בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

באריכטן

← ווייזט אלעס

מאנטאגכ"ה כסלו תשפ"ג12/19/2022

באריכט
ליל א' דחנוכה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ביים זמן רבינו תם האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש, פאר מעריב האט הרה''ח ר' בערל שטיין הי''ו געצינדן די מנורה.

ארום 9:05 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען בהיכל ביהמ''ד הגדול בקר''י צו הדלקת נירות חנוכה ברוב עם הדרת מלך, דער רבי האט אריינגעגאסן די אויל און געזאגט די ברכות באש קודש.
דערנאך האט דער רבי געזאגט די זמירות און מען האט געזונגען נגוני התעוררות, די קאפעליע האט געזונגען די פיוטים כנהוג, און הרה"ח ר' משה לוי ברוין הי"ו האט מהנה געווען בפרקי חזנות אויפן פיוט פון יונים.

דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דב''ק דברי דרוש ופלפול אין די סוגיא במס' שבת פון כבתה זקוק לה, און דערנאך ממשיך געווען בדברי אגדה איבער די שטארקע גנות פון זיך נאכגעבן תאוות עולם הזה, און מעורר געווען נישט זיך לאזן ווערן נאכגעשלעפט פון תאוות אמעריקע, און מסיים געווען בברכת קדשו.

נאך די דב''ק האט מען ממשיך געווען צו זינגען ניגונים, דער רבי האט ממשיך געווען די דב''ק פארציילענדיג א סיפור פון זקינו הגה''ק בעל ייטב לב זיע"א, איבער זיך נאכגעבן די תאוות, דערנאך האט דער רבי געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו. מען האט געענדיגט ארום 10:20.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
זונטאג פרשת מקץ 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יונה יחזקאל לעבאוויטש הי"ו.
ב"ר יואל ראזענבוים הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ו פסוק א', דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
שב"ק פרשת וישב מברכים חודש טבת 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

פרייטאג צונאכטס ארום 5:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' יעקב יחזקי' גאנדל הי"ו.

מען האט געענדיגט דאווענען ארום 6:40. דער עולם איז אריבער געגאנגען גוט שבת זאגן, און רבינו שליט''א איז אהיים געגאנגן לביתו נאוה קודש.

ארום 8:35 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה"ט בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, און אנגעהויבן כדרכו בקודש 'שלום עליכם' ברגש ובנעימה.

אשת חיל: נכד רבינו הב' מאיר אליעזר טייטלבוים בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א, הגבהת הכוס לקידוש: נכד רבינו הרב דוד טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה"ג ר' שלום נח ווייס שליט"א דומ"ץ ארשיווע ב"פ, מנוחה ושמחה: הרב יואל פערלמאן שליט"א (לאנדאן).

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן רש"י 'ביקש יעקב לישב בשלוה קפץ עליו רגזו של יוסף', און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון טעם כעיקר.

קה אכסוף: הרה''ג ר' ארי' אשר אינדיג שליט"א מו''ץ ביהמ"ד מהרש''א דקהלתינו, ברכהמ"ז: נכד רבינו הרב דוד טייטלבוים שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק ר' משה'לע דעעש'ער זיע"א וואס די יארצייט איז געפאלן דעם זונטאג כ"ד כסלו. קה רבון עלם: הרה"ג ר' שלמה הערש עקשטיין שליט"א מו"ץ בקהלתינו.

די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות, אז ביום השביעי: הרב חיים מאיר שטיין שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 11:10.

וביום השבת קודש

שב''ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען ארום 9:20. פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' חיים יאקאב הי"ו (וומסב''ג), רבינו שליט''א האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק, און צוגעגאנגען צו שחרית.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מאיר אפרים גראהמאן הי"ו, פסוקי שמע ישראל: הר"ר נפתלי חיים וואגשאל שליט"א (ב"פ).

עליות. כהן: הרה"ח ר' אברהם יושע גלאנץ הי"ו, לוי: ר' יחזקאל ברמ"ש ווערצבערגער הי"ו, שלישי: החתן ב"ר אברהם יודא לעבאוויטש הי"ו, רביעי: הרה''ג ר' אלימלך שלמה שווארץ שליט"א, חמישי: הרה"ג ר' יוסף שמואל בערקאוויטש שליט"א מו"ץ בקהלתינו, שישי: רבינו שליט''א.

נאכ'ן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי די פאלגענגע בעלי שמחה.
ר' יעקב ברי"ד גלאנץ הי"ו.
ר' פנחס נחמן ברי"מ גלויבער הי"ו.

שביעי: הרה"ח ר' יעקב שמחה שעהר הי"ו - רבינו שליט''א האט געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו, אחרון: הרה"ח ר' שלום אליעזר ליכטענשטיין הי"ו (וומסב''ג), מפטיר: הרה"ח ר' יוסף שפיטצער הי"ו (ב"פ), הגבה: הרה"ח ר' פנחס יודא ליכטענשטיין הי"ו (וומסב''ג), גלילה: הרה"ח ר' אהרן שווארץ הי"ו.
רבינו שליט''א האט ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעוררות.

מוסף: הרה"ח ר' יצחק עהרנפעלד הי"ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרב מרדכי גרינפעלד שליט"א (הר יונה).

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל הר''ר ר' יעקב הלל ליכטענשטיין שליט''א, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. מען האט געענדיגט ארום 12:30.

רעווא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען ארום 5:05. מנחה: הרה"ח ר' שאול לייב זאלדאן הי"ו, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יודא לייב מאשקאוויטש הי"ו (וומסב''ג), כהן: הר"ר הערשל כ"ץ שליט"א (וומסב''ג), לוי: הרה''ג ר' משה שמואל הירש שליט''א, שלישי: הרה"ח ר' מענדל פרענקל הי"ו, הגבה: רבינו שליט''א, גלילה: נכד רבינו הרב דוד טייטלבוים שליט"א.

זמירות ביי של''ש האט רבינו שליט''א מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

ביי די תורה האט רבינו שליט''א זיך געשטעלט אויפן פסוק 'ויהי כהיום הזה ויבוא הביתה לעשות מלאכתו' און געטיישטש אז מיט'ן כח פון שב''ק וואס דורך דעם איז די אור הגנוז מאיר עיני ישראל, קען מען זיין זיכער וואס איז א מצוה וואס איז א עבירה, כשעמדה מלכות יון הרשעה על עמך ישראל להשכיחם תורתך ווייל אויך דורך די תורה וואס איז אין דעם באהאלטן דער אור הגנוז, קען מען זיך האלטן קעגן דעם יצר הרע, און ממשיך געווען בדברי הכנה לחנוכה וואס די נרות חנוכה לייכטן אויף די אויגן.

ידיד נפש: הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו (וומסב''ג), קל מסתתר: הר"ר הערשל כ"ץ שליט"א, רבינו שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.

מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו, נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך, מען האט געענדיגט ארום 7:25.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
פרייטאג ערש''ק וישב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ב"ר שלום יצחק יאקאבאוויטש הי"ו (וומסב''ג), ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דערנאך איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' משה ישעי' פריעדמאן הי"ו, בבית חותנו הרה"ח ר' בנציון קליין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר עטליכע בר מצוה בחורים, און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים בחדרו הפרטי.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג וישב כ"א כסלו 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענגע בר מצוה בחורים.
ב"ר יואל טאמבור הי"ו.
ב"ר אברהם יואל ראטה הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז רבינו שליט''א געווען אויף א באזוך אינעם מצה בעקערי דקהלתינו הק', און דערנאך האט דער רבי קובע מזוזה געווען אויף די נייע פליגל וואס איז צוגעבויעט געווארן, און ארומגעגאנגען אינעם נייעם פליגל און זיך אומגעקוקט אויף די הרחבת גבולי הקדושה.
דערנאך איז דער רבי אריבער אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.

נאכמיטאג ארום 5:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
נאך מנחה ארום 5:30 איז רבינו שליט''א אנגעקומען צום מעמד סעודת הודאה 'כ''א כסלו' בהיכל המתיבתא של מרן רביה''ק בעל הנס זיע"א - בסניף ברך משה אינאיינעם מיט די תלמידים פון אלע סניפים, מען האט געזינגן חסדי ה' וניגוני הודאה און דער רבי האט געטאנצן אויפן פלאץ פאר א לענגערע צייט.
רבינו שליט''א האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן פאר די מרביצי תורה און אלע בחורים, און משמיע געווען דברות קודש והדרכה, און צום ערשט באגריסט דעם חשוב'ן גאסט הר"ר נפתלי לעבאוויטש שליט"א, מסופרי המלך אצל רביה"ק זיע"א, און ארומגערעדט אז ווען מען איז זיך מתבונן אויף די מצב וואס אידישקייט האט געהאלטן פאר 80 יאר צוריק אין אמעריקע און ווי עס קוקט היינט אויס, קומט פון זיך אליינס ארויס א שבח והודאה פאר הקב"ה פארן מציל זיין רביה''ק זיע"א מגיא צלמות, און ארויסגעברענגט די געוואלדיגע איבערגעגעבנקייט וואס רביה''ק זיע"א האט געהאט צו די בחורים ווי א טאטע צו א קינד, און די געוואלדיגע זכי' און התחייבות וואס מען האט צו לערנען אין א סאטמאר'ע ישיבה, בסיום דבריו האט דער רבי ארויסגעברענגט לשבח פון די בחורים וואס זענען עוסק לצמצום הוצאות החתונה סיי לגבי די שטריימלעך און סיי לגבי די מוזיק, און מיט דעם אראפנעמען פון די גרויסע הוצאות וואס ליגט אויף א טאטנ'ס קאפ ביים חתונה מאכן, און מעורר געווען די חתנים, החכם עיניו בראשו מען זאל זעהן צו באשטעלן די תפילין ר"ת גענוג פרי צו קענען האבן מהודר'דיגע תפילין, אזוי אויך האט דער רבי מעורר געווען איבער די תקנה פון רביה"ק זיע"א נישט צו גיין צו חתונות און מסיים געווען בברכת קדשו. מען האט געענדיגט ארום 6:15.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענגע מחותנים.
ר' ציון סאאל הי"ו - ר' מיכאל עג'מי הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' משה דוד וויינגארטן הי"ו - ר' ליפא פרידריך ע"ה, באולם בית רחל פאראדייס.
ר' חיים שמואל רייך הי"ו - ר' יעקב נפתלי דרעזנער הי"ו, באולם קרן ויואל משה.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון אום 8:15 ביז 11:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענגע מחותנים.
ר' אברהם בערגער הי"ו - ר' יואל בר"מ ווערטהיימער הי"ו.
ר' יוסף לעווי הי"ו - ר' חיים הערש ראטה הי"ו.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 11:45 בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

דאנערשטאגכ"א כסלו תשפ"ג12/15/2022

באריכט
מיטוואך פרשת וישב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים.
ב"ר פנחס גלויבער הי"ו.
תאומים בני ר' ירמי' צבי ראטה הי''ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ו פסוק ב'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מנחה ארום 5:00 בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענגע מחותנים.
ר' יואל בר"ה כ"ץ הי"ו (וומסב''ג) - ר' שלמה לייב גליק הי"ו, באולם כינור דוד.
דער רבי געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש, און נאך מעריב ארום 8:00 האט זיך רבינו שליט''א ארויסגעלאזט קיין וומסב''ג.

זה היום עשה ה' נגילה ונשמחה בו

בהתאסף ראשי עם יחד שבטי ישראל איז געפייערט און אפגעצייכענט געווארן דעם יום הצלה והשחרור פון רביה''ק בעל דברי יואל זיע"א ביים צענטראלן מעמד אדיר ונשגב סעודת הודאה בליל ההודאה כ"א כסלו, במקהלות רבבות אלופי אלפי ישראל אין שפיץ פון צענדליגער רבניים ודיינים שליט''א ובראשם דער מנהיג העדה כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א, אינעם גיגאנטישן ריזן 'בנין ההודאה' וואס איז אויפגעשטעלט געווארן אויפן וואטער פראנט סקווער אין וומסב"ג, קאמבאנירט מיט'ן דינער 'עלה נעלה' לטובת מוסדותינו הק' בוומסב''ג מיט אירע טויזענטער קינדער בליעה''ר

דער ריזן בנין ההודאה איז מייסטערהאפטיג אויסגעשטעלט געווארן צו קענען אקאמאדירן די שווערע טויזענטער אנ''ש פון איבער גרעיטער ניו יארק און ארום.

לרגל דעם געהויבענעם מעמד איז ארויסגעקומען א גאר רייכע קונטרס 'אשרינו' פון 128 זייטן מיט היסטארישע ארטיקלען און בילדער און פרטי הרחבת גבולי הקדושה אינערהאלב מוסדותינו הק' בוומסב''ג.

אזוי אויך איז פארטיילט געווארן פאר אלע נדיבים בעם די ניינטע באנד פונעם הערליכען רייכן ספר 'משולחן מלכים' שיחות קודש פון רבינו הגה"ק שליט"א משנת תשע"ו לפ"ק.

דורכאויס דעם מעמד האבן מהנה געווען בפרקי שירה וזמרה דער בעל מנגן נפלא הרב זאנוויל וויינבערגער הי''ו פון ארה''ק, באגלייט דורך די בארימטע חברה שירה און אנגעפירט דורכן דעם בארימטן מנצח על כלי שיר ר' יושע קאלער הי''ו.

אלס יו''ר המעמד האט געדינט הרה''ג ר' דוד שלמה לאוב שליט"א מגי''ש בקהלתינו הק' במאנסי ור''מ במתיבתא.
עס האט אויפגעטרעטן דער ידען נפלא הרה''ח ר' אלחנן זאב יוסף פריעדמאן הי''ו מיט די פרטים פון נס ההצלה.
דערנאך האט הרבני הנכבד ר' מרדכי אלעזר הירש הי''ו אויסגערעכנט די נעמען פון די נדיבים החשובים וואס האבן בייגעשטייערט גרעסערע סכומים לטובת המוסדות, און זיך באדאנקט פאר די עסקנים וועלכע געבן זיך אוועק פאר די מוסדות בכלל און יעצט ביים מעמד ההודאה.

ארום 9:00 האט אויפגעטרעטן מיטן דבר המוסדות הגה''צ אבד''ק שליט''א וועלכע האט ארויסגעברענגט דעם חיוב ההודאה וואס יעדער סאטמארע חסיד דארף אפגעבן אין דעם טאג, און ארומגערעדט בשבח פון קהלתינו ומוסדותינו הק' בוומסב''ג.

ארום 9:30 האבן רבבות אנ"ש געהאט די זכי' מקבל זיין פני קדשו פון מרן רבינו שליט''א, דער רבי איז אריינגעקומען אין דער ציבור האלפים האט אויסגעבראכן אין פייערדיגע ריקודין דאנקן השי''ת על הנסים שעשית בימים ההם ובזמן הזה. דער רבי האט זיך באגריסט מיט די צענדליגער רבנים און דערנאך געטאנצן און פייערדיגע ריקודי קודש בהתרגשות עילאה פאר לענגערע מינוטן.

דערנאך האט זיך רבינו שליט''א געוואשן צום שלחן הטהור לכבוד היום, און נאך די פיש געוואונטשן לחיים וברכת קדשו פאר די רבבות ישראל.
דערנאך האט אויפגעטרעטן מיט'ן דבר הנהלת המוסדות הרבני הנכבד ר' מרדכי אלעזר הירש הי"ו, און האט ארויסגעהויבן די פולע לייסטונגען דורך נדיבי לב ונגידי קהלתינו הק' וואס נאר דורך דעם קענען די מוסדות אנגיין, און ארומגערעדט איבער די הרחבת גבולי הקדושה במוסדותינו הק' בוומסב''ג, ובפרט פונעם נייעם פראכטפולע חתונה זאל 'עטרת אסתר' וואס וועט פארענדיגט ווערן אויף היי יאר בס''ד בנדבת לבו פון די חשובע מרת ריספלער תחי' עם בנה הרבני הנגיד ר' פישל הי''ו.
דערנאך האט ר' מרדכי אלעזר הי"ו אפגעגעבן כבוד המלכות באגריסענדיג דער מעיאר עריק עדעמס יר"ה, וועלכע האט דערנאך אויפגעטרעטן איבערגעבענדיג זיין דאנק אויף די שטיצע ביי די מעיאר וואלן לטובתו, און זיך באדאנקט פארן שר העסקנים הרה''ח ר' נפתלי משה אינדיג הי''ו, און צוגעזאגט צו שטיין צו די הילף למען עתיד חינוך הטהור אינערהאלב די מוסדות החינוך אין ניו יארק.
אזוי אויך זענען במשך דעם מעמד אריבערגעקומען מערערע פאלאטישענס, צווישן זיי דער לט. גאווערנער פון ניו יארק בשליחות פונעם גאווערנער יר"ה.

דערנאך האט דער יושב ראש אויפגערופן דעם נואם הכבוד הגה"צ ר' חיים שלמה מיללער שליט"א אבד''ק נייטרא וומסב''ג.

ארום 10:55 האט מען געהאט די זכיה צו הערן דעם פייערדיגע דב''ק דבר ה' והדרכת השנה פון מרן רבינו שליט"א דער רבי האט משמיע געווען דברי תורה במשנתו פון רביה"ק בעל הנס זיע"א, און דערנאך גערעדט לענגערע דברי הדרכה לימי החנוכה, און דערמאנט די גזירת החינוך אין ניו יארק און נאכאמאל קלאר געשטעלט אז דאס יהדות החרדית וועט נישט אייננגיין אויף קיין שום פשרות נאר ממשיך זיין בדרך התורה והמסורה לנו מדור דור בלי שום שינוי, און איבער דעם ביטערע מצב אין ארץ ישראל ווען די חרדישע פארטייען גרייטן זיך ארייצונגיין און אויפשטעלן די מדינה הטמאה, וואס חוץ די עצם הקמת המדינה ומרידה במלכות שמים האבן די אלע א חלק אין אלע עבירות ועקירת הדת וואס ווערט ליידער אנגעפירט אינעם מדינה של גיהנום, און ארומגערעדט אז איינע פון די צייטונגען האבן געשריבן אויפן יעצטיגע חוק הגיוס וואס מען גרייט זיך אז דאס וועט אויך זיין מיט די הסכמה פון סאטמאר, און אויסגעשריגן פאר א פליכט צו ארויסקומען און זאגן אז דאס איז שקר וכזב און חסידי סאטמאר האבן נישט קיין שייכות מיט די מדינה.

דערנאך האט דער רבי נאכאמאל ארומגערעדט א לענגערע צייט איבער די שערוריה פון די פסולע מזוזות און א לענגערע צייט מסביר געווען בטוב טעם ודעת איבער די גאנצע פראבלעם און אויפגעפאדערט אנ''ש נישט צו קויפן פון סוחרים נאר לאזן שרייבן די מזוזות, און מעורר געווען און גאר שטארק מחזק געווען איבער קביעות עתים לתורה, און מסיים געווען בדברי שבח פון מוסדותינו הק' אין וומסב''ג און די התחייבות פון יעדן בלי שום יוצא מן הכלל צו שטיצן די הייליגע מוסדות ברוח נדיבה, און האט מסיים געווען בברכת קדשו פארן גאנצן ציבור.

נאך די דב''ק האט דער רבי געבענטשט אויפן כוס פאר אלע חתנים, און דערנאך געזאגט די שבע ברכות.

מען האט געענדיגט ארום 11:55. אויפן וועג ארויס האט זיך דער רבי באדאנקט פאר די עסקנים וואס האבן ארויסגעהאלפן להצלחת המעמד און פון דארט איז רבינו שליט"א אהיים געפארן לביתו נאוה קודש קיין קרית יואל.


חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו


▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג פרשת וישב 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית מיט די תלמידי המתיבתא סניף עצי חיים שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר א בר מצוה בחור.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ו פסוק א', דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור.

נאכמיטאג ארום 5:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:20 ביז 12:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 10:45, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

מיטוואךכ' כסלו תשפ"ג12/14/2022

באריכט
סֵפֶר הַזִּכְרוֹנוֹת דִּבְרֵי הַיָּמִים וַיִּהְיוּ נִקְרָאִי"ם:

גאר רייכער היסטאריש-אינהאלסטפולער

"אשרינו" בראשור – 128 זייטן

ווארט אייך אפ היינט נאכט ביים כינוס; אינפארמאטיוו פאר די גאנצע משפחה, אנשים נשים וטף!

ברייטער בליק אויף די פרעכטיגע בניני המוסדות – אריינבליק אינעם נייעם "בנין בית רחל החדש" אין הארץ פון וויליאמסבורג – רייכער אוצר מיט ארטיקלען ארום די הצלה פון רבינו הק' זי"ע, זיין השפעה שפעטער בחצרות מלכים ורוזנים ביז אמעריקאנער פרעזידענטן, דער הייליג הויז, די הייליגע שובבי"ם תורות, און נאך פיל רייכע אוצרות וואס וועט אייך האלטן געשפאנט פון די אנהויב ביז צו די ענדע – קורא"י עונ"ג!
ביטע רעכנט אייך מיט די אלפי המשתתפים, נעמט בלויז איין בראשור פער משפחה!

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️

דינסטאגי"ט כסלו תשפ"ג12/13/2022

באריכט
מאנטאג פרשת וישב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יוסף חביב מאסרי הי"ו (וומסב''ג), ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר אפרים פישל דוד כ"ץ הי"ו.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ו פסוק ב'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג ארום 5:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' אברהם יודא לעבאוויטש הי"ו - ר' אהרן ברא"ש שווארטץ הי"ו, באולם כינור דוד.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:00 ביז 12:45 אויפדערנאכט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענגע מחותנים.
ר' יואל ברי"א זילבערשטיין הי"ו - ר' יואל ברד"ש בערגער הי"ו.
ר' יואל ברא"ה שעהר הי"ו - ר' חנא דים הי"ו.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 11:45, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
זונטאג פרשת וישב 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' חיים פארגעס הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר יואל בר''צ קאהן הי"ו (וומסב''ג).
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ו פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענגע מחותנים.
ר' יוסף לייב בר"א קויפמאן הי"ו - ר' יואל בר"מ פרענקל הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' יוסף שמואל ראזענפעלד הי"ו - ר' יצחק ברוך מאנדל הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 7:30 בביהמ"ד הגדול.

ארום 8:15 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין די זאלן פון קרן ויואל משה ווי עס איז פארגעקומען די פריוואטע שבע ברכות פראכטפול צוגעשטעלט דורך רבינו שליט"א, פאר די נדיבים בעם וועלכע האבן מנדב געווען גרעסערע סכומים פאר די מקוה טהרה וואס ווערט יעצט איבערגעבויעט און פילפאכיג פארגרעסערט.
ביים אנקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט, און דערנאך זיך געוואשן צו די סעודה, עס האט אויפגעטרעטן הרה''ג רבי יצחק ביסטריצקי שליט''א נשיא ומייסד מקוה יו עס עי, דערנאך האט דער טאלאנפולער בעל מנגן ר' אייזיק האניג הי"ו מהנה געווען בנגינה, און אויך פארגעזינגען רגש'דיגע גראמען לכבוד דעם מעמד.
רבינו שליט''א האט משמיע געווען דב"ק און ארומגערעדט איבער די פעולות פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע"א להרבות טהרה בישראל, די חשיבות און גודל הזכות פון געבן געלט לטובת די מקוה טהרה, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען הרה''ג רבי יצחק ביסטריצקי שליט''א, ברכות ראשונות: דעם אבי הכלה הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א, ברכה אחריתא: דעם אבי החתן הרה''ג ר' יואל טייטלבוים שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 11:30, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 12:00 האט זיך רבינו שליט''א משתתף געווען ביי די שמחת השבע ברכות פאר נכד כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א, בבית הרה"ח ר' יואל זאבעל הי"ו בגלילות ק"י, עס האט זיך פארמירט א שיינער שמועס, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.
ביים בענטשן איז דער רבי מכובד געווארן מיט די שבע ברכות און זיך דערנאך ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיט האדמו"ר מספינקא שליט"א, די חתן ומחותנים.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג