בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes

Satmara Niyes

What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Reports

← Show all

Friday3 Cheshvan 578310/28/2022

Report
פרייטאג ערש''ק פרשת נח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי האט זיך רבינו שליט"א אומגעקערט פון פארשעי ווי דער רבי האט געוויילט די לעצטע צעהן טאג אויף אפרוה, למעון קדשו אין קרית יואל.

איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן.
לבן הנולד אצל ר' בערל אקער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' שלום יצחק הערשקאוויטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר שלמה יצחק איידליס הי"ו (וומסב''ג).
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דאנערשטאג נח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 9:20 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ''ד בוטשאטש, ווי עס האבן געהאט די זכיה מיט צו דאווענען תלמידי מכינה לישיבה כתה ט' פון מוסדותינו הק' במאנסי.
פאר'ן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים.
ב"ר אלימלך הכהן שווארטץ הי"ו (קר''י).
ב"ר חיים ישעי' אשר מענדלאוויטש הי"ו (וומסב''ג).
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט משמיע געווען דב"ק והדרכה להתחלת הזמן צו לערנען מיט חשק און התמדה, און מעורר געווען צו לערנען די פירוש המלות פון די לשם יחוד פאר הנחת תפילין און פון אהבה רבה, און מסיים געווען בברכות קדשו.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מנחה ארום 6:50 און מעריב ארום 7:15 אין ביהמ"ד בוטשאטש.

נאך מעריב איז געווען א קורצע זמן כניסה בחדרו הפרטי ווי עס זענען אריין די חתנים וואס האבן חתונה די קומענדיגע וואך.
דערנאך האט דער רבי דארט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ג ר' נתן דוב שווארטץ שליט"א מו"ץ בקהלתינו (קר"י), - הרה"ח ר' וואלף ליכטענשטיין הי"ו (קר''י), דער רבי האט געטרונקען לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
מיטוואך פרשת נח בדר"ח חשון 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 9:25 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ''ד בוטשאטש. פאר'ן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים.
ב"ר חיים וואלף שפילמאן הי"ו (קר''י).
ב"ר פנחס יואל פריינד הי"ו (ב''פ).
רבינו שליט''א איז צוגעגאנגען צו הלל בדביקות והתעוררות כרגיל, און ביים ליינען געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ''ד.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מנחה ארום 6:45 און מעריב ארום 7:15 אין ביהמ"ד בוטשאטש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

Wednesday1 Cheshvan 578310/26/2022

Report
דינסטאג פרשת נח אדר"ח חשון 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 9:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ''ד בוטשאטש. פאר'ן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים.
ב"ר אברהם מענדל ווערטהיימער הי"ו (קר"י).
ב"ר משה חיים קאהן הי"ו (ב''פ).
רבינו שליט''א איז צוגעגאנגען צום עמוד צו הלל בדביקות והתלהבות כרגיל.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען רביעי, און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ''ד.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מנחה ארום 5:00 אין ביהמ"ד בוטשאטש, און נאך מנחה האט דער רבי געבענטשט און אפגעזעגנט עטליכע חתנים מאנ"ש בארה"ק, וועלכע זענען צוריקגעפארן נאכן וויילן דעם חודש תשרי העעל"ט בצל הקודש.

נאך מנחה איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין בארא פארק צו די חופה פון החתן ש"ב בן בנש"ק הרב אשר ישעי' הורוויץ שליט"א נכד רביה"ק בעל עצי חיים זיע''א, באולם עטרת חי', און איז דערנאך תיכף צוריקגעפארן קיין פארשעי.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 10:00 אין ביהמ"ד בוטשאטש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
מאנטאג פרשת נח 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 9:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ''ד בוטשאטש. פאר'ן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים.
ב"ר שמשון סעגעדין הי"ו (ב"פ).
ב"ר יעקב יואל גליק הי"ו (וומסב"ג).
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מנחה ארום 6:50, און מעריב ארום 7:20 אין ביהמ"ד בוטשאטש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

Monday29 Tishrei 578310/24/2022

Report
זונטאג פרשת נח 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 9:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ''ד בוטשאטש אין פארשעי. פארן דאווענען האט דער רבי האט תפילין געלייגט פאר די פאלגענגע בר מצוה בחורים.
בן הר''ר יעקב שלום ווייס שליט''א.
ב"ר וואלף פאלאטשעק הי"ו (וומסב''ג).
ב"ר מרדכי לאנדא הי"ו.
ב"ר יצחק עקשטיין הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדר הפרטי.

אין די נאכמיטאג שעה'ן איז פארגעקומען א אסיפה בביתו נאוה קודש אין פארשעי אינאיינעם מיטן גאווערנער מרס. האוקל יר"ה וואס לויפט יעצט פאר ווידערוויילונג, ביי די אסיפה זענען אנוועזנד געווען געציילטע עסקנים מראשי והנהלת קרית יואל, מראשי קהלתינו הק' פון ניו יארק, און כלל טוהער'ס פונעם חרדישן אידענטום אין ניו יארק.
אויף א עקסטערן טיש איז געזעצן די גאווערנער יר"ה, עטליכע פון איר אדמיניסטראציע, מיט הרבנית הצדיקת תליט''א און הרבנית אשכנזי תחי'.

ס'איז אויסגעשמועסט געווארן א רייע טעמע'ס וואס איז עומד על הפרק און די אינטערעסן פון חרדי'שע אידן איבער ניו יארק סטעיט, אויף וואס מ'איז קריטיש אהנגעוויזן אויף די הילף פונעם גאווערנער יר"ה און איר אדמיניסטראציע, בעבר, בהוה, ובעתיד, אריינגערעכנט וויזיטאציע רעכטן אין שפיטעלער, חינוך און עדיוקעשן אין מוסדות התורה, די קרית יואל וואסער פייפליין און נאך.

דעם רבי'נס ווערטער מעומק לבו הטהור איז איבערגעטייטשט געווארן פארן גאווערנער דורך הרבנית אשכנזי תחי'.

די אסיפה האפט בעז"ה צו ברענגן די ריכטיגע רעזולטאטן אויף אלע ענינים און מרן רבינו שליט"א האט זיך זייער באדאנקט פאר איר הארציגע געפיל און קענטיגע איבערגעגעבנקייט לטובת דעם חרדי'שן אידענטום איבער ניו יארק סטעיט.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מנחה ארום 6:50, און מעריב ארום 7:20 אין ביהמ"ד בוטשאטש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Sunday28 Tishrei 578310/23/2022

Report
שב"ק פרשת בראשית שבת מברכים חודש חשון 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אויף א פריוואטן פארנעם אין פארשעי ווי דער רבי וויילט למנוחת הנפש.

די תפילות שב''ק האט דער רבי געדאווענט בביתו נאוה קודש.

פרייטאג צונאכטס ארום 6:35 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף בטליתו, עס האט געדאווענט פארן עמוד הגה''צ ר' מנחם בנציון ווארפמאן שליט''א אב''ד בוטשאטש. קבלת שבת: הרב יעקב נחמן ווארפמאן שליט''א (וומסב''ג).

רבינו שליט''א האט געפראוועט דעם שלחה"ט בביתו נאוה קודש.
פאר די זמירות זענען אריין א ענגע צאל מאנ"ש צו מנין, רבינו שליט''א האט מכבד געווען. כל מקדש: הרב יצחק אייזיק ווארפמאן שליט''א (קר''י), מנוחה ושמחה: ר' יואל עמרם גרובער הי''ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה און מקשר געווען סוף התורה לתחילתה און געטיישטש בדרך דרוש אין די סוגיא פון עשה דרבים צו עס איז דוחה לא תעשה ועשה.

קה אכסוף: ר' הערשל בר''מ ווערטהיימער הי''ו, ברכהמ"ז: הגה''צ אב''ד בוטשאטש שליט''א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק מרוזין זיע"א, וואס די יארצייט געפאלט פרייטאג ג' חשון. קה רבון עלם: הרב יואל ישראל וואגשאהל שליט''א.

מען האט אויפגעגעבן פירות, אז ביום השביעי: ר' יחזקאל היימליך הי''ו. מען האט געענדיגט ארום 11:00.

וביום השבת קודש

רבינו שליט''א איז אריינגעקומען צו שחרית בביתו נאוה קודש. פסוקי דזמרה: ר' דוד פארקאש הי''ו, שחרית משב''ק הרה''ח ר' יושע מענדלאוויטש הי''ו.

הוצאה והכנסה: הב' אברהם ב"ר בנציון וויינבערגער הי"ו, בעל קורא הב' אברהם דוד ווארפמאן.
עליות. כהן: ר' שלמה מנשה גליק הי"ו, לוי: הרה"ח ר' בנציון וויינבערגער הי"ו, שלישי: הרב יעקב נחמן ווארפמאן הי"ו, רביעי: הרה"ח ר' חיים מאיר מארך הי"ו, חמישי: הרב יצחק אייזיק ווארפמאן הי"ו, שישי: רבינו שליט''א, שביעי: הב' מרדכי פארקאש הי"ו, אחרון: הב' שניאור ב"ר יואל עקשטיין הי"ו, מפטיר: הב' המשב"ק חנני יו"ט ליפא דייטש הי''ו, הגבה: ר' אברהם מאסרי הי"ו, גלילה: הב' אברהם אהרן ב"ר חיים נתן העללער הי"ו.
נאכן ליינען האט רבינו שליט''א ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעוררות.

מוסף: הרב יצחק אייזיק ווארפמאן שליט''א, פתיחה לאנעים זמירות: הב' ב"ר בנציון וויינבערגער הי"ו.

רעוא דרעווין

מנחה האט רבינו שליט''א געדאווענעט בביתו נאוה קודש, בעל תפילה איז געווען ר' שלמה מנשה גליק הי"ו, הוצאה והכנסה: הב' ב"ר בנציון וויינבערגער הי"ו, כהן: ר' שלמה מנשה גליק הי"ו, לוי: הב' ב"ר חיים נתן העללער הי"ו, שלישי: הרה"ח ר' משה יצחק לאנדא הי"ו, הגבה: רבינו שליט''א, גלילה: הב' אברהם דוד ווארפמאן.

נאך מנחה האט זיך רבינו שליט''א געוואשן צו של"ש בביתו נאוה קודש. ארום צען מינוט נאכן זמן איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד בוטשאטש און ממשיך געווען מיט של''ש.
זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה''ג ר' יעקב יוסף מאשקאוויטש שליט''א אב''ד באראוו, שיר המעלות: הרב נפתלי הורוויץ שליט''א (לאנדאן).

ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויפן פסוק 'בראשית ברא אלוקים' און געטייטשט אז בראשית איז ברית אש די תורה איז אש הלא כה דברי כאש, אש האט א שטארקע כח, די תורה הקדושה האט א שטארקע כח, אידישע קינדער בכל הדורות אין גלות האבן געהאט שטארקע נסיונות און מיט די כח פון די תורה איז מען אלעס אדורך, יעצט נאך די הייליגע טעג ווען מען האט זיך מקבל געווען קבלות טובות דארף מען עס מוציא זיין מכח אל הפועל און שעפן חיות דקדושה פון די תורה.

ידיד נפש: הרה''ח ר' אברהם ליברמאן הי''ו, קל מסתתר: הרה''ח ר' שמחה אהרן אשר גאלד הי''ו. דער רבי שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס.

מעריב מוצ"ש: הרה''ח ר' אברהם משה גאטעסמאן הי''ו. נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך, מען האט געענדיגט בערך 9:00 אזייגער.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Friday26 Tishrei 578310/21/2022

Report
פרייטאג ערש''ק בראשית 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 9:25 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ''ד בוטשאטש. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענגע בר מצוה בחורים.
ב"ר חיים מענדל פייערשטיין הי''ו (קר''י).
ב''ר חיים יוסף גראס הי''ו (מאנסי).
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדר הפרטי.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דאנערשטאג בראשית 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 9:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ''ד בוטשאטש. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר יואל שלום שאפפער הי"ו (וומסב''ג).
דערנאך האט דער רבי געצינדן 5 ליכט לכבוד די יומדהל"ק פון הרה''ק הקדושת לוי זיע"א, ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדר הפרטי.

דערנאך איז אריין בק"פ הרב ר' יהושע קליין שליט"א מנה"ר דישיבתינו הק' וחבר הנהלת הקהלה בירושלים עיה"ק, וועלכער האט איבערגעבן פאר רבינו שליט"א א לענגערע באריכט פון קהלתינו הק' ומוסדותי' בעיר ה' שמה, ובמיוחד איבער די הצלחה פון די תלמידי הישיבה קטנה וועלכע האבן זיך פארהערט מס' בבא בתרא און נאך לימודים ביי גדולי הרבנים בארה"ק פון וואס רבינו שליט"א האט געהאט א געוואלדיגע קורת רוח, און האט גלייכצייטיג אויסגעשמועסט מיט'ן רבין פארשידענע ענינים העומדים על הפרק בקרב הקהלה והמוסדות, און צום שלוס האט רבינו שליט"א געשיקט א ווארימע פריסת שלום פארן גאנצן ציבור אנ"ש בעיה"ק ת"ו.

ארום 1:00 מיטאג האט רבינו שליט''א אפגעשטאט א בליץ באזוך ביים הערליכן בית רחל קאמפלעקס פון מוסדותינו הק' במאנסי אויף טשערי לעין, צום ערשט האט דער רבי באזוכט ביי די גרעסערע קלאסן, דערנאך אינעם בנין החדש והמפואר 'בנין ניישטאדט' וואס איז נארוואס באנייט געווארן, דער רבי איז ארום און באגלייטונג פון די חברי ההנהלה און שפיץ פונעם מנהל המוסדות הרה''ח ר' שמואל זאנוויל ווערטהיימער הי''ו, דער רבי איז אריין אין אלע קלאסן אויף אלע שטאקן און באוואונדערט די שנעלע אויפבוי פונעם הערליכע בנין אין קארגע אכט חדשים, ביים ענדע האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די לערערין'ס און מנהלת, און א ברכה מיוחדת פאר ר' שמואל זאנוויל הי"ו. אזוי אויך האט רבינו שליט"א מאציל געווען מברכותיו פאר הרבני הנגיד ר' רפאל פערלמוטער הי''ו וואס האט מנדב געווען א גאנצן שטאק אינעם בנין.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מנחה ארום 7:00, און מעריב ארום 7:30 אין ביהמ"ד בוטשאטש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
מיטוואך פרשת בראשית - אסרו חג סוכות 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל בר''מ מיטטעלמאן הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ''ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענגע בר מצוה בחורים.
בן הרה''ג ליפא בערקאוויטש שליט''א מו''ץ בקהלתינו.
בן הר''ר איתמר טובי' שווארץ הי''ו.
בן הר''ר יואל שפיטצער שליט''א.
ב"ר משה קליין הי''ו.
ב"ר אברהם ווערטהיימער הי''ו (וומסב''ג).
ב"ר אהרן וויינבערגער הי''ו (לאנדאן).
ב"ר משה ווייס הי''ו.
ב"ר יקותיאל יודא מאלח הי''ו.
ב"ר יואל לעבאוויטש הי''ו (וומסב''ג).
ב"ר עזריאל עמרם שווארץ הי''ו.
ב"ר דוב לעבאוויטש הי''ו.
ב"ר דוד צבי מערץ הי''ו.
ב"ר ברוך לעבאוויטש הי''ו (ב''פ).
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ''ד.

אזוי אויך זענען נאך אריין בקו"פ עטליכע אורחים נכבדים מעבר לים וועלכע זענען אהנגעקומען במשך די ימי חוה"מ, צווישן זיי זענען אריין הרה"ג ר' יואל דאסקאל שליט"א און הרב אהרן מאיר ווייס הי"ו מחברי המערכת בארה"ק פונעם גליון המפורסם 'קול התאחדותינו' און האבן א לענגערע צייט אויסגעשמועסט מיט רבינו שליט"א פארשידענע ענינים וואס איז נוגע דעם מדור 'משולחן מלכים' אויף וואס רבינו שליט"א האט זיי אהנגעגעבן פארשידענע הערות און הוראות, און דערנאך האט רבינו שליט"א מיט זיי געשיקט א ווארימע פריסת שלום פאר אנשי שלומינו היקרים אין בני ברק יצ"ו.

פארמיטאג האט דער רבי פארטיילט פירות וועלכע זענען געהאנגען אין די סוכה בביתו נאוה קודש, פאר די בחורים וועלכע האבן ארויסגעהאלפן בויען די סוכה, און דער רבי האט זיך באדאנקט.

נאכמיטאג ארום 5:30 האט רבינו שליט''א פארלאזט ביתו נאוה קודש אויפן וועג קיין פארשעי, ווי דער רבי וויילט אויף מנוחת הנפש ביז דעם קומענדיגן ה' פר' נח הבעל"ט.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מנחה ארום 6:55 און מעריב ארום 7:30 אין ביהמ"ד בוטשאטש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Show earlier days