קורצע מסע הקודש לאתרא קדישא מירון - שב''ק בעיר צפת - סיון תשפ״א
כ"ז סיון תשפ"א – ג' תמוז תשפ"א · 118 פאוסטס, על הסדר פון מעלדן ביז אהיימקומען
זונטאגג' תמוז תשפ"א6/13/2021
נייעס
כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך
נאך תפילת שחרית און פוקד זיין די ציון הקדוש פון התנא אלוקי רבי מאיר בעל הנס, ארום 7:30 האט זיך די רבי ארויסגעלאזט צום שטאט לוד ווי די רבי וועט פארלאזן ארה"ק קיין אמעריקא, און וועט בעז"ה אנקומען אין די נאכמיטאג שעות און זיך אומקערן למעון קדשו בקרית יואל.
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביים עריפארט אין א שמעוס מיט בנו בכורו מורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
ארום 12:00 מיטאג בארה"ק, 5:00 פארטאגס אין ניו יארק, האט זיך בשעטו"מ געהויבן די פליגער פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אינעם לוד לופטפעלד בארה"ק, די רבי איז ערווארטעט צו לאנדען אין ניו-יארק עריפארט ארום 4:30 און אנקומען לביתו נאוה קודש ארום 6:00 נאכמיטאג,
בזמן שהצדיק בעיר הוא הודה הוא זיוה והוא הדרה
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
לענגערע הערליכע ווידיא "מוצש"ק בעיה"ק צפת במחיצת הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א -געהויבענע של"ש, תפילת מעריב, און הבדלה.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביים עוסק זיין בתורה אינעם עריפלאן צוריק קיין ניו יארק, נאכן געהויבענעם קורצע מסע קודש קיין "אתרא קדישא מירון".
כי הם חיינו ואורך ימינו
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
ברוך הבא בשם ה'
זונטאג נאכמיטאג 4:31 אין דעי מינוטין האט געלאנדעט די פליגער פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אינעם נוארק עריפארט, ווי די רבי וועט זיך צוריק-קערן למעון קדשו בקרית יואל.
זמני כניסה בקודש פנימה היינט פון 8:00 ביז 10:00 בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.
בזמן שהצדיק בעיר הוא הודה הוא זיוה והוא הדרה
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
בריך מתיך לשלם
זונטאג נאכמיטאג 6:37 אין דעי מינוטין איז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אנגעקומען בביתו נאוה קודש בקרית יואל נאכן זיך אויפהאלטן די פארלאפענע וואך אויף א קורצע "מסע קודש" אין "אתרא קדישא מירון".
בזמן שהצדיק בעיר הוא הודה הוא זיוה והוא הדרה
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
בזמן שהצדיק בעיר הוא הודה הוא זיוה והוא הדרה
באריכט
🌴 א' חוקת בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א 🌴
די רבי האט געדאווענט שחרית ביים ציון הקדוש פון התנא אלוקי רבי מאיר בעל הנס, און נאכן דאווענען פוקד געווען די ציון הקדוש.
כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך דערנאך ארום 7:30 (א"י זייגער) האט זיך די רבי ארויסגעלאזט צום שטאט לוד ווי די רבי האט פארלאזט ארה"ק קיין אמעריקא, נאכן זיך אויפהאלטן די פארלאפענע וואך אויף א קורצע "מסע קודש" אין "אתרא קדישא מירון". ארום 10:05 (א"י זייגער) איז די רבי אנגעקומען אינעם לוד לופטפעלד, ארום 12:00 (א"י זייגער) האט זיך בשעטו"מ געהויבן די פליגער.
ברוך הבא בשם ה' נאכמיטאג 4:31 (אמירעקאנע זייגער) האט געלאנדעט די פליגער אינעם נוארק עריפארט, 6:37 איז די רבי אנגעקומען בביתו נאוה קודש בקרית יואל. בזמן שהצדיק בעיר הוא הודה הוא זיוה והוא הדרה
פארנאכטס האט די רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' זלמן לייב קאפפעל, ר' משה יודא גאלדבערגער, באולם בית רחל פארדייס.
און ביים חופה פון די מחותנים ר' בנימין זאב שווארץ, ר' חיים נחום וויינשטאק, באולם כינור דוד.
ארום 7:45 איז די רבי אנגעקומען בביתו נאוה קודש אויף אוהעל, צום ערשט האט די רבי אפגעשטאט א באזיך אינעם נייעם "פראכטפולע תנאים זאל" בביתו נאוה קודש מרביהק זי"ע אויף אוהעל קט. אין קרית יואל, וואס וועט פארשפארן שווערע טויזענטער דאללארן פאר אנ"ש בעת שמחתם, וועלעכע איז פארענדיגט געווארן לשם ולתפארת בנדבת הרבני הנגיד ר' גדלי סעגעדין, לרגל די תנאים פון בתו היינט נאכט. דערנאך איז פארגעקומען די זמני כניסה, צווישן אנדערע האט די רבי אפגעשוירן די חאלאקע פון בן ר' חיים שלמה פישער -משב"ק.
שפעטער האט די רבי געליינט תנאים אינעם תנאים זאל בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע פון די מחותנים ר' איסר יודא בערגער, הרבני הנגיד ר' גדלי סעגעדין.
נאכן תנאים האט די רבי קובע מזוזה געווען אויפן נייעם זאל
די רבי האט אנגעהויבן דערציילענדיג א מעשה פון זקינו מרנא ורבנא הגה"ק בעל ישמח משה זי"ע וואס איז געפארן צו א ברית אינעם שטאט 'בערגסאס', און אויפן וועג אהיים האבן אים די שטאט 'מונקאטש' איינגעלאדענט פאר א באזיך, אבער ער האט אפגעזאגט, האבן זיי אינטערגעשמירט די בעל עגלה אז ער זאל אהיים פארן קיין אוהעל דורך מונקאטש, ביים זיך איינדרייען אויפן וועג קיין מונקאטש האט זיך די ישמח משה אנגערופן צו בעל עגלה "ווי פארט איר?" האט ער מודה געווען, און געפרעגט "רבי איר קענט דאך נישט קיין וועגן, פון ווי האט איר געוויסט?", האט ער דערציילט א מעשה פונעם רבין פון לובלין זי"ע, וואס איז געפארן אויפן וועג, און א שטעטל האט אים איינגעלאדענט, און נאכדעם וואס ער האט אפגעזאגט האבן זיי אינטערגעשמירט דעם בעל עגלה צו דורך פארן דעם שטעטל, ביים זיך איינדרייען אויפן וועג צום שטעטל האט זיך די רבי פון לובלין אנגערופן צו בעל עגלה "ווי פארט איר?" האט ער מודה געווען און געפרעגט "רבי איר קענט דאך נישט קיין וועגן, פון ווי האט איר געוויסט?" האט ער געענטפערט "ווען ער פארט זעהט ער די שם הוי"ה, און כהאב געזעהן ווען דו האסט דיר איינגערדייט אז די שם הוי"ה האט זיך נישט איינגעדרייט, אזוי האט די ישמח משה פארציילט.
כפארצייל דעי מעשה, איך בין נעכטן געפארן -לא הגיענו לידי מדות זו- אבער כבין נעכטן געווען אינדערפרי אין א"י, סאיז געווען מוצ"ש א מלוה מלכה אין טברי' מהאט געענדיגט זייער שפעט -בעסער געזאגט זייער פרי מהאט געענדיגט כעלות השחר.. -האט מען באשלאסן אז מען גייט דאווענען ביי רבי מאיר בעל הנס, און פון דארט צים פליגער, נאכן דאווענען אויפן וועג, -איך קען דאך נישט קיין וועגן- סאיז געפארן א קאר פארענט און אים איז מען נאכגעפארן, סאיז דא א דרך המלך א הייווע"י ווי מען קען פארן, "..כזעה אבער מען פארט אריין ביי פיסטע בערג, ערגעץ פארט מען, האב איך אים געפרעגט ווי פארט מען?, איך האב נישט געזעהן די שם הוי"ה, כהאב אבער באמערקט אז מען פארט נישט גוט, בקיצור זיי זאגן אז סאיז די א גרויסע טרעפיק און מען דארף דאך זיין זייער פרי -מפארט דאך קיין אויסלאנד, פארט מען פון דא, איז מען געפארן אדורך די אריבישע דערפער ווי מען ריפט עס די "שטחים" כהאב באמערקט ווי מען פארט, כוועל אייך זאגן די 'פחד' וואס איך האב געהאז זיצענדיג אין קאר, כקען אייך נישט זאגן מאיז אדורך געפארן די מסוכנ'דיגסטע מקומות, מזעהט אויפן וואנט 'פה נרצח' וכו' דארט איז דער געהארגעט געווארן וכו' מען איז אדורך געפארן די אלע מתנחל'ישע שטעט, "מען איז געפארן באימה ופחד",
..כוועל זאגן כהאב היינט גומל געבענטשט "הגומל לחייבים טובות שגמלנו כל טוב" מאיז געפארן מיט א פליגער, 'סאך א גרעסערע סכנה איז געווען אדורך צו פארן יענע מקומות ווי צו פארן מיט א פליגער' ..אודה ה' מאד בפי כבין אדורך געפארן און ב"ה קיינער האט נישט גארנישט געטוען! כהאב נישט גענוג ווערטער צו דאנקען דעם בוכ"ע "..כבין אדורך געפארן דעם ים אבער די מדבר וחיות רעות איז נאך א גרעסערע חסד פונעם אייבערשטן".