בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

מסע הקודש

← ווייזט אלעס
← אלע נסיעות

מסע הקודש ושבתי לעיר האבות סיגוט - שבת תולדות חשון תשפ''ב

כ"ח מרחשון תשפ"ב – ד' כסלו תשפ"ב · 109 פאוסטס, על הסדר פון מעלדן ביז אהיימקומען

מאנטאגד' כסלו תשפ"ב11/8/2021

נייעס
זונטאג פר' ויצא 12:32 אין די יעצטיגע מינוטען איז כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א אנגעקומען בביתו נאוה קודש בקרית יואל.

בזמן שהצדיק בעיר הוא הודה הוא זיוה והוא הדרה

▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️
באריכט
ושבתי בשלום אל בית אבי

באריכט מסע הקודש ושבתי דורך כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א לעיר האבות סיגוט.

תפילה למשה איש האלוקים

זונטאג פר' ויצא - אוהעל, אונגארן

ארום 9:55 אינדערפרי איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין שטאט אוהעל אונגארן מקום מנוחת קודש פונעם ראש הששולתא קדישא רבינו משה איש אלוקים מרן הישמח משה זי''ע. ווי רבינו שליט''א איז אפגעווארט געווארן דורך הונדערטער פרישע געסט פון אייראפע און ארה''ק.

ביים אנקומען איז רבינו שליט''א געגאנגען אין מקוה און דערנאך געדאווענט שחרית בבנין הביהמ''ד שע''י הציון הק'. בעל תפילה איז געווען הרה''ג ר' בערל גלאנץ שליט''א מבארדיוב קר''י.

המקום אשר אתה עומד עליה אדמת קודש הוא

נאכן דאווענען ארום 12:30 איז רבינו שליט''א אינאיינעם מיט'ן גאנצן ציבור ארויף צום אוהל הקדוש בביה''ח דקהלתינו הק' פוקד זיין די ציון הק' מיט גרויס התעוררות.

ביים אנקומען האט דער רבי צום ערשט געצינדן 5 ליכט מיט א נר נשמה, און דערנאך האט דער רבי אנגעהויבן די תפילה פון שלום עליך רבי ומורי מיט בכיות נוראות פאר לענגערע מינוטען. און דערנאך געזאגט די תפילה לפני אמירת תהלים המיוחס למרן הישמח משה זצ"ל

רבינו שליט''א האט פארגעזאגט תהילים, פון קאפיטל צ' ביז ק''ז כנהוג דערנאך האט דער רבי שליט''א פארגעזאגט דעם יהי''ר בהשתתפות הנפש, און האט געזאגט קדיש.

דערנאך האט רבינו שליט''א געליינט די קוויטלעך בשעת מען האט געזונגען נגוני התעוררות, דערנאך האט דער רבי אראפגעלייגט אלע קוויטלך און האט זיך משתטח געווען אויפן ציון הק' מיט בכיות נוראות פאר לענגערע מינוטען.

אבן מאסו הבונים היתה לראש פנה

תיכף נאכן פוקד זיין דעם ציון הק' איז פארקומען דער התרגשות'דיגער מעמד הנחת אבן הפינה פארן נייעם בנין גדול "היכל הביהמ"ד - מקוה גדולה - וחדרים להכנסת אורחים" וואס וועט ווערן אויפגעבויעט סמוך ונראה צום ציון הק' פון רבינו משה איש אלוקים מרן הישמח משה זי"ע אין שטאט אוהעל דורכן "וועד הציון הקדוש" שע"י החברה קדישא דקהלתינו הק', - צוגאב צו די ביז יעצטיגע עקזיסטירנדן איבערגעפרישטן בנין וואס איז שוין צר המקום מהכיל.

רבינו שליט''א איז ערשינען צום מעמד און די משוררים האבן געזונגען ניגונים לכבוד המאורע דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דברות קודש, דער רבי האט ארומגערעדט מיט גרויס התרגשות וואס עס האט זיך אלס אפגעשפילט אין שטאט אוהעל ווער ס'איז געווען רב דארט און געזאגט אז אויך משה רבינו איז געווען אין אוהעל ווייל דער ישמח משה זי''ע האט געזאגט ביי די הקפות 'ברוך הבא משה רבינו'. און ארויסגעברענגט רגשי לבבו קומענדיג פונעם מעמד חנוכת הבית במקום שהתפללו בו אבותי אין שטאט סיגוט צו א מעמד הנחת אבן הפינה במקום שהתפללו בו אבותי אין שטאט אוהעל יעצט אז מען גייט אויפשטעלן א ביהמ''ד אויף דעים פלאץ ווי די הייליגע זיידעס זענען געווען עס איז א מקום קיבול תפילות, און מסיים געווען ברכות קדשו, ובפרט פאר הרה''ח ר' אברהם יושע הכהן גלאנץ הי"ו בונה ומקים אין שטאט אוהעל.

דערנאך האט רבינו שליט''א געגאסן די יסודות אין די ספעציעלע ציגלען אויף די בימה און דערנאך מכבד הרבנים הגאו''צ אב''ד קהלתינו מאנסי אב''ד קהלתינו לאנדאן ובני וחתני רבינו ובוני הבנין צו גיסן און דאן האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע ריקוד 'בורא עולם בקנין' און 'אויסגעפויעלט אלעס גוטס'.

נאכן מעמד איז רבינו שליט''א אריבער בבית האכסניא ווי עס זענען אריין בקודש פנימה שלום נעמען די הונדערטער אנ''ש פון אייראפע און ארה''ק.

דערנאך איז אריבער צום רבין דער מעיאר פון שטאט אוהעל און באגלייטונג פון די לאקאלע פאליטישע באאמטע ווי רבינו שליט''א האט זיך באדאנקט פאר זייער הילף פארן ביה''ח דקהלתינו הק' און די בנינים שע''י הציון הק'.

ארום 3:00 האט רבינו שליט''א געדאווענט מנחה בהיכל הביהמ''ד, בעל תפילה איז געווען הרה''ג ר' ליפא יואל פישער שליט''א. און נאך מנחה האט מען זיך ארויסגעלאזט צום עירפארט אין בודאפעסט.

ביים אנקומען אין עירפארט אום 5:45 נאכמיטאג האט רבינו שליט''א באגעגנט א קבוצה פון נכדי הרה''ק המנוחת אשר מטשענגער זי''ע וועלכע זענען געקומען פוקד זיין דעם ציון לקראת די יארצייט, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער דעם הייליגן מנוחת אשר און זיינע קינדער.

דערנאך איז רבינו שליט''א אריין אין א פריוואטן צימער ווי דער רבי האט עוסק געווען בתורה ביז צום ארויפגיין אויפן פליגער.

ארום 7:25 איז רבינו שליט''א ארויף אויפן פליגער ווי דער רבי איז אפגעווארט געווארן דורכן גאנצן ציבור.
כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך

ארום 7:42 האט זיך בשעטו''מ געהויבן די פליגער אויפן וועג אהיים פונעם מסע הקודש ושבתי.

אויפן פליגער אויפן וועג אהיים האט כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א פארברענגט מיט די ראשי הקהילה פאר איבער 4 שעה און דערציילענדיג אלטע זכרונות און סיפורי צדיקים.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב אויפן פליגער, בעל תפילה איז געווען הרה"ג ר' ליפא יואל פישער שליט"א, און דערנאך האט דער רבי עוסק געווען בתורה פאר עטליכע שעה אין מס' בבא קמא.

במשך די שעות אויפן פליגער האבן אויפגעטרעטן הגה''צ ר' מאיר צוויבל שליט''א משפיע רוחני בביהמ''ד בנין בראך און הגה''צ ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט''א ראה''כ, אויך האט דער משב''ק הרה''ח ר' יושע מענדלאוויטש הי''ו אויסגעלערנט נייע ניגונים.

ברוך הבא בשם ה'

ארום 11:05 האט בשעטו''מ געלאנדענט די פליגער אינעם נוארק עריפארט. און ארום 12:33 איז רבינו שליט''א אנגעקומען במעון קדשו בקרית יואל.

קה זכות אבות יגן עלינו, וימלא משאלותינו במדה טובה ישועה ורחמים

▫️סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
בילדער · 5
נאך בילדער אויפן פליגער אויפן וועג אהיים ווי כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א האט פארברענגט מיט די ראשי הקהילה פאר איבער 4 שעה און דערציילענדיג אלטע זכרונות און סיפורי צדיקים.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

דינסטאגה' כסלו תשפ"ב11/9/2021

ווידיאו
משב''ק הרה''ח ר' יושע מענדלאוויטש הי''ו ביים אויסלערנען נייע ניגונים אויפ'ן פליגער אויפן וועג אהיים.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

דאס איז די גאנצע נסיעה.