ר' אשר זעליג לעוו הי''ו בונה ומקים פונעם היכל התורה אין לאנדאן, האבן נאך עטליכע נגידים יעצט מנדב געווען פרישע גרויסע נתינות לכבוד הבית הגדול.

דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות און ווארעם מאציל געווען מברכות קדשו, און געזאגט בלשו"ק: 'א היכל התורה ביי אונז אין ביהמ"ד וועט אי"ה טוישן מאנטשעסטער'.
דערנאך איז פארגעקומען א מעמד התמנות ווי רבינו שליט''א האט ממנה געווען 3 פרישע מורי צדק בקהלתינו הק' בירושלים עיה''ק.

די חשובע תלמידי חכמים מובהקים ויראי ה', ממובחרי קהלתינו הק', ה"ה הרה''ג ר' שמואל עקשטיין שליט''א מו''ץ בעדה החרדית ומרבני כוללינו, הרה''ג ר' שלמה בנעט שליט''א מראשי כוללינו, הרה''ג ר' משה יוסף שפילמאן שליט''א מראשי כוללינו.

דער רבי האט געטיישטש ואלה המשפטים אשר תשים לפניהם, ואלה מוסיף על הראשונים, די קהילה האט זיך ב''ה צווואקסן און מען דארף מוסיף זיין כוחות אין די קהלה, אויסערדעם וואס די קהלה פארמאגט א גאר חשובן דיין שליט"א פעלט זיך ב"ה אויס מ'זאל צולייגן נאך מו''צ וואס זאלן זיך אפגעבן מיט די חשובע אינגעלייט, און געבן שיעורים בכל חלקי השו"ע, און דערביי האט דער רבי אויפגעפאדערט צו גרינדען א בית הוראה, אשר משם יצא תורה והוראה און מסיים געווען בברכות קדשו.

דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואנטשן פאר די פרישע מורי הוראה 'שלא יצא מכשול מתחת ידים ולהורת את דבר ה' זו הלכה', און פאר די חברי הנהלת הקהילה הרה''ח ר' ישכר יאקאב הי''ו, הרה''ח ר' נתן בנימין ראטה הי''ו, הרה''ח ר' אהרן הערש היילברוין הי''ו, און ספעציעל פאר הרבני הנגיד ר' אברהם יושע העשיל הכהן גלאנץ הי''ו דער איש ירושלים פון ניו יארק.
דערנאך איז דער גאנצער ציבור ארויס, און דער רבי איז געבליבן פריוואט מיט די מורי הוראה און האט געגעבן פארשידענע הדרכות פאר די פרישע מורי הוראה.

דערנאך איז געווען זמני כניסה פאר די הונדערטער אידן פרישע געסט פון איבער די וועלט, א לענגערע צייט ביז אום 10:15 אויפדערנאכט.

ארום 10:15 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען געזגענען דעם ציבור ביז אום 11:00, דאן האט דער רבי געלערנט פאר זיך אינעם ספר קדושת יו''ט.

דערנאך איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה''ט לרגל די הילולא קדישא פון זקינו מרנא ורבנא הגה''ק בעל קדושת יו''ט זיע''א, דער רבי האט זיך געוואשן צו די סעודה און געוואונטשן לחיים, און מען האט געזינגען מערערע נגונים וואס איז נתחבר און געזינגען געווארן בבית סיגוט, דעם אשת חיל ניגון, די נענועים ניגון און נאך.

מיט מכתם לדוד האט דער רבי מכבד געווען נכד בעל הילולא הרה''ג ר' ליפא ט''ב שליט''א דומ"ץ קהלתינו באנטוורפן.

רבינו שליט''א האט געזאגט א לענגערע ווארימע תורה און געזאגט אז ער איז ברור אז די קדושת יו''ט בענטשט אלע אידן, און דער קדושת יו''ט האט געזאגט אז זיין ברכה איז נישט קיין ברכה לבטלה נישט נאר יעצט נאר אויף שפעטער אויך, און מסיים געווען מיט ווארימע ברכות פאר אידישע קינדער. דערנאך האט רבינו שליט''א געבענטשט אויפן כוס.

נאכ'ן שלחה''ט האט רבינו שליט''א ממשיך געווען מיט די זמני כניסה ביז אין די שפעטע ביינאכט שעות.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Show earlier days