בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

מודעות

← ווייזט אלעס

זונטאגי"ב מרחשון תשפ"ג11/6/2022

באריכט
ולב אלמנה ארנן

אין איינקלאנג מיט'ן שבת מלכתא וואס איז געפראוועט געווארן שבת קודש פ' בהר העעל"ט, בברכתו ובעידודו פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א, פאר אריבער 250 אלמנות דקהלתינו הק' בכל אתר ואתר, אינאיינעם מיט הרבנית הצ' תליט''א, אינעם פראכטפולן רעדעסאן האטעל אין ניו דזשורזי; ווערט יעצט אראנזשירט דורך די ברייט באקאנטע חסד ארגעניזאציע 'לבינו' אין ארץ ישראל, בהנהלת הרב הערשל כהן הי"ו, א הערליכער שבת עונג הרוחות פאר הונדערטער אלמנות בארה"ק, מיט א גאר רייכן פראגראם פון עטליכע טעג לחזק ולהתחזק, אינעם פראכטפולן כינורת האטעל אין טברי'ה, אין שפיץ פון הרבנית הצד' תליט"א וועלכע קומט צו פארן אינאיינעם מיט א משלחת נשים צדקניות שתחי' ספעציעל צום געהויבענעם שב"ק.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מיטוואךח' מרחשון תשפ"ג11/2/2022

באריכט
בשורה טובה לאנ"ש תושבי מאנטרעאל שיחי' וכל האורחים הנכבדים הע"י!

נאך לענגערע השתדלות איז נארוואס באשטעטיגט געווארן אז דער שלחן הטהור ליל שב"ק און שלש סעודות בצל הקודש שב"ק פ' חיי שרה אין מאנטרעאל, וועט פארקומען אין א גיגאנטישע "שאטער-בנין" וואס ווערט אויפגעשטעלט אויפ'ן שטח צווישן די גאסן 'האטשאסאן' און 'דראשער', הארט נעבן די 'ווען-הארן' גאס, א קארגע צוויי מינוט גאנג פון בית מדרשינו הגדול.
דער שאטער וועט אי"ה ווערן אויסגעשטעלט מיט הונדעטער זיץ פלעצער און הויכשטאקעדיגע פארענטשעס פאר אלפי אנשי שלומינו וואס וועלן מיטהאלטן דעם געהויבענעם היסטארישן שב"ק בצל הקודש בקרב עיר מאנטרעאל יצ"ו.

יהדות מאנטרעאל, הנה מלכך בא!

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

דינסטאגז' מרחשון תשפ"ג11/1/2022

מודעה
מתכוננים! סעודת הודאה רבתי ודינער השנתי, במקהלות רבבות אנשי שלומינו שיחי', כ"א כסלו הבעל"ט.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

זונטאגה' מרחשון תשפ"ג10/30/2022

פרייטאגג' מרחשון תשפ"ג10/28/2022

מיטוואךא' מרחשון תשפ"ג10/26/2022

מודעה
הכנה דרבה בקרב קהלתינו הק' במאנטרעאל לקראת 'המסע הקודש' שבת חיי שרה במאנטרעאל יצ''ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

זונטאגכ"ח תשרי תשפ"ג10/23/2022

מודעה
חגיגת הכנסת ספר תורה וואס ווערט אריינגעגעבן צו בית מדרשינו 'בית מנחם זאב' אין שכונת ויואל משה קרית יואל, דורכן בוי מייסטער פון די שכונה הרבני הנגיד ר' מאיר יעקב אינדיג הי''ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
מודעה
חגיגת הכנסת ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן דורך תלמידי ישיבה לצעירים אין וומסב"ג, אינאיינעם מיט הרה''ח ר' יודא ברילל הי''ו (וומסב''ג) לע''נ בנו הבה''ח אלעזר ע''ה, אי"ה מארגן זונטאג נח בבית מדרשינו דברי יואל אין וומסב''ג.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️

זונטאגכ"א תשרי תשפ"ג10/16/2022

דאנערשטאגי"ח תשרי תשפ"ג10/13/2022

מיטוואךי"ז תשרי תשפ"ג10/12/2022

ווייז פריערדיגע טעג