נסיעה צו די שחיטה אין אורוגוויי - באזוך אנ''ש אין ארגענטינע - חשון תשפ''ה
י' מרחשון תשפ"ה – י"ג מרחשון תשפ"ה · 41 פאוסטס, על הסדר פון מעלדן ביז אהיימקומען
מיטוואךי"ב מרחשון תשפ"ה11/13/2024
נייעס
מיטוואך פרשת וירא 10:43 אויפדערנאכט אין ארגענטינע (8:43 ניו יארקער צייט) אין די יעצטיגע מינוטען הייבט זיך בשעטו''מ די פליגער פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, אויפן וועג אהיים נאכן באזוכן די שחיטה אין מדינת אורעגוויי, ובקרב אנ''ש אין בוענאס איירעס ארגענטינע.
די פליגער איז ערווארטעט צו לאנדען אין JFK עירפארט מארגן דאנערשטאג ארום 7:15 אינדערפרי.
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א באזוכט בקרב אנ''ש אין בוענאס איירעס ארגענטינע - בני הקהילה אין שפיץ פון הגה''צ גאב''ד קהל חרדים ארגענטינע שליט''א ביים מקבל זיין פני קדשו אין עירפארט.
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א באזוכט בקרב אנ''ש אין בוענאס איירעס ארגענטינע - בני הקהילה וילדי תשב''ר ביים מקבל זיין פני קדשו אין ביהמ''ד הגדול דקהל חרדים.
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א באזוכט בקרב אנ''ש אין בוענאס איירעס ארגענטינע - מעמד צאתכם לשלום ומסיבת לחיים לרגל גמר המקח פונעם נייעם בנין הגדול פאר די מוסדות.
דאנערשטאג פר' וירא 9:25 אינדערפרי אין די יעצטיגע מינוטען איז כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א אנגעקומען צוריק אין קרית יואל, נאך די נסיעה צו באזוכן די שחיטה אין מדינת אורעגוויי, און א באזוך בקרב אנ''ש אין בוענאס איירעס ארגענטינע.
רבינו שליט''א וועט אריינקומען צו תפילת שחרית ארום 10:30 אין ביהמ''ד הגדול. בזמן שהצדיק בעיר היא הודה היא זיוה והיא הדרה
באריכט מיטוואך פרשת וירא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א - נסיעה צו באזוכן די שחיטה אין מדינת אורעגוויי
פארטאגס אום 6:30 איז רבינו שליט''א צוגעפארן פונעם אכסניא צו די בית השחיטה המהודרת.
צום ערשט איז רבינו שליט''א אריין זיך אומקוקן אויפן גיגאנטישן שטח פונעם פלענט ביי די פעקידזשינג און מיט געהאלטן אלע חלקים דערפון, דער רבי איז מורא'דיג נתפעל געווארן סיי פון די פראקטישע חלק און סיי פון די אלע חלקים וואס רירן אן די הלכה אין כשרות און ווערט דורכגעפירט מיטן גרעסטן מאס הידור.
פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער צו די בדיקת כריסים ווי דער רבי און די רבנים האבן א לענגערע צייט אבזערווירט וויאזוי מען איז דאס בודק.
פון דארט איז מען אריבער צו די שחיטה אפאראט, דער רבי האט בודק געווען די חלפים וועלכע זענען חד וחלק לויט די הויכע סטאנדארטן וואס רבינו שליט''א האט איינגעפירט, דער רבי האט א לענגערע צייט באטראכט דעם גאנצן סדר השחיטה מיט אלע חלקים, די דאבל באקס ווי צוויי בהמות גייען אריין, און באטראכט ווי עס זענען געשטאנען אויפן סטענד די דריי שוחטים און א בודק יבש מיט אלע חומרות והידורים וואס דער רבי האט איינגעפירט ביי די שחיטה גסות דקהלתינו הק'.
דערנאך איז דער רבי אריבער צו די חלקי הבדיקות, בדיקת פנים און בדיקת חוץ, און דערנאך ממשיך געווען ביי די ניקור חם, אלעס איז געווען אויפן העכסטן סטאנדארט בס"ד.
סאיז שוין געווען אים 10:45, נאך העכער פיר שעה ווי דער רבי איז ארום אינעם גאנצן פלענט בטירחא דגופא רבא האט דער רבי פארלאזט די פלאץ און צוריק לבית האכסניא.