בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

מסע הקודש

← ווייזט אלעס
← אלע נסיעות

מסע הקודש קיין ארה''ק שב''ק באתרא קדישא מירון - שב''ק תולדות תשפ''ו

כ"ד מרחשון תשפ"ו – ז' כסלו תשפ"ו · 178 פאוסטס, על הסדר פון מעלדן ביז אהיימקומען

דינסטאגכ"ז מרחשון תשפ"ו11/18/2025

בילדער · 10
ערשטע בילדער כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים זיך אומקוקן אויף די לימודים פון ילדי מוסדותינו הק' אין ירושלים עיה''ק היינט פאר תפילת שחרית.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
בילדער · 10
ערשטע בילדער כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביי תפילת שחרית אינאיינעם מיט ילדי מוסדותינו הק' אין ירושלים עיה''ק.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
בילדער · 13
ערשטע בילדער כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים מסיבת לחיים נאך תפילת שחרית אינאיינעם מיט ילדי מוסדותינו הק' אין ירושלים עיה''ק.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
ווידיאו
נאך פונעם מסיבת לחיים נאך תפילת שחרית אינאיינעם מיט ילדי מוסדותינו הק' אין ירושלים עיה''ק.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
ווידיאו
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים פארלאזן בית מדרשינו הגדול אין ירושלים נאך תפילת שחרית.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
בילדער · 3
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א אויף א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט''א.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
ווידיאו
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים מעמד הכנסת ספר תורה בבית מדרשינו הגדול אין ירושלים עיה"ק.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע

מיטוואךכ"ח מרחשון תשפ"ו11/19/2025

ווידיאו
ערשטע בילדער כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביי הר הצופים מול מקום המקדש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
באריכט
מסע הקודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א קיין ארה''ק - שב''ק באתרא קדישא מירון

מאנטאג פרשת תולדות אטענס גריכנלאנד - ירושלים עיה''ק


אינדערפרי איז דער רבי געגאנגען אינעם ארטיגן מקוה וועלכע איז געבויט געווארן דורך קרן המקוואות העולמי, און דערנאך אריבער דאווענען צום ארטיגן ביהמ''ד בית חב''ד אין באגלייטונג פון הרב אברהם מאיר שווארץ הי"ו יו''ר קרן מקוואות

- בעל תפילה: ר' יואל ווערטהיימער הי"ו.
- פתיחה: הרה''ח ר' יוסף חיים ווייס הי''ו (בני ברק)
- כהן: משב''ק הרה''ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי''ו.
- לוי: הרה''ח ר' אפרים משה לעווי הי''ו (בני ברק).
- שלישי: רבינו שליט''א.
- הגבה: הרה''ח ר' מאיר הירש הי''ו.
- גלילה: הרב אברהם מאיר שווארץ הי"ו.

נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א עוסק געווען בלימוד התורה א לענגערע צייט,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, ס'האט זיך פארמירט א שמועס איבער די פילצאליגע אקטיוויטעטן פון קרן מקואות לטהרתן של ישראל איבער די וועלט, דער רבי האט זיך באגריסט מיט די ארטיגע מתפללים, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

אום 1:45 האט דער רבי פארלאזט דעם אכסניא אין צום עירפארט, ווי די פריוואטע פליגער האט זיך געהויבן אום 2:50 נאכמיטאג.

צהלי ורוני יושבת ציון כי גדול בקרבך קדוש ישראל

אום 4:29 נאכמיטאג (9:29 אינדערפרי ניו יארקער זייגער) האט דער פליגער געלאדענט אינעם לוד לופטפעלד אין ארה"ק, ווי ביים טיר פון פליגער האבן אפגעווארט רבני וזקני פני העדה פון קהלתינו הק' ירושלים בני ברק און בית שמש, ווי אויך א דעלעגאציע פון הנהלת העדה החרדית, בלב מלא רגש האבן דריי פון די זקני העדה געמאכט די צוויי ברכות בשם ומלכות, ברכת שהחיינו וברכת שחלק מחכמתו ליראיו, צווישן זיי הגה''ח ר' חיים שלום קליין שליט''א.

דערנאך איז דער רבי אריין אין א זייטיגע צומער ווי עס האבן אפגעווארט נאך פולע אנ''ש וועלכע האבן שלום גענומען, דאן האט דער רבי געדאווענט מנחה, בעל תפילה: הגאון ר' אייזיק פריעדמאן שליט''א ראה''כ בית שמש.

נאך מנחה אום 5:35 נאכמיטאג איז דער רבי ארויסגעפארן פונעם לוד לופטפעלד אויפן וועג קיין ירושלים עיה"ק, ווי דער רבי איז אנגעקומען 6:20 בביתו נאוה קודש פון כ''ק פוסק הדור מרא דארעא קדישא שליט"א אויף א ביקור קודש ומסיבת קבלת פנים, במאור פנים האט דער רב מקבל פנים געווען דעם רבין שליט''א און עס האט זיך פארצויגן א הערליכע ידידות'דיגע שמועס איבער די כח הקדושה וקנאות פון רביה''ק בעל דברי יואל זיע''א, און פונעם מצב גזירות הגיוס אין ארה''ק, דער רב שליט''א האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי האט אים ווארעם מאציל געווען מברכת קדשו ולעומתו ברוך יאמרו האט דער רב צוריק געוואונטשן ווארימע ברכות און ארויסבאגלייט דעם רבי'ן מיט א ידידות.

פון דארט אום 6:40 איז דער רבי אריבערגעפארן צום לשכת הבד''צ אין די בניני זופניק צום מסיבת קבלת פנים דורך די שרי התורה הרבנים הגאו"צ חברי הביד''צ העדה החרדית ירושלים תובב''א. דער רבי איז אנגעקומען אום 6:55, עס האט אויפגעטרעטן און באגריסט דעם רבי'ן הגאון ר' יצחק שלמה בלוי שליט''א ספרא דדיינא און ארויסגעברענגט אז דא אויף דעם פלאץ ווי דער רבי ז''ל איז געזעצן בשעתו אלס מרא דארעא קדישא ואחריו הרבנים הגאונים רבני ירושלים ז"ל זיצט יעצט רבינו שליט"א וועלכע איז דער כח ההנהגה בחו"ל און איז כסדר בקשר און ארבייט מיט'ן בי''ד אינאיינעם להעמיד הדת על תילה. דערנאך האט אויפגעטרעטן און באגריסט דעם רבי'ן די חברי הבדי''צ הגאון הגדול ר' אברהם יצחק אולמאן שליט''א, הגאון הגדול ר' יהושע ראזענבערגער שליט''א.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און משמיע געווען דב''ק און ארויסגעברענגט דעם כח בי''ד יפה פונעם בי''ד העדה החרדית וועלכע זענען עומדים על המשמרת אין ארה"ק, און ווארעם געוואונטשן ברכות לרוב. מען האט געענדיגט ארום 7:15.

פון דארט איז דער רבי אריבער אויף א באזוך במעון הקודש פון כ''ק הגה''צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט''א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער דעם מצב אין ירושלים און זכרונות פון ירושלים אמאל, דער רב האט אנגעהויבן זינגען און מכבד געווען רבינו שליט''א מיט לחיים און געוואונטשן לענגערע ברכות פארן רבין און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו, און ער האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א.

פון דארט איז דער רבי אריבער אויף א באזוך ביי כ''ק אדמו''ר מ'גור שליט''א, האדמו''ר מגור האט באגריסט דעם רבי'ן און עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, דער רבי האט אים באדאנקט אויף די אלע פעולות וואס די עסקנים פון די גור'ע קהילה העלפן ארויס בקהלתינו אין ירושלים און בני ברק, און דערמאנט דעם באזוך פון זיינע קינדער ביים רבי'ן מיט די יתומים פון די קהילה און דערציילט פון די מסיבה נאכט חנוכה מיט די יתומים, ער האט מכבד געווען מיט לחיים און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו, און געוואונטשן פאר נכדו החתן וועלכע האט חתונה קומענדיקע וואך, און האדמו''ר מגור האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א.

פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער בבית האכסניא אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' בערל קרניאל הי''ו, נאך א קורצע הפסקה האט דער רבי געדאווענט מעריב.

ארום 9:30 אויפדערנאכט איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום מעמד קבלת פנים וכינוס אנ"ש אין ירושלים עיה''ק בהשתתפות אנ''ש מרחבי ארה''ק אינעם גרויסן שאטער אויף רחוב דורש טוב אין צענטער פון ירושלים עיה''ק.
מען האט מקבל פנים געווען רבינו שליט''א בשירה ובזמרה מיט פייערדיגע טענץ, אויך האט זיך משתתף געווען מחותנו כ''ק אדמו''ר מקרעטשניף י''ם שליט''א.
הגה''צ דומ''ץ קהלתינו ירושלים שליט''א האט אויפגעטרעטן און מקבל געווען רבינו שליט''א און דערמאנט אז יעצט ווערט 80 יאר פון ווען רביה''ק בעל דברי יואל זיע''א האט געוואוינט דא און האט איבערגעלאזט זיין קדושה וואס פלאקערט אין יעדן איד און ארויסגעברענגט די התרגשות אז מען האט די זכיה מקבל זיין רבינו שליט''א און אנגעוואונטשן פולע ברכות.
מען האט אנגעהויבן ניגוני התעוררות צום מעמד סיום כתיבת ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך כלל אנ''ש נאך וואס צוויי ס''ת האבן זיך פארברענט ביים שריפת בית ה' בנין קהלתינו הק'.
האברך היקר ר' יעקב יוזשעף הי''ו חבר הוועד, האט אריינגעברענגט די ס''ת, מען האט ממשיך געווען מיט נגוני תורה, והאר עינינו, יהא רעוא, בשעת דער רבי האט פארגאסן טייכן טרערן.
מען האט געזינגען ויהי נועם און דער רבי האט אריינגעשריבן די לעצטע אותיות.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און משמיע געווען דב''ק בגודל קדושתו פון ירושלים וואס איז משפיע אויף די גאנצע וועלט און אלע תפילות גייען דורך דא ארויף, און ארויסגעברענגט זיין שמחה זיך צו קענען טרעפן מיט אנ''ש ידידים תלמידים וחסידים פון פעטער ז''ל וואס גייען בדרכיו, ירושלים שטייט אויס שווערע זמנים און די קדושה פון ירושלים וועט מגין זיין לא ירעו ולא ישחיתו בהר קדשו, יעצט ווען מען קומט זיך צוזאם אויף א כתיבת האותיות פונעם תורה הקדושה איז מען מתפלל אז מען זאל נישט קענען שטערן די לומדי תורה, און מסיים געווען ס'איז א שמחה אז מען קומט דא אין ירושלים פאר הרחבת גבולי הקדושה פאר אזא גרויסער בנין מפואר און אנגעוואונטשן ברוב ברכות פארן גאנצן ציבור.

צוויי פון די חברי הוועד האבן אויף געמישט דעם ס''ת צו אינמיטן, און דער רבי איז געגאנגען הגבה און געטאנצן באש קודש מיטן אפענעם ס''ת, הרה''ח ר' מאיר הירש הי''ו איז געגאנגען גלילה און דער רבי האט ממשיך געווען מיט די ריקודין א לענגערע צייט.
דער רבי האט איבערגעגעבן די ס''ת פאר הרה''ח ר' יעקב יוזשעף הי''ו און דער רבי האט ממשיך געווען מיט די ריקודין און דער גאנצער ציבור האט געטאנצן לקראת רבינו א לענגערע צייט. מען האט געענדיגט ארום 10:55.

נאכן מעמד איז דער רבי אריבער אויף א באזוך ביי גיסו כ''ק אדמו''ר מבעלזא שליט''א עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מעשיות בשייכות פון צדיקים בית סיגוט און בעלזא, האדמו''ר מבעלזא האט פארגעשטעלט זיינע אייניקלעך, מכבד געווען מיט לחיים און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו, און ער האט דאן ארויסבאגלייט רבינו שליט''א.

פון דארט איז דער רבי אריבער אויף א באזוך ביי מחותנו כ''ק אדמו''ר מקרעטשניף י''ם שליט''א עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס פון אלטע זכרונות ער האט מכבד געווען מיט לחיים און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו און ער האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א ברוב ידידות.

פון דארט איז דער רבי אריבער אויף א באזוך ביי הגה''צ ר' משה טייטלבוים שליט''א דומ''ץ דקהילתינו הק' עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס ער האט מכבד געווען מיט לחיים און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.

נאכן באזוך אום 12:10 אויפדערנאכט איז דער רבי אנגעקומען אהיים לבית האכסניא אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' יודא דוד רובינשטיין הי''ו

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
פיבערהאפטיגע הכנות ביים גיגאנטישע טענט אויף רחבת שנעלער אין ירושלים עיה"ק לקראת דעם מעמד הגדול 'ירושלים של מעלה' מארגן דאנערשטיג תולדות הבעל"ט.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
בילדער · 16
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביי הר הצופים מול מקום המקדש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
ווידיאו
נאך בילדער כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א מתפלל בבכיות נוראות ביי הר הצופים מול מקום המקדש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
בילדער · 20
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים משמיע זיין דעם שיעור סוגיא בהיכל ביהמ"ד צעהלים בבנין ישיבת כתב סופר בבתי אונגארן שע''י כולל שומרי החומות במקום שדרשו רבותינו הקדושים זיע''א.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
בילדער · 3
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א אויף א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט''א.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
בילדער · 10
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים מעמד הכנסת ספר תורה בבית מדרשינו הגדול אין ירושלים עיה"ק.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
ווייזט ווייטער פון די נסיעה