ליל הסת"ם ערשטמאליגע קיבוץ גדול לכל עניני סת"ם קומט פאר היינט אויפדערנאכט אין די זאלן פון קרן ויואל משה אין קר''י, עפ"י הוראת כ"ק מרן רבינו הגה''ק שליט"א צו נאנטברענגען די היימישע סופרים מיט'ן ציבור און דער המון עם זאל זיך באקענען מיט'ן רודערדיגער עולם הסת"ם, כדי צו פארמיידן די שרעקליכע מכשולות פון אימפארט מזוזות און אנדערע סת"ם סחורה. דאס וועט אי"ה נאכגעפאלגט ווערן אין די קומענדיגע חדשים מיט מערערע אזעלכע קיבוצי הסת"ם אין אנדערע חרדישע מקומות.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
אינהאלטספולע אסיפה פארגעקומען היינט מיטאג פאררופען דורך הרבנית הצד' תליט''א, בביתו נאוה קודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א, ווי עס האבן זיך באטייליגט צווישן אנדערע דער קאמישענער און דער דעפיוטי קאמישענער פון די סטעיט העלט דעפארטמענט און זייערע געהילפן, גרויסע דאקטוירים, ראשי העסקנים דקהלתינו פון וומסב"ג און קרית יואל, אנפירער פון מערערע גרויסע ארגענעזאציעס און ראשי חברה הצלה פון איבער גרעיטער ניו יארק, ווי מען האט אויסגעשמועסט און אויסגעארבייט פארשידענע וואוילטעטיגע הילף למען חולי ישראל אין די שפיטעלער פון ניו יארק סטעיט, וואס די הויכגעשעצטע גאווערנער האוקעל יר"ה האט פארשפראכן ארויסצוהעלפן, בעת איר באזוך ביים רבי'ן שליט"א אין די טעג בעפאר די פארלאפענע וואלן.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Wednesday11 Teves 57831/4/2023
Report
דינסטאג פרשת ויחי עשרה בטבת 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אינאיינעם מיט תלמידי המתיבתא סניף עצי חיים שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים, ב"ר אברהם שמואל געשטעטנער הי"ו, ב"ר משה בער אפפעל הי"ו, ב"ר משה לוי ברוין הי"ו. ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
ארום 5:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש, און ביים ליינען עולה געווען שלישי - מפטיר, ארום 5:45 האט דער רבי געדאווענט מעריב.
אויפדערנאכט איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה. זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 9:00 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקו"פ נכדו הרב ר' דוד טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א ומשפ' לרגל שמחת החאלאקא פון בנו ני"ו. אזוי אויך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די שמחת קישור החיתון פון די מחותנים הרה"ח ר' יצחק זאב פילאפף הי"ו און הרה''ח ר' שמחה פנחס פריעדמאן הי"ו, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
Report
מאנטאג ויחי 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים. ב"ר משה מנחם זאב דרוממער הי"ו (מאנסי). ב"ר מנחם יעקב קליין הי"ו (מאנסי). ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ז פסוק ח'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות איז רבינו שליט''א געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און אום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:00 ביז 11:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' אשר ראובן פרנס הי"ו (מאנסי) - ר' מיכאל חיים דוב ראלניצקי הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
מוצש''ק פרשת ויגש 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
נאך הבדלה זענען אריין בקו'''פ בביתו נאוה קודש, די בחורים מזמרים וועלכע פירן אן מיט די ניגונים מידי שבת בשבתו ביים שלחן הטהור פון רבינו שליט"א, דער רבי האט פארטיילט מטבעות און ווארעם אנגעוואונטשן. דערנאך האט דער רבי פארטיילט מטבעות פאר די בחורים וועלכע האבן ארויסגעהאלפן במשך די ימי החנוכה ביי די מעמדי הדלקת נר חנוכה בצל הקודש.
ארום 10:45 איז רבינו שליט''א אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' שאול פריעדמאן הי"ו מראשי קהלתינו הק' אין ב"פ ווי עס איז פארגעקומען א חתימת שטרות לטובת די מקוה טהרה החדש, נאכן אינטערשרייבן די שטרות האט דער רבי געטרינקן לחיים ומאציל געווען מברכות קדשו.
ארום 11:15 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס צום 'מסיבת מלוה מלכה ואסיפת התחזקות' פאר אלע רמ"י המתיבתא, עס האט ממשיך געווען מיט די דרשה הרה''ג ר' יחזקאל ווייס שליט"א, און דערנאך האט אויפגעטרעטן הגה''צ ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א רב דביהמ''ד דברי חיים ור''מ במתיבתא. רבינו שליט''א האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען לענגערע דב"ק והדרכה פאר די מגי"ש און מסיים געווען בברכת קדשו, מען האט געענדיגט ארום 12:45.
זונטאג פרשת ויחי
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים. ב"ר אברהם לעווי הי"ו (וומסב''ג). ב"ר קלמן אליעזר לעווי הי"ו (מאנטרעאל). נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ז פסוק ב'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און אום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' אליעזר מנחם שווימער הי"ו (וומסב''ג) - ר' זלמן לייב גראסבארד הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:15 ביז 1:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים הר''ר מאיר מרדכי בודק שליט''א - הר"ר אלעזר רובינפעלד שליט"א. ר' יואל ברי"י ראזענפעלד הי"ו (מאנטרעאל) - ר' יואל ברמ"י ווייס הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:40, און נאך מעריב מחדש געווען די לבנה פארנט פון ביתו נאוה קודש, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Sunday8 Teves 57831/1/2023
Report
שב"ק פרשת ויגש 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
פרייטאג צונאכטס ארום 5:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' יודל פריעדמאן הי''ו.
אשת חיל: נכד רבינו הב' מאיר אליעזר טייטלבוים בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א, הגבהת הכוס לקידוש: הרה''ג ר' יקותיאל יצחק בראך שליט''א מנאנאש, בני ברק.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה''ג ר' יואל בר''ב בערגער שליט''א, מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' יוסף שמואל בערקאוויטש שליט''א מו''ץ בקהלתינו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ובני דן חושים' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא צו ארץ ישראל מוחזקת לנו מאבותינו.
קה אכסוף: הרה''ג ר' יקותיאל יצחק בראך שליט''א מנאנאש, ב"ב. ברכהמ"ז: האדמו''ר מסערעדנא בני ברק שליט''א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הגה''ק הדברי יחזקאל משינאווא זיע''א, וואס די יארצייט איז געווען פרייטאג ו' טבת. קה רבון עלם: הרה''ח ר' ישראל שטערן הי''ו (ב''פ).
די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות, אז ביום השביעי: הרה''ח ר' ישראל בלייער הי''ו (מאנטרעאל). מען האט געענדיגט ארום 11:20.
וביום השבת קודש
שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 9:20. פסוקי דזמרה: הרה''ג ר' יקותיאל יצחק בראך שליט''א מנאנאש, צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען.
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מרדכי הערש פארקאש הי"ו, פסוקי שמע ישראל: ר' אהרן זילבערשטיין הי"ו (וומסב''ג).
נאכ'ן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי די פאלגענדע בעלי שמחה. הרה''ח ר' אברהם משה טויב הי"ו. הרה''ג ר' יקותיאל מנשה ווערצבערגער שליט''א. ר' שלום יואל פריעד הי"ו.
שביעי: החתן ב"ר אברהם יושע גלויבער הי''ו, הוספה: החתן ב"ר חיים הערש קאהן הי"ו, אחרון: האדמו"ר מסערעדנא ב"ב שליט"א, מפטיר: הרה"ח ר' ישראל שטערן הי"ו, הגבה: הר"ר יחיאל יצחק שפיטצער שליט"א, גלילה: הרה"ח ר' חיים רובין הי"ו (ב''פ).
מוסף: הרה"ג ר' אברהם שלום פריעדמאן שליט"א מראשי מבצר הכוללים, פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' דוד חיים מאשקאוויטש הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 12:20.
ביים קידוש בביתו נאוה קודש האט מען געזינגען ניגוני שמחה לרגל די שמחת הקידושא רבה פון נכדת רבינו בת הנולדה אצל הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א, די שמחת הקידושא רבא איז פארגעקומען אין ביהמ"ד עצי חיים סיגוט אין וומסב''ג בהשתתפות קהל רב מחברי קהלתינו וומסב"ג, ויקרא שמה בישראל הינדא ע"ש הרבנית מקיוויאשד ע"ה.
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל''ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 5:15. מנחה: הר''ר חיים אלישע גראסמאן הי"ו, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' משה אלי' רובין הי"ו, כהן: הרה"ח ר' יואל ברי"מ פאללאק הי"ו, לוי: הרה"ח ר' משה ווערצבערגער הי"ו (מאנטרעאל), שלישי: הרה"ח ר' אהרן שאול סאנדעל הי"ו, הגבה: רבינו שליט''א, גלילה: הרה"ח ר' ישראל בלייער הי"ו.
זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה''ח ר' נח גפן הי''ו, שיר המעלות: הרה''ח ר' משה גאלדשטיין הי''ו.
ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויפן פסוק 'וישלחינו אלקים לפניכם לשום לכם שארית בארץ' און געטייטשט אז די מידות מגונות פון קנאה תאוה וכבוד מוציאין את האדם מן העולם עס מאכט פארלירן די תואר אדם, און דאס איז געווען די עבודה פון יוסף הצדיק ושני בניו מנשה ואפרים עוקר צו זיין דעי מדות רעות און עס אויסלערנען פאר כלל ישראל, און אזוי האט מען זוכה געווען צו קבלת התורה.
ידיד נפש: הרה''ג יודא בער טעללער שליט"א (וומסב''ג), קל מסתתר: הרה"ח ר' אברהם חיים גאלדמאן הי"ו (לאנדאן). רבינו שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.
דערנאך איז רבינו שליט''א אראפגעגאנגען אין היכל ראזענבערג ווי עלטערן מיט די קינדער לערנען אינאיינעם במסגרת 'ושננתם לבניך', דער רבי האט ארום שפאצירט צווישן די טישן און זיך אימגעקוקט מיט א שטארקע קורת רוח א לענגערע צייט. מען האט געענדיגט ארום 7:45.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
פרייטאג ויגש 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אייזיק ליפא מארקאוויטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר יואל טאבאק הי"ו. דער רבי האט געצינדן 5 ליכט לרגל די יומדהל"ק פון הגה''ק משינאווא זיע''א, און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
Report
דאנערשטאג פרשת ויגש 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים. ב"ר משה יצחק העללער הי"ו (וומסב''ג). ב"ר מאיר משה לעבאוויטש הי"ו (וומסב''ג). ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ז פסוק ב'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
מיטאג ארום 1:40 איז רבינו שליט''א אנגעקומען בהיכל מבצר הכוללים בקר''י, דער רבי האט זיך צום ערשט אומגעקוקט אויף די בוי ארבעט אויפן נייעם היכל הכולל ביים אינטערשטן שטאק להרחיב גבולי הקדושה, דערנאך איז דער רבי ארויף אויף די אויבערשטע שטאקן און זיך ארומגעדרייט צווישן די נאענט צו טויזענט לומדי הכולל מיט א שטארקע קורת רוח, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש, און צווישן אנדערע ארומגערעדט איבער די חשיבות פון שטיצן די מקוה טהרה, און געבעטן די לומדי הכולל זיך צו משתתף זיין מיט גרעסערע סכומים ולכה"פ מיט $2,600 פארן נייעם מקוה טהרה וואס ווערט יעצט געבויעט, און מסיים געווען בדברי ברכה.
נאכמיטאג ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה, און מעריב ארום 6:00 בביתו נאוה קודש, פאר מעריב האט דער רבי געצינדן 5 ליכט לרגל די יומדהל"ק פון דו"ז הרה"ק בעל דברי יחזקאל משינאווא זיע''א.
ארום 6:30 איז רבינו שליט''א אנגעקומען צום בנין הבית רחל 'בנין לאה אסתר' אין קרית יואל ווי דער רבי האט מעריך געווען שלחנו הטהור לרגל די יארצייט פון מרן הגה"ק משינאווא זיע"א, אינאיינעם מיט תלמידי ישיבתינו הק' ישיבה גדולה בבארא פארק. רבינו שליט''א האט זיך געוואשן צום סעודה, און במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני התעוררות, און עס האט אויפגעטרעטן דער ראש ישיבה הגה"צ רבי חיים יעקב רובין שליט"א אבד''ק ציעשנוב. מיט מכתם לדוד האט דער רבי מכבד געווען דעם מנהל הישיבה הרה''ג ר' דוד שלמה טייטלבוים שליט''א חתן הגה''צ אב''ד ציעשנוב שליט''א.
רבינו שליט''א האט משמיע געווען דברות קודש במשנתו פונעם בעל הילולא, און אז מצוות תפילין ברענגט דביקות אין הקב"ה, אבער דאס איז נאר אויב מען רעדט נישט קיין שיחת חולין מיט די תפילין, און דערנאך ממשיך געווען מיט סיפורי קודש פונעם בעל הילולא זיע''א.
מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען דעם ראש ישיבה אבד''ק ציעשנוב שליט''א. מען האט געענדיגט ארום 8:10.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:20 ביז 11:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויך אוהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו'''פ הגה''צ אבד''ק ציעשנוב שליט''א, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.
רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים אין די זאלן בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים. ר' חיים זלמן ווייסבערג הי"ו - ר' חיים הערש בר"א גאלדבערגער הי"ו. ר' יוסף חביב באסול הי"ו - ר' רחמים אברהם דאנא הי"ו.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Thursday5 Teves 578312/29/2022
Report
מיטוואך ויגש
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' לייבוש אפפעל הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים. ב"ר שלמה מיכאל מארקאוויטש הי"ו. ב"ר יצחק צבי קליין הי"ו. ב"ר אברהם לעווינגער הי"ו. ב"ר יואל קיש הי"ו. ב"ר אברהם יוסף פריעדמאן הי"ו. נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ז פסוק ב'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' דוד כ"ץ הי"ו, אין ביהמ"ד הלכה ברורה, ווי דער רבי איז געווען סנדק. נאכן ברית האט דער רבי דארט געדאווענט מנחה. דערנאך איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל, ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים. ר' אברהם יצחק מאשקאוויטש הי"ו (וומסב''ג) - ר' לוי יצחק דוד לאנדא הי"ו, באולם כינור דוד. ר' עוזיאל לעפקאוויטש הי"ו - ר' יונתן בלייער הי"ו, באולם קרן ויואל משה. ר' אברהם יושע גלויבער הי"ו - ר' משה אלי' רובין הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו'''פ הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א אינאיינעם מיט מחותנו הגה"צ האדמו"ר מסערעדנא ב"ב שליט"א, עס האט זיך פארמירט א לענגערע תורה'דיגע שמועס, דער דיין שליט"א האט איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א זיין נייע ספר אגלי דבש חלק ב' און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים. ר' קלמן פילאפף - און ר' שמואל שלעזינגער הי"ו (וומסב''ג). ר' שאול גרינפעלד הי"ו - ר' שלמה הערש פישער הי"ו.
דינסטאג פרשת ויגש 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית מיט די תלמידי המתיבתא סניף עצי חיים שיעור ג', אין ביהמ"ד בית שלום אויף די שינאווא גאס.
אין די פארמיטאג שעות איז רבינו שליט''א געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית אופה המהודרת דקהלתינו הק'.
נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און אום 5:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה. זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:15 ביז 12:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקו'''פ הגה''צ רבי אברהם יושע העשיל רוקח שליט''א אדמו''ר מקאזלאוו, מקבל זיין ברכות קדשו לקראת די חתונה פון בנו החתן, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו. אזוי אויך איז געווען אויף א באזוך בקו'''פ הגה"צ ר' אברהם יונה שווארץ שליט"א גאב"ד וויען עסטרייך, וואס געפונט זיך דאהי לקראת מערערע שמחות בביתו, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, און דער רבי האט און מאציל געווען מברכות קדשו. אזוי אויך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל שמחת קישור החיתון של בת הרבני הנגיד ר' שלום יצחק יאקאבאוויטש הי"ו, ווי דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פאר חתן כלה און די חשובע מחותנים.
ארום 12:50 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין די זאלן פון אור החיים וויזניץ אין בארא פארק מפאר זיין בראש שמחת החתונה פון נכד רביה"ק בעל ברך משה זיע''א, נכד גיסו הגה''צ אבד''ק מאנטרעאל שליט''א החתן בן חתנו הרה"ג ר' יואל טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אב"ד קלאסנא שליט"א, מיט הכלה בת הרה''ג ר' יעקב ישראל רובין שליט"א ר"מ בישיבת באר התורה, בן הגה"צ אבד"ק גלאגוב ז"ל וחתן הגה"צ אבד"ק ציעשנוב וראש ישיבתינו ב"פ שליט"א. רבינו שליט''א האט געטרינקן א לחיים און אנגעווינטשן פארן חתן, מחותנים, און די געהויבענע זיידעס, דערנאך האט מען אויפגערופן צום מצוה טאנץ, און דער רבי האט אפגעראכטן די ריקודי קודש לפני הכלה א לענגערע צייט בהתלהבות אש, און דערנאך געטאנצען מיטן חתן און מחותנים, און ארויס אין א עקסטערן ריקוד מיט גיסו הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א. אויפן וועג ארויס האט דער רבי אנגעווינטשן די כלה כנהוג, און עקסטער פאר אחותו הרבנית מ'מאנטריאל תליט"א, און פארלאזט דעם זאל אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין קר"י.