בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

מסע הקודש

← ווייזט אלעס
← אלע נסיעות

מסע הקודש ושבתי לעיר האבות סיגוט - שבת תולדות חשון תשפ''ב

כ"ח מרחשון תשפ"ב – ד' כסלו תשפ"ב · 109 פאוסטס, על הסדר פון מעלדן ביז אהיימקומען

דאנערשטאגכ"ט מרחשון תשפ"ב11/4/2021

בילד
העסקן הנמרץ ר' מאיר פערל הי''ו ביים ארום גיין נאך געלט מיט די יטב לב פישקע.

▫️סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
בילד
הרה''ח ר' אברהם יושע גלאנץ הי''ו מחברי וועד העליון ק''ק סאטמאר אלס בעל קורא אויפן פליגער

▫️סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
ווידיאו
רבינו שליט''א ביים ארום גיין אויפן פליגער באגריסן די משתתפי הנסיעה.

▫️סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
בילד
רבינו שליט''א ביים אראפ שטייגען פונעם פליגער אין שטאט סאטמאר.

▫️סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
בילד
הרה''ח ר' חיים הלוי העללער הי''ו מראשי קהלתינו הק' וויליאמסבורג ביים רעדן צו די רומענישע פרעסע וואס איז ארויסגעקומען צום עירפארט

▫️סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
ווידיאו
הרה''ג ר' מאיר צוויבל שליט''א מרבני הקהילה ומשפיע רוחני בבית מדרשינו בנין בראך ביים אויפטרעטן מיט א דרשה אויפן פליגער.

▫️סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
בילדער · 2
הגה''צ אב''ד קהלתינו לאנדאן שליט''א אין באגלייטונג פונעם ראש הקהל הרבני הנכבד ר' אשר לעוו הי''ו און א קבוצה נכבדה אנ"ש תושבי לאנדאן אינעם עירפארט אויפן וועג קיין סיגוט מיט צו האלטן מסע קודש ושבתי בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בעיר האבות סיגוט.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
נייעס
ושבתי בשלום אל בית אבי

אין די יעצטיגע מינוטען איז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אנגעקומען בעיר האבות סיגוט צום היסטארישע שול הויף במקום שהתפללו בו אבותינו ורבותינו הק'.

רבינו שליט"א שפאצירט יעצט ארום אינעם גאנצן בנין בהתרגשות עילאה מיט טרערן אין די אויגן און קיקט זיך אום אין אלע צימערן און טאוולעך פון די נדבני הבנין.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
ווידיאו
המקום אשר אתה עומד עליה אדמת קודש הוא

כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א פארגיסט אין די לעצטערע מינוטען טייכן טרערען אינעם היסטארישע שול הויף בהיכל הביהמ"ד עצי התמרים.

▫️סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
ווידיאו
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביים זיך אומקוקן ביהמ''ד עצי התמרים אינעם היסטארישן שוהל הויף בעיר האבות סיגוט.

▫️סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
בילדער · 2
רבינו שליט''א ביי תפילת מנחה

▫️סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
בילד
קול רנה וישועה באהלי צדיקים

יעצט נאכמיטאג קומט פאר די שמחת פדיון הבן פון א איר אייניקיל ביי כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א בן הבכור הנולד לנכדו הרב יואל טייטלבוים שליט''א בן הגה''צ אבד''ק ור''מ וומסב''ג שליט''א.

תיכף נאך די שמחה וועט דער וויליאמסבורגער רב שליט"א ארויספליען קיין ראמעניע צו וויילן אויף שב"ק בצל הקודש פון כ''ק מרן רבינו שליט"א אין שטאט סיגוט.

צאתכם ובואכם לשלום

▫️סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
בילד
גיגאנטישער שאטער פראכטפול אנגעגרייט צום היסטארישע שב"ק ושבתי שבת חנוכת הבית בעיר האבות סיגוט בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אינאיינעם מיט די הונדערטער נגידים נדבני הבנין.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️

פרייטאגא' כסלו תשפ"ב11/5/2021

בילדער · 2
צענדליגער אידן זיצן אין לערנען יעצט אין די פריהע פארטאגס שעה'ן בבית המדרש הגדול עצי התמרים אויפן היסטאָרישן שוהל הויף בעיר האבות סיגוט.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
ווייזט ווייטער פון די נסיעה