ארום 9:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו הדלקת נרות חנוכה במעמד אלפי אנ''ש, דער רבי האט אריינגעגאסן די אויל און געזאגט די ברכות באש קודש. דערנאך האט דער רבי געזאגט די זמירות בשעת מען האט געזינגען ניגוני התעורורות, און די קאפעליע האט געזינגען די פיוטים כנהוג, הרה"ח ר' משה לוי ברוין הי"ו האט מהנה געווען בפרקי חזנות ביי יונים, און הרה"ח ר' שלמה הערש עקשטיין הי"ו האט פארגעזינגען מזמור שיר חנוכת כנהוג, באגלייט בשירה וזמרה. רבינו שליט''א איז געגאנגן צום טיש און מען האט מען ממשיך געווען צו זינגען א לענגערע צייט נגוני התעוררות ודביקות. דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דב''ק דברי דרוש ופלפול אין די סוגיא במס' שבת פון כבתה זקוק לה, און דערנאך ממשיך געווען בדברי אגדה אז דורך מצוות תפילין און הדלקת המנורה איז מען מכניע די זיבן שמות פונעם יצר הרע און מען ווערט מקודש ומחובר צו הקב"ה, און מסיים געווען בברכות קדשו.
נאך די דב''ק האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני הלל והודאה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו, און נאכאמאל משמיע געווען דב"ק און געטיישטש אז זאת חנוכה ווייזט אז ה' הוא אלוקינו און איז א יחיד ומיוחד איז עס משפיע פרנסה, און מסיים געווען בברכות לרוב.
דערנאך איז רבינו שליט''א אריין אין חדר יוסף אליהו ווי דער רבי האט פארטיילט מטבעות פאר די קינדער פון די קאפעליע און א סעט לב אהרן פאר די מזמרים. מען האט געענדיגט ארום 11:15.
בביתו נאוה קודש איז פארגעקומען א חלוקת מעות חנוכה פאר עטליכע חבורת לומדי מבצר הכוללים קרית יואל בנדבת ר' משה יעקב יוסף בראך הי"ו, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט פארטיילט די תמיכות פאר די אינגעלייט, דערנאך האט דער רבי געטרינקן לחיים און ווארעם מאציל געווען מברכות קדשו פארן חשובן נדבן און פארן גאנצן ציבור. מאנטאג ויגש זאת חנוכה
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה גדולה שיעור ד'. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים. בן הר''ר מעכיל בערקאוויטש שליט"א. ב"ר שמעון משה ניישטיין הי"ו. ב"ר יואל לעווינגער הי"ו. רבינו שליט''א איז צוגעגאנגען צו הלל בהתעוררות רב, און ביים ליינען געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיט הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א און הרה"צ האדמו"ר מסערעדנא ב"ב שליט"א - זיידעס פון א בר מצוה בחור, און מיט די ראשי הישיבה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו, און פארטיילט חנוכה מטבעות פאר די בחורים. דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דברות קודש והתחזקות פאר די בחורים און מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך איז פארגעקומען דער מעמד שריפת הפתילות אינעם חצר פון ישיבה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, דער רבי האט אריינגעלייגט די קנויטן אין די מדורה און געטאנצן ריקודי קודש פאר עטליכע מינוט.
אום 5:05 איז רבינו שליט"א אנגעקומען אינעם בנין הת"ת בנין הירש-גאלדבערגער-לאנדא אויף די ראצפערט גאס, צום שלחן הטהור לכבוד זאת חנוכה אינאיינעם מיט די הונדערטער תלמידי שיעור ג' פון די 9 סניפי ישיבות קטנות פון קר''י. דער רבי האט זיך געוואשן צו די סעודה לכבוד היום. במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני חנוכה וניגוני ימים נוראים, מיט מזמור שיר חנוכת האט דער רבי מכבד געווען הרה''ג ר' ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א ראש המנהלים.
רבינו שליט"א האט משמיע געווען דב''ק דברי דרוש ופלפול אין די סוגיא במס' שבת פון כבתה זקוק לה, און דערנאך ממשיך געווען בדברי אגדה, און דערנאך ארומגערעדט לענגערע דברי הדרכה פאר די בחורים, און מסיים געווען בברכת קדשו. דערנאך האט מען ממשיך געווען בניגוני הלל והודאה, ברכהמ''ז: הרה"ג ר' וואלף לאנדא שליט"א מנהל סניף רב טוב. מען האט געענדיגט ארום 7:00.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענגע מחותנים. ר' חיים הערש קאהן הי"ו - הר"ר יחיאל יצחק שפיטצער שליט"א, באולם כינור דוד. ר' אהרן שאול סאנדעל הי"ו - ר' שלמה שעהנברוין הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:00 ביז 11:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' מעכיל גרינפעלד הי"ו - ר' מאיר זאלדאן הי"ו.
רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 11:45.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
Report
זונטאג פרשת ויגש ז' דחנוכה - ב' דר"ח טבת 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול בקר''י. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענגע בר מצוה בחורים. ב"ר נפתלי יעקב גאטליעב הי"ו. ב"ר יעקב נפתלי קאסירער הי"ו. ב"ר קלונימוס זאב שטיינמעץ הי"ו. רבינו שליט''א איז צוגעגאנגען צו הלל בהתעוררות רב, און ביים ליינען עולה געווען רביעי. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
ארום 10:25 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען בבית מדרשינו הגדול בוומסב''ג צו הדלקת נירות חנוכה ברוב עם הדרת מלך, דער רבי האט אריינגעגאסן די אויל און געזאגט די ברכות ההדלקה. דערנאך האט דער רבי געזאגט די זמירות און מען האט געזונגען נגוני התעוררות, און די קאפעליע געזונגען די פיוטים כנהוג. צווישן אנדערע זענען אנוועזענד געווען כ''ק אדמו''ר מבית יצחק ספינקא שליט''א, הגה"צ אבד"ק וואלקאן שליט"א. נאך די זמירות האט דער רבי פארטיילט מטבעות פאר די מזמרים און פאר די קינדער פון די קאפעליע.
דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דב''ק דברי דרוש ופלפול אין די סוגיא במס' שבת פון כבתה זקוק לה, און דערנאך ממשיך געווען בדרך אגדה, און מסיים געווען בברכות קדשו.
נאך די דב''ק האט מען ממשיך געווען צו זינגען ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו. מען האט געענדיגט ארום 11:40.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
שב"ק פרשת מקץ שבת חנוכה - א' דר''ח טבת 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בקרב קהלתינו הק' בוומסב''ג.
ערש''ק נאכמיטאג נאכן ערשטן פייף האט רבינו שליט''א געצינדן די מנורה בביתו נאוה קודש און געזאגט די הנרות ביז מעוז צור כנהוג.
פרייטאג צונאכטס ארום 5:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה.
נאך מנחה איז פארגעקומען די אפיעל פארן בית הוראה דקהלתינו הק' בוומסב''ג, עס האט אויפגעטרעטן הרה''ג ר' הערש לייב בערנשטיין שליט''א דומ"ץ בית מדרשינו בית מנחם צבי, ורב וועד הכשרות קר"י.
קבלת שבת: הרה"ח ר' חיים העללער הי''ו. נאכן דאווענען איז דער עולם אריבער געגאנגען גוט שבת זאגן און שלום נעמען, און רבינו שליט''א איז אהיים לביתו נאוה קודש.
אשת חיל: נכד רבינו הב' ישראל דושינסקיא בן הגה''צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א, הגבהת הכוס לקידוש: הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה''ג ר' חיים דוד רובין שליט''א רב ביהמ"ד אוהל תורה, מנוחה ושמחה: הרב מרדכי דוב מייזליש שליט''א נכד הגה''צ אבד''ק מאנטרעאל שליט''א.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'וטבח טבח והכן' בדרך פלפול ודרוש און געטייטשט אז ווייל די אכטע טאג איז אויפן נס נצחון המלחמה ווערט עס יא גערעכנט פאר הצלת הגוף און מען מאכט סעודות.
קה אכסוף: הרה''ג ר' מאיר האלבערשטאם שליט"א דומ"ץ בבית מדרשינו בנין בראך, ברכהמ"ז: הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק הדברי יחזקאל משינאווא זיע''א, וואס די יארצייט געפאלט פרייטאג ו' טבת. קה רבון עלם: הרה''ג ר' חיים אהרן אונגאר שליט''א דומ"ץ בית מדרשינו סאוט 8.
די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות, אויך איז פארגעקומען די שלום זכר ביי די פאלגענדע בעלי שמחה. הרה''ג ר' יואל היימאן שליט''א מו''ץ בקהלתינו. ר' קלמן אליעזר ברמ''ד כאירה הי''ו. ר' יואל ברא''י פרנס הי''ו. ר' ליפא ברז''ל מארקאוויטש הי''ו. ר' אליעזר ברש''י בערקאוויטש הי''ו. ר' יצחק ברא''א קארפן הי''ו.
אז ביום השביעי: הרה''ג ר' שלום טייטלבוים שליט''א דומ''ץ ביהמ''ד ויואל משה. מען האט געענדיגט ארום 11:55.
וביום השבת קודש
שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 9:25. פסוקי דזמרה: הרה''ח ר' אברהם משה פאלקאוויטש הי''ו, צו שחרית והלל איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען, און צו חזרת הש''ץ צוגעשיקט נכדו הרב ר' חיים הערש טייטלבוים שליט''א פון ב"פ.
הוצאה והכנסה זענען נתכבד געווארן: הרה''ג ר' נחום אלישע הורוויץ שליט''א, הרה''ג ר' אהרן זילבערשטיין שליט''א, הרה''ג ר' מרדכי יצחק לאזאר שליט''א. בעל קורא: ר' יודא ארי' קויפמאן הי''ו.
עליות. כהן: הרה''ח ר' יעקב הכהן גליק הי''ו, לוי: הרה''ח ר' יואל ברא''א טירנויער הי''ו, שלישי: הגה''צ אבד''ק שליט''א, רביעי: החתן ב''ר אלימלך דאסקאל הי''ו - באווארפן, חמישי: הרה''ח ר' אברהם משה פאלקאוויטש הי''ו, שישי: רבינו שליט''א.
נאכ'ן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי די פאלגענדע בעלי שמחה. הרה''ג ר' נחום אלישע הורוויץ שליט''א. ר' אברהם שמואל שעהר הי''ו. ר' יצחק אייזיק ברי''ש זילבערשטיין הי''ו. שביעי: ר' יוסף מרדכי ברא''ש כהנא הי''ו, הגבה דעם ערשטע ספר: הרה''ח ר' משה וויינשטאק הי''ו, גלילה: הרה''ח ר' שמואל פריינד הי''ו. אחרון - ר''ח: הרה''ח ר' אברהם בראך הי''ו, הגבה דעם צווייטע ספר: הרה''ח ר' מרדכי יצחק מאשקאוויטש הי''ו, גלילה: הרה''ח ר' ישעי' שלום זילבערשטיין הי''ו. מפטיר - חנוכה: הרה''ח ר' משה אליעזר לאנדא הי''ו, הגבה דעם דריטן ספר: הרה"ח ר' יודא לייב פריעדמאן הי''ו, גלילה: הרה''ח ר' אלימלך דאסקאל הי''ו.
צו מוסף איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען לכבוד שבת ראש חודש, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' שלמה גראסבארד הי''ו (לאנדאן). מען האט געענדיגט ארום 12:50. רעוא דרעווין
צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 5:10. מנחה: הרה''ח ר' עקיבא הירש הי''ו, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו, כהן: הרה''ח ר' יעקב יושע סאנדער הי''ו, לוי: הרה''ח ר' חיים לעווי הי''ו (וויען), שלישי: הרה''ג ר' יודא בער טעלער שליט''א, הגבה: רבינו שליט"א, גלילה: ר' יואל ברד''מ פרענקל הי''ו.
זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה''ח ר' יודל ווערצבערגער הי''ו, שיר המעלות: הרה''ח ר' חיים לעווי הי''ו.
ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויפן פסוק 'וטבח טבח והכן' און געטייטשט אז ביים נס חנוכה זענען די אידן צוגעקומען צו אזא גרויסע מדריגה אז עס האט זיך געעפענט פאר זיי די זיבן הימלען און דער ערד אין א בחינה פון אתה הראית לדעת כי ה' הוא האלוקים אין עוד מלבדו אזוי ווי ביי מתן תורה און האבן זוכה געווען צו גרויסע השגות דורך די הייליגע חשמונאים, און דורך דעים ווערט ביז היינט נשפע כל מיני ישועות רוחניות וגשמיות.
ידיד נפש: הרה''ח ר' מנחם גרשון לעבאוויטש הי''ו, קל מסתתר: הרה''ח ר' חיים העללער הי''ו. רבינו שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס.
פאר מעריב האט דער משמש הרה''ח ר' שלמה ווערצבערגער געצינדן די מנורה, מעריב מוצ"ש: הרה''ח ר' שלמה זלמן שטיין הי''ו. נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך, מען האט געענדיגט ארום 7:30.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
ליל ה' דחנוכה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ביים זמן רבינו תם האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש, פאר מעריב האט הב' שניאור זלמן ב"ר יואל עקשטיין הי"ו געצינדן די מנורה.
ארום 9:55 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען בבית מדרשינו הגדול בוומסב''ג צו הדלקת נירות חנוכה ברוב עם הדרת מלך, דער רבי האט אריינגעגאסן די אויל און געזאגט די ברכות באש קודש. דערנאך האט דער רבי געזאגט די זמירות בשעת מ'האט געזונגען נגוני התעוררות, און דערנאך האט די קאפעליע געזונגען די פיוטים כנהוג.
דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דב''ק דברי דרוש ופלפול אין די סוגיא במס' שבת פון כבתה זקוק לה, און דערנאך ממשיך געווען בדברי אגדה אז דורך מצוות תפילין איז מען זיך מקשר צו הקב"ה, במילא ווערט מען נישט בטל ברוב האומות, ובסיום דבריו האט דער רבי ארומגערעדט בדברים העומדים על הפרק איבער די גזירת החינוך אין ניו יארק, און מסיים געווען בברכות קדשו.
נאך די דב''ק האט מען ממשיך געווען צו זינגען ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו. מען האט געענדיגט ארום 11:30.
פרייטאג מקץ ה' דחנוכה
אינדערפרי איז רבינו שליט''א געגאנגען אין די פריוואטע מקוה פון הרבני הנגיד מוה"ר וואלף ברי"נ לאנדוי הי"ו, און דערנאך עוסק געווען בתורה בחדרו הספרים.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בבית מדרשינו הגדול בוומסב''ג אינאיינעם מיט די הונדערטער ילדי כתות ז' ח' ט' במוסדותינו הק'. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים. ב"ר יואל טויב הי"ו. ב"ר יחיאל יודא גליק הי"ו. ב"ר יואל גליק הי"ו. ב"ר אברהם מרדכי באש הי"ו. ב"ר אברהם קלמן אליעזר מאסרי הי"ו. רבינו שליט''א איז צוגעגאנגען צו הלל בהתעוררות רב, און ביים ליינען געגאנגען הגבה. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ''ד.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
Report
ליל ד' דחנוכה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
פארנאכטס איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט. די סעודת חנוכה פאר די יתומים ויתומות פון קהלתינו הק' אויף די פערזענדליכע איינלאדענונג פונעם אב ורועה נאמן כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א. א גאר רייכע סעודה איז אהערגעשטעלט געווארן עקסטער פאר די יתומים בראשות רבינו שליט''א, און עקסטער פאר די יתומות דורך הרבנית הצדיקת תליט''א.
הנירות הללו קודש הם
ארום 9:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען בביתו נאוה קודש צו הדלקת נירות חנוכה פריוואט מיט די יתומים, רבינו שליט''א האט אריינגעגאסן די אויל און געזאגט די ברכות באש קודש. דערנאך האט דער רבי געזאגט די זמירות און מען האט אינאיינעם געזונגען די ניגונים, נגוני התעוררות והלל והודאה.
נאך די הדלקת הנירות איז פארגעקומען די מסיבה מיט גאר א רייכע פראגראם פאר די אלע באטייליגטע, מיט די השתתפות פון רבינו שליט"א, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' יונתן שווארץ הי"ו און מהנה געווען בפרקי חזנות, און משמח געווען די קינדער מיט אינטערעסאנטע קונצן לכבוד היום, און דער רבי האט פערזעדליך פארברענגט מיט די קינדער א לענגערע צייט, און ס'איז געווען א געלעגנהייט פאר יעדן צו פרעגן שאלות פון רבינו שליט"א אויף וואס דער רבי האט געענטפערט במאור פנים, און אויסגעשמועסט בטוב טעם ודעת, דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען רירענדע דברות קודש א לענגערע צייט פול מיט חיזוק און געפיל, און דערביי געוואונטשן ברכות קדשו.
דערנאך האט דער רבי פערזעדליך געטיילט מתנות און חנוכה געלט פאר יעדן איינעם לויט די יארגאנג. מען האט געענדיגט ארום 12:00. רבינו שליט''א האט זיך הארציג באדאנקט פאר די חשובע עסקנים צווישן אנדערע העסקנים החשובים ר' ארי' הערשקאוויטש הי"ו, ר' אליעזר ראטה הי"ו, ר' מרדכי שעהר הי"ו.
דערנאך איז רבינו שליט''א אריבער צום לחיים שמחת הווארט לרגל די שידוך שליסן פון נכדתו הכלה בת חדב''ן הגה"צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א, עס האט זיך פארמירט א לענגערע שמועס מיט די חשובע זיידעס און מחותנים בשלשלת היחוס פון חתן כלה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו. מען האט געענדיגט ארום 1:00.
דאנערשטאג מקץ ד' דחנוכה
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן. לבן הנולד אצל ר' בעריש לאוב הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. לבן הנולד אצל ר' שמעון רובינפעלד הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר משה יודא יקותיאל הירש הי"ו (וומסב''ג). רבינו שליט''א איז צוגעגאנגען צו הלל בהתעוררות רב, און ביים ליינען געגאנגען הגבה. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
מיטוואך פרשת מקץ ג' דחנוכה 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים. ב"ר יואל שפיטצער הי"ו. ב"ר יואל פריינד הי"ו. ב"ר שלמה זלמן געלב הי"ו. רבינו שליט''א איז צוגעגאנגען צו הלל בהתעוררות רב, און ביים ליינען געגאנגען הגבה. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש. נאך מנחה האט שלום גענומען הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א וועלכע איז מאנטאג אהיים געקומען פון אנטווערפן, און איז געקומען פראווען א מסיבת חנוכה מיט די תלמידי המתיבתא, דער רב שליט''א האט איבערגעגעבן א ווארימע גריס פון קהלתינו הק' באנטווערפן ווי דער רב שליט"א האט געוויילט פארגאנגענעם כ"א כסלו און שב''ק וישב, און בפרט פון די ישיבה קטנה וואס איז געעפענט געווארן דעם זמן מיט א שטארקע הצלחה.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Wednesday27 Kislev 578312/21/2022
Report
ליל ג' דחנוכה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ביים זמן רבינו תם האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש, פאר מעריב האט הב' אברהם שמחה ב"ר מנשה גאטליעב הי"ו געצינדן די מנורה.
ארום 9:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען בהיכל ביהמ''ד הגדול בקר''י צו הדלקת נירות חנוכה ברוב עם הדרת מלך, דער רבי האט אריינגעגאסן די אויל און געזאגט די ברכות באש קודש. דערנאך האט דער רבי געזאגט די זמירות און מען האט געזונגען נגוני התעוררות, און די קאפעליע האט געזונגען די פיוטים כנהוג.
דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דב''ק דברי דרוש ופלפול אין די סוגיא במס' שבת פון כבתה זקוק לה, און דערנאך ממשיך געווען בדברי אגדה ומוסר, און מסיים געווען בברכות קדשו.
נאך די דב''ק האט מען ממשיך געווען צו זינגען ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו. מען האט געענדיגט ארום 10:35.
דערנאך איז רבינו שליט''א אריבער אין מבצר הכוללים ווי עס איז פארגעקומען דער יערליכער כינוס התחזקות דורך 'חבורת ליל שישי', מען האט געזינגען עטליכע ניגוני התעורורות און עס האט אויפגעטרעטן הר"ר הערשל קאהן שליט"א. רבינו שליט''א האט געטרינקן לחיים און געווינטשן פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דברות קודש והתחזקות, ובדברי שבח פון די חשוב'ע חבורה וואס איז זיך מחזק בעבודת השם, און די חשיבות היינטיגע צייטן פון אפילו א קליינע דבר טוב בעבודת השם, און געזאגט אז "צו בלייבן א חסידישע איד אים תשפ"ג קען מען נאר דורכן לערנען חסיד'ישע ספרים" און זיך צו ווייקן מיט חסידישע אידן בחבורה אחת, און מסיים געווען בברכות לרוב. מען האט געענדיגט ארום 11:10.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
ליל ב' דחנוכה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ביים זמן רבינו תם האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש, פאר מעריב האט הב' וואלף ב"ר יואל בר"ב שטיין הי"ו געצינדן די מנורה.
ארום 9:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען בהיכל ביהמ''ד הגדול בקר''י צו הדלקת נירות חנוכה ברוב עם הדרת מלך, דער רבי האט אריינגעגאסן די אויל און געזאגט די ברכות באש קודש. דערנאך האט דער רבי געזאגט די זמירות און מען האט געזונגען נגוני התעוררות, און די קאפעליע האט געזונגען די פיוטים כנהוג.
דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דב''ק דברי דרוש ופלפול אין די סוגיא במס' שבת פון כבתה זקוק לה, און דערנאך ממשיך געווען בדברי אגדה, די נר חנוכה איז משפיע חכמת התורה וואס דורכן עוסק זיין בתורה קומט אראפ אלע השפעות טובות בגשמיות, און מסיים געווען בברכות קדשו.
נאך די דב''ק האט חדב"נ הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א שלום גענומען נאכן זיך אומקערן פון ארה"ק וויילענדיג בקרב קהלתינו הק' אין בני ברק אויף כ"א כסלו און שב"ק העעל"ט, דער רבי האט מיט א געוואלדיגן קורת רוח געהערט א גרוס פונעם התעלות והצלחה מרובה בקרב קהלתינו הק' ומוסדותי'. דערנאך האט מען ממשיך געווען צו זינגען ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו. מען האט געענדיגט ארום 10:30.
דינסטאג פרשת מקץ ב' דחנוכה
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל העסקן הדגול הרה''ח ר' אברהם יושע גלאנץ הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אינאיינעם מיט תלמידי המתיבתא סניף עצי חיים שיעור ג' אין ביהמ"ד יראי ה' בשכונת סמיט פארם בגלילות קר"י. רבינו שליט''א איז צוגעגאנגען צו הלל בהתעוררות רב, און ביים ליינען עולה געווען שלישי.
נאכן דאווענען איז רבינו שליט''א אריבער אויף א באזוך ביי הרה"ג ר' מרדכי פריעדמאן שליט"א רב הביהמ"ד, ור''מ במתיבתא, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 5:10 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
מאנטאג פרשת מקץ א' דחנוכה 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן. לבן הנולד אצל ר' שמואל אליעזר פערל הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק. לבן הנולד אצל ר' שלמה בראך הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענגע בר מצוה בחורים: ב"ר שמואל מאיר בערקאוויטש הי"ו. ב"ר יקותיאל שרגא פייוויל גאנדל הי"ו. רבינו שליט''א איז צוגעגאנגען צו הלל בהתעוררות רב, און ביים ליינען געגאנגען הגבה. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.