בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

מסע הקודש

← ווייזט אלעס
← אלע נסיעות

קורצע מסע הקודש לאתרא קדישא מירון - שב''ק בעיר צפת - סיון תשפ״א

כ"ז סיון תשפ"א – ג' תמוז תשפ"א · 118 פאוסטס, על הסדר פון מעלדן ביז אהיימקומען

דאנערשטאגל' סיון תשפ"א6/10/2021

ווידיאו
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביים באזיך ביי הגה"צ רבי רפאל אביחצירא שליט"א באתרא קדישא מירון.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
לענגערע הערליכע ווידיא פונעם מסיבת לחיים מיט תלמידי ישיבתינו הק' בארה"ק בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א "באתרא קדישא מירון".

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
לכבוד די 'מסע קודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א 'באתרא קדישא מירון' איז ערשינען א לענגערע ווידיא פונעם גרעסטן מעמד ההדלקה פארגאנגענעם ל"ג בעומר "במירון דאמעריקא" בקרית מלך רב "קרית יואל", במעמד רבבות אלופי אלפי ישראל בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

תורתו מגן לנו היא מאירת עינינו היא ימליץ טוב בעדינו אדונינו בר יוחאי

▫️סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
צהלי ורוני יושבת ציון כי גדול בקרבך קדוש ישראל

און ווייטערדיגע באריכטן פונעם "מסע הקודש" פון הוד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א קיין "אתרא קדישא מירון".

🌴 יום ה' קרח 🌴

-נעכטן מיטוואך זענען אריין בקודש פנימה במעון קדשו בבית האכסניא הגאון ר' אברהם ישעי פערקאוויטש מראשי ישיבות מיר אינאיינעם מיט די חסידישע חבורה אין ישיבה, ווי די רבי האט משמיע געווען א שיינע שמועס בדברי תורה.
אויך איז אריין בקודש פנימה -ווי געמאלדן- די מחנכים מפורסמים בארה"ק פון "ארגון משכינו" און פון "ארגון משוך נועם" צווישן זיי הרה"ג ר' משה בראווערמאן שליט"א, הרה"ג ר' יצחק קירשנבוים שליט"א -תולדות אהרן, הרה"ג ר' יושע פינק שליט"א, אזוי אויך הרה"ג ר' גבריאל דאווידאוויטש שליט"א -דושינסקיא, און הרה"ג ר' יעקב באטעלמאן שליט"א -מגדולי המחנכים, און הרה"ג ר' יוסף גערליץ שליט"א, און נאך אסאך עסקנים, און אויפן טעלעפאון הרה"ג ר' משה בלוי שליט"א -מגדולי המחנכים, ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בעניני חינוך און איבער די פעולות בארה"ק און די פלענער אין חוץ לארץ, און די רבי האט געווינטשן ברכות קדשו.-
*

שוין פון די גאר פריע פארטאגס שעה'ן האט רבינו שליט"א פארברענגט בעסק התורה במעון הקודש בבית האכסניא, און דערנאך געגאנגן אין מקוה אין די אכסניא.

ארום 9:15 איז די רבי ארויף צום ציון הקדוש על גג הציון און א צימער וואס איז ספעציעל אפגעדינגן געווארן פארן רבין.

9:30 איז די רבי אריינגעקומען צו שחרית נעבן מערת רבי אלעזר, די רבי איז צוגעגאנגען צו "הלל" בהתעוררות רב, און ביים ליינען עולה געווען רביעי און "גומל געבענטשט" מען האט געענדיגט 11:30.

ברוך שעשה לנו ניסים במקום הזה
ארום 11:50 איז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אנגעקומען צום "מעמד ההודאה" ביים פלאץ ווי עס איז געווען אויפגעשטעלט די גיגאנטישע שאטער "שבת מירון" תשע"ו וואס האט זיך א טרייסל געטאן ליל שב"ק און בניסי ניסים גארנישט געשעהן, די רבי האט געמאכט דעם ברוך שעשה לנו ניסים במקום הזה בשם כל אנ"ש וואס האבן זיך דארט געפינען, און מהאט געזינגען נגוני הודאה.
חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו

במשך די נאכמיטאג שעות האט זיך אהנגעהויבן די רייע -ווייטער פון נעכטן- פון הונדערטער אנ"ש תושבי ארה"ק אריינצוגיין בקודש פנימה בפו"פ להפקד בדבר ישועה ורחמים, וואס האט זיך פארצויגן פאר איבער 6 שעה!, און איז געניט אהנגעפירט מיט א וואונדערבארן סדר דורך עסקנים פון קהלתינו הק'.

אויך איז אריין בקודש פנימה נאכמיטאג צווישן אנדערע הגה"צ גאב"ד זכרון מאיר שליט"א ומלפנים אב"ד דקהלתינו לאנדאן ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס צווישן אנדערע האט מען ארומגערעדט איבערן אסון נורא ל"ג בעומר און איבער די מעגליכע שינוים וואס וועלן געמאכט ווערן, דערנאך האט אים די רבי מכבד געווען מיט לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו,
אויך איז אריין בקודש פנימה כ"ק אדמו"ר מלייפניק שליט"א ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און די רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו.
אויך איז אריין במשך היינט און נעכטן "צענדליגע מנהלים עטה"ק" וואס האבן זיך באדאנקט אויף די געוואלדיגע תמוכה פון "שקל הקודש" מדי חודש בחדשו אויף א שטילן פארנעם.

ארום 5:30 איז אנגעקומען במעון קדשו בבית האכסניא באתרא קדישא מירון א משלחת פונעם מרכז עזרה ויעוץ אין שפיץ פונעם "ראש המצילים" העסקן הנמרץ הרב שמעון שישא יו"ר "מרכז עזרה ויעוץ" ווי עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס איבער די פעולות הצלות פונעם מרכז און מטכס עצה געווען ווי אזוי צו ראטווען די הונדערטער בחורים בפרט נאך די לעצטערע שוועריקייטן, אויך האט מען ארומגערעדט איבערן די מרכז עזרה ויעוץ "נפשי ועוד נפשות" קאמפיין וואס איז אריין אין פולן שוואונג פאר כלל חסידי סאטמאר, דערנאך האט די רבי משמיע געווען גאר ווארימע ברכות הקודש פאר די געטרייע מצילים.

דערנאך ארום 6:30 איז די רבי אנגעקומען אויף א באזיך ביי הגה"צ האדמו"ר ר' רפאל אביחצירא שליט"א בבית מדרשו במירון, ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און די רבי האט זיך באדאנקט פארן ארויסגעבן די ביהמ"ד פאר די בחורי הישיבות צו קענען פראווענען די מעמדים פאר די בחורים, דערנאך האט ער מכבד געווען דעם רבין מיט לחיים און די רבי האט געוואונטשן ברכות קדשו.

צוליב די ריבוי העם פון הונדערטער אנ"ש אריינצוגיין בקודש פנימה וואס האט געשטראמט אן א אויפהער, איז ווייטער פארגעקומען די זמני כניסה, ארום 8:15 האט די רבי געדאווענט מנחה, און דערנאך ממשיך געווען די זמני כניסה, ארום 9:30 האט די רבי געדאווענט מעריב.

דערנאך האט זיך די רבי כדרכו בקודש איינגעשפארט אינעם ספרים שטוב און עוסק געווען בלימוד התורה ביז שפעט אין די נאכט שעות נאך חצות הלילה.

גילי מאוד בת ציון, הנה מלכך יבוא לך

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫
ווידיאו
אויסצאג פון די לענגערע שמועס ביים באזיך פון די משלחת פונעם מרכז עזרה ויעוץ אין שפיץ פונעם "ראש המצילים" העסקן הנמרץ הרב שמעון שישא יו"ר "מרכז עזרה ויעוץ" ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
קומי רוני בלילה לראש אשמרות

לשאלות הרבים טוען מיר מעלדן פאר אנ''ש די בכל אתר ואתר אז יעצט "עש"ק ר"ח תמוז 6:00 באתרא קדישא מירון" - ארום 11:00 בארה"ב /קאנאדע, 4:00 אין אייראפע, וועט מען קענען מיטהאלטן די "מעמד התעוררות" די דברי אלוקים חיים פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א און דערנאך אמירת "כל ספרי תהילים" ביים ציון הקדוש פון "התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי" צו קענען מיטהאלטן און מיטזאגן ספר תהילים להפקד בדבר ישועה ורחמים,

-אויף די פאלגענדע נומערן ווי עס ווערן צוגעשטעלט שווערע טויזענטער ליינס.
>קול סאטמאר: 845-951-1110 /845-414-8018, #311
>אויף די בעק-אפ נומבער: 339-207-8688

אדער אין ארץ ישראל
>קול אנ"ש ירושלים: 2-372-2115 #91
>בני ברק: 2-437-22111 #92

ויהו''ר מען זאל פויעלן אלעס גוטס לנו ולכל ישראל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
מען קען שוין מיטהאלטן די הוק-אפ אויף די אויבערדערמאנטע נומערין, רבינו שליט"א וועט אריינקומען און עטליכע מינוטין מען וועט מעלדן דא אויף 'סאטמאר'ע נייעס 🌴' ווען די רבי קומט אריין.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
ובעד עמך רחמים שאלי

כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א קומט און דעי מינוטין אריין אינעם אוהל התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי "באתרא קדישא מירון" צום מעמד התעוררות, במעמד אלפי אנ"ש תושבי ארה"ק, ווי די רבי וועט יעצט משמיע זיין די פייערדיגע דברי אלוקים חיים פאר אמירת ספר תהילים, מען קען מיטהאלטן די הוק-אפ אויף די אויבער'דערמאנטע נומערין,

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

פרייטאגא' תמוז תשפ"א6/11/2021

נייעס
ובעד עמך רחמים שאלי

כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א יעצט פארענדיגט די פייערדיגע דברות קודש בבכיות נוראות, יעצט הייבט מען אן ספר תהילים די רבי האט צוגעשיקט צום עמוד בנו בכורו מורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביים אנקומען צום אוהל הקדוש באתרא קדישא מירון צום מעמד התעוררות.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
ובעד עמך רחמים שאלי

פייערדיגע דברות קודש בבכיות נוראות ובקול חוצב להבות אש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, ביים ציון התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי באתרא קדישא מירון פאר אמירת ספר תהילים.

די רבי האט זיך געשטעלט אויף "תורתו מגן לנו היא מאירת עינינו הוא ימליץ טוב בעדינו אדונינו בר יוחאי" און אויסגעבראכן און שטורעמישע בכיות "..הייליגע רבי שמעון אידישע קינדער דארפן ישועות ורפואות, אידישע קינדער דארפן ישועות בגשמיות וברוחניות.." און אויסגערעכנט ישועות פארן כלל און פארן פרט, "..ווען מען קומט צום ציון פונעם הייליגן תנא רבי שמעון "אוי" הוא ימליץ טוב בעדינו.." און געטייטשט במאמריו פון רבי שמעון, "..רבי שמעון בר יוחאי קען איבערדרייען פון דין צו רחמים ..אונז זעמיר דא געקומען פון די מרחקים צום 'מקום קדוש די ציון המציונת פונעם הייליגן תנא רבי שמעון.." דערביי האט די רבי אראפגעברענגט א זוה"ק אויפן פסוק 'והנה הנער בוכה' אז משה רבינו האט געוויינט פאר די צרות ישראל, און מיט בכיות נוראות אויסגעשריגן צו רבי שמעון "..הייליגע תנא, כלל ישראל וויינט!! כלל ישראל איז צובראכן!! כלל ישראל דארף רפואות וישועות!! הייליגע תנא פויעל ישועות פאר אידישע קינדער!!! אידישע קינדער קיקן ארויס ארויס געהאלפן ווערן בברכת הבנים!! אידישע קינדער קיקן ארויס אויף רפואות!! אנשים נשים וטף!! הייליגע תנא האב רחמנות!! זיי מעורר רחמים פאר כלל ישראל!! אידישע קינדער דארפן רפואות אין רפואות הנפש!! און ממשיך געווען בבכיות עצומות פאר עטליכע מינוט, און ממשיך געווען "..אידישע קינדער דארפן פרנסה עמך ישראל צריכים פרנסה!! אידישע קינדער דארפן טוען שידוכים!! הן בבנים והן בבנות!! אידישע קינדער ווילן זעהן נחת פון די קינדער!! בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות!!.." דערנאך האט די רבי ממשיך געווען אז סאיז דא דריי מיני גלות, אידן צווישן גוים, אידן צווישן רשעי ישראל, נאכדעם איז דא א גלות ווען מען איז ביים יצר הרע, "די לעצטע איז די שווערסטע בכמות ובאיכות" און געטייטשט מיט א קול געשטיקט פון טרערסן "ולכל המורא גדול אשר משה לעיני כל ישראל" אז משה רבינו האט אונז ארויסגענומען פון "אלע דריי גלות'ער" "בראשית איז ראשי תיבות א'ור ת'ורת ר'בי ש'מעון ב'ר יו'חאי, "..הייליגע תנא אונז וויל מיר ארויסגיין פון אלע גלות'ער!! הן פון צווישן די גוים!! והן צווישן די רשעי ישראל!! און פון די גלות יצר הרע!! מזאל קענען עוסק זיין בתורה ובמצוות!! קענען מחנך זיין די קינדער לתוי"ש!! און זעהן נחת בהרחבת הדעת!! און נאך שטראקע ברכות הקודש, און אויסגעפירט "די אייבערשטער וועט העלפן הוא ימליץ טוב בעדינו זוכה זיין בביאת גוא"צ בב"א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
און דעי מינוטין האט מען געענדיג אמירת "ספר תהילים" פארגעזאגט בשליחות פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בנו בכורו מורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביי קאפיטל ק"ל האט די רב פארגעזאגט בהתעוררות רב ובהשתפכות הנפש פסוק בפסוק, יעצט זינגט מען נגוני התעוררות בשעת די רבי ליינט די קוויטלעך.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
און דעי מינוטין האט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א געענדיגט ליינען די קוויטלעך יעצט איז זיך די רבי משתטח אויפן ציון התנא אלוקי.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
ארום 9:35 האט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א פארלאזט די אוהל הקדוש פון "התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי" מיט הויפענעס זעק ישועות ורפואות לנו ולכל ישראל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
ובעד עמך רחמים שאלי

פייערדיגע דברות קודש בבכיות נוראות ובקול חוצב להבות אש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, ביים ציון התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי באתרא קדישא מירון פאר אמירת ספר תהילים.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווייזט ווייטער פון די נסיעה