בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

באריכטן

← ווייזט אלעס

שבת קודשכ"א טבת תשפ"ג1/14/2023

באריכט
פרייטאג פרשת שמות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 8:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד בית חב''ד, בעל תפילה: הרה"ח ר' וואלף ברי"ד לאנדא הי''ו.
נאכן דאווענען האט הבה"ח שלמה זלמן ב"ר יצחק זאב פילעפף הי"ו (וומסב''ג) איבערגעגעבן א תירוץ אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט אין ישיבה פאר די בחורים, און די פרישע געסט האבן שלום גענומען.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג פרשת שמות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 8:15 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד בית חב''ד.
בעל תפילה: הרה"ח ר' וואלף ברי"ד לאנדא הי"ו, פתיחה: הרה"ח ר' אברהם אשר אנטשיל פעדער הי"ו (סקווירא), ראשון: רבינו שליט"א, שני: הר"ר אברהם דוד וואגשאהל שליט"א, שלישי: הגה''צ ר' יוסף ישראל אייזענבערגער שליט"א דומ"ץ שיכון סקווירא, הגבה: הגה"צ אב"ד היבנוב שליט"א, גלילה: הרה"ח ר' מענדל בער בר"א ווידער הי"ו (קר"י).

פארנאכטס ארום 5:35 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו תפילת מנחה, בעל תפילה: ר' חיים יעקב לעבאוויטש הי"ו (קר"י). צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בתורה אויף זיין פלאץ אין ביהמ''ד, און ביים זמן ר"ת געדאווענט מעריב, בעל תפילה: הרה"ח ר' שלמה הערש בר"מ עקשטיין הי"ו (קר"י).
נאך מעריב איז פארגעקומען די חאלאקע פאר הילד ב"ר מענדל בער ווידער הי"ו, דער רבי האט אפגעשניטן עטליכע האר, אנגעטוהן דאס קאפל און די ציצית און אנגעוואונטשן פארן אבי הבן, און פארן זיידן הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו ראה"ק בקר"י.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך פרשת שמות 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א, בעיר הנופש פאלם ספרינגס קאליפארניע

ארום 8:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד בית חב''ד. בעל תפילה: הר"ר חיים הערש מענדלאוויטש שליט"א.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די יומדהל"ק פון הרה"ק הבני יששכר זיע"א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און דערציילט סיפורי קודש פאר א לענגערע צייט.

נאכן דאווענען האט רבינו שליט"א אהיים שפאצירט, אויפן וועג אהיים האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבערן בני יששכר זיע"א, די גלילות פונעם שטאט סיגוט און די רבנות פון הרה"ק ר' אלעזר ניסן זיע"א אין שטאט סיגוט.

פארנאכטס ארום 5:40 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מנחה, בעל תפילה: הר"ר אברהם דוד וואגשאהל שליט"א (מאנסי). צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בתורה אויף זיין פלאץ אין ביהמ''ד, און ביים זמן ר"ת ארום 6:10 געדאווענט מעריב, בעל תפילה: הרה"ח ר' וואלף ברי"ד לאנדא הי"ו (קר"י).

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

מיטוואךי"ח טבת תשפ"ג1/11/2023

באריכט
דינסטאג פרשת שמות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 8:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד בית חב''ד. בעל תפילה: הר"ר חיים הערש מענדלאוויטש שליט"א. נאכן דאווענען האט הרה"ח ר' שמואל וואסערמאן הי"ו מחשובי חסידי פאפא בוומסב''ג, איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א א סעט פון די נארוואס ארויסגעקומענע 'ספרי ההצלה' פון הצלת הרה"ק ר' אהרן מבעלזא זצ''ל פונעם צווייטן וועלט מלחמה און עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס.

פארנאכטס ארום 5:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד בית חב''ד.
עס האט שלום גענומען הרה"ג ר' יוסף ישראל אייזענבערגער שליט"א דומ"ץ שיכון סקווירא וועלכע וויילט אין די יעצטיגע טעג אויף אפרוה, און עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס.
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בתורה, און ביים זמן רבינו תם האט מען געדאווענט מעריב.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מאנטאג פרשת שמות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 8:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית בבית הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו.
בעל תפילה: הר"ר חיים הערש מענדלאוויטש שליט"א (קר"י), פתיחה: הר"ר משה ברוך זילבער שליט"א (ב"פ), ראשון: רבינו שליט"א, שני: הרה"ח ר' יצחק דוד לאנדא הי"ו (וומסב''ג), שלישי: חדב''ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט''א, הגבה: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו (קר"י), גלילה: הרה"ח ר' ישראל משה לאנדא הי"ו (קר"י).

אין די פארמיטאג שעה'ן ארום 11:15 איז רבינו שליט''א - כדרכו בקודש - געגאנגען שפאצירן בנאות דשא, ווי עס איז פארפירט געווארן א הערליכע שמועס בדברי תורה וחסידות, מנהגי קודש וסיפורי צדיקים.

פארנאכטס ארום 5:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מנחה בבית הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו, בעל תפילה: הרה"ח ר' אברהם יודא לעבאוויטש הי"ו (וומסב''ג).
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בתורה, און הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו האט פארגעלערענט זיין טעגליכע שיעור חומש רש"י.
ביים זמן רבינו תם האט מען געדאווענט מעריב. בעל תפילה: הר"ר חיים הערש מענדלאוויטש שליט"א.
נאך מעריב האבן שלום גענומען עטליכע געסט וואס זענען געקומען אויף מנוחת הנפש, צווישן זיי הגאון ר' משה שמעון הלוי וואזנער שליט"א אבד"ק שבט הלוי בלעיקוואד.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
זונטאג פרשת שמות 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענגע בר מצוה בחורים.
ב"ר משה סטרולאוויטש הי"ו.
ב"ר יואל ברי"ח ווייס הי"ו.
ב"ר מרדכי אפרים פישל פייערווערקער הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א שיעור סוגיא בשיעורי הישיבה, און דערביי איבערגעלאזט א קשיא פאר די בחורים אין די סוגיא איידערן אפרייזן למנוחת הנפש. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי, און מען האט ארויסבאגלייט רבינו שליט"א מיטן ניגון כי מלאכיו.

ארום 1:20 האט רבינו שליט''א פארלאזט ביתו נאוה קודש אין קרית יואל אויפן וועג צום סטוארט עירפארט פון ווי דער רבי איז אפגעפלויגן מיט א פריוואטן פליגער קיין פאלם ספרינגס קאליפארניע, ווי דער רבי וועט זיך אויפהאלטן אויף מנוחת הנפש ביז קומענדיגען מיטוואך בשלח הבעל"ט.

אום 2:33 האט זיך בשעטו''מ געהויבן די פריוואטע פליגער, אויפן פליגער האט רבינו שליט''א עוסק געווען בתורה א לענגערע צייט, און געשריבן חידו"ת.

ארום 4:55 נאכמיטאג אין פאלם ספרינגס קאליפארניע האט געלאנדעט דער פליגער אינעם פאלם ספרינגס אינטערנעשענעל עירפארט, ווי דער רבי איז אפגעווארט געווארן דורך אנ''ש וועלכע וויילן דארט אויף אפרוה.

פונעם עירפארט איז רבינו שליט''א תיכף צוגעפארן צו ביתו נאוה קודש די יערליכע אכסניא אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' הערשל שפיץ הי''ו.

פארנאכטס ארום 5:40 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מנחה בבית הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו, צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בתורה, און ביים זמן רבינו תם האט מען געדאווענט מעריב. בעל תפילה: הב' מענדל בער ווייזער ני"ו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מוצש''ק פרשת ויחי 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 10:00 איז רבינו שליט''א אריבער אינעם אודיטאריום בבנין הבית רחל צום סיום ששה סדרי משנה דורך די הונדערטער ילדי תשב''ר פון מתמידים רץ למשנה, ווי עס זענען אויך אנוועזנד געווען זייערע עלטערן און זיידעס.
עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' לייביש ליש הי"ו, און דערנאך איז פארגעקומען דער סיום ששה סדרי משנה ווי יעדע אינגל האט געלערענט א משנה צו ענדיגן גאנץ ששה סדרי משנה אויף איינמאל, דער רבי האט געטרינקן לחיים און משמיע געווען דב"ק ארויסברענגענדיג די חשיבות פון די קינדער וואס געבן אוועק פון זייער צייט צו לערנען משניות, און די שטאלץ וואס עס איז פאר קרית יואל אז אזויפיל קינדער ענדיגן משניות, און געזאגט אז ער האט אויך די זכי' צו זיין א זיידע פון עטליכע אייניקלעך מסיימים, און מסיים געווען בברכת קדשו.

דערנאך ארום 10:30 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין ביהמ"ד אהל פיגא צום שמחת התנאים בחצרות קדשינו הכלה בת חדב''ן הגה"צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א, מיט החתן בן הרה''ג רבי ארי' מנחם מענדל רובין שליט''א בן הגה"צ ר' יחזקאל שרגא רובין שליט"א אבד"ק טאמאשוב שליט"א (ב"פ) וחתן הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א.
מען האט געזינגען די זמירות מלוה מלכה, און עס האבן אויפגעטרעטן די זיידעס הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א, און האדמו"ר מטאמשוב שליט"א.
רבינו שליט''א האט מסדר געווען די תנאים, די עדות זענען געווען הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו און הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו, ערב קבלן מצד החתן: הר"ר יחיאל יקותיאל יודא רובין שליט"א, ערב קבלן מצד הכלה: הרה"ח ר' חיים ידידי' פישער הי"ו.
דערנאך האט אויפגעטרעטן דער זיידע כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, און דערנאך האט דער רבי מכבד געווען האדמו''ר מדושינסקיא מיט קריאת התנאים.
רבינו שליט''א האט דערנאך משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק המגיד מראשית אחרית וכו', און געטיישטש איבער די מחלוקת הצדיקים צו הקב"ה דארף קודם משפיע זיין רוחניות אדער קודם גשמיות און מסיים געווען בברכת קדשו.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס און פארן גאנצן ציבור, און דערנאך איז דער ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב.
ברכהמ''ז: דער חתן הרב ישעי' שליט"א, אויפן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די כלה. מען האט געענדיגט ארום 12:10.

נאכן תנאים איז רבינו שליט''א אריבער אין שטוב פון האברך הנגיד ר' אלטר ברוך בר"מ לעווי הי"ו בגלילות קר"י, דער רבי האט קובע מזוזה געווען אויפן הויפט אריינגאנג, דערנאך איז פארגעקומען א חתימות שטרות ווי די 'מלוה מלכה חבורה' האבן אינאיינעם אפגעקויפט א כתה צו ווערן א שותף מיט מרן רבינו שליט"א אינעם בנין בית רחל החדש במוסדות קר''י, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרי שותפות, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים ווי דער רבי האט קורא שם געווען פארן כתה 'חדר שבת אחים' און מאציל געווען מברכות קדשו אז אלע שותפים זאלן אליינס זוכה זיין צו קויפן א כתה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

זונטאגט"ו טבת תשפ"ג1/8/2023

באריכט
שב"ק פרשת ויחי 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

ערש''ק נאכמיטאג האט רבינו שליט''א אהנגעטוהן די שטריימל פאר די חתנים.
הב' החתן יוסף מענדל בן הר''ר חיים בנימין כהנא שליט''א.
הב' החתן יצחק בן הרה''ג ר' חיים לייב זילבערשטיין שליט''א.

פרייטאג צונאכטס ארום 5:20 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה.
נאך מנחה האט אויפגעטרעטן הרה''ג ר' לייביש וויינפעלד שליט''א לטובת דעם דיוס קאמפיין דקהלתינו הק', קבלת שבת: הר''ר חיים בנימין כהנא שליט''א מספינקא קר''י.

מען האט געענדיגט דאווענען ארום 7:00, דער עולם איז אריבער געגאנגען גוט שבת זאגן, און רבינו שליט''א איז אהיים לביתו נאוה קודש.

דער רבי האט נישט געזאגט פאר די סעודה דעם זוהר לליל שב"ק, ארום 8:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה"ט בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, און אנגעהויבן כדרכו בקודש 'שלום עליכם' ברגש ובנעימה.

אשת חיל: נכד רבינו הב' מאיר אליעזר טייטלבוים בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה''ג ר' יוסף הערש סופר שליט''א מו''ץ בקהלתינו. מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' יושע עסטרייכער שליט''א (לאנדאן).

פאר די תקופה האט דער רבי ארויפגעלייגט אויף די חלה א מעסער.
די דברות קודש האט רבינו שליט''א אנגעהויבן אויפן פסוק 'ושמרו בני ישראל את השבת', און מאריך געווען א קארגע שעה מעניני דיומא: "היינט נאכט ריפט מען ניטל נאכט עס איז אראפגעקומען אויפן וועלט די גרויסע טומאה, מנהג ישראל תורה נישט צו לערנען און צדיקים האבן געזאגט אז אויב מען לערנט געט עס כח פאר די טומאה, די חכמים אין די צייט פונעם אותו האיש האבן זיך משתדל געווען צו ריקן זיין רוה טאג פון שבת אויף זונטאג מען זאל נישט זיין אויסגעמישט מיט זיי, אז עס געפאלט שבת דעם טאג רוף מיר אויס מיט דעים אז מיר גלייבן נישט און דעם אותו האיש, אדרבה שבת איז שמא דקודשא ברוך הוא, מ'גלייב מיר נאר אין איין בורא און אין דברי חכמינו ז''ל, און געשמועסט באריכות גדול איבער דעם טאג ניטל, דער אלטער לוח און די נייע וואס גייט לויטן הילוך החמה, און די שקר פון זייער עבודה זרה און די שווארצע היסטאריע פון דעי קליפה וואס האבן געהארגעט מיליאנען נפשות יקרות מישראל במשך דיך יארן, און די טומאה וואס גייט אן עד היום הזה ביז עס וועט נתקיים ווערן די הבטחות ונקיתי דמם לא נקיתי אויף די פארגאסענע אידיש בלוט".

קה אכסוף: הרה''ח ר' בנימין ארי' גליק הי''ו (מאנסי), ברכהמ"ז: חדב''ן הגה''צ ר' יוסף רוקח שליט''א רב דביהמ''ד קול אליהו.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הגה''ק בעל ארי' דבי עילאי זיע''א, וואס די יארצייט געפאלט דינסטאג י''ז טבת. קה רבון עלם: הרה''ח ר' יוסף משה אונגאר הי''ו (מאנסי).

די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות, אז ביום השביעי: הרה''ח שלמה הערש ראזענפעלד הי''ו. מען האט געענדיגט ארום 12:00.

וביום השבת קודש

שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 9:20. פסוקי דזמרה: הרה''ג ר' חיים לייב זילבערשטיין שליט''א, צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען, און צוגעשיקט צו חזרת הש''ץ הגה''צ ר' מאיר צוויבל שליט''א.

הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' אברהם צימערמאן הי''ו, פסוקי שמע ישראל: הרה''ח ר' יצחק דוד לאנדא הי''ו (וומסב''ג).

עליות. כהן: החתן בן הר''ר חיים בנימין כהנא שליט''א - באווארפן. לוי: הרה''ח ר' נפתלי צבי פסח אונגאר הי''ו (וומסב''ג). שלישי: החתן בן הר''ר שמואל שלמה טעללער שליט''א - באווארפן. רביעי: החתן בן הרה''ג ר' חיים לייב זילבערשטיין שליט''א - באווארפן. חמישי: הרה''ח ר' אלישע הורוויץ הי''ו. שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי די פאלגענדע בעלי שמחה.
הר''ר מרדכי ישעי' קויפמאן שליט''א.
ר' דוד יודא ברח''י האלפערט הי''ו.
ר' חיים הערש קויפמאן הי''ו (וומסב''ג).
ר' לוי יצחק שעהנברוין הי''ו.
ר' אברהם חיים אונגאר הי''ו.

שביעי: החתן בן הר''ר בעריש גראס שליט''א. הוספות: החתן ב''ר יואל מיטטלמאן הי''ו. החתן ב''ר יושע הערש גליק הי''ו. אחרון: הרה''ח ר' חיים אליעזר גראס הי''ו (וומסב''ג), מפטיר: הרה''ח ר' אייזיק זילבערשטיין הי''ו. הגבה: הרה''ג ר' הערשל טעללער שליט''א (וומסב''ג). גלילה: הרה''ח ר' יואל בר''י מיטטלמאן הי''ו.

מוסף: הרה''ג ר' מרדכי מענדל שווארץ שליט''א ראה''כ בראד. פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' יושע הערש גליק הי''ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 12:20.
רעוא דרעווין

צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 5:15. מנחה: הרה''ח ר' אברהם משה טויב הי''ו, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' משה אפרים הערשקא הי"ו (וומסב''ג). כהן: הרה''ח ר' חיים טורנהיים הי''ו. לוי: הרה''ג ר' שמואל אפרים גאלד שליט''א. שלישי: חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א. הגבה: רבינו שליט"א. גלילה: הר''ר שמואל שלמה טעללער שליט''א.

זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה''ח ר' נח גפן הי''ו. שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויפן פסוק 'ויקרא יעקב אל בניו ויאמר האספו' און געטייטשט אז די טעג פון דעי סדרות האט די אר''י הקדוש מגלה געווען איז מסוגל צו מתקן זיין תשובה ותיקון המעשים בעניני קדושה, אז די כוחות הטומאה זענען אזוי גרויס ווי קען זיך א בשר ודם קריגן מיט א מלאך, נאר מיטן כח הקדושה פון יעקב אבינו וואס איז אריבער צו זיינע קינדער, אבער אז מען גייט נאך תאוות עולם הזה פארלירט מען דעם קשר מיט יעקב אבינו, נאר די עצה איז צו גיין אין מקוה לשם טהרה וואס האט זיך מרומז די שם הקדוש יב''ק און עוסק זיין בתורה וואס ע' פנים לתורה וואס צוזאמען שטעלט עס די נאמען פון יעקב אבינו און מען האט די כח הקדושה זיך מתגבר צו זיין אויף די חיצונים.

ידיד נפש: הרה''ח ר' משה חיים ווערצבערגער הי''ו (מאנטרעאל). קל מסתתר: הרה''ג ר' בעריש גראס שליט"א (מאנטרעאל). רבינו שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.

מעריב מוצ"ש: הרה''ח ר' אלישע הורוויץ הי''ו. נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך.

דערנאך איז רבינו שליט''א ארויף אין חדר יצחק מארקאוויטש בביהמ''ד הגדול ווי עס זענען געזיצן די חבורות הלכות שבת לערב שבת ומוצאי שבת און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים מיט א גרויס קורת רוח. דערנאך האט מען ארויסבאגלייט רבינו שליט''א בשירה וזמרה 'כי מלאכיו יצוה לך' לרגל דאס אפרייזן אויף מנוחת הנפש קיין פאלם ספרינגס קאליפארניע. מען האט געענדיגט ארום 7:50.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
פרייטאג פרשת ויחי 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יצחק עפשטיין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה גדולה עסק התורה מאנסי, אין ביהמ"ד מהרש"א דקהלתינו הק'. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים.
ב"ר ישראל לאנדא הי"ו.
ב"ר יואל בר"י שפילמאן הי"ו.
ב"ר בערל מרגליות הי"ו.

נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א פארגעלערנט א שיעור אין איינע פון די שיעורי הישיבה במסכת פסחים, און דערביי האט דער רבי איבערגעלאזט א קשיא פאר די בחורים, איידערן אפרייזן למנוחת הנפש אויף פאלם ספרינגס קאליפארניע היינט זונטאג.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים ווי דער רבי האט געשמועסט מיט די בחורים איבער עטליכע שאלות בעניני ניטל און מנהגים פון קידוש לבנה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים און אלע תלמידי הישיבה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג פרשת ויחי 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יוסף צוויבל הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים.
ב"ר בערל זאבעל הי"ו.
ב"ר ישעי' גרינפעלד הי"ו (וומסב''ג).
ב"ר יקותיאל יצחק פראנקעל הי"ו (וומסב''ג).
ב"ר אסף וואהלבערג הי"ו (ב''פ).
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם וועכנטליכן שיעור סוגיא בשיעורי הישיבה, און דערביי איבערגעלאזט א קשיא פאר די בחורים אין די סוגיא איידערן אפרייזן למנוחת הנפש אויף פאלם ספרינגס קאליפארניע היינט זונטאג שמות. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

ארום 1:30 איז רבינו שליט''א אנגעקומען בבית מדרשינו הגדול 'בית שמואל' בשכונת בלומינגראוו, צום מעמד יציקת הבורות פאר די נייע מקוה מפארה.
קודם איז דער רבי אריין בהיכל הביהמ''ד און באגלייטונג פון הגה''צ ר' יואל האלבערשטאם שליט''א רב דקהלתינו בלומינגראוו און הרה''ח ר' יצחק עקשטיין הי''ו מגדולי עסקני בלומינגראוו וקהלתינו הק', ווי דער רבי האט זיך אומגעקערט אויף די הרחבת גבולי הקדושה אינעם נייעם היכל הביהמ"ד.
דערנאך איז דער רבי אראפ און זיך אומגעקערט אויף די נייע מקוה און געגאסן די יסודות און דערנאך מכבד געווען הגה"צ רב דקהלתינו בלומינגראוו שליט''א, און חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א יו"ר וועד לעניני מקוואות שע"י בית הוראה דקר''י, די רבנים פון די געגענט, נדבני המקוה און די עסקנים ותושבי השכונה, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד עס האט אויפגעטרעטן הגה''צ רב דקהלתינו בלומינגראוו שליט''א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און דערנאך משמיע געווען דברות קודש איבער דאס חשיבות פון בויען א מקוה, און מסיים געווען בברכת קודש. מען האט געענדיגט ארום 2:05.
דערנאך איז דער רבי צוגעפארן אין די דאלאס געגנט ווי הנהלת קהלתינו הק' האט אפגעקויפט א שטח ווי עס וועט געבויעט ווערן א נייע ביהמ''ד פאר די געגענט.

ארום 5:20 האט רבינו שליט''א געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

ארום 7:00 איז רבינו שליט''א אריבער אין די זאלן פון קרן ויואל משה ווי עס איז פארגעקומען דעם מעמד ליל הסת"ם, צום ערשטן מאל א 'קיבוץ גדול לכל עניני סת"ם' צוגעשטעלט דורך וועד לעניני סת"ם שע"י בית הוראה, דער רבי איז ארום אין באגלייטונג פון הרה"ג ר' וואלף אהרן טעלער שליט"א מנהל מבצר הכוללים, וועלכע האט אנגעפירט מיטן מעמד, און זיך אומגעקוקט פאר א לענגערע צייט אויף אלע אפטיילונגען, צווישן אנדערע אויף די אויסשטעלונג פון מזוזות געשריבן דורך נאענט צו 50 קרית יואל'ע סופרים מומחים, עיבוד עורות, פסול'ע מזוזות, באשטעלן מזוזות, בדיקת תפילין ומזוזות, און נאך, דער רבי האט ארומגערעדט מיט די רבנים, סופרים, און עסקנים און דערביי געוויזן עטליכע פסול'ע מזוזות און מאציל געווען מברכות קדשו.

פון דארט ארום 7:30 איז רבינו שליט''א אריבער בבנין הבית רחל בנין הירש ג''ב לאנדא, ווי עס קומט פאר די מתמידים רץ למשנה, דער רבי איז ארום צווישן די טישן און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים מיט א שטארקע קורת רוח און מאציל געווען מברכות קדשו.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 7:45 ביז 1:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים הר"ר ליפא סאמעט שליט"א - ר' יואל שמאיע הי"ו.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו'''פ אריבער הונדערט אינגעלייט לומדי הכולל וועלכע האבן איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א גרעסערע נדבות פאר די מקוה טהרה בקר''י וואס ווערט יעצט איבערגעבויעט, לאור קריאת הקודש פונעם רבי'ן פארגאנגענע וואך ביים באזוך בהיכל מבצר הכוללים.

אזוי אויך זענען אריין בקו'''פ הנהלת קהלתינו הק' פון בלומינגראוו אין שפיץ פון הגה"צ רב דקהלתינו בלומינגראוו שליט''א, אינאיינעם מיט ראשי קהלתינו הק' און די חברי וועד השכונות קר''י, לרגל דאס אפקויפן א ריזן שטח פאר בית מדרשינו החדש בשכונת דאלאס אין בלומינגראוו, זיי האבן אנגעפרעגט אויף פארשידענע פלענער און אפציעס, און דערביי האט דער רבי ארומגערעדט דברי חיזוק והדרכה פאר אנשי שלומינו תושבי בלומינגראוו, און מאציל געווען מברכות קדשו.
רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 11:40, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
נאך די זמני כניסה אום 1:30 זענען אריין בקו'''פ די עסקנים פון די צדק ארגאנאזאציע אין שפיץ פון העסקן הרה''ח ר' משה מארגרעטן הי"ו, זיי האבן איבערגעגעבן א באריכט פון די פולע פעולות לטובת אחב''י יושבי חושך וצלמות, ווי מ'האט אהנגעפרעגט דעם רבי'ן דעת קדשו אויף פארשידענע ענינים, און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך פרשת ויחי 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן.
לבן הנולד אצל ר' שלמה מנשה בר"י פאלקאוויטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' אליעזר זוסיא סופר הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים.
ב"ר שמואל בראך הי"ו.
ב"ר יצחק ווייזער הי"ו.
ב"ר יצחק גרובער הי"ו.
ב"ר אשר שמואל כ"ץ הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכע תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ז פסוק ח'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און אום 5:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' יושע הערש גליק הי"ו (וומסב''ג) - הרה''ג ר' שמואל אפרים גאלד שליט''א, באולם כינור דוד.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 7:30 ביז 11:50 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים הר''ר נחום שמשון שווארטץ שליט''א - ר' שמואל יוסף עקשטיין הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:50.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג