גאר רייכע דינער השנתי ''הנני'' לטובת מוסדותינו הק' בבני ברק יצ"ו, פארגעקומען אינעם קסאנאדו זאל אין פתח תקווה בגלילות ב''ב.
די מעמד איז געווען מיט די באטיילונגונג פון הונדערטער אנ''ש בראשות רבני קהלתינו שליט''א, ובהשתתפות פונעם נואם הכבוד הגאון הגדול רבי יצחק אייזיק לאנדא שליט''א גאב''ד בני ברק. דער בני ברק'ער רב שליט''א האט ארויס געברענגט די קשר וואס ער האט צו די מוסדות, און די גרויסקייט פון שטיצן די מוסדות. אזוי אויך ארומגערעדט איבער די ידידות וואס ער האט מיט רבינו שליט’’א און די זכיה וואס אנ’’ש אין בני ברק האבן צו זיין אזוי מקושר צו רבינו שליט’’א.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
Photo
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א אויפשטייגנדיג אויפן טשארטער פליגער אין באניע.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
Photo
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בביתו נאוה קודש בעיר האבות סיגוט, ביים איבערנעמען די קוויטלעך פון אנ''ש בבני ברק פון הרה"ח ר' יואל קליין הי"ו און הרה"ח ר' יואל הלוי היימליך הי"ו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
Report
באריכט מסע הקודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א, לעיר האבות סיגוט יצ"ו
מאנטאג פרשת תרומה, יומדהל"ק פון מרנא ורבנא הגה''ק בעל קדושת יו''ט זיע''א
אינדערפרי באשמורת הבוקר האט רבינו שליט''א עוסק געווען בתורה אינעם ספרים שטוב בביתו נאוה קודש, דערנאך איז דער רבי געגאנגן אין מקוה.
נאך די מקוה איידערן ארויסגיין צום ציון הק' האט דער רבי מעיין געווען בתורתו של בעל ההילולא אין ספר קדושת יום טוב, דערנאך האט דער רבי געהייסן דעם הויז בחור מסדר זיין די קוויטלך וואס מען האט צוזאם גענומען פון די אריבער 4000 תלמידי הישיבות הקטנים עם הגדולים, עפ"י הוראת רבינו שליט"א מזכיר צו זיין אלע תלמידים פון אמעריקא על ציון הק' ביומא דהילולא קדישא.
אום 7:15 איז רבינו שליט''א ארויסגעגאנגן צופיס צום ציון הק', מיט א גרויסן ציבור פרישע געסט וועלכע זענען געקומען שוין נאך שב"ק בלויז צו די הילולא קדישא.
ביים אנקומעם אין ביה''ח האט דער רבי געזאגט די ברכה, און דערנאך אריין אין אוהל הק' און געצינדן 5 ליכט מיט א נר נשמה ביים ציון הקדושת יו''ט, און דערנאך ביים ייטב לב און עצי חיים, און אויך ביי הגה''ק רבי משה יוסף אוהעל'ער, זכותם יגן עלינו.
דערנאך איז רבינו שליט''א צוריק צום ציון הקדושת יו''ט און אנגעהויבן די תפילה פון שלום עליך רבי ומורי מיט בכיות נוראות א לענגערע צייט, דערנאך האט מען אנגעהויבן די תהילים פרק רביעי פון צ' ביז ק''ז כנהוג, דער רבי האט אויסגעלאזט די קאפיטלעך און דערנאך געזאגט דעם יהי רצון מיט שטורעמישע בכיות עד שמי רום, דער רבי האט געזאגט קדיש און געלערנט משניות און געזאגט דערנאך קדיש דרבנן.
דערנאך האט דער רבי געליינט די קוויטלך גאר א לאנגע צייט, בשעת מען האט געזונגן בהתעוררות רב מערערע ניגונים מבית מדרשו של רבותינו הק' זיע''א אהנגעהויבן פון בני היכלא וואס מ'האט געזינגן נאך ביים קדושת יו''ט.
איידער דער רבי האט זיך משתטח געווען האט דער רבי ארויף געלייגט אלע זעק מיט קוויטלך וואס מען האט מיטגעברענגט פון די תלמידי הישיבות, און דערנאך האט זיך דער רבי משתטח געווען א לענגערע צייט, מיט גרויסע בכיות, און דערנאך צוגעגאנגן צום יטב לב און עצי חיים, געליינט עטליכע קוויטלעך מבני המשפחה און דערנאך זיך משתטח געווען. בערך אום 8.45 איז דער רבי ארויס האבנדיג געפועלט אלעס גוטס לנו ולכל ישראל, דער רבי האט זיך געוואשן די הענט און צוריק געפארן לביתו נאוה קודש.
ארום 9:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו תפילת שחרית בהיכל ביהמ"ד בבנין עצי התמרים, און יורד געווען לפני התיבה ביומא דהילולא. פתיחה: הרב נפתלי הורוויץ שליט''א (לאנדאן), בעל קורא: נכד רבינו הב' מאיר אליעזר ט''ב ני''ו. עליות. כהן ר' פישל כ"ץ הי''ו (וומסב"ג), לוי: הרב אשר ישעי' הורוויץ שליט''א נכד בעל ההילולא, שלישי רבינו שליט''א, הגבה: ר' דוד אהרן שווארץ (ב''פ), גלילה ר' יעקב שלמה רובינפעלד (קר"י). נאכן ליינען האט רבינו שליט''א יא געזאגט די 5 יהי רצון.
נאכן דאווענען איז רבינו שליט''א אריין בחדרו הפרטי און געלייגט ר"ת תפילין, דערווייל איז אהנגערייט געווארן דאס ביהמ"ד צום 'מעמד לחיים וחגיגת הנחת אבן הפינה' פארן מרכז גדול ומפואר 'בנין הכנסת אורחים' אויפן שטח פונעם שוהל הויף. רבינו שליט''א איז ערשינען צום מעמד און דערציילט עובדות מגדולתו וקדושתו פונעם בעל ההילולא, און דערנאך ארומגערעדט מעניני המאורע פונעם בנין הכנסת אורחים וואס וועט געבויעט ווערן בעז"ה. דערנאך האט רבינו שליט''א ארויפגעלייגט ציגל פונעם ארגינעלן בנין וואס איז דארט געשטאנען, דער רבי האט געגאסן די צעמענט און געלייגט דעם אבן הפינה, און צוגעלייגט עטליכע מטבעות פון רביה"ק הברך משה זיע"א, מען האט געזינגט עטליכע ניגונים בגלל אבות, אהבת עולם תביא להם וכו'. מ'האט געענדיגט ארום 11:15, און מ'האט סערווירט א ברייטן פרישטאג פארן ציבור, ווי אויך צידה לדרך מיטצונעמען אינטערוועגנס.
אום 12 אזייגער זענען אלע באסעס פון אנ''ש געפארן צום עירפארט אין די שטאט באניע, דערווייל איז רבינו שליט''א ארויס אויף א שפאציר איבער די גאסן פון סיגוט און אויסגעשמועסט פארשידענע פאסירונגן וואס ער האט מקבל געווען מאביו הגדול רביה"ק בעל ברך משה זיע"א, און צוגעצייגט יעדע זאך וואס און ווי עס האט פאסירט.
ארום 1:10 האט דער רבי פארלאזט ברגשי געגועים דעם עיר האבות סיגוט, און אום 2:30 אהנגעקומען קיין באניע, ווי דער ספעציעלער טשארטער פליגער האט זיך געהויבן אום 3:15 קיין ווארשע, און פון דארט איז מען תיכף אריבער צו א פליגער קיין ניו יארק וואס האט זיך געהויבן 5:05. אויפן פליגער תיכף נאכ'ן זיך הייבן האט דער רבי געדאווענט מנחה אויפן פליגער און יורד געווען לפני התיבה לרגל ההילולא קדישא און געזאגט די קדשים. דערנאך האט רבינו שליט''א עוסק געווען בתורה אין די סוגיא פון שלא כדרך הנאתן און געשריבן חידו"ת פאר מערערע שעות, שפעטער האט דער רבי פארברענגט א לענגערע צייט אויפן פליגער מיט די געציילטע נדיבים וועלכע האבן פינאנצירט דעם געהויבענעם שב"ק ישיבה של מעלה, דער רבי האט דערציילט היסטארישע קאפיטל'ן און מערערע סיפורי קודש ותהליכות פון די אמאליגע יארן מימי נעוריו בצל הקודש פון אביו הגדול רביה"ק הברך משה זיע"א.
ברוך הבא בשם ה'! אום 8:20 אויפדערנאכט האט די פליגער בשעטו''מ געלאנדעט אינעם JFK עירפארט, און ארום 8:50 האט דער רבי פארלאזט דעם עירפארט לביתו נאוה קודש בקר''י.
אום 10:05 איז רבינו שליט''א אהנגעקומען לביתו נאוה קודש און איז אפגעווארט געווארן דורך די תלמידי המתיבתא, מען האט געזינגען ברוך הבא און אריבער שלום נעמען.
תיכף דערנאך איז דער רבי אריינגעקומען צו מעריב בביתו נאוה קודש, נאך מעריב זענען אנ''ש אריבער שלום נעמען.
קה זכות אבות יגן עלינו, וימלא משאלותינו במדה טובה ישועה ורחמים
▫️סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
Photos · 8
שליחא דידן ושליחא דכל קהל עדת ישראל כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א פוקד ציון הקדוש פון זקינו מרנא ורבנא הגה''ק בעל קדושת יו''ט זיע''א, בעיר האבות סיגוט, בעצם יומא דהילולא קדישא כ''ט שבט.
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביים פארלאזן עיר האבות סיגוט, און באגלייטונג פון אנ''ש בשירה וזמרה.
אשרי העם שככה לו אשרי העם שה' אלוקיו
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
Audio
דב''ק פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביים 'מעמד לחיים וחגיגת הנחת אבן הפינה' פארן מרכז גדול ומפואר 'בנין הכנסת אורחים' אויפן שטח פונעם שוהל הויף דק''ק סיגוט.
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביי תפילת שחרית, און ביים 'מעמד לחיים וחגיגת הנחת אבן הפינה' פארן מרכז גדול ומפואר 'בנין הכנסת אורחים' אויפן שטח פונעם שוהל הויף דק''ק סיגוט.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
News
ברוך הבא בשם השם
מאנטאג פר' תרומה 8:20 אויפדערנאכט אין די יעצטיגע מינוטען האט בשעטו''מ געלאדנט די פליגער פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א אינעם JFK עירפארט, נאכן געהויבענעם מסע הקודש ו'שבת ישיבה של מעלה' בעיר האבות סיגוט.
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביי תפילת מעריב און עריכת שלחן הטהור לרגל די הילולא קדישא פון זקינו מרנא ורבנא הגה''ק בעל קדושת יו''ט זיע''א, נעכטן זונטאג אויפדערנאכט בעיר האבות סיגוט.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
Report
באריכט מסע הקודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א, לעיר האבות סיגוט יצ"ו
זונטאג פרשת תרומה
אינדערפרי באשמורת הבוקר האט רבינו שליט''א עוסק געווען בתורה פאר עטליכע שעות פריוואט אינעם ספרים שטוב בביתו נאוה קודש, אויך האט רבינו שליט''א איבערגעקוקט דעם קונטרס חידושים וואס איז ארויסגעגעבן געווארן דורך תלמידי ישיבתינו הק' בירושלים עיה''ק וואס די בחורים האבן מחדש געווען און מעיר געווען געווען אויפ'ן רבינ'ס חידושים אין לב אהרן אויף די סוגיא פון ש''מ רבי עקיבא תלת, וואס דער רבי האט שפעטער משבח געווען פארן מנהל הישיבה.
אנגעהויבן שוין פון אום 8:00 אינדערפרי איז די ישיבה של מעלה שוין געווען איבערגעפילט מיט די הונדערטער בחורים אויף א צוויי שעה סדר, כפקודת הקודש פונעם ראש הישיבה מרן רבינו שליט''א, טראץ וואס מוצש''ק האט מען געענדיגט גאר שפעט.
ארום 10:20 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו תפילת שחרית, פאר'ן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר א בר מצוה בחור.
נאכ'ן דאווענען איז געווען צוגעשטעלט אין ביהמ"ד לייכטע מידי דמיזן פאר די בחורים.
נאך עטליכע מינוט איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אינעם פול געפאקטע ביהמ"ד און פארגעלערנט נאך א סוגיא שיעור, דער רבי האט אנגעהויבן אויף א קשיא וואס א תלמיד פון ישיבה קטנה בבני ברק האט אים צוגעשיקט בכתב אויפ'ן שיעור פון פרייטאג, דער רבי האט איבערגעזאגט די קשיא און געזאגט א שיינעם תירוץ געבויעט אויף א אור חדש, דער רבי האט געהייסן אלע בחורים אריינקוקן אינעם אור חדש אין די קובצים פון די סוגיא. דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען מיט א לענגערע פלפול אין די סוגיא, און ביים סוף געזאגט דברי פרידה פאר די בחורים און ארויסגעברענט וואספארא עונג רוחני און קורת רוח מען האט געהאט צו פארברענגןמיט די בחורים אין די לעצטע דריי מעת לעת, מען האט געזעהן כי זרע ברך ה' אזוי זעהן אויס תלמידים פונעם ייטב לב דאס איז די ישיבה וואס דער ייטב לב האט מייסד געווען, און מען דארף זעהן זיך צו פירן ווייטער אויף א אופן ווי עס פאסט זיך פאר א תלמיד פון דעי ישיבה, דער ייטב לב האט געזאגט אז ער וועט זיך נישט שעמען מיט זיינע תלמידים בזה ובבא, האט דער רבי געזאגט 'בזה' מיינט ווען דער ייטב לב איז געווען אויף דער וועלט און 'בבא' מיינט דעי וואס קומען דא לערנען אין די ישיבה פונעם ייטב לב ווען דער ייטב לב איז שוין אויף יענע וועלט, און אויפגעפאדערט די בחורים נישט צו רעדן מיט די תפילין, און צו לערנען ביתר שאת שעות רצופות פון ר''ח ביז פורים און מסיים געווען בברכות לרוב, מען זאל אהיימפארן לחיים ולשלום און זיך זעהן מתוך שמחה, און נאר הערן בשורות טובות.
דערנאך זענען די בחורים ארויף צום ציון הקדוש פון מרן הגה"ק בעל קדושת יום טוב זיע"א ערב יומא דהילולא, דערנאך איז געווען צוגעשטעלט א ברייטן פרישטאג, ארום 2:15 זענען די בחורים ארויף אויף די באסעס און פארלאזט עיר האבות סיגוט, תלמידי ארה''ק קיין באניא, און תלמידי אייראפע קיין סאטמאר, פון ווי זיי האבן גענומען די טשארטער פליגער אויף וועג אהיים מיטנעמענדיג מיט זיך הויפענעס השפעות, מלא חפנים בתורה וביראה, חיזוק והדרכה בכל תחומי החיים, וואס וועט זיי באגלייטן א גאנץ לעבן.
נאכמיטאג האט דער רבי אויפגענומען די שטאטישע באאמטע דעם גאווערנער און מעיאר פון די געגענט וועלכע שטייען צו הילף אין אלע ענינים ובפרט איבער די שטחים וואס באלאנגט פאר'ן שוהל הויף, אין די פארגאנגענהייט און בעתיד ווייטער צו קענען בויען די פרישע בנינים, דער רבי האט זיך באדאנקט און איבערגעגעבן א מתנה, און זיי האבן צוריקגעברעגט א מתנה פארן רבינ'ס שטוב.
נאך מנחה איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש א מעמד יסוד פארן נייעם היכל התורה דקהלתינו הק' במאנטשעסטער יצ"ו, ווי הרבני הנגיד ר' חיים יוסף גרינפעלד הי"ו אינאיינעם מיט זיין איידעם ר' שמואל בענעדיגט הי''ו האבן זיך אינטערגענומען צו בויען א פרעכטיגע היכל התורה. אויסער די ערשטע גרויסע נתינה פארן נייעם היכל פון הרבני הנגיד ר' אשר זעליג לעוו הי''ו בונה ומקים פונעם היכל התורה אין לאנדאן, האבן נאך עטליכע נגידים יעצט מנדב געווען פרישע גרויסע נתינות לכבוד הבית הגדול.
דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות און ווארעם מאציל געווען מברכות קדשו, און געזאגט בלשו"ק: 'א היכל התורה ביי אונז אין ביהמ"ד וועט אי"ה טוישן מאנטשעסטער'. דערנאך איז פארגעקומען א מעמד התמנות ווי רבינו שליט''א האט ממנה געווען 3 פרישע מורי צדק בקהלתינו הק' בירושלים עיה''ק.
די חשובע תלמידי חכמים מובהקים ויראי ה', ממובחרי קהלתינו הק', ה"ה הרה''ג ר' שמואל עקשטיין שליט''א מו''ץ בעדה החרדית ומרבני כוללינו, הרה''ג ר' שלמה בנעט שליט''א מראשי כוללינו, הרה''ג ר' משה יוסף שפילמאן שליט''א מראשי כוללינו.
דער רבי האט געטיישטש ואלה המשפטים אשר תשים לפניהם, ואלה מוסיף על הראשונים, די קהילה האט זיך ב''ה צווואקסן און מען דארף מוסיף זיין כוחות אין די קהלה, אויסערדעם וואס די קהלה פארמאגט א גאר חשובן דיין שליט"א פעלט זיך ב"ה אויס מ'זאל צולייגן נאך מו''צ וואס זאלן זיך אפגעבן מיט די חשובע אינגעלייט, און געבן שיעורים בכל חלקי השו"ע, און דערביי האט דער רבי אויפגעפאדערט צו גרינדען א בית הוראה, אשר משם יצא תורה והוראה און מסיים געווען בברכות קדשו.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואנטשן פאר די פרישע מורי הוראה 'שלא יצא מכשול מתחת ידים ולהורת את דבר ה' זו הלכה', און פאר די חברי הנהלת הקהילה הרה''ח ר' ישכר יאקאב הי''ו, הרה''ח ר' נתן בנימין ראטה הי''ו, הרה''ח ר' אהרן הערש היילברוין הי''ו, און ספעציעל פאר הרבני הנגיד ר' אברהם יושע העשיל הכהן גלאנץ הי''ו דער איש ירושלים פון ניו יארק. דערנאך איז דער גאנצער ציבור ארויס, און דער רבי איז געבליבן פריוואט מיט די מורי הוראה און האט געגעבן פארשידענע הדרכות פאר די פרישע מורי הוראה.
דערנאך איז געווען זמני כניסה פאר די הונדערטער אידן פרישע געסט פון איבער די וועלט, א לענגערע צייט ביז אום 10:15 אויפדערנאכט.
ארום 10:15 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען געזגענען דעם ציבור ביז אום 11:00, דאן האט דער רבי געלערנט פאר זיך אינעם ספר קדושת יו''ט.
דערנאך איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה''ט לרגל די הילולא קדישא פון זקינו מרנא ורבנא הגה''ק בעל קדושת יו''ט זיע''א, דער רבי האט זיך געוואשן צו די סעודה און געוואונטשן לחיים, און מען האט געזינגען מערערע נגונים וואס איז נתחבר און געזינגען געווארן בבית סיגוט, דעם אשת חיל ניגון, די נענועים ניגון און נאך.
מיט מכתם לדוד האט דער רבי מכבד געווען נכד בעל הילולא הרה''ג ר' ליפא ט''ב שליט''א דומ"ץ קהלתינו באנטוורפן.
רבינו שליט''א האט געזאגט א לענגערע ווארימע תורה און געזאגט אז ער איז ברור אז די קדושת יו''ט בענטשט אלע אידן, און דער קדושת יו''ט האט געזאגט אז זיין ברכה איז נישט קיין ברכה לבטלה נישט נאר יעצט נאר אויף שפעטער אויך, און מסיים געווען מיט ווארימע ברכות פאר אידישע קינדער. דערנאך האט רבינו שליט''א געבענטשט אויפן כוס.
נאכ'ן שלחה''ט האט רבינו שליט''א ממשיך געווען מיט די זמני כניסה ביז אין די שפעטע ביינאכט שעות.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
News
קה זכות אבות יגן עלינו
מאנטאג פארטאגס יומדהל"ק, 7:17 בעיר האבות סיגוט אין די יעצטיגע מינוטען גייט כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ארויף צום ציון הקדוש פון זקינו מרנא ורבנא הגה''ק בעל קדושת יו''ט זיע''א.